חבורת "הוראה"- א געשמאקע און לייכטע שיעור אין הלכות בשר בחלב

שיעורים וחבורות ללמוד וללמד

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

חבורת "הוראה"- א געשמאקע און לייכטע שיעור אין הלכות בשר בחלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

בעז"ה פאנגען מיר אן צו לערנען א שיעור אין הלכות בשר בחלב. א גרויסע יישר כח פאר די חשובע משתתפי החבורה, און לאמיר האפען און בעטן דעם אייבערשטען אויף סייעתא דשמיא אז מיר זאלען זוכה זיין צו ענדיגען לערנען און חזר'ן די הוראה און זיך טאקע פארהערן.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

יורה דעה הלכות בשר בחלב - סימן פ"ז -- סעיף א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אין די תורה שטייט דריי מאל די איסור פון בשר בחלב, א תבשל גדי בחלב אמו, דו זאלסט נישט קאכן פלייש פון א ציגעלע אין זיין מאמעס מילך.

ווייל עס שטייט דריי מאל לערנט מען ארויס אז עס איז דא דריי איסורים אין בשר בחלב: קאכען, עסן און הנאה האבן אפילו אויב מ'עסט עס נישט.

אויב אזוי פארוואס שטייט דריי מאל אז מטאר נישט קאכן, פארוואס שטייט נישט ארויס געשריבן אז מען טאר נישט עסן?

נאר די תורה וויל זאגען אז די איסור פון בשר בחלב איז נאר ביי פלייש וואס איז געקאכט געווארען און דורך דעם איז די טעם פון די מילעך אריין אין די פלייש, אבער אויב איז עס נישט געקאכט געווארען אפילו די טעם איז אריין אין די פלייש דורך אנדערע וועגן ווי ווייקען און זאלצען וכדומה, איז עס נישט אסור מן התורה. (חולין קט"ו ע"ב, וכן בש"ך סק"א)

אבער מדרבנן גייט אן די איסור בשר בחלב אויף יעדן פאל וואס די טעם פון די מילך גייט אריין אין די פלייש, ווי דורך זאלצען און בראטען אדער ווייקען וכדומה. (הרשב"א בת"ה הקצר ב"ג ש"ד פ"ד:).

דאס וואס מיר האבן יעצט געלערנט אז מדרבנן איז אסור אין יעדן פאל אפילו שלא בדרך בישול, איז נאר אויף עסן, אבער אויב ס'איז אויך אסור בהנאה, ווי למשל געבן פאר א בהמה צו טרונקען וכדומה, איז א מחלוקת ראשונים ווי דער דרכ"מ דא אויפן פלאץ ברענגט ברענגט אראפ.

אבער להלכה נעמט דער רמ"א אן אז יעדע בשר בחלב וואס איז נאר אסור מדרבנן איז מותר בהנאה, און אזוי נעמען אויך אן דער ש"ך און ט"ז אויפן פלאץ. און אזוי ווערט געפסקט אין ס"ג דורכן טור ומחבר, ביי בשר עוף וואס איז אויך נאר אסור מדרבנן, ווי מיר וועלן לערנען שפעטער. דער ש"ך און ט"ז דינגען זיך מיטן מהרש"ל (יש"ש פרק כל הבשר ס"ק) און מיטען ב"ח (דא אויפן טור) וואס נעמען יא אן אז אפילו א בב"ח וואס איז אסור נאר מדרבנן איז אויך אסור בהנאה. און דער ש"ך ברענגט נאך אסאך פוסקים וואס נעמען אן לקולא.

[דער ש"ך בתוך דבריו פארענטפערט וואס דער ב"ח האט געברענגט א ראי' לשיטתו פון די משנה אנפאנג כל הבשר (חולין ק"ג ע"ב) 'כל הבשר אסור לבשל בחלב' איז משמע אז אלע בשר איז אסור אויך בבישול און אויב אזוי אויך בהנאה וואס בישול און הנאה האבן דעם זעלבן דין, אויף דעם ענטפערט דער ש"ך אז אין זיין ספר הארוך מש"ך (געדרוקט נאך דעם טור אין מהדורת מכון ירושלים) האט ער עס שוין פארענטפערט אז ווייל די תורה כאפט אן דעם לשון בישול נוצט דער תנא אויך די לשון בישול, און ער מיינט צוזאגען אז עס גייט אן די דין בשר בחלב ביי אלע פלייש, אבער גראדע די איסור בישול גייט נישט אן ביי אלע פלייש נאר ביי בהמה פלייש].

(דער דרכ"מ ברענגט נאך א שמועס צו מ'דארף חושש זיין אז קען שפריצען פון איין טאפ צום צווייטען מיר וועלן עס לערנען אין ס"ו וואס דארט ווערט עס געברענגט להלכה אין רמ"א).
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום מיטוואך יוני 22, 2016 8:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

הגם די לשון פון די תורה איז ציגן פלייש אין זיין מאמעס מילעך, גייט אבער די איסור בב"ח אן ביי אלע כשר'ע בהמה פלייש, ווי די גמרא ברענגט אז די לשון גדי איז א שם הכולל פאר אלע בהמות. און אזוי אויך איז אסור צו קאכן אין אלע בהמה מילך, די תורה רעדט פון די געווענדליכע סדר, אז יעדע ציגעלע האט נאך א מאמע וואס גיבט מילך (פרישה).
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

מן התורה גייט נאר אן די איסור בב"ח ביי כשר'ע פלייש און כשר'ע מילעך, אבער אויב איינער האט געקאכט טריפה פלייש אין כשר'ע מילעך אדער טריפה'נע מילעך אין כשר'ע פלייש איז עס אסור נאר מדרבנן.

די זעלבע זאך בשר חיה ועוף געקאכט אין מילעך איז אסור נאר מדרבנן.

די מקור פון די הלכה איז -ווי דער בית יוסף ברענגט שוין אראפ- א משנה אין מסכת חולין (קי"ג ע"א). דער ת"ק זאגט: נאר כשר'ע פלייש און כשר'ע מילעך איז אסור מה"ת. און די שיטה לערנט (לויט ווי תוספות אויפן פלאץ שרייבט) אז בשר כשר פון בהמה חיה ועוף זענען אסור מה"ת. נאך צוויי שיטת איז דא דארט אין די משנה ר"ע און ר' יוסי הגלילי, און ווי די גמרא איז מסביר: לויט ר"ע איז חיה ועוף נישט אסור מן התורה נאר מדרבנן. און לויט ריה"ג איז דא צוויי מהלכים אין די גמרא. א. אז בהמה וחיה איז אסור מה"ת און עוף איז אסור מדרבנן. ב. חיה עוף זענען נישט אסור מה"ת, אבער נאר חיה איז אסור מדרבנן, אבער עוף איז אפילו מדרבנן אויך נישט אסור.
להלכה פסק'נען מיר ווי ר' עקיבא אז מה"ת איז נאר אסור בהמה אבער חיה ועוף איז נאר אסור מדרבנן. (די לשון אין בית יוסף איז לכ"ע, אבער אין די הגהות פון די נייע טור ברענגען זיי אז מען דארף גורס זיין לר"ע).
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ג' - המשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אזוי ווי נישט כשר'ע פלייש אדער מילעך און ווי אויך בשר עוף וחיה בחלב זענען נאר אסור מדרבנן, פסק'נען דער טור און מחבר אז עס איז נאר אסור באכילה אבער צו קאכן אדער הנאה צו האבן איז עס נישט אסור אפילו מדרבנן, ווי מיר האבן שוין געלערנט די זעלבע פסק אין רמ"א אין ס"א.

[אויב איז עס אסור צו קאכן אלס מראית עין ווען מיר לערנען אין ס"ד בעז"ה].

דער ש"ך אין סק"ד ברענגט דא אראפ פון מהרש"ל און ב"ח, וואס חוץ מזה וואס זיי נעמען אן אז בשר בחלב וואס איז אסור נאר מדרבנן איז אויך אסור בבישול והנאה ווי געלערנט אין ס"א. האלטען זיי דא אז בשר חיה ועוף איז אסור לכו"ע בבישול והנאה ווייל זיי זענען חושש צו שיטת ת"ק אז אויך בשר חיה ועוף איז אסור מה"ת. ווי זיי ברענגען אז אזוי איז די שיטת מהרא"י (תרומת הדשן) אין זיינע הגהות אויפן שערי דורא, וואס שרייבט אז מען זאל חושש זיין צו שיטת התוספות אין חולין (ק"ד ע"ב) וואס פסקנ'ט אז בשר חיה ועוף איז אויך אסור מה"ת.

דהיינו תוס' באציעט זיך דארט אויף די גמרא: אגרא האט פארגעלערנט א ברייתא אז בשר עוף אין קעז קען מען עסן ווי הפקר און ער האט מסביר געווען דאס מיינט אן קיין וואשען די הענט און מויל אינצווישן. שרייבט תוספות אז די וועלט איז יא מקפיד נישט צו עסן קיין קעז נאך בשר עוף אן קיין נטילת ידים והדחת הפה. פארענטפערט תוספות די מנהג העולם אז אגרא לערנט בשר עוף איז נאר אסור מדרבנן וועגן דעם איז ער מקיל, אבער די וועלט האט אנגענומען אז בשר עוף איז אויך אסור מן התורה. זעהט מען דאך אז תוס' פסק'ט אז בשר עוף איז אסור מה"ת וועגן דעם נעמען מהרש"ל און ב"ח אויך אן שיטת תוס אז בשר עוף וחיה איז אסור מה"ת.

אויף דעם ברענגט דער ש"ך נאך פון זיין ספר ארוך מש"ך וואס ער דינגט זיך דארט מיטן מהרש"ל און ב"ח, און ער האלט אז דער הגהות שע"ד האלט אויך נישט להלכה אז חיה ועוף זענען אסור מה"ת נאר ער שרייבט דארט אז מען זאל חושש זיין צו שיטת התוס' אז מען זאל זיך וואשן די הענט אינצווישן עוף און גבינה, אבער לגבי די עצם הלכה פסק'נט דער הגהות שע"ד אז בשר עוף איז נאר אסור מדרבנן. און דער ש"ך ברענגט א ראי' אז דער הגהות שע"ד שרייבט בפירש ביי די סוגיא פון ביצים גמורות (זעה שפעטער ס"ה) אז היות בשר עוף בחלב איז נאר אסור מדרבנן האט מען נישט מחמיר געווען אויף ביצים גמורות, זעהט מען דאך אז די הגהות שע"ד האט נישט אנגענומען אז בשר עוף אז אסור מה"ת, מוז דאך זיין אז ער איז נאר חושש צו שיטת התוס' אז מען זאל זיך וואשן די הענט אינצווישן אבער די איסור איז נאר מדרבנן.

איי תוס' שרייבט דאך אז די סיבה פארוואס מען איז מחמיר איז וועגן מען נעמט אן אז בשר עוף בחלב איז מן התורה? קען מען דאך זאגען אנדערש ווי תוס' מיט דעם אז די וועלט האט געהאלטען אז אפילו עס איז אסור נאר מדרבנן עכ"ז דארף מען מחמיר זיין צו וואשען די הענט אינצווישן. בפרט אז פון תוס' איז דאך משמע אז זיי קומען נאר פארענטפערן די וועלט, אבער זיי לעצמם האלטען נישט דוקא אז ס'איז אסור מן התורה. ממילא קען מען דאך זיכער פארענטפערן די וועלט אנדערש אז די וועלט האט געהאלטען אז אגרא רעדט פון עסן פלייש נאך קעז, דעמאלס קען מען מקיל זיין, אבער אויב עסט מען קעז נאך פלייש דארף מען יא זיך וואשן די הענט, ווי דער רמב"ם לערנט טאקע אזוי באמת. ווי אויך קען מען טרעפן נאך חילוקים.

און דער ש"ך ענדיגט מיט א שטארקע לשון הרמב"ם ווי מען זעהט אז דער רמב"ם האלט אז בשר עוף איז אסור נאר מדרבנן. דער רמב"ם שרייבט אין ספ"ב מהלכות ממרים אז ווער עס זאגט אז בשר עוף בחלב איז אסור מה"ת איז עובר אויף בל תוסיף! נאר מען דארף מודיע זיין אז עס איז אסור נאר מדרבנן, כדי מענטשן זאלען נישט קומען מקיל זיין אויך ביי בשר בהמה בחלב וואס איז אסור מדאורייתא.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

המשך סעיף ג': ט"ז סק"ב - ש"ך סק"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נאכדעם איז דא דא א ברייטע שמועס וואס איז נישט אזוי ווייט נוגע להלכה (נאר ביי ווייטע פעלער) נאר מער אויפן לשון הטור. אנגעפאנגען אין בית יוסף נאכדעם צום ב"ח און ווייטער צום ט"ז (סק"ב) און ש"ך (סק"ג).

דער טור שרייבט צוזאמען די צוויי אויבן דערמאנטע הלכות, אז בהמה אדער חלב טמאה, און בשר חיה ועוף זענען נאר אסור מדרבנן. שטעלט זיך דער בית יוסף אז לכאורה נאכדעם וואס נישט כשר'ע פלייש אדער מילעך איז ממילא נישט מותר צו עסן אויב אזוי איז דאך נישט דא קיין שום סיבה אז די רבנן זאלען עס אסר'ן, און אויב אזוי וואלט דער טור געדארפט שרייבן " נישט כשר'ע פלייש אדער מילעך איז מותר בבישול ובהנאה, און בשר חיה ועוף איז אויך מותר בבישול ובהנאה און אפילו באכילה איז עס נאר אסור מדרבנן". און אזוי האט דער בית יוסף טאקע געשריבן אין שו"ע אנדערש ווי דער טור.

דער ב"ח פארענטפערט דעם טור, אז נישט כשר'ע בב"ח איז יא אסור מדרבנן, און אזוי איז די משמעות אין די משנה אין חולין אז די מחלוקת פון ר"ע און ריה"ג מיטען ת"ק איז נאר וועלכע בב"ח איז אסור מה"ת אבער מדרבנן איז לכו"ע אלעס אסור אויך דאס וואס דער ת"ק האט געזאגט נישט כשר'ע פלייש אדער מילעך.
איי וואס פארדינט מען פון די איסור מדרבנן, עס איז דאך ממילא אסור צו עסן ווייל עס איז נישט כשר? זאגט דער ב"ח אז ס'איז דא צוויי נפק"מ להלכה וואס וועט זיין הארבער אויב עס איז אויך אסור מטעם בב"ח מדרבנן.

א. די הלכה אין סימן צ"ב איז אז ביי בשר בחלב זאגען מיר חתיכה נעשה נבילה, דאס מיינט אז אויב א טראפען מילעך האט געאסרט א שטיקל פלייש, ווערט די גאנצע פלייש א עצם איסור און אויב די פלייש פאלט יעצט אריין אין א טאפ וואסער דארף זיין זעכציג מאל מער וואסער ווי פלייש, כדי די טעם וואס קומט ארויס פון די פלייש זאל ווערן בטל בששים, אפילו לכאורה אקעגן די טעם פון די מילעך פעלט נישט אויס אזוי פיל וואסער, אבער וויבאלד די איסור בשר בחלב איז דאך אויף ביידע זאכן סיי אויף די פלייש און סיי אויף די מילעך, און פאר זיך אליינס זענען ביידע מותר און נאר צוזאמען ווערט אן איסור, ממילא ווערן ביידע א עצם איסור ווי נבילה, און די טעם פון ביידע דארפן בטל ווערן.

