לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס - Lake George

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס - Lake George

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

אזוי ווי מיר פלאנירן בעז"ה א שטיקל וואקאציאן דעם זומער. און זוכענדיג א פאסיגע פלאץ צו גיין פארוויילן פאר אפאר טאג זיך אויסצורועהן דאס זעקל ביינער און זעהן אביסל פונעם הערליכען באשאף פונעם בורא'ס וועלטעל און מקיים זיין דעם מה רבו מעשיך השם מיט אלע הידורים האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן יארכע צו זוכן און פארשען ווי מען קען דאס אויספירען בדחילו ורחימו.

אזוי ווי טיקעטס און קאר רענטעלס זענען אביסעלע טייער איצטערט איז יעצט א שעת הכושר צו גיין באזיכען ערטער נישט ווייט פון אונזער וואוין ארט וואס מען קען אהין ציקומען מיט א אויטא מיט נאר געציילטע שעות.

און ניו העמפשיר און ווערמאנט האבן מיר שוין באזוכט, איך וואלט ווען גערן צירוק געגאנגען אהין, אבער מען וויל דאך זעהן חידושים אויך. האבן מיר גוטע פריינט מיעץ געוועהן אז לעיק זשארדזש בכלל און די גאנצע אנדריאנדיקס ראיאן ווי למשל לעיק פלעסעיד איז גאר א שיינע און געשמאקע קור ארט צו באזוכען.

די אנדריאנדיקס באשטייט פון צענדליגע נורא'דיגע בערג מיט הערליכע קריסטאל קלארע טייך'לעך וואס די שניי פון די ווינטער לאזט זיך אויף רינט עס אריין אהין, און זיי גיסן זיך אריין צום סוף אינעם האדסען ריווער. די בערג דארטן זענען סאך העכער ווי אונזער קעטסקילס בערג, זייענדיג נאך אלבעני נישט צו ווייט פונעם קאוויד דערשראקענעם קאנאדע. אבער נאך אלץ נענטער ווי בית לחם און ניו העמפשיר.

די שטאט סאראטאגע ווערט אסאך באנוצט דורך אחינו בני ישראל וואס פארן קיין מאנטריאל זייענדיג באמצע הדרך, אסאך שידוכים זענען שוין אויסגעפירט געווארן אין די ארטיגע האטעלן צווישן אמעריקאנע און קענדישע מחותנים. און סאראטגע איז אויך פארהאן א חב"ד הויז מיט א שטיקל כשר'ע מעניו. אין די זומער וואכען קומט אויכעט פאר געווענליך מנינים און לעיק דזשארזש בעצמה דורך חב"ד סאראטאגע.

און לעיק דזשארזדש זענען מערסטענס אקטיוויטען אויפן וואסער, ווי שיפן, רעפטינג פארע סעילינג און מער. עס איז אויכעט דא דארטן געשמאקע צענישע הייקס און נאך.

דערפאר ווילן מיר אפילן צום עולם אז אויב איינער האט סיי וואס פארע עקספיריענס דארטן, צו זאל עס זיין מיט האטעלן, וואס כמובן איז כמעט נישט דא קיין דיסענט זאכן דארט, אדער בנוגע אטראקציעס סיי און לעיק דזשארדז אדער און די אומגעגענט זאל מוחל זיין און קומען צוליב טועהן דעם עולם וואס לעכצעט נאך די אינפא. און אי"ה אויב וועלן מיר ענדגילטיג אהין פארן וועלן מיר דערנאך אפשרייבן א באריכט באגלייט מיט בילדער צו מזכה זיין די רבים.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rimnitz »

נעבן לעיק דזשארדש איז דא א six Flags פארק
אין סאראטאגע איז דא זייער א שיינע פארק
Saratoga Spa State Park

