התודה והברכה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אידישע וועלט
Site Admin
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 07, 2007 3:43 pm

התודה והברכה

תגובה דורך אידישע וועלט »


ווען מיר שטייען נאכן גרויסן
אסיפת הניקס ל'טוהר המחנה'

פה אייוועלט תמוז תשפ״א, ווען מיר האבן זיך אינאיינעם צוזאמגענומען צו אויפלעבן אונזער חבר מיטן
תחיית המתים ביי די 24!

יוחק בעט ועופרת עלי דפי ההיסטאריע די אלע וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם גרויסן פראיעקט.

צום אלעם ערשט דארף מען אפגעבן א שבח והודאה פארן בורא כל העולמים ויוצר כל יצור. מ'האט געזעהן בחוש ממש ווי די קאמפיין ווערט געפירט פון אויבן און ווערט באגלייט מיט א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויף יעדן טריט און שריט.

אנגעהויבן האט זיך דאס שוין מיט באלד אן עשור צוריק נאכן כינוס כלל ישראל ווען אונזער אלעמען באקאנטן וויכטיג מאכער האט אריינגעלייגט אין זיין חתימה: הכונו למעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!, נישט וואוסנדיג בכלל פארוואס האט מען איהם פון הימל אריינגעבליצט די חתימה....

ט' ניסן דהאי שעתא, ווען כלל ישראל איז פארנומען מיט אריינברענגען דעם הייליגן יו"ט פסח האט א חבר אונזערער זיך אויסגעגאסן די הארץ דא אויף אונזער וועלטל ווען ער וויינט צו אונז: כ'בין געשטארבן ביי די 23!.
חברים וידידים מקשיבים זענען נישט שטיל געבליבן נאר יעדער האט פראבירט מחזק זיין און ווייזן מיטגעפיל. מ'האט אויך צאמגענומען משמורות תפלה און צעטיילט דעם ספר תהלים עטליכע מאל בין החברים לזכותו, און פארטיילט זכותים לזכותו אז דאס אלעס זאל איהם ביישטיין להפקד בדבר ישועה ורחמים. אזוי אויך בין התגובות האט זיך ארויס געשטעלט די ווארעמקייט פון אונזערע חברים דא ווען יעדער שרייט און זאגט "איך בין גרייט צו טון וואס אימער אין די וועלט איהם צו מחזק זיין און העלפן!".

איינער פון די חברים נאמנים וואס ווארט אויך פאר א ישועה ביי איהם אין געצעלט האט זיך ארויסגעשטעלט מיט א העושה בעד חברו והוא צריך לאותו דבר, און ארויף געברענגט א געדאנק אז עס בויעט זיך יעצט א מקוה טהרה אין א היימישע געגנט, איז איהם בייגעפאלן אז מ׳זאל אפקויפן א זכות אין די מקוה לזכותו פון מחר.

די מנהלים האבן אנגעפרעגט עטליכע ניקס ווער ס׳איז גרייט ארויסצוהעלפן און פאר וואס ווען האט מען זיך געטראפן מיט א שטאב פון ניקס וואס זענען געווען גרייט אריינצוטאנצן אינעם פראיעקט. זאכן זענען געפארן און דא און דארט האט מען אריינגעשלעפט נאך א ניק און נאך א ניק, און מ'האט זיך געטראפן אין העפטיגע הכנות צום פראיעקט.

ויאספו, האט מען געמאכט אנאסיפע, בבית ידידינו ר׳ רינדעכיג זענען צאמגעקומען עטליכע ניקס בראש פון אונזערע מנהלים, ווי מ׳האט אנגעהויבן פלאנירן ווי אזוי צו אויפוועקן און דערווארעמען די הערצער.
אין אנהייב האט מען געשמוסט פון צאמשטעלן א סכום אדיר... פון גאנצע $25,000 וואס דאס האט מען אויך אנגעקוקט ווי א שטיקל איבערגעטריבענע נאמבער... יזכר לטוב רינדעכיג וואס האט זיך נישט געלאזט פון די סקעפטישקייט וואס אונז האבן געהאט, נאר גע׳טענה׳ט אז אונז קענען נישט כלל ישראל און אונז ווייסן נישט צו שאצן דעם אהבת ישראל און דיבוק חברים וואס הערשט אויף אייוועלט. איז מען ארויף צו 50 און דערנאך צו הונדערט. און ביים סוף פון אסיפה איז געבליבן אז מיט דרויסנדיגע געלטער וועט מען קענען אנקומען צו 150.