איז דא א מחלוקת ראשונים אויב ביי שאר איסורין זאגט מען אויך חנ"נ, ביי אנדערע איסורים למשל א שטיקל נבילה האט געשפריצט אויף א ברויט און יעצט פאלט די ברויט אריין אין א טאפ וואסער, פעלט זיך אויס זעכציג אקעגן די טראפ נבילה פעטענס אדער אקעגן די גאנצע ברויט. רבינו אפרים האט געלערנט אז מען זאגט נישט חנ"נ און מ'דארף נאר זעכציג קעגן די טראפ נבילה פעטנס, ווייל די טעם וואס איז דא ביי בשר בחלב אז פאר זיך אליינס זענען ביידע מותר און נאר צוזאמען ווערט אן איסור איז נישטא ביי פעטענס פון נבילה. און ר"ת לערנט אז אויך ביי שאר איסורין זאגן מיר חנ"נ מדרבנן און מ'דארף האבן זעכציג אקעגן די גאנצע ברויט.

זאגט דער ב"ח, לויט רבינו אפרים איז דאך א גרויסע נפק"מ צו בהמה וחלב טמאה איז אויך אסור מדרבנן אלס בב"ח, ווייל אויב איז אסור מדרבנן וועלן מיר זאגן חנ"נ, און מ'וועט דארפן זעכציג אקעגן די גאנצע פלייש, און אויב איז נאר אסור אלס טמאה וועלן מיר נישט דארפן זעכציג אקעגן די גאנצע פלייש אדער אקעגן די גאנצע קעז.

ב. אפילו לויט רבינו תם איז אויך דא א נפק"מ להלכה אויב איז עס אסור מדרבנן. עס איז דא א דין אין סימן ק"א אז א חתיכה הראויה להתכבד, א שיין שטיקל וואס מען איז מכבד אן אורח דערמיט, האט א דין ווי א דבר חשוב און מדרבנן ווערט עס נישט בטל אפילו אויב איז דא אקעגן דעם טויזנט אנדערע שטיקלעך. אבער אויב איז די שיינע שטיקל א היתר וואס איז געווארען אסור ווייל עס האט באקומען א טעם פון א איסור, וערט עס יא בטל ווייל די איסור איז נישט ראויה להתכבד, אפילו אויב מיר האלטען חנ"נ ביי שאר איסורים. אויב אזוי ביי א פאל ווען עס וועט זיין א שיין שטיקל כשר'ע פלייש אדער קעז וואס וועט ווערן אסור ווייל עס איז געווארען געקאכט מיט טריפה מילעך/זופ, דעמאלס אויב איז עס נישט אסור אלס בב"ח וועט עס יא בטל ווערן ווייל די איסור איז נישט ראויה להתכבד אבער אויב איז עס אסור אלס בב"ח ווערט דאך די שיין שטיקל פלייש אויך א עצם איסור מדרבנן און עס וועט נישט בטל ווערן אין רוב.

[דער ש"ך אין סק"ג לייגט צו אז לויט אונז וואס מיר פסק'נען ווי ר"ת אז מען זאגט יא חנ"נ ביי שאר איסורים, איז דא נאך א נפק"מ להלכה, לויט ווי דער רמ"א אין סימן צ"ב סעיף ד' פסק'ט אז ביי לח בלח זאגט מען נישט ביי שאר איסורים חנ"נ, אויב עס מישט זיך אויס טמא'נע זופ מיט מילעך, אויב איז עס אסור נאר מצד טמא וועט מען נישט דארפן זעכציג אקעגן די מילעך, אויב איז עס אויך אסור מדרבנן דארף מען יא זעכציג אקעגן די מילעך].

וועגן דעם נעמט דער ב"ח יא אן ווי די טור אז אפילו בשר טמא אין חלב טהור איז אסור מדרבנן אלס בשר בחלב.

דער ט"ז (סק"ב) און דער ש"ך (סק"ג) דינגען זיך שטארק מיט דעם ב"ח און נעמען אן ווי דער מחבר אז טמא אז נישט אסור מדרבנן אלס בב"ח. וועגן אפאר טעמים. א. מיר טרעפן נישט אין קיין שום פוסק אז עס איז אסור מדרבנן. פארקערט זיי ברענגען א ראי' פון רש"י וואס זאגט ארויף די משנה (קי"ג.) בהמה טמאה מותר בבישול, אז באכילה דערמאנט נישט די משנה ווייל עס איז ממילא אסור אלס טמאה, איז משמע אז נאר מצד טומאה איז עס אסור און נישט מטעם בב"ח, ווייל אויב יא וואלט די משנה יא געדארפט זאגן אז מדרבנן איז עס אסור מדין בב"ח.

נאך זאגט דער ש"ך אז ס'איז אויך נישט מסתבר אז די רבנן זאלען אסר'ן טמא אלס בב"ח, ווייל וואס גייען זיי פארדינען פון דעם, עס איז דאך ממילא שוין אסור באכילה, און בישול קומט דאך נישט צו אלס בב"ח, (הגם דער ב"ח לשיטתיה האלט אז עס ווערט יא אסור בבישול ובהנאה, אבער דער טור האלט דאך אז נישט). און 'דאס' האט דער בית יוסף געמיינט צו זאגען, אז די רבנן האבן נישט געהאט קיין סיבה עס צו אסר'ן, און נישט ווי דער ב"ח האט פארשטאנען אז דער ב"י מיינט צו זאגן וואס וועט זיין די נפק"מ, און וועגן דעם האט ער געברענגט אפאר נפק"מ, נאר דער ב"י האט געמיינט צו זאגן וואס פאר א תועלת וועט זיין פון דעם. בשלמא בשר עוף בחלב איז דא א תועלת, אז מ'זאל נישט קומען מקיל זיין אין בשר בהמה בחלב אזוי ווי מ'איז מקיל אין בשר עוף בחלב ווי דער רמב"ם שמועסט אויס, אבער בשר טמא עסט מען דאך ממילא נישט איז וואס איז די תועלת עס צו אסר'ן?
בפרט זאגט דער ש"ך אז די גאנצע נפק"מ גייט דאך זיין נאר אין חתיכה הראויה להתכבד וואס די גאנצע זאך אז עס ווערט נישט טל איז נאר א דרבנן, [ווי אויך חנ"נ ביי שאר איסורין איז א דרבנן] איז נישט מסתבר צו זאגן אז מען האט געמאכט א דרבנן אויף א דרבנן.

נאך א קושיא פרעגט דער ט"ז אבער דער ש"ך אין נקודת הכסף האלט אז עס איז נישט קיין קושיא.
היות די גאנצע איסור פון חנ"נ איז דאך ווייל קודם זענען ביידע געווען היתר פאר זיך און נאר נאכדעם זענען ביידע צוזאמען געווארן א איסור זענען ביידע די עצם איסור. אויב אזוי דא איז דאך די טמא'נע פלייש שוין געווען א איסור טמא, אויב אזוי ווען יעצט ווערט עס געקאכט אין מילעך, קען מען דאך נישט זאגן אז יעצט ווערט א נייע איסור, עס איז דאך שוין געווען ממילא אסור. און אויב גייט מען זאגן אז די חכמים האבן עס דא געאסר'ט אפילו עס איז נישט שייך חנ"נ וועגן מ'זאל נישט קומען מקיל זיין אין די אנדערע איסורי בב"ח וואס דארט איז יא שייך חנ"נ, אויב אזוי וואלטען די חכמים אויך געדארפט אסר'ן בישול און הנאה, אטו די אנדערע איסורי בב"ח.

אויב אזוי פרעגט דער ט"ז איז דאך נישט דא די נפק"מ להלכה אז וועגן די איסור בב"ח דרבנן זאל עס ווערן חנ"נ. און אויך די אנדערע נפק"מ וועגן חתיכה הראויה להתכבד פאלט אוועק מיט דעם, ווייל היות די גאנצע סיבה פארוואס מען איז מחמיר ביי בב"ח אויף חתיכה הראויה להתכבד איז ווייל מ'זאגט אז די שיינע חתיכה איז געווארען א עצם איסור, אבער היות מ'זאגט נישט חנ"נ אפילו אויב איז עס אסור מדרבנן, איז דאך דא אזוי ווי סתם א איסור בלוע אין א שיינע שטיקל היתר וואס מען זאגט אז עס ווערט יא בטל.

אבער דער ש"ך אין נקודות הכסף האלט אז עס איז נישט קיין טענה, ווייל אה"נ אז מה"ת איז די שטיקל בש טמא שוין ממילא אסור, אבער כלפי דעם דין בב"ח דרבנן זאגן מיר אז ביידע שטיקלעך פלייש זענען דאך נישט אסור אלס בב"ח און נאר ווען עס שטעלט זיך צוזאם ווערן זיי ביידע א עצם איסור.

אין אנדערע ווערטער דער ט"ז לערנט אז נאר אויב עס איז בפועל מותר צו עסן וועלן מיר זאגען חנ"נ, אבער דער ש"ך לערנט אז אויב איז כלפי די איסור בב"ח איינס אליינס נישט אסור, און צוזאמען קומט די איסור זאגען מיר יא חנ"נ.

וועגן דעם נעמען די ש"ך און ט"ז יא אן ווי דער מחבר אז ביי בשר וחלב טמא איז נישט דא קיין איסור בב"ח מדרבנן.

און דער ט"ז ברענגט אז לויט ווי דער מהרש"ל האט גורס געווען אין טור, לערנט דער טור אויך ווי דער מחבר, ווייל ער לייגט צו איין ווארט אין די טור, די ווארט לא. דהיינו דער טור שרייבט אז נאר ביי כשר פלייש און מילעך גייט אן די איסור בשר בחלב אבער ביי טמא [נישט]. און בשר חיה ועוף וכו'.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

המשך סעיף ג'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

נאך א הלכה זאגען דער טור (שפעטער נאך ס"ה) און דער מחבר, אז פיש און היישעריקען (פאר די וואס ווייסן די מסורה וועלכע איז כשר), איז נישט אסור אפילו מדרבנן צו קאכען און עסן מיט מילעך.

דער ב"י אויפן פלאץ שרייבט אבער אז הגם להלכה איז נישט קיין שום פראבלעם אבער מחמת סכנה זאל מען נישט עסן קיין פיש מיט מילעך, ווי עס ווערט שוין געפסק'נט אין או"ח סימן קע"ג. דער ט"ז (סק"ג) און ש"ך (סק"ה), ברענגען אז דער לבוש אין עטרת זהב דא אויפן פלאץ פסק'נט טאקע ווי דער בית יוסף אז מען טאר נישט עסן פיש וואס איז געקאכט מיט מילעך מחמת סכנה. און זיי פרעגן אז לכאורה אין או"ח דארט שטייט נאר אז פיש איז אסור מיט 'פלייש' ווען א סכנה אבער מיט מילעך איז דאך נישט קיין סכנה? און ווי דער ש"ך איז מציין נאך וואס האלטען אז עס איז נישט קיין סכנה, און אויך האט ער א ראי' פון די גמ' אין מס' פסחים, און חוץ מזה איז דאך מעשים בכל יום אז מ'איז נישט חושש און עס איז נישט קיין סכנה, וועגן דעם נעמען זיי אן להלכה אז פיש מיט פלייש איז טאקע אסור מחמת סכנה אבער פיש מיט מילעך איז נישט קיין סכנה צו עסן.

דער פתחי תשובה אויפן פלאץ ברענגט נאך פון חינוך בית יהודה און פון פרמ"ג בשם כנה"ג אז די דאקטורים זאגען אז עס איז יא א סכנה צו עסן פיש מיט מילעך, און ער ברענגט דארט אז פיש מיט פוטער איז לכו"ע נישט קיין סכנה, אבער קעז ברענגט ער א רבינו חננאל אז עס איז די זעלבע ווי מילעך. אבער דער חת"ס נעמט יא אן ווי די ט"ז און ש"ך אז היות די וועלט איז נוהג לקולא און עס געשעהט גארנישט קען מען מקיל זיין, ווי אויך דער ערוה"ש און נאך.
לעצט פארראכטן דורך האנטעך אום דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סוגיא דמראית עין: רמ"א ס"ג –מחבר ורמ"א ס"ד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

רמ"א ס"ג

דער רמ"א אין ס"ג שרייבט אז די מנהג איז אז מען איז נישט חושש אויף מראית עין ביי בשר עוף מיט מאנדעל מילעך, דהיינו אויב איינער עסט בשר עוף וואס איז געווען געקאכט אין מילעך, איז מען נישט חושש אז מען וועט מיינען אז דאס איז געהעריגע מילעך און ער איז עובר אויף איסור בשר בחלב, ווייל היות בשר עוף איז אסור נאר מדרבנן איז דאך נאר א חשש אז מען וועט חושד זיין אז ער האט עובר געווען א איסור דרבנן, און מען איז נישט חושש אויף מראית עין ביי אן איסור דרבנן. אבער ביי בשר בהמה זאל מען חושש זיין און לייגען מאנדלען נעבן די מילעך אז עס זאל זיין קענטיג אז עס איז מאנדל מילעך, און דער ש"ך אין סק"ו איז מדגיש אז דאס איז נאר אויב עס איז געקאכט געווארען אין מילך, ווייל אויב נישט איז עס דאך אויך נישט אסור מה"ת ווייל נאר דרך בישול איז אסור.

די מקור פון די רמ"א איז אין סימן ס"ו (אות ט) און אין תורת חטאת (כלל ס"ב דין ח), וואס דער רמ"א ברענגט דארט צו דעת מהרש"ל (יש"ש פכ"ה סנ"ב) אז פונקט ווי די הלכה ביי הלכות דם איז, אז אויב איינער טרונקט בלוט פון א פיש וואס איז נישט אסור, דארף ער צולייגען דערנעבן פלוס פעדערן וואס ווייזען אז די בלוט איז פון א פיש, כדי מען זאל נישט צוקומען אים חושד צו זיין אז ער טרונקט בלוט פון א בהמה וואס איז אסור. די זעלבע זאך זאגט דער מהרש"ל אז פורים, וואס די סדר איז געווען צו עסן פלייש געקאכט אין מאנדל מילך, דארף מען לייגען מאנדלען אין אדער נעבן דעם, כדי דער עולם זאל נישט חושד זיין אז ער עסט בשר בחלב, און בפרט ביי בשר עוף וואס דער עולם קען נאך צוקומען צו מקיל זיין און מיינען אז די הלכה איז ווי ריה"ג אז עס איז מותר צו עסן בשר עוף בחלב. און דער רמ"א דינגט זיך דארט מיט די מהרש"ל ווייל נאר ביי די איסור דם וואס מען וועט אים חושש זיין אז ער איז עובר א איסור מדאורייתא און נאך א איסור כרת, דארף מען חושש זיין אויף מראית עין, אבער ביי אן איסור דרבנן קען מען מקיל זיין, און מען דארף נישט לייגען קיין מאנדלען אלס א היכר.

