סטאקס

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

קושטא האט געשריבן:איך ווינדער מיך פארוואס טעסלע פאלט, יעצט מיט די הויכע גאזעלין פרייזן וואלטעך עס געדארפט שטייגן, ניין?

טעסלא פאלט ווייל ס'איז נישט ווערד אזוי סך.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די העדליינס איז אז טעסלע פאלט ווייל ס'איז דא א לאקדאון אין שאנכיי, דאס איז היינט צו טאגס לכאורה די וויכטיגסטע פארבריק פאר טעסלע, (אדער די צווייט וויכטיגסטע) און אויב עס איז אונטער לאקדאון וועט דאך טעסלע האבן שלעכטע ציפערן ביים מעלדן די סעילס.

די צווייטע העדליינס סיבה איז ווייל אילאן מאסק איז צופיל ביזי מיט טוויטער און פאלטישע קריגערייען, ווען מענטשן אינוועסטירן אין טעסלע איז די אינוועסטמענט געבויט אויף אילאן מאסק, מען וויל אינוועסטירן אין די מעזשיקעל כוחות וואס אילאן מאסק האט, אויב אילאן מאסק איז מער נישט אינווסעטירט אין טעסלע, דאן איז טעסלע סטאק ווערט פיל ווייניגער.

צו דעם קומט נאך צו געוויסע העדליינס פון רעגירונג אויספארשונגן אויף טעסלע, הן די SEC און הן די נאציאנאלע הייוועי זיכערהייט אויספארשונגן, א פאר טאג צוריק איז א נייע טעסלע קאר ארויף אין פלאמען, די אלע זאכן ברענגן עטוואס אומזיכערקייט מיט טעסלע.

צו דעם לייג צו די פאקט אז אילאן מאסק האט לעצטענס פארקויפט זייער א סאך שעירס, דאס איז א קליינע סיבה, אבער עס בויעט נישט קאנפידענץ אין טעסלע.

יעצט לייג אוועק די העדליינס, טעסלע איז א גראוט סטאק וואס איז זייער טייער, און ווי יעדער ווייסט טוען אלע גראוט סטאקס פאלן במשך די לעצטע חודש, די אלע אויבענדערמאנטע זאכן העלפן געוויס טרייבן זארג אויף טעסלע'ס סטאק, אבער אפילו אן די אלע זאכן וואלט עס געוויס געפאלן, עס איז נישט מער ווי נאטורליך.

אני הקטן האב פארקויפט טעסלע שעירס ביי $900 און נעכטן צוריקגעקויפט פארן לאנגן טערמין, זיי זענען נאך אלץ היבש טייער, אבער זיי זענען שוין ביליגער פון געוויסע גראוט סטאק'ס, צום ביישפיל לויט רוב מעסטונגן איז טעסלע פיל ביליגער פון DDOG, הגם DDOG האט בעסערע ציפערן אויף זייער וויכטיגע מעסטונגען, זיי זענען ביליגער אויב קוקט מען אויף FCF, אדער אויף PEG, אבער DDOG איז דראמאטיש טייערער אויב קוקט מען PS, PE, PB, ועוד. טעסלא'ס פאטענציאל איז נאך אלץ די זעלבע שטארק ווי אמאל, זיי האבן אונטער זיך אבנארמאלע מאסיווע פראיעקטן וואס איז שווער אפילו צו באגרייפן.

נאך אלעס איז א PS ratio 10 שוין מער נישט אזוי טייער פאר א פרימע וואס וואקסט מיט פופציג פראצענט א יאר.

