שלום וישע רב, אמע"כ חברינו היקרים יושבי אתרא קדישא הדין, כאו"א בשמו הטוב יבורך
טייערע מיטגלידער אויף אונזער חשוב'ען פארום 'על הצדיקים', טייערע חברים וועלכע העלפן זיך ארויס איינער דעם אנדערן טאג טעגליך, טייערע אידן וועלכע זענען מנציח זכרון הצדיקים דורכן פארשריייבן תולדותיהן ומעשיהן הטובים, און טייערע ברודער אחים לדעה מיט וועלכע מיר זענען זוכה צו פארברענגען די לעצטע צויי צענדליגע יארן כולם שוים לטובה.
טייל פון אייך האלטן מן הסתמא מיט די לעצטע אנטוויקלונגען פון אונזער הייליג מקום, אבער אולי זענען פארהאן אזעלכע וועלכע קומען נאר אריין דא אין דעם דאזיגען פארום לידע ולהודיע בעניני על הצדיקים, און זעהן אפשר נישט וואס עס גייט פאר אינעם ברייטן 'אידישען וועלט' פלאטפארמע, גערופען אין קורצן 'אייוועלט', צו אייך ווענדן מיר היינט אונזערע קורצע דיבורים, ביטע שענקט אונז אפאר מינוט.
די רעדע איז איבער גאר א חשוב'ער פארפאלק, מסלתה ומשמנה פון אונזער היימישע סביבה, א זיידענער אינגערמאן וועלכער איז אויפגעוואקסן אין א הייליגע שטוב, נישט טראכטנדיג אז עפעס איז ער נישט גלייך מיט אונז אנדערע בני קל חי.
קוים עטליכע יאר איז אריבער פון זיין גליקליכען טאג ווען ער האט זוכה געווען צו גיין אונטער די חופה מיט א כלה צנועה וחסודה, ווען ער האט געהערט די ביטערע בשורה פונעם דאקטאר אז לויט ווי דער טעכניק שטייט לעת עתה, איז פאר די פארפאלק נישט דא קיין אויסזיכטן צו ברענגען דורות ולחבוק בן ובת בהאי עלמא!
אין פארצווייפלונג פונעם מצב האט דער אינגערמאן אפגעשריבן א קורצע אבער הימל-שפאלטענדע ארטיקל אונטערן נאמען 'איך בין געשטארבן ביי די 23 יאר' ארויסברענגנדיג זיינע געפילן אונטערן רושם פונעם קאלטן דאקטארס מעלדונג.
דער ארטיקל האט אויפגעשטורעמט א וועלט ווען חברים און גוטהארציגע אידן האבן געמאכט א בונד 'טויט צו רויט' מיר דארפן דעם איד העלפן לינדערן זיינע שמערצן און טאן זאכן למעלה מן הטבע ממשיך צו זיין א ישועה פאר דעם פארשטארבענעם אינגערמאן, אריינצובלאזן אין אים א פרישע חיות, ונאמן אתה להחיות מתים, גלייבנדיג באמונה שלימה אז דער כל יכול האט דעם 'מפתח של חיה' בידו און ער קען און ער וועט צייגן פארן דאקטאר און פאר די וועלט אז נישט דער טעכניק, נישט בוני עולם און נישט דער דאקטאר איז דער וואס בענטשט זיינע קינדערליך מיט דורות, נאר דער קל גבור וואס הן הן גבורותיו, איז דער אב הרחמן והוא יברך את עמו בבנים ובבנות.
הרב הגאון ידידינו היקר ר' .. שליט"א המכונה 'לכאורה' ואתו עמו ידידינו הנודע בשערים ומכונה בשם 'וויכטיג מאכער' פירן אן א גראנדיעזן פראיעקט אויפצושטעלן א מקוה טהרה אין א היימישע געגנט להרבות טהרה בישראל לזכותו פון דעם דערמאנטן 'מת מצוה' להחיותו לתחיה, וואס מ'דארף נישט מסביר זיין די געוואלדיגע זכיה אנטייל צו נעמען אין אזא סארט גמילות חסדים, אשר אין קץ ותכלית צו די זכותים וואס דאס ברענגט.
מעוות לא יוכל לתקון אלו שנמנו חבריו לדבר מצוה והוא לא נמנה עמהן, טייערע אידן, מיר קענען נישט ארויסלאזן די געלעגנהייט און נישט זיין נמנה צו דעם געוואלדיגען דבר מצוה, ווען די היינטיגע צדיקים, די פירערשאפט פון אונזער הייליג פלאץ גייען 'מחיה מתים' זיין א אינגערמאן. און אט דאס טוען מיר היינט פראקלאמירן, אלס אקטיווע חברים פון וועם יעדער פון אייך האט במישרים או בעקיפין שוין הנאה געהאט בכלל ובפרט, אויפן פארום און אפשר פערזענליך, אנא אל תשיבנו ריקם, זייט אויך מקיים דעם חבר אני לכל אשר יראוך און נעמט א חלק און אויפבויען א מקוה טהרה, ומקוה ישראל ה' מושיע ודאי, נישט קיין ספק אז יעדע דאלאר וואס ווערט געגעבן פאר דעם צוועק מיט מסירת נפש, וועט שפאלטן הימלען צו פועל'ן ישועות למעלה מדרך הטבע.
לאזט נישט אדורך די געלעגנהייט און דורך דעם לינק, העלפט ארויס אויפצולעבן א היימישע פארפאלק לתחיה:
https://www.charidy.com/IVELT/MCT
כה אמר השם 'לסריסים' שם טוב מבנים ומבנות אתן לו!
וזכות המצוה יגן בעדכם ובעדינו להיוושע בכל מילי דמיטב, בני ברוכי מזוני רויחי וחיי ארוכי, וכל טוב סלה!
הוכתבים וחותמים בתודה והוקרה
הק' יעקב דוב מיללער חופ"ק סקרענטאן יצ"ו
הק' חמר"א טב"א
על הצדיקים.... יהמו נא רחמיך: היינטיגע צדיקים גייען מחיה מתים זיין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
על הצדיקים.... יהמו נא רחמיך: היינטיגע צדיקים גייען מחיה מתים זיין
- ציטיר
- 0 צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”
גיי צו
- ↲ דיעלס
- אידישע וועלט
- ↲ ברוכים הבאים
- נייעס
- ↲ וועלטליכע נייעס
- ↲ קאראנא וויירוס
- ↲ פאליטישע נייעס
- ↲ נייעס קאך לעפל
- ↲ וואלן רעזולטאטן
- ↲ עקאנאמישע נייעס
- ↲ היימישע נייעס
- ↲ ישוב העולם - דירות און ישובים
- ↲ אקטועלע נייעס
- ↲ זעה אלע נייעס
- קרעטשמע
- ↲ היימישע קרעטשמע
- ↲ היימישע דזשורנאל
- ↲ דעת הקהל
- ↲ אז נדברו
- ↲ פאעזיע און גראמען
- ↲ היימישע פארברענגן
- ↲ שטים בודקע
- ↲ אנקעטעס
- ↲ אונטערהאלטונג
- ↲ היכל הנגינה
- ↲ חזנות ווינקל
- ↲ שירי קודש
- ↲ אויסגאבעס און נייעס קוועלער
- ↲ קול מבשר
- ענציקלאפעדיע
- ↲ ידיעות און וויסנשאפט
- ↲ תורת הנגינה און כלי שיר
- ↲ שפראך, גראמאטיק און דקדוק
- ↲ זכור ימות עולם
- ↲ היסטאריע
- ↲ שנות הזעם
- ↲ משפחה ומשפחה
- ↲ עיר ועיר
- ↲ בתי עלמין
- ↲ זכרונות
- ↲ צדיקים וחסידים
- תורה
- ↲ דברי תורה
- ↲ סוגיות הש"ס
- ↲ הלכה למעשה
- ↲ הלכות תפלה וברכות
- ↲ כשרות המאכלים
- ↲ הלכות שבת
- ↲ בין אדם לחבירו
- ↲ מנהג ישראל
- ↲ ליקוטים וענינים
- ↲ אוצר הידיעות
- ↲ שיעורי תורה
- ↲ ספרים ומחברים
- ↲ אוצר הספרים
- ↲ מפעל הוצאת ספרים
- הילף
- ↲ ולאחיו יאמר חזק
- ↲ תורת הנפש
- ↲ חנוך לנער
- ↲ געזונטהייט
- ↲ פינאנץ
- ↲ דינא דמלכותא
- ↲ צדקה וחסד
- ↲ משא ומתן
- ↲ מאכלים
- ↲ מלבושים
- ↲ האוזוועיר
- ↲ אנליין שאפינג
- ↲ דירת קבע
- ↲ מענעדזשמענט
- ↲ קאנסטראקשן
- ↲ אויטאס און אלעס ארום
- ↲ קאר דילערשיפ
- ↲ קאר הילף
- ↲ טרעוול און וואקאציע
- ↲ לאקאלע טרעוול
- ↲ אויספלוגן
- ↲ וואקאציע
- ↲ פלי רייזעס
- ↲ אייראפע
- ↲ ארץ ישראל
- ↲ פארשידענע הילף
- ↲ מועדים וזמנים
- ↲ שמחות
- ↲ ביזנעס
- ↲ טעכנאלאגיע און ערפינדונגען
- ↲ טעכנאלאגיע
- ↲ סעלפאונס און טעבלעטס
- ↲ בלעקבערי ווינקל
- ↲ ענדרויד ווינקל
- ↲ אלע אשכולות אויפאיינמאל
- ↲ קאמפיוטער און פראגרעמינג
- ↲ ווינדאוס און מעק
- ↲ אינטערנעט און אימעיל
- ↲ אוידיא און ווידעאו
- ↲ מייקראסאפט ווארד
- ↲ מייקראסאפט עקסעל / עקסעס
- ↲ הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס
- ↲ דעוועלאופערס ווינקל
- ↲ אלע אשכולות אויפאיינמאל
- ↲ בילדער, גראפיקס און דעזיין
- ↲ אלע אשכולות פון איש את רעהו יעזורו אפטיילונג אויפאיינמאל
- אידישע וועלט
- ↲ אידישע וועלט
- ↲ פארמעסטן
- ↲ תחיית המתים קאמפיין
- ↲ רעוואלוציע
- ↲ טעכנישע ווינקל
- ↲ מפתחות
- ↲ אייוועלט פרעזענטירט