שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך רכבת הקלה »

נו שוין האט געשריבן:
אשדוד האט געשריבן:
את פתח לו האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
אדער ווייל זיי ווילן מעגליך צוריק באקומען זייער היימלאנד. א ווייטע מעגליכקייט טאקע אז דאס ווילן זיי, אבער מען קען עס נישט אויסשליסן
עס איז קיינמאל נישט געווען און עס וועט קיינמאל נישט זיין
שוין יא געווען, מער ווי איין מאל.
ווען האבן די פאלעסטינער געהאט בעלות אויף א"י? בעפאר די מדינה איז געווען די ענגלענדער און בעפאר זיי איז הונדערטער יארן געווען די טערקן און בעפאר דעם איז געווען צאלחאדין וואס האט עס איינגענומען פון די קריסטן וואס האבן עס איינגענומען פון דרויסנדע אראבישע אימפיריעס וואס האבן עס איינגענומען פון די ביזאנטישע מלוכה וואס איז א המשך פון די רומיים וואס האבן איבערגענומען א"י פון די מלכות בית חשמונאי בסוף בית שני
איז ווען פונקטליך האבן די לאקאלע פאלעסטינער געהערשט איבער א"י?
ווער רעדט פון "הערשען"? סאיז זייער אלד פעשאנד צו פאוקעסן ווער סהאט "געפירט" די לאנד, למעשה זענען ארום 700,000 אראבער ארויסגעווארפן געווארן פון זייער היימן 1947-1948, און זיי זיצן און וארטן און האפן אויף זייער צוריק קער.
און וואס טוט זיך מיט די מיליאן אידן וואס מען האט פארטריבן פין די ארומיגע אראבישע לענדער נאך תש"ח?
-------------
איך רעד פון א פאליטישע שטאנדפונקט
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הר ההר »

שמו האט געשריבן:
מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...



איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
זענען אלע געווען מחללי שבתות אדער נאר די?
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
klmn
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2022 2:44 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך klmn »

This eshkol is against vyoel moshe
Those with other suitable may listen Satmar but Satmar may not listen to times against the emina in gules
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

תגובה דורך געוואלטיג »

א פלא אז א פלאץ וואס רוב זענען סאטמארע דא זאלן אזוי צולאזן שטיקער ציונית בריש גלי

איז לאמיר קלארשטעלן, צי אראבער זענען רוצחים צי נישט איז נישט נוגע לענין בכלל

די לאנד יעצט ליידער נישט אונזערס ווייל ליידער בעוה"ר זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות און די אראבער האבן זיך באזעצט הונדערטער יארן דארט

איז אוודאי ווען משיח וועט קומען וועלן זיי אלע זעהן אז השם אחד ושמו אחד און אז דאס לאנד באלאנגט פאר זרע אברהם יצחק ויעקב און זיי וועלן אפפיצן פון דארט אדער זיך מגייר זיין
אבער ביז דאן איז דאס זיי באראבעווען זייערע הייזער א טאפעלטע סכנה

איינס העברה על שלש שבועות (וואס די עונש איז חמור מאוד ווי ידער זעהט ליידער דעם אני מתיר את בשרכם רחמנא ליצלן זאל השי"ת זיך שוין מרחם זיין און אונז אפהיטן)

צווייטענס אז דער גוי פארשטייט נישט יעצט דיין טענה, ער זאגט אז די אראבער וואוינען דארט הונדערטער יארן און דו קומסט ווי פוטין אין אוקריינא און דו זאגסט פיצט אייך אפ פון דא די לאנד איז מיינס..

אוודאי איז ווען אונז בעסער אז אפילו יעצט אין גלות זאלן די די ענגלענדער אדער אמעריקא עס ווען פירן ביז משיח קומט און נישט רוצחישע אראבער און נישט די ציונים (וואס דאן וואלט מען בלויז געוואלט פטור ווערן פון די טעראריסטן אויב וואלט בכלל געווען נישט קלאר יא צי נישט אבער אנרייצן איז זיכער אז עס מאכט זיי מער און ארגער)

אבער פאקטיש איז עס אין חזקה ביי אראבער און די ציונים האבן די שליטה ווי די גלות איז זייער א ביטערע ווען ביידע פון זיי ברענגען אונז צרות ווי דער רבי זי"ע שרייבט אויף דעם אז עס איז זיבורא ועקרבא אז מקען נישט זאגן קיינער פון זיי זאל געוואונען אבער מדארף מתפלל זיין אז קיין שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן נישט פון די בעלי תאוות הניצחון על חשבון דם ישראל און נישט פון די רוצחישע אראבער ימ"ש

זאל שוין מקויים ווערן סיי וויאזוי דעם פסוק פון "דם עבדיו יקם וכפר אדמתו עמו"
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך עירוב תבשילין »

שמו האט געשריבן:
מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...

איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
דיין תגובה איז נישט אין ריכטיגע פלאץ. ווער ביסטו בכלל? און וואס ביסטו בכלל דן פארוואס ער איז געהארגעט געווארן און צו ס'קומט אים די טיטל קדוש? עס זענען געהארגעט געווארן 7 אידן, וואס נישט קיין חילוק ווי פרום זיי זענען געווען ווערן זיי 'קדושים' איינמאל זיי ווערן געהארגעט פאר'ן בלויז'ן 'חטא' פון זיין א איד. מיש נישט די יוצרות. (און דרך אגב, בלויז איינער איז געווען אויף א מאטארביציקל, קיינער איז נישט געווען אין קיין קאר ארויסהעלפן).

און אגב, ווי א צווייטער האט שוין ערווענט, זענען לדעתך אויך נישט געווען קיין 6 מיליאן קדושים ביים צווייטן וועלט מלחמה, נאר אסאך אסאך ווייניגער.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך טישטוך »

שמו האט געשריבן:
מען טאר א וודאי נישט פרעגן, פרעג איך נישט

אבער אומ'געפרעגט, איז דען נישט מקוים געווארן א פסוק אין די תורה 'מחלליה מות יומת', און אינו מבחין בין ... חלילה

איין נרצח, איז געשאסן געווארן אויף זיין מאטאר ביציקל, אן אנדערער האט אפגעשטעלט זיין קאר און ארויס העלפן און דעמאלט'ס דער'הרג'עט געווארן.

דער רוצח איז א שפל ונבזה, פון דעם עם הדומה לחמור וואס 'על חרבך תחיה', און ווען ס'איז בידי, שינדט איך אים די הויט מיט דאס גרעסטע מאס רשעות.

אבער מען דארף קוקן מיט א ניכטערן בליק אויך,

דער באשעפער זאגט אז פאר חילול שבת באצאלט מען מיט 'מיתה', און דא זענען אפאר גע'הרג'עט געווארן בשעת חילול שבת, כמובן לבינו דווים על כל יהודי שנהרג, אבער פון דארט ביז מאכן א מחלל שבת פאר א 'קדוש', איך וואלט דאס מער פארצייכנט, בא על עונשו...



איך האף אז די תגובה איז אויסגעהאלטן לויט תקנות האתר, ווייל איך ווייס אז לויט דעתם פון רוב היינטיגע (מען טאר נישט זאגן, אבער 'ליבעראלן, וואס דער גוי האט זיי שוין פארדריידט דעם מוח, ביודעים ובלא יודעים) וועלן מיר פארשטיינערן פארן טראכטן אזוי.
א איד וואס שטארבט על קידוש ה׳ איז א קדוש לויטן רמב״ם. נישט קיין חילוק צי ער האט געהיטן די תורה אדער נישט. דער קדוש הי״ד איז אומגעקומען דורך א בייזוויליגער מוסלמענער וואס האט אים גערצח׳עט בלויז ווייל ער איז א איד. אונז זענען נישט אין הימל צו וויסן פארוואס עס איז זיך אים געקומען, צו קענען מיר דען גיין בודק זיין די ציצית פון יעדן קדוש?

ווען ער וואלט ווען אומגעקומען אין א קאר עקסידענט אום שב״ק, וואלט עס געקענט זיין סימבאליש און דו וואלסט געקענט שרייבן אז עס איז א מוסר השכל. דא רעדט זיך עס פון גאר עפעס אנדערש. א איד וואס איז געשטארבן על קידוש ה׳.

און פאר אינטערסאנטקייט וועל איך עס צושטעלן צו די מעשה פון הרה״ק רבי שלמה׳לע באבובער זצ״ל וואס האט געפסק׳נט אויף א בחור פון די ישיבה וואס האט זיך מאבד עצמו לדעת געווען ה״י נאכן שפרינגען עטליכע שטאקן, אז מען זאל אים באגראבן געהעריג ״ווייל ער האט זיכער חרטה געהאט צוויי שטאק בעפארן לאנדען אויף דער ערד״.

דער איד אויפן מאטארביציקל האט תשובה געטון די רגע בעפאר דאס קויל האט אים געלעכערט ה״י. קדוש יאמר לו.
אוועטאר
איך האב נישט א נאמען
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2023 11:56 pm

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך איך האב נישט א נאמען »

נעכטן איז געבוירן געווארן אן אייניקל צו רפאל בן אליהו הי"ד, בלויז שטונדן נאכדעם וואס ער איז ברוטאל אומגעברענגט געווארן אין דער נוה יעקב שיסעריי טעראר אטאקע אין ירושלים.
ק. דער איד טעגליך
שטופט אין ישיבה
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: שמועסן איבער די שרעקליכע טעראר אטאקע אין נוה יעקב

תגובה דורך הר ההר »

איך האב נישט א נאמען האט געשריבן:
נעכטן איז געבוירן געווארן אן אייניקל צו רפאל בן אליהו הי"ד, בלויז שטונדן נאכדעם וואס ער איז ברוטאל אומגעברענגט געווארן אין דער נוה יעקב שיסעריי טעראר אטאקע אין ירושלים.
ק. דער איד טעגליך
ראנג אשכול
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”