די שאלה איז נאר וואס איז די פאטענציאל אויפן עתיד, ביליג אדער טייער זענען רעאליטיווע טערמינען, עס ווענדט זיך וואס עס וועט אויסוואקסן פון טעסלע, די סיבה צו קויפן פאר א PE 89 איז צוליב די האפענונג אז אזוי ווי אילאן מאסק האט באוויזן די אומגלויבליכע מיטן טוישן די גאנצע וועלט'ס מארקעט פון אויל קארס צו בעטערי קארס, אזוי ווי ער האט געטוישט די אונטערנעט מיט סטארלינק, ער האט איבערגעשטיגן אלע ספעיס פירמעס זייענדיג מיט ליכט יארן פאראויס אין אלע סארטן טעכנעלאגישע פארשריט וואס איז נאר שייך, אזוי אויך איז דא א סיבה צו גלייבן (אדער האָפן) אז טעסלע וועט ווידעראמאל איינבייטן די וועלטס מענטשליכע ארבעטער'ס מיט ראבאטס, אז ער וועט טוישן וויאזוי מאנופעקטשערינג ווערט געטון.

טעסלע האט א זעלטענע הויכע פראפיט מארזשין פאר א קאר פירמע, זייער גאלאפ איז עפעס וואס מען וואלט זיך נישט פארגעשטעלט א פאר יאר צוריק, זיי בויען אויף נייע מאסיווע פאבריקן אין א פערטעל פון די צייט וואס אנדערע קאר פרימעס בויען עס, און פאר ווייניגער געלט, אילאן מאסק האט פאר צוויי יאר צוריק געטוישט זיין קאנצענטראציע פון "מאכן די בעסטע ספארטס קארס וואס גייט זיין זייער cool" צו א הויפט פריאריטעט פון "בויען די מאשין וואס גייט מאכן די מאשינס" און ער האלט שוין אויף א שטיקל דרך מיט זיין וויזיע, זיין אייגענארטיגע דיזיין פארן מאדעל Y ווערט שוין פראדוצירט אין קליינע קוואנטומען ביי די טעקסאס פאקטארי, דאס איז טאקע נאר א קליינע חלק פון זיין וויזיע, אבער עס גיט קאנפידענץ אין זיין וויזיע פון ברענגן טעסלע'ס פראפיט מארזשין צו 30%, עפעס וואס איז אומדערהערט ביי א מאנופעקטשערינג פירמע.

טעסלע מארזשינס זענען שוין יעצט פיל העכער פון GM און FORD, און דאס איז על אף וואס טעסלע אינוועסטירט ריזיגע געלטער אין נייע פארבריקן, זיי גיבן אויס געלט אויף זאכן וואס ברענגט זיי גארנישט קיין פראפיט, זיי האבן נארוואס פארענדיגט א גיגאנטישע מאסיווע געביידע אין בערלין, נאך איין גיגאנטישע געביידע אין טעקסאס, פון די ביידע בנינים מאכן זיי נאכנישט קיין געלט, און מיט דעם אלעם האבן זיי אזוינע הויכע פראפיט מארזשינס, צו פארשטיין וויפיל די צוויי בנינים קענען קאסטן צו בויען ברויך מען נעמען אין באטראכט אז די צוויי בנינים האבן פארדאפעלט די פארבריקן פון טעסלע! דאס מיינט אז מען האט דא אינוועסטירט געלט צו פארדאפלן טעסלע'ס פארבריקן, און מיט דעם אלעס איז די פראפיט מארזשין הויעך, זע די מארזשין דיפרעץ צווישן טעסלע אין די אנדערע אמעריקאנע פירמעס
GM margin.JPG
GM margin.JPG (13.76 KiB) געזען 12299 מאל
Ford margin.JPG
Ford margin.JPG (13.27 KiB) געזען 12299 מאל
TSLA margin.JPG
TSLA margin.JPG (14.12 KiB) געזען 12299 מאל

יעצט ברויך מען נישט פארגעסן אז טעסלע בויט סופער קאמפיוטער'ס, זיי זענען אין קאנקורענץ מיט נווידיע, קיין איין קאר קאמפאני איז נישט אין די ליין פון סעמי קאנדאקטורס, אבער טעסלע איז א ערענסטע שפילער, נישט בלויז האבן זיי עטליכע פון די וועלטס מאכטפולסטע סופער קאמפיוטער'ס, נאר זיי האלטן אינמיטן אנטוויקלן זייער אייגענע טשיפס פאר זייער צוקנופטיגע סופער קאמפיוטער'ס, די טשיפס ווערן אויך באנוצט אין זייערע קארס, און עס וועט באנוצט ווערן פאר זייערע ראבאטס, דאס איז א מאסיווע אונטערנעמונג, אבער עס איז צום גלייבן אז דאס וועט העלפן פארבעסערן די פראפיט מארזשין.

