ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

טייערע אידן, וויפיל פון אייך ענדיגן יעדע וואך חומ''ר?

וויפיל פון אינק האבן דעם תאווה דערצו און ווילן דען שטיפ?

לאמיר זיך צאם רעדן, אויב ס'דא געניג אידן דא, וואס ענדיגן יעדע וואך, אדער וואס ווילן אנהויבן פון די וואך און ווייטער. קום ביטע אריין דא און לאז וויסן.

אויב איך וועל זעהן אז ס'דא געניג אירע, וועלעך יעדע וואך עפענען א אשכול, מיט אן אנקעטע, פון שני, שלישי, רביעי און אזוי וויטער. און אזוי יעדען טאג וואס מ'ענדיגט יענע טאגיגע, קומט מען אריין און מ'דריקט אז מ'האט שוין געלערנט, און מ'זעהט וויפיל אידן זענען שוין מיט דיר.

ווי אויך קען מען אריין קימען און דוירך שמיעסן אלעס פון יענע טאגיגע לימוד, קשיא'ס, שיינע תורת, וכדו'.

=ר' איד, עס איז זייער א גרינע זאך צו ענדיגן יעדע וואך, דוירכן לערנען יעדן טאג די לימוד פון יענע טאג!=

-איך דריי מיר ארום מיט א מקרא מפורש חומש פון עוז והדר, און ווען איך האב צייט, צו איז עס ווען איך זיץ און טרעפיק, אדער איך ווארט די בעל תפילה זאל אנהויבן, אדער יעדע מאל וואס ס'איז מיר ליידיג, לערן איך איין פסוק, ביז איך טרעף מיר סוף טאג, אז איך האב גענדיגט די טעגליכע לימוד-

קומץ אריין, און לאמיר זעהן אויב ס'דא געניג צו מאכן אזא פראגראם.
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

I'm in
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב אן אנדערע סיסטעם

יעדן זונטאג קוק איך ביים סוף פון די סדרה, וויפיל פסוקים עס איז דא, און איך טייל איין דעם ציפער אין 11

פארוואס עלף? ווייל איך לערן טייל פון די פסוקים מיט תפילין דרש"י און טייל מיט די תפילין דר"ת, און פרייטאג בלויז מיט תפילין דרש"י (מיט תפילין דר"ת בין איך מעביר סדרה), אלזא פינף טעג א וואך לערן איך צוויי מאל און איין מאל א וואך איינמאל, קומט עס אויס צו עלף

פרשת לך - לדוגמא - איז דא 126 פסוקים, אז דו צעטיילסט דאס אין 11, קומט אויס אז מען דארף לערנען "עלף און א האלב" פסוקים ביי יעדע שיעור, אדער אין אנדערע ווערטער: "23 פסוקים פער טאג / און פרייטאג די לעצטע 11 פסוקים"

איך האלט א קליינע חומש-רש"י אין טלית בייטל, און לערן בלויז חומש מיט רש"י, אן קיין מפרשים (אויב איך האב איבריג צייט סיי ווען, קען איך נעמען א מקראות גדולות חומש און קוקן אביסל מפרשים), עס דויערט געווענליך אומגעפער 10 מינוט א טאג! און מען ענדיגט וועכנטליך חומש רש"י
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א געוואלדיגע סיסטעם!!
סאיז גרינגער אז ס’איז יעדן טאג די זעלבע
אוועטאר
גרינע בלעטעלע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2021 1:24 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בלעטעלע »

מ’קען אויך צוזאמשטעלן חברותות
א געזונטן זומער
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:טייערע אידן, וויפיל פון אייך ענדיגן יעדע וואך חומ''ר?

וויפיל פון אינק האבן דעם תאווה דערצו און ווילן דען שטיפ?

לאמיר זיך צאם רעדן, אויב ס'דא געניג אידן דא, וואס ענדיגן יעדע וואך, אדער וואס ווילן אנהויבן פון די וואך און ווייטער. קום ביטע אריין דא און לאז וויסן.

אויב איך וועל זעהן אז ס'דא געניג אירע, וועלעך יעדע וואך עפענען א אשכול, מיט אן אנקעטע, פון שני, שלישי, רביעי און אזוי וויטער. און אזוי יעדען טאג וואס מ'ענדיגט יענע טאגיגע, קומט מען אריין און מ'דריקט אז מ'האט שוין געלערנט, און מ'זעהט וויפיל אידן זענען שוין מיט דיר.