דער ט"ז (סק"ד) האלט מעיקר הדין ווי דער רמ"א און ווי דער מנהג איז טאקע געווען ווי דער רמ"א, אבער ער
לייגט צו אז לכתחילה זאל מען יא מחמיר זיין צו לייגען מאנדלען אפילו ביי בשר עוף אין מאנדל מילך, ווייל אפילו מען דארף נישט חושש זיין אויף מראית עין, אבער אויב מ'קען מתקן זיין אז עס זאל נישט קומען צו קיין חשד איז מען מתקן, אויב אבער האט ער נישט קיין שקדים קען מען זיכער מקיל זיין און עס עסן אן קיין שקדים.

און ער ברענגט א ראי' צו זיין פסק, אזוי ווי מיר פסק'נען אין ס"ד ביי חלב אשה וואס איז אויך מותר (צו עסן אין א כלי), איז די הלכה אז עס איז אסור לכתחילה, און בדיעבד איז עס מותר, (ווי מיר וועלן לערנען שפעטער) די זעלבע זאך ביי בשר עוף בחלב שקדים אויב האט מען נישט קיין שקדים קען מען מקיל זיין. אויך איז ער עס מדייק פון דעם לשון הרמ"א וואס שרייבט די לשון יש להניח שקדים, וואס מיינט נאר לכתחילה אבער בדיעבד איז גוט אן שקדים אויך.

[דער פרמ"ג און רע"א פרעגן אויף די ראיה אז אין ס"ד אין מחבר שטייט נישט קיין חילוק וועלכע פלייש, נאר סתם א יעדע פלייש איז אסור צו (קאכן און) עסן מיט חלב אשה אפילו בדיעבד, און אויב גייט מען זאגען אז דער רמ"א דארט איז מקיל ביי בשר עוף (זעה שפעטער) שטייט דאך נישט דארט אז עס איז אסור לכתחילה?
און רע"א פרעגט נאך א קושיא די לשון הרמ"א יש להניח שטייט ביי בשר בהמה אין חלב שקדים, און מען קען דאך נישט זאגען אז ביי בשר בהמה איז מען אויך מתיר בדיעבד ווען מען האט נישט קיין חלב שקדים,אבער דער פתחי תשבה האט אנגענומען א לויט דעם ט"ז איז טאקע אפילו ביי בשר בהמה מותר אויב האט ער נישט קיין שקדים].

דער ש"ך (סק"ו) דינגט זיך מיטן רמ"א און ער האלט ווי דער מהרש"ל אז אויך ביי בשר עוף בחלב שקדים דארף מען לייגען שקדים אלס מראית עין, ווייל אפילו ביי א איסור דרבנן דארף מען חושש זיין אויף חשדא, ווי ער ברענגט א ראי' אז ביי איסור דרבנן איז מען חושש אויף מראית עין: מען טאר נישט ארויס גיין שבת מיט א בהמה וואס האט א גלעקל אלס חשש אז עס זעהט אויס ווי ער גיט פארקויפן די בהמה און פארקויפן שבת איז א איסור דרבנן אז ער זאל נישט צוקומען צו שרייבן. אויך איז ער א מציין א תוס' אין מסכת כתובות (דף ס) אז אפילו ביי א איסור דרבנן איז מען חושש אויף מראית עין.

[עס איז דא אחרונים וואס פארענטפערן אז דער רמ"א איז אויך מודה אז מראית עין איז אסור ביי דרבנן, אבער דער רמ"א האלט אז דאס איז נאר בפרהסיא אבער ווען איינער קאכט ביי זיך אינדערהיים, וואס דאס האט א דין ווי בצינעא, דארף מען נישט חושש זיין. און אפילו די הלכה איז אז וואס מען טאר נישט טאן בפרהסיא אלס חשד טאר מען אויך נישט טאן בחדרי חדרים, אויף דעם איז מען נישט חושש ביי א איסור דרבנן.

און אזוי פסק'נט דער פרמ"ג און דער פת"ש להלכה, אז אינדערהיים קען מען מקיל זיין אבער ביי סעודות גדולות ווי חתונות וכדומה זאל מען מחמיר זיין צו לייגען שקדים און אפילו ביי צונן בצונן, וואס איז נאר א איסור דרבנן, און אפילו מען עסט עס נישט צוזאמען, איז דא דא חשדא אויף איסור צו עסן איינס נאכן אנדערן אן ווארטען אינצווישן.

און עס קען זייער נוגע להלכה אויב מ'סערווירט קאווע מיט קאפי ווייטנע"ר נאכן טשולענט, אז מען דארף עס אריין שיקן ביי חתונות אין זייער באטעל, אז דער עולם זאל זעהן אז עס איז נישט קיין ריכטיגע מילעך. (דער בדי השולחן האלט אז א סתם א צעטל איז נישט גענוג, אבער אין זייער באטל איז יא א גוטע היכר).
אבער אויב האט מען אפגערוימט די טישן פון די פלייש דארף מען נישט חושש זיין, (כנה"ג וכן פסק הבדה"ש).

בדיעבד אויב האט מען געקאכט בשר בהמה אדער בשר עוף ביי א סעודה גדולה און מען האט נישט קיין מאנדלען, נעמען מיר אן אז ווי די ש"ך אז אפילו בדיעבד איז עס אסור, חוץ דארט ווי מען ווי עס פעלט אויס לרפואה].

אויב איז אויך אסור צו קאכן בשר בהמה אין מאנדלען מילך, וועלן מיר לערנען אין ס"ד אז לויט די ש"ך איז מותר, און פון משמעות הט"ז זעהט אויס אז עס איז אסור.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דער מחבר פסק'נט אז מען טאר נישט קאכן פלייש אין חלב אשה וועגן מראית העין, אז מען וועט מיינען אז עס איז געהעריגע מילך און ער איז עובר אויף איסור בב"ח, און אויב האט מען יא געקאכט טאר מען עס נישט עסן, נאר אויב איז עס אריין געפאלען אין א פליישיגע תבשיל, ווערט עס בטל אפילו עס האט נישט קיין שיעור צו מבטל זיין דעם טעם. [און אויב האט ער עס אריין געמישט במזיד איז עס אסור פאר אים און פאר וועם מען האט עס געמאכט און מותר פאר אנדערע, רע"א]. (די מקור פון די סעיף איז א תשובת הרשב"א מובא בב"י).

זאגט דער רמ"א אז לויט דעם איז כל שכן אז ס'איז אסור צו קאכן לכתחילה בשר טמאה אין חלב טהורה אדער בשר טהורה אין חלב טמאה וועגן מראית עין, [די כ"ש איז ווייל חלב אשה איז נישט קיין סדר צו עסן, אויב ביי דעם איז אסור צו קאכן כ"ש ביי בשר טמאה, יד יהודה].

- די לשון לכתחילה וואס דער רמ"א זאגט, מיינט נישט אז בדיעבד מעג מען עס קאכן, ווייל אפילו ביי חלב אשה איז עס דאך אסור בדיעבד, אויב איז עס נישט בטל, ווי מיר האבן געלערנט אין מחבר, נאר דער רמ"א מיינט צו זאגען אז אויב איז א שעת הדחק ווי עס פעלט אויס לרפואה אפילו פאר א חולה שאין בו סכנה קען מען מקיל זיין און עס קאכן, און די זעלבע דין איז ביי אלע חלב וואס איז נאר אסור מחמת מראית עין ווי חלב וואס מען האט געמעלקט פון א טויטע קי, ווי מיר וועלן לערנען שפעטער אין ס"ו. ט"ז סק"ד.

דער רמ"א פירט אויס אז עס איז נאר אסור צו קאכן און עסן ביי בשר בהמה, אבער ביי בשר עוף דארף מען נישט חושש זיין. [און ווי די אחרונים (פרמ"ג) נעמען אן אז דער רמ"א רעדט אויך פון חלב אשה, אז ביי עוף איז מען נישט חושש און מען מעג עסן און קאכן, ווייל דער רמ"א גייט לשיטתו אין ס"ג אז ביי איסור דרבנן איז מען נישט חושש אויף מראית עין. [לויט ווי די אחרונים דארט זענען מחמיר ביי סעודות גדולות דארף מען אויך מחמיר זיין אויף חלב אשה ביי סעודות גדולות].

דער ט"ז נעמט אן דעם שיטת רמ"א להלכה, (מפשטות לשונו זעהט אויס אז ער האלט אז דער רמ"א רעדט סיי פון קאכען און סיי פון עסן, נישט ווי דער ש"ך), און לפ"ז זאגט דער ט"ז וועט אויך זיין אסור צו קאכן בשר עוף בחלב משום מראית עין, וואס בשר עוף בחלב האט מען דאך טאקע גוזר געווען צו עסן אלס בב"ח און אפילו למעשה אויף בישול האבן מיר נישט גוזר געווען, אבער זיכער איז דא א ענין צו מחמיר זיין צו די שיטה אז בשר עוף בחלב איז דאורייתא, בצירוף מיט די חשש מראית עין, און נישט ווי די לבוש האלט אז מען איז נישט חושש אויף מראית עין ביי בשר עוף בחלב, ווייל מ'דערקענט א חילוק צווישן בשר עוף און בשר בהמה. אויף דעם זאגט דער ט"ז אז קודם אסאך דערקענען נישט קיין חילוק, און אפילו אויב יא איז עס אסאך מאל צושניטען שטארק און מען דערקענט נישט אז עס איז בשר עוף, ובפרט אז עס איז נאך דא אויך די חשש וואס דער מהרש"ל שרייבט אז מענטשן קענען זיך טועה זיין אז די הלכה איז אז בשר עוף בחלב איז מותר אפילו צו עסן, ממילא דארף מען יא מחמיר זיין.

(לכאורה דארף מען פארשטיין דעם ט"ז, דער רמ"א האלט דאך אז ביי אן איסור דרבנן איז מען נישט חושש אויף מראית עין און וועגן דעם איז ער מתיר בשר עוף בשקדים וחלב אשה, אויב אזוי פארוואס האלט דער ט"ז אז מ'איז יא חושש לויט דעם רמ"א, און אפילו אויב דער ט"ז האלט אז מען דארף חושש זיין בצירוף מיט די אנדערע טעמים וואס דער ט"ז האט געשריבן, אבער אויב אזוי פארוואס ביי בשר עוף בחלב אשה ושקדים איז מען נישט חושש אויף דעם?

דער בדי השלחן איז מסביר אז דא איז מען חושש ווייל עס איז נאר דא איין חשש אויף בשר עוף אז מ'גייט זיך טועה זיין אז עס איז בשר בהמה, אבער ביי בשר עוף בחלב אשה ושקדים, איז די חשש אז מען גייט זיך טועה זיין סיי אויף די בשר אז עס איז פון א בהמה און סיי אויף די חלב אז עס איז פון א בהמה, און צוויי חששות איז מען שוין נישט חושש).

דער ש"ך (סק"ז) האלט אז ביי בישול איז נישט דא קיין חשש מראית עין, ווייל אפשר קאכט ער פאר א חולה אדער פאר אנדערע זאכן, און דאס וואס דער מחבר און רמ"א שרייבן אסור לבשל מיינט אסור צו קאכן און 'עסן נאכדעם', און אזוי ווי די תורה נוצט די לשון בישול אויפן איסור אכילה און אויך די משנה, (זעה ש"ך סק"ב. ווי אויך די לשון המחבר אין ס"ה אסור לבשלם דארף מען טייטשען קאכן און עסן).

[דער הגהות אמרי ברוך שטעלט זיך אויפן ש"ך אז לכאורה איז דאך א איסור בישול פונקט אזא איסור ווי עסן, און אויב מיינט דער ש"ך צו זאגען אז מען קען מיינען אז ער קאכט פאר א חולה שיש בו סכנה, אויב אזוי קען דאך רוב חששות פון מראית עין בטל ווערן?]

און מיט דעם איז דער ש"ך מסביר: א. פארוואס די פוסקים ווי אויך דער מחבר אין ס"ג שרייבן אז בשר טמאה איז מותר בבישול סתם, ווייל דארט איז נישט שייך צו עסן נאר צו קאכן און קאכן איז מותר. און נאר ביי חלב אשה וואס איז שייך אכילה דארט זאגט די מחבר אז עס איז אסור מחמת מראית העין און ער מיינט צו זאגן באכילה.

ב. שיטת הרמ"א אין ס"ג האלט דער רמ"א אז מען דארף לייגען מאנדלען מיט די מאנדל מילך אויב מען עסט עס ווען עס איז שוין געווען געקאכט, (זעה ש"ך אויבן סק"ו אז עס רעדט זיך נאר אויב עס געווען געקאכט, ווייל אויב נישט איז עס נאר א מראית עין פון א איסור דרבנן וואס דער רמ"א איז נישט חושש) זאגט דער ש"ך, אויב איז דא א חשש מראית עין אויך ביי בישול, וויאזוי האט ער עס געמעגט קאכן, און דאס איז נישט מסתבר אז עס רעדט זיך ווען ער האט געלייגט מאנדלען נעבן די טאפ, אלא מאי קאכן איז נישט אסור מחשש מראית עין.

[דער פרמ"ג פרעגט דא אויפן ש"ך אז לכאורה איז דאך נישט משמע אזוי פון די רמ"א, ווייל די רמ"א ביי אונז אסר'ט דאך יא בשר טמאה בחלב, און על כרחך רעדט ער דאך פון קאכן, אויב אזוי האט ער יא געהאלטען אז עס איז דא א איסור מראת העין אפילו ביי בישול, און לפ"ז דארף מען זאגן אז אין ס"ג ביי שקדים דארף מען טאקע לייגען די שקדים אויך ביים קאכן. און עס איז משמע אז ער נעמט אן די ט"ז להלכה אז עס יא אסור צו קאכן אלס איסור מראית עין, איי לויט דעם פארוואס זאגט נישט די מחבר די הלכה ביי בשר עוף בחלב אז עס איז אסור משום מראית עין, ווייל ער לערנט ווי די לבוש אז עס איז מינכר, און מען איז נישט חושש משום מראית עין, אויך פון אנדערע אחרונים איז משמע אז זיי נעמען אן לחומרא דלא כהש"ך נאר ווי דעם ט"ז, ווי דער בדי השלחן איז מציין].
...
דער ט"ז שטעלט זיך, אז אין דרכ"מ פרעגט דער רמ"א א קושיא אויפן רשב"א -וואס איז די מקור פון די מחבר און האלט- אז מען טאר נישט קאכן בשר אין חלב אשה, אז לכאורה וואס איז עס אנדערש פון חלב טמאה וואס עס איז מותר צו קאכן, און מען איז נישט חושש אלס מראית העין ווי מיר האבן שוין געלערנט אין ס"ג, און אויך אז דער רשב"א אליינס אין תורת הבית ברענגט נישט קיין איסור מראית העין נאר איז מתיר צו קאכן, און פארוואס דא אין שו"ע נעמט דער רמ"א אן דעם רשב"א און ער זאגט אז לפי זה איז כ"ש ביי חלב טמאה אסור?

דער ט"ז (סק"ד) שרייבט אז ער וואלט ווען מחלק געווען לויט דעם רשב"א, אז דוקא ביי חלב אשה האט מען גוזר געווען מחמת מראית עין ווייל ס'איז דומה לבשר בחלב ווייל ביידע פאר זיך איז מותר צו עסן, (נאכדעם וואס איז נפרש געווארען אין א כלי, זעה סימן פ"א ס"ז) און צוזאמען זעהט עס אויס ווי בב"ח, אבער טמאה היות פאר זיך אליינס איז עס אויך אסור צו עסן, איז עס ווי אן אנדערע זאך און מען האט נישט גוזר געווען אויף מראית העין, אפילו מען וועט מיינען, ווייל אויף די זעלבע מין איז מען גוזר נישט אויף קיין אנדערע זאכן. ולפ"ז וואלט אויסגעקומען אז בהמה בחלב אשה איז אסור און בהמה טמאה בחלב איז מותר, אבער להלכה נעמט דער ט"ז אן ווי די רמ"א אז ביידע זענען אסור מחמת מראית עין.

