ברכות

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

קיינער מיניש מיטהאלטן די שיעור, אבער פאר אונזער אייגענע שטופ העמיר פארצייכענען מתחילת מסכת ברכות על הסדר..

די משנה פרעגט ווען סאיז התחלת זמן קרי״ש של ערבית (באזירט אויפן פסוק ובשכבך ובקומך אז מברויך ליינען קרי״ש ווען מלייגצעך..) און זאגט אז סאיז פון ווען כהנים וואס זענען געוועזן טמא און האבן זיך געטובלט מעגן צוריק אנהייבן צו עסן תרומה (היינו צאת הכוכבים ומילתא אגב אורחא קמ״ל..)

רש״י ווארפט אריין אז די וואס דאווענען מעריב פרי זענען טאקע נישט יוצא קרי״ש און מיט דעם וואס זיי ליינען איבער די ערשטע פרשה ביי קרי״ש שעל המטה זענען זיי יוצא (ר״ת און די ר״י זאגן אז קרי״ש פון מעריב איז די עיקר און דאס וואס אונז דאווען מיר פרי איז ווייל אונז נעמיר נישט אן ווי די משנה לגבי התחלת זקרי״ש..)

אויף ע״ב איז דא 6 שיטות אויף התחלת זקרי״ש, משעה שהכהנים טובלים, נכנסין לאכול בתרומתן (אזוי די משנה), שבנ״א נכנסין לאכול פתן בערב שבת, עני נכנס לאכול פתו, קידש היום בערבי שבתות, רוב בנ״א נכנסין להסב (בימות החול וי״א בער״ש)

און סוף זמן איז לר״א עד סוף אשמורה ראשונה (ווייל ער האלט ובשכבך מיינט די זמן וואס מלייגצעך) חכמים זאגן ביז חצות (עכט קוקט מען כל זמן שכיבה, ועשו סייג לדבריהם, אויף דף ד׳ ע״ב זאגט די גמ׳ אויף דעם וכל העובר על דברי חכמים חייב מיתה, ווייל סאיז שכיח אונס שינה אדער צו לאזן הערן אז מעריב איז נישט קיין רשות) און ר״ג זאגט ביזן עלות.

ג.

אשמורה ראשונה איז 4 שעה אריין אין די נאכט (ווייל ר״א האלט אז ג׳ משמרות הוי הלילה) און ער זאגט די לשון אשמורה צו לאזן הערן אז די משמרות איז א זאך וואס קען ווערן מיטגעהאלטן אויף דער וועלט, ביי די ערשטע משמורה ברימען די קעמלעך, ביי די צווייטע שרייען די הינט און ביי די דריטע איז תינוק יונק משדי אמו ואשה מספרת עם בעלה.

לויט 1 וועג געשעהן די זאכן נאכן ערשטע משמורה, אינמיטן די צווייטע, און פאר די דריטע, לויט די אנדערע וועג איזעס נאך די ערשטע, צווייטע און דריטע (און דאס וואס ער שמועסט אויס נאך די דריטע משמורה איז אויב א מענטש שלאפט בבית אפל זאל ער וויסן ווען סאיז התחלת זקרי״ש; תו׳ לייגט שוין צו אז ביז וואס ווען וואו העט שוין זיין משיכיר..)

ריב״ש משמי׳ דרב זאגט אז ביי יעדע משמורה שרייט כביכול ווי א לייב און זאגט אוי שהחרבתי את ביתי והגליתי את בני לבין האומות.

ברענגט די גמ׳ א ברייתא אז ר׳ יוסי איז אמאל גייענדיג אויפן וועג אריין אין א חורבה דאווענען און ביים ארויסקומען האט אים אלי׳ הנביא אפגעווארט און געפרעגט פארוואס עריז אריין אין א חורבה, האטער געענטפערט אז ערט געוואלט דאווענען אן ווערן געשטערט, האט אים אלי׳ הנביא געזאגט אז ער וואלט געדארפט דאווענען א תפלה קצרה (הביננו) און ערט אים געפרעגט וואס ער האט געהערט אינעם חורבה, האט ר״י געענטפערט אז ערט געהערט א בת קול וואס קלאגט ווי א יונה און זאגט אוי להם לבנים שהחרבתי את ביתי והגליתים לבין האומות, האט אליהו הנביא געזאגט אז דאס איז 3 מאל יעדן טאג און יעדעס מאל יודן זאגן יהא שמי׳ רבא זאגט דער באשעפער כעין הנ״ל..
(תו׳ ווארפט אריין אז דאס וואס מזאגט קדיש אין ארמיש איז וועגן דעיס איז געוועזן די רעדענדע שפראך און מהאט געוואלט די עמי הארצים זאלן אויך פארשטיין..)

האט ר׳ יוסי געזאגט אז דעמאלטס האטער זיך דערלערנט 3 הלכות, מ׳טאר נישט אריינגיין אין א חורבה (מפני החשד ומיירי בתרי ופריצי, מפולת ומיירי בתרי וכשירי, מזיקין ומיירי בחורבה חדתי ותרי כשירי ובמקומן חיישינן או מיירי בחד וכגון שעומד במדבר), ממעג דאווענען אויפן וועג און מ׳דאווענט הביננו.

צוריק צו משמורות הלילה; רבי האלט סאיז פארהאן 4 משמרות און ר׳ נתן האלט 3, רבי האלט אז ווי באלד דוד המלך איז אויפגעשטאנען ביי חצות און סשטייט קדמו עיני אשמורות מיינט עס אז ביי חצות אינאך דא 2 משמורות ביז צופרי און ר״נ האלט אז מלכים שטייען דאך אויף בג׳ שעות, ממילא איז נאך דא ביי חצות 8 שעה (היינו 2 משמורות) צו שלאפן, 6 פון די נאכט און די ערשטע 2 פונעם טאג.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

האלט מיר אויף דף ג:

ר׳ זריקא האט נאכגעזאגט רבי׳ס טעם אויף ד׳ משמרות, ברענגט מען יעצט נאך א מימרא פון אים. אין אומרים לפני המת (בתוך ד׳ אמות) אלא דבריו של מת, לויטן ערשטן וועג מיינטעס לאפוקי דברי תורה אלץ לועג לרש, און לויטן צווייטן וועג אפי׳ ד״ת און כ״ש מילי דעלמא (תו׳ ברענגט אז די רי״ף פסקנט ווי דער ערשטע וועג)

פרעגט די גמ׳ א סתירה, אנהויב קי״ט שטייט חצות לילה אקום און סוף שטייט קדמתי בנשף (נאכט ע״פ בנשף וערב יום, למעשה פירט די גמ׳ אויס אז סווענצעך ווי דער נשף שטייט איין) ר׳ אושעיא זאגט סאיז קיינמאל נישט אריבער חצות ווען עריז נאך געשלאפן, ר״ז זאגט; ביז חצות האטער געדרימעלט כסוס און פון חצות זיך געשטארקט בתורה כארי, רב אשי זאגט; ביז חצות האטער געלערנט און פון חצות לילה איז געווען אקום להודות לך (האטער געזינגען שירות ותשבחות)

פון וואנעט האט דוד געוואוסט ווען ס׳חצות,אויב משה רבינו (וואס האט געזאגט כחצות..) האט נישט געוואוסט? אדער זיין פידל האט אים געוועקט דורך די רוח צפונית וואס נעמט אינגאנצן איבער די לייצעס כחצות.. ר״ז זאגט; אז דוד און משה האבן געוואוסט, און משה האט געזאגט כחצות אז פרעה׳ס חברה זאלן נישט זאגן אז עריז א ליגענער, און דוד האט נאר געניצט זיין פידל אלץ וועקער זייגער. ר״א זאגט אז משה׳ס כחצות מיינט בחצות ווייל ער האט עס געזאגט פאר פרעה פונקט 24 שעה פאר מכת בכורות.

