ביידען-טוויטער סקאנדאל

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מי חכם האט געשריבן:
דו דארפסט נישט האבן זיינע ספינס, קענסט עס זעהן אין די ריעל טיים קאמיוניקאציעס וואס טאיבי האט פארעפנטליכט אז טוויטער האט נישט געהאלטן ביים זיין נאכאמאל פוטין'ס נוצבארע אידיאט און אים ערלויבן צו מאניפולירן די וואלן מיט געהעקטע סחורה, אפגעזען צי עס שטימט טעכניש מיט טוויטער'ס העקינג פאליסי.
געהעקטע סחורה? פון וואס רעדסטו? פון די פיילס זעט מען גאנץ קלאר אז זיי האבן אליין געוואוסט אז זייערע תירוצים איבער געהעקטע סחורה איז א שטיק נאנסענס און האט קיין שום באזיס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יא יא, און פון דעם זעט מען אז די הסבר וואס דער ראטה געט דערויף, ווי ער איז מסביר אז ס'האט זיי אויסגעזען ווי א העק ענד ליעק אפעראציע, איז פשוט הוילע ליגנט.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6759
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:

אוודאי מעגן זיי בעטן, אבער דאס ווייזט יא אז די החלטה צו סופרעסן די האנטער ביידן שקאנדאל איז געווען אך ורק כדאי דזשאו ביידן זאל געוואונען די פרעזידענטשאפט און נישט א תמימות'דיגער אינפארסירונג פון טוויטער רולס.
לויט ווי ווייט איך פארשטיי, סיי פון דא, און סיי פון ערגעץ אנדערש, איז די צענזור אויף דעם האנטער לעפטאפ - די אלגעמיינע נייעס איבער דעם - נישט געקומען צוליב א בקשה פון דעם ביידן קאמפיין, נאר ווי יוא' ראטה איז מסביר פון לאנג אז ער האט געהאלטן אז עס איז א העק ענד דאמפ.
so here you have it very clear.
מי חכם האט געשריבן:
דו דארפסט נישט האבן זיינע ספינס, קענסט עס זעהן אין די ריעל טיים קאמיוניקאציעס וואס טאיבי האט פארעפנטליכט אז טוויטער האט נישט געהאלטן ביים זיין נאכאמאל פוטין'ס נוצבארע אידיאט און אים ערלויבן צו מאניפולירן די וואלן מיט געהעקטע סחורה, אפגעזען צי עס שטימט טעכניש מיט טוויטער'ס העקינג פאליסי.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פארוואס זענען די לינקע אינטעל חברה גלייַך געלאפן צו טוויטער שרייען אז ס'איז מסתם א העקעריי, אפשר איז עס מסתם- סתם א לעגעטימע סקאנדאל, און מיט אביסל ריסערטש פון די געלונגענסטע אינטעל און געזעץ פארסירונג אגענטור ווי די עף בי איי וואלטן זיי שוין אליין געקענט ציען די שטריכן פון די ביידן פאמיליע קארופציע, ווי אויך קאנפערמען אז עס איז ערהאלטן געווארן לעגאל, נאר וואס דען אנשטאט אויסשטעקן די זאך און ח"ו אויסגעפינען אז עס איז סײ וואר און סיי לעגאל איז געווען מער ' קאנוויניענט' צו זאגן אז ס'איז מסתם געהעקט און אזוי שטייף צו פארמעקן די געשיכטע און פארווישן פינעם האריזאנט.

דערנאך האבן אלע אינטעל אגענטורן און געקענט זאגן אז ס'איז רוסישע ליגנטס, בשעת זיי ווייסן אז זיי זאגן ליגענט אדער צום ווייניגסטנס ווייסן זיי אז זיי האבן עס נישט אויסגעפארשט און אויף די נושא ווייסן זיי גארנישט מער ווי די עוורידש דזשוי אדער אייוועלט יונגערמאן.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

וואס דא גייט נישט פאר..
א קארופטירטע וועלט.