דארט האט מען אפגעמאכט דעם נאמען פון תחיית המתים ביי די 24!, און מ׳האט דעבאטירט די מהלך ווי אזוי מ׳זאל צוגיין מיט די פעידזשעס און טיעמס. דארף אויף ארויס געברענגט ווערן אז דא האט מען אויך נישט ריכטיג אפגעשאצט די כח פון אונזער וועלטל, ווען מהאט געציטערט און מורא געהאט אז ס׳גייט נישט ארבעטן, אבער פון אויבן האט מען טאקע זיכער געמאכט אז מ'איז איינגעגאנגען אויפן מהלך פון טיעמס און פעידזשעס וואס שטעלט זיך ארויס דאס האט פיין געארבעט.

אזוי רעדנדיג האט וויכי זיך געכאפט אז דא קען מען ניצן זיין חתימה ואס איז דאך ״לטוהר המחנה״ צו אנדרייען דעם מצב....
איז געבליבן אז ער וועט עפענען א אשכול אז דער לאנג ערווארטעטע אסיפה קומט אט אט, און בתוך הדברים האט ער געגעבן א זאג אזוי האלב אונטערן נאז אז ער וועט בעטן עטליכע עלטערע ניקס זאלן אריינקומען העלפן...

וויכי האט אויפגעמאכט דעם אשכול הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!, און עטליכע שרייבער פון די אלטע גווארדיע זענען געקומען מיט זייער שטעקענעס און ווילטשערס, און מיטאמאל האט זיך ארויס געשטעלט אז דא קומט פאר א ריכטיגן תחיית המתים!...

די הכנות און צוגרייטונגען צום מעמד איז אריין אין פולן שוואונג, ווען שמועות מקאנספעראציעס שונים ומשונים פארן ארום איבערן מעמד.

די גרעפיקערס שבתוכנו האבן זיך גענומען צו די ארבעט, און אהער געשטעלט א קאמפיין אזאנס און אזעלכס...
דארף טאקע ווערן ארויס געברענגט אז אלעס איז געטון געווארן שלא על מנת לקבל פרס, און קיינער פון זיי האט נישט באקומען באצאלט פאר זייער ארבעט.

רינדעכיג האט זיך אריינגעווארפן אין ערלעידיגן די טעקניקל חלקים מיט טשערידי, און שטילערהייט אן קיינעם פרעגן ארויף געריקט דעם גאול צו 200 אלפים, און שפעטער צו 250.
די אלע אנגעשלאסענע ניקס האבן אריינגעארבעט מיט צוגרייטן די פעידזשעס ארטיקלען, ליסטעס און רשימות און סדר המעמד...

די קעסל האט געקאכט מיט רויט צו טויט און די שפאנונג איז געווען אויפן העכסטן פארנעם, מיט אשכולות וואס פליען פון אלע זייטן און ניקס וואס ביודעין ובלא יודעין העלפן ארויס דעם מצב דירעקט און אומדירעקט. אלעס שטייט און ווארט אויף שבעה עשר בתמוז תשפ״א 2:00!

שוין עטליכע שעה פארן אנהייבן דעם אסיפה ומעמד איום, האט מען שוין געזעהן א אנלויף אויפן וועלטל ווען די נאמבערס פון איינגעשריבענע און אומאיינגעשריבענע באנוצער פליען ביז די הויכע ספערן, וויכי'ס קאר האט זיך אנגעצינדן מיט א אור נפלא... וואס האט געבליטשקעט און אריינגעשלעפט אויך די שטילערע וואס האבן זיך געשעמט צו קומען... די עסקנים האבן אנגעטון זייער בעדזשעס און די טשענעלס אויף די רעדיאס זענען געווען פארכאפט ביי די אלע אפטיילונגען פון די עסקנים.