די גמ׳ ברענגט אז נאכן עלות איז דוד געווארן פארנומען מיט כלל ישראל, די חכמי ישראל האבן געטענהט עמך חשראל צריכים פרנסה, און אויף דוד׳ס אנטווארט פון לכו והתפרנסו זה מזה האבן זיי געענטפערט אין הקומץ משביע את הארי (כפשוטו, א קומץ קעניש זעטיגן א לייב, אדער א היישעריק קעניש זעטיגן א לייב) ואין הבור מתמלא מחליתו (כפשוטו, סהעצעך נישט צוריק אנפילן מיט די ארויסגעגראבענע זאמד, ועי׳ תוס׳) עכ״פ האט ער געהייסן גיין און מלחמה אז מזאל האבן פון וואו צו לעבן..

ווייטער האצעך דוד פארשמירט בדם ושפיר ושליא, און אנגעפרעגט מפי-איש-בושת אויב ערט גוט געפסקנט, ובזכות זיין עונה האטער זוכה געווען צו זיין זוהן דניאל וואס האצעך געקענט פארמעסטן מיט מפיבושת.

מחלוקת צווישן ר״י און ריב״ל אויב ביי מעריב איז אויך דא אן ענין סומך צו זיין גאולה לתפלה, ר״י האלט אז למעשה אישוין געווען עפעס א גאולה פון ביינאכט ממילא ברויך מען סומך זיין אפי׳ ביינאכט (און השכיבנו, ברוך ה׳ לעולם, ה׳ שפתי תפתח וויבאלד סאיז א תקנת חכמים הייסט עס נישט קיין הפסק נאר סאיז כגאולה אריכתא), און ריב״ל זאגט אז למעשה אידעך די גאולה געווען בייטאג. אדער קריגן זיין אין ובשכבך ובקומך, ר״י פונקט ווי בייטאג איז זיכער קרי״ש קודם די זעלבע ביינאכט און ריב״ל זאגט אז בייטאג איז קרי״ש סמוך למיטתו און די זעלבע מיט ביינאכט זאלעס זיין (נאך שמו״ע) סמוך למיטתו.

כל האומר תהלה לדוד ג״פ (רעק״א צייכענט אן אז די פוסקים ברענגן עס סתם, אפי׳ 1 מאל..) בכל יום מובטח לו שהוא בן עוה״ב.

די גמ׳ שמועסט אויס מ״ט.. האבעך געהערט פון א יוד ע״ה אמאל פשט אזוי, אלץ סדר תמניא אפי איז טאקע בעסער קי״ט, אלץ שם חת״ך האטעך קל״ו אויך נות׳ן לח׳ם לכ׳ל בשר.. זאגט אבער די גמ׳ אז תהלה לדוד האט ביידע.. סיי סדר הא״ב און סיי פות׳ח א׳ת ידי׳ך.

שטייט נישט אות נ׳ אין אשרי צו מרמז זיין אז די נפלה לא תוסיף קום בתולת ישראל איניש קיין גאנצע נפילה..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות ד: - ה:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ברכות ה.

ווען מלאכים פירן אויס שליחותער, פליט מיכאל דער מלאך הרחמים אנע אפשטעל, גבריאל וואס אישוין מער דין ברויך זיך אפשטעלן אינמיטן (אולי ינחם ה׳ על הרעה..) אלי’ הנביא ברויך פליען 4 מאל אויסצופירן א שליחות (די מהרשא זאגט ווייל עריז דאך פון די ד׳ יסודות און דאסיז די גורם, איני מבין.) און די מלאך המוות ברויך פליען 8 מאל, כנ״ל אז אולי בתוך הזמן ינחם ה׳..ובשעת המגיפה פליעט ער מיט 1 מאל.

ריב״ל זאגט אז סאיז א מצוה צו ליינען קרי״ש שעל המטה באזירט אויפן פסוק אמרו בלבבכ״ם (ליינטס קרי״ש דכתיב בהו על לבבך) על משכבכם, ודומו סלה נאכדעם גייטץ לייגצענק. לכאורה אלץ איינצושלאפן מתוך דברי תורה, ר״נ לייגט טאקע צו אז א ת״ח שרגיל לחזור על גירסתו תמיד ברויך נישט ליינען, זאגט אבער אביי אז 1 פסוקי דרחמי זאל ער זאגן (אלץ שמירה מן המזיקין) בידך אפקיד רוחי וגו׳

אמר״ש פון רגזו, ברענגט די גמ׳ א מימרא פון ריש לקיש; לעולם ירגיז אדם יצ״ט על יצה״ר, (רגזו) נצחו מוטב, טאמער גייטעס אבער נישט זאלער לערנען (אמרו בלבבכם) גייטעס נאכאלץ נישט יקרא קרי״ש (על משכבכם) גייטעס נאכאלץ נישט איז יזכיר לו יום המיתה (ודומו סלה, ווען מנעמט שוין איין די אייביגע שטילקייט).

אז רלב״ח זאגט שוין נאך פון ר״ל, איז דא נאך א מימרא אויפן פסוק ואתנה לך את לוחות האבן וגו׳ אז אלעס אלעס ביז גמ׳ איז געגעבן געווארן למשה מסיני.

בעק טא קרי״ש שעל המטה, איינער וואס ליינט קר״ש שעל המטה (ירננו על משכבותם) איז ווי ער האלט א שווערד וואס איז געשארפט פון ביידע זייטן אנקעגן די מזיקים (וחרב פיפיות בידם).

נאך א מימרא אז ווער עס ליינט קרי״ש שעל המטה מזיקין בדילין הימנו, (דכתיב ובני רשף יגבירו עוף) אנדערע זאגן אז די פסוק קומט אויף איינער ווואס איניש עוסק בתורה איז יסורים באין עליו.

אמר״ש וועגן תורה, זאגט ר״ז אדער רחב״פ אז געווענטליך איז דער מוכר טרויעריג אז ער מוז פארקויפן זיין חפץ און דער לוקח איז פרייליך, אבער ביי נתינת התורה איניש אזוי, נאר דער באשעפער איז פרייליך און עריז נאך נאכדעם משבח די תורה אלץ א גוט געשעפט.