דער ש"ך אין סק"ז ענפערט אויף די קושיא פון דרכ"מ און ט"ז, לשיטתו אז די איסור איז נאר אויף אכילה און נישט אויף בישול איז דאך זייער גוט, ווייל ביי טמאה איז אסור נאר בבישול ווייל מען טאר דאך ממילא עס נישט עסן, וועגן דעם איז מען נישט חושש אויף מראית עין, אבער ביי חלב אשה איז מען יא חושש אויף מראית עין.

נאך צוויי תירוצים זאגט דער ש"ך וואס מען וואלט געקענט ענפערן אפילו אויב מען לערנט אז עס איז יא דא א חשש מראית עין ביי בישול.

א. אז דאס וואס עס שטייט אין ס"ג אז בשר טמאה בחלב איז מותר מדרבנן דאס איז נאר כלפי די עצם איסור אבער אה"נ אז עס איז אסור אלס מראית עין, און עס איז נוגע להלכה אין א פאל ווען מען איז נישט חושש אויף מראית העין צום ביישפיל ווען מען דארף עס לרפואה אפילו עס איז נישטא קיין סכנה, וואס מען איז נישט חושש אין אזא פאל משום מראית העין, ווי דער מהרש"ל (פכ"ה ס"ק) שרייבט. און רע"א לייגט צו אז דער רשב"א אליינס אין די תשובות (תשובות תולדות האדם ח"ג סי' רנ"ז) שרייבט אז בשר טמאה בחלב איז אסור אלס מראית העין.

ב. בשר טמא ווי אויך חלב טמא זעהן אויס אנדערש ווי כשר'ע פלייש און מילך, ווי די גמרא אין ע"ז (ל"ה:) זאגט אז חלב טמא איז אביסל מער גרינער ווי חלב טהור, וועגן דעם האלט דער רשב"א אז מען איז נישט חושש אויף מראית עין, משא"כ חלב שקדים ואשה איז יא דומה צו געהעריגע מילך דארף מען יא חושש זיין וועגן מראית עין.
דער בדי השלחן האלט אז דאס וואס איז אסור בבישול משום מראית עין איז אויך אסור בהנאה.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סיכום:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

סיכום אויף די סוגית חששא למראית עין.

בשר בהמה- קאכן מיט חלב שקדים אשה טמאה: לויט די רמ"א און ט"ז און אזוי נעמען אן די אחרונים להלכה, איז עס אסור מחמת מראית עין. -חוץ ביי מאנדעל מילך אויב לייגט ער שקדים אלס היכר-. לויט דעם ש"ך אין סק"ז איז עס מותר, ווייל עס איז נישט דא קיין חשש מראית עין ביי בישול.

בשר בהמה- עסן מיט מילך פון מאנדלען אדער אשה: אויב איז עס געווארן געקאכט אינאיינעם: איז עס אסור צו עסן אלס מראית עין, חוץ ביי מאנדעל מילך אויב לייגט ער שקדים אלס היכר. און אויב איז עס נישט געווארען געקאכט אינאיינעם, לויט ווי דער ש"ך לערנט אין רמ"א איז עס מותר, ווייל עס איז נאר א איסור דרבנן. אבער לויט דעם ש"ך וואס איז מחמיר און האלט אז עס איז אסור אפילו חשש מראית עין פון א איסור דרבנן איז דא אויך אסור, און לויט די שיטות פון די אחרונים אז דער רמ"א איז נאר מתיר בצינעא וועט עס זיין אסור ביי סעודות גדולות, און אזוי נעמען מיר אן להלכה (בדי השלחן).

בשר עוף- קאכן מיט חלב שקדים אשה טמאה: דער רמ"א איז מתיר ווייל עס איז נאר אן איסור דרבנן. דער ש"ך איז אויך מתיר דא ווייל ער האלט אז ביי בישול איז נישט דא קיין חשש מראית עין, לויט די אחרונים וואס זענען נעמען אן ווי דעם ט"ז אז ביי בישול איז יא דא א חשש מראית עין, און זיי האלטען אז דער רמ"א איז נאר מתיר בצינעא, וואלט מען ווען געדארפט אסר'ן, אבער דער בדי השלחן איז מתיר ווייל עס איז צוויי חששות סיי אויפן עוף אטו בהמה און סיי אויפן מילעך, איז מען נישט חושש. נאך א סיבה צו מקיל זיין נלענ"ד פשוט ווייל אין קאך איז נישט קיין בפרהסיא ווייל דער עולם קומט נישט אריין דארט.

בשר עוף- קאכן מיט חלב בהמה: לויט דעם לבוש איז עס מותר ווייל עס איז מינכר אז עס איז נישט ווי בהמה, און לויט דעם ט"ז איז עס אסור ווייל עס קען אמאל ווערן צושניטען אז מען זאל נישט דערקענען, (בצירוף מיט נאך טעמים לאיסורא), לויט דעם ש"ך איז עס מותר ווייל ביי בישול גייט נישט אן קיין מראית עין. לויט די אחרונים בפרהסיה, וועט זיין אסור ווייל דא איז נאר איין חשש אויף די עוף. (אבער אויב דער עולם דרייט זיך נישט אין קאך וועט זיין מותר כדלעיל).

בשר עוף- עסן מיט מילך פון מאנדלען אדער אשה: לויט דעם רמ"א איז מותר ווייל עס איז נאר א איסור דרבנן, לויט דעם ש"ך איז אסור, (חוץ ביי מאנדעל מילך אויב לייגט ער שקדים אלס היכר), לויט דעם ט"ז לכתחילה אויב האט ער שקדים דארף ער לייגן שקדים, אויב האט ער נישט איז מותר אן דעם. לויט די אחרונים איז אסור ביי סעודות גדולות אן א היכר ווי שקדים, אדער די באטעל אין וואס ס'קומט די קאפי ווייטנע''ר.

- אויב דארף מען עס לרפואה, אפילו עס איז נישט קיין סכנה, איז נישט דא די איסור פון מראית עין.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ערשטע PDF פרינטס עס ארויס און לערנט עס איבער.
נא מאנקי ביזנעס מ'גייט פארהערן...
אטעטשמענטס
סימן פ''ז סעיפים א-ד.pdf
(102.47 KiB) געווארן דאונלאודעד 469 מאל
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

די אייער וואס מען טרעפט אין די האן נאכן שחט'ן, איז דא א שאלה צו האט עס אן הלכה ווי אייער וואס איז נישט אסור מיט מילך אדער היות ס'איז נאך אין די האן, צו ס'האט א דין פון פלייש און עס איז אסור מיט מילעך, אויף דעם איז די הלכה אין טור און אין מחבר אז עס אויב איז עס שוין גענדיגט האט עס שוין די הלכה ווי אייער און מען מעג עס עסן מיט מילעך.

די מקור פון די טור און מחבר איז א ברייתא אין מסכת ביצה (ז' ע"א) לויט דעם ת"ק איינמאל די אייער זענען שוין גענדיגט איז עס מותר צו עסן מיט מילעך און לויט ר' יעקב איז נאר מותר ווען עס איז שוין נישט 'מעורות בגידין' איינגעוויקלט מיט אדערן, און די טור און מחבר נעמען אן ווי די ת"ק, אבער די ש"ך (סק"י) נעמט יא אן ווי ר' יעקב, ווי מיר וועלן שפעטער לערנען.

ווען הייסען די אייער שוין גענדיגט? פאר אונז וועלן ענטפערן די שאלה לאמיר קודם זעהן די שלבים וויאזוי די אייער ווערט געמאכט.

די אייער ווערט געמאכט אונטען פון דעם חוט השדרה איז דא אזוי וי א געהענגל פון אייער, און דארט ווערט עס געמאכט, און שפעטער ווען די איי ווערט שוין מער געצייטיגט רייסט זיך דאס אראפ פון די אשכול.

קודם ווערט די 'חלמון' דאס איז די געלע חלק פון די איי. נאכדעם קומט די 'חלבון' דאס איז די וויסע חלק.

נאכדעם קומט א 'קליפה רכה' א וויכע שאלעכץ, און נאכדעם פארהאטעוועט זיך די שאלעכץ און עס ווערט ווי א געהעריגע איי.

די געלע חלק ווערט באשאפן ווען די איי איז נאך מחובר צום אשכול. בדרך כלל ווען די געלע חלק איז שוין בשלימות דעמאלס רייסט זיך עס אפ פונם אשכול, אבער פון געוויסע ראשונים איז משמע אז אמאל קען נאך ווערן די ווייסע חלק ווען עס איז נאך אויפן אשכול. (דער יד יהודה שטעלט זיך אז די מציאות איז אז אייביג נאך די חלמון רייסט זיך עס אפ, דארף מען פארשטיין די ראשונים וואס זאגן אז אמאל קען נאך זיין די חלבון און קליפה רכה אויך אויפן אשכול).

...
עס איז דא פינעף שיטות אין די ראשונים, ווען די איי הייסט שוין גענדיגט, און מען קען עס שוין עסן מיט מילעך.


א. שיטת רש"י והרא"ש:
אויב ס'האט נאר א חלמון די געלע חלק און עס איז נאך ארום געוויקלט מיט די אדערן, הייסט עס שוין פארטיג. די שיטה ברענגט דער טור אראפ.

[דער בית יוסף שמועסט אויס אז בפשטות איז משמע פון רש"י און דעם רא"ש אז זיי רעדן ווען עס איז נאך באהאפטען, אבער פון דעם לשון הטור איז משמע אז ער האט אפגעלערנט רש"י און דעם רא"ש אז זיי רעדן ווען עס איז שוין אראפ געקומען פון דעם געהענגעל.

ווייל דער טור שרייבט די לשון 'אויב איז שוין דא די געלעכיל און עס איז נאך רויט און ארום געוויקלט אזוי ווי די הויפן אייער אויפן אשכול איז עס שוין געענדיגט' איז משמע אז עס איז שוין אראפ געקומען נאר עס איז רויט, און 'עס זעהט אויס' ווי א הויפן אייער וואס איז נאך מחובר, אבער באמת איז עס שוין נישט מחובר, נאר דעמאלס איז עס שוין גענדיגט. לויט דעם רעדן זיי דוקא ווען עס איז שוין אראפ געקומען.

און אויך זעהן מיר אז נישט תיכף ווען עס איז אראפגעקומען איז עס שוין גענדיגט, ווייל אויב יא וואלט דער רא"ש נישט געדארפט ענדיגען אז דאס איז נאר אויב די געלעכיל איז שוין גענדיגט, ווייל אייביג ווען עס איז אראפ געקומען איז די געלעכיל שוין געענדיגט, אלא מאי אז תיכף ווען עס קומט אראפ הייסט עס נאך נישט גענדיגט ביז א שטיקל צייט שפעטער.

אבער דער ש"ך (סק"י) נעמט יא אן אין רש"י ווי עס איז די פשטות אז זיי זענען מתיר ווען עס איז נאר די די חלמון און עס איז נאך באהאפטען צו די אשכול].

ב. שיטת הרשב"א והר"ן: ווען די חלמון און די חלבון זענען שוין גענדיגט אפילו אויב עס האט זיך נאכנישט אפגעריסן פון די אשכול נאר עס איז נאך 'מעורות בגידין' איז עס שוין פארטיג לויט די ת"ק וואס מיר פסק'נען ווי אים. און דאס איז איינס פון די שיטות וואס דער טור ברענגט, און דער מחבר פסק'נט אזוי ווי אים.

ג. שיטת רבינו יהונתן: עס הייסט נאר געענדיגט ווען די געלע און ווייסע זענען שוין געענדיגט, און נאר אויב עס איז שוין אראפ געקומען פון די אשכול.

ד. ארחות חיים: ווען עס האט שוין אויך די ווייכע שאלעכץ.

ה. שיטת המרדכי בשם הרשב"ם: ווען די שאלעכץ איז שוין געווארען הארט.

[לויט רבינו יהונתן אן דער רשב"ם וואס זענען מחמיר אז עס זאל נישט זיין מעורות. לערנט דער ש"ך אז זיי פסק'נען ווי שיטת ר' יעקב אז אויב איז נאך מעורות איז עס אסור, אפילו עס איז שוין גענדיגט.
אבער דער דגול מרבבה איז מסביר אז זיי האבן געלערנט אז דער ת"ק האלט אז גמורות מיינט גענצליך גענדיגט מיט די דרויסנדיגע שאלעכץ, און ר' יעקב אז מקיל אז ווען עס איז שוין נישט מעורות, אפילו עס איז נאכנישט גענדיגט האט עס שוין נישט קיין דין בשר, און זיי פסק'נען לחומרא ווי דער ת"ק.].

...
די זעלבע שאלה וואס איז לגבי בשר בחלב איז אויך לגבי מליחה. צו האבן די אייער א דין בשר און מ'דארף עס זאלצען אדער אז דין בצם און מ'דארף עס נישט זאלצען. (אין סימן ס"ו איז מבואר ווען מדינא איז מותר צו עסן דם ביצים, אבער למעשה איז מען מחמיר ביי יעדע בלוטס טראפ).

דער בית יוסף ברענגט אז בעצם היות בשר עוף איז נאר מדרבנן וואלט מען געדארפט אננעמען לקולא, און כש"כ לענין מליחה, וואס איז אויך נאר א דרבנן, און דארט איז נאך דא א חשש אז אויב איז די אייער שוין גענדיגט זאל מען גאר נישט טארען מחמיר זיין, ווייל עס איז א חומרא דאתי לידי קולא, ווייל די סיבה פארוואס מ'קען זאלצען פלייש צוזאמען אפילו עס קען איינזאפען די בלוט וואס א אנדערע שטיקל האט ארויס געגעבן איז, ווייל מיר זאגן אז איידי דטריד למיפלט לא בלע, אז היות עס איז טרוד ארויס צו געבן זיין בלוט נעמט עס נישט אריין, אבער אויב די אייער איז שוין גענדיגט און האט שוין נישט קיין בלוט, און ווען מ'זאלצט עס צוזאמען מיט אנדערע שטיקער פלייש איז עס יא בולע פון זיי.

אבער פירט דער בית יוסף אויס, די וועלט פירט זיך למעשה ווי דער רשב"א אז נאר ווען ס'האט שוין די געלע מיט די ווייסע חלק איז עס געענדיגט, און אזוי נעמט דער בית יוסף אן להלכה אין שו"ע. (די הלכה פון מליחה שטייט אין סימן ע"ה סעיף א')

אבער דער דרכ"מ ברענגט נאך דעם שיטת המרדכי אז נאר ווען עס איז גענדיגט מיטען קליפה החיצונה איז עס גענדיגט, און די זעלבע ברענגט ער פון דעם מהרא"י אין הגהות שע"ד אז נאר ווען די קליפה החיצונה איז הארט האט דעם דין גמורות.