פון גרויס אנלויפעניש האט דער סייט געקראכט און מ'האט געמוזט אריינרופן די מיליטער צו האלטן סדר, ב"ה מיט סייעתא דשמיא האט מען באוויזן צו האלטן קאנטראל אויפן מצב און זעצן יעדן על מקומו הראוי לו, ווען 2:15 האט מען געבעטן דער עולם זאל זיך אראפ זעצן און האלטן שטיל מפני כבוד המעמד.

א שטילקייט האט באהערשט דעם זאל ווען אונזערע מנהלים און ראשי קהלה האבן זיך באוויזן אויפן אויבן אן און איבערגענומען דעם ווארט מיט א ברוכים הבאים צו תחיית המתים ביי די 24!!!

און פון דארט איז די זאך געפלויגן און געריסן דורך א אחדות נפלא פון אלע פראקציעס שבתוכנו ווען יעדער מיט זיינע טאלאנטן און יכולת האט ארויס געהאלפן ביזן אנקום צום גאול פון איבער 300 טויזנט דאלער!

***

וואלט מען זיך געדארפט באדאנקען פאר יעדן נקוב שמו אבער רבים הם ויכלו האשכולות והם לא יכלו,
דא האט איר א ליסט פון אלע וואס האבן אנטייל גענומען אינעם פראיעקט....

אבער דאך מוז מען ארויס ברענגען און ארויס שרייבן בעט זהב,
בראש וראשונה המתנדבים בעם וואס האבן זיך אנגערופן ווארעם, הלה המה:
2201 תורמים

וואס האבן אינאיינעם מנדב געווען דעם סכום אדיר איום ונורא פון:
$301,459

****

גדול המעשה יותר מן העושה די רעיזערס וואב האבן זיך אנגעשלאסן צו ארויף טרייבן די נדבות און אנווארעמען די הערצער פון אחינו בני אייוועלט, יעדער מיט זיין אייגנארטיגן מהלך פון פרישקייט און קריעיטיוויטי, ארטיקלען, גראמען, ראשי תיבות און גימטריאות סידיס און אשכולות.

בראש וראשונה אונזערע געטרייע מנהלים
לכאורה און וויכטיג מאכער
וואס האבן אריינגעברענגט א ריזן סומע פון $55,314 דורך 301 תורמים.
מה נאה ויפה אז טאקע אויף זייער פעידזש האט זיך צוזאמגעשטעלט א נאמבער פון 300 תורמים, אין א בחינה פון צדקה לשמה דעם נאמבער פון 300.

דעם צווייטן פלאץ אויפן אויבן נעמט איבער א איד מיט א פלאמעדיגע הארץ, באהאלטן אונטער
יב"ר.
וואס האט זיך אריינגעווארפן און פארשאפט א סכום אדיר פון $45,307, דורך 151 תורמים.
און דארף ארויס געבערנגט ווערן אז ער האט אריינגעברענגט דעם העכסטן נדבה פון גאנצע $18,000!

הרב טייטלבוים
אריינגעברענגט אונטער צוויי פעידזשעס
$12,483, דורך 68 תורמים.

סטיטשינער
$10,436, דורך 132 תורמים.

טשאדעלע באדעלע
$7,910, דורך 167 תורמים.

תרמב
$7,191, דורך 62 תורמים.

נ ראזען
$6,656, דורך 44 תורמים.

סטאוו יא פיטא
$5,819, דורך 102 תורמים.

קלאצקאפ
$5,360, דורך 86 תורמים.

שמערי בערי
$5,351, דורך 71 תורמים.

הכל הבל
$5,187, דורך 138 תורמים.

ח.י.ל.ר.
$5,087, דורך 72 תורמים.

נקדימון
$5,048, דורך 147 תורמים.

קנאפער ידען
$4,842, דורך 137 תורמים.

ב שלום
$4,710, דורך 41 תורמים.

