דיין גאנצע זאך איז געבויט אז מטבע ארבעט נאר מיט תורם...... איר מאכט א טעות מטבע ארבעט שוין אויף היי טעק. מאשינען און אויך פון מערטש פעי, אזוי האבן זיי עדווערטייזט.צו די זאך האט געשריבן:די עולם כאפט נישט די פראבלעם.
זאל ער מאכן מיליאנען פארן צושטעלן סערוויסעס. נישט דאס איז די נקודה.
דא וויל ער מיט מטבע, איבערנעמען קאנטראל פון די גאנצע צדקה אינדעסטרי, האבן די מאניפאל, אז קיין איין קאמפיטשען זאל נישט קענען אריינקומען.
לאמיך עס בעסער מסביר זיין.
ווען ״טשערעדי״ האט זיך געפענעט, האבן זיי געטשארדזשט ריזיגע געלטער פון די מוסדות׳ן, די מוסדות פלעגן ממש וויינען, מיט די צייט זענען אויפגעקומען די אלע קאמפיטישענס, האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה, און היינט טשארדזשען זיי שוין ממש גארנישט, די עיקר געלד מאכן זיי פון די ק״ק פראסעסענג.
די זעלבע איז דא מיט ״תורם״, זיי האבן זיך דערזען ווי עני דעי גייט אנקומען א קאמפיטשען, וואס גייט אראפברענגען די הויכע פראצענטען, אדער וועט סתם אזוי קומען א גוטער איד, און עפענען אן ארגינעזאציע, וואס וועט העלפען די משולחים,
זענען זיי אויפגעקומען מיט די געדאנק פון ״מטבע״, וואס דאס וועט באצווינגען די משולחים צו ניצן זייערע מאשינען, און מער וועט שוין נישט קענען זיין קיין קאפיטישען, און אויף דעם איז די גרויסע ירגזון.
און זיי שרייבען און זייער אימעיל אז עס גייט ארבעטן בקרוב אויף קארד נאקס......ווי שוין דערמאנט דא אויפען וועלטל