א מענטש זעהט אז ער האט יסורים, יפשפש במעשיו, טאמער האט ער נישט געטראפן קיין שום עבירה אין וואס עס תולה צו זיין זאלער עס תולה זיין אין ביטול תורה, טאמער איזער אזא איינער וואס האט אפילו נישט קיין עון ביטול תורה בידו, איזעס יסורים של אהבה.

זאגט די גמ׳ אז יסורים של אהבה מיינט אדער וואס איניש דא דורך דעם קיין ביטול תורה און לויט איינעם ביטול תפלה, און רחב״א בשם ר׳ יוחנן זאגט אז אפילו מיט ביטול תורה איזעס יסורים של אהבה און די פסוק (אשרי הגבר אשר תיסרנו קה ומתורתך תלמדנו) מיינט אז דעיס אז יסורים איז מכפר לערנט מען ארויס פון דעם וואס די תורה זאגט רז אן עבד גייט ארויס מיט שן ועין, מה דאך דארט ביי איין אבר גייט מען ארויס כ״ש יסורים וואס איז אויפן גאנצן גוף אז סאיז ממריקין עוונותיו של אדם. און ר״ל לערנט עס פון ברית ברית ביסורים ובמלח, פונקט ווי זאלץ מאכט גוט דאס פלייש די זעלביגע מיט יסורים אז סאיז ממריקין עוונותיו של אדם.

ווייטער אין די יסורים סעריע, רשב״ג זאגט אז 3 מתנות האט הקב״ה געגעבן פאר די יודן און אלעס נאר מיט יסורים, תורה (תיסרנו קה ומתורתך תלמדנו) אר״י (ביי נתינת הארץ שטייט ה״א מיסרך) עוה״ב (דרך חיים תוכחת מוסר)

ווייטער, זאגט ר׳ יוחנן אז איינער וואס איז עוסק בתורה ובגמילות חסדים וקובר את בניו (ר״י האצעך געדרייט מיט א צאן אדער א ביין פון זיין 10טע קינד וואסיז אוועק בחייו ל״ע) איז מוחלים לו על כל עוונותיו.
AD162E72-18EC-4F63-893C-8F371694C753.jpeg
AD162E72-18EC-4F63-893C-8F371694C753.jpeg (240.91 KiB) געזען 1866 מאל
(איינער וואס האט בכלל נישט קיין קינדער איניש בכלל יסורים של אהבה). נגעים ווענצעך אויס וואס ווען און וואו.

ווייטער פארציילט די גמ׳ מעשיות ווי אמוראים האבן געהאט יסורים און נאך דעם וואס זייערע באזוכער האבן זיכער געמאכט אז זיי דארפן טאקע נישט די יסורים ולא שכרן און נאכער האבן זיי געגעבן די הענט (מתפלל געווען?) און אויסגעהיילט.

רב הונא האט געהאט 400 פעסער וויין וואס זענען אים נחמץ געווארן, זענען די חכמים ארויף צונעם און געזאגט ער זאל מפשפש במעשיו זיין, האט ר״ה זיי געפרעגט צו עריז נחשד אלץ איינער וואס סידא עפעס אויף וואס תולה צו זיין אזא שאדן, און טאמער איינער ווייסט עפעס אין וואס ער ברויך זיך פארבעסערן זאלער זאגן, האצעך איינער אנגערופן אז סידא שמועות אזער צאלט נישט געהעריג פאר זיין אריס, האט ר״ה צוריקגעפרעגט און דו מיינטסט אזער איז אזוי אומשולדיג, האבן די חכמים געזאגט אז אפילו א גונב מן הגנב איז אויך טועם א טעם גניבה, האצעך רב הונא מקבל געווען אים צו צאלן וואס עס קומט אים און די עסיג איז צוריקגעווארן וויין, און לויט איינעם איז די פרייז פון עסיג ארויף צו די פרייז פון וויין, און עריז ארויס אנע שאדן.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

האבעך געזעהן אן אינטערסאנטער בן יהוידע, יעדער זאגטעך עניוועי אשרי, און מסוגו זיך דאך סגולות אויף אלעם.. זאל מען קוקן וואס ער זאגט..
ברכות ה׳ ע״ב האט געשריבן:


כל האומר תהלה לדוד ג״פ בכל יום מובטח לו שהוא בן עוה״ב.
בן יהוידע האט געשריבן:
והנה הרב הכותב בעין יעקב התפלא איך אמירת מזמור קטן וכו', ועוד למה אמר מובטח, יאמר מנוחלי עולם הבא? ע״ש. ונ״ל בס"ד דאמרו רז"ל (סנהדרין צ.) כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אך אמרו יש כמה דברים שהעושה אותם אין לו חלק לעולם הבא, ולזה אמרו כאן האומר תהלה ג״פ ביום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, כלומר מצוה תגין עליו שלא יכשל באותם דברים אשר בהם מאבד חלק עולם הבא, ועל זה אמרו לשון מובטח, ועל דרך זה הם דברי רבי יוחנן שאמר איזהו בן עולם הבא זה הסומך גאולה לתפלה, שזכות מצוה זו תגין שלא יאבד חלק עולם הבא.
ברם דע כי הסגולה הזאת אינה קלה על האדם, כי בודאי התועלת שלה הוא תלוי בכונת הלב שיהיה מכוון באמירת המזמור להבין בלבבו מה שמוציא מפיו, ולא סגי באמירה בלבד, גם עוד תלוי בזה ענין אמונה כשאומר פותח את ידיך וכו' צריך שהוא מאמין באמת שכל פרנסה באה בהשגחתו יתברך ולא יחשוב כוחו ועוצם ידו עושים חיל, ונמצא לפי זה אמירת מזמור זה לאו מלתא זוטרתי היא, כי יצר נצב לקראתו לבלבלו בכל זה ומתעהו ודו"ק.
זעמיר געבליבן סטאק מיטן בן איש חי, ס׳איז מתוק מדבש.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גיימער ווייטער, די גמ׳ ברענגט כמה מימרות פון אבא בנימין, עריז געווען זייער נזהר נישט צו עוסק זיין במלאכה (רש״י זאגט אפילו נישט לערנען, תו׳ האלט אז מען מעג יא לערנען) פארן דאווענען און אז זיין בעט זאל זיין צווישן צפון און דרום (ווייל די שכינה איז אויף מזרח אדער מערב זייט), די גמ׳ לייגט טאקע צו אז ווער סאיז מקפיד אז די בעט זאל זיין בין צפון לדרום האט בנים זכרים ולא עוד אלא שאין אשתו מפלת באזירט אויפן פסוק וצפונך (צפון זייט) תמלא בטנם..

אויב 2 מענטשן גייען דאווענען און איינער ענדיגט פארן צווייטן, ברויך ער אים אויסווארטן, טאמער נישט נעמט מען נישט אן זיין תפלה און עריז גורם אז די שכינה זאל אוועקגיין פון כלל ישראל (ר״ת זאגט אז דאס איז געווען דוקא אמאל ווען די בתי מדרשים זענען געווען אינדרויסן פון שטאט, תו׳ פירט אבער אויס ונאה להחמיר אף לנו) אויב אבער ווארט ער יא אויס איז ער זוכה צו אסאך ברכות.