טעסלע האט אן אבנארמאלע קאנטראל אויף די גאנצע ליטיום/ניקל/קאבאלט סופליי טשעין, זיי האבן א ריסייקלינג פארבריק פאר בעטעריס, דאס אלעס העלפט זיי ארויס צו האבן בעסערע פרייזן פאר בעטעריס, בעטעריס איז א ריזגע פראצענט פון די קאסט פער קאר, און טעסלע מיטן בויען גיגאנטישע בעטערי פעקס פאר די ענערגיע גרידס פון שטעט, און פילע
גרויסע פארבריקן, א שטייגער ווי עטליכע עמעזאון דאטא סענטער'ס וואס זענען אנגעוויזן אויף טעסלע בעטעריס, זייער בעטערי ביזנעס פאר די הייזער, דאס אלעס מיינט אז טעסלע האט א ריזיגע ביזנעס פון בעטעריס וואס איז נישט פארבינדן צו די קאר ביזנעס, דאס ברענגט דערצו אז זיי באקומען א פיל בעסערע פרייז ווען עס קומט צום פארהאנדלוגס טישל.

און דאס איז אגב נישט א זייטיגע צופאל, עס איז די ארגיענעלע פלאן פון אילאן מאסק צו האבן א ביזנעס פון בעטעריס פאר די ענערגיע גרידס וואס זאל ווערן באנוצט (און עס ווערט אין פאקט באנוצט) דורעך אזוינע פירמעס ווי קאן עדיסאן וכדו', אלעס כדאי ער זאל האבן א א גרעסערע עקאו סיסטעם פון בעטערי פראדוקציע אונטער זיין האנט, און עס צאלט זיך אים אויס.

דאס ברענגט אז אפילו אויב ער וועט פארקויפן קארס פאר די זעלבע פרייזן ווי אנדערע פירמעס, איז זיין פראפיט פיל העכער, סיי די מאטריאל איז אים ביליגער ווייל ער קאנטראלירט עס אליינס, פון די סעמי קאנדאקטורס ביז די ליטיום ביז די סחורה וואס מען נוצט פאר די זיצן, אלעס איז אונטער טעסלע'ס קאנטראל, און סיי ווייל ער נוצט פיל מער אטאמאטישע מאנעפעקטשערינג צוליב זיין צוגאנג פון פראוצירן קארס דורעך "די מאשין וואס בויט די מאשינס" , און סתם אזוי מאכט ער אויך מער געלט צוליב עטליכע סאפטוועירס ביזנעסער וואס אנדערע האבן נישט אזוי אנטוויקעלט ווי טעסלע.

און דאס איז נאך פאר מען רעכנט אז טעסלע גייט געוויס האבן א קלאוד ביזנעס איין טאג, זייער AI אפאראטן זענען שוין איצט מאסיוו, און זיי גייען עס פארדאפלן מיט זייער אייגן געבויטע מאכטפולע סופער קאמפיוטער'ס, און עס גייט האבן א סאך קונדן, עס וועט מן הסתם נישט לויפן אויף די זעלבע מאדעל פון AWS ווי מען סטאריזשד דאטא, אבער עס וועט זיין פון די שטערקסטע כלים אין די וועלט צו קענען קאלקיולעיטען AI מאדעלס און עס גייט געוויס האבן הויכע פראפיט מארזשינס.

די אלע זאכן האלטן שוין טיף אינמיטן וועג!

די גרעסטע פראבלעם פאר טעסלע אלץ א פירמע איז איין פאקטאר: אילאן מאסק.

ווי זיין שטייגער קען ער זיך נישט איינהאלטן פון ארומרודערן, אבער ס'איז צום גלויבן אז ער לייגט נאך אלץ אוועק שעות על גבי שעות יעדע וואך פאר טעסלע'ס צוקנופט.

