טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ירקרקות האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ביטע ביטע.. איך געדענק זיך ניטאמאל ליינען מחנים ביכלעך איבער דעם נושא. די דעקונג דערויף איז מאסיוו. פון די בריוון פון דעם מיטעלן רבי'ן איז דאס זייער קלאר מבואר, אז זיין פראבלעם מיט נאפאליאן איז געווען אז ער איז א כופר, ער האלט אז די מענטשהייט מיט זייער שטארקייט און חכמה קענען מסדר זיין אלע פראבלעמען פון דער וועלט, און אז דאס פירט אים צו דעקלערן פרייהייט פון 'דת און אמונה בה'', און דאס וועט פירן צו הפקרות און כפירה און וועט משפיע זיין אויף די אידן אויך.
מיר גייען שוין אין צירקלען...
כ'האב פון אנפאנג אן געשריבן אז אין ליובאוויטש איז דאס ווארשיינליך געווען דער גאנג.
די פוילישע צדיקים האבן עס בכלל נישט אזוי אנגעקוקט.
כ'וועל זייער הנאה האבן פון סיי וועלכע קראנטע מקורות איבער די נושא. אדרבה.
אפילו אויף די ליובאוויטשע צדיקים האסטו געזאגט אז עס בכלל נישט מוכרח..

פון וועלכע פוילישע צדיקים רעדסטו? אין פאל דו רעדסט פון דעם חוזה, דער קאזניצער מגיד, ראפשיצער רב וכו'. זיי זענען געווען אויף איין בלאט מיט'ן בעל התניא.

אין די תולדות פון ספר 'אילה שלוחה' פון ראפשיצער רב, שטייט אזוי: "למרות ההערצה הגדולה שהעריץ רבי נפתלי צבי את רבותיו, את 'שלשת הרועים', היתה לו עמדה עצמאית בלתי תלויה ולפעמים אף מתנגדת לדעתם. הדבר בא לידי ביטוי בשנת תקע"ג, במלחמת נפוליאון ורוסיה. הצדיקים נחלקו לצד מי ראוי שיהיה הנצחון, המגיד מקוזניץ והחוזה מלובלין חששו שאם נאפוליאון ינצח תתפשט האפיקורסות ששרה בצרפת גם בקרב היהודים במדינות אלו, ולכן התפללו לנצחונה של רוסיה".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

גראדע געדענק איך נישט אז דער מיטעלער רבי זאל בכלל אנרירן די פרייהייט חלק. לא מיניה ולא מקצתיה. ער רעדט פונ'ם מענטש פערזענליך אז ער איז תולה אלעס אין כחו ועוצם ידו.
ער ברענגט ארויס אז דאס איז די קליפה וואס ער שטעלט פאר, קעגן דעם צאר וואס שטעלט פאר גלויבונג און דאס פארשטערקערן יסודי הדת.
ער איז נישט משבח אלכסנדר'ס אטאקראטיע און רייסט נישט ארונטער נאפאליאנ'ס פרייהייט אגענדע. ווען אלכסנדר זאל גיבן פרייהייט פאר זיינע בירגער וואלט עס דעם אלטן רבי'ן בכלל נישט געשטערט.
עקזעקטלי. פרייהייט פאר זיך איז נישט געווען די פראבלעם. די פראבלעם איז געווען די חופש פון 'דת' וואס נאפאליאן האט רעפרעזענטירט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער גוט ר' @פעיק!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אידן האבן זיך ליידער אנגעליטן אן א שיעור צרות במשך די לעצטע 2000ֶ יאר פון די פארשאלטענע נוצרים ימח שמם לזכרם.

וויפיל סליחות, קינות און יוצרות ליום כיפור זענען פערפאסט געווארן אין וועלכן מיר דערמאנען א אפס קצהו פון זייערע מעדים טובים, וואס זיי האבן אויסגעשחטן און אויס׳מארגעוועט מיליאנען אידן.

ארץ ארץ על תכסו דמם, ואל יהי מקום לזעקתם.

פארוואס שרייב איך עס:

ווייל איר דארפט נעמען אין קאפ:
די פיינע איידעלע קריסטן וואלטן עס היינט איבער געשפילט - אלע רציחות און מארד - ווען זיי קענען נאר. ביטע זייט נישט אזוי פארגלייבט אין זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואלט געווען פאסיג זיך צו באציען צו די נקודות אין דעם שמועס, נישט בלויז שרייבן דזשענעראל פראזן, וועלכע שטיצן נישט אונטער און ווארפן נישט אפ קיין שום פוינט דערמאנט אין דעם שמועס.

-------

צו דיין פוינט, אידישע בלוט האט זיך געגאסן אין אלע דורות זינט דעם ערשטן חורבן בית המקדש, דורך גוים פון אלע סארטן און שטרעמונגען. די קריסטן זענען בלויז געווען די לעצטע אין א רייע, און די נענטסטע צו אונז, און אין תקופות אין וועלכע געשעענישן זענען פארבליבן פיל מער דאקומענטירט ווי געשעענישן פון תקופות בעפאר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
וואלט געווען פאסיג זיך צו באציען צו די נקודות אין דעם שמועס, נישט בלויז שרייבן דזשענעראל פראזן, וועלכע שטיצן נישט אונטער און ווארפן נישט אפ קיין שום פוינט דערמאנט אין דעם שמועס.

