צו זאגן אז שער שכם איז בכלל נישט קיין פראבלעם איז עס נישט אזויפארדרייט האט געשריבן:סילוואן מיין איך דארף נישט צו זיין קיין פראבלעם אידן וואקן דארט יעדן טאג צום מעיין השילוח.
שער שכם איז בכלל נישט קיין פראבלעם, ווען ס'איז אנגעצויגן איז עס פארשפארט, און זיכער נישט ווען מגייט דארט שבת באנאכט וכד' ווען ס'איז פיל מיט אידן, חוץ אויב איז מען א דערשראקענער בטבע לוינט זיך נישט צו גיין דארט אלס די נערווען אויס.
אויב מען וועט רעכענען פראצענטעזש וועט מען זען אז די מערסטע טעראר אטאקעס האבן פאסירט/פארמיטן געווארן ביי שער שכם אדער ביי מערת המכפילה
איך האב דארט געלערנט איבער צוויי יאר און ס'געווען טעראר אטאקעס דארט יעדע צווייטע וואך, אדער געשען אדער די לעצטע מינוט פארמיטן געווארן, יעדער קען עס נאכקוקן און זען וויפיל מאל שער שכם פיגורירט אין די נייעס מיט קלענערע אדער גרעסערע טעראר אטאקעס, ב''ה ע''פ רוב איז עס נאר געשעדיגט אדער פארמיטן
איך זאג נישט ס'א מקום סכנה (אדער אפשר יא), אבער צו מאכן כאילו ס'סתם א פחדנות צו גיין דארט איז בכלל נישט אמת (אויסער אפשר שבת ביינאכט ווען ס'גייען אסאך אידן צוזאמען, און איך מיין אויך אז די משטרה שטייט דארט דעמאלטס)
זיכער נישט סילוואן, ווער גייט אהין סתם אינמיטן טאג?? ס'איז א עכטע מקום סכנה! אפשר רעדסטו פון עיר דוד וואס איז נישט אין די באוואוינטע חלק נאר גלייך אין די אנהייב
[יעצט זע איך אז דער עולם פריער דא האט שוין מער ווייניגער געזאגט די זעלבע]