From Matt Taibbi On Twitter

On Friday, the first installment of the Twitter files was published here. We expected to publish more over the weekend. Many wondered why there was a delay.
We can now tell you part of the reason why. On Tuesday, Twitter Deputy General Counsel (and former FBI General Counsel) Jim Baker was fired. Among the reasons? Vetting the first batch of “Twitter Files” – without knowledge of new management.
The process for producing the “Twitter Files” involved delivery to two journalists (Bari Weiss and me) via a lawyer close to new management. However, after the initial batch, things became complicated.
Over the weekend, while we both dealt with obstacles to new searches, it was @bariweiss who discovered that the person in charge of releasing the files was someone named Jim. When she called to ask “Jim’s” last name, the answer came back: “Jim Baker.”

“My jaw hit the floor,” says Weiss.

The first batch of files both reporters received was marked, “Spectra Baker Emails.”
Baker is a controversial figure. He has been something of a Zelig of FBI controversies dating back to 2016, from the Steele Dossier to the Alfa-Server mess. He resigned in 2018 after an investigation into leaks to the press.
The news that Baker was reviewing the “Twitter files” surprised everyone involved, to say the least. New Twitter chief Elon Musk acted quickly to “exit” Baker Tuesday.

Reporters resumed searches through Twitter Files material – a lot of it – today. The next installment of “The Twitter Files” will appear . Stay tuned
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4125
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

2022-12-06 at 18.11.45.jpg
2022-12-06 at 18.11.45.jpg (92.5 KiB) געזען 2102 מאל
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

געהעריג דיעפ סטעיט..

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז דר. פאוטשי'ס טאכטער האט געארבעט ביי טוויטער דורכאויס דעם פאנדעמיק.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

אידישליך האט געשריבן:
אידישליך האט געשריבן:

דער דעפיוטי גענעראל קאונסיל פון טוויטער, דזשים בעיקער, וועלכער האט בעפאר טוויטער געארבעט פאר די FBI, איז אפגעזאגט געווארן דורך אילאן מאסק נאך וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז בעיקער האט אפגעהאלטן געוויסע אינפארמאציע פון די "טוויטער פיילס" צו אנקומען צו די זשורנאליסטן וואס האבן עס ארויסגעשטעלט, אן די וויסן פון די נייע טוויטער פירערשאפט.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

1670380427636.jpg
1670380427636.jpg (33.98 KiB) געזען 1804 מאל
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

בקיצור, די ערשטע סקאנדאל איז עפעס נישט צו גוט געלונגען, יעצט גייט מען זעהן צו באקן עפעס בעסערס.....
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יואל שרייבער האט געשריבן:

די ערשטע סקאנדאל איז געבאקן???
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רוסישע פרינץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 06, 2021 8:13 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוסישע פרינץ »

רעגענדיג האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
בקיצור, די ערשטע סקאנדאל איז עפעס נישט צו גוט געלונגען, יעצט גייט מען זעהן צו באקן עפעס בעסערס.....
די ערשטע סקאנדאל איז געבאקן???
עהה...

ניטאמאל געבאקן, ס'פלעין ניש קיין סקאנדאל.

#סקאנדאל_פרייע_אדמיניסטראציע... חחח...
Above all, we should acknowledge that the collapse of the Soviet Union was the greateast geopolitical catastrophe of the century.
צאר פוטין יר"ה
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

חחח..
-4938653018610576129_121.jpg
-4938653018610576129_121.jpg (100.04 KiB) געזען 1604 מאל
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

יונער האט געשריבן:
חחח..
-4938653018610576129_121.jpg
איינער ציטערט...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יא, און דערפאר הייסט ער אלעס פארעפנטליכן... ער ציטערט אפשר פון א טשערי פיק פרואוו, אזוי ווי די ערשטע דורכגעפאלענע עפיזאד
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פאק אלעס ארויס, אזוי אז די עכטע באמבשעלס זאלן ווערן פארוואשן צווישן די מיליאנע פיילס.