און ער ברענגט אז אפילו ווען עס איז שוין אינגאנצען הארט פירען זיך די נשים א חומרא אז האט די דין ווי בשר,

און ער ברענגט אז הגם עס האט נישט קיין סיבה על פי פשטות, נאר עס קיין זיין אז די סיבה איז ווייל די גמרא
אין כתובות דף ס' נוצט די משל פון די אייער וואס זענען גמורות, ארויס צו ברענגען אז אפילו אזא פשוטע הלכה טאר א תלמיד נישט פסק'נען בפני רבו (ווי תוס' דארט איז מסביר), ממילא קען זיין אז פון דעם איז געווארען די מנהג אז מען פסק'נט נישט דערויף לקולא.

און ער ברענגט צו אויך פון איסור והיתר הארוך, אז אפילו עס האט שוין די קליפה החיצונה, אבער אויב פארקויפט מען נאך נישט אזעלכע אייער אין מארק זאל מען נאך מחמיר זיין.

און ער פירט אויס אז מען זאל עס זאלצען עקסטער נישט צוזאמען מיט די אנדערע פלייש, כדי חושש צו זיין אויפן חומרתת הבית יוסף.

אבער למעשה אין שו"ע דינגט זיך נישט דער רמ"א מיטען מחבר וואס נעמט אן ווי דער רשב"א אז איינמאל עס האט שוין די געלע און ווייסע אפילו עס האט נאך נישט קיין קליפה און אפילו עס איז נאך מחובר האט עס שוין די דין גמורות. (דער ש"ך (סק"י) שטעלט זיך שוין פארוואס טאקע דינגט זיך נישט דער רמ"א אין שו"ע).

אבער דער ט"ז (אין סק"ו) ברענגט צו דעם מהרש"ל וואס פסק'נט יא ווי דער מהרא"י אז מען זאל מחמיר זיין אפילו ווען די קליפה החיצונה איז שוין אינגאנצען גענדיגט, און דער ט"ז פירט אויס אז דאס איז נאר לכתחילה אבער בדיעבד ווען מ'האט עס שוין געקאכט מיט בשר בחלב נעמען מיר אן, אז אויב האט עס שוין א קליפה אפילו נאר א ווייכע הייסט עס שוין גמורות, און עס האט שוין נישט קיין די בשר.

דער ש"ך (סק"י) הגם ער ברענגט אויך אראפ די חומרא פון דעם מהרא"י, אז אפילו ווען עס איז שוין הארט די שאלעכץ זאל מען נאך מחמיר זיין, אבער זאגט דער ש"ך אז דאס איז נאר א חומרא, און עס גייט נאר אן אין די פלעצער וואס מען איז דארט מחמיר.

אבער לדינא נעמט דער ש"ך אן:

'לכתחילה' זאל מען נישט עסן מיט מילעך אזעלכע אייער וואס האט נאכנישט די הארטע שאלעכץ, אפילו עס האט שוין די חלמון און חלבון און אפילו א קליפה קטנה, און עס איז שוין אראפ פון די אשכול.

'בדיעבד' אויב האט מען שוין געקאכט אין מילעך: אויב האט עס שוין די חלמון און חלבון און עס איז שוין נישט מעורות קען מען מקיל זיין. [ויש לעיין אין די לשון הש"ך צו עס פעלט אויך אויס דייקא א קליפה רכה צו מתיר זיין בדיעבד].

'במקום הפסד מרובה': אויב האט עס שוין די חלמון און עס איז נאך באהאפטען קען מען אויך מקיל זיין זיך צו פארלאזען אויף שיטת רש"י והרא"ש, וואס לויט דעם ש"ך זענען זיי מתיר אין אזא פאל.

סיכום:


מנהג לחומרא: איז די וועלט מחמיר אפילו עס איז שוין הארט, אויב מ'פארקויפט עס נאך נישט אין מארק. (און די ט"ז און ש"ך ברענגען עס, עכ"פ פאר די פלעצער וואס מען איז נוהג אין די חומרא).

מדינא: נעמט דער מחבר אן אז ווען עס האט שוין א חלמון וחלבון אפילו עס איז נאך מעורות איז עס שוין גענדיגט. דער ט"ז האלט אז עס פעלט אויך אויס א קליפה רכה דעמאלס איז עס מותר בדיעבד.

און דער ש"ך צוטיילט עס אין דריי. 'לכתחילה' פעלט אויס א הארטע שאלעכץ. 'בדיעבד' קען מען מקיל זיין אויב האט עס די חלמון וחלבון און עס איז נישט באהאפטען. ביי א 'הפסד מרובה' קען מקיל זיין אויב האט עס די חלמון אפילו עס איז נאך באהאפטען.


...
דער מחבר פירט אויס מיטען לשון אבער אויב האט עס נאר א חלמון איז עס אסור צו 'קאכן' אין מילעך. דער ש"ך (סקי"א) שמועסט אויס אז דאס איז לאו דוקא ווייל אפילו ביי אייער איז זיכער מותר צו קאכן אין מילעך אפילו עס איז נאך נישט גענדיגט. ווייל אפילו ביי עוף איז מותר ווי דער ש"ך האלט אין ס"ד אז אפילו מראית עין גייט נישט אן ביי בישול, איז דאך כש"כ אז אייער איז מותר צו קאכן אין מילעך.

דער פרמ"ג לייגט צו אז אפילו לויט די רמ"א און ט"ז וואס זענען יא מחמיר אויף מראית עין ביי בשר עוף בחלב, וועלן אבער דא מתיר זיין ביי אייער, ווייל עס איז נישט דא קיין חשש מראית עין, ווייל עס איז קענטליך אז עס איז נישט קיין פלייש.

...

דער ט"ז ברענגט א קושיא פון דעם מהרש"ל אז אי סימן פ"ו ס"ד ווערט געברענגט אז אויב איינער האט געשלאגען א האן און די אייער זענען ארויס געקומען, איז די הלכה אז אויב איז עס נאך איינגעוויקלט אין די אדערן איז עס אסור צו עסן אלס בשר מן החי. אויב אזוי פארוואס פסק'נט דא די שו"ע ווען מ'נעמט ארויס די אייער פון א געשאכטענע האן, און די שאלה איז וועגן בשר בחלב, אז אפילו עס איז נאך איינגעהילט אין די אדערן, וויבאלד עס האט שוין די געלע און ווייסע חלקים איז עס שוין א גענדיגט און עס האט שוין נישט קיין דין ווי פלייש?

און אפילו מען וואלט געקענט ענטפערן אז דארט רעדט מען פון בשר מן החי, וואס איז אן איסור דאורייתא, און וועגן דעם איז מען מחמיר משא"כ דא ביי בב"ח איז דאך עס נאר א איסור דרבנן ווייל בשר עוף איז נאר אסור מדרבנן אין מילך. אבער פרעגט דער מהרש"ל, פון ווי האט דער מחבר גענומען צו מאכן אזא חילוק, אז ביי א דרבנן זאל מען אזוי מקיל זיין?

דער מהרש"ל ענטפערט אז עס ביי אונז ביי בשר בחלב איז די שאלה וועגן די טעם, און ווען עס האט שוין די חלמון און חלבון, האט עס שוין נישט קיין טעם בשר. משא"כ ביי בשר מן החי איז נישט קיין חילוק וועלכע טעם עס האט, נאר די שאלה איז וועלכע 'דין' האט עס, הייסט נאך א חלק פון די האן און עס איז אסור מטעם בשר מה"ח אדער איז שוין נישט קיין חלק פון די האן, דארט אפילו עס האט שוין נישט קיין טעם בשר אבער עס הייסט נאך נישט קיין אייגענע מציאות פאר זיך, און עס איז נאך אסור מחמת בשר מן החי. (אבער למעשה איז דער מהרש"ל מחמיר ווי מיר האבן שוין פריער אראפגעברענגט זיין פסק און דעם ט"ז פסק להלכה).

דער ש"ך (סק"ט) ענטפערט דריי תירוצים.

א. נעמט ער יא אן די תירוץ וואס דער מהרש"ל האט נישט געוואלט אננעמען, אז ביי איער לגבי בשר מן החי וואס איז אן איסור מה"ת איז מען מער מחמיר, ווי ביי בשר בחלב וואס איז נאר א איסור מדרבנן.

ב. ביי בשר מן החי וואס די בשר אליינס איז אסור, איז מען מער מחמיר, משא"כ ביי אייער פון א געשאכטענע האן, וואס די שאלה איז נאר לגבי בשר בחלב איז מען מער מקיל (און דער ש"ך ברענגט צו אז תוספות און דער רשב"א זענען מחלק ווי ער האט יעצט מחלק געווען).

[די תירוץ שטייט אויך אין שיט"מ אין ב"ק (דף מ"ז ע"א) וואס איז מסביר אז בעצם אייער איז נאר אסור מדרבנן, אויב קומט אויס ארויס פון א האן וואס איז אליינס אסור צו עסן, איז מער מגונה צו מקיל זיין, משא"כ אויב קומט עס פון א דבר היתר איז מסתבר צו מקיל זיין (עוז והדר)].

ג. דער ש"ך ענטפערט אויך די תירוץ פון מהרש"ל אז די אייער האט שוין נישט קיין טעם בשר וועגן דעם איז מען מקיל לגבי בשר בחלב, אבער עס האט נאך א דין בשר מן החי.

און ער לייגט נאך צו הסבר: אז בעצם אפילו מילעך וואלט ווען געווען אסור אלס דבר הבא מן מחי, ווען נישט די פסוק ארץ זבת חלב ודבש (בכורות ז) ממילא וואס עס איז נכלל אין די פסוק אז עס איז געהעריג אפגעטיילט פון די בהמה, דאס איז מותר אבער אייער וואס זענען נאך מעורות בגידים איז אסור. און ער לייגט צו אז אפילו ביי מילך אליינס איז דא א שיטה (סימן פ"א ס"ה) אז די 'מי חלב' די וואסער וואס בלייבט איבער פון די מילעך נאכן אויפקאכן און ארויס נעמען אלע מילעך פעטענס, זאל זיין אסור אלס בא מן החי, ווייל עס איז נישט בכלל חלב, אז דאך די אייער וואס איז מעורות בגידים זיכער בכלל בשר מן החי. ווי אויך ברענגט ער בשם ר"ת אז אפילו אייער אליינס וואלט ווען געווען בכלל בשר מן החי, ווען נישט א פסוק וואס איז מתיר אייער, ממילא ווען עס איז מעורות וואס עס איז נישטא קיין פסוק אויפדעם איז עס זיכער אסור.

....
דער מחבר פירט אויס דאס אז אייער וואס זענען נאכנישט פארטיג האט א דין ווי פלייש, איז נאר לגבי קאכן און עס עסן. אבער לגבי דין אז מען דארף ווארטען צווישן פליישיג און מילכיג קען מען מקיל זיין און עסן גלייך נאך די אייער מילך אדער קעז.

און דער ש"ך ברענגט ארויס אז די הלכה איז אפילו ביי אייער וואס זענען נאך מחובר צום אשכול, אויב האט עס שוין די חלמון דארף מען נישט ווארטען. אויב די חלמון איז נאך אויך נישט גענדיגט איז משמע אין פרמ"ג און אין יד יהודה אז מען קען אויך מקיל זיין, אבער דער פר"ח איז מחמיר און אזוי נעמט אן דער בדי השולחן.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דער טור און שו"ע ברענגען אראפ פון דעם רמב"ם: אז אויב איינער קאכט בשר בחלב אויף נישט די געהעריגע וועג, למשל 'המעושן' אויב ער נעמט בשר וואס איז אויסגעמישט אין חלב, און ער לייגט עס העכער אן אויבן און די רויעך קאכט עס אפ, אדער איינער וואס קאכט עס אין 'חמי טבריה' וואס זענען נאטורליכע ווארימע וואסער, איז די הלכה אז קיין מלקות באקומט מען נישט אויף דעם. אבער לייגט דער ש"ך צו אז א איסור איז אבער דא אויף דעם.

ווי דער בית יוסף ברענגט אראפ אז מעושן איז אן איבעיא אין ירושלמי אויב עס איז נכלל אין דעם לא תבשל אדער נישט, און חמי טבריה האט דעם זעלבן דין ווי מעושן, ווי אויך לגבי שבת איז די הלכה אז המבשל חמי טבריה פטור. ממילא איז מען מחמיר אויף דעם אזוי ווי יעדע ספיקא דאורייתא לחומרא.

ברענגען די אחרונים בשם די פר"ח אז לויט דעם וועט אויך איסור בשול והנאה זיין נכלל אין די איסור, ווייל דאס איז הארבער ווי איסור עוף בחלב וואס איז נאר אסור מדרבנן, משא"כ דא איז עס א ספיקא דאורייתא.

[קאכן אין אן עלעקטערישן אויוון, שטייט אין תשובת בית יצחק (יו"ד ח"א סק"כ ד') אז עס האט א דין ווי קאכן אויפן פייער ממש.

קאכן דורך פארע, דהיינו מ'לייגט א טאפ וואסער און העכער דעם לייגט מען די בב"ח, נעמען די פוסקים אן אז עס הייסט געקאכט געהעריג, נישט ווי מעושן, זע שו"ת שבט הלוי (ח"ט קנ"ו).

און א מייקרא-וועיוו אויוון, איז דער בדי השלחן מסתפק, אין אגר"מ (או"ח ח"ג סנ"ב) און אין שבט הלוי (ח"י סס"ב) נעמען אן אז עס האט א דין ווי בישול גמור, און מנח"ש (ח"א סי"ב) נעמט אן אז עס האט א דין מעושן].
נאך ברענגען די טור ומחבר אראפ פון דעם רמב"ם, (דער טור טוישט אביסל די סדר און דער בית יוסף פרעגט שוין אויף אים).

אויב איינער קאכט פלייש אין 'מי חלב', וואס דאס איז די וואסער וואס בלייבט איבער נאכן ארויס נעמן די מילך פעטענס, וואס דאס הייסט שוין נישט קיין 'חלב' אמו, אדער אין 'חלב מתה' וואס דאס איז די וואס איז ארויס געקומען פון א בהמה נאכן שטארבן, נישט קיין חילוק אויב עס איז געוארען געשחט'ן אדער סתם געשטארבן (ש"ך) איינמאל עס לעבט שוין נישט איז עס שוין נישט בכלל חלב 'אמו' יעדע בהמה וואס קען זיין א מאמע, אבער א טויטע קען שוין נישט זיין קיין מאמע. אדער אין 'חלב פון א בהמה א זכר', וואס אמאל קען זיך מאכן אז ער זאל אויך געבן מילך, אבער עס איז נישט בכלל חלב 'אמו'. אדער אויב האט ער געקאכט 'מילך אין בלוט', וואס בלוט איז נישט בכלל 'גדי' אויף די אלע איז ער פטור פון מלקות אלס בשר בחלב, ווייל עס איז נישט נכלל אין די איסור לא תבשל גדי בחלב אמו ווי ערקלערט.

אבער דער רמ"א לייגט צו אז מדרבנן ווערט די פלייש וואס זענען געקאכט מיט די מי חלב [אפילו די וואס זענען ריין פון מילך פעטענס ווי מיר וועלן לערנען אין ס"ח, ש"ך] אדער מיט חלב מתה אסור אזוי ווי געהעריגע מילך, ווי אויך איז אויך דא ביי די סארט מילך א איסור בישול לכתחילה. און די טעם פארוואס דא איז אויך דא א איסור בישול איז רע"א אויפן פלאץ מסביר (בשם התפארת למשה), ווייל דאס קומט פון א בהמה וואס איז די מין האיסור, משא"כ עוף וכדומה איז נישט די מין האיסור.