ווי אויך קען מען אריין קימען און דוירך שמיעסן אלעס פון יענע טאגיגע לימוד, קשיא'ס, שיינע תורת, וכדו'.

=ר' איד, עס איז זייער א גרינע זאך צו ענדיגן יעדע וואך, דוירכן לערנען יעדן טאג די לימוד פון יענע טאג!=

-איך דריי מיר ארום מיט א מקרא מפורש חומש פון עוז והדר, און ווען איך האב צייט, צו איז עס ווען איך זיץ און טרעפיק, אדער איך ווארט די בעל תפילה זאל אנהויבן, אדער יעדע מאל וואס ס'איז מיר ליידיג, לערן איך איין פסוק, ביז איך טרעף מיר סוף טאג, אז איך האב גענדיגט די טעגליכע לימוד-

קומץ אריין, און לאמיר זעהן אויב ס'דא געניג צו מאכן אזא פראגראם.

מיט אונזער טרעפיק דאהי אין שטעטל קאן מען שוין מאנטאג צופרי ניינעזייגער האבן געענדיגט ס׳גאנצע פרשה, צוזאמען מיט רש״י, רמב״ן און אפשר גאר אויכעט גאנץ אור החיים הקדוש! :grin:
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די וואך האב איך געפארטיגט ב"ה. כן יעזור ה' הלאה.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יצחק אייזיק האט געשריבן:די וואך האב איך געפארטיגט ב"ה. כן יעזור ה' הלאה.

כמעג פארהערן?

וויפיל בריתות שטייט אלץ אין פרשת מילה?
חוץ ברית מילה אליין
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

והנה און אין
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

איך בין אין!
גראדע זיך פארגענומען שמחות תורה צו מעביר סדרה זיין... ב״ה פאר די לעצטע דריי וואכן
Jobless
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jobless »

פעניאק האט געשריבן:איך בין אין!
גראדע זיך פארגענומען שמחות תורה צו מעביר סדרה זיין... ב״ה פאר די לעצטע דריי וואכן

גא"מ
הגם איך זאג נישט צי אז די אלע שווערע תרגום איז געזאגט געווארן גיט
אסאך יודיש געלט
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
לאקאציע: אין כולל - [email protected]

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסאך יודיש געלט »

פעניאק האט געשריבן:איך בין אין!
גראדע זיך פארגענומען שמחות תורה צו מעביר סדרה זיין... ב״ה פאר די לעצטע דריי וואכן

איך פלעג נישט מעביר סדרה זיין, פון די יאר האב איך אנגעפאנגן (איך ווייס נישט אויב ס'אויסגעהאלטן לכתחילה) יעדן טאג צו מעביר סדרה זיין וואס איך האב געלערנט
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומ''ר? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:איך בין אין!
גראדע זיך פארגענומען שמחות תורה צו מעביר סדרה זיין... ב״ה פאר די לעצטע דריי וואכן

איך פלעג נישט מעביר סדרה זיין, פון די יאר האב איך אנגעפאנגן (איך ווייס נישט אויב ס'אויסגעהאלטן לכתחילה) יעדן טאג צו מעביר סדרה זיין וואס איך האב געלערנט

אוודאי אז סאיז אויסגעהאלטן, סאיז מצוה מן המבחר צו מעביר סדרה זיין ערב שבת אבער מעיקר הדין קען מען טון אזוי.

לגבי חו"ר איך טשעק אריין.
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

אמור מעט ועשה הרבה!
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

מנהגינו איז כמעט ווי לכאורה אבער אביסל אנדערש. וויבאלד נישט יעדע פסוק איז די זעלבע שווער און האט די זעלבע מספר פון רש"י'ס, צעטייל איך עס לויט די דפים. איך נעם א חומש וואס האט נאר חומש מיט רש"י און איך צייל אפ די דפים פון די סדרה, דערנאך צוטייל איך עס אויף זיבן.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

איינער זאגט ס'איז זייער גרינג, איינער זאגט אז מ'קען מיט די ר"ת תפילין... ווער ס'קען מיר ארלעדיגן א היתר צו לערנען חומש רש"י ביינאכט אין די ווינטער חדשים וועט עס מיר מאכן עטוואס גרינג"ער", צו גרינג ממש? ווארשיינלעך נישט.
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

sheetrock האט געשריבן:איינער זאגט ס'איז זייער גרינג, איינער זאגט אז מ'קען מיט די ר"ת תפילין... ווער ס'קען מיר ארלעדיגן א היתר צו לערנען חומש רש"י ביינאכט אין די ווינטער חדשים וועט עס מיר מאכן עטוואס גרינג"ער", צו גרינג ממש? ווארשיינלעך נישט.