19 Roosevelt Dr, Saratoga Springs, NY 12866
(518) 584-2535 https://g.co/kgs/5qu85A
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך האב נישט צופיל אינפארמעישן, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז מיט א מנין איז מען געדעקט יעצט אום זוממער, עכ"פ אינדערוואכן. ווייל בעלזא האט א קעמפ אין סאראטאגא ווי זייער ישיבה געפונט זיך אום זוממער, און ס'איז ממש א מינוט אוועק פונעם עקזיט אויפן רט 87.

https://www.google.com/maps/place/Yeshi ... 1fda?gl=us
---
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך בין איבערגעשלאפן יארן צירוק אין לעיק פלעסיד, איך האב נישט געזעהן עס זאל זיין וואס צי זעהן דארט
אבער באופן כללי איז די אנדיראנדעקס געגענט זייער שיין ווי למשל ווייט פעיס מאונטען וכו'
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

בשבילי נברא האט געשריבן:איך האב נישט צופיל אינפארמעישן, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז מיט א מנין איז מען געדעקט יעצט אום זוממער, עכ"פ אינדערוואכן. ווייל בעלזא האט א קעמפ אין סאראטאגא ווי זייער ישיבה געפונט זיך אום זוממער, און ס'איז ממש א מינוט אוועק פונעם עקזיט אויפן רט 87.

https://www.google.com/maps/place/Yeshi ... 1fda?gl=us

עס איז אינגאנצן 3 שעה קיין סאריטאגע פין די שטאט? מאכט עפעס נישט קיין סענס
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

צ"ל אדירנדאק
איך בין שוין עטליכע מאל איבערגעשלאפן אין א האטעל אין סאראטאגע הארט אויפן וועג צו קענעדע אבער קיין עקספיריענס קען איך דיר נישט מיטטיילן וויבאלד סאיז נישט געווען מער ווי אן אויווערנייט סטעי, דא איז א פראמאושאן קאוד (מען קען נישט בוקן אין עדווענס מיט די קאוד)

Comfort Inn & Suites (Just off I-87 Exit 15) Use Promotion Code # LJTS 17 Old Gick Road, Saratoga Springs, NY, US, 12866 (in front of Wal-Mart that’s open 24 Hrs. & sells Fruits & Veg.) Phone: (518) 587-6244

האקט וועגן מנין, מאנטריאל ישיבה איז אויך דארט אין געגנט
ואני בתומי אלך.
Rimnitz
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2017 3:14 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rimnitz »

בשבילי נברא האט געשריבן:איך האב נישט צופיל אינפארמעישן, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז מיט א מנין איז מען געדעקט יעצט אום זוממער, עכ"פ אינדערוואכן. ווייל בעלזא האט א קעמפ אין סאראטאגא ווי זייער ישיבה געפונט זיך אום זוממער, און ס'איז ממש א מינוט אוועק פונעם עקזיט אויפן רט 87.

https://www.google.com/maps/place/Yeshi ... 1fda?gl=us



וועגן בעלזא פרעג דיר נאך. דעס איז פון מאטריאל ישיבה. פאריאר איז עס געווען פארשפארט.. דעס יאר ווייס איך נישט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

Rimnitz האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:איך האב נישט צופיל אינפארמעישן, אבער אזויפיל ווייס איך יא אז מיט א מנין איז מען געדעקט יעצט אום זוממער, עכ"פ אינדערוואכן. ווייל בעלזא האט א קעמפ אין סאראטאגא ווי זייער ישיבה געפונט זיך אום זוממער, און ס'איז ממש א מינוט אוועק פונעם עקזיט אויפן רט 87.

https://www.google.com/maps/place/Yeshi ... 1fda?gl=us



וועגן בעלזא פרעג דיר נאך. דעס איז פון מאטריאל ישיבה. פאריאר איז עס געווען פארשפארט.. דעס יאר ווייס איך נישט

