ר' יום טוב האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט די פערזאנען וואס טרעידן סטאקס באזירט אויף טעכנישע מאוומענט אינדיקעיטערס.
וואס מיינען זיי, אז ס'וועט קומען א טאג וואס אלעס גייט זיין דאון מיט 5% גייען זיי ווערן אפגעשוינט?
איך האב א חודש צוריק אריינגעלייגט אסאך אין א etf וואס לויט אלע אינדיקעיטערס איז דאס געווען א סעל. יעצט האלטן מיר 10% העכער.
----
"דאונט טריי טו טיים די מארקעט". קענסט נישט פאראויס וויסן ווען ס'וועט פאלן און ווען ס'וועט זיך הייבן. אפילו ווען די מארקעט איז סטרעטשד, און ס'זעט אויס ווי ס'קען שוין נישט גיין צופיל העכער, קען עס אבער נאך שטייגן אזא 20% ביז די נעקסטע טראסק. דעריבער אויב ווילסטו אינוועסטירן לאנג טוירם, טריי נישט צו כאפן א ביליגע פונקט, נאר אדער קויף צוביסלעך, אדער אפילו אויף איינמאל. ס'וועט גארנישט פאסירן אז דו וועסט אין ערגסטן פאל נאר מאכן 395% משך דיין לאנגן טערמין אנשטאט 400%.
די חברה ביים שפיץ, די גרויסע העדזש פאנד'ס, זיי האבן די מידיא מיט זיך, און זיי באשליסן וויאזוי די מארקעט גייט גיין. למשל די וואך האבן זיי סאדענלי באשלאסן אז מ'שטייט שוין גענוג הויעך, און ס'איז צייט פאר א בעיר טרעפ. ד.ה. זיי נעמען פלוצלינג ארויס א חלק פון זייער געלט, די מידיא שפעקולירט מיט זארג וואס ס'קומט נעקסט, ריטעיל אינוועסטארס דערשרעקן זיך און פארקויפן, אלעס טראסקעט, און דערנאך קויפן עס די אינסטיטושענס צוריק אפ פאר א דיסקאונט, און עס הייבט זיך צוריק, וחוזר חלילה.
טריי אפילו נישט צו "מאכן געלט". די איינציגע זאך וואס דו דארפסט צילן איז, צו ביעטן די מארקעט יעדע חודש. און אויב דו קענסט ביעטן די סעקטאר, דאס איז נאך די בעסטע.
די פערזאנען וואס טרעידן מיט טעכנישע אינדיקעיטערס האלטן אז זיי קענען פאראויסזאגן פאר די קראך קומט און ארויסגיין בעפאר אדער גיין שארט צו פראפיטן פונעם דיפ.
עס איז מיר אינטערעסאנט וואס איר שרייבט אז מען דארף ביעטן די מארקעט יעדן איינציגן חודש, לאמיר זאגן אז די מארקעט אינדעקס איז זייער קאנצעטרירט אין טעק און איך שטעל אויס א מער באלאנצירטע פארטפאליא, דאן קומט א ריזיגע אפ מאוו אין טעק און איך אנדערפערפארם דעם חודש, איז די סטראטעגיע אפגעפרעגט?