פון 12:00 אי עם, קען איך דיר שאפן א היתןר
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:איינער זאגט ס'איז זייער גרינג, איינער זאגט אז מ'קען מיט די ר"ת תפילין... ווער ס'קען מיר ארלעדיגן א היתר צו לערנען חומש רש"י ביינאכט אין די ווינטער חדשים וועט עס מיר מאכן עטוואס גרינג"ער", צו גרינג ממש? ווארשיינלעך נישט.

פון 12:00 אי עם, קען איך דיר שאפן א היתןר

12 עי עם בינעך אינעם טיעפסטן שלאף
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אין!
איך פרוביר בלי''נ במשך פרייטאג און שב''ק מעביר סדרה צו זיין מיט רש''י, ב''ה פאר די לעצטע דריי וואכן!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

איך האב דא געלייגט אפאר ענינים פונעם היינטיגן לימוד, עס איז שוין געפירט געווארן צו ש צווייטע אשכול.

תמה אנכי פארוואס? די פותח האשכול שרייבט דאך קלאר אז ער וויל מען זאל דא ברענגן ענינים פון די לימוד.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אסאך יודיש געלט האט געשריבן:טייערע אידן, וויפיל פון אייך ענדיגן יעדע וואך חומ''ר?

.


כמנהג חב"ד לערן איך יעדן טאג דער פרשה חומש מיט רש"י
יום ראשון ביז שני יום שני ביז שלישי וכו'
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ותיק וחסיד האט געשריבן:איך האב דא געלייגט אפאר ענינים פונעם היינטיגן לימוד, עס איז שוין געפירט געווארן צו ש צווייטע אשכול.

תמה אנכי פארוואס? די פותח האשכול שרייבט דאך קלאר אז ער וויל מען זאל דא ברענגן ענינים פון די לימוד.

סאיז בעסער אז ס’איז עקסטער
דא איז מען זיך מקבל, און אז מ’לערנט שוין גייט אריבער און בית המדרש, דא וועט עס נאר ווערן פארוואסערט און צומישט
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

sheetrock האט געשריבן:ווער ס'קען מיר ארלעדיגן א היתר צו לערנען חומש רש"י ביינאכט אין די ווינטער חדשים וועט עס מיר מאכן עטוואס גרינג"ער", צו גרינג ממש? ווארשיינלעך נישט.

ס'איז דא א שטארקע היתר צו לערנען מקרא אינאיינעם מיט פירש"י.

[כמבואר בדברי הגאון מהר"ח פלאג'י בכף החיים (סי' לא אות נה). וכ"כ בשו"ת ויחי יעקב (חאו"ח ר"ס ט) בשם הרה"ק רי"מ מגוסטנין. ע"ש. וכן העלה בשו"ת לבושי מרדכי (חאו"ח מה"ת סי' קפו). ע"ש. וכ"כ הרה"ג ר' ראובן מרגליות בס' נפש חיה (סי' רל"ח), בשם סידור הרה"ק ר' שבתי, שכל שקורא המקרא עם פירושו, הר"ז נחשב כתורה שבע"פ שמותר לקרות בלילה. ע"ש. וע"ע בבן איש חי (פרשת פקודי אות ז)].
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

Re: ווער ענדיגט יעדע וואך חומרש"י? ווער וויל זיך מיטכאפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

מיר לערנען שוין פאר יארען יעדעס וואך די חומש מיט פירוש רש"י, פלעג מיר אמאל זיצען ביי א שיעור, היינט צוטאגס לערנען מיר דאס אליינץ ביי מיטאג אין די ארבעט און אין אנדערע זמנים. פ' בראשית האב איך שוין געדארפט אנהויבען חול המועד
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”