סאטמאר מאנטריאל ישיבה איז געווען דארט פון דעם אנפאנג יאר ביז יעצט זוממער, ווען די בעלזא ישיבה האט שוין צוריק געדארפט דעם פלאץ אויפען יעצטיגן זוממער. און סאטמאר מאנטריאל ישיבה האט זיך געדארפט פאקן פעק און זענען געגאנגען קיין נייעק, נעבן מאנסי, און איבערגעגעבן דאס פלאץ צוריק פאר בעלזא.
---
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אור האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:לעק דשארדש איז בעיקר א וואסער פלאץ, עס איז דא א סאאאך צו גיין אלעס מיט וואסער, עס איז דא א "מערינע" וואס הייסט chic's זיי האבן אלע מינע שיפן צו דינגען, איך ווייס נישט צו וואסער זאכן איז פאר א קאפל מיט א קליינע בעבי, אבער עס איז דא אסאך אנדערע זאכן אויך געב א קוק דא און זוך וואס עס שמעק דיר,
http://www.lakegeorge.com/things-to-do/
איין זאך עס איז דא פלעצער ווי מען דארף מאכן רעזעוועשןס פון פאראויס סא רוף אן און פרעג!
הצלחה!

minnehaha Steamboat cruise
57 Beach Rd, Lake George, NY 12845
Phone: (800) 553-2628
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

חזקי פרידמאן האט געשריבן:
עוד הם מדברים האט געשריבן:ווייסט עמיצער אויב לעיק דזשארדזש איז א פאסיגע פלאץ צו גיין מיט קליינע קינדער פאר אפאר טאג? איז איינער דארט געווען און קען מיטטיילן אביסל וואס ס'איז דא צו טוהן דארט?


יא, סאיז דא וואס צו טין דארט מיט קליינע קינדער

Funa'rama Fun Park
135 Beach Rd, Lake George, NY 12845
(518) 668-2159
https://maps.app.goo.gl/VzYc7EBTU55oPmez7

Magic Forest
1912 U.S. 9, Lake George, NY 12845
(518) 668-7627
https://maps.app.goo.gl/CHNRxULTrFTasiPC8
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

Minne-Ha-Ha
א גרויסע שיף וואס מקען כאפן א שיינע רייזע
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

there is two mountains near lake George, the closer one is Gore Mountain about 40 minutes away, whiteface mounatin is about an hour and 20 min. drive pls check out their attractions before you go since i dont think there is much to do there except of hiking and mountain biking, the six flags amusement park is combined with a water park so its not for us,
זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

עטליכע פלעצער צי הנאה האבן

שיפען
Chic's Marina
4782 Lake Shore Dr, Bolton Landing, NY 12814, United States
+1 518-644-2170
https://goo.gl/maps/S3MTeZjYPRvhXTQE6

בארג- שיינע וויוס.
Prospect Mountain Summit
Prospect Mountain Hwy, Lake Luzerne, NY 12846, United States
+1 518-668-5198
https://goo.gl/maps/W4hkFceJyTnkYCa16

א אינטערעסאנטע זאא פאר אינגערע קינדער (נענטער צי אלבאני)
Adirondack Animal Land
3554 NY-30, Gloversville, NY 12078, United States
+1 518-883-5748
https://goo.gl/maps/5u7XnY32U76qMgSG9

הערליכע שפאצירען צווישען ביימער און וואסערפאלן (און נאך) (שטיקעל מהלך אויף נארט)
Ausable Chasm
2144 U.S. 9, Ausable Chasm, NY 12911, United States
+1 518-834-7454
https://goo.gl/maps/gGpjj422p5uMb7RE6

ס'דא עטליכע פלעצער אין לעיק דזשארדש (אויך אין ארומיגע געגענטער) מיט באמפינג קארס/ גא-קארטס.

מער אין די אלבאני געגענט איז דא עטליכע שיינע פארק און לעיקס.

