ענדיגן חומ''ר פר' וירא

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

צייכן טעגליך וואס די האסט שוין גענדיגט

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך אקטאבער 27, 2021 2:30 pm

ראשון-שני
23
33%
שני-שלישי
13
19%
שלשי-רביעי
8
12%
רביעי-חמישי
5
7%
חמישי-שישי
4
6%
שישי שביעי
4
6%
שביעי-מפטיר (סוף)
4
6%
גענדיגט די גאנצע. מזל טוב!
8
12%
 
סך הכל שטימען: 69

אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

איך האב נישט קיין סאך צייט יעצט (12:19AM) סא אפשר וועל איך מארגן לייגן נאך.
פארוועם עס איז אינטרעסאנט, דא איז דא 3 אינטרעסאנטע שאלות פון די מפרשים, און די נעקסטע תוגבה וועל איך אי''ה לייגן די גאנצע תורה, אבער טראכט אריין און די שאלה'ס. (אי''ה מארגן וועל איך לייגן נאך)

1) אלע מפרשים פרעגן, אויב מ'שיקט נישט א מלאך פאר צוויי שליחותן, פארוואס האט מען נישט געשיקט א עקסטערע מלאך צו ארויס ראטעווען לוט? עס פעלט דען מלאכים און הימל?

2) וואס איז דא ביי אונזער הלכה א חילוק אויב גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה? (בעש''ט - א שטארקע לימוד)

3) רש''י זאגט אז אברהם האט געזאגט לבכם, נישט לבבכם, מגיד שאין י''ה שולט במלאכים. ווי אזוי האט אברהם געוויסט אז זיי זענען מלאכים? ער האט דאך געמיינט אז זיי זענען סתם ערביים?(מלא העומר)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

1) אלע מפרשים פרעגן, אויב מ'שיקט נישט א מלאך פאר צוויי שליחותן, פארוואס האט מען נישט געשיקט א עקסטערע מלאך צו ארויס ראטעווען לוט? עס פעלט דען מלאכים און הימל?

ר' שלמה קליגער זי''ע איז אמאל מכובד געווארן מיט סנדקאות (די ערשטע טאג וואס ער איז געווארן אויפגענימען אלץ רב אין בראד). און ווען ער איז אנגעקימען צום ברית האט ער געהערט אז די טאטע פונעם קינד גוסס'ט ה''י. די מנהג און יענעם פלאץ פלעגט זיין, אז ווען ס'פלעגט דארפן זיין א ברית פאר א זון פון איינער וואס גע'גוסס'ט. פלעגט מען צו ווארטן ביז יציאת נשמה, און נאכדעם פלעגט מען געבן א נאמען פארן קינד נאכן טאטע.

אבער דא, האט ר' שלמה ציגעאיילט דעם עולם אז מ'זאל ברענגען מנין און שנעל מאכן דעם ברית, מען האט זיך שטארק געווינדערט, אבער מ'האט עס געטון. אביסל נאך וואס מ'האט גענדיגט דעם ברית האט די טאטע זיך אויפגעוועקט געזינט און פריש.

דער גאנצער עולם האט זיך גע'רעש'ט, אזא מופת פונעם רב. אבער ר' שלמה האט גענפערט, אז ער האט זיך דאס אויסגעלערנט פון די רש''י דא, אז לכאורה איז שווער פארוואס מ'האט נישט געברענגט א עקסטערע מלאך צו ראטעווען לוט, נאר, מיז עס זיין, אז לוט'ס זכות איז נישט געווען אזוי גרויס אז מ'זאל אים ספעשיל אראפ שיקן א עקסטערע מלאך. נאר האט מען אים געדארפט אזוי בדרך אגב אריין ראטעווען ציזאמען מיטן שליחות פון ראטעווען אברהם.

האט ר' שלמה קליגער זי''ע גענדיגט, די זעלבע האב איך געטראכט, מן הסתם טיט זיך יעצט און הימל, צו מ'זאל יא אראפ שיקן אליהו הנביא צו ראטעווען דער טאטע פונעם קינד אדער נישט, האב איך אפגעמאכט, לאמיר שנעל מאכן דען ברית, אזוי אז אליהו זאל אראפ קימען צום ברית, און ער וועט שוין בדרך אגב אויסהיילן אויך דעם טאטע.(מעינה של תורה)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

2) וואס איז דא ביי אונזער הלכה א חילוק אויב גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה? (בעש''ט - א שטארקע לימוד)

דער פסוק וויל אונז לערנען, אז אפי' ווען הכנסת אורחים ברענגט ביטול תורה, און צימאל צו הערן לשון הרע. בכל זאת זאל מען זיך נישט רעכענען מיט דעם, און טון הכנסת אורחים ווייל גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת פני השכינה. (בעש''ט)(דאס איז נישט קיין היתר צו רעדן לשון הרע ביים סעודה...)
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

3) רש''י זאגט אז אברהם האט געזאגט לבכם, נישט לבבכם, מגיד שאין י''ה שולט במלאכים. ווי אזוי האט אברהם געוויסט אז זיי זענען מלאכים? ער האט דאך געמיינט אז זיי זענען סתם ערביים?(מלא העומר)

איך דארף גיין שלאפן... טייטשט עס אליין.
Screenshot 2021-10-19 004620.png
Screenshot 2021-10-19 004620.png (233.53 KiB) געזען 2236 מאל
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

zugurnish האט געשריבן:מפרשים זאגן (איך געדענק ניט וועלכע) אז זי האט אופגעהערט האבן א נארמאלע אורח כנשים פון יעדען חודש, אבער מזמן לזמן איז יע געווען.