שמעלקא זאפטיגער
$4,104, דורך 97 תורמים.

אסדר לסעודתא
$3,930, דורך 105 תורמים.

ח.א.ל.
$3,928, דורך 46 תורמים.

ארחיקה נדד
$3,869, דורך 44 תורמים.

חוח בין השושנים
$3,734, דורך 96 תורמים.

איינס
$3,669, דורך 103 תורמים.

מיללער און חמרא טבא
$3,466, דורך 82 תורמים.

יש לו מנה
$3,318, דורך 74 תורמים.

נאר מיט שמחה
$2,863, דורך 87 תורמים.

שפאלע זיידע
$2,713, דורך 42 תורמים.

צל עובר
$2,611, דורך 77 תורמים.

האנט
$2,594, דורך 16 תורמים.

גרויזאמער אינאיינעם מיט רבו המובהק הרב יעקב דוב סולובייצ׳יק
$2,434, דורך 45 תורמים.

פופציגער
$2,427, דורך 67 תורמים.

ענדע צדיק
$2,350, דורך 40 תורמים.

מאשקע מיט די הילף פון קיטשי
$2,126, דורך 51 תורמים.

הענדימען
$1,877, דורך 51 תורמים.

פוליש פארווע
$1,765, דורך 20 תורמים.

א.ג.
$1,644, דורך 20 תורמים.

שיטראק
$1,573, דורך 67 תורמים.

עומד מן הצד
$1,435, דורך 44 תורמים.

אוראייניקל
$1,246, דורך 43 תורמים.

רינדעכיג
$1,246, דורך 26 תורמים.

סיז מסודר
$1,154, דורך 41 תורמים.

ש.א.ב.
$1,001, דורך 16 תורמים.

מומחה יחוס
$960, דורך 33 תורמים.

קאקאש קעיק מיט מילך
$724, דורך 34 תורמים.

קוק אויף דיך אליינס
$618, דורך 31 תורמים.

שמחת עולם
$504, דורך 18 תורמים.

ר׳ זעקל
$432, דורך 14 תורמים.

מתמודד
$391, דורך 18 תורמים.

שמו
$323, דורך 19 תורמים.

היכי תמצא
$309, דורך 18 תורמים.

הילולא דצדיקיא
$274, דורך 13 תורמים.

מתמיד
$272, דורך 17 תורמים.

הוצאת ספרים דאייוועלט - יידישע קהילות
$262, דורך 10 תורמים.

פראגרעמינג
$220, דורך 14 תורמים.

משה צימערינג
$175, דורך 10 תורמים.

ג ר
$90, דורך 7 תורמים.

***

בעת הזאת דארף מען זיך באדאנקען פארן בעל אכסניא וואס האלט אויף אונזער קרעטשמעת ובפרטות פארן ארויסהעלפן מיט אלעס וואס מ'האט געדארפט ביים יעצטיגן קאמפיין, ה"ה
ארענדאר


***

די עסקנים וואס האבן אוועקגעגעבן טעג און נעכט פון אונטער די קוליסן, הלא המה:
הרבטייטעלבוים, ב שלום
ואתם עמם
שמערי בערי, ענדע צדיק!, קברנה סובניון, רינדעכיג, סיז מסודר, שמעלקא זאפטיגער, סטיטשינער, טשאדעלע באדעלע, קלאצקאפ, נאר מיט שמחה, איינס, הענדימען, אסדר לסעודתא, אוראייניקל, שלמה מולכו, נקדימון, ארחיקה נדד, סטאוו יא פיטא, פופציגער, יש לו מנה, בעל חסד, כתוב וחתום


***

מ'קען נאר צוענדיגן מיטן פסוק וואס שטייט ביים ענדיגן דעם מלאכת המשכן:
וירא משה את כל המלאכה והנה עשו אתה כאשר צוה ה׳ כן עשו ויברך אתם משה -
יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו!

זייטס מצליח, ברענגטס משיח, וואונטש איך אייך אלע גלייך לאמיר זוכה זיין!

פארשפארט

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”