דא וואס גייען צי די סאראטאוגע הארס ריעסיס (דאס איז נישט פאר יעדעם).
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פאר 75 דאלער
קען מען גיין אויף די פעראשאט העכער די וואסער
אטעטשמענטס
IMG_0502.JPG
IMG_0502.JPG (82.88 KiB) געזען 4180 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
אטעטשמענטס
IMG_0468.JPG
IMG_0468.JPG (111.53 KiB) געזען 4172 מאל
IMG_0486.JPG
IMG_0486.JPG (98.21 KiB) געזען 4172 מאל
IMG_0501.JPG
IMG_0501.JPG (83.42 KiB) געזען 4172 מאל
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

.
אטעטשמענטס
IMG_0480.JPG
IMG_0480.JPG (109.15 KiB) געזען 4162 מאל
IMG_0504.JPG
IMG_0504.JPG (109.31 KiB) געזען 4162 מאל
IMG_0505.jpg
IMG_0505.jpg (58.36 KiB) געזען 4162 מאל
zevUP
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 20, 2010 2:57 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zevUP »

Lake George Summer Minyan
814 Goggins Rd.
Lake George, NY 12845
518-526-0773

Shacharis is 8AM - Mincha 8:15 - Maariv is 8:40 PM


West Mountain
59 West Mountain Road, NY 12804
518-636-3699


Revolution Rail Co.
3 Railroad Pl, North Creek, NY 12853
(888) 738-0123


High Falls Gorge
4761 NYS Route 86
Wilmington, NY 12997
(518) 946-2278

Howe Caverns
255 Discovery Drive, Howes Cave, NY 12092
(518) 296-8900
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

zevUP האט געשריבן:
Lake George Summer Minyan
814 Goggins Rd.
Lake George, NY 12845
518-526-0773

Shacharis is 8AM - Mincha 8:15 - Maariv is 8:40 PM


West Mountain
59 West Mountain Road, NY 12804
518-636-3699


Revolution Rail Co.
3 Railroad Pl, North Creek, NY 12853
(888) 738-0123


High Falls Gorge
4761 NYS Route 86
Wilmington, NY 12997
(518) 946-2278

Howe Caverns
255 Discovery Drive, Howes Cave, NY 12092
(518) 296-8900

Thanks will add some info..

The Chabad minyan is very cute on a open field with a tent with only the top part with no walls.

Revolution rail needs reservations and is usually being sold out a week in advance, so I couldn't go there, but people say its very interesting.

High falls Gorge is very interesting (costs $15PP) but takes only about 1.5 hours so I continued 1 mile ahead to whiteface mountain there is a Gondola till top, costs $25 PP, and then continued to Whiteface mountain castle, you ride with the car till the top then you walk up a lot of steps/stones till the top which is over 29 stories to go and reaches to over 5000 ft high(costs $20PP)

https://highfallsgorge.com/
https://whiteface.com/todo/cloudsplitte ... la-summer/
https://www.lakeplacid.com/story/2011/0 ... nstruction.


Howe Caverns also needs prior reservations and was sold out, there is in the same area another cave called secret caverns also very interesting, going down steps 100 ft below ground into narrow caverns till reaches a 100 ft high waterfall
https://www.secretcaverns.com/
Enjoy
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:אזוי ווי מיר פלאנירן בעז"ה א שטיקל וואקאציאן דעם זומער.......

און אי"ה אויב וועלן מיר ענדגילטיג אהין פארן וועלן מיר דערנאך אפשרייבן א באריכט באגלייט מיט בילדער צו מזכה זיין די רבים.


וויאזוי איז עס אריבער ?
קום אריין מיט א פולע באריכט
איבערגעדרייטע בענקל
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגעדרייטע בענקל »

לעיק זשארזש ניו יארק-
צרוקערנדיג זיך פונעם דאטשע שטעטל אין די הויכע אנדריאנדיק בערג לעיק זשארדש והגלילות וויל איך באשרייבן אביסל די ימי ביקור אז די רבים השואלים זאלן וויסן ווי אזוי צו צוגיין אויב מען וויל אהין פארן.