-------

צו דיין פוינט, אידישע בלוט האט זיך געגאסן אין אלע דורות זינט דעם ערשטן חורבן בית המקדש, דורך גוים פון אלע סארטן און שטרעמונגען. די קריסטן זענען בלויז געווען די לעצטע אין א רייע, און די נענטסטע צו אונז, און אין תקופות אין וועלכע געשעענישן זענען פארבליבן פיל מער דאקומענטירט ווי געשעענישן פון תקופות בעפאר.
די קריסטן ווערן עפעס דא אראפגעמאלן מיט א שיינע ליכט.

קיינער זאגט נישט אז ס׳איז נישט געווען נאך. כמעט אלע היינטיגע אפענע רעכטע אנטיסעמיטן זענען הייסע נוצרים.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

קיסריה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואלט געווען פאסיג זיך צו באציען צו די נקודות אין דעם שמועס, נישט בלויז שרייבן דזשענעראל פראזן, וועלכע שטיצן נישט אונטער און ווארפן נישט אפ קיין שום פוינט דערמאנט אין דעם שמועס.

-------

צו דיין פוינט, אידישע בלוט האט זיך געגאסן אין אלע דורות זינט דעם ערשטן חורבן בית המקדש, דורך גוים פון אלע סארטן און שטרעמונגען. די קריסטן זענען בלויז געווען די לעצטע אין א רייע, און די נענטסטע צו אונז, און אין תקופות אין וועלכע געשעענישן זענען פארבליבן פיל מער דאקומענטירט ווי געשעענישן פון תקופות בעפאר.
די קריסטן ווערן עפעס דא אראפגעמאלן מיט א שיינע ליכט.
קום אריין מיט דעטאלן. פון וואס רעדסטו?
קיינער זאגט נישט אז ס׳איז נישט געווען נאך. כמעט אלע היינטיגע אפענע רעכטע אנטיסעמיטן זענען הייסע נוצרים.
ממילא?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

World Champion האט געשריבן:
אין שנת תשמ"ב האט התאחדות הרבנים ברשות די רבי די ברך משה זצ"ל ארויסגעגעבן א שארפע איסור צו אינדארסירן אדער שטימען אדער געבן כבוד ברבים פאר משחיתים, משום חילול השם.
און נישט ווייל אויב מיר אינדארסירן/שטימען/טוויטן* פאר זיי קען זיי נאך חלילה געווינען.

פאקטיש זענען די רבנים פון יענע איסור און פון אלע אנדערע קול קורא'ס אין דעם ענין געווען זייער קלאר: מ'טאר נישט שטימען פאר די בעסערע קאנדידאט פון צוויי שלעכטע.

אויב זיי וואלטן געהאלטן אז אונזער פליכט איז צו האלטן סאסייעטי ריינער אדער ערליכער, וואלטן זיי ווי פארשטענדליך יא געהאלטן אז מ'מעג - אדער גאר אז מ'דארף - שטימען פאר'ן בעסערן כדי זיכער צו מאכן אז דער ערגערער פארלירט (איבערהויפט אז אין א פארמעסט צווישן צוויי שלעכטע קומט נישט אריין חילול ה' ווען מ'שטימט פאר איינעם פון זיי - אויסער אפשר אז מ'שטימט פאר'ן ערגערן**).

סאו הלכה למעשה לשיטתם (ס'זענען דא חולקים), מ'טאר נישט שטימען היינטיגע צייטן פאר קיין שום קאנדידאט א חוץ פאר שמחה אייכענשטיין/פעלדער אדער אנדערע היימישע קאנדידאטן (אפשר פאר פואנטעס וועט מען מעגן...), און לגבי מתפלל זיין/האפן/וועלן מעג מען אפילו אז דער שמוציגסטער זאל געווינען (ווייל ביי יענץ קומט נישט אריין חילול ה'***).
-

*טוויטן אין שטיצע פון א קאנדידאט גייט אריין אין זעלבן כלל ווי אינדארסירן/שטימען לגבי דעם ענין פון חילול ה' כמובן.

**איי פארוואס טאקע האבן זיי אויך נישט געלאזט אין אזא פאל אויב ס'איז נישט שייך חילול ה' דערביי? די תירוץ איז אז חילול ה' איז נאר געווען איין פראבלעם, זיי האבן אויך געהאלטן אז ס'איז בעצם אסור צו שטימען פאר משחיתים ווייל ס'איז כאילו ווי דער וואס שטימט פאר זיי מאכט בפועל די געזעץ און און ס'איז קעגן די הלכה צו מאכן אזא געזעץ (נישט פאר בני נח, אבער פאר אידן).

***און וויבאלד בעצם שטימט מען נישט פאר זיי ווען מ'איז מתפלל/מ'האפט/מ'וויל אז זיי זאלן געווינען, גייט עס אויך נישט אריין אינעם אויבנדערמאנטן פראבלעם.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

תגובה דורך נו שוין »

אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
#בשיטה נישט
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

קיסריה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואלט געווען פאסיג זיך צו באציען צו די נקודות אין דעם שמועס, נישט בלויז שרייבן דזשענעראל פראזן, וועלכע שטיצן נישט אונטער און ווארפן נישט אפ קיין שום פוינט דערמאנט אין דעם שמועס.

