פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

יא עס איז מעגליך.

וואס זאגט איר צום געדאנק, איך לייג אריין טויזנט דאלער אין א סטאק ווען עס האלט ביי $1.00 איך פארקויף עס נאך 2 חדשים ביי $10.00 יעצט האב איך שוין $10,000 יעצט לייג איך עס אריין און אן אנדערע סטאק וואס האלט יעצט ביי $0.50 און איך פארקויף עס ביי $10.00 האלט איך שוין ב''ה $200,000 וחוזר חלילה און ביז א יאר צוויי האלט איך שוין ביי א מיליאן דאללער. און יעצט גייט שוין נישט נעמען צו לאנג ביז איך האלט ביי א ביליאן. ממש א מחי' איך זיץ אביסל ביים סקרין, איך גיי פון אייוועלט צו ראבינהוד, און איך ווער אן עושר אן אריינלייגן דאס פינגער אין קאלט וואסער.

דאס איז א חלום וואס אסאך האבן געהאט, און אסאך גייען עס נאך האבן, און דאס איז וואס עס גייט טאקע בלייבן, ''א שיינער חלום''. ווער עס ווייסט וואס טוט זיך אויפן מארקעט ווייסט אז אסאך געלט ווערט פארדינט אויפן סטאק מארקעט, און ווער באצאלט דערפאר? טאקע די מענטשן וואס נעמען די חלום ערנסט, זיי שאפן דאס געלט פאר די אמת'ע מומחום אויפן מארקעט, די וואס ווייסן וויאזוי צו קוקן אויף א סטאק, ווען צו קויפן און ווען צו פארקויפן, דער וואס קען זיצן מיט אייזענע נערווען, דער וואס דערשרעקט זיך נישט ווען עפעס וואס ער האט געקויפט טראסקעט אדער עפעס וואס ער האט כמעט געקויפט שיסט ארויף, דער וואס קוקט אויף די עכטע נאמבערס אביסל לענגער ווי וויפיל ער קוקט אויף די טשארט, און דער וואס איז נישט איינגערעדט אז סטאקס קען מאכן טויזנט צו א מיליאן און געציילטע חדשים.

און טאקע די אמת'ע מומחום זיי ארבעטן שוין איינמאל, זיי זיצן נישט אביסל ביים סקרין און אינדזשויען ווי די נאמבערס רוקן זיך ארויף, זיי ארבעטן לאנגע שעות א טאג זיי קוקן דורך טוינטע קאמפעניס צו טרעפן געציילטע גוטע זאכן, און עס נעמט יארן ביז מען שניידט די פירות.

עס איז דא מער ווי איין מהלך וויאזוי מען קען באמת מאכן געלט אויפן מארקעט, עס זענען דא long term investors און עס איז דא swing/day traders. עס זענען דא וואס קוקן נאר אויף די ''פאנדימענטלס'' דאס הייסט די עכטע נאמבערס וויפיל די קאמפעני איז ווערט, לויט וויפיל זיי פארדינען וויפיל פארמעגן און חובות זיי פארמאגן און אזוי ווייטער, און עס איז דא וואס גייען מיט ''טעקניקלס'' וואס מיינט אז מען קוקט אויפן טשארט און אזוי רעכנט מען אויס וויאזוי עס גייט זיך לכאורה רוקן ווייטער, אני הקטן בון זייער באקוועם מיט עכטע פאנדימענטלס און זייער פרעמד מיט טעקניקלס, און איך האב ב''ה געהאט די לעצטע בערך 3 יאר זייער גוטע ריזאלטס, מעגליך אז איך גיי אמאל מער מרחיב זיין וויאזוי איך ארבעט.

וויאזוי עס זאל נאר זיין, די מענטשן וואס מאכן שיין געלט אויפן מארקעט זענען בדרך כלל די וואס לייגן אריין אסאך קאפ און צייט, און עס איז א געהעריגע ארבעט וואס מען קען און מען דארף זיך געהעריג לערנען כדי צו מאכן געלט אויפן מארקעט, דורך זיצן ביים סקרין און אריינלייגן דא און דארט און זיך ארומשפילן מיט סטאקס, און נאך אינזין האבן אז ווער ווייסט אפשר ווער איך שוין דעם עושר פון קהילה, איז א גוטע מהלך וויאזוי צו דערלייגן צייט און געלט. און דאס איז אמת אפי' עס איז דא מענטשן וואס האבן אזוי פארדינט די לעצטע פאר יאר. עס זענען אויך דא מענטשן וואס האבן געוואנען די לאטערי און אפי' אזוי איז די לאטערי אויסדריקלעך נישט די מהלך וויאזוי צו ווערן אן עושר. (און רוב מענטשן וואס געווינען די לאטערי דערלייגן סוף די גאנצע.)