[די לשון וואס די רמ"א כאפט אן לכתחילה, מיינט נישט אז בדיעבד איז עס מותר, ווייל די רמ"א זאגט דאך קודם אז עס איז אסור באכילה, נאר דער ט"ז (אויבן סק"ה) איז מסביר אז במקום רפואה אפילו שלא במקום סכנה איז מותר].

דער ש"ך אין סקי"ג זאגט אז די הלכה פון די רמ"א גייט ארויף אויף אלע מילך וואס מיר האבן יעצט געלערנט, אויך אויף חלב בהמת זכר.

דער רמ"א זאגט: חלב זכר איז נישט בכלל חלב, און איז נישט אסור אפילו מדרבנן, און אויב איז עס אריין געפאלען אין א טאפ אסר'ט עס נישט. און דער ש"ך אין סקט"ז איז מסביר אז די רמ"א רעדט פון חלב זכר דאדם, וואס דאס איז נישט אסור מדרבנן ווייל עס איז נישט ממין האיסור, אבער פירט דער ש"ך אויס אז עס האט די דין ווי חלב אשה וואס מיר האבן שוין אויבן געלערנט אין ס"ד אז עס איז אסור משום מראית עין.

און לויט דעם קומט אויס אז די מחבר וואס ברענגט אראפ דעם לשון הרמב"ם אז חלב זכר באקומט מען נישט קיין מלקות, איז משמע אז אסור איז עס און אזוי איז דער מ"מ מסביר, רעדט זיך ביי חלב זכר בהמה, און דער רמ"א דינגט זיך נישט אויף דעם נאר ער לייגט צו אז חלב זכר אדם איז מותר אינגאנצן.

(דער ש"ך ברענגט א ראי' פון די גמרא אז די גמרא מאכט א חילוק פון חלב גדי שלא הניקה וואס איז בכלל אם, צו חלב זכר וואס איז נישט בכלל אם, איז משמע אז חלב זכר מיינט של בהמה. דער פרמ"ג און יד יהודה דינגען זיך מיטן ש"ך און האלט אז לויט די רמ"א איז אפילו חלב זכר בהמה מותר מדרבנן, און עס איז נאר אסור במקום מראית עין).

[פון די לשון המחבר והרמב"ם איז משמע אז מלך וואס מען האט געקאכט מיט דם, באקומט מען נישט קיין מלקות אלץ בב"ח ווייל דם איז נישט נכלל אין גדי, אבער מחמת איסור דם איז משמע אז מ'באקומט יא מלקות.
אבער דער ש"ך אין סקט"ו ברענגט אז אין סימן ס"ט (סקמ"ב) פסק'ט ער להלכה אז דם וואס מען האט עס געקאכט אדער געזאלצן איז אסור נאר מדרבנן.

דער ב"י שטעלט זיך אויף שיטת הרמב"ם והטור אז לכאורה אין מנחות דף כ"א. זאגט די גמרא דם שבשלו אינו עובר עליו, זאגט דער ב"י אז מ'דארף זאגן אז דער רמב"ם האט געהאלטען אז מ'פסק'ט נישט ווי די גמרא, און די זעלבע דארף מען זאגן לויט רש"י וואס האלט אין חולין (ק"ט.) אז אויף דם שבשלו איז מען חייב כרת.

און דער ש"ך אין נקודות הכסף פארענטפערט אן אנדערע תירוץ, אז די גמרא דארט אין מנחות זאגט אז עס איז א חילוק פון חטאות חיצוניות און חטאות פנימיות, ביי חטאת פנימיות וואס דארט שטייט אין די תורה די לשון וטבל והזה, פעלט זיך אויס אז עס זאל זיין רינעדיג ראוי לטבילה, דארט אויב איז עס פארגליווערט דורך קאכן אדער דורך די זון פסול און נאר ביי דעם איז די הלכה פון זעירי אז דם שבשלו פסול. אבער ביי חטאת חיצוניות וואס דארט שטייט אין די תורה ולקח ונתן און אפילו עס איז פארגליווערט קען מען עס נאך געבן אויף די מזבח דארט איז עס כשר.

לויט דעם שטימט זייער גוט אז רש"י און דער רמב"ם האבן געלערנט אז די היות ביי חטאת החיצונה איז אפילו דם שבשלו כשר, ממילא אויב עסט מען געקאכטע בלוט הייסט איז מען חייב כרת ווייל אפילו דם שבשלו איז נאך בכלל דם, נאר ביי חטאת הפנימית איז עס גראדע פסול. (תוספות אויפן פלאץ לערנט אז דם שבשלו איז אייביג פסול און די חילוק פון חטאת הפנימית והחיצונית איז נאר ביי דם שקפאו בחמה).

לויט דעם ווערט פארענטפערט תוס' קשיא אויף רש"י (שם במנחות ובחולין) אז לכאורה אין מנחות שטייט אז דם שבשלו איז מען נישט עובר מה"ת, נאר דאס איז דוקא ביי חטאת הפנימית אבער ביי חטאת חיצונית און סתם דם איז מען יא חייב בבישול. און דער ש"ך פרעגט נאך אויף די וואס לערנען אז דם שבשלו אינו חייב, אז לכאורה זעירי רעדט דאך נאר ביי חטאת פנימי אבער ביי סתם דם איז מען דאך יא חייב כשבשלו.

נאכדעם פירט דער ש"ך אויס אז מען קען פארענטפערן אנדערש און לויט דעם וועט גאר נישט זיין קיין מחלוקת להלכה.

אין ה"נ אז ביי חטאת חיצוני איז מען חייב אויף דם שבשלו, אבער דאס איז נאר ווען עס איז געהעריג ארויס געקומען און מען האט עס מקבל געווען אין א כלי, און נאכדעם האט מען עס געקאכט. אבער אויב איז עס ארויס געקומען דורך בישול אדער מליחה, דעמאלס איז עס נישט ראוי פאר די מזבח אפילו ביי חטאת חיצונה. ממילא להלכה וועלן רש"י און רמב"ם מודה זיין צו די פוסקים אז דם וואס איז ארויס געקומען דורך בישול ומליחה איז נאר אסור מדרבנן.

לויט דעם שטימט אלעס, ווייל זעירי רעדט נאר ביי חטאת פנימי, און ביי חטאת חיצוני איז מען חייב, דאס איז כו"ע מודי, אבער דאס איז נאר אויב עס איז געהעריג ארויס געקומען, אבער ווען עס איז ארויס געקומען דורך מליחה ובישול איז לכו"ע דרבנן און אזוי פסק'נען מיר.

און דאס וואס רש"י שרייבט אז דם של הלב איז מען חייב אפילו מען קאכט עס, ווייל די הארץ איז פול מיט בלוט און עס פעלט זיך נישט אויס צו קאכן אדער זאלצען ארויס צו נעמען די בלוט, נאר דארט האלט רש"י אז מען איז חייב].
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

רמ"א ס"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דער רמ"א ברענגט אראפ עטליכע חומרות פון די ראשונים, און ער פירט אויס להלכה אז בדיעבד דארף מען נישט חושש זיין צו זיי, און דער וואס איז מקיל אפילו לכתחילה האט נישט קיין שאדן ווייל זיי זענען סתם חומרות. מיר וועלן זיי אראפ ברענגן איינס ביי איינס און זעהן פארוואס זענען זיי נאר חומרות בעלמא.

פון הגהות מרדכי: מען טאר נישט מחתה זיין, דהיינו אויפלאקערן די פייער אונטער א טאפ פון א גוי אז עס זאל בעסער קאכן, ווייל די גוים קאכן אין די זעלבע טאפ אמאל פלייש און אמאל מילך, און דער וואס העלפט צו די קאכן איז עובר אויף איסור בישול בשר בחלב ווייל די בליעות אין די טאפ ווערן געקאכט צוזאמען.

און די ש"ך (סקי"ח) ברענגט אז די לשון המרדכי איז עס טאר נישט געקאכט ווערן אין אידישע הויז, איסור'דיגע פלייש אין א גויאישע טאפ, ווייל מען קען צוקומען צו מחתה זיין, וועגן דעם דארפן די שפחות האבן א עקסטרע טאפ פאר פלייש און עקסטער פאר מילעך. און דער ש"ך שמועסט אויס אז דאס וואס עס שטייט אז מען טאר נישט קאכן פלייש, איז לאו דוקא, ווייל די חשש איז דאך דא אפילו ביי פרווה. [דאס וואס עס שטייט איסור'דיגע פלייש איז זיכער לאו דוקא, נאר ווייל כשר'ע פלייש וועט ער דאך נישט קאכן אין א טריפה'נע טאפ].

אבער פירט דער ש"ך אויס אז עס איז נאר א חומרא און די וועלט איז נישט מקפיד דערויף. בפשטות איז די כונה אויף דעם אז מען לאזט יא די גויטעס קאכן אין איין טאפ, אמרי ברוך. (זעה אין בדי השלחן אז עס איז דא נאך מהלכים אין דעם).

און וועגן די עצם איסור חיתוי פון דעם רעדט דער רמ"א שפעטער אז עס איז נאר א חומרא בעלמא און דער וואס איז מקיל איז נישט מפסיד, און די טעם זעה איז דער חת"ס (סס"י צ"ב) מסביר ווייל עס איז דא כמה ספיקות: א' אפשר האט דער גוי נאך קיינמאל נישט געקאכט בשר אדער חלב אין די טאפ, און אפילו אויב יא אפשר איז יעצט דא זעכציג אקעגן דעם, און אפשר איז שוין דורך א מעת לעת אין עס איז שוין א טעם פגום, ווי די כלל איז אז סתם כלים אינם בני יומן, סתם א כלי זאגען מיר אז עס איז שוין נישט גענוצט געווארן א מעת לעת. און נאך ספיקות וועגן דעם קען מען מקיל זיין.

[דער רעק"א האט דא א שיינע שמועס דא צו מתיר זיין אלס דבר שאין מתכוין, און ער וויל זאגן אז היות דא איז א ספק מציאות ממילא קען זיין אז האט בליעות און אויב אזוי איז עס א פסיק רישא, און ער ברענגט פון ט"ז אין או"ח סי' שט"ז וואס לערנט אז אפילו א ספק מציאות הייסט נישט קיין פסיק רישא.

נאך וויל ער דן זיין אז עס איז א פסיק רישא דלא ניחא לי' ווייל ער וויל דאך נישט אז די בליעות פון בב"ח זאלן זיך קאכן, לויט תוספות איז עס אסור עכ"פ מדרבנן, אבער לויט דעם ערוך ברענגט ער אז בפשטות וואלט עס געווען מותר ווייל די משמעות פון דעם ערוך איז אפילו בשאר איסורין איז פס"ר דלא ניחא ליה מותר, אבער לויט דעם רא"ש איז פס"ר דלא נח"ל מותר נאר ביי שבת, וואס פעלט זיך אויס א מלאכת מחשבת, אבער בשאר איסורים איז עס יא אסור].

דער פלתי לערנט אז ווען די פלייש אדער מילך איז בלוע אין די דפנות הכלי, גייט נישט אן קיין איסור בישול ממילא איז עס נאר א חומרא בעלמא, און דער פרמ"ג לייגט צו, אז אויב איינס איז יא בעין למשל ער קאכט פלייש אין א טאפ וואס האט מילכיגע בליעות, גייט יא אן די איסור בישול בב"ח, אבער ביי פרווה איז עס יא מותר, און אזוי האלט אויך רעק"א (שו"ת סי' ר"ז).
...

נאך א הלכה ברענגט דער רמ"א פון מהרי"ו: אז מען טאר נישט אויסמישן די וואסער וואס מען האט געוואשן מיט דעם פליישיגע כלים, מיט די וואסער וואס מען האט געוואשן מילכיג, און עס געבן צו טרינקען פאר א בהמה, ווייל די וואסער פון בב"ח זענען אסור בהנאה.

זאגט דער ש"ך (סקי"ט) אז די רמ"א רעדט זיך דייקא ווען די וואסער איז זייער הייס א כלי ראשון, נאר דעמאלס איז דא די איסור פון געבן פאר די בהמה, און דער פלתי שמועסט אויס אז לויט דעם איז אפילו די עצם אויסמישען אויך אסור אלס בישול.

[אבער דער מנחת יעקב (כלל פ"ה סקי"ט) און דער יד יהודה פרעגן שוין אז לויט דעם פארוואס זאגט דער רמ"א אז עס איז נאר א חומרא עס איז דאך אסור מדינא, און אויך אז פון די מקור פון די הלכה דער או"ה (דער דרכ"מ ברענגט עס אראפ פון מהרי"ו און פון איסור והיתר) איז קלאר משמע אז ער רעדט פון מים צוננים און עס איז אסור נאר מחמת חומרא].
...


נאך א חומרא ברענגט דער רמ"א פון דעם מהרי"ל: אז מען זאל זיך נישט באנוצן צו קאכן מיט די כלי וואס מען גרייט אן וואסער צו וואשן די קאפ, ווייל אלס זייף פלעגט מען נוצן די אש פון די אויווען, און די סדרר איז אז עס זאל רינען פון מילכיגע און פליישיגע טעפ אריין אין די אש.

דער ש"ך (סק"כ) איז מסביר אז די גאנצע חשש איז נאר לגבי קאכן מיט די טאפ אבער לגבי נוצן די זייף איז נישט קיין חשש אלס איסור הנאה מבב"ח, ווייל ער האט הנאה נאר פון די עם אש נישט פון די בליעות. און עס איז א חילוק פון איסור אכילה וואס דארט זאגט מען אז ער עסט אפילו די בליעות, אבער ביי איסור הנאה זאגן מיר אז ער האט נישט קיין הנאה פון די בליעות.

און דער ש"ך ברענגט א ראי' פון סימן צ"ד ס"ג אז מען מעג נוצן א טאפ וואס האט אין זיך בליעות פון בב"ח אויף קאלטע זאכן, ווייל ער האט נישט קיין הנאה פון די בליעות.

[דער פלתי און חוו"ד פרעגן אז לכאורה איז דאך דא א איסור אויף די גאנצע אש ווייל מיר זאגן חתיכה נעשה נבילה, און עס איז אנדערש ווי דארט וואס די עצם טאפ ווערט נישט קיין נבילה נאר די בליעות, און זיי ענטפערן אז וויבאלד עס איז נאר אסור מדרבנן איז מען מקיל, משא"כ צו געבן פאר א בהמה האט מען הנאה פון די עצם טעם וואס די וואסער האט ווייל עס איז געשמאקער פאר די בהמה.

די טעם פארוואס עס איז א איסור דרבנן שטייט ארויסגעשריבן אין פלתי ווייל עס איז א נותן טעם לפגם ווייל עס איז אריין אין די אש וואס איז פוגם די טעם בשר בחלב.