-------

צו דיין פוינט, אידישע בלוט האט זיך געגאסן אין אלע דורות זינט דעם ערשטן חורבן בית המקדש, דורך גוים פון אלע סארטן און שטרעמונגען. די קריסטן זענען בלויז געווען די לעצטע אין א רייע, און די נענטסטע צו אונז, און אין תקופות אין וועלכע געשעענישן זענען פארבליבן פיל מער דאקומענטירט ווי געשעענישן פון תקופות בעפאר.
די קריסטן ווערן עפעס דא אראפגעמאלן מיט א שיינע ליכט.

קיינער זאגט נישט אז ס׳איז נישט געווען נאך. כמעט אלע היינטיגע אפענע רעכטע אנטיסעמיטן זענען הייסע נוצרים.
היטלער ימח שמו וזכרו איז נישט געווען קיין קריסט
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

והיתם נקיים האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
אין שנת תשמ"ב האט התאחדות הרבנים ברשות די רבי די ברך משה זצ"ל ארויסגעגעבן א שארפע איסור צו אינדארסירן אדער שטימען אדער געבן כבוד ברבים פאר משחיתים, משום חילול השם.
און נישט ווייל אויב מיר אינדארסירן/שטימען/טוויטן* פאר זיי קען זיי נאך חלילה געווינען.

פאקטיש זענען די רבנים פון יענע איסור און פון אלע אנדערע קול קורא'ס אין דעם ענין געווען זייער קלאר: מ'טאר נישט שטימען פאר די בעסערע קאנדידאט פון צוויי שלעכטע.

אויב זיי וואלטן געהאלטן אז אונזער פליכט איז צו האלטן סאסייעטי ריינער אדער ערליכער, וואלטן זיי ווי פארשטענדליך יא געהאלטן אז מ'מעג - אדער גאר אז מ'דארף - שטימען פאר'ן בעסערן כדי זיכער צו מאכן אז דער ערגערער פארלירט (איבערהויפט אז אין א פארמעסט צווישן צוויי שלעכטע קומט נישט אריין חילול ה' ווען מ'שטימט פאר איינעם פון זיי - אויסער אפשר אז מ'שטימט פאר'ן ערגערן**).

סאו הלכה למעשה לשיטתם (ס'זענען דא חולקים), מ'טאר נישט שטימען היינטיגע צייטן פאר קיין שום קאנדידאט א חוץ פאר שמחה אייכענשטיין/פעלדער אדער אנדערע היימישע קאנדידאטן (אפשר פאר פואנטעס וועט מען מעגן...), און לגבי מתפלל זיין/האפן/וועלן מעג מען אפילו אז דער שמוציגסטער זאל געווינען (ווייל ביי יענץ קומט נישט אריין חילול ה'***).
-

*טוויטן אין שטיצע פון א קאנדידאט גייט אריין אין זעלבן כלל ווי אינדארסירן/שטימען לגבי דעם ענין פון חילול ה' כמובן.

**איי פארוואס טאקע האבן זיי אויך נישט געלאזט אין אזא פאל אויב ס'איז נישט שייך חילול ה' דערביי? די תירוץ איז אז חילול ה' איז נאר געווען איין פראבלעם, זיי האבן אויך געהאלטן אז ס'איז בעצם אסור צו שטימען פאר משחיתים ווייל ס'איז כאילו ווי דער וואס שטימט פאר זיי מאכט בפועל די געזעץ און און ס'איז קעגן די הלכה צו מאכן אזא געזעץ (נישט פאר בני נח, אבער פאר אידן).

***און וויבאלד בעצם שטימט מען נישט פאר זיי ווען מ'איז מתפלל/מ'האפט/מ'וויל אז זיי זאלן געווינען, גייט עס אויך נישט אריין אינעם אויבנדערמאנטן פראבלעם.
נו נו דאס צו מען מעג שטימען פארן בעסערן וועלן מיר דעבאטירן א צווייטן מאל... איך האב מיר באצויגן צו @אורח ווי ער שרייבט ווי כאילו די סאטמארע רבנים האבן קיינמאל געהאט א פראבלעם מיט די זאכן און עפעס איינער ר' אביגדור מילער איז געווען עפעס א יחיד...

לגבי זיך פרייען/האפן פאר די חברה, איז דאך פשוט אז מען טאר נישט, "משנאיך השם אשנא" די רשעים פארשפרייטן דאך טומאה וזהמה אויף דער גאנצע וועלט.

אגב פאר אינטערעסאנטקייט ווער האט עס מתיר געווען?
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

Lol הפה שאסר הוא הפה שהתיר

די זעלבע רבנים החתומים האבן דערנאך אויפגענומען מעיאר קאטש בכבוד מלכים און אים אינדארסירט.

ווי באקאנט איז אין די תש"מ יארן די 'עסקנים' נשאו ראש און האבן אנגעהויבן מיט די היינטיגע קול קורא אינדוסטריע (עס איז שוין געווען פאר דעם ביי אנדערע קרייזן - צב"ש דער איסור חמור אויף טעיפ רעקארדערס אין די קלאסן - אבער אין סאטמאר גופא איז נאר ארויסגעקומען צעטלעך בחתימתו און / אדער בהסכמתו פונעם רבי'ן זי"ע וועלכער האט דייקא זיך מתנגד געווען צו די "לאפרושי מאיסורא - א פרישע מסירה" קולטור כידוע), און דערפאר איז זיי געלונגען ארויסצוגעבן דעם צעטל, ביז עס איז געקומען למעשה און מען האט געטון וואס מען האט געהאלטן פאר ריכטיג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
נאך מער כהלכה. בחירות נשים!
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

מי חכם האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
נאך מער כהלכה. בחירות נשים!
העי מאך נישט לצינות, באלד קומט א זעק מיט מראי מקומות
#בשיטה נישט
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

נו שוין האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
נאך מער כהלכה. בחירות נשים!
העי מאך נישט לצינות, באלד קומט א זעק מיט מראי מקומות
ס'איז גאר נישט קיין ליצנות.

ס'איז פשוט אז להלכה איז בחירת נשים נישט אויסגעהאלטן, און ס'איז פשוט אז די וואס ווילן אז אמעריקע זאל זיך פירן "אויסגעהאלטן" קענען נישט מער ווי ארויסקוקן אויפ'ן קומענדיגן נאצי רעזשים.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מען האט דא בארירט עטליכע נקודות

די מעלה פון די פעלקער אין די פארגעשריטענע צייטן לעומת די פריערדיקע. פארשטייט זיך אז עס איז אוודאי אויך דא די נקודה פון דעם ליגעל דיסקלעימער, און דאס קען מען זעהן לויטן ראיאן און תקופה וואס דער ספר איז נתחבר / געדרוקט געווארן, אבער עס איז גאנץ זיכער אויך געווען אסאך מחברים, גאונים און צדיקים וואס האבן מצדד געווען בשיטת המאירי.

כאטש וואס אין טייל מקורות ווערט דערמאנט דער חלק פון אמונה בה' אלס די מעלה, איז אבער מסתבר אז דאס איז נישט געווען (עכ"פ בעיקר) די נקודה, נאר די עצם זאך אז די וועלט און איר קולטור איז באמת געווארן א פיל בעסערע פלאץ במשך די יארן - טאקע א דאנק די פראגרעסיוון שבכל דור ודור וואס האבן זיך פאר'עקשנ'ט צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ, טראץ זייערע קעגנער די קאנסערוואטיוון וואס האבן טאקע אלעמאל מסכים געווען אז אזוי ווי אמאל איז געווען געפערליך אבער היינט צוטאגס איז שוין גוט און מען קען / טאר שוין נישט בעסער מאכן - ווייל, ווי צל האט שוין אנגעוויזן איז קריסטנטום נישט געווארן מער אויסגעהאלטן הלכה'דיג במשך די יארן, זיי זענען נישט געווארן פלוצלינג קיין מאמינים בה' וואס זיי זענען נישט געווען בימי חז"ל.

להבהיר, עס איז זיכער יא געווען אזאלכע וואס האבן געהאלטן אז דאס איז די עיקר נקודה אבער צו קענען קובע זיין מסמורות דערין אז דאס און נאר דאס (און לאמיר נישט פארגעסן אז די רומיים זענען אויך געווען גרויסע רעליגיעזע מאמינים... בע"ז, נישט קיין פריי דענקער חלילה), דארף מען דורכטון אלע הונדערטער מקורות און לשונות אין די ספרים.

אבער אפילו לפי זה איז אמעריקע ב"ה א לאנד וואס שפרודלט מיט אמונה בה', אין גאד ווי טראסט, אלע פאליטישאנס פון אלע פארטייען זענען קירכע גייער און דער קאנצעפט פון "רעליגיעזע פרייהייט" בומט דוקא היינט אויף א פארנעם וואס מען האט שוין נישט געזען מסתמא 70 יאר אפילו ווען עס איז קעגן לאגיק. די איינציגסטע זאך וואס האט זיך געטוישט איז אז 'קריסטנטום' דאמינירט ווייניגער די עפנטליכע ספערע, און אנשטאט פרובירט מען צו זיין אינקלוסיוו פאר אלע סארטן רעליגיע'ס. צו זאגן אז די פריערדיקע צדיקים זענען באשטאנען אז די לענדער מוזן זיין דוקא קריסטליך דאמינירט און ח"ו נישט טאלערירן קיין אנדערע רעליגיעס (דערונטער די אידישע) איז די העכסטע דרגא פון אבסורד כמובן לכל בר דעת.

איך ווייס נישט פונקטליך וואסערע בשורה נאפאלעאן האט געברענגט פאר רוסלאנד, אבער אין אמעריקע איז דער מצב אלעמאל געווען אינגאנצן אנדערש ווי רוסלאנד, די עסטאבלישמענט קלאוס פארבאט די רעגירונג פון איינפירן רעליגיע און עס איז אלעמאל געווען אזוי ווי עס איז היינט.

באותו ענין, די צווייטע נקודה וואס מען האט דערמאנט וואס עס איז געווען די מחלוקה פון די צדיקים 200 יאר צוריק, אן אדורך טון די מראי מקומות און די פונקטליכע ספרים וואס רעדן דערפון און זייערע לשונות און דרגות פון סמכות און דיוק וואס איז כמובן נישט פאר אונז, דארף מען בלויז צולייגן אז במבחן התוצאה זעהט מען היינט, 200 יאר שפעטער אז אידישקייט אין רוסלאנד נאך בעפארן ערשטן קריג איז פונקט אזוי חרוב געווארן טאקע א דאנק די שרעקליכע לאגע, די עניות און דחקות און רדיפות פון די אויטאריטעטן נאך סאך מער ווי ביי די פרומע קהילות אין אונגארן און בכלליות גאליציע אונטער די פרייע און טאלעראנטע עסטרייכישע רעגירונג. מער מסתבר אז נאפאלעאן ספעציפיש איז געווען א ספעציעלע קליפה וואס צדיקים האבן זיך מתנגד געווען טראץ די מעלות פאר אידן נישט צוליב. לאמיר אויך נישט פארגעסן וואס האט זיך געטון אין פראנקרייך אונטער נאפאלעאן וואס איז נישט געקומען סתם ברענגען - אזוי ווי אין אמעריקע - א פרידאם אוו רעליזשען אן ערלויבן די רעגירונג אריינצורעדן אין רעליגיע, נאר ער האט בפועל פארמירט א כלומרשטער סנהדרין צו מתיר זיין אלע איסורים און שטופן אידן אין ריכטונג פון אסימילאציע, דאס איז בכלל נישט דומה צו וואס מען רעדט היינט.

המשך יבוא מעיבי
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

והיתם נקיים האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
אין שנת תשמ"ב האט התאחדות הרבנים ברשות די רבי די ברך משה זצ"ל ארויסגעגעבן א שארפע איסור צו אינדארסירן אדער שטימען אדער געבן כבוד ברבים פאר משחיתים, משום חילול השם.
און נישט ווייל אויב מיר אינדארסירן/שטימען/טוויטן* פאר זיי קען זיי נאך חלילה געווינען.

פאקטיש זענען די רבנים פון יענע איסור און פון אלע אנדערע קול קורא'ס אין דעם ענין געווען זייער קלאר: מ'טאר נישט שטימען פאר די בעסערע קאנדידאט פון צוויי שלעכטע.

אויב זיי וואלטן געהאלטן אז אונזער פליכט איז צו האלטן סאסייעטי ריינער אדער ערליכער, וואלטן זיי ווי פארשטענדליך יא געהאלטן אז מ'מעג - אדער גאר אז מ'דארף - שטימען פאר'ן בעסערן כדי זיכער צו מאכן אז דער ערגערער פארלירט (איבערהויפט אז אין א פארמעסט צווישן צוויי שלעכטע קומט נישט אריין חילול ה' ווען מ'שטימט פאר איינעם פון זיי - אויסער אפשר אז מ'שטימט פאר'ן ערגערן**).

סאו הלכה למעשה לשיטתם (ס'זענען דא חולקים), מ'טאר נישט שטימען היינטיגע צייטן פאר קיין שום קאנדידאט א חוץ פאר שמחה אייכענשטיין/פעלדער אדער אנדערע היימישע קאנדידאטן (אפשר פאר פואנטעס וועט מען מעגן...), און לגבי מתפלל זיין/האפן/וועלן מעג מען אפילו אז דער שמוציגסטער זאל געווינען (ווייל ביי יענץ קומט נישט אריין חילול ה'***).
-

*טוויטן אין שטיצע פון א קאנדידאט גייט אריין אין זעלבן כלל ווי אינדארסירן/שטימען לגבי דעם ענין פון חילול ה' כמובן.

**איי פארוואס טאקע האבן זיי אויך נישט געלאזט אין אזא פאל אויב ס'איז נישט שייך חילול ה' דערביי? די תירוץ איז אז חילול ה' איז נאר געווען איין פראבלעם, זיי האבן אויך געהאלטן אז ס'איז בעצם אסור צו שטימען פאר משחיתים ווייל ס'איז כאילו ווי דער וואס שטימט פאר זיי מאכט בפועל די געזעץ און און ס'איז קעגן די הלכה צו מאכן אזא געזעץ (נישט פאר בני נח, אבער פאר אידן).

***און וויבאלד בעצם שטימט מען נישט פאר זיי ווען מ'איז מתפלל/מ'האפט/מ'וויל אז זיי זאלן געווינען, גייט עס אויך נישט אריין אינעם אויבנדערמאנטן פראבלעם.
דעמאלטס איז דאס געווען "די אישו"
פונקט ווי ביי די יעצטיגע גאווענער פארמעסט איז סעיפטי און פארברעכענס געווען די אישו, ממילא איז פשוט אז יודן טארן זיך נישט ארויסשטעלן אז זיי שטיצן חוקים נגד התורה. און דע היינטיגע פארדארבענע וועלט און די סיטי ווי און די פריימעריס ביידע קאנדידאטן זענען פרא שלעכט און סאיז בכלל נישט די נושא, איז נישט דומה לפרשת קאטש תשמב)
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

קיסריה האט געשריבן:
אידן האבן זיך ליידער אנגעליטן אן א שיעור צרות במשך די לעצטע 2000ֶ יאר פון די פארשאלטענע נוצרים ימח שמם לזכרם.

וויפיל סליחות, קינות און יוצרות ליום כיפור זענען פערפאסט געווארן אין וועלכן מיר דערמאנען א אפס קצהו פון זייערע מעדים טובים, וואס זיי האבן אויסגעשחטן און אויס׳מארגעוועט מיליאנען אידן.

ארץ ארץ על תכסו דמם, ואל יהי מקום לזעקתם.

פארוואס שרייב איך עס:

ווייל איר דארפט נעמען אין קאפ:
די פיינע איידעלע קריסטן וואלטן עס היינט איבער געשפילט - אלע רציחות און מארד - ווען זיי קענען נאר. ביטע זייט נישט אזוי פארגלייבט אין זיי.
איינס מאכט נישט אוועק דעם צווייטן, זייער מאראל דארף מען ארויף קוקן און זייער רציחה אראפ קוקען, און די זעלבע מיט די לינקע אויף פארקערט,

אגב, זייער אן אינטערסאנטע שמועס ביז אהער, טענק יו אלל...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

א שיינע און העכסט אינפארמאטיווע אשכול דאס
אני הוא הנער, נער המדבר
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ירקרקות האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ביטע ביטע.. איך געדענק זיך ניטאמאל ליינען מחנים ביכלעך איבער דעם נושא. די דעקונג דערויף איז מאסיוו. פון די בריוון פון דעם מיטעלן רבי'ן איז דאס זייער קלאר מבואר, אז זיין פראבלעם מיט נאפאליאן איז געווען אז ער איז א כופר, ער האלט אז די מענטשהייט מיט זייער שטארקייט און חכמה קענען מסדר זיין אלע פראבלעמען פון דער וועלט, און אז דאס פירט אים צו דעקלערן פרייהייט פון 'דת און אמונה בה'', און דאס וועט פירן צו הפקרות און כפירה און וועט משפיע זיין אויף די אידן אויך.
מיר גייען שוין אין צירקלען...
כ'האב פון אנפאנג אן געשריבן אז אין ליובאוויטש איז דאס ווארשיינליך געווען דער גאנג.
די פוילישע צדיקים האבן עס בכלל נישט אזוי אנגעקוקט.
כ'וועל זייער הנאה האבן פון סיי וועלכע קראנטע מקורות איבער די נושא. אדרבה.
אפילו אויף די ליובאוויטשע צדיקים האסטו געזאגט אז עס בכלל נישט מוכרח..

פון וועלכע פוילישע צדיקים רעדסטו? אין פאל דו רעדסט פון דעם חוזה, דער קאזניצער מגיד, ראפשיצער רב וכו'. זיי זענען געווען אויף איין בלאט מיט'ן בעל התניא.

אין די תולדות פון ספר 'אילה שלוחה' פון ראפשיצער רב, שטייט אזוי: "למרות ההערצה הגדולה שהעריץ רבי נפתלי צבי את רבותיו, את 'שלשת הרועים', היתה לו עמדה עצמאית בלתי תלויה ולפעמים אף מתנגדת לדעתם. הדבר בא לידי ביטוי בשנת תקע"ג, במלחמת נפוליאון ורוסיה. הצדיקים נחלקו לצד מי ראוי שיהיה הנצחון, המגיד מקוזניץ והחוזה מלובלין חששו שאם נאפוליאון ינצח תתפשט האפיקורסות ששרה בצרפת גם בקרב היהודים במדינות אלו, ולכן התפללו לנצחונה של רוסיה".

אודאי זענען זיי געווען אויף איין בלאט מיט'ן בעל התניא אבל לא מטעמיה. דאס איז וואס איך זאג איבער שוין ווייסעכוויפיל מאל...
דער ספר וואס דו ברענגסט איז בלויז נאך א מעשה ביכל.

גראדע איז נישט קלאר וואס דער חוזה האט געהאלטן. עס איז דא פארשידענע גירסאות אין דעם. דער עשר אורות איז זיך סותר עטליכע מאל. מונקאטשער רב ברענגט גראדע אז ער איז געווען לטובת נאפאליאן און ער האט צוגעצויגן צו זיך נאך תלמידי הר"ר אלימלך.

אויפ'ן מגיד איז דא קראנטע מקורות אז ער איז געווען קעגן נאפאליאן לכה"פ ביים סוף.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
אגב ערענסט גערעדט פואנטאס ימ"ש שטיצט דיסענטיס און אויב דיסענטיס טרייסלט סיך נישט אפ פון די חברה איז ער מער ווייניגער די זעלבע באנדיט ווי טראמפ...
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
אין אנדערע נייעס, רופט פואנטעס פאר א "קריסטליכע טאליבאן אין אמעריקע", אויך אז פרויען זאלן מער נישט טארן וואוטן. אויך אז ווען מוועט וואוטן פאר טראמפ וועט מען נישט דארפן מער וואוטן אין אמעריקע.

(אנטשולדיגט פארן אריינהאקן)
אגב ערענסט גערעדט פואנטאס ימ"ש שטיצט דיסענטיס און אויב דיסענטיס טרייסלט סיך נישט אפ פון די חברה איז ער מער ווייניגער די זעלבע באנדיט ווי טראמפ...
און אויב איך טרייסל מיך נישט אפ פון דיסענטיס בין איך א סכנה פאר דעמאקראטיע, ניין?

איך האב א דזשאב פאר אייך אין סננ...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
דער רמבם רעדט פון דעם נביא שקר מיטן משיח שקר, די אמעריקאנער עוואנגעליסטישע באוועגונג, האט קנאפ שייכות מיט וואס פאנדראק האט פארקויפט, ביידן גייט פיל מער בדרכיו.
די אמעריקאנער עוואנגעליסטישע באוועגונג גלייבט נישט אינעם ני טעסטימענט.
דעס איז א מעלה, נישט קיין חסרון.

איך טריי פשוט צו פארשטיין וואס די זאגסט.
פון וואו נעמט איר די שטות??
אוודאי גלייבן זיי אין דעם ברית החדשה!
פוצה פה ומצפצף
ירקרקות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 am

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירקרקות »

מי חכם האט געשריבן:
מען האט דא בארירט עטליכע נקודות

באותו ענין, די צווייטע נקודה וואס מען האט דערמאנט וואס עס איז געווען די מחלוקה פון די צדיקים 200 יאר צוריק, אן אדורך טון די מראי מקומות און די פונקטליכע ספרים וואס רעדן דערפון און זייערע לשונות און דרגות פון סמכות און דיוק וואס איז כמובן נישט פאר אונז, דארף מען בלויז צולייגן אז במבחן התוצאה זעהט מען היינט, 200 יאר שפעטער אז אידישקייט אין רוסלאנד נאך בעפארן ערשטן קריג איז פונקט אזוי חרוב געווארן טאקע א דאנק די שרעקליכע לאגע, די עניות און דחקות און רדיפות פון די אויטאריטעטן נאך סאך מער ווי ביי די פרומע קהילות אין אונגארן און בכלליות גאליציע אונטער די פרייע און טאלעראנטע עסטרייכישע רעגירונג. מער מסתבר אז נאפאלעאן ספעציפיש איז געווען א ספעציעלע קליפה וואס צדיקים האבן זיך מתנגד געווען טראץ די מעלות פאר אידן נישט צוליב. לאמיר אויך נישט פארגעסן וואס האט זיך געטון אין פראנקרייך אונטער נאפאלעאן וואס איז נישט געקומען סתם ברענגען - אזוי ווי אין אמעריקע - א פרידאם אוו רעליזשען אן ערלויבן די רעגירונג אריינצורעדן אין רעליגיע, נאר ער האט בפועל פארמירט א כלומרשטער סנהדרין צו מתיר זיין אלע איסורים און שטופן אידן אין ריכטונג פון אסימילאציע, דאס איז בכלל נישט דומה צו וואס מען רעדט היינט.

המשך יבוא מעיבי
די ליובאוויטשע צדיקים אליין האבן זיך שפעטער זיך צוזאם געליטן באופן מבהיל פון די רוסישע רעגירונג. טראץ דעם וואס נאך די נאפאליאן קריג האבן זיי באקומען אפיציעלע עהרן בירגערשאפט (סאמטינג לייק איט. כ'געדענק נישט פונקטליך דעם טערמין) פונ'ם צאר צוליב דעם תניא'ס געטריישאפט. (דאס איז אריבער בירושה דור דור). ערגעץ וואו האב איך געזען א בריוו און זייערע אגרות דערוועגן אז אלכסנדר בפרטיות איז געווען א מלך רחום אבער די אומה פאר זיך איז ביטער און פארדארבן. אויב איינער ווייסט זאל ביטע צוצייכענען.

דאס אלעס ציט אינ'ם ריכטונג וואס איר זאגט אז די צדיקים האבן נישט אדרעסירט די 'מאוומענט' אזוי ווייט ווי די פערזענליכקייטן וועלכע זענען געווען פארמישט דערין.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: טראמפ זיצונג מיט האלאקאוסט לייקענער און אנטיסעמיט ניק פואנטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

World Champion האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
World Champion האט געשריבן:
אין שנת תשמ"ב האט התאחדות הרבנים ברשות די רבי די ברך משה זצ"ל ארויסגעגעבן א שארפע איסור צו אינדארסירן אדער שטימען אדער געבן כבוד ברבים פאר משחיתים, משום חילול השם.
און נישט ווייל אויב מיר אינדארסירן/שטימען/טוויטן* פאר זיי קען זיי נאך חלילה געווינען.

פאקטיש זענען די רבנים פון יענע איסור און פון אלע אנדערע קול קורא'ס אין דעם ענין געווען זייער קלאר: מ'טאר נישט שטימען פאר די בעסערע קאנדידאט פון צוויי שלעכטע.

אויב זיי וואלטן געהאלטן אז אונזער פליכט איז צו האלטן סאסייעטי ריינער אדער ערליכער, וואלטן זיי ווי פארשטענדליך יא געהאלטן אז מ'מעג - אדער גאר אז מ'דארף - שטימען פאר'ן בעסערן כדי זיכער צו מאכן אז דער ערגערער פארלירט (איבערהויפט אז אין א פארמעסט צווישן צוויי שלעכטע קומט נישט אריין חילול ה' ווען מ'שטימט פאר איינעם פון זיי - אויסער אפשר אז מ'שטימט פאר'ן ערגערן**).

סאו הלכה למעשה לשיטתם (ס'זענען דא חולקים), מ'טאר נישט שטימען היינטיגע צייטן פאר קיין שום קאנדידאט א חוץ פאר שמחה אייכענשטיין/פעלדער אדער אנדערע היימישע קאנדידאטן (אפשר פאר פואנטעס וועט מען מעגן...), און לגבי מתפלל זיין/האפן/וועלן מעג מען אפילו אז דער שמוציגסטער זאל געווינען (ווייל ביי יענץ קומט נישט אריין חילול ה'***).
-

*טוויטן אין שטיצע פון א קאנדידאט גייט אריין אין זעלבן כלל ווי אינדארסירן/שטימען לגבי דעם ענין פון חילול ה' כמובן.

**איי פארוואס טאקע האבן זיי אויך נישט געלאזט אין אזא פאל אויב ס'איז נישט שייך חילול ה' דערביי? די תירוץ איז אז חילול ה' איז נאר געווען איין פראבלעם, זיי האבן אויך געהאלטן אז ס'איז בעצם אסור צו שטימען פאר משחיתים ווייל ס'איז כאילו ווי דער וואס שטימט פאר זיי מאכט בפועל די געזעץ און און ס'איז קעגן די הלכה צו מאכן אזא געזעץ (נישט פאר בני נח, אבער פאר אידן).

***און וויבאלד בעצם שטימט מען נישט פאר זיי ווען מ'איז מתפלל/מ'האפט/מ'וויל אז זיי זאלן געווינען, גייט עס אויך נישט אריין אינעם אויבנדערמאנטן פראבלעם.
נו נו דאס צו מען מעג שטימען פארן בעסערן וועלן מיר דעבאטירן א צווייטן מאל... איך האב מיר באצויגן צו @אורח ווי ער שרייבט ווי כאילו די סאטמארע רבנים האבן קיינמאל געהאט א פראבלעם מיט די זאכן און עפעס איינער ר' אביגדור מילער איז געווען עפעס א יחיד...
ר' אביגדור מיללער האט קלאר געהאלטן אז מ'דארף טוהן/האפן אז רעכטע זאלן געווינען, און ער האט געוואלט אז אמעריקע/די וועלט זאל זיין ווי מער רעכט, און דאס טייטש אז ער איז געווען א רעכטער, און ער איז זיכער געווען א יחיד מיט דעם (פארשטייט זיך אז מ'קען נישט וויסן וואס רבנים און צדיקים האבן געהאלטן פריוואט אויב זיי האבן נישט גערעדט דערפון, אבער עכ"פ געזאגט אז זיי האלטן מיט יענע שיטה האט קיינער נישט, און ווי אויך קען מען נישט ברענגען קיין שום רמז אז זיי האבן געהאלטן אזוי טראץ די טויזענטער דרשות און געשריבענע זאכן וואס איז ארויס פון זיי, און אלס בני דורו איז עס פאר זיי געווען נוגע פונקט אזוי אויב זיי וואלטן געהאלטן אז ס'איז אן אישו).
World Champion האט געשריבן:
לגבי זיך פרייען/האפן פאר די חברה, איז דאך פשוט אז מען טאר נישט, "משנאיך השם אשנא" די רשעים פארשפרייטן דאך טומאה וזהמה אויף דער גאנצע וועלט.
דו גייסט אויך מחולק זיין מיט וואס איך ערשט יעצט געשריבן דא און דו גייסט טענה'ען אז דאס אז זיי האבן נישט גערעדט דערפון איז נישט קיין ראי' ווייל ס'איז פשוט אז זיי האבן געהאלטן אזוי, אבער דאס איז אלעס ווייל דו גייסט לשיטתך (דו ביסט א רעכטער) און פארדעם קוקסטו עס אזוי אן, און די זעלבע טענה'סטע דא אז "ס'איז פשוט אלס משנאיך השם אשנא", אבער ווי געזאגט איז דאס אלעס לשיטתך (ס'איז ווי דו זאלסט באשליסן אז עפעס איז די ריכטיגע זאך צו טוהן, און נאכדעם ברענגען אלע ספרים וואס רעדן פון טוהן וואס איז ריכטיג אלס באווייז אז זיי האבן אויך געהאלטן אז מ'דארף טוהן יענע זאך...).

יעצט פאר דו שפרינגסט ארויף אויף מיר אז וויאזוי קען מען אפילו מחולק זיין איבער דאס אז זיי גייען אריין אין כלל פון "משנאיך השם אשנא" אזש אז מ'טאר נישט האפן אויף זייער געווינס, וויל איך דיר פרעגן צו דו האלטסט אויך אזוי (און נאך מיט א פשטות!) אויף א פארטיי וואס שטופט די טומאה פון רעליגיעזע פרייהייט, וואס שטיצער פון די טומאה גייען בלי שום ספק אריין אינעם כלל פון "משנאיך השם אשנא".

איך גלייב אז דו האפסט גראדע שטארק פאר זייער געווינס, און דו פארשטייסט ניטאמאל וויאזוי א איד וואס וויל קענען זיין א איד אין גלות זאל נישט האפן אויף זייערע געווינסן, אבער דאס טוישט נישט דעם פאקט אז זיי זענען רשעים און זיי גייען אריין אינעם כלל פון "משנאיך השם אשנא", נאר וואס דען, א רשע קען זיין א רשע און מיר דארפן אים פיינט האבן (און דאס רעכנט אריין מער ווייניגער אלע גוים), אבער האפן דארף מען אז דער וואס איז א טובה פאר אונז זאל געווינען, און אויף דעם איז בעצם קיינער נישט חולק.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”