אבער א יוד געבט נישט אזוי שנעל אויף, לאמיר אייך איבער געבן די גוטע נייעס. מען קען יא ווערן א מיליונער דורך די סטאק מארקעט מיטן אריינלייגן בלויז טויזנט דאללער און טאקע אן ארבעטן שווער.

יא עס איז אמת, אויב מען טוט עס די ריכטיגע וועג האט מען בעזרת השם די גוטע תוצאות.
מען לייגט טאקע אריין בלויז טויזנט דאללער, אבער נישט איינמאל, נאר יעדע חודש, און טאקע אן ארבעטן שווער, אבער אן צורירן צו איינצעלנע סטאקס, מען לייגט אריין דאס גאנצע אינעם S&P און מען רירט עס נישט צו. און עס נעמט נישט בלויז איין יאר, עס נעמט אביסל לענגער, אבער יא, בערך ביז 23 יאר קענסטו האלטן ביי א מיליון דאללער נאכן אריינלייגן ווייניגער ווי 300 טויזנט. אמת, 23 יאר איז גאנץ לאנג, און א מיליון דאללער 23 יאר ארום איז גאנץ ווייניג, אבער עס איז נאכאלץ מער ווי חובות פון אפאר 100 טויזנט און אוודאי מער ווי דערלייגן ביים זיך שפילן מיט אינדעווידואלע סטאקס.

לאמיר גיין ווייטער וואס געשעהט אויב מען נעמט נישט ארויס דאס געלט. אז די ווארטסט נאך 7 יאר האלט עס ביי 2 מיליון און אז מען רירט נישט דאס געלט נאך 5 יאר האלט מען ביי 3 מיליאן און 3 יאר שפעטער האלט מען ביי 4 מיליאן דאללער.

בקיצור מיינט עס אז א יונגערמאן וואס איז 25 יאר אלט, לייגט אריין 1000$ א חודש אין די S&P ביז די 47, האט א מליון דאללער אויף זיין נאמען, און אפי' אויב ער הערט אויף אריינצילייגן אבער ער נעמט גארנישט ארויס האט ער ביי די 65 כמעט 6 מיליאן דאללער.

וואס וואלט ער געהאט אויב לייגט ער אריין די $12000 א יאר אין א לייף אינשורענס פאליסי, איך האב נישט די פינקטליכע נומבער, אבער עס איז אסאך ווייניגער, און אויב לייגט ער עס אריין אין אינדיווידעאלע סטאקס אן קיין געהעריגע מהלך, וואלט ער על פי דרך הטבע געהאט נאך ווייניגער.

עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז די נאמבערס איז 0% גאראנטירט, קיינער בעקט עס נישט, עס איז נאר, אז ביז היינט ווער עס האט געטיען אזוי האט געהאט בערך די ריזאלטס, אויפן חשבון אז די עס ענד פי גייט ארויף 10% א יאר, אריינגערעכנט די דיוועדענד, און נאר אויב מען לייגט עס אריין ציביסלעך, אויב איינער לייגט אריין אויף איין מאל 20 טויזנט דאללער קען ער האבן אינגאנצן אנדערע ריזאלטס לטב או למוטב. געווען תקופות וואס מען האט געהאט שטערקערע ריזאלטס און עס איז געווען שוואכערע.

(און צו זיין אביסל מער אויפריכטיג, איז וויכטיג צו אנמערקן אז דאס איז לויט די חשבון אז עס וואקסט אויף אן עוורידזש פון 10% א יאר (אריינגערעכנט דיווידענד). וואס עס קען זיין אביסל ווייניגער די קימענדיגע יארן, אבער אפי' אזוי אז מען ווארט נאך אפאר יאר האט מען די זעלבע ריזאלטס בס''ד.)

דער עיקר איז יעדער זאל האבן סיעתא דשמיא, און האבן אסאך הצלחה.