די דרייוו פון מאנסי און קר"י איז א גראדע און געשמאקע, מען פארט אראפ די טרואוועי אויפן וועג קיין מאנטריאל, בערך א שעה נאך אלבעני. די הייוועי איז כמעט ליידיג און מען קען פארן מיט א געשמאק.

לעיק זשארזש איז א גרויסע לעיק, 32 מייל אין די לענג, אין ברייט כמעט 3 מייל ביים ברייט'סטן פונקט ,און קרוב צו צוויי הונדרעט פיס טיעף ביים טיעפסטן פונקט. די לעיק איז באוויסט פאר איר אויג פארכאפענדע וויאו'ס און פאנאראמעס, זייענדיג ארום גענומען מיט הויכע בערג און קריסטאל בלויע וואסער. אויף איין זייט איז די אנדריאנדיק סטעיט פארק וואס באלאנגט צום ניו יארקער שטאט וואס איז אפגעהיטן פאר נאטורליכע צוועקן און איז גרויס קרוב צו צעהן טויזענט סקווער מייל. אויף די אנדערע זייט זענען פארהאן הערליכע פארצייטישע מענשאן'ס פון הונדרעט יאר און מער צו זאמען מיט נייערע הערליכע הייזער, מערסטענס פון זיי מיט א שיינע באוט האויז מיט א שיפל.

די מענשאן'ס האבן באלאנגט צו די פרעמינאנ'סטע אמעריקאנע גבירים פון די פריעדיגע יאר הונדרעט, פון די באקאנטע נעמען אריינגערעכנט רוזעוועלט'ס, ווענדערבילט, ראקעפעלער און סאך מער. די ראוד ווי די מענשאנ'ס שטייען ווערט אנגערופן מיליאנער'ס שורה. און געט מורא'דיג צו צי דער העליכע פאנאראמע. מערסטענס פון די הייזער זענען געבויט געווארן פון שטייין אויסגעהאקט פון די דערנעבענדע בערג.

עס זענען פארהאן איבער דריי הונדרעט אינזלען אויף די לעיק, מערסטענס פון זיי זענען אום באוואוינט און באלאנגען צו די סטעיט גאווערמענט אלס א חלק פונעם דערנעביגן אדריאנדעק סטעיט פארק. עס זענען דא אינזלען און אלע סייזעס און פארעמס. די סטעיט פארדינגט קעמפינג סלאטס אויף די אינזלען פאר אפאר דאללער א טאג. צווישען די אינזלען איז אויך פארהאן געציילטע קליינטשיגע אינזלען מיט נאר איין קעמפינג סלאט. באלאנגענדיג צו די גאווערמענט קאסט עס נישט מער א נאכט, נאר מען דארף עס רעזערווירן חדשים בעפאר. די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום אינזעל איז מיט א שיף.

נישט אומזיסט ווערט לעיק זשארזש אנגערופן די מלכה פון אמעריקאנע לעיקס.

די עיקר ישוב פון נעבן די לעיק איז אין לעיק זשארדזש ווילעדזש. עס זענען דארטן פארהאן פילע האטעלן ארום און אויפן וואסער. מערסטענס פון די האטעלן זענען אלטע מאטעלן אדער בעד ענד ברעקפעסט וואס באלאנגן על פי רוב צו פריוואטע מענטשען, נישט צו קיין האטעל ברענד. מערסטענס פון זיי זענען אלט און אום געשמאק.

