איך בין געווען פארגאנגענעם ווינטער אין אריזאנע פאר א וואך ב''ה געהאט גאר גאר גוטע עקספיריענס. מיין טאטעל איז אויסגעקומען ארום צוויי אלפים.
איך בין געווען סוף JAN
קאר סערוויס צו/פון עירפארט איז אויסגעקומען 100 יעדע וועג
איך בין געפארן מיט United פון נוארק, קיין פיניקס, צוויי ראונד טריפ טיקעט'ס + צוויי גרויסע רענצלעך איז אויסגעקומען ערגעץ אינטער 500
די פלייט האט גענומען 3.5 שעה די וועג אהין, 5 שעה די וועג צוריק, געהאט זייער גוטע עקספיריענס מיטן פליגער, די וועג אהין איז געווען האלב ליידיג.
איך האב פון פאראויס געדינגען א קאר ביי AVIS אנליין
https://www.avis.com/en/locations/us/az/phoenix/phx , עס איז דא א אומזינסטע שאטעל פון עירפארט צום רענטל א גאנצן צייט א 5 מינוט וועג, די קאר האט מיר געקאסט ארום 400, איך האב דארט גלייך באקומען די שליסל ביים ווייזן די רעזערוועישן, אויך גוטע עקספיריענס געהאט מיט זיי.
איינגעשטאנען בין איך אין סקאטסדעיל, א 20 מינוט דרייוו פון פיניקס, אויפן וועג פארט מען אריבער א אויגפארכאפנדע מדבר וואס באגריסט דיר צום מדברדיגן ראיאן, די שטאט פאר זיך איז אויג פארכאפנד, א ריייייזיגער שטאט, מיט אזא מין רואיגקייט דארט.... הערליכע אויגפארכאפנדע מדבריות בערג, מאסיוו גרויסע גאסן, די טעמפערטור איז געווען אין די נידריגע 60'ער (יעצט איז מסתמא אין די הויכע זיבעציגער'ס צו אכציג דעגרי.
איך בין איינגעשטאנען אין דעם האטעל
https://www.bestwestern.com/en_US/book/ ... 03156.html זייער שיין צוגעשטעלט, פריוואטע אריינגאנג, געקאסט ארום 120 א נאכט, צוויי שטובער מיט א פריוואטע פארטש.
די האטעל איז מיט א קאר פינף מינוט וועג, און וואקן ארום א האלבע שעה צום ביהמ"ד
https://www.ahavastorah.org , עטליכע מנינים א טאג, א עכט ווארימע ישיבישע קהילה, א פלאמעדיגער רב הרב שושן, די קבלת שבת וועט מיר קיינמאל ארויסגיין פון די ביינער, א קורצע מוסר השכל פון די פרשה נאכברענגענדיג פון זיין רבי'ן הרב נח וויינבערג.. איי דער לכה דודי...
עס איז כמעט נישט דא קיין חסידים דארט, פארט איז שבת צופרי געווען א געהעריגע חסידישע מנין 9:30 מיט ארום 20 באטייליגטע, מיט עפעס א רב פון מאנסי.
די צייט דארט איז גערוקט מיט צוויי שעה פריער פון נ.י. איך בין אבער געבליבן מיט נ.י. זייגער, עס איז מיר געווען אסאך גרינגער אזוי וויבאלד מען דאווענט דארט פרי ארום 7:30, פאר מיר איז געווען 9:30... באנאכט בין איך וועגן דעם אויך געגאנגען שלאפן פריער במילא איז מען זיך בעסער אויסגעשלאפן - מעין עולם הזה.
די טעג האב איך פארברענגט: איין טאג צום גרענד קעניאן, אה, מה רבו מעשיך ה'! די וועג אליינס אין די מדבריות איז אויגפארכאפנד, א סצענע וואס מען זעהט נאר אין די ביכער... נעם אין אכט, די ספיד לימיד איז 75 לכתחילה, ווער רעדט פון בדיעבד, אפי' אזוי האט עס מיר גענומען באלד 3 שעה די וועג, אבער עס האט זיך אויסגעצאלט אבער נאך וואו! די פעלזן שטייען הערמאטיש, א בילד איז נישט מעגליך מו מסביר זיין וויאזוי דאס קוקט אויס! אויפן וועג צוריק האמיר געדאווענט מנחה דארט ווי די צדיק האט געפראוועט דעם שבת מיטן לייב... בשעת די זוהן גייט אונטער צווישן די מדבריות'דיגער בערג, הוי האב איך געשוויצט ביים פארן אויף 90 אין די טונקל אויפן וועג צוריק אויפן געדרייטן הייוועי, אז נישט וואלט מיר די טרעילער'ס שיעור נישט איבערגעפארן!
אן אינטערסאנטן אנעקדאט: בשעת אין סקאטסדעיל איז געווען אין די 60'גערס איז ביים גרענד קעניאן געווען אין די 30גערס מיט א האלבע פיס שניי אנגעלייגט! במילא געדענקט מיט צו נעמען א סוועטער אפי' עס איז א הייסע טאג.
איין טאג האב מיר פארברענגט אינעם גרויסן שטאט פיניקס, באזוכט ארטיגע אטראקציע פלעצער, א צווייטע טאג איז מען געגאנגען שאפינג אין סקאטסדעיל זעלבסט וואס איז א רייייזיגע שאפינג שטאט, זייענדיג באוואוינט מיט גאר רייכע פאנסיאנערן.
בכלל איז די געגנט גאר א איידעלע געגנט, בכלל נישט דומה צו די ניו יארקע אויסגעלאסענע גאסן, יעדער וועט דיר איידל באגריסן אלס ראביי..
שבת האמיר פארברענגט מיטן שפאצירן, די גאנצע שטאט איז ארום גענומען מיט א כשר'ע עירוב בהשגחת הרב שושן (כלשונו ביים קבלת שבתThe eirov is up! )
וועגן עסן ווייס איך נישט צופיל וויבאלד איך האב מיר מער ווייניגער מיטגעברענגט פשוט ווייל איך בין נישט די רעסטוראנט טיפ, אבער אין פיניקס בין איך געווען אין א כשר'ע גראסערע מיט כמעט פון אלעם גוטן מיט היימישע גוטע הכשרים, אבער מיט טייערע פרייזן (עס איז דא עטליכע רעסטוראנטן אינטער דעם וועד הכשרות דגרעיטער פיניקס, עסט אויף אייער אייגענעם אחריות, איך האב נישט געמאכט קיין ריסערדזש אויף זיי, זעהט דא
http://www.kosherphoenix.org/ )
לינק פון מיינע בילדער
https://www.dropbox.com/sh/xm2gd969dibl ... J31xa?dl=0