ווען א מענטש וואלט ווען געקענט זעהן די שדים וואס דרייען זיך ארום נעבן אים וואלט ער פון זינען אראפ. ר״ה לייגט צו אז סאיז דא ווי סשטייט אין פסוק יפול מצדך אלף ורבבה מימינך. און דאס וואס ספילט זעך אסאך מאל צושטיפט בשעת די דרשות אין ביהמ״ד איז פון די שדים, די קליידער פון מענטשן וואס זיצן אין לערנען ווערן נאר אפגעוועטשט פון דעם וואס די שדים רייבן זיך אויף דעם, אא״וו (אין בן יהוידע זאגט ער אז היינט אישוין נתמעטו השדים).

אויב איינער האט שטארק חשק זיך צו איבערצייגן אז זיי זענען טאקע מיט אונז, זאלער נעמען אש און עס אויסשפרייטן ארום זיין בעט, העט ער זעהן צופרי כעין פיס טריט פון תרנגולים..

און אויב איינער וויל זיי ממש זעהן, זאלער נעמען א שליא פון א שווארצע קאץ בת שווארצע קאץ, ביידע זאלן האבן געווען בכורים, און ער זאל עס פארברענען, צודריקן די אש און לייגן אביסל אש אין זיין אויגן און ער העט זוכה זיין צו זיין אזוי געגארטן תאווה. אבער מברויך אבאכט געבן צו האלטן די מויל שטארק צוגעמאכט, אנישט קען מען געשעדיגט ווערן, רב ביבי בר אביי האט געפאלאוט די רעסעפי אבער עריז געשעדיגט געווארן, האבן די חכמים מתפלל געווען אויף אים און עריז אעיסגעהיילט געווארן.

אין תפלתו של אדם נשמעת נאר אין בית הכנסת, אלץ במקום רנה (דארט וואו דער ציבור דאווענט) שם תהא תפלה.
—-
די ווייטערדיגע מימרות זענען פון רבין (אק״א ר׳ אבין) ב״ר אדא אמר ר׳ יצחק, די גמ׳ הייבט אן מיט דעם אז קב״ה איז מצוי (דרייט זיך?) בביהכ״נ, אזוי ווי עס שטייט אלוקים מצב בעדת קל, און וואס איז מיט 3, 2, 1.. איז אויף אלעם דא פסוקים און אלעס איז מיט א שטאפל ווייניגער אזוי ווי עס שטייט אין א משנה אין אבות..

פון וואנעט ווייסט מען אז קב״ה לייגט תפילין, ווייל עס שטייט נשבע ה׳ בימינו (תורה, כדכתיב מימינו אשדת למו) ובזרוע עוזו (תפילין).
אין כביכול׳ס תפילין שטייט די פסוקים כי מי גוי גדול און ומי גוי גדול, אשריך ישראל און מי כעמך ישראל, או הנסה אלוקים, ולתתך עליון על כל גויי הארץ. די יודן טוהן זיך אויף מיטן באשעפער און דער באשעפער טוט זיך אויף מיט זיין פאלק.

איינער וואס קומט יעדן טאג אין ביהמ״ד און ער פעלט איין טאג, פרעגט זיך כביכול נאך אויף אים, און פרעגט פארוואס דער מענטש איז געגאנגען למקום חושך, די אויספיר פונעם פסוק איז ואין נוגה לו, איז אזוי טאמער איזער געגאנגען לדבר הרשות העטער נישט מצליח זיין ווייל ער וואלט געדארפט האבן מער בטחון און גלייבן אז דער באשעפער העט אים אלעס צושטעלן אפילו ערט קומען קודם דאווענען, אבער טאמער איזער געגאנען לדבר מצוה העטער יא מצליח זיין.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

האלט מיר דא אויף דף ו: הייב מיר אן מיט א מימרא פון ר׳ יוחנן, אז קב״ה איז כועס אויב ער קומט אין ביהמ״ד און טרעפט נישט קיין 10 יודן, אזוי ווי עס שטייט מדוע באתי ואין איש וגו׳ (די מהרש״א זאגט אז סמיינט אז פעלט נאר א צענטער, און קב״ה איז כועס פארוואס דער איש פעלט, קראתי ואין עונה און מקעניש ענטפערן קיין דברים שבקדושה..די מהרשל זאגט אז אי״ש איז ר״ת אמן יהא שמיה)

יעצט ברענגט די גמ׳ כמה מימרות פון ר׳ חלבו בשם רב הונא, יעדער וואס איזעך קובע מקום לתפלתו איז אלוקי אברהם בעזרו, און מאיז אים מספיד אז ער איז געווען מתלמידיו של אברהם אבינו. (אברהם קביעות מקום זעהט מען ווען ער האט מתפלל געווען פאר סדום, שטייט דארט אל המקום אשר עמד שם)

מטאר נישט ארויסגיין פון ביהמ״ד מיט גרויסע טריט, ווייל סווייזט אז דאס זיין אין ביהמ״ד איז אים א פרעשור, לייגט אביי צו אז ווי פארשטענדליך איזעס נאר ביים ארויסגיין פון שוהל אבער קומענדיג איז א מצוה צו לויפן, און אויף דעם זאגט ר׳ זירא אז ער פלעגט מיינען אז די אלע וואס לויפן שבת אין שוהל זענען מחללי שבתים, למעשה נאכדעם וואס ער האט געהערט אז סאיז א מצוה צו לויפן אפילו אין שבת האט ער זעלבס אנגעהויבן לויפן אין בית מדרש.

אז מהאט דערמאנט ר״ז ברענגט מען נאך א מימרא פונעם איידער מגייט צוריק צו ר׳ חלבו. אגרא דפרקא רהטא, אז די עיקר שכר באקומען רוב מענטשן פארן לויפן אין שוהל צום דרשה, (רש״י זאגט עפעס אז אויב פארשטייט מען נישט געהעריג און מקענעס נישט נאכזאגן לאחר זמן באקומט מען נישט קיין שכר אויפן לערנען :oops: די מהרשא קאמעניטירט נישט אויף רש״י ער זאגט עי״ל אז סגייט אויף די ת״ח וואס קענען שוין וואס מגייט פארלערנען, וגז״ק לענ״ד) די גמ׳ ברענגט יעצט נאך אפאר אזאלכע זאכן, אגרא דכלה דוחקא, ענדליך צו די פריערדיגע, אז רוב עולם פארשטייט עניוועי נישט די דרשה, באקומען זיי כאטשיג שכר פארן זיצן צושטיפט..) אגרא דשמעתא סברא, די עיקר שכר באקומט מען פארן זיך פלאגן צו פארשטיין און דערגיין די סוגיא, אגרא דבי טמיא שתיקותא, די שכר ביי ניחום אבלים באקומט מען אז מהייבט נישט אן צו רעדן ביז די אבל הייבט אן (מהרש״א) אגרא דתעניתא צדקתא, די עיקר שכר איז די צדקה, רש״י זאגט אז מפלעגט גיבן געלט פאר די עניים זיי זאלן האבן אויף אויסצופאסטן, און די מהרש״א זאגט אז כדי מזאל נישט הנאה האבן פון די געלט וואס מהאצעך געשפארט דורכן פאסטן זאל מען געבן די געלט פאר צדקה. אגרא דהספידא דלויי, די עיקר שכר פאר די מספידים איז ווען זיי הייבן אויף זייער קול און זענען מעורר די עולם צו וויינען און אגרא דבי הילולא מילי, די עיקר שכר פון די משתתפים ביי א חתונה איז ווען מאיז משמח די חתן מיט ווערטער.

