קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

קעטסקילס, פלארידע, און האטעלן לענגאויס אמעריקע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

אזוי ווי איך זעה אז די עולם פרעגט כסדר וועגן וויקעשאן, וויל איך אביסל איבערגעבן מיין עקספיריענס פון קאנקאן.
איז לאמיר אנפאנגען
קאנקאן מעקסיקא, איז א שטאט ביים סוף פון מעקסיקא ביי די גאלף אף מעקסיקא (די אנדערע עק פון פלארידע). די שטאט איז געווען נאכגעלאזט, און אין 1970 האט די רעגירונג געוואלט פארוואנדלן די שטאט פאר א ריזארט פלאץ מיט'ן חשבון אז ס'וועט בויען די ארטיגע עקאנעמי האט זי געהאלפן פיינענסן די ערשטע 9 האטעלס, און אין 1974 איז שוין געשטאנען די ערשטע פאר האטעלס, היינט געפינט זיך שוין דארט 143 האטעלס מיט איבער 30.000 האטעל צימערן, קאנקאן איז א פלאץ וואס איז אייביג הייס, סוף זומער קען זיין אזוי הייס ביז 120 דעגרי, אויך רעגנט דארט זייער ווייניג, עס באזוכן דארט ארום 5 מיליאן מענטשען א יאר, די הייסע סיזען איז און די ספרינג חדשים.

די שטאט איז צוטיילט אין צוויי קודם איז דא די דאונטאון געגנט ווי דארט וואוינט מען און נאכדעם איז דא די ריזארט וואס דארטן געפינט זיך נאר האטעלס, שאפינג מאלל'ס, און אטרעקשינס.
די ריזארט פלאץ איז ארומגענומען מיט וואסער, און א לאנגע גאס פארט דורך דארט און עס איז דא אלעס אויף ביידע זייטן פון די גאס, אויף אזוי ווייט אז די אדרעסס איז די קאלימעטאר למשל איין האטעל איז ביי 16.9 קמ און די נעקסטע איז ביי 18.1.
די זייגער איז די זעלבע ווי ניו יארק.
די רעגירונג האלט די פלאץ פארזיכערט ווייל דאס בויעט די דארטיגע עקאנעמי איז מורא האבן ווייל ס'הייסט "מעקסיקא" איז נישט דא פון וואס.
אזוי אויך גייט מען דארט אנגעטוהן זייער צניעות'דיג אנגעטוהן (סאך בעסער פון ניו יארק) און די פלאץ איז ווייט נישט אזוי שמוציג ווי מאנכע מענטשען טראכטן.
א ראונד טריפ טיקעט פון ניו יארק קיין קאנקאן קאסט ארום 3/400 דאלער.

ס'איז דא האטעלס וואס זענען אלל אינקלאסיוו וואס דאס מיינט אז זיי שטעלן צו שאוס, טרינקען און נאך בחינם (מ'באקומט א בענד אויפ'ן הענט ווען מ'קומט אריין אין האטעל, און מיט דעם קען מען הנאה האבן פון אלעס וואס די האטעל שטעלט צו).
די ערשטע זאך ווען מ'קומט אן דארט דארף מען וואטשען וויפול מ'צאלט פאר א טעקסי פון עירפארט, מיין וועג פון עירפארט צום האטעל האט געקאסט $68 די וועג צוריק נאר $27 .

עס געפינט זיך דארט א חב"ד צענטער וואס שטעלט צו מנינים אין די ביזי סעזאן און יעצט אף סעזאן איז נאר דא א מנין פאר שחרית, די חב"ד רב דארט איז זייער א געשמאקע איד ס'איז ווערט צו כאפן א שמועס מיט איהם.
http://www.JewishCancun.com
(+521) 998-219-5601
ביי חב"ד קען מען באשטעלן עסן און ס'ווערט דעליווערט צום האטעל אבער עס דארף זיין 2 טעג פארדעם,
אזוי אויך געפינט זיך עטליכע כשר'ע רעסטאראנטס וואס איינ'ס פון דעם איז אפען א גאנץ יאר די נאמען איז
Red Heifer Grill.
http://www.kosherluxus.com
(+52) 998-883-3954
ס'געפינט זיך אונטער די Krystal Hotel ס'איז בעסער אז מ'מאכט רעזירוועטאנ'ס פארדעם אזוי דארף מען נישט ווארטן לאנג, די רעד הייפער רעסטאראנט האב איך אויסגעפריווט און די עסן איז פיין און די פרייזן נישט צופיל טייערער פון ניו יארק[איין טאג איז געווען א מנין מעריב דארט, פאריגע וואך דארנעשטאג איז געווען א קאנצערט פון אברהם פריד].
ביידע שטעלן צו סעודות שבת, און אין די רעסטאראנט איז אויך דא א מנין שבת.

אויך איז דא א אידישע קהילה אין פלאיא וואס איז בערך א שעה דרייוו פון קאנקאן , דארטן איז אויך דא עטליכע שיינע פלעצער ווי צו גיין , דא האט איהר די חב"ד וועב זייטל
http://m.jewishplaya.com/

אטרעקשאנס:
עס איז דא דארט גאר א שיינע מאלל וואס הייסט la isla, עס איז דא א וואלמארט א קאסטקא וואס האט גראדע כשרע עסן עס איז דא עטליכע פארקס מיט נאך אסאך אטרעקשאנס [ביי יעדע האטעל איז דא בראשארן, אין די מאלל און אין אלע עפענטליכע פלעצער זענען דא מענטשען וואס ווייזן ווי מ'קען אלץ גיין זיי באקומען 10%], די 4 פארקס איז ווערט צוגיין אין קאנקאן
http://www.bocadelpuma.com/
http://www.xplor.travel/
http://www.blueray.mx/
http://www.xcaret.com.mx/

אויך איז דא א אינזל וואס הייסט Isla Mujeres (איזלא מאכעראס) וואס אגב אין ספאניש מיינט עס די אינזל פון די פרויען ווייל אמאל פלעגן דארטן וואוינען נאר פרויען, ס'איז אויך זייער א שיין פלאץ, עס איז דא עטליכע פערי קאמפעניס וואס פארן דארט, אויך איז דא א קאמפעני וואס הייסט Cancun Sailing וואס זיי פארן אהין און אויפן וועג קען מען גיין שווימען ביי די נעשינאל אונטער-וואסער מיוזיעם ווי מ'קען זעהן גאר אינטערעסאנטע זאכן און אויפן וועג צוריק קען מען ארויפפארן מעט א פערישויט העכער'ן וואסער.

אנצוקומען פון איין פלאץ צו די אנדערע איז דא א באס R-1 & R-2 וואס ביידע פארן אראפ די גאנצע גאס (איינ'ס פארט אויך קיין דאונטאון) ס'קאסט אדער $1 אדער 10.50 פעסאס (זעה ווייטער) סא דא לוינט זיך צו ניצן פעסאס,
די געלט דארט הייסט פעסאס איין אמעריקאנע דאלער איז ווערט 17.50 פעסאס , אבער ס'איז דא סטאר'ס וואס רעכענען עס פאר ווייניגער, [אויב ווילט איהר מאכן געלט דאן קויפט מיט דאלער'ס ביי וואלמארט אדער מעקדאנעלס וואס זיי רעכענען עס פאר 18.40 פעסאס],מ'דארף מיטברענגען אויך סינגלס אין קליין געלט, אמעריקען עקספרעסס קרעדיט קארד איז נישט אזוי עובר לסוחר.

אין עירפארט אויפן וועג ארויס:
ווען מ'קויפט איין ביי דוטי-פרי באקומט מען 15% אראפ אויב מ'קויפט עפעס די זעלבע טאג (חוץ אויף ציגערעטלאך) איז ממילא קודם זאלט איהר קויפן איין זאך און נאכדעם זאלט איהר קויפן אלע איבריגע זאכן און באקומען 15% אףף.
וועגן רייכענען איז דא איין רעסטאראנט וואס האט א סמאקינג ראום איז מ'קען אריינגיין דארט איבערקוקן זייער מעניו און כאפן א רואיגע ציגעראטל.

דא האט איהר נאך א לינק וואס קען אייך געבן נאך אינפארמעישאן
http://www.dansdeals.com/archives/61187

האטס א גליקליכע רייזע.

אויב גייט איהר קיין קאנקאן און איהר האט סיי וואסערע אינפארמאציע צוצולייגן ביטע האלט אייך נישט צירוק.

אזוי אויך טאמער גייט איהר דארטן און איהר האט הנאה געהאט פון די ארטיקל לאזט וויסן
לעצט פארראכטן דורך פארוואס נישט אום מיטוואך פעברואר 03, 2016 8:02 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

ישר כוח, שוין לאנג געהערט פון דעים, עס האט מיר געצויגן אבער קיינמאל נישט געטראפען דעים ריכטיגען צו פרעגן, נאכאמאל ישר כוח פאר די אינפארמאציע.
..
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שוין געהערט פון דעם מקום. בילדער האסטו אויך?
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

שכח פאר די שיינע דיטעילט ריפארט.
אבער איז נישט שרעקעדיג צי פארען אויף מעקסיקא? ס'איז דאך א דריטע וועלט לאנד? סאיז דא געהעריגע security?
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

לעצט פארראכטן דורך טעגלאש אום זונטאג יאנואר 31, 2016 1:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

עס איז נישט דא וואס מורא צוהאבן . די רעגירונג וואטשט זייער שטארק אויף די סעקיוריטי ווייל זיי דארפן אונזער ביזנעס
אטעטשמענטס
א בילד פון גאגל
א בילד פון גאגל
Screenshot_2016-01-31-01-24-21-1-5_20160131_012856.jpg (50.46 KiB) געזען 5792 מאל
א בילד פון די מאלל
א בילד פון די מאלל
20160128_082324-1_20160131_012929.jpg (58.45 KiB) געזען 5792 מאל
א בילד פון די גאס
א בילד פון די גאס
20160126_162917-1_20160131_013018.jpg (69.47 KiB) געזען 5792 מאל
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

סיי די מאפיא און סיי די רעגירונג מאכט זיכער אז אלעס זאל זיין מסודר דארט, ביידע בענעפיטירען
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

שקויעך פארוואס נישט

שיין קוקט מען אויס ווען מען דארף ציקומען צו די מאפיאס פראטעקשען....

ווי איז די רוח חכמים נוחה לעוועל מיט דאס רעזארט?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
גדלי וואסער שעפער
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 10:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדלי וואסער שעפער »

ישר כח פאר די באריכט ביז אהער
אויב נאך איינער קען מוסף זיין אינפארמאציע/ריקאמעדירונגען/טיפס אין נאך קען עס זיין א העלפ
שעמט איך נישט קימט אריין מיט א קלארקייט
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

אלץ א זייטיגע נאטיץ.
עס דרייט זיך אצינד ארום א שרעקליכע וויירוס מיטן נאמען "זיקא" "Zika" וואס איז שטארק פארשפרייט אין רוב דרום אמעריקאנער לענדער, וואס אין דעם איז אויך אריינגערעכנט מעקסיקא, די וויירוס ווערט ארומגעטראגן דורך מאסקיטאס, און עס שאדט שטארק פאר ניי געבוירענע קינדער.

ע"כ דארף מען שטארק אכטונג געבן ווי מען פארט איצט אין די טעג.
(אסאך עירליינס לאזן אפילו קענסלען בחנם טיקעטס וואס מ'האט שוין פון פריער געבוקט אן קיין טשארדזש)
---
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

קאליפארניע האט געשריבן:סיי די מאפיא און סיי די רעגירונג מאכט זיכער אז אלעס זאל זיין מסודר דארט, ביידע בענעפיטירען

ווי אזוי בענעפיטירן די מאפיא?
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
קאליפארניע האט געשריבן:סיי די מאפיא און סיי די רעגירונג מאכט זיכער אז אלעס זאל זיין מסודר דארט, ביידע בענעפיטירען

ווי אזוי בענעפיטירן די מאפיא?

סיי פירן זיי אן מיט די טעקסי סערוויס, פאר די איבריגע זאכן ביטע שיקן א אישי.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בשבילי נברא האט געשריבן:אלץ א זייטיגע נאטיץ.
עס דרייט זיך אצינד ארום א שרעקליכע וויירוס מיטן נאמען "זיקא" "Zika" וואס איז שטארק פארשפרייט אין רוב דרום אמעריקאנער לענדער, וואס אין דעם איז אויך אריינגערעכנט מעקסיקא, די וויירוס ווערט ארומגעטראגן דורך מאסקיטאס, און עס שאדט שטארק פאר ניי געבוירענע קינדער.