די פראבלעם פאר טעסלע'ס "סטאק" איז אבער בעיקר די אלגעמיינע אטמאספערע אין די מארקעט, נישט דירעקט פארבינדן צו טעסלע.
זקן מלא רחמים.
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

;l;p- ;l;p-
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:די העדליינס איז אז טעסלע פאלט ווייל ס'איז דא א לאקדאון אין שאנכיי, דאס איז היינט צו טאגס לכאורה די וויכטיגסטע פארבריק פאר טעסלע, (אדער די צווייט וויכטיגסטע) און אויב עס איז אונטער לאקדאון וועט דאך טעסלע האבן שלעכטע ציפערן ביים מעלדן די סעילס.

זייער גוט אראפ געלייגט און זייער קלאר מסביר געווען. איין הוספה כ’האב נעכטן געזען אויף איינע פון די ביזנעס נייעס וועבזייטלעך, אז עס איז זייער מעגליך אז פארד אדער GM וועט איבער שטייגען TSLA און פראדאקשען איינמאל זיי הייבן אן ארויסקומען מיט זייער עלעקטיראנשע קארס, אזוי ווי עירבאס איז איבער געשטיגען באונג מיט ערעפלאנען, כאטש באונג איז פאר יארן צוריק געווען סאך גערעסער און שטערקער ווי עירבאס. די זעלבע זאך קען געשען דא מיט TSLA אזוי האב איך געליינט.

איינער שוין אמאל געהערט פון BULLSEYE TRADE ? איזנער גוט אדער נישט?
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

דערבארומדיגער האט געשריבן:ד

קנאקעדיג אנאליז!
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

גרינליך האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

Nah they always said that nonsense
my ongoing position for years now has been that most auto manufacturers won't even have a chance come close to TESLAs EV production. Most will go bankrupt/disappear. Ford, because it has a cult following, will likely succeed but not close
Tesla's manufacturing advantages is just getting better every day together with their profits
פשטות
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2021 2:31 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטות »

wow wow הערליכע אנאליז!

איין נקודה נאר, איך מיין אז עס איז וויכטיגער צו רעכענען DDOG אויף זייער PEG ווי אויף PE אדער PS, משא"כ טעסלע... so עס איז נישט ממש קיין פארגלייך צו מעסטן לויט דעם..
עילוי נפלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 28, 2021 4:28 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילוי נפלא »

זייער קלאר הרב @דערבארעמדיגער געוואלדיג גוט
כ'בין זיכער איז זענט אויף פערראל ביי מאסק
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

הערליך גוט געשריבן וואס איך שריי שוין לאנג פאר יעדעם, נאר איין נקודה

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:די גרעסטע בענעפיט פאר טעסלע אלץ א פירמע איז איין פאקטאר: אילאן מאסק.

נאך אלע מעשיות, מיט אלע זיינע חסרונות, האט ער אסאך געוואלדיגע מעלות וואס האבן געברענגט טעסלא און זיינע אנדערע קאמפאניס ביז אהער, און אי״ה ווייטער, ער איז א Genius חד בדרא
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

veltsman האט געשריבן:הערליך גוט געשריבן וואס איך שריי שוין לאנג פאר יעדעם, נאר איין נקודה

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:די גרעסטע בענעפיט פאר טעסלע אלץ א פירמע איז איין פאקטאר: אילאן מאסק.

נאך אלע מעשיות, מיט אלע זיינע חסרונות, האט ער אסאך געוואלדיגע מעלות וואס האבן געברענגט טעסלא און זיינע אנדערע קאמפאניס ביז אהער, און אי״ה ווייטער, ער איז א Genius חד בדרא

אה”נ אבער ער רעדט צופיל, און דאס ברענגט צו אז די סטאק זאל זיין אומסטאביל, אפילו און די גוטע צייטן פון די מארקעט. און דאס קען אויך צוברענגען פארלוסטן פאר די קאמפעני.
איך בין א יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 2:01 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין א יוד »

.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ששש... נישט אויפוועקן...
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מ'דארף נישט אויפוועקן... אבן מקיר תזעק...