עס זענען דא צוויי דריי נארמאלע האטעלן און די עצם ווילעזש. אבער די איינציגסטע שיינע און איך וואלט נאר יענץ רעקאמענדירט איז די קאורט יארד ביי מעריאט. עס איז א שפאגעל שיינע נייע בנין פון זעקס שטאק מיט גענוג און נאך פארקינג. עס איז פלאצירט און די הארץ פון לעיק זארזש ווילעדזש פון ווי מען קען וואקען צו א שיינע פאר אטראקציעס און פארקס. די בנין איז ניי מיט באקוועמע בעטן און שיינע צימערן, מיט א מעגליכקייט פאר א וויאו צום וואסער. ווי אויך איז דא א הערליכע ראוף טאפ מיט בענקלעך פון ווי מען קען זעהן די וואסער.
עס איז אבער היבש טייערער ווי די אנדערע האטעלן און געגנט און ספעציעל און די הייסטע זומער סעזאנען.

אז איינער וויל גיים אביסל ביליגער אבער און א נארמלע האטעל איז דא און א צעהן מינוט דרייוו א שטעטעלע קווינסבארי, עס איז דא דארט א שיינע פעיר פיעלד איןן, האום 2 סוויטס און א האלעדעי איןן פאר גוטע פרייזן.

שפעטער אראפארענדיג די לעיק אויף די לינקע זייט זענען דא אסאך מעשאנ'ס און אפאר ווילאס, אבער נישט קיין האטלען.
און באלטאן לענדינג, וואס איז א האלבע שעה דרייוו פון געגנט, זיצט דארט מאיעסטעטיש אויסגעשפרייט דער הערליכער סטעגעמאר האטעל, וואס האט א פארצייטישע ארכיטעקטור אוו געשמאק. די צימערן דארטן זענען אלט אויף א קאלאניעל סטיל, מיט א הערליכע ארויסקוק צום וואסער און לאנדשאפט.
עס איז בערך די זעלבע געדאנק ווי דער מאונט וואשינגטאן האטעל אין ניו העמפשיר. א צימער דא איז צום ביליגסטענס פינעף מאות אין סעזאן.

די הויפט אקטיווטעטן וואס די לעיק דזארזש'ע טוריסטן און וואקאציאנערן פארנעמען זיך מיט, איז וואסער אונטערהאלטונגען.
אויפן לעיק איז דא צענדליגע מארינעס וואס פארדינגען אלע מיני שיפלעך, פון רואיגע פאמליע פאונטאונס, וואס איז א פלאכע שיף וואס זיצט גאר רואיג געבאלאנסט אויפן וואסער מיט שיינע ווייכע קאנאפעס, ביז צו אגרעסיוו שנעלע בוי ריידער'ס וואס ווערט אנגערופן אין מאמע לשון א ספיד באוט.
אוודאי געוויס איז פארהאן א שפע פון דזשעט סקי'ס למינהם, און פאר די דרייסטערע צווישן אונז קענען גיין פליען אין הימעל מיט א פאראסעיל. גיבט אבער אבאכט וועלעכע מאשינען איר נוצט, עס זענען פארהאן טייערע און ביליגערע, ווי אויך איז דא וואס האבן שנערע שיפן מיט שטארקערע מאטארן. און די הויכפונקט פונעם סעזאן זענען זיי אלע געווענליך אויסגעבוקט פאר וואכן, חוץ די וואס בעטן א געפעדערטע פרייז און שוואכע סחורה.

אויב ווילט איר נישט נעמען קיין אייגענע שיפל איז דא צוויי קאמפעניס אויפן לעיק וואס האבן קרוז שיפן וואס פארן ארום ווייזן די שיינע צענעס. איר קענט פאר פון א האלבע שעה ביז זעקס שעה ארום די גאנצע לעיק. איינע פון די קאמפעניס האט א היסטארישע שיף וואס ארבעט נאך מיט א דאמפף מאטאר.

