לכתחילה אריבער האט געשריבן:פארשריבן האט געשריבן:פונעם פאלעמיק פאר וועמען עס געהערט די קדישים
viewtopic.php?p=786684#p786684 זעהט זיך אויס אז אמאל איז נישט געווען איינגעפירט אז עטליכע יודן זאלן זאגן קדיש אויפאמאל.
אויב עס איז ריכטיג, איז עס אן אינטרעסאנטער פאקט.
יא אזוי איז די הלכה. און עס שטייט
שארפע זאכן איבער זאגן אינאיינעם.
אבער נאכן קריג האבן די גדולי ישראל געטוישט. דארף מען וויסען צו עס איז געווען א הוראה לדורות, צו נאר עת לעשות לה'.
איך וואלט געקענט באשטיין צו האבן א מקור דערויף מיט מער פרטים
ווי וועלכע גדולי ישראל? האבן זיי געגעבן די הוראה בכתב אדער בלויז בע"פ? וכדו'
איך האב גראדע געטראפן א תשובה פון הרב מרדכי פארקאש פון וואשינגטאן איבער די פראגע אויב אן אבל זאל מיטזאגן מיטן ש"ץ קדיש שטיל, וואו ער נעמט אביסל ארום בתוך דבריו דאס ענין פון זאגן קדיש ביחד
ער ברענגט, צווישן אנדערע, ווי פאלגנד:
* אז דער פתחי תשובה שרייבט
עי' שו"ת דברי אגרת סי' ז' שהוא ז"ל במדינתו תיקן, שכל האבלים יאמרו כולם קדיש יחד ע"ש טעמו ונימוקומ'קען דא נאכקוקן דעם דברי אגרת אינעווייניג וואו ער איז פארענטפערט זיך פארוואס ער האט עס געטון
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=27* דער יעב"ץ
ומה טוב וישר מנהג הספרדים בזה שאם רבים המה כולם זוכים בו. ואומרים אותו כאחד, ובטלה מחלוקת וטורח דיני דינים בדבר שאין לו שורש ועיקר* קצות השלחן
בארץ ישראל המנהג פשוט שכל האבלים אומרים ביחד כל הקדישים* ערוך השלחן
ועתה כולם אומרים קדיש כי א"א לחלק ביניהםאון פון באה"ט און שע"ת זעט מען אויך אז דער מנהג איז געווען עטליכע זאלן זאגן אינאיינעם
* דער חת"ס איז מעתיק דעם יעב"ץ און שרייבט
ולכאורה מנהג כשר הוא ורבים העושים מצוה עדיפי מיחידים און וואונדערט זיך פארוואס מ'פירט מען זיך נישט אזוי און פראבירט עס צו פארענטפערן
דער בנין ציון פארענטפערט אינטרעסאנט פארוואס ביי די ספרדים זאגט מען צוזאמען און ביי די אשכנזים (בימיו) נישט
ווייל די ספרדים זענען געוואוינט צו דאווענען הויעך אינאיינעם (ווי מ'הערט נאך היינט ביי די ארגינעלע ספרדים) ממילא וועלן זיי זאגן קדיש אויך צוזאמען
משא"כ די אשכנזים
און דערנאך שרייבט ער אויפן זאגן קדיש אינאיינעם
לא נשמע ולא נראה בכל גלילות אשכנז ופולין אפי' קהילה אחת שנהגו כן חוץ ממה שהנהיגו מגידי חדשים אשר מנהגי ישראל לא יחשובו זעט אויס ווי ער האלט עס פאר א פירצה זיך צו פירן אזוי ביי די אשכנזים
סאיז אינטרעסאנט צו ברענגען אז דער חת"ס מאכט א חילוק צווישן א קדיש יתום, וואס ווי געברענגט אויבן איז ער מחזק די מנהג אז נאר איינער זאגט, און אין יו"ד שרייבט ער לגבי קדיש דרבנן
אך נ"ל דהנה מנהג הספרדים כל הקדישים אומרים כל האבלים בפעם אחת, וכן אנו נוהגים פה בבית מדרשנו בקדיש דרבנן שאומרים כל הבחורים האבלים בפ"א, ולפעמים גם בביהכנ"ס כשיש שום פלפול בין האבלים אומרים שניהם ומה בכךעיין בפנים התשובה
אותיות מחכימות
http://www.haoros.com/Archive/index.asp ... =9&haoro=5עכ"פ ס'איז א שיינע תשובה און ס'וואלט כדאי געווען צו הערן פון אייך וועלכע גדולי ישראל האבן נאכן קריג (ערשטע אדער צווייטע?) אפיציעל משנה געווען די מנהג
און ווי אויך וואו עס שטייט "שארפע זאכן" איבער זאגן אינאיינעם (חוץ הבנין ציון שהבאתי)