אנטשולדיגט פארן עפענען א נייע אשכול, איך בון נאך ניי דא און איך ווייס נאכנישט ווי דען עס צו לייגן.
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 10:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

שכח!! יהא בואכם לברכה להרמת קרן הבנין!!!
זייער א שיינע ארטיקל מיט א געשמאקע שפראך אז אפילו איך ליג נישט אין דעם האב איך פארשטאנען אידעס ווארט און זיך באלעקט די נעגל און אונז ווארטמער אויף נאך אזוינע !!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זייער שיין געשריבן און זייער אמת'דיג. מ'קען זיך אסאך פארלירן אין דעם הינזיכט.

(עצה טובה: צוטייל די ארטיקל אין באזונדערע פאראגראפן עס צו קענען גרינגער ליינען)
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט די 'סעווינגס מהלך' אין די סטאק מארקעט און די מעלות דערפון. ס'איז דא אסאך אידן מיט איבריג געלט אין סעווינגס אקאונטס וואס ברענגט זיי פעניס ווייניגער ווי די אינפלאציע, לייגן זיי עס ווען אין די S&P וואלטן זיי בעסער געשטאנען.

אבער איין שורה קען איך מסביר זיין די אנדערע צד:

פה אחד האט געשריבן:וואס וואלט ער געהאט אויב לייגט ער אריין די $12000 א יאר אין א לייף אינשורענס פאליסי, איך האב נישט די פינקטליכע נומבער, אבער עס איז אסאך ווייניגער

ווען איינער לייגט אריין 12 אלפים אין א פאליסי וואס איז דעזיינט צו וואקסן גענוג שנעל האט עס עטליכע מעלות.

גאראנטירט ביי די רעגירונג.
עס וואקסט אויך א שיינע פראצענט.
טעקס פריי.
עס האט גארנישט מיט די 'יעצטיגע' מצב אין וואל סטריט, וויפיל ער האט אריינגעלייגט קען ער ארויסנעמען מיט די פראצענטן, א סטאק איז יעדן טאג אנדערש (אפילו בדרך כלל איז עס העכער מיט א שיינע פראצענט ווי ביים אריינלייגן ווייסט אבער קיינער נישט וויאזוי די טאג פון עמערדזשענסי וועט אויסקוקן).

פאר א חתונה פאנד וואלט איך געזאגט אז מ'זאל אריינלייגן רוב אין א פארזיכערטע פאליסי און א חלק אין לאנג טערמיניגע סטאקס פון וואס איר האט אנגעהויבן שרייבן.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

זייער גוט געשריבן. און ריכטיג אויך! יהא בואכם לברכה.

די לייף אינשורענס ווערסוס סטאק מארקעט דעבאטע איז שוין דאכצעך מיר אויסגעדראשן. מיין מיינונג איז אז ביידע האבן געוויסע מעלות. און מ'דארף האבן ביידע, מיט די עיקר פאוקוס אויפן מארקעט.

און יא, עס איז טאקע נישט קיין גרינגע זאך צו אינוועסטן אין אינדעווידיואלע סטאקס. אני הק' האלט שוין נאכן אדורך ליינען א שיינע צאל ביכער איבער דעם. כ'האלט שוין נאכן שטודירן קאמפאניס, און אליבא דאמת איך פיל נאך זייער רוי.

דער אמת איז אבער אז מען קען ביטען די מארקעט אויך מיט ETF'ס אויך. מ'דארף אבער אויך אריינלייגן אסאך ארבעט און צייט.

איך בין זייער אינטערעסירט צו ליינען אייער מהלך אין אינוועסטן.
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

זייער שיין @פה אחד, גיי אן ווייטער, קומסט אריין זייער קלאר.

א נקודה, לייף אינשורענס איז א סעיווינגס, סטאק מארקעט איז אן אינוועסטמענט, פינטל.
יענעמס נאז איז גרינער…
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

ייש"כ זייער שיין געשריבן. וויאזוי קוקט מען אויף די פונדאמענטל'ס?
אנטשולדיגט פארן פרעגן איך בין דזאסט א בעגינער
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

ממה נפשך האט געשריבן:זייער שיין געשריבן און זייער אמת'דיג. מ'קען זיך אסאך פארלירן אין דעם הינזיכט.

(עצה טובה: צוטייל די ארטיקל אין באזונדערע פאראגראפן עס צו קענען גרינגער ליינען)

שכ'ח פארן קאמפלימענט און פאר די גוטע עצה.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

עילוי נפלא האט געשריבן:ייש"כ זייער שיין געשריבן. וויאזוי קוקט מען אויף די פונדאמענטל'ס?
אנטשולדיגט פארן פרעגן איך בין דזאסט א בעגינער

א יעדע פאבליק קאמפעני דארף ארויסלייגן יעדע יאר פערטל אלע פינאנציעלע חשבונות, וויפיל די קאמפעני האט אריינבאקומען (revenue) און וויפיל פארדינט (net income) וויפיל פארמעגן און חובות (assets and liabilities) די קאמפעני האט.

אז מען קוקט איבער די balance sheet, income statement, און די cash flow statement, האט מען זייער א קלארע בליק אויף די מצב פון די קאמפעני, מען האט עפעס אן השגה וויפיל די קאמפעני איז באמת ווערט, און לויט דעם וויפיל א יעדע share איז ווערט.

געוויסע brokerage firms האבן די אינפראמאציע גרייט צו די האנט ווען מען לייגט אריין א סטאק.

דאס איז א קיצור פון זייער א לאנגע נושא.

אסאך הצלחה.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

גברא דקפדנא האט געשריבן:זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט די 'סעווינגס מהלך' אין די סטאק מארקעט און די מעלות דערפון. ס'איז דא אסאך אידן מיט איבריג געלט אין סעווינגס אקאונטס וואס ברענגט זיי פעניס ווייניגער ווי די אינפלאציע, לייגן זיי עס ווען אין די S&P וואלטן זיי בעסער געשטאנען.

אבער איין שורה קען איך מסביר זיין די אנדערע צד:

פה אחד האט געשריבן:וואס וואלט ער געהאט אויב לייגט ער אריין די $12000 א יאר אין א לייף אינשורענס פאליסי, איך האב נישט די פינקטליכע נומבער, אבער עס איז אסאך ווייניגער

ווען איינער לייגט אריין 12 אלפים אין א פאליסי וואס איז דעזיינט צו וואקסן גענוג שנעל האט עס עטליכע מעלות.

גאראנטירט ביי די רעגירונג.
עס וואקסט אויך א שיינע פראצענט.
טעקס פריי.
עס האט גארנישט מיט די 'יעצטיגע' מצב אין וואל סטריט, וויפיל ער האט אריינגעלייגט קען ער ארויסנעמען מיט די פראצענטן, א סטאק איז יעדן טאג אנדערש (אפילו בדרך כלל איז עס העכער מיט א שיינע פראצענט ווי ביים אריינלייגן ווייסט אבער קיינער נישט וויאזוי די טאג פון עמערדזשענסי וועט אויסקוקן).

פאר א חתונה פאנד וואלט איך געזאגט אז מ'זאל אריינלייגן רוב אין א פארזיכערטע פאליסי און א חלק אין לאנג טערמיניגע סטאקס פון וואס איר האט אנגעהויבן שרייבן.

ווען איינער לייגט אריין אין אישורנס 12 טויזנט א יאר, אינטער די בעסטע פאליסי, וויפיל יאר נעמט ביז ער האלט ביי א מיליאן דאלער?

עס איז גאראנטירט, אבער ווען די מארקעט גייט אינטערגיין גייט אלץ מיטגיין, עס איז טאקע רואיגער מיט לייף אינשורנס, אבער מען קען נישט אנרופן אריינלייגן אין די S&P ''ריסקי''.

לעניות דעתי איז די סיבה פארוואס ביי אינז (און ''נאר'' ביי אינז) לייגן רוב מענטשן ביי לייף אינשורנס און כמעט קיינער אין די מארקעט, די געלונגענע אגענטן, וואס מאכן א שטארקע ארבעט.

טינטיג האט געשריבן:שכח!! יהא בואכם לברכה להרמת קרן הבנין!!!
זייער א שיינע ארטיקל מיט א געשמאקע שפראך אז אפילו איך ליג נישט אין דעם האב איך פארשטאנען אידעס ווארט און זיך באלעקט די נעגל און אונז ווארטמער אויף נאך אזוינע !!

יישר כח פאר די גוטע ווערטער.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

ממוצע האט געשריבן:זייער גוט געשריבן. און ריכטיג אויך! יהא בואכם לברכה.

די לייף אינשורענס ווערסוס סטאק מארקעט דעבאטע איז שוין דאכצעך מיר אויסגעדראשן. מיין מיינונג איז אז ביידע האבן געוויסע מעלות. און מ'דארף האבן ביידע, מיט די עיקר פאוקוס אויפן מארקעט.

און יא, עס איז טאקע נישט קיין גרינגע זאך צו אינוועסטן אין אינדעווידיואלע סטאקס. אני הק' האלט שוין נאכן אדורך ליינען א שיינע צאל ביכער איבער דעם. כ'האלט שוין נאכן שטודירן קאמפאניס, און אליבא דאמת איך פיל נאך זייער רוי.

דער אמת איז אבער אז מען קען ביטען די מארקעט אויך מיט ETF'ס אויך. מ'דארף אבער אויך אריינלייגן אסאך ארבעט און צייט.

איך בין זייער אינטערעסירט צו ליינען אייער מהלך אין אינוועסטן.

שכ'ח פארן מיר אזוי שיין אויפנעמען.

בקיצור נמרץ מיין מהלך:

איך טו סווינג טרעידן בד''כ נאר מיט שטארקע קאמפעניס וואס זענען שרעקליך undervalued דאס מיינט אז די פאנדימענטלס קלאפן די קאנפעני וואקסט און עס איז סעיף אן קיין סאך חובות, און עס האט אויך א נידריגע P\E.

איך זיץ נישט מיט עס, איך האב א מהלך ווען און וויפיל איך קויף און פארקויף.

אפשר גייט מען אמאל מער מאריך זיין.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
רעד צו די זאך
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 05, 2014 12:33 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעד צו די זאך »

פה אחד האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט די 'סעווינגס מהלך' אין די סטאק מארקעט און די מעלות דערפון. ס'איז דא אסאך אידן מיט איבריג געלט אין סעווינגס אקאונטס וואס ברענגט זיי פעניס ווייניגער ווי די אינפלאציע, לייגן זיי עס ווען אין די S&P וואלטן זיי בעסער געשטאנען.

אבער איין שורה קען איך מסביר זיין די אנדערע צד:

פה אחד האט געשריבן:וואס וואלט ער געהאט אויב לייגט ער אריין די $12000 א יאר אין א לייף אינשורענס פאליסי, איך האב נישט די פינקטליכע נומבער, אבער עס איז אסאך ווייניגער

ווען איינער לייגט אריין 12 אלפים אין א פאליסי וואס איז דעזיינט צו וואקסן גענוג שנעל האט עס עטליכע מעלות.

גאראנטירט ביי די רעגירונג.
עס וואקסט אויך א שיינע פראצענט.
טעקס פריי.
עס האט גארנישט מיט די 'יעצטיגע' מצב אין וואל סטריט, וויפיל ער האט אריינגעלייגט קען ער ארויסנעמען מיט די פראצענטן, א סטאק איז יעדן טאג אנדערש (אפילו בדרך כלל איז עס העכער מיט א שיינע פראצענט ווי ביים אריינלייגן ווייסט אבער קיינער נישט וויאזוי די טאג פון עמערדזשענסי וועט אויסקוקן).

פאר א חתונה פאנד וואלט איך געזאגט אז מ'זאל אריינלייגן רוב אין א פארזיכערטע פאליסי און א חלק אין לאנג טערמיניגע סטאקס פון וואס איר האט אנגעהויבן שרייבן.

ווען איינער לייגט אריין אין אישורנס 12 טויזנט א יאר, אינטער די בעסטע פאליסי, וויפיל יאר נעמט ביז ער האלט ביי א מיליאן דאלער?

עס איז גאראנטירט, אבער ווען די מארקעט גייט אינטערגיין גייט אלץ מיטגיין, עס איז טאקע רואיגער מיט לייף אינשורנס, אבער מען קען נישט אנרופן אריינלייגן אין די S&P ''ריסקי''.

לעניות דעתי איז די סיבה פארוואס ביי אינז (און ''נאר'' ביי אינז) לייגן רוב מענטשן ביי לייף אינשורנס און כמעט קיינער אין די מארקעט, די געלונגענע אגענטן, וואס מאכן א שטארקע ארבעט.

100%
בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים, ובחיקותיהם אין אנו מתחשבים ,בדרך התורה נלך באש ובמים ,לקדש שם שמים.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ממוצע האט געשריבן:זייער גוט געשריבן. און ריכטיג אויך! יהא בואכם לברכה.

די לייף אינשורענס ווערסוס סטאק מארקעט דעבאטע איז שוין דאכצעך מיר אויסגעדראשן. מיין מיינונג איז אז ביידע האבן געוויסע מעלות. און מ'דארף האבן ביידע, מיט די עיקר פאוקוס אויפן מארקעט.

דא האט איר די תירוץ אויף אייער מסקנה
ווענגלייך האט געשריבן:זייער שיין @פה אחד, גיי אן ווייטער, קומסט אריין זייער קלאר.

א נקודה, לייף אינשורענס איז א סעיווינגס, סטאק מארקעט איז אן אינוועסטמענט, פינטל.

יעצט קען מען עקסטער דן זיין דאס אינוועסטן אין די סטאק-מארקעט ווערסוס אלע אנדערע אינוועסטמענט אפציעס
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פה אחד האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט די 'סעווינגס מהלך' אין די סטאק מארקעט און די מעלות דערפון. ס'איז דא אסאך אידן מיט איבריג געלט אין סעווינגס אקאונטס וואס ברענגט זיי פעניס ווייניגער ווי די אינפלאציע, לייגן זיי עס ווען אין די S&P וואלטן זיי בעסער געשטאנען.

אבער איין שורה קען איך מסביר זיין די אנדערע צד:

פה אחד האט געשריבן:וואס וואלט ער געהאט אויב לייגט ער אריין די $12000 א יאר אין א לייף אינשורענס פאליסי, איך האב נישט די פינקטליכע נומבער, אבער עס איז אסאך ווייניגער

ווען איינער לייגט אריין 12 אלפים אין א פאליסי וואס איז דעזיינט צו וואקסן גענוג שנעל האט עס עטליכע מעלות.

גאראנטירט ביי די רעגירונג.
עס וואקסט אויך א שיינע פראצענט.
טעקס פריי.
עס האט גארנישט מיט די 'יעצטיגע' מצב אין וואל סטריט, וויפיל ער האט אריינגעלייגט קען ער ארויסנעמען מיט די פראצענטן, א סטאק איז יעדן טאג אנדערש (אפילו בדרך כלל איז עס העכער מיט א שיינע פראצענט ווי ביים אריינלייגן ווייסט אבער קיינער נישט וויאזוי די טאג פון עמערדזשענסי וועט אויסקוקן).

פאר א חתונה פאנד וואלט איך געזאגט אז מ'זאל אריינלייגן רוב אין א פארזיכערטע פאליסי און א חלק אין לאנג טערמיניגע סטאקס פון וואס איר האט אנגעהויבן שרייבן.

ווען איינער לייגט אריין אין אישורנס 12 טויזנט א יאר, אינטער די בעסטע פאליסי, וויפיל יאר נעמט ביז ער האלט ביי א מיליאן דאלער?

עס איז גאראנטירט, אבער ווען די מארקעט גייט אינטערגיין גייט אלץ מיטגיין, עס איז טאקע רואיגער מיט לייף אינשורנס

נישט ריכטיג, לייף אינשורענס איז תלוי אין די באנד-מארקעט וועלכע איז טאטעלי אינדעפענדענט פון די סטאק-מארקעט
די באנד-מארקעט איז געבעקט און גאראנטירט ביי די פעדעראלע גאווערנמענט (לייף אינשורענס מוז געזעצליך אינוועסטירן 80% אין די פעדעראלע באנדס)

בקיצור, באנדס איז א קעגן כח קעגן די מארקעט פארלוסטן און באנדס איז גאראנטירט ביי די פעדעראלע גאווערנמענט, טאקע פאר קלענערע פראצענטן

אמת, לייף אינשורענס איז נישט מער ווי א גאר גוטע סעיווינגס אקאונט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פה אחד האט געשריבן:...
אנטשולדיגט פארן עפענען א נייע אשכול, איך בון נאך ניי דא און איך ווייס נאכנישט ווי דען עס צו לייגן.

שלום עליכם @פה אחד גאר שטארק הנאה געהאט צו ליינען, זעהט אויס אז דו האסט 'צוויי סענט' וואס צו עדטן צו אונזער וועלטל, יהי בואכם לשלום.
מיר ווארטן צו הערן נאך פון דיר.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

וועלקאם צום וועלטל @פה אחד, ביזט אריינגעקומען מיט א שיינע התחלה.

עס איז דא א אנדערע אשכול וועגן פאנדעמענטלס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

שלום עליכם, עס איז זייער אנגענעם צו לייענען אייערע שורות. אונז זעמיר פשוט נייגעריג צו הערן מער וויאזוי איר טוט סווינג טרעידן אין וועליו קאמפאני'ס מיט סוקסעס.
עס איז אינטערעסאנט צו וויסן, ספעציעל אין די לעצטע פאר וואכן ווען א צאל אנדערוועליוד היי רעיטעד קאמפאני'ס זענען היבש געפאלן מיט ערנסטע פראצענטן.
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

מסתמא האט געשריבן:
א נקודה, לייף אינשורענס איז א סעיווינגס, סטאק מארקעט איז אן אינוועסטמענט, פינטל.
יעצט קען מען עקסטער דן זיין דאס אינוועסטן אין די סטאק-מארקעט ווערסוס אלע אנדערע אינוועסטמענט אפציעס

איך האלט פינקט אזוי.
עס וואלט געווען שיין צו זעהן אז אינזער עולם קוקט עס אזוי אן.
פארוואס אין די וועלט לייגן יונגעלייט אריין זייער לעצטע אפגעשפארטע דוללער אין א סעיווינגס עקאוינט אנשטאטס אין אן אינוועסטמענט?
לדעתי דארף די נושא א גרויסן תיקון.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

לעכטל האט געשריבן:
פה אחד האט געשריבן:...
אנטשולדיגט פארן עפענען א נייע אשכול, איך בון נאך ניי דא און איך ווייס נאכנישט ווי דען עס צו לייגן.

שלום עליכם @פה אחד גאר שטארק הנאה געהאט צו ליינען, זעהט אויס אז דו האסט 'צוויי סענט' וואס צו עדטן צו אונזער וועלטל, יהי בואכם לשלום.
מיר ווארטן צו הערן נאך פון דיר.

ייש''כ פארן אזוי שיין אויפנעמען, בס''ד גייט קומען נאך.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

מסתמא האט געשריבן:נישט ריכטיג, לייף אינשורענס איז תלוי אין די באנד-מארקעט וועלכע איז טאטעלי אינדעפענדענט פון די סטאק-מארקעט
די באנד-מארקעט איז געבעקט און גאראנטירט ביי די פעדעראלע גאווערנמענט (לייף אינשורענס מוז געזעצליך אינוועסטירן 80% אין די פעדעראלע באנדס)

בקיצור, באנדס איז א קעגן כח קעגן די מארקעט פארלוסטן און באנדס איז גאראנטירט ביי די פעדעראלע גאווערנמענט, טאקע פאר קלענערע פראצענטן

אמת, לייף אינשורענס איז נישט מער ווי א גאר גוטע סעיווינגס אקאונט

יא יא, איך רעד נישט פון קליינע מארקעט קרעשעס. איך רעד פון די ריסק אלץ צו דערלייגן ווייל עס איז נישט גאראנטירט. דאס גייט פאסירן אי''ה ווען די פעדראלע גאווערמענטס גאראנטי איז גארנישט ווערט.
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

פה אחד האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
א נקודה, לייף אינשורענס איז א סעיווינגס, סטאק מארקעט איז אן אינוועסטמענט, פינטל.
יעצט קען מען עקסטער דן זיין דאס אינוועסטן אין די סטאק-מארקעט ווערסוס אלע אנדערע אינוועסטמענט אפציעס

איך האלט פינקט אזוי.
עס וואלט געווען שיין צו זעהן אז אינזער עולם קוקט עס אזוי אן.
פארוואס אין די וועלט לייגן יונגעלייט אריין זייער לעצטע אפגעשפארטע דוללער אין א סעיווינגס עקאוינט אנשטאטס אין אן אינוועסטמענט?
לדעתי דארף די נושא א גרויסן תיקון.

;l;p-
גאר א גרויסע!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

ר' יום טוב האט געשריבן:שלום עליכם, עס איז זייער אנגענעם צו לייענען אייערע שורות. אונז זעמיר פשוט נייגעריג צו הערן מער וויאזוי איר טוט סווינג טרעידן אין וועליו קאמפאני'ס מיט סוקסעס.
עס איז אינטערעסאנט צו וויסן, ספעציעל אין די לעצטע פאר וואכן ווען א צאל אנדערוועליוד היי רעיטעד קאמפאני'ס זענען היבש געפאלן מיט ערנסטע פראצענטן.

עליכם שלום.

אין קורצן: איך סווינג טרעיד נישט מיט וועליו קאמפעניס, נאר מיט גראויט קאמפעניס וואס קאסט יעצט אסאך ביליגער ווי עס איז באמת ווערט.

איך האב בס''ד אויסגעשטעלט א קלארע סיסטעם וויאזוי איך רעכן אויס די ווערט פון א קאמפעני, לויט די היסטאריע פון די וואוקס און לויט אלע פאנדימענטלס. (און איך פראביר אלץ צו פארבעסערן די מהלך)

אמת די לעצטע פאר וואכן זענען אסאך גוטע זאכן אראפ. און דאס איז וויאזוי עס ארבעט אייביג, עס רוקט זיך ארויף אראפ דערפאר טו איך סווינג טרעידן אנשטאטס צו גיין לאנג. איך פארקויף קיינמאל נישט פאר א פארלוסט, (אויסער options). און ווען א זאך גייט אראפ א געוויסע % לייגט מען צו נאך לויט פינ קטליכע רולס.

די מהלך פון גיין all the way growth. זעה איך ווי זייער א גרויסע ריסק. נאכן דורכטיען וויאזוי די 2000 קרעש איז צוגעגאנגען, עס איז לדעתי דא א שטארקע ריסק עס נאכאמאל צו זעהן.

אבער עס איז אן אריכות, בל''נ וועט מען צוריקומען.
לעצט פארראכטן דורך פה אחד אום מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 2:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

ווענגלייך האט געשריבן:זייער שיין @פה אחד, גיי אן ווייטער, קומסט אריין זייער קלאר.

א נקודה, לייף אינשורענס איז א סעיווינגס, סטאק מארקעט איז אן אינוועסטמענט, פינטל.

שכח פאר די חיזוק.

גענוי, און מען דארף דאס אויסקלאפן אין ביהמ''ד.
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
אוועטאר
פה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 12:00 pm

Re: פון טויזנט צו מיליאן אינעם סטאק מארקעט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פה אחד »

אגב איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען דא איין נקודה, אז סתם זיך ארום שפילן מיט סטאקס אן קיין געהעריגע פלאן און מהלך, איז א געים וואס מען שטייט אויס צו פארלירן און דערלייגן און אויב האט מען נישט די צייט כח און ידיעות נוטיג, זאל מען גיין מיט די S&P, און עס גייט זיין הערליכע ריזאלטס בס''ד. איז עס אביסל פארשלעפט געווארן מיט לייף אינשורנס וואס ווי איך פארשטיי איז עס אן אויסגעדראשענע נושא דא אויף ivelt, (אבער לדעתי ווי לאנג יודן לייגן דארט אריין אפגעשפארטע געלט מיטן דעה אז עס איז די קליגסטע אינוועסטמענט, איז די נושא נאכנישט פארטיג...)

האב איך אבער געהערט פונעם ציבור אז מען וויל הערן אביסל מער פון מיין מהלך. און ווי איך פארשטיי איז נישטא קיין סאך דא וואס גייען מיט פאנדימענטלס, אבער עס זענען דא וואס וואלטן געוואלט הערן מער איבער דעם, גיי איך בס''ד אנפאנגן צו שרייבן אביסל טיפער אין די נושא פון סטאק פאנדימענטלס און אלעב ארום, און אפשר מיט די צייט גיי איך פארברייטערן מער ספעציפיש אין מיין מהלך.

דערווייל מיין איך אז איך גיי בלייבן דא אין די אשכול, און בעצם קומט עס היבש אריין דא, ווייל אז מען מאכט די גוטע ריסערטש פאר מען קויפט א סטאק קען מען טאקע איבערדרייען פון טויזנט (X12 פער יאר) צו מיליאן, און היבש אביסל שנעלער ווי ווען מען לייגט עס אינעם S&P, אבער נאכאמאל עס קומט נישט צופיס, עס איז אן ארבעט וואס קאסט כח מח און צייט.

וואס זאגט איר, זענט איר אינטרעסירט צו הערן? און, איז דא די גוטע פלאץ, אדער זאל איך עפענען א באזינדערע אשכול?
פאר סיי וועלכע שאלות בנוגע די סטאק מארקעט קענט איר עס פרעגן דא
צו עפענען א ווענטשור קעפיטל עקאונט ביי Start Engine דריקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”