פארוואס די ערשטע עפיזאד איז געווען -ווי דו רופסט עס- דורכגעפאלן, ווייסן מיר דאך שוין היינט, און מען האט שוין קעיר גענומען דערפון, און פארטראסקעט דעם דיעפ סטעיט'ער פון דארט.
בן טוב
שר האלף
תגובות: 1082
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 21, 2021 3:57 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן טוב »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
פאק אלעס ארויס, אזוי אז די עכטע באמבשעלס זאלן ווערן פארוואשן צווישן די מיליאנע פיילס.

פארוואס די ערשטע עפיזאד איז געווען -ווי דו רופסט עס- דורכגעפאלן, ווייסן מיר דאך שוין היינט, און מען האט שוין קעיר גענומען דערפון, און פארטראסקעט דעם דיעפ סטעיט'ער פון דארט.
עקזעקטלי, די פאוינט איז נישט ארויסלייגן טוויטערס בענק סטעיטמענטס נאר סחורה אנבאלאנגט די האנטער סחורה,
און לגבי יענקל דורס איז דאך פשוט כפלעג אויך אלץ שרייען פאר מיין רבי אז די מסור קעצי האט נישט פארציילט די גאנצע מעשה סהאט גאנץ ווייניג געהאלפן....
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

-4938287169001335582_121.jpg
-4938287169001335582_121.jpg (135.47 KiB) געזען 772 מאל
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3560
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

נישט קיין סקאנדאל הא?
ס'דאך געווען טוויטער'ס אייגענע דעסיזשען צו סענסערן די ני"ט האנטער פיילס, חא חא חא האבן זיך די גלויבער'ס צולאכט
Hunter.bmp
Hunter.bmp (300.62 KiB) געזען 728 מאל
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

לאמיר טראכטן מיט א קילן קאפ, וועלן מיר זען אז דער גאנצער "סקאנדאל" איז דראמאטיש איבערגעטריבן און ארויס פון פראפארץ.

כדי עס צו פארשטיין בעסער, נעם דעם נאמען האנטער ביידן און טויש עס אויף צו עני אנדערע נאמען. לאמיר אים אנרופן דזשאן דאו.

א געוויסער דראגי און פאטהעד דזשאן דאו האט איבערגעלאזט זיין לעפטאפ אין א קאמפיוטער שאפ און פארגעסן דערפון.

נאך א תקופה האט דער שאפ אונער באשלאסן אז ער איז מפרסם אלע פריוואטע אינפארמאציע וואס ער האט געטראפן אויף דעם פריוואטן לעפטאפ, אריינגערעכנט אסאך גאר פארשעמנדע פערזענליכע בילדער. ער פאקט ארויף אלע אינפארמאציע אויף טוויטער און איז מבזה דעם דזשאן דאו ארום דער גאנצער וועלט.

משפחת דאו איז מורא'דיג פארשעמט איבער זייער באם זון וועלכער מאכט זיי אזעלכע בושות, און זיי ניצן טוויטער'ס קנעפלעך צו באריכטן די פובליקאציע פון פריוואטע אינפארמאציע, אריינגערעכנט שמוציגע בילדער וואס פארשעמט זיי און זייער זון.

טוויטער, אזוי ווי יעדע אנדערע סאושעל מידיע קאמפאני, רעאגירט צו אזעלכע בקשות און מעקט אפ אלע פריוואטע אינפארמאציע.

דאס איז וואס טוויטער טוט אין יעדן פאל ווען פריוואטע אינפארמאציע און בילדער ווערן ארויסגעגעבן ווייל ס'איז קעגן זייערע רעגולאציעס און קעגן געזעץ צו פאוסטן פריוואטע אינפארמאציע און בילדער.

איך ווייס דאס ווייל איך האב און אסאך אנדערע אידן האבן שוין אליין גענוצט די דאזיגע טולס צו איבערצייגן טוויטער אראפצונעמען בילדער וועלכע זענען ארויפגעלייגט געווארן קעגן א געוויסן חסיד'ישן יונגערמאן וואס איז אפגעכאפט געווארן קעגן זיין ווילן.

