אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זאכן געשעהען טיילמאל אומפארהאפט.
צום ביישפיל. טיילמאל קום אריין אין די ארבעט מיט גרויסע פלענער צו עררייכן אסאך דורכן טאג, אבער די וועטער, נייעס העדליין אדער מצב אין אפיס שעכט אפ דעם טאג און די הויפן פון פליכטן בלייבן אומגעלעזט ביז די נעקסטע געלעגנהייט.
זאכן געשעהען אבער טיילמאל ווי פאראויס געפלאנט.
צום ביישפיל. נעכטן, נאך איידערן באטרעטן דעם אפיס שוועל האב איך געוואוסט אז קיין מקום פאר זיעת אפך וועט היינט נישט זיין אוועילעבל, ווייל תחיית המתים פארנעמט היינט איר ארט.
ביז נעכטן האט מיין בראוזער רעאגירט צו א ch מיטן מציע זיין chase.com, אבער דאס האט זיך דורכאויס דעם קאמפיין געטוישט לטובה צו charidy.com!

ריפרעש... ריפרעש... ריפרעש...
ריפרעש אויף אייוועלט - פיר שפאגל נייע אשכולות געגרינדעט אין די לעצטע מינוטן זינט מיין פאריגן ctrl+r.
ריפרעש אין מיין קרעדיט קארד אקונט - עטליכע פרישע טשארדזשעס אפגעסווייפט פאר עפעס א מקוה קאמפיין.
ריפרעש אויף טשערידי.קאם - צענדליגע נדבות זענען אריינגעפאכעט געווארן זינט איך האב פריערט ריפרעשד.

די טירל פון מיין אפיס איז פארמאכט, נישטא קיין ליין וואס ווארט אונטער מיר, איך קען שלאפן און חלום'ן רואיגערהייט...
אויב איך וויל.
אבער איך וויל נישט! און איך קען נישט! נישטא קיין צייט פאר חלומות, און די מצב איז ווייט פון פארשלאפן. די שאקירנדע ציפערן פון אומגלויבליכע נדבות זענען נישט אין קיין טרוים, אבער ס'שטייגט באקוועם איבער דאס וואס די ארגאניזירער האבן געקענט טרוימען אויף אייוועלט.

ריפרעש... ריפרעש... ריפרעש...
יא! מיט יעדע ריפרעש באווייזט זיך נייע חידושים פון אייוועלט. די קאמפיין עראו איז געוואנדן אויף ארויף צום ציהל און יעדע ריפרעשט רוקט עס ווילדערהייט צום דירעקציע פון סוקסעס אויף א ראטע העכער ווי די ערלויבטע ספיד לימיט אין ניו יארק.
אשריכם ישראל!


מער ווי איין מאל האב איך שוין אריינגעבאמפט אין אנליין עדס וואס פארקויפן מיט א פעסטקייט אז מ'קען שארן ביליאנען טעגליך דורכן ארבעטן פאר זיי אנליין, פון די אייגענע הויז. עס ווערט גאראנטירט אז מיט יעדע קליק אויפן מייזל שטייגן דיינע נכסים אינסטענטלי.
איך, ווי יעדע היימישער וואס ליגט נעבעך אין די באקס, האב עס קיינמאל נישט געטראסט, איך בין זיכער געווען אז "פע... ס'איז א סקעם, איך שעם מיך אפילו אז מ'דארף אויסשמועסן אז ס'איז סתם א שווינדל".
אודה ולא אבוש! איך האב געלעבט אין א טעות! בעיני ראיתי נעכטן ווי יעדעס מאל איך האב געדריקט די F5 קנעפל האבן זיך די ציפערן געהויבן העכער און העכער! ס'איז נישט קיין סקעם!
אשריכם ישראל!


אידן האקטס אריין! ריפרעש... ריפרעש... ריפרעש...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

שטומיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער עולם ווייסט נישט וואס פארא צדיק מיר האבן דא. ארעבט עבודת הפרך פון ציפרו ביז ביינאכט פאר א שטרענגע בעל הבית וואס פארגינט קאווע מיט מילך וואס שימלט, און דאך ווארעמט ער דעם ציבור און שמייסט אריין טווענטי פייוו האנדערט דאלערס ווי א ראטשילד בזמנו...
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

גוט געשריבן
הנאה געהאט

פרישע קוגל, דו מאכסט דא גילוי..
איך קען א בעה''ב וואס געט נאר פארשימעלטע מילך..
האלסט ס'דא מער ווי איינס?
חחח...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

פרישע קוגל האט געשריבן:שטומיג!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דער עולם ווייסט נישט וואס פארא צדיק מיר האבן דא. ארעבט עבודת הפרך פון ציפרו ביז ביינאכט פאר א שטרענגע בעל הבית וואס פארגינט קאווע מיט מילך וואס שימלט, און דאך ווארעמט ער דעם ציבור און שמייסט אריין טווענטי פייוו האנדערט דאלערס ווי א ראטשילד בזמנו...

:lol:
יוי... די מילצן...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

שטומפיג איז פריש!...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

קענסט דרוקן F5 דארפסט זיך נישט איבערשטרענגען מיט קאנטראל +R
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

יעצט געלאנדעט אהער... גוט איז גוט!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יעצט געלאנדעט אהער... גוט איז גוט!

וויאזוי הייסט עס נאר ווען א מענטש שלעפט ארויף א פארשלאפענעם אשכול אין א גרינעם יולי 23?
אה, יא... תחיית המתים אין די 23...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אפ-עד: ריפרעש. "מיין" איבערלעבעניש.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שטומפיג האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:יעצט געלאנדעט אהער... גוט איז גוט!

וויאזוי הייסט עס נאר ווען א מענטש שלעפט ארויף א פארשלאפענעם אשכול אין א גרינעם יולי 23?
אה, יא... תחיית המתים אין די 23...

טרעפליך!
שרייב תגובה

צוריק צו “תחיית המתים קאמפיין”