אברך האט געשריבן:יעצט דארף מיר דורכטוען די נושא פון בייאינג פאוער, וויפיל דארף מען האבן צו קענען פארקויפן פוטס ווס קויפן שערס, אויב קענען מיר אויספיגערן א וועג צו קאללעקטן די זעלבע פרימיום פאר פיל ווייניגער געלט וועט דאס ארויפברענגען דע ריטוירן אן קעפיטאל.
עס איז שפעט, המשך יבוא בלי נדר (איך נעם זיך גארנישט אונטער...).
א גוטע וואך.
צו קענען פארקויפן א פוט (אן קיין מארדשין) דארף מען האבן גענוג געלט צו קויפן די 100 שערס, א לייוו עקסעמפל: די ראססעל 2000 (IWM) טרעידט יעצט פאר 185, אז איך פארקויף די 185 פוט דארף איך האבן 100 מאל 185, וואס איז $18,500 מיינוס די פרימיום קאללעקטעד.
אויב נוצט מען יא אפשענס מארדשין קען מען עס פארקויפן פאר אסאך ווייניגער (זעה די פיקטשער אטטעטש, ער בעט מיר ווייניגער פון 4K), די פראבלעם איז אז ווען די סטאק דראפט קען דער בראוקער העכערן די פארלאנגטע סכום, און עס איז דא די ריסק פון א מארדשין קאל.
א אנדערע געדאנק וואלט געווען זיך צו פארלאזן אז מען וועט קויפן די שערס און נוצן סטאק מארדשין, אבער דא האמיר ווייטער דער פראבלעם פון א פאטענשל מארדשין קאל אויב די סטאק פאלט גענוג אסאך, די מהלך קען מען נוצן צו רעדוצירן די קעש פארלאנגט מיט 10/20%, מען קען מאכן די קעיס אז מען דארף נישט חושש זיין אז א אינדעקס וועט פאלן מיט מער ווי 60%, אויב זאל מען גיין דערמיט דארף מיר האבן $18,500 מיינוס 20%, וואס איז ארום 15k, בעסער ווי דארפן אראפצולייגן די גאנצע סכום, איך האב אבער אסאך א שענערע וועג.