אבער רעק"א אויפן חוו"ד איז מציין אז דער או"ה איז מקיל אפילו ביי אן איסור דאורייתא. איז דער בדי השלחן מסביר אז די טעם איז ווייל תוספות (חולין צ"ו: ד"ה אפילו) זאגט אז חנ"נ זאגט מען נאר אויב די בליעת איסור קומט אן אין די גאנצע חתיכה, אבער דארט ווי די עצם בליעת איסור קומט נישט אן איבעראל זאגט מען נישט חנ"נ. לויט דעם קען מען זאגן אז ביי הנאה היות ער האט דאך נישט קיין הנאה בכלל פון די בליעת איסור, זאל עס האבן דעם דין אזוי ווי ביי עסן ווען די בליעת איסור קומט נישט אן דארט].

אבער דער רמ"א שפעטער שרייבט אז דאס איז נאר א חומרא בעלמא, און ווי דער ערוך השלחן און בדי השלחן זענען מסביר, ווייל עס קען זיין אז די בליעות זענען געווארן גענצליך פארברענט אין די אש, און עס קען זיין אז עס איז שוין געווארן פארברענט די ערשטע בליעה פאר עס איז גערינען די צווייטע, און עס איז בכלל נישט געווען קיין איסור בשר בחלב.

נאך א טעם ווייל די גאנצע חשש איז דאך נאר א דרבנן ווייל עס איז דאך א נותן טעם לפגם, ממילא ווען עס איז א ספק דרבנן צו עס האט בליעות נעמען מיר אן לקולא.

נאך אן הלכה לערנט דער רמ"א ארויס פון די פריערדיגע הלכה פון די אש: אז לויט דעם איז אויך אסור, זיך צו באנוצן מיט די טעפ וואס ליגען אין די ווינטער אויווענעס וואס הייצן אן די שטוב, ווייל היות עס ליגט א גאנצן ווינטער אין אויווען, קען אסאך מאל שפריצען אויף זיי, פון די אנדערע טעפ וואס מען קאכט מילך אדער פלייש.

דער ש"ך (סקכ"א) ברענגט אראפ פון תורת חטאת (כלל ע"ו) אז דאס איז נאר ביי טעפ פון חרס, אבער ביי אייזענע טעפ דארף מען לכתחילה אויך נישט מחמיר זיין, ווייל אפילו אויב האט געשפריצט אויף זיי בשר בחלב איז עס שוין געווארען געכשר'ט דורך די פייער פון די אויווען.

[און רעק"א איז מסביר אז די סדר פון יענע אויווענעס זענען געווען אז די טעפ זענען געליגען אין די אויווען נעבן דעם פייער, ממילא קען מען אננעמען אז עס איז געווען א 'ליבון קל' פון די פייער פון די אויווען, און די הלכה איז (או"ח תנ"א ס"ד) אז כלי מתכות העלפט א ליבון קל אנשטאט א הגעלה מיט הייסע וואסער, משא"כ כלי חרס העלפט נישט קיין ליבון קל נאר עס פעלט אויס א ליבון חמור, און די אויווענעס זענען נישט אזוי הייס אז עס זאל זיין א ליבון חמור].

פירט דער רמ"א אויס אז בדיעבד דארף מען נישט מחמיר זיין, און אפילו דער וואס איז מקיל לכתחילה איז אויך נישט מפסיד ווייל דאס איז נאר א חומרא בעלמא, און ווי דער דרכ"מ איז מסביר ווייל מיר האבן א כלל אז מיר זענען נישט חושש אויף קיין ריעותא וואס מיר האבן נישט געזעהן, יעדע זאך וואס איז מוחזק להיתר איז מען נישט חושש אז עס איז געווארען אסור ווילאנג מיר האבן נישט געזעהן להדיא אז עס איז געווארען אסור.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

ביי א שליל וואס דאס איז אן עובר וואס מען האט געטראפן ווען מען האט געשחט'ן די בהמה, וואס דאס איז כשר אן קיין שחיטה, גייט אן געהעריג די איסור בב"ח, און אויב איינער קאכט אדער עסט א שליל אין מילך איז ער חייב. ווייל א שליל האט געהעריג א דין ווי א בהמה, (און לויט איין דעה אין די גמרא (קי"ג:) איז דא א לימוד פון די ווארט גדי צו מרבה זיין א שליל).

אבער א 'שליא' וואס דאס איז די הילע וואס נעמט ארום דעם עובר, אדער די הויט און לעדער פון א בהמה, אדער די אדערן און ביינער פון די בהמה, אדער די הערנער, און טלפים וואס דאס איז אזוי ווי די שיך וואס די בהמה האט אונטען אויף די פוס, אפילו די חלק הערנער און טלפים וואס זענען מחובר צו די בהמה וואס דאס איז אביסל מער ווייעך, עכ"ז גייט ביי דעם אלעם נישט אן די איסור בשר בחלב מן התורה, ווייל זיי זענען נישט בכלל גדי, און וועגן דעם אויב איינער קאכט אדער עסט די אויבן דערמאנטע מיט מילך, איז ער פטור.

זאגט דער ש"ך (סקכ"ב) אז דא איז אויך דא די איסור בב"ח מדרבנן. און די משמעות פון די ש"ך און פון דעם מחבר איז אז אן איסור מדרבנן איז דא אפילו אויף בישול, און די טעם פון דעם איז אזוי ווי מיר האבן שוין געלערנט אין ס"ו בש"ם רעק"א אז ווייל עס קומט פון די בהמה וואס איז אסור מה"ת האבן די חכמים מחמיר געווען. און אזוי נעמען אן טאקע רוב אחרונים, (יד יהודה ערוך השלחן ודרכ"ת ועוד). אבער בדיעבד זענען די אחרונים מתיר בהנאה אויב האט מען עס שוין געקאכט. און אזוי נעמט אויך אן דער בדי השלחן.

אויב האט מען געקאכט די אויבן דערמאנטע חלקים אין מילך, איז די מילך מותר ווייל די אלע מחמת הארטקייט גיבט עס נישט אריין קיין טעם אין די מילך. בדי השלחן. אבער אויב איז די הויט ווייעך, אדער מען האט עס געקאכט אדער געווייקט א לענגערע צייט אז עס איז ווייעך געווארן איז די מילך יא אסור.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ח'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אין ס"ו האבן מיר געלערנט אז מי חלב איז נישט קיין געהעריגע מילך און עס גייט נישט אן ביי דעם די איסור בב"ח מה"ת נאר מדרבנן איז עס אסור.

אין די סעיף וועלן מיר לערנען וואס איז דאס מי חלב. נאכדעם וואס מען נעמט ארויס די קעז פון די מילך, בלייבט איבער א פעטע מילך. דאס ווערט אנגערופן נסיובי דחלבא, דאס וואס בלייבט איבער נאכן ארויס נעמען די פעטענס צו מאכן קעז. נאכדעם אויב נעמט מען די נסיובי און מען קאכט עס אויף טיילט זיך אפ די פעטענס בלייבט אויבן, און אונטען בלייבט איבער א וואסער וואס איז גענצליך ריין פון פעטענס.

זאגט דער מחבר אז די הלכה איז ווי די שיטת הרא"ש (חולין פ"ח סנ"א) אז דאס וואס מיר האבן געלערנט אן ס"ו בשם די גמרא (חולין קי"ד.) אין חולין אז מי חלב איז נישט קיין מילך מה"ת און איז נאר אסור מדרבנן, דאס גייט ארויף נאר אויף די וואסער וואס בלייבט איבער נאכן קאכן די נסיובי, אבער די עצם נסיובי דחלבא וואס בלייבט נאכן ארויס נעמען די פעטענס פאר קעז דאס איז געהעריגע מילעך.

און דער רא"ש דארט דינגט זיך מיט תוספות (ד"ה המבשל) וואס האט געלערנט אז מי חלב איז די נסיובי דחלבא, וואס היות עס איז שוין נישטא די גאנצע פעטענס אין דעם הייסט עס שוין נישט קיין חלב ווייל עס איז שוין נישט אזוי ווי עס איז ארויס געקומען פון די בהמה.

און תוספות האט געפרעגט אז לכאורה אויב איז מי חלב נישט אסור, פארוואס איז כותח אסור מיט פלייש, דאס איז דאך א פוטער וואס איז געמאכט פון די נסיובא דחלבא, לכאורה איז דאך עס נאר מי חלב, און תוספות ענטפערט אז אה"נ נסיובי איז נישט בכלל חלב מה"ת אבער מדרבנן איז עס אסור.

אבער דער רא"ש לערנט אז כותח און נסיובי זענען אסור מה"ת, און מי חלב דאס גייט ארויף אויף די וואסער וואס בלייבט איבער נאכן קאכן די נסיובי און דאס איז נישט אסור מה"ת. דער בית יוסף לייגט צו אז אפילו לויט דעם רא"ש איז עס אסור מדרבנן ווי די משמעות אין די גמרא איז מי חלב פטור און עס שטייט נישט מותר.

און אזוי נעמען אן די פוסקים ווי די מחבר אז נסיובי דחלבא איז אסור מן התורה און אפילו במקום הפסד מרובה אויב האט מען געקאכט נסיובי דחלבא מיט פלייש איז עס אסור בהנאה.

דער ש"ך (סקכ"ג) איז מציין צו סימן פ"א (ס"ה און צו דארט ש"ך סקי"ב), וואס דארט איז דא צוויי דעות אין מחבר צו מי חלב איז מותר בכלל צו טרונקען, איין שיטה האלט אז וויבאלד אז עס איז נישט בכלל חלב ביי הלכות בשר בחלב, איז עס אויך אסור צו טרונקען אלס יומר מן החי און ביי דעם איז נישט דא די היתר פון חלב אלס ארץ זבת חלב ודבש ווי די גמרא אין בכורות (ז) איז דאס מתיר, ווייל עס איז נישט בכלל חלב, און די אנדערע דעה און שו"ע וואס מיר נעמען אזוי אן להלכה לערנט אז אפילו אויב לגבי בשר בחלב האט עס נישט קיין דין חלב, אבער לגבי יוצא מן החי איז דאס יא מותר.

און דארט ברענגט דער ש"ך צוויי סברות. א. איז די סברת הרא"ש, אז בעצם איז עס יא בכלל חלב, און עס איז נישט אסור אלס יוצר מן החי, נאר לגבי בשר בחלב היות עס שטייט חלב אמו, דארף עס זיין דומה צו חלב וואס איז נארוואס ארויס געקומען פון די בהמה און אויב איז שוין געווארען אוועק גענוצען די עיקר חלק פעטענס פון די מילך איז עס שוין נישט דומה צו חלב אמו.

ב. איז די סברת הש"ך אז אה"נ אז עס איז נישט בכלל חלב, אבער נאכדעם וואס די תורה האט געזאגט אז חלב ממש איז נישט בכלל אבר ובשר מן החי, זעהן מיר דאך אז אבר ובשר מן החי מיינט בשר ממש, און נישט די אנדערע יוצאים מן החי, ממילא איז אפילו די מי חלב נישט אסור אלס יוצא מן החי.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

הקדמה צו סעיפים ט'-י"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

אויב מען טרעפט אין א געשחט'נע בהמה'ס מאגען מילעך וואס זי האט געטרונקען פארן שטארבן, איז דא דריי שיטות אין די ראשונים וואס איז די הלכה דערפון.

שיטת הרי"ף (מ"ג.) והרמב"ם (פ"ט מהל' מאכ"א הט"ו) איז, אז 'חלב שנמצאת בקיבה' האט נישט קיין דין חלב נאר א דין פון 'פירשא העלמא' פון אפפאל פון די בהמה, און וועגן דעם אפילו עס קומט פון א קיבת טריפה איז אויך די מילעך נישט אסור.

שיטת רש"י (חולין קט"ז:) איז אז עס האט א דין חלב גמור. און אפילו די מילך וואס איז שוין געווארען אביסל הארט אין די מאגען האט א דין ווי געהעריגע מילך און כש"כ די מילך וואס איז נא געבליבן רינעדיג.

שיטת ר"ת (שם תוד"ה ה"ג) איז אז עס איז א חילוק, די פארגליווערטע מילך האט א שוין נישט דעם דין חלב נאר עס איז אפפאל פון די בהמה, אבער די וואס איז נאך רינעדיג האט נאך יא די דין חלב.


די מחלוקת איז נוגע:


א. צו מען מעג קאכן די מילך מיט פלייש.

ב. אויב מען האט געזאלצן די קיבה ווען די מילך איז נאך דארט געווען אדער אויב מען האט געלאזט די מילך אין די קיבה פאר א טאג צו עס איז אסור מדרבנן אלס כבוש ומבושל.

ג. די סדר איז אז מען מאכט קעז פון די פעטענס פון די מילך דורך די קיבה וואס גיבט ארויס א געוויסע מאטריאל וואס פארגליווערט די מילעך און ווערט קעז. איז די שאלה צו מען מעג מאכן קעז מיט טריפה'נע מילך וואס ליגט אין א קיבה פון א בהמה כשירה, אדער מיט כשר'ע מילך וואס א טריפה'נע בהמה האט געטרונקען.

די מקור המחלוקת איז.


עס איז דא א סתירא אין די גמרא. אין די משנה (קט"ז) שטייט אז חלב שנמצאת בקבה האט נאך א דין חלב, און די זעלבע שטייט אין די גמרא (ק"ט:) אז חלב הנצאת בקיבה וואס מען האט עס געקאכט מיט פלייש איז אסור. אבער די מסקנת הגמרא (שם קט"ז) איז אז חלב הנמצאת בקיבה האט נישט קיין דין חלב, און מען מעג מאכן קעז מיט די מילך וואס ליגט אין א קיבה אפילו עס איז איז א קיבת טריפה, און די זעלבע מיט טריפה'נע מילך וואס ליגט אין א קיבת בהמה כשרה.

דער רי"ף נעמט אן להלכה ווי די מסקנת הגמרא אז די מילך האט נישט קיין דין מילך נאר ווי אפפאל, און ער זאגט אז די משנה וגמרא וואס האלטען אז די מילך איז יא אסור דאס איז קודם חזרה, אבער שפעטער האט די גמרא צוריק געצויגען און געפסק'נט אז עס האט נישט קיין דין חלב.

דהיינו אין מסכת ע"ז (כ"ט.) שטייט אז ר' ישמעאל האט געפרעגט פון ר' עקיבא פארוואס איז די גבינות עכו"ם אסור, קודם האט ער גענטפערט ווייל מען מאכט עס מיט א קיבת נבילה. האט ער אים געפרעגט, וויבאלד די הלכה איז דאך, אז די כהנים מעגן עסן די מילך וואס איז דא אין א קיבת עולה, לכאורה די עולה איז דאך אסור בהנאה, און אויב קיבת נבילה אסר'ט די מילך דארף דאך קיבת עולה זיכער אסר'ן די מילך, על כרחך ווייל עס האט נאר א דין ווי אפפאל, אויב אזוי פארוואס מעג מען נישט מאכן מיט דעם קיין קעז. האט ער אים געזאגט ריכטיג די מילך האט א דין ווי אפפאל, נאר די סיבה פארוואס גבינות עכו"ם איז אסור איז, ווייל מען מאכט עס מיט קיבת בהמת ע"ז וואס ביי ע"ז איז אפילו איר אפפאל אסור בהנאה.

זעהן מיר אז די גמרא האט צוריק געצויגן, און האלט אז די מילעך האט א דין פון אפפאל. ממילא די משנה אין חולין רעדט זיך פאר מען האט צוריק געצויגן וועגן דעם האלט די משנה אז עס האט א דין חלב, אבער להלכה נעמען מיר אן ווי די גמרא אין ע"ז אז עס האט נישט קיין דין חלב.