ע"כ דארף מען שטארק אכטונג געבן ווי מען פארט איצט אין די טעג.
(אסאך עירליינס לאזן אפילו קענסלען בחנם טיקעטס וואס מ'האט שוין פון פריער געבוקט אן קיין טשארדזש)

מנהלים, כ'מיין אז דאס ברויך א עקסטערע אשכול.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

אויב איינער האט סיי וואספארע עקספיריענס פון קאנקאן זאל עס ביטע שיקן אין אישי כדי מ'זאל עס קענען צולייגן
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

זייער אינטערעסאנט, אז מ'טשעקט אנליין די פרייזן פון קאר רענטעלס דארט אין קאנקאן, שטעלט זיך ארויס א אינטערעסאנטע מציאות אז די פרייזן צו רענטן א קאר איז גאר א טייערע מעשה דארט, און עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט פארן ארויספארן. פאר די וואס האבן נישט קיין אינטערנעט פארבינדונג וועל איך דא ארויפשטעלן די פרייזן, די פרייז פון די ביליגסטע דריי קאטאגאריעס קארס קאסט א גאנצע טאלער א טאג, און אויב דאס איז נישט גענוג קומט נאך צו שטייערן דערצו, און מיט די שטייערן קומט עס אן צו קנאפע צוויי טאלער, רבותי זייט נישט קיין צועקים לשעבר, ראו הזהרניכם איבער די רויבערישע פרייזן, ווארשיינליך איז דאס אויך פארבינדן מיט די צוזאמארבייט פון די גאווערמענט מיט די מאפיע ווי דערמאנט אין די אויבערשטע תגובות

בייגעלייגט איז א סקרין שאט
אטעטשמענטס
20160201_002148.png
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

זיי נישט אזוי פריילעך , ס'קאסט ארום פופציג דאלער א קאר א טאג דארט.

האב איך צוגעלייגט נאך אינפארמעישאן אין די ערשטע תגובה
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פארוואס נישט האט געשריבן:זיי נישט אזוי פריילעך , ס'קאסט ארום פופציג דאלער א קאר א טאג דארט.

האב איך צוגעלייגט נאך אינפארמעישאן אין די ערשטע תגובה


ישר כח זייער זייער שיין און קלאר געשריבן

נעקסטיים ביטע שרייב א נייע תגובה ווי איידער פארעכטן די אלטע...

היצט ברויכעך איבער ליינען די גאנצע באשרייבונג צו זעהן וואסיז פארראכטען
פארשטייסטע?

נאכאמאל א גראוסען ישר כח
באמת זייער שיין געשריבן.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

איינער האט מיר היינט געפרעגט פאר א גוטע פלאץ צוגיין אויף וויקעישאן האב איך איהם געזאגט קענקאן און געשיקט די לינק.

ברענג איך עס יעצט ארויף ס'קען צונוץ קומען,

גראדע האבן די קאושער לוקסעס רעסטוראנט אדווערטייזט אז די וואך פון שבת נחמו וועלן זיי צושטעלן א ספיציעלע פראגראם.

אויך אויף סוכות זענען זיי גרייט פאר'ן עולם.
אטעטשמענטס
PicsArt_08-09-09.17.10.jpg
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

anyone with more info about playa del carmen
שטיל
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 5:27 pm

Re: קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיל »

מקען יעצט גיין אדער מדארף האבן וואקסין?
אוועטאר
אברהם אבינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:37 pm
לאקאציע: אויפען בענקעל

Re: קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם אבינו »

שטיל האט געשריבן:מקען יעצט גיין אדער מדארף האבן וואקסין?


PCR test only
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

וועלכע עירליינס?
ווילאנג נעמט די נסיעה?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שירעם
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 12:15 am

Re: קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירעם »

אברהם אבינו האט געשריבן:anyone with more info about playa del carmen

וואס ווילסטו וויסן?
Fear is a liar... it activates the enemy
שירעם
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 12:15 am

Re: קאנקאן מעקסיקא - Cancun Mexico

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירעם »

שירעם האט געשריבן:
אברהם אבינו האט געשריבן:anyone with more info about playa del carmen

וואס ווילסטו וויסן?

פלאץ איז הערליך, ס'איז אויפן ביעטש
Fear is a liar... it activates the enemy
שרייב תגובה

צוריק צו “וואקאציע”