ס'גייט מיר באמת נישט אריין אין קאפ אז ס'איז דא אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים וואס האלטן אז אונז דארף מיר העלפן דעם רבוש"ע ראטעווען די וועלט, רח"ל מהאי דעתא.
דער רבונו של עולם איז בעל הבית אויף דיין דירה'לע און אויף דיין קאר אויכעט, דאך פארשטייסטו אז ער האט דיר געגעבן די בחירה עס חרוב צו מאכן און אפצוהאלטן א חורבן.
אויב מאכט זיך ח"ו א פייער אין קאך גיסטו וואסער אדער זאגסט אויך אז דער רבונו של עולם דארף נישט דיין העלפ?
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
ס'גייט מיר באמת נישט אריין אין קאפ אז ס'איז דא אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים וואס האלטן אז אונז דארף מיר העלפן דעם רבוש"ע ראטעווען די וועלט, רח"ל מהאי דעתא.
דער רבונו של עולם איז בעל הבית אויף דיין דירה'לע און אויף דיין קאר אויכעט, דאך פארשטייסטו אז ער האט דיר געגעבן די בחירה עס חרוב צו מאכן און אפצוהאלטן א חורבן.
אויב מאכט זיך ח"ו א פייער אין קאך גיסטו וואסער אדער זאגסט אויך אז דער רבונו של עולם דארף נישט דיין העלפ?
וואס איז די פארגלייך פון א פייער וואס מאכט זיך און געז און אנדערע נאטורליכע זאכן וואס דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט אלץ טייל פון די בריאה?
באשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
ס'גייט מיר באמת נישט אריין אין קאפ אז ס'איז דא אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים וואס האלטן אז אונז דארף מיר העלפן דעם רבוש"ע ראטעווען די וועלט, רח"ל מהאי דעתא.
דער רבונו של עולם איז בעל הבית אויף דיין דירה'לע און אויף דיין קאר אויכעט, דאך פארשטייסטו אז ער האט דיר געגעבן די בחירה עס חרוב צו מאכן און אפצוהאלטן א חורבן.
אויב מאכט זיך ח"ו א פייער אין קאך גיסטו וואסער אדער זאגסט אויך אז דער רבונו של עולם דארף נישט דיין העלפ?
וואס איז די פארגלייך פון א פייער וואס מאכט זיך און געז און אנדערע נאטורליכע זאכן וואס דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט אלץ טייל פון די בריאה?
ווענד זיך וויאזוי דו ניצסט עס, קיינער זאגט נישט אז די נאטורליכע גאז רעזערווארן איז די גורם, עס איז די וועג וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט.
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מען קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט, סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ( פאר ווער סווייסט די ראשונים מיטשענען זיך זייער מיט דעים חיוב,די רמב''ן כידוע איז עס זייער מצמצם דעים חיוב, און די חובות הלבבות איז מסביר גאנצע הבסרים פארוואס מאיז מחויב ),נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט'' נישט השתדלות נאר מדארף "מאכן'' השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מאן קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ,נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט נישט השתדלות" נאר מדארף "מאכן השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מען קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט, סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ( פאר ווער סווייסט די ראשונים מיטשענען זיך זייער מיט דעים חיוב,די רמב''ן כידוע איז עס זייער מצמצם דעים חיוב, און די חובות הלבבות איז מסביר גאנצע הבסרים פארוואס מאיז מחויב ),נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט'' נישט השתדלות נאר מדארף "מאכן'' השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
חוה"ל שער הבטחון פרק ד:
אטעטשמענטס
שעהב1.jpg (98.06 KiB) געזען 374 מאל
שעהב2.jpg (179.99 KiB) געזען 374 מאל
שעהב3.jpg (190.4 KiB) געזען 374 מאל
Clever code does not necessarily create clever Software
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מען קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט, סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ( פאר ווער סווייסט די ראשונים מיטשענען זיך זייער מיט דעים חיוב,די רמב''ן כידוע איז עס זייער מצמצם דעים חיוב, און די חובות הלבבות איז מסביר גאנצע הבסרים פארוואס מאיז מחויב ),נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט'' נישט השתדלות נאר מדארף "מאכן'' השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
חוה"ל שער הבטחון פרק ד:
דא שטייט אנדערש ווי איך האב געזאגט ? אויב יא ווייז מיר ווי .

עס גייט צוזאמען מיט מיין תגובה פאר דעם. אויב די רעדע איז פון "ראטעווען די וועלט" דעמאלס אבסעלוטלי נישט אונזער ביזנעס! 100% גערעכט!
אבער ווען מ'רעדט לגבי טון אחריות'דיגע שריט, אפשטעלן שאדן, דאן איז דאס בגדר פון די נארמאלע השתדלות וואס א מענטש איז מחויב צוזאמען מיט די בטחון.
פונקט ווי יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט לאזן איינעם פארפעסטיגן א שטאט'ס טרינק-וואסער קוואל, קען מען פארשטיין אז מ'דארף פראבירן אפשטעלן [ריכטיגער - מצמצם זיין] דאס פארפעסטיגן די אושענס, למשל.
און אינאמתן דער חילוק איז בעיקר אין קאפ, וואיזוי מ'קוקט אן די זאך, די ליבעראלע אפיקורסים פילן אז אויב נישט זייער קלימאטן געזעצן גייט די וועלט אונטער (עפ"ל), דעריבער ווערן זיי ווילד אזש זיין גרייט טעראריזירן דאס גאנצע ציוויליזעישאן. בעת אונז אידן רעדן מיר פשוט פון וואס מ'דארף אלץ השתדלות, אויף א נארמאלע אופן, און אן "שפילן גא-ט" ח"ו.
קלאר?
Clever code does not necessarily create clever Software
איך זעה דא איבער חזרן די זעלבע נקודה דארף מען קלאר שטעלן איין נקודה , די דיפאלט עפי תורה איז נישט אז מדארף מאכן השתדלות , