מסתמא האט געשריבן:ייש"כ @בבקשה, זייער קלאר, מיר האבן א שטיקל מיינונגס פארשידענהייט איבער וויאזוי זיך ארויסציזעהן פון ארימקייט (איך האלט פון לייגן א פאוקעס אויף אינוועסטמענט אנשטאט זיך מצמצם זיין, הגם לכאורה האלטן מיר ביידע פון ביידע נאר די קשיא איז וואס די עיקר פאוקעס זאל זיין, יא?)
וואס מיינט זיך ארויסזעהן פון ארימקייט? אויב זיך ארויסזעהן פון ארימקייט מיינט זיך ארויסזעהן פון חובות, און\אדער צו שטאפן די לאך ווען די הוצאות זענען מער פון די הכנסות, דאן איז מיין שיטה אז מען טאר בכלל נישט טראכטן פון אינוועסטמענט, מען דארף טראכטן וויאזוי מצמצם צו זיין, ביז מען איז סטאביל, און מען האט שוין אוועקגעלייגט אביסל געלט כדי צו קענען אינוועסטירין.
אויב אבער ארימקייט מיינט א מצב פון לעבן פעיטשעק טו פעיטשעק מיט׳ן זיך שטיקן חודש נאך חודש, און נישט זעהן קיין עק, דאן ווענדט זיך עס אין יעדער מענטש באזונדער, א מענטש דארף טראכטן, וואס ריזקיר איך? און וואס שטיי איך אויס צו פארדינען? $50,000 דאללער איז נישט קיין $50,000, ס׳איז אדער געלט צו ניצן אין פאל פון נויט, אדער געלט אויף צו מאכן א ביליגע חתונה, ס׳קען זיין לעוורידזש וואס וועט עם ברענגן שיין געלט לאחר זמן (דורך נעמען א מארטגעידזש), ס׳קען זיין געלט וואס ברענגט עם אביסל הרחבה וואס דאס וועט עם לאזן לעבן אביסל ברייטער (דורך נעמען אן אויסגעצאלטע אינוועסטמענט, וואס ברענגט עם יעדער חודש אפאר דאללער) . יעדער מענטש דארף אליין טראכטען וויאזוי זיין שווער אפגעשפארט געלט גייט עם ברענגן די מערסטע הנאה.
אויב ניצט מען עס פאר לעוורידזש, דארף מען טראכטן, וויפיל געלט בין איך גרייט צו לייען אויף דעם חשבון? וויפיל מער לעוורידזש, אלץ מער איז די ריזקע, פארשטייט זיך אז ערגעץ איז דא א ליניע, ווי די ריזקע לוינט זיך מאטמאטיש, כדי צו וויסן וויפיל ריזקע עס לוינט זיך צו נעמען, דארף מען אין אכט נעמען וואס געשעט אויב די געשעפט גייט קאפיוער? וואס געשעט אין ערגסטע פאל, ווען מען פאלט אריין מיט א שלעכטע טענעט? וואס גיי איך דערלייגן? וויאזוי וועט מען לעבן אויסזעהן אן די $50,000
בנוגע דיין אנפראגע איך מיין אז אונז האבן נישט אזא גרויסע חילוקי דעות, בלויז מיר רעדן פון צוויי אנדערע זאכן. ווען מען איז אין חובות, דארף די עיקר פאוקס זיין צו שפארן. און ווען מען איז אינדערויסן פון חובות, און מען האט שוין אביסל אפגעשפארטע געלט, דארף די עיקר פאוקס זיין צו אינוועסטירען, און ווען מען פאוקעסט אויף צו אינוועסטירען, דארף מען נעמען אלע אויבן דערמאנטע זאכן אין באטראכט. אפילו נאך אינוועסטירען, איז אלץ גוט צו שפארן, וויבאלד די געלט וואס מען שפארט קען מען אלץ צולייגן צו די אינוועסטמענט, אבער די עיקר פאוקס דארף זיין אויף די אינוועסטמענטס.
איך וויל שרייבן נאך איין נקודה, מען האלט אין איין רעדן פון אינוועסטירין אין ריעל עסטעיט, די פראבלעם מיט אינוועסטירען אין ריעל עסטעיט, איז, אז ס׳איז פארהאן א ריזיגע בערריער טו ענטרי, א ריזיגע שטיין אין וועג, כדי צו אינוועסטען אין ריעל עסטעיט, דארף מען האבן גאר געלט, אונטער $50,000 איז נישט דא וואס צו רעדן, אבער אפילו איינער וואס האט ווייניגער פון $50,000, זאל ערענסט קלערען פון לייגן די געלט אין ETFs אדער סטאקס, און אזוי ארום וועט זיין אינוועסטמענט וואקסן, און דערנאך ווען ער האט שוין גענוג געלט צו שפרינגן צו ריעל עסטעיט, זאל ער מחליט זיין ווי ער קלערט צו פארדינען מער געלט. פארשטייט זיך אז מיט סטאקס קען מען נישט אזוי גרינג בארגן געלט (געזעצליך טאר מען נישט ארויסגעבן מער פון 50% הלוואה, דהיינו קענסט נעמען א הלוואה אויף די גאנצע געלט וואס די לייגסט אריין, אזוי אז די הלוואה איז האלב פון דיין אינוועסטמענט, און אפילו דאן, זאגן כמעט אלע מבינים אז ס׳איז צו ריזקאליש, וויבאלד אויב דיין סטאק פאלט איין טאג, מוז מען גלייך באצאלן, צוליב די געזעץ)