אבער רש"י איז גורס אין די גמרא (חולין קט"ז) אז די הלכה איז, אז חלב כשרה וואס געפונט זיך אין א בהמה טרפה איז כשר, אבער דאס אז חלב טמאה וואס געפונט זיך אין א בהמה טהורה איז כשר דאס איז רש"י נישט גורס. און ער נעמט אן להלכה אז די מילך האט יא א דין חלב גמור, און וועגן דעם אפילו עס געפונט זיך אין א קיבת טריפה איז עס נאך אלס כשר וועגן ס'קומט פון א כשרה.

אין די גמרא מסכת ע"ז לערנט רש"י אז די גמרא האט נאר געברענגט א ראי' אז די חלב וואס געפונט זיך אין א קיבה האט נישט קיין דין ווי די בהמה אליינס, ווי מיר זעהן אז מילעך וואס איז אין א קיבת עולה מעג מען טרונקען, ווייל עס איז נישט קיין חלק פון די בהמה אליינס וואס איז אסור בהנאה, און וועגן דעם אויב געפונט זיך עס אין א בהמה טריפה ווערט עס נאך נישט אסור ווען נישט אלס איסור ע"ז. אבער אוודאי האט די מילך א דין חלב גמור און עס איז אסור בבשר.

און ר"ת אין תוס' איז יא גורס ווי דער רי"ף נאר ער מאכט א חילוק, אז די מילעך וואס איז שוין געווארען פארהארטעוועט דאס איז פירשא בעלמא ווי עס איז משמע אין ע"ז, און אין די מסקנת הסוגיא אין חולין. אבער די מילך וואס איז נאך פליסיג, דאס האט יא א דין ווי חלב גמור און אויף דעם גייט ארויף די משנה און די גמרא אין דף ק"ט: אז עס איז אסור בבשר.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף ט'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דער מחבר פסק'נט להלכה ווי די שיטת הרי"ף והרמב"ם (ווי ער ברענגט אין בית יוסף אז אזוי איז אויך די שיטת ברשב"א אין תוה"ב און די משמעות פון דעם רא"ש אז ער נעמט אן ווי די רי"ף און נישט ווי דער טור האט פארשטאנען אז דער רא"ש נעמט אן שיטת ר"ת).
אז חלב וואס מען געפינט אין א קיבה פון א געשחט'נע בהמה האט נישט קיין דין חלב נאר ווי 'פרש' ווי אפפאל און מען מעג עס קאכן לכתחילה מיט פלייש, אפילו אין די פליסיגע מילך און כש"כ אין די פארגליווערטע מילך. [דער בדי השלחן ברענגט פון די אחרונים אז צלול מותר נאר אויב עס איז געווען כאטשיג א שטיקל צייט אין די מאגן פון די בהמה, אבער אויב גלייך נאכן טרונקען האט מען געשחט'ן די בהמה האט נאך די מילך יא א דין פון חלב גמור].

דער מחבר ברענגט צו נאך א שיטה, אז עס איז דא וואס אסר'ן, און דער רמ"א פירט אויס אז אז אזוי פירט מען זיך טאקע להלכה ווי די יש אוסרין.

דער ט"ז (סק"ז) און ש"ך (סקכ"ה) זענען מסביר אז דאס וואס דער מחבר ורמ"א זאגן ויש אוסרין מיינען זיי שיטת ר"ת וואס אסר'ט ווען עס איז 'צלול' רינעדיג, אבער ווען עס איז 'קרוש' פארגליווערט איז עס נישט קיין
מילך און מען מעג עס יא קאכן אין פלייש.

און דער ש"ך איז מסביר אז וויבאלד דער מחבר אין סימן פ"א ס"ו ברענגט בכלל נישט שיטת רש"י נאר שיטת הרי"ף ור"ת ממילא איז מסתבר אז דא מיינט ער אויך נאר שיטת ר"ת נישט שיטת רש"י, און קרוש איז נישט קיין מילך.

און די זעלבע דער רמ"א נעמט אן אין ס"י אז עס איז א חילוק פון קרוש און צלול ווי די שיטת ר"ת. און דער ש"ך פירט אויס אז לויט די רמ"א איז קרוש מותר צו קאכן אין פלייש אפילו לכתחילה, ווי דער רמ"א זאגט קלאר אין תו"ח (כלל ס"ה). און אויב איז עס צלול האלט דער רמ"א אין ס"י אז אפילו בדיעבד איז עס אויך אסור אויב מען האט עס געקאכט מיט פלייש.

דער ש"ך האלט אז אפילו לויט שיטת הרמ"א אז קרוש איז מותר און כש"כ לויט די שיטת המחבר אז אפילו צלול איז מותר, אבער משום מראית עין איז יא אסור צו עסן די מילך אפילו די פארגליווערטע מיט פלייש, אבער צו קאכן וועט נישט זיין אסור ווי די ש"ך איז מציין צו זיין שיטה אין סק"ז אז בישול איז נישט אסור משום מראית עין. [דער פרמ"ג ברענגט צו פון דעם רמ"א אין תו"ח אז עס איז נישט דא משום מראית עין ווייל ווען די מילך גייט אריין אין די קיבה און עס באקומט א דין פרש, טוישט זיך די אויסזעהן פון די מילך און עס זעהט מער נישט אויס ווי מילך].

דער ט"ז און ש"ך ברענגען צו דעם שיטת מהרש"ל (פכ"ה סק"ז) וואס פסק'נט יא ווי רש"י אז סיי קרוש און סיי צלול האבן יא א דין חלב גמור, און דער מהרש"ל לייגט צו אז אפילו אויב מעיקר הדין איז יא די הלכה ווי ר"ת אז קרוש איז מותר, אבער עכ"ז וואלט מען געדארפט מחמיר זיין, ווייל מען ווייסט דאך נישט די שיעור וואס הייסט קרוש, און אפשר לויט ר"ת איז נאר מותר אויב עס האט שוין נישט אין זיך קיין טראפ לחלוחית. און דער ש"ך ברענגט צו אז אויך דער ר"ן און רוקח (דער ש"ך פרעגט אז דער רוקח איז זיך סותר ווייל איינמאל נעמט ער יא אן ווי ר"ת), און דער איסור והיתר הארוך נעמען אן ווי שיטת רש"י לחומרא.

להלכה נעמען מיר אן אז צלול איז אסור מדינא ווי די שיטת הרמ"א. און לגבי קרוש ברענגען די אחרונים פון דעם חכמת אדם אז מען זאל מחמיר זיין ווי שיטת רש"י, און נאר ביי א הפסד מרובה קען מען מקיל זיין בדיעבד ביי קרוש. און אזוי איז אויך משמע שפעטער אין ש"ך אין ס"י (סקל"ב) אז מען זאל מחמיר זיין ביי בשר בחלב דאורייתא, אויב עס איז נישט קיין הפסד מרובה. אבער אויב איז עס נישט געווארן געקאכט אדער עס איז בשר עוף וואס איז נאר אסור מדרבנן קען מען מקיל זיין בדיעבד.
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

סעיף י' (1)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

די מילעך וואס ליגט אין די קיבה האט אין זיך א מאטריאל וואס איז גוט צו מאכן מיט דעם קעז, וועגן דעם נעמט מען די מילעך וואס איז געליגן אין די קיבה און מען לייגט עס אריין אין אנדערע מילעך, און די אנדערע מילעך טיילט זיך אפ די פעטענס און עס ווערט קעז.

זאגט דער מחבר אז אפילו לויט די שיטות אז די מילעך האט א דין פון 'פרש' אפפאל, דהיינו לויט די שיטת המחבר אלע מילך און לויט די רמ"א נאר פארגליווערטע מילך, אבער אויב ליגט עס אין די קיבה פאר א מעת לעת אדער עס ווערט געזאלצן מיט די קיבה צוזאמען דעמאלס גייט די טעם פון די פלייש פון די קיבה אריין אין די מילעך. וועגן דעם איז אסור צו 'מעמיד' זיין, צו מאכן דערמיט קעז, ווייל די טעם פון די קיבה וואס ליגט אין די מילעך גייט אריין אין די קעז און אסר'ט עס.

ווי די הלכה איז אין סימן ק"ה אז א זאך וואס איז 'כבוש כמבושל' א טרוקענע זאך וואס איז געווייקט אין א משקה פאר א מעת לעת איז עס בולע. ווי אויך אויב עס ווערט געזאלצן צוזאמען איז די הלכה אין סימן ס"ט אז 'מליח כרותח' אז זאלצען איז מבליע אזוי ווי קאכן.

דער רמ"א לייגט צו אז מען דארף חושש זיין לכתחילה צו די שיטה פון רבינו שמחה אז וויבאלד די מילך וואס
ליגט אין די קיבה האט אין זיך א זויערקייט, וואס דאס איז גוט צו מאכן דערמיט קעז, האט די מילך א דין ווי א דבר חריף, וואס די הלכה איז ביי דעם אין סימן ק"ה ס"א אז אפילו עס ליגט כבוש נאר פאר א קליינע צייט, אזוי לאנג ווי עס דויערט פאר א טאפ וואס ליגט אויפן פייער צו ווערן הייס, איז עס שוין בולע. ממילא זאגט דער רמ"א אז מען זאל נישט לאזען די מילעך אין די קיבה אפילו פאר אזא קליינע צייט אז די מילך זאל זיך אפקילען.

אבער בדיעבד אויב מען האט יא געלאזט די מילעך ליגן אין די קיבה איז נישט אסור צו שטעלן מיט דעם קעז אויב עס איז נישט געליגן אין די קיבה פאר א מעת לעת אז עס זאל האבן די הלכה פון כבוש, אדער עס איז נישט געווארען געזאלצען צוזאמען מיט די קיבה אז עס זאל זיין מליח.

די שיעור ווילאנג א זאך דארף ליגען אין זאלץ כדי עס זאל בולע זיין, ברענגען די ט"ז (סק"ח) און דער ש"ך (סקכ"ז) אראפ פון סימן ס"ט סי"ח אז די שיטת המחבר איז דארט אזוי לאנג ווי עס דויערט אז די חלב זאל ווערן הייס ווען עס איז אויף א נארמאלע פלאם, און די שיעור וויפיל מלח עס דארף זיין ווערט מבואר אין סימן צ"א ס"ה אז די שיטת המחבר איז אז ווען עס קען שוין נישט געגעסן ווערן וועגן עס איז צו שטארק געזאלצען דעמאלס איז עס בולע. און די שיטת הרמ"א (שם ושם) איז אז מען זאל מחמיר זיין אפילו עס איז נאר געזאלצן אביסל, און אפילו נאר פאר א קליינע צייט, ווייל מיר זענען חושש אז עס איז יא בולע, לויט דעם וועט זיין אסור לכתחילה אפילו עס איז נאר געזאלצן אפילו ווייניגער ווי די שיעור, זאגט אבער דער ש"ך אז בדיעבד אויב האט מען למעשה געשטעלט גבינות מיט דעם קען מען מקיל זיין, וויל מיר וועלן עס שפעטער אראפ ברענגען.

דער ש"ך (סקכ"ט) שמועסט אויס אז פון די לשון המחבר איז משמע אז לכתחילה איז אסור צו מאכן גבינות מיט די מילך וואס געפונט זיך אין די קיבה, סיי אויב די מילעך איז רינעדיג אדער פארגליווערט. זאגט אבער דער ש"ך אז דאס איז נאר לכתחילה אבער בדיעבד האלט דער מחבר אז עס איז מותר. און ער האלט נישט ווי דער רמ"א שפעטער, וואס איז מחמיר אפילו בדיעבד ביי צלול, ווייל דער מחבר לשיטתי' האלט אז סיי קרוש און סיי צלול האט א דין פרש.

און דער ש"ך איז מסביר פארוואס דער מחבר איז לכתחילה יא מחמיר אז מען טאר נישט מעמיד זיין מיט די מילך, אפילו אין סעיף ט' איז דער מחבר מקיל אינגאנצען צו קאכן די מילך מיט פלייש אפילו לכתחילה, (לויט די ערשטע דעה וואס דער כלל איז אז דער מחבר נעמט אן ווי די ערשטע דעה וואס ער ברענגט אראפ)?

נאר דארט איז מען מקיל ווייל עס איז ווי פרש ממילא איז עס נישט אסור אלס בב"ח, אבער דא איז מען מחמיר ווייל עס איז דא שיטות (עיין ב"י בשם רבינו ירוחם) אז די טעם וואס עס איז בולע פון די קיבה ווערט נישט קיין פרש אפילו עס גייט אריין אין די מילך, ממילא ווען מען לייגט די מילך אריין אין אנדערע מילך, גייט מיט די טעם בשר פון די קיבה וואס איז אריין אין די מילך, און עס ווערט בב"ח, וועגן דעם איז מען מחמיר לכתחילה, אבער בדיעבד איז דער מחבר מתיר, ווייל להלכה נעמט מען אן ווי די אנדערע ראשונים אז איינמאל די טעם בשר איז אנגעקומען אין די מילך וואס איז פרש, איז די טעם בשר אויך געווארן ווי פרש און עס אסר'ט שוין נישט .

...


בדיעבד אויב האט מען יא געמאכט קעז מיט די מילעך, פסק'נט דער רמ"א אז אויב איז די מילעך געווען פליסיג 'צלול' וואס דאן האט עס נישט די דין פרש ווי דער רמ"א האט געפסק'נט אין ס"ט, דעמאלס אסר'ט די מילך די גבינות. און נאר אויב איז דא אין די קעז זעכציג מאל אקעגן די מילך וואס האט אין זיך די טעם פון די קיבה, איז די קעז מותר. אבער אויב איז נישט דא קיין זעכציג אקעגן די קיבה איז די קעז אסור.

אבער אויב איז די מילך געווען 'קרוש' פארגליווערט וואס דעמאלס האט עס יא א דין ווי פרש איז די קעז מותר אפילו עס איז נישט דא אין די קעז קיין זעכציג אקעגן די טעם בשר פון די קיבה.

[אויב איז די מילך געווען געזאלצן מיט די קיבה ווייניגער ווי די שיעור מליחה וואס מיר האבן אויבן געלערנט, זאגט אבער דער ש"ך (סקכ"ז) אז אפילו לויט די שיטת הרמ"א און ווי די הלכה איז אזוי, אז מען איז מחמיר אז סיי אויב עס האט נאר אביסל זאלץ און סיי אויב עס איז געזאלצען אפילו פאר א קליינע צייט נעמען מיר אן אז עס איז בולע. אבער דא קען מען מתיר זיין בדיעבד אויב מען האט מעמיד געווען גבינות מיט די מילך. ווייל היות דא איז דאך די שיטת המחבר אז אפילו ביי צלול האט די מילך א דין ווי פרש וואס די טעם בשר ווערט ווי אפפאל און אסר'ט נישט, בצירף אז בשר בחלב ביי מליח און כבוש איז דאך נאר א דרבנן, דא וועט די רמ"א נישט מחמיר זיין און אויב איז עס געזאלצן ווייניגער ווי די שיעור און מען האט מעמיד געווען דערמיט גבינות, איז עס מותר צו עסן].
שרייב תגובה

צוריק צו “שיעורי תורה”