דער ביאור איז ברענגן כמעט אלע מפרשים אויף רש"י

זע גור אריה לבוש האורה באר בשדה יריעות שלמה שפתי חכמים
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

וואס טייטשט הנה נא הואלתי? עיין רש״י כאן, ועיין רש״י פ׳ דברים אויפן פסוק הואיל משה באר וואס לכאו׳ א סתירה צו רש״י דא
שפתי חכמים ברענגט פון מזרחי אז דא שטייט עס צוויי מאל און סהאט אנדערע טייטשן, אבער אין תרגום איז נישט משמע אזוי, ער זאגט די זעלבע ביי ביידע
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

אן א נאמען האט געשריבן:וואס טייטשט הנה נא הואלתי? עיין רש״י כאן, ועיין רש״י פ׳ דברים אויפן פסוק הואיל משה באר וואס לכאו׳ א סתירה צו רש״י דא
שפתי חכמים ברענגט פון מזרחי אז דא שטייט עס צוויי מאל און סהאט אנדערע טייטשן, אבער אין תרגום איז נישט משמע אזוי, ער זאגט די זעלבע ביי ביידע

די קושיא איז לכאורה שווער אן רש"י אויך. ניין?
וואס טייטש ויואל משה, און וואס טייטש הואיל משה באר?
פוצה פה ומצפצף
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

Mezofzef האט געשריבן:

איך הער, דארף מען מעיין זיין
אויבן אויף זעט אויס אס די ווארט האט טאקע צוויי טייטשן, משא״כ רש״י רעדט פשטות פונעם זעלבן ווארט
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3365
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אפשר רש"י האלט אנדערש ווי די תרגום?

זע אויך גור אריה (אויך באר היטב) וואס ברענגען די זעלבע פירוש ווי די מזרחי,
און דער גור אריה זאגט נאכמער אז עס איז ניט שייך אז ביידע הואלתי דא אין דעם פרשה מיינט די זעלבע טייטש,
ווייל אברהם וואלט ניט גענטצט די זעלבע בקשה צוויי מאל
אן א נאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:30 am

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן א נאמען »

zugurnish האט געשריבן:אפשר רש"י האלט אנדערש ווי די תרגום?

זע אויך גור אריה (אויך באר היטב) וואס ברענגען די זעלבע פירוש ווי די מזרחי,
און דער גור אריה זאגט נאכמער אז עס איז ניט שייך אז ביידע הואלתי דא אין דעם פרשה מיינט די זעלבע טייטש,
ווייל אברהם וואלט ניט גענטצט די זעלבע בקשה צוויי מאל

דאס האב איך געמיינט אז רש״י קריגט אויפן תרגום
אינטערסאנט איז אז די תרגום איז אויך בעצם מודה אז סקען זיין צוויי טייטשן, ווייל ביי ויואל משה זאגט ער ״וצבי״ אנדערש ווי דא
אז עס גייט נישט ווי דו ווילסט וויל וויאזוי עס גייט
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

דער חת''ס זאגט א שיינע ווארט ווי אזוי צו מלמד זכות זיין אויף לוט פארוואס ער האט נישט געגעבן פאר די מלאכים צו וואשן זייער פיס - נאר צו לאזן די אבק רגלים, ע''ז.

ולינו ורחצו רגליכם.

לוט האט געוויסט אז נאכדעם וואס די אראבער זענען געווען ביי אברהם, האט אברהם שוין זיכער אראפ גענימען די אבק רגלים. ווייל יעדער וואס קימט נאר צו אברהם יוצא ומכיר את בוראו. וועגן דעם האט ער נישט חושש געווען אויף אבק רגלים.

ע''כ החת''ס. ולכאורה קשה, ווייל לוט האט נישט געוויסט אז זיי קימען פון אברהם? ער האט זיי קעגן געלאפן ווייל אברהם האט אים אויסגעלערנט צו טון הכנסת אורחים, נישט ווייל ער האט געוויסט אז זיי קימען פון אברהם?
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: ענדיגן חומ''ר פר' וירא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
היינט איז דער יארצייט פונעם הייליגען מאור ענים זי''ע.

האביך אריין געקיקיט אונעם מאור ענים פאר פר 'וירא, שרייבט ער אזוי. עס ווערט געברענגט פון זוהר אז די דריי מלאכים וואס זענען געקימען צו אברהם זענען געווען אברהם יצחק און יעקב.

חוץ פון דעם אז ס'שטייט אז ס'איז געווען די מלאכים גבריאל רפאל וכו', וואס מיינט דאס אז אברהם איז געקימען צו אברהם?!

איך האב שוין געדארפט גיין, האבעך אוועק פונעם מאור ענים. באלד האבעך א חברותה אויף חסידישע ספרים וועלעך דאס בל''נ לערנען און אריין קימען מיט א תיריץ.
אין יפה נוף שטייט בשם ספר ברכות לעד אז אמאל האט א זקן געפרעגט דעם בעשטה“ק די קשיא און הרה“ק ר' ברוך ממעזיבוז זי“ע וואס איז דעמאלטס געווען א קינד פין 3 יאר! האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט די קשיא פין די זקן שוטה אברהם יצחק יעקב מיינט חסד גבורה תפארת
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”