אילאן מאסק איז א מורא'דיגער עקספערט אין מאכן דראמא, און עולם-גולם קויפט עס אפ ווייל ער מאכט א שפאנונג שוין פאר אפאר טעג אז ס'קומט עפעס א גוטס, און נאכדעם וואס ער איז עס מפרסם איז יעדער עקסיידעט, ווייל מען איז זיכער אז ער האט געהאלטן ווארט.

יעצט אזוי, איז האנטער ביידן באגאנגען פארברעכנס? זיכער אזוי, ער איז א באם און א דראג-עדיקט. ביידן איז נישט דער איינציגסטער מענטש וואס האט א זון וואס ברענגט אים נישט קיין נחת. אסאך מענטשן האבן ליידער אזא פראבלעם.

איז דזשאו ביידן באגאנגען א פארברעכן אינאיינעם מיט זיין זון? דאס וועלן מיר לאזן פאר די רעפובליקאנער אין קאנגרעס אויסצופארשן. איך בין זיכער אז זיי וועלן מאכן אזא גוטע דזשאב ווי ביי בענגאזי און נישט לאזן א שטיינדל אומאיבערגעדרייט.

האט טוויטער געטאן אן עוולה מיט'ן צענזורירן דעם ניו יארק פאוסט? יא, און טוויטער האט דאס שוין מודה געווען אין קאנגרעס בימים ההם.

האט טוויטער געטאן אן עוולה מיט'ן אויסמעקן פריוואטע בילדער און פריוואטע אינפארמאציע פון האנטער ביידן אויפ'ן פארלאנג פון דעם ביידן קאמפיין? אבסאלוטלי נישט, און פאר די סעיק פון אסאך היימישע אידן לאמיר האפן אז זיי זעצן פאר אויסצומעקן פריוואטע אינפארמאציע און פריוואטע באליידיגנדע בילדער.

אבער איז דאס נישט אונטערדרוקן פרי ספיטש? פונקט פארקערט. פרי ספיטש מיינט אז א גאווערמענט קען נישט איינטיילן א פריוואטע קאמפאני וואס זיי מעגן יא און נישט שרייבן און זאגן. פרי ספיטש גיט די רעכט פאר טוויטער איינצושטעלן פאליסיס צו באשיצן די פרייוועסי פון זייערע באניצער. אדרבא, אויב זיי האבן ווען נישט אזא פאליסי קענען זיי פארלעצן דאס געזעץ.

אבער דאך, צי ווייזט דאס נישט אז זיי האבן געהאלפן ביידן? לויט די טוויטער פיילס האט דער טראמפ קאמפיין אויך פארלאנגט אויסצומעקן פארשידענע טוויטס און טוויטער האט עס אויך נאכגעגעבן פאר זיי.

צי זענען טוויטער ארבעטערס געווען מער נוטה צו ביידן? גאנץ מעגליך אז זיי זענען געווען לינקע חברה און מעגליך געגעבן מער פארצוג פאר ביידן. לכבוד דעם האט מען פון א ביידן קאמפלעינט קעיר גענומען אין גאר א שנעלער צייט, בשעת דער רעגולער אמעריקאנער דארף ווארטן אפאר טעג אז זיינע זארגן זאלן אדרעסירט ווערן. דער ענד רעזאלט איז דער זעלבער, פריוואטע אינפארמאציע און פריוואטע באליידיגנדע בילדער ווערן רעמאווד פון טוויטער, אזוי דארף ווייטער זיין, און האפנטליך וועט אילאן מאסק לאזן די פאליסי אין פלאץ.
אוועטאר
עניטינג
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2021 2:42 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עניטינג »

קאטשעניו האט געשריבן:

(איך באצוה מיך צו די חלק וועלכע איך האב געמאכט רויט)
ר' איד אט דא שטעקט די גאנצע פראבלעם, דאס אז עס שטעלט זיך ארויס אז די גאווערמענט האט "יא" איינגעטיילט פאר טוויטער וואס יא צו זאגן און וואס נישט צו זאגן.
זיי האבן שוין חדשים פארדעם געהאט וועכענטליכע מיטונגס מיט טוויטער צוצוגרייטן אז עפעס גייט קומען און עס גייט זיין געהעקטע אינפוי. וכו'
דאס איז די פראבלעם, נישט אז טוויטער האט אזא פאליסי נאר דאס אז די "גאווערמענט" טיילט איין פאר טוויטער וואס יא צו זאגן און וואס נישט צו זאגן.
און די ווייסט זייער גוט אז ווען עס איז געווען עני "נישט קאמפירמטע" קליינע שמוץ אויף טראמפ ומשפחתו און דאס איז געווארן אויפגעבלאדן עד שמי רום וכוכביהם האט טוויטער נישט געהאט קיין פראבלעם מיט זייער "פאליסי".
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

עניטינג האט געשריבן:

איז נישט און יענע צייט געווען א טראמפ גאווערמענט.?
וועכע גאווערמענט האט זיך דעמאלטס אראפ געזעצט מיט טוויטער.?
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...

ניין מיין פריינט. איך ווייס נישט פון וועלכע פאליסי דו רעדסט, אבער די האנטער פרשה צענזור איז געווען אפיצעל געבויט אויף די 'העקד מאטעריאל' פאליסי, און ווי ס'שטעלט זיך יעצט ארויס איז זיי געווען זייער קלאר אז דאס האט מיט א העק קיין שייכות נישט, און די סיבה פארוואס ס'איז געווארן צענזורירט, און נישט סתם צענזורירט, נאר אויף גאר א עקסטרעמע פארנעם, איז געווען בלויז צו העלפן מר. ביידען געווינען דעם פרעזידענטשאפט, גארנישט מיט פריוואטע אינפארמאציע צו טון.

צווייטנס, דא רעדט מען נישט פון סתם פריוואטע אינפארמאציע, דא רעדט מען פון אינפארמאציע וואס אנטהאלט שמוץ אויף דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט, דאס איז דאך די גאנצע ווערט פון דעם לעפטאפ. אוודאי ווייסט מען נאכנישט פונקטליך וואס און וויפיל, אבער די ביג גיי אינפארמאציע איז פונקט גענוג געווען, און ס'איז א אומדערהערטע עוולה צוריקצוהאלטן די אינפארמאציע פון די אמעריקאנע בירגער.

דריטנס, דו לייגסט עפעס אראפ ווי כאילו מ'האט פולשטענדיג נאכגעגעבן יעדעמס פארלאנגען נאר די טראמפ חברה האבן פשוט געדארפט ווארטן לענגער אין די ליין. פארשטייט זיך אז מ'דארף נישט פאר קיינעם פארציילן אז דאס איז ניטאמאל נאנט צום מציאות, וואס און וויפיל מ'האט נאכגעגעבן פאר טראמפ ווייסט מען נאכנישט, אבער מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם צו זען די אפענע בייעס אין די געוועזענע טוויטער פירערשאפט.

---

האקט. די עף בי איי, יא די 'טראמפ' עף בי איי... כא כא כא. די עף בי איי וואס האט געארבעט אקטיוו אונטערצוברענגען זייער באאס.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

עס איז שטוינענד צו זען ווי דער עולם איז כסדר פארנומען מיט דעם נארישן ארגומענט פון "טראמפ עף בי איי", "טראמפ דזשאסטיס דעפארטמענט".
דאס נאאיוויטעד איז געפערליך.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: ביידען-טוויטער סקאנדאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

קאטשעניו האט געשריבן:
לאמיר טראכטן מיט א קילן קאפ.....
נניח ביזט גערעכט, וואס איז דער ענטפער אז טוויטער זאל בלאקן א לינק צו א פראמינענטע צייטונג ארטיקל?
ווען האט דאס טוויטער געטון צו א לינקע צייטונג?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”