ירקרקות האט געשריבן:
איך דערמאן זיך נישט אויף די מינוט וואו און ווען גדולי ישראל האבן דיסקוסירט די סטאטוס פון גוים אויפ'ן רוחניות'דיגן לייטער. אדרבה ברענג עפעס דעקונג אויף דעם. כ'מיין, למאי נפקא מינה? ניטאמאל פון א צווייטן איד'ס דרגא האט מען גערעדט ווי לאנג ס'איז נישט געווען נוגע אויף למעשה, וכן אנו נוהגים.
האועווער, מיר זענען שוין אין אמעריקע אכציג יאר, און מיט'ן אויסנאם פון ר' אביגדור מיללער און נאך געציילטע (אין א תקופה וואס דער ענין האט פארנומען דעם נאציאנאלן אויבנאן), איז דער מאראלישער סטאנדארד פון די גוים קיינמאל נישט געווען קיין נושא.
דער צוגאנג איז אלץ געווען א פראגמאטישער. וואס דארפן מיר טון אז מיר זאלן קענען עקזיסטירן במנוחה.
בנוגע דאס פרומע קריסטנטום, ווייסעך נישט וויאזוי א איד מזרע אברהם יצחק ויעקב ציטערט אים נישט די האנט בשעת'ן שרייבן עפעס מיט די מינדענסטע פאזיוויטעט צו די גרופע. נישטא נאך קיין אומה ולשון מימות עולם וואס האט אזויפיל חרוב געמאכט און אונטערדרוקט כלל ישראל ברוחניות ובגשמיות ווי די פראקציע. אפילו די דייטשע אנטיסעמיטיזם האט געהאט זיינע ווארצלען און קריסטנטום. דער גאנצער אייראפעישער קאנטינענט איז דורכגעווייקט מיט אידיש בלוט און טרערן א דאנק די פינסטערער קריסטליכע גלויבן אין אירע פארשידענע פארמען.
ביל דיבלאזיא איז פיל בעסער פאר אידן וואו סיי וועלכער פרומער קריסט וועלכער צינד צ"א נרות ביי יעדן פענסטער עקסטער דעצעמבער דעם פינף און צוואנציגסטן.
הקיצור, לאז אפ די גוים, נעם דיר אראפ די מאסיווע אחריות פון דיינע שוואכע פלייצעס.
הא לך לשון הרמב"ם ז"ל אין הלכות מלכים
(פי"א ה"ד), וועלעכע איז נשמט פון רוב דפוסים פון משנה תורה צוליב די קריסטליכע צענזור:
"אף ישוע הנוצרי שדימה שיהיה משיח וכו', וכי יש מכשול גדול מזה וכו', וזה גרם לאבד ישראל בחרב, ולפזר שאריתם ולהשפילם ולהחליף התורה ולהטעות רוב העולם לעבוד אלוהי מבלעדי השם.
אבל מחשבות בורא העולם אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו, אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח ולתקן העולם כולו לעבוד את השם ביחד, שנאמר 'כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה', לקרוא כולם בשם השם לעבדו שכם אחד."
ענליך שרייבט דער הייליגער רבי יהודה הלוי אין זיין ספר הכוזרי
(מאמר ד' אות כ"ג):
"וכן תורת משה - כל אשר בא אחריה ישתנה אליה באמתת ענינו, ואם הוא בנראה דוחה אותה. ואלה האומות הם הצצה והקדמה למשיח המחוכה - אשר הוא הפרי, וישובו כולם פריו, כאשר יודו לו וישוב העץ אחד, ואז יפארו ויוקירו השורש אשר היו מבזים אותו וכו'."
[בלשון יותר קל: "כמו כן תורת משה - כל הבא בעקבותיה מאמין באמיתותה אף שבגלוי הוא דוחה אותה. דתות אלו הן הקדמה למשיח שאנו מחכים לו, אשר הוא הגרעין והתמצית. ואז ישובו כולם הפרי לעץ אחד, ואז יפארו ויוקירו אותו השורש (תורת משה) שהיו מבזים אותו כל הזמן, וכו'"]
ווייטער האסטו א לשון פון הייליגן רמב"ן ז"ל
(קונטרס דרשת הרמב"ן):
"ואל תשתבשו באומות שאף הם נוחלי תורה, הם הקרובים לאמצע כי טוב - כגון הנוצרים והישמעאלים לפי שהעתיקו התורה ולמדו כשגברה רומי על קצת רבותינו, למדו תורה ועשו חוקים ומשפטים דוגמת של תורה. אבל בני אדם יושבי הקצוות הרחוקות שלא למדו תורה ולא ראו ישראל ולא מנהגם מפני רחוק גבול שביניהם, בהמות גמורות הם, ועליהם אמר הכתוב: האיים הרחוקות אשר לא שמעו את שמעי ולא ראו את כבודי"
פון דעם הייליגן יעב"ץ ז"ל איז פארהאן פילע מקומות ווי ער דריקט זיך אויס מיט דברי שבח אין ריכטונג פון די נוצרים. ווי לדוגמא אין זיין קונטרס 'רסן מתעה' איבער די שבתאים, אוואו ער רעדט שטארק בשבח פון די נוצרים אז זיי זענען שמרנים און ערליכע - לעומת אידישע קינדער ליידער שבתאים וועלעכע זענען הפקר יונגען.
אט איז איין שטיקל:
"שהנוצרי ושלוחיו לא באו לבטל תורה מישראל ח"ו וכו'. אלא לאומות בא לייסד להן דת מן אז והלאה, ואף היא לא חדשה כי אם ישנה, הלא הם השבע מצוות בני נח ששכחום העמים, חזרו שלוחי הנוצרי ויסדום מחדש וכו'. לאומות העולם הניח שבע מצוות שנתחייבו בהן מאז וכו'.
על פי הדברים והאמת האלה ומרגלא בפומי
[ולא כמחניף - כידוע שאין זו מדתי, אל אדם לא אכנה אל אלוהי לא אשים דברתי, תהלות לקל שאעשני יהודי כשר, בראני אדם ישר. אנכי שלומי אמוני ישראל נודעתי, מבטן אמי קראני, משארית ישראל לא ידברו כזב ולא ימצא בפיהם לשון תרמית - אני] שהנוצרי עשה טובה כפולה בעולם לפי הנראה ברור גלוי כיום הזה, במה שמצד אחד חיזק וקיים תורת משה בכל עוז כנ"ל באר היטב מה שאי אפשר להכחיש, ואין אחד מחכמינו שדיבר יותר מזה בפה מלא בחיוב קיום נצחי לתורה! ומצד אחר לאומות העולם הטיב הרבה שביטל עבודה זרה והסיר הפסילים מהם, וחייב אותן בשבע מצוות וכן בעשרת הדברות שלא יהיו כבהמות שדה, וזיכה להם במידות מוסריות, ובזה החמיר עליהם יותר מאד מתורת משה כנודע."
און ער דערמאנט דארט אויך די אויבנדערמאנטער רמב"ם, און זאגט די זעלביגע אויף די ישמעאלים.
און ער איז דארט אויך היבש מאריך איבער די אנטיסעמיטיזם ביי די נוצרים אז דאס קומט פון פאפער'ס אין די קריסטליכע רעליגע וועלעכע האבן געפעלטשט אין די ארגינעלע קריסטליכע אידעאלן. היבש אינטערעסאנט צו לעיזן.
עס זענען פארהאן נאך פילע לשונות פון גדולי ישראל פון דיזן סארט לגבי הלכה. לדוגמא די 'מאירי' אין בבא קמא
(קי"ג ע"ב):
"נמצא שאף עובדי האלילים ושאינם גדורים בדרכי הדתות אסור לגזלם, ואם נמכר לו ישראל אסור לצאת מידו בלא פדיון, וכן אסור להפקיע את הלואתו וכו'. הא כל שהוא מעממין הגדורים בדרכי הדת ועובדי האלהות על איזה צד - אע"פ שאמונתם רחוקה מאמונתנו, אינם בכלל זה, אלא הרי הם כישראל גמור לדברים אלו אף באבדה ואף בטעות, ולכל שאר הדברים בלא שום חלוק."
און דערמאנען דארף מען אויך וואס האט פאסירט בימי חז"ל - עפעס וואס מען האט קיינמאל אנדערש נישט געזעהן ביי עם ישראל לאורך כל תקופת הגלות, און דאס איז די מרידה פון אידישע קינדער אנגעפירט ביי דעם תנא און ראש הגולה מר זוטרא - קעגן די אידאלאגיע פון די 'מזדקים' באוועגונג וועלעכע האט דאן געהערשט אין לאנד בבל.
די מאזדאקישע אידאלאגיע האט געזאגט זייער ענליך צו וואס די היינטיגע לינקע אידאלאגיע זאגט. איקוואלעטי און עקסטרעמע הפקירות און אומ-מאראל און שליטה פון די רעגירונג אויף די רכוש פונעם ציבור.
דער הייליגער תנא און ריש הגולה מר זוטרא האט צוליב דעם אנגעפירט א מרידה קעגן די רעגירונג וועלעכע האט געשטופט דאס לאנד - ובתוכם עם ישראל בגולה - אינעם ריכטונג פון אט דיע אידאלאגיע.
און בכלל, אז מען קוקט אריין אין די תורה זעהט מען וועלעכע סארט גוים הקב"ה האט בשום אופן נישט געוואלט אז זיי זאלן עקזיסטירן, דאס זענען די דייקא די ליבעראלע און הפקירות'דיגע סארט גוים וועלעכהע האבן זיך נישט געהאלטן צו קיין נימוס וחוקי אנושי, אנגעהויבן ביי די מצריים, אריבער צו די עמונים ומואבים, און געענדיגט ביי די 31 פעלקער אין ארץ כנען וועלעכע עם ישראל האט געדארפט אויסראטן ביזן שורש. "אל תטמאו בכל אלה, כי בכל אלה נטמאו הגוים אשר אני משלח מפניכם."
עס זענען פארהאן נאך פילע לשונות פון גדולי הדורות פון דיזן סארט, ואכהמ"ל.
לאמיר נאר נאך איינס צוברענגען, און דאס איז פון ספר 'באר הגולה' פון דעם גדול רבי משה רבקש ז"ל
(חושן משפט תכ"ה אות ש'):
"אבל אלו הגוים אשר אנחנו, אומה הישראלית, חוסים בצל שלהם מאמינים בחדוש העולם וביציאת מצרים ובעיקרי הדת וכל כוונתם לעושה שמים וארץ וכו', לא די שאין איסור להצילן, אלא אפילו אנחנו מחוייבים להתפלל בשלומם, וכאשר האריך בזה בעל מעשה ה' בסדר הגדה בפסוק שפוך חמתך על הגוים אשר לא ידעוך, שדוד המלך ע"ה התפלל לשפוך על העכו"ם אשר אינם מאמינים בחידוש העולם."
דא שרייבט ער אז דאס וואס מיר זענען מתפלל 'שפוך חמתך על הגוים' גייט ארויף נאר אויף די גוים 'אשר לא ידעוך ואשר בשמך לא קראו'.
-----
יעצט, ווילאנג א גוי טוט זיך דאס זייניגע און באדערט נישט קיינעם, איז איין זאך. אבער אז מען רעדט פון גוים וועלעכע טוען בפועל ממש שטופן א אידאלאגיע וועלעכע שטופט די וועלט אין א ריכטונג פון כפירה בכל מכל, אין א ריכטונג פון אלעס וועלעכע איז קעגן גאט און זיין רצון אויף אן אופן וועלעכע איז נאכנישט געווען זינט די וועלט שטייט. ווי איז שייך בכלל צו זאגן אז דאס איז פאר אונז נישט משנה?! עס איז משנה סיי אלץ ריליגיעזע תורת משה טרייע אידן וועלעכע אזאנע אידאלאגיעס טוען אונז פארדארבן היות די וועלט ארום אונז ווערט פארדארבן, און סיי אלץ ווי אזוי מען זעהט אוואו צוביסלעך צוביסלעך טוען זיי בפועל ממש פעולות אונז אויך צו שטופן אין דעם ריכטונג. דאס זענען דאך עמלקים וועלעכע זענען כופרים בכל, אלעס איז טבע, נישטא קיין העכער'ס.
זעה נאר א לשון פון הייליגן ר' יהונתן אייבעשיץ ז"ל אין זיין הקדמה צו זיין ספר 'כרתי ופלתי':
"כי שורש הדברים מוסב על עמלקים וכו', ומשם הוסב גם כן על שאר עמים האוחזים מעשה עמלק בידיהם, ויאמרו לא יראה קה ולא יבין אלוקי יעקב, וכופרים בהשגחת ומציאות אלקות ומייחסים הכל אל הטבע וכו'. אבל באמת אין הכוונה על הנוצרים בזמנים הללו, כי העמים נוצרים אשר אנו יושבים בקרבם דרך כלל שמרו משפט וצדקה, מאמינים בבריאת העולם ומציאות אלוקיות והשגחתו, ותורת משה ועבדיו הנביאים, ורודפים ומנגדים לכת הצדוקים הכופרים בתחיית המתים והשארת הנפש. אם כן ראוי להתחזק להם טובה ולהללם ולפארם ולהביא להם ברכה ולא קללה ח"ו."
גיב נאר א קוק ווי אזוי די צדיקי הדורות האבן געקענט רעדן שיין פון אזאנע גוים וועלעכע האבן געמארדערט און געשאכטן אונזערע עלטערן און געשוויסטער - לעומת אזוינע גוים וועלעכע האבן געברענגט טאלעראנץ אויפן וועלט, אבער אין די זעלבע צייט געברענגט דעם אויבערשטן'ס ווילן און הערשאפט צו אן ענדע.
ממילא, אז מיר זענען אזוי פארנומען צו פארשרייען און פארדאמען דאס ארגסטע וואס שייך סיי ווער עס האט נאר די מינדעסטע שייכות צו די רוצחי הגוף פון אונזערע עלטערן, על אחת כמה וכמה די רוצחי הנפש פון יעדן איש מאמין אויפן וועלט און די אלע וועלעכע האבן שייכות מיט זיי - וואלט זיך געקומען די עכ"פ די זעלבע מאס רוגזא און געשרייען. אמער, דער גרויסער גאט און זיינע געבאטן איז דאך פאר אונז די אמת פון די וועלט?! עס איז דאך עפעס אונזער'ס א זאך.
אפגערעדט פון דעם וואס מען זעהט מער און מער אוואו זיי לויפן אין א דירעקציע פון פאקטיש באצווינגען אלץ און אלעמען מיטצוגיין מיט זייער שטראם.
----
סתם, וואס דו שרייבסט אז דא אין אמעריקא האבן גדולי ישראל קיינמאל גארנישט געזאגט וועגן דעם, ליגט מיר עפעס יא אין קאפ וועגן עפעס א בריוו פון רבנים איבער דעם ענין.