די שרעקעדיגע בילדער פון די אנאליסטן, זיך קראצענדיג די פארקנייטשטע שטערן.. מיט די נייעס אז די s&p איז אריינגעקראכן אין בעיר מארקעט טעריטאריע... פארציילט שוין אלעס...
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

ווער בעט דיר צו קוקן?
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:ווער בעט דיר צו קוקן?

אויב האסטו געלט און האסט מורא דאן קוק נישט.
אבער עס איז אינטערסאנט צוקוקן ווי די גרעסטע ביליאנערן פארלירן טעגליך א פראצענט פון זייער רייכטום.
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

און מען קאן כאפן גאנץ גוטע מציאות אין די יעצטיגע טעג. די מארקעט איז אויף סעיל. אלעס פאר איבער 20 30 פראצענט אראפ.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרינליך האט געשריבן:און מען קאן כאפן גאנץ גוטע מציאות אין די יעצטיגע טעג. די מארקעט איז אויף סעיל. אלעס פאר איבער 20 30 פראצענט אראפ.

נישט אזא חכמה. מארגען קען זיין אסאך ביליגער.... און די סעיל קען נאך אנגיין א לענגערע צייט.
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

להודות האט געשריבן:

נישט נאר עס קען, די חכמים פון אונזער דור בנוגע די עקענאמיע האלטן אז עס וועט נאך אנגיין א לענגערע תקופה.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

גרינליך האט געשריבן:נישט נאר עס קען, די חכמים פון אונזער דור בנוגע די עקענאמיע האלטן אז עס וועט נאך אנגיין א לענגערע תקופה.

נו אויב אזוי פארוואס זאגסטו די סעיל איז די "יעצטיגע טעג", לאז עס פאלן נאך פאר מ'עצה'ט צו קויפן...
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:ווער בעט דיר צו קוקן?

ס'קען סאונדן פאני... אבער איך דערשרעק מיך נישט פון די גאנצע מעשה... כ'האב הנאה פון די עקספעריענס, און כ'ענדזשוי די דראמא... כ'בין דאך ביי די מיינונג אז ס'וועט נאך שיין צוריקקומען אי''ה. זיצט מען רואיג.. און מ'קויפט צו נאך...
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

תגובה דורך נקודהלע »

די כלל איז געווענטליך אין אזא פאל (און אייביג) אז מ'צעטיילט וויפל מ'קויפט יעצט און וויפל שפעטער, לדוגמא אויב האלסטו אז ס'איז %75 אז די מארקעט גייט נאך אראפגיין, איז נישט אפגעפרעגט יעצט צו קויפן %25 פון די געלט וואס דו ווילסט אינוועסטירן, ווייל דו האלסט דאך אז ס'מעגליך אז ס'זאל ארויפגיין אויך.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט

ממוצע האט געשריבן:

אוודאי אזוי, מ'לייגט נישט אריין געלט וואס ע"פ דרך הטבע דארף מען מארגן, און מ'איז גרייט צו ווארטן אפאר יאר, בנוסף לייגט מען נאר און פארזיכערטע פלעצער לדוגמא מדעווערסעפייד אין אפאר סטאבילע קאמפעניס, אדער נאך בעסער צו לייגן אין גרעסערע etf וואס נעמט אריין אלע מינע קאמפעניס.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
גרינליך
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 3:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינליך »

נקודהלע האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
גרינליך האט געשריבן:נישט נאר עס קען, די חכמים פון אונזער דור בנוגע די עקענאמיע האלטן אז עס וועט נאך אנגיין א לענגערע תקופה.

נו אויב אזוי פארוואס זאגסטו די סעיל איז די "יעצטיגע טעג", לאז עס פאלן נאך פאר מ'עצה'ט צו קויפן...

די כלל איז געווענטליך אין אזא פאל (און אייביג) אז מ'צעטיילט וויפל מ'קויפט יעצט און וויפל שפעטער, לדוגמא אויב האלסטו אז ס'איז %75 אז די מארקעט גייט נאך אראפגיין, איז נישט אפגעפרעגט יעצט צו קויפן %25 פון די געלט וואס דו ווילסט אינוועסטירן, ווייל דו האלסט דאך אז ס'מעגליך אז ס'זאל ארויפגיין אויך.

אזוי ווי נקודלע זאגט מען דארף אראפ ברענגן די עוורעדיזש לדוגמא אויב האסטו געקויפט 100 שעירס פון עפל פאר 150 דאללער אפאר וואכן צוריק קויף יעצט די זעלבע צאל שעירס פאר 125 אוי קומט אויס אז האסט נאר געצאלט 137.5 פאר יעדע עפל שעיר וואס דו פארמאגסט אין דיין באזיץ. און אויב זעסטו אז מארגן איז עס געפאלן לדוגמא צו 100 דאללער קויף צו נאך וכו’. און לנוגע די ”יעצטיגע טעג” מיין איך נישט היינט און נישט מארגן די יעצטיגע טעג מיין איך צוזאגן די ”יעצטיגע טעג” די וואך און די קומענדיגע שטיק צייט.
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

גרינליך האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
גרינליך האט געשריבן:נישט נאר עס קען, די חכמים פון אונזער דור בנוגע די עקענאמיע האלטן אז עס וועט נאך אנגיין א לענגערע תקופה.

נו אויב אזוי פארוואס זאגסטו די סעיל איז די "יעצטיגע טעג", לאז עס פאלן נאך פאר מ'עצה'ט צו קויפן...

די כלל איז געווענטליך אין אזא פאל (און אייביג) אז מ'צעטיילט וויפל מ'קויפט יעצט און וויפל שפעטער, לדוגמא אויב האלסטו אז ס'איז %75 אז די מארקעט גייט נאך אראפגיין, איז נישט אפגעפרעגט יעצט צו קויפן %25 פון די געלט וואס דו ווילסט אינוועסטירן, ווייל דו האלסט דאך אז ס'מעגליך אז ס'זאל ארויפגיין אויך.

אזוי ווי נקודלע זאגט מען דארף אראפ ברענגן די עוורעדיזש לדוגמא אויב האסטו געקויפט 100 שעירס פון עפל פאר 150 דאללער אפאר וואכן צוריק קויף יעצט די זעלבע צאל שעירס פאר 125 אוי קומט אויס אז האסט נאר געצאלט 137.5 פאר יעדע עפל שעיר וואס דו פארמאגסט אין דיין באזיץ. און אויב זעסטו אז מארגן איז עס געפאלן לדוגמא צו 100 דאללער קויף צו נאך וכו’. און לנוגע די ”יעצטיגע טעג” מיין איך נישט היינט און נישט מארגן די יעצטיגע טעג מיין איך צוזאגן די ”יעצטיגע טעג” די וואך און די קומענדיגע שטיק צייט.

איך זאג גראדע אביסל אנדערש. כ'האלט נישט אז מ'דארף האבן א גוטע עוורידז, וויל כ'האלט מער פון לאנג טערם אינוועסמענט. גייט מיר נישט אין אויב היינט שטייט 150 און כ'קען עס באקומען פאר ביליגער. כ'קוק מער אויב יעצט פאר זיך איז א גוטע אפערטאנעטי אדער יא. אויב לדוגמא כ'האב שוין געקויפט גענוג וויפל כ'וויל יעצט קויפן, און צוויי טעג שפעטער געט עס א טראסק, איז בעצם נישטא פארוואס זיך צו עסן אויב דו ביסט אין א פארזיכערטע פלאץ.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

די פוינט איז נישט צו עווערידזשן סתם. אויב דו קענסט קויפן א אנדערע סטאק פאר די זעלבע רעטורן.

די עיקר פוינט איז, אז ווען דו לייגסט מתחילה אריין, לייג נאר אריין אויף איינמאל א חלק פון די געלט וואס דו האסט דעזיגנירט פאר די קאמפאני. און די איבעריגע לייג אריין צעביסלעך.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”