און די ווילעדזש איז דא א שיינע פאר ארקעידס און באוילינג עליכם. אבער נישט צו סאך אנדערע זאכן. נישט צו ווייט איז דא פאנאטישע בערג שפיצען איינע פון זיי די פראספעקט פיעק פון ווי מען קען זעהן די לעיק און די שטעטל ארום. ווי אויך איז דא אסאך שיינע הייקס אויף די אנדריאנדיק בערג. איינע פון די אינטערעסאנטע פלעצער צו באזוכן איז דער פעסטונג פון וויליאם הענרי וואס האט געדינט אלץ א באזע פאר די בריטישע סאלדאטן אין די ערשטע יארן אויף די אמעריקאנע קאנטענעט פון ווי זיי האבן מלחמה געהאלטן מיט פראנצייזישע טרעפן וואס האבן פראבירט איבער צו נעמען ניו יארק. זיי גיבן טוריסטן און די איבערגעמאכטע שלאס וואס קוקט אויס גענוי ווי די ארגינעלע. עס דינט היינט צו טאג אלס מוזיאם און געדענקמאהל. די טור גיידס גייען אנגעטאן מיט רויטע בריטישע מונדירן און פייערן עכטע פארצייטישע קאנאנען און אלטע ביקסן. אפאר טעג א יאר מאכן זיי מארשן און פייערונגען מיט די פארשטעלאכץ.

אין די זומער וואכן איז דא א מנין דריי מאל א טאג דורך דער חב"ד שליח פון סאראטאגע. עס קומט פאר יעדע יאר און א אנדערע פלאץ. איר קענט דאס טרעפן אויף זיין זייטל. ווי אויך קען מען באשטעלן א לימיטעד מעניו פון עסן ביי אים. און די ברען פון די זומער בין הזמנים האט ער אויכעט א מנין שבת.

לעיק זארדזש איז א שיינע פלאץ צו באזוכן בעיקר און די פרילינג , זומער און הארבסט, ווען די גאנצע ראיאן ווערט באדעקט מיט הערליכע קאלירטע בלעטער. און אפילו און די ווינטער זענען פארהאן וואס גייען גליטשן אויף די ארטיגע בערג אדער פארן מיט א שניי אויטא אויפן לעיק וואס איז איין שטיק אייז. זוכט איר אמאהל ווי צו אנטלויפן פאר נאכט צווי אדער זענט איר אויפן וועג קיין מאנטריאל און איר זוכט ווי איבער צו שלאפן די און אויסצוען די ביינער אינמיטן וועג? לעיק זשארש איז די ענטפער!
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: לעיק דזשארדזש- סאראטגע ספרינגס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

יישר כחכם פאר די נוצבארע אינפארמאציע
ואני בתומי אלך.
zevUP
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 20, 2010 2:57 pm

בעלזא ישיבה Saratoga Springs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zevUP »

איינער ווייסט צו די בעלזא ישיבה איז שוין אפען אין Saratoga Springs
און סאיז שוין דא מנינים?

איינער עני פאון נאמבער?
לעצט פארראכטן דורך zevUP אום זונטאג יולי 03, 2022 2:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5169
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: בעלזא Saratoga Springs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

קענסט פרעגן די תורת משה חברה פאר נומערן
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

Re: בעלזא ישיבה Saratoga Springs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

בעלז הייבט אן קעמפ מאנטאג בעז"ה
חב"ד האט מנין שבת. אין קען האבן מנין אין דערוואכן אויך
Call to confirm Rabbi Abba 518 526 0773
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בעלזא ישיבה Saratoga Springs

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

zevUP האט געשריבן:איינער ווייסט צו די בעלזא ישיבה איז שוין אפען אין Saratoga Springs
און סאיז שוין דא מנינים?

איינער עני פאון נאמבער?

-
דא האסטו די זמנים
קען אמאל זיין שינוים געוואנדן אין די סדרי הישיבה
אטעטשמענטס
9DD20F11-64FD-4014-A577-0B8E267A4AA2.jpeg
9DD20F11-64FD-4014-A577-0B8E267A4AA2.jpeg (16.88 KiB) געזען 1479 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”