איינער וואס דאווענט אין בעק פון א שוהל נקרא רשע, (ווייל עס שטייט סביב רשעים יתהלכון) לייגט אביי צו אז סאיז נאר אויב ער דאווענט נישט צו די זעלבע זייט ווי די מתפללים דאווענען. און די גמ׳ ברענגט א מעשה מיט איינער וואס האט געדאווענט צו די אנדערע זייט און אלי׳ הנביא איז דורכגעגאנגען (פארשטעלט ווי אן אראבער) און אים געפרעגט איז דען חלילה דא 2 צו וועם מקען מתפלל זיין, און ארויסגענומען א שווערד און אים דערהארגעט. (די מהרש״א זאגט אז די רי״ף איז גורס אז אן אראבער איז דארט דורך און אים געהארגעט, און פארענטפערט אונזער גירסא אז פאר אלי׳ הנביא האט יענער אויסגעקוקט ווי אן אראבער, מיט דעם וואס ער האט געדאווענט צו די אנדערע זייט..)

אז מהאט גערעדט פון סביב רשעים יתהלכון, זאגט די גמ׳ פשט פון די סוף פון יענע פסוק כרם זלות לבני אדם, זאכן וואס שטייען (כרום) ברומו של עולם (זלות) און מענטשן זענען מזלזל אין דעם, היינו תפילה. אדער מיינט עס אז ווען א מענטש דארף ל״ע צוקומען צו מענטשן (זלות לבנ״א) ווערט זיין פנים אזוי ווי די עוף כרום וואס איז קאלירפול. אנדערע אמוראים ברענגן עס פון א צווייטע פסוק, הרכבת אנוש לראשינו (אויב ממאנט אונז, תרגום זאגט עס כרשיא אויף לא תהי׳ לו כנושה) באנו באש ובמים (ווערט ער רויט ווי פייער און נאכדעם ווייס ווי וואסער. מהרש״א).

צוריק צו ר״ח, א מענטש זאל מוראדיג נזהר זיין מיט מנחה ווייל אליהו איניש געענטפערט געווארן נאר ביי מנחה, ר׳ יוחנן זאגט אז מעריב דארף מען אויך נזהר זיין (כדכתיב מעדת כפי מנחת ערב, און רנב״י לייגט צו אויך שחרית (כדכתיב ה׳ בוקר תשמע קולי).

איינער וואס איז נהנה מסעדות חתן און עריז אים נישט משמח איזער מזלזל אין חמשה קולות מיט וואס קב״ה האט געבענטש די יודן (קול ששון וקול שמחה וגו׳) און אויב איזער יא משמח איזער זוכה לתורה וואס סשטייט ביי קבלת התורה 5 לשונות ביי די קולות וברקים. ר׳ אבהו זאגט אז ווער סאיז משמח חתן איז כאילו הקריב תודה (דאס איז די אויספיר פון די קול ששון פסוק) און רנב״י זאגט כאילו ער׳ט אויפגעבויט אחת מחורבות ירושלים (כנ״ל).

א ירא שמים ווערן זיינע ווערטער דערהערט כדכתיב סוף דבר הכל נשמע, (וואלט געדארפט שטיין תשמע) את האלוקים ירא, כי זה כל האדם. זאגט שוין די גמ׳ פשט אין כי זה כל האדם, די גאנצע וועלט איז נאר באשאפן געווארן פאר דעם ירא שמים, אדער אז דער איז שקול נגד כהעו״כ, אדער די גאנצע וועלט איז נאר דא צו זיין זיין קאמפאני (אדער גאר זיינע באדינערס).

איינער וואס ווייסט אז זיין חבר באגריסט אים, זאלער אים מקדים זיין, און טאמער איינער באגריסט איינעם און ער ענטפערט נישט איזער א גזלן. (און דאס איז גזילת העני, עפעס אנדערש קען מען דאך נישט גנבענען פון אים).
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

Kollel האט געשריבן:
זעמיר געבליבן סטאק מיטן בן איש חי, ס׳איז מתוק מדבש.
טאקע שיין, ש'כח פארן מפרסם זיין.

----
שיינע שיעור, גיי אן!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דף ז. די גאנצע דף איז מימרות פון ר׳ יוחנן בשם ר׳ יוסי, פון וואנעט ווייסט מען אז קב״ה דאווענט? ווייל עס שטייט והביאותים אל הר קדשי ושמחתים בבית תפלתי, וואס איז כביכול מתפלל? זאגט רזב״ט בשם רב, יה״ר מלפני שיכבשו רחמי את כעסי ויגלו רחמי על מדותי ואתנהג עם ביי לפנים משורת הדין.

אויף דעם ברענגט די גמ׳ די באקאנטע ברייתא, תניא א״ר ישמעאל בן אלישע פעם א׳ נכנסתי להקטיר קטורת וכו׳ און כביכול האט אים געבעטן א ברכה און ערט געבענטש כנ״ל שיכבשו רחמיך את כעסך וכו׳, און כביכול האט אים צוגעשאקעלט מיטן קאפ (אזוי ווי ער ענטפערט ווען אמן אויפן ברכה) און די גמ׳ ברענגט עס צו לאזן הערן שלא תהא ברכת הדיוט קלה בעיניך.

פון וואנעט קומט דאס אז מ׳זאל נישט איבערבעטן א מענטש בשעת עריז נאך אין כעס? וויל מזעהט ביים עגל האט כביכול געזאגט פאר משה רבינו פני ילכו (לאז די כעס אוועקגיין) והניחותי לך (און כעל דיר ערפיהלן דיין בקשה, מוחל זיין כלל ישראל).

לאזט זיך די גמ׳ אריין צי קב״ה ווערט בכלל אין כעס, ברענגט ער א ברייתא קל זועם בכל יום פאר איין רגע, און א רגע אין איינס פון 8,888 פון א שעה. (מענין לענין, ע״פ דעם חשבון ווי לאנג א רגע איז, רעכנט דער אסטראווצער אויס פארוואס משה רבינו איז ארויף אין הימל פאר 40 טעג)
◄ ווייז ספוילער
און בלעם הרשע׳ס גאנצע כוח איז געווען אז ער האט געוואוסט ווען די רגע איז, און בלעם האט געזאגט מה אזעם -ווי אזוי קענעך שעלטן, אז- לא זעם ה׳.

די גמ׳ פרעגט יעצט וואס קען מען זאגן אין די אויבערדערמאנטע רגע (מהרש״א ע״ז ז.) רגע כמימרא (היינו ווי לאנג עס נעמט צו זאגן א 3 אות׳איגע ווארט און ווי תו׳ זאגט אז ער וואלט געקענט שעלטן מיט די ווארט כלם. די אנדערע וועג פון תו׳ איז אז בלעם וואלט נאר געדארפט אנהייבן שעלטן אין יענע רגע (און פון דא נעמען אסאך פוסקים אז אויב מהאט אנגעהויבן פאר זקר״ש/זמ״ת מעג מען אריינציען).

זאגט די גמ׳ אז קב״ה צערנט אין די דריטע שעה פון טאג ווען די מלכים שטייען אויף און ביקן זיך צום זון, יענע רגע ווערט די קרוין פונעם האן ווייס און ער שטעלט זיך אויף 1 פיס. (ריב״ל האט געוואלט פטור ווערן פון א צדוקי דורכן אים פארשעלטן יענע רגע, האטער גענומען א האן אויפן שויס אבער יענע רגע האט ער איינגעדרימעלט, ווייל סשטייט גם ענוש לצדיק לא טוב)

זיך אליינס נעמען אין די הענט אריין איז בעסער ווי זיך נעמען אין די הענט אריין אלץ תוצאה פון באקומען פעטש, ווי עס שטייט אז למעשה וועלן זיך די יודן אליינס נעמען אין די הענט אריין זאגענדיג אלכה ואשובה אל אישי הראשון כי טוב לי אז מעתה.
ר״ל זאגט בעסער ווי 100 פעטש, ווי עס שטייט תחת גערה במבין (דאס געשריי וואס א קלוגער גיבט אויף זיך זיך צו נעמען אין די הענט אריין) מהכות כסיל מאה.

3 זאכן האט משה רבינו געבעטן און קב״ה האט אים עס נאכגעגעבן, 1, די שכינה זאל רוען צווישן די יודן. 2, נישט צווישן גוים. 3, פארשטיין קב״ה׳ס וועגן אויף צדיק ורע לו (צדיק שאינו גמור רע לו בעוה״ז כדי שיזכה לעוה״ב) רשע וטוב לו (רשע שאינו גמור איז טוב לו בעוה״ז כדי לטרדו לעוה״ב) [לויט ר״מ האט אים קב״ה געענטפערט אויף צדיק ורע לו וכו׳ דעם פסוק וחנותי את אשר יחון אע״פ שאינו כדאי]

משה האט אויך געבעטן צו זעהן כביכול, האט אים קב״ה געזאגט לא תוכל לראות את פני, אין 1 ברייתא שטייט אז קב״ה האט אים געזאגט ווען כאזעך באוויזן ביים סנה האסטעך באהאלטן, יעצט באווייז איך זיך נישט. (און דאס אז ער האט נישט געקוקט ביים סנה איז געווען אן עולה) און אנדערע זאגן אז בשכר פון זיך באהאלטן דעמאלטס האט משה זוכה געווען צו קרן עור פניו, בשכר פון מורא האבן ביים סנה איז געווען וייראו מגשת אליו, און בשכר פון נישט קוקן דעמאלטס האט ער זוכה געווען צו זעהן מראה אחוריים (קב״ה האט אים געוויזן זיין קשר פונעם תפילין של ראש).

יעדע דיבור פון קב״ה וואס איז געווען לטובה אפילו על תנאי ווערט מקיום, ביי חטא העגל האט קב״ה געזאגט פאר משה אז ער גייט אים מאכן פאר א גרויס פאלק (אנשטאט כלל ישראל) און אונז האמיר געלערנט אין א ברייתא אז זיינע אייניקלעך האבן זיך טאקע געציילט למעלה מס׳ רבוא.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

דף ז: די גאנצע דף איז מימרות פון ר׳ יוחנן בשם רשב״י, אברהם איז געווען דער ערשטער וואס האט גערופן קב״ה מיטן טיטל אדון, און מזעהט ביי תפלת דניאל אז ער בעט למען א*נ״י און סמיינט למען אברהם שקראו אדון.

מזאל נישט איבערבעטן א מענטש בשעת עריז נאך אין כעס, אזוי מזעהט ביים עגל אז קב״ה האט געזאגט פני ילכו און נאכדעם והניחותי לך (אויף ע״א האט ר׳ יוחנן נאכגעזאגט די מימרא בשם ר׳ יוסי, זאגט דער צל״ח אז ער׳ט עס געהערט פון ביידע און מסדר געווען צווישן ביידעס מימרות)

דער ערשטער וואס האט געדאנקט קב״ה איז געווען לאה, זאגענדיג הפעם אודה את ה׳.

האקט די גמ׳ אריין מיט שמות אנשים, לאה האט גערופן ראו-בן (זעהסט די חילוק צווישן אים און עשו) ע״ש העתיד וואוסענדיג אז ער העט נישט פארפירן ווען מנעמט אים אוועק די בכורה און ער וועט נאך זיין דער וואס וויל גיין ראטעווען יוסף.
רות האט געהייסן אזוי ווייל איר אייניקל דוד האט אנגעזעטיגט קב״ה מיט שירות ותשבחות.
נאכדעם ברענגט די גמ׳ א פסוקי לכו חזו מפעלות ה׳ (די פעולות ה׳) אשר שם שמות בארץ (זענען באזירט אויף די נאמען פונעם מענטש) די נאמען איז גורם און משפיע אויף א מענטש.

צוריק צו די מימרות, ווען איינער האט א קינד וואס פירט זיך אויף שלעכט (יצא לתרבות רעה) איזעס שווערער אויף אים ווי מלחמת גוג ומגוג, ווייל אין קאפיטל ג׳ וואס רעדט איבער דוד׳ס אנטלויפן פון זיין זוהן אבשלום שטייט רבו צרי רבים קמים עלי און אין קאפיטל ב׳ וואס רעדט איבער מלחמת גומ״ג (כמבואר בע״ז ג.) זאגט ער נאר למה רגשו גוים ולאומים יהגו ריק (אז סאיז א שאד זייער צייט וכו׳, אבער ער רופט זיי נישט אן קמים עלי וכו׳)

האקט די גמ׳ אריין, אז ווען קב״ה האט געזאגט פאר דוד ער גייט אים שטראפן מיט א רעה מתוך ביתו איז דוד געווען טרויעריג אז ווער ווייסט וואסארא קנעכט וכו׳ העלן זיך נעמען צו זיינע ביינער, איינמאל ערט געזעהן אז מרעדט פון זיין קינד האט ער זיך אפגעאטעמט און דאס איז פשט פון זינגן מזמור לדוד בברחו מפני אבשלום (הגם, אבשלום האצעך למעשה נישט אויפגעפירט בעסער ווי דאס פון וואס דוד האט מורא געהאט, האט דוד געמיינט אז ער וועט. מהרש״א)

מען מעג זיך רייצן מיט רשעים בעוה״ז, פרעגט די גמ׳ אונז זעמיר דאך אז מזאל זיך נישט רייצן מיט א רשע וואס גייט אים גוט, מאכט די גמ׳ אפאר חילוקים, אדער מילי דשמיא יא און מילי דעלמא נישט, אדער אז די מזל שפילט אים טאר מען זיך טאקע נישט רייצן, אדער אז די מזל שפילט אים מעג זיך נאר א צדיק גמור רייצן, אדער אז די מזל שפילט אים זאל זיך אפילו א צדיק גמור נישט רייצן. (ווייסעך נישט די חילוק צווישן די 2טע און 4טע וועג)

יעדער וואס איזעך קובע מקום לתפלתו פאלן זיינע פיינט פאר אים, אזוי ווי סשטייט ושכן תחתיו ולא יוסיפו בני עולה לענותו (די גמ׳ ברענגט נאכדעם א סתירה דא שטייט לענותו און דה״י שטייט ולא יוסיפו לכלותו, זאגט רב הונא אז מתחלה איז די ברכה געווען מזאל זיי ניטאמאל קענען פייניגן אסער איינמאל מהאט געזינדיגט איז נאר געבליבן די ברכה אז מזאל אונז נישט קענען פארלענדן)

מזעהט ביי אלישע אז צו באדינען א ת״ח איז גרעסער ווי לערנען ווייל די טיטל אויף אים איז אז ער האט באדינט אליהו הנביא און נישט אז ער האט געלערנט ביי אים.

פארציילט די גמ׳ א מעשה אז ר״נ איניש געגאנגען אין שוהל ווייל עריז געוועזן שוואך, האט אים ר׳ יצחק געפרעגט פארוואס ערט נישט גערופן מנין צו זיך אהיים, האט ר״נ געזאגט אז סאיז אים צו שווער, האט ער אים געזאגט אז קומענדיגעס מאל זאל ער בעטן מזאל אים לאזן וויסן ווען משטעלט זיך אין סמעדרעש און אזוי העט ער קענען דאווענען די זעלבע צייט, האט ר״נ געפרעגט וואסי דער ענין דערביי, האט ער נאכגעזאגט פון ר״י בשם רשב״י אז סשטייט ואני תפלתי לך ה׳ עת רצון, זעהסטע אז סאיז דא געוויסע צייטן וואס איז מער עת רצון און ווען איז דאס, ווען די ציבור דאווענט.

ר״ל זאגט אז איינער וואס א שוהל ביי זיך אין שטאט און ער גייט נישט אריין דארט דאווענען הייסט ער א שלעכטע שכן!

מהאט געזאגט פאר ר״י אז סאיז דא אלטע מענטשן אין בבל, האט ר״י זיך געוואונדערט סשטייט דאך למען ירבו ימיכם על האדמה דוקא אין אר״י, האט מען אים געזאגט אז זיי דרייען זיך אין ביהמ״ד פון גאר פרי און בלייבן ביז שפעט, האט ער געזאגט דאן איז אלץ פארשטענדליך. (דא איז די באקאנטע מהרש״א אז וויבאלד עתידין בתי מדרשות שבבבל לקבוע באר״י הייסט עס על האדמה) און די גמ׳ ברענגט א פסוק אין משלי אשרי אדם שומע לי לשקוד על דלתותי און אין די נעקסטע פסוק שטייט מוצאי מצא חיים.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

גיימער ווייטער, אינמיטן דף ח. די גמ׳ האט געברענגט די פסוק לשקוד על דלתותי, ברענגט ער יעצט א מימרא פון ר׳ חסדא אז מזאל אריינגיין אין ביהמ״ד שיעור שני פתחים (אין ב״ח ברענגט ער א תו׳ אז רש״י זאגט סמיינט זיך נישט זעצן נעבן די טיהר, און תו׳ זאגט אז סמיינט נישט אנהויבן דאווענען תיכף ווען מקומט אריין אין סמעדרעש)

די נעקסטע גמ׳ ווייסעך נישט וואו סקומט דא אריין, די גמ׳ ברענגט די פסוק על זאת יתפלל כל חסיד אליך לעת מצוא, ר׳ חנינא זאגט זו אשה (ווארפט די גמ׳ אריין אז אין א״י פלעגט מען פרעגן מצא [אשה מצא טוב] או מוצא [אני את האשה מר ממות]) ר׳ נתן זאגט אז לעת מצוא גייט אויף די תורה, רנב״י זאגט מזאל מתפלל זיין מזאל שטארבן גרינגערהייט און רואיגערהייט, (סידא 903 מיני מיתות כמספר תוצאו״ת און סידא גאר גרינגע און לעומת זה גאר שווערע) ר׳ יוחנן זאגט מזאל מתפלל זיין אויף די קבורה, (אז אלעס זאל זיין מסודר ביז די לעצטע שאוול ערד וואס דעקט צו דעם מת) מר זוטרא זאגט זו ביה״כ אז א מענטש זאל מתפלל זיין ער זאל האבן בתי כבוד נעבן זיך. און די גמ׳ פירט אויס אז מר זוטרא׳ס איז די שטערקסטע (ועי׳ מהרש״א)

די גמ׳ ברענגט אז מיום שחרב ביהמ״ק אין לו להקב״ה אלא ד׳ אמות של הלכה, און אוהב ה׳ שערים המצויינים בהלכה מער ווי בתי מדרשים און בתי כניסיות. (די מהרשא זאגט אז אלע אנדערע פלעצער דרייען זיך קטן וגדול און אפילו די וואס לערנען קומען נישט אן אין ערגעץ, משא״כ ד״א של הלכה)

די גמ׳ ברענגט אז רבא, רב אמי און רב אסי האבן נאר געדאווענט דארט ווי זיי האבן געלערנט.

ר׳ חייא בר אמי משמיה דעולא זאגט א נהנה מיגיע כפו איז גרעסער ווי א ירא שמים. (די מהרש״א איז מסביר ע״פ די באקאנטע גמ׳ פון ר׳ח בן דותא אז ער האט באקומען א גאלדענע פיסל פון זיין טיש אין גן עדן, אז א נהנה מיגיע כפו בלייבט מיט זיין גאנצע אנגעגרייטע חלק לעוה״ב)

נאך א מימרא פון רחב״א, א מענטש זאל וואוינען נעבן זיין רבי, אזוי וועט ער זיך צוריקהאלטן פון טוהן געוויסע זאכן, אזוי ווי מזעהט אז שלמה המלך האט נישט חתונה געהאט מיט בת פרעה אזוי לאנס ווי זיין רבי שמעי בן גרא האט געלעבט. דאס אלעס איז אויב ער פאלגט זיין רבי, אבער טאמער נישט איז בעסער ער זאל וואוינען ווייט און ענדערש זיין א שוגג. (הגם כפארשטיי נישט די מוטב יהי׳ שוגג חלק, אבער אזוי זאגט רש״י)

מימרות בשם רב אמי, מטאר נישט ארויסגיין אינמיטן ליינען און אויף דעם שטייט ועוזבי ה׳ יכלו. בין גברא לגברא מעג מען יא, און צווישן די פסוקים בלייבט די גמ׳ מיט א תיקו.

רב ששת פלעגט לערנען בשעת קריה״ת (די רי״ף זאגט אז ממעג נאר אויב סידא מנין אן אים, אדער אז ר״ש איז געווען תורתו אומנתו ממילא האט ער געמעגט אבער אונז טאר מיר נישט עוסק זיין אין אנדערע זאכן בשעת קריה״ת. תו׳ נעמט אן למעשה ווי די צווייטע וועג)

ווייטער בשם רב אמי, א מענטש דארף מעביר סדרה זיין שנים מקרא וא׳ תרגום (תו׳ זאגט תרגום דייקא, להלכה איז דא וואס האלטן אז סאיז בעסער רש״י, ויר״ש יוצא ידי שנים) עם הציבור (תו׳ זאגט אז פון שבת ביי מנחה ביז שבת ביי מנחה הייסט עם הציבור, און ער ברענגט אז מצוה מן המובחר איז פאר די סעודה, מיר ליגט אין קאפ אז מרעדט פון די צופרי סעודה, געטשעקט און בוטשאטשער רב זאגט טאקע אז סיניש דא קיין שום ענין פאר די ביינאכט סעודה) ווייל יעדער וואס איז מעביר סדרא וועכענטליך מאריכין לו ימיו ושנותיו.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ברענגט די גמ׳ דף ח: אז רב ביבי בר אביי האט געוואלט מעביר סדרה זיין אלעס ערב יוה״ק (תו׳ הרא״ש זאגט משלים זיין די פרשיות פון ימי אלול, ווייל דעמאלטס איז מען געווען טרוד מיט הלכות המועדות.) האט מען אים געזאגט אז ערב יוה״ק איז א מצוה צו עסן, אזוי עס שטייט ועיניתם את נפשותיכם בתשעה לחודש און כזאג כל האוכל בתשיעי כאילו התענה תשיעי ועשירי, האט ער געוואלט מעביר סדרה זיין אלעס אין אן אנדערע טאג, האט מען אים געזאגט אז ס׳ברויך זיין עם הציבור.

ברענגט די גמ׳ 3 זאכן וואס ריב״ל האט אנגעזאגט פאר זיינע קינדער, מעביר סדרה זיין שמו״ת עם הציבור, מזאל זיכער מאכן צו דורכשחטן די ורידים -די אדערן נעבן די האלדז פונעם עוף- אז די גאנצע בלוט זאל ארויסרינען פארן בראטן, און אז מזאל נזהר זיין בכבוד ת״ח וואס פארגעסן זייער לערנען מחמת אונס, ווייל מזעהט אז שברי לוחות זענען אויך געליגן אינעם ארון.

יעצט ברענגט די גמ׳ 3 זאכן וואס רבא האט אנגעזאגט זיינע קינדער, מזאל נישט שניידן קיין פלייש בשעת מהאלט עס אין די הענט, אדער מפני הסכנה ווייל ער זיך גוט צושניידן אדער משום קלקול סעודה, אז סהעט נאר געשעהן א קליינע שניט אבער די עסן העט ווערן בלוטיג און העט פארמיאוסן די באטייליגטע ביים סעודה, אויך זאל מען נישט זיצן אויף א מטה ארמית, היינו מזאל זיך נישט לייגן ווי א גוי אן ליינען קרי״ש, אדער מזאל נישט חתונה האבן מיט א גיורת, אדער כפשוטו נישט זיך זעצן אויף בעט ביי א גוי אינדערהיים, ווייל סגעווען א מעשה מיט רב פפא אז עריז געוועזן ביי א גוי און מהאט אים געהייסן זיך זעצן אויף א בעט, האט ער געהייסן אויפהייבן די בעט און סיגעווען דארט א קריסטליך קינד און מ׳האט געוואלט מאכן א בלוט בלבול אויף אים.
און מזאל נישט אריבערגיין די טיר פון ביהמ״ד בשעת מהאלט אינמיטן דאווענען, ווייל סקוקט אויס ווי ער ווייזט אז ער גלייבט נישט, אויב אבער איז דא נאך א טיר צו דעם שוהל, אדער נאך א שוהל אין שטאט, אדער ער שלעפט פעקלעך, אדער ער האט אן תפילין מעג מען יא.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ווייטער אין די 3 סעריע, א ברייתא פון ר׳ עקיבא 3 זאכן וואס ער האט ליב פון די מדיים, זיי שניידן נאר פלייש אויפן טיש (רבא האט געווארענט זיינע קינדער זאלן זיך אזוי פירן, כנ״ל.) זיי קושן נאר אויף די הענט (וועגן די שפייאכץ וואס קומט אן אויפן געקושטער) און זיי רעדן זיך נאר דורך אין פעלד (וועגן ווענט האבן אויערן), ברענגט רב אדא בר אהבה א פסוק ווי מזעהט שוין וועגן זיך דורך רעדן אין פעלד וישלח יעקב ויקרא לרחל וללאה השדה אל צאנו.

א ברייתא פון רבן גמליאל 3 זאכן וואס ער האט ליב די פרסיים, זיי פירן זיך אלץ און אייביג בצניעות, ביים עסן, אין ביה״כ און אינדערהיים.

די גמרא פירט אבער אויס אז די פרסיים זענען מזומנים לגיהנום. (ברויך מען נאכקוקן וואס די גמ׳ וויל דא)
—-

צוריק צו קרי״ש, רשב״י זאגט אז א מענטש קען ליינען 2 מאל קרי״ש און אייין נאכט, איינמאל פארן עלות און יוצא זיין פאר ביינאכט און 1 מאל נאכן עלות און יוצא זיין פאר בייטאג. שמועסט די גמ׳ אויס אז באמת איז נאך נאכט אפילו נאכן עלות, אבער מקען שיין יוצא זיין קרי״ש של שחרית ווייל סאיז דא מענטשן וואס שטייען דעמאלטס אויף.
זאגט ריב״ל אז די הלכה איז ווי רשב״י.

סאיז דא וואס זאגן אז דברי ריב״ל גייט אויף אן אנדערער ברייתא וואס רשב״י זאגט נאך בשם ר׳ עקיבא, אז מקען ליינען 2 מאל בייטאג, 1 מאל פארן נץ פאר קרי״ש של ערבית און 1 מאל נאכן נץ און יוצא זיין קרי״ש של שחרית, און עכט איז שוין טאג פארן נץ אבער אזוי ווי רוב מענטשן שלאפן נאך קעמען יוצא זיין של ערבית.

וויכטיג צו וויסן, מנעמט אן למעשה ווי די צווייטע וועג, (די גמ׳ ברענגט א מעשה ווי מהאט א געפרעגט ריב״ל נאכן איינדרימלן פון שכרות ביי זיין זוהנס חתונה אויב ממעג ליינען קרי״ש נאכן עלות, און ערט געענטפערט כדאי הוא ר״ש לסמוך עליו בשעת הדחק) אבער השכיבנו קעמען שויניש זאגן, ווייל סישוין ניש קיין צייט וואס מלייגט זיך, ס׳אונז שוין אויסגעקומען צו דאווענען מעריב אן השכיבנו איין יאר ליל שושן פורים.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7185
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: ברכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

מגי"ש לעבן, ווען גייט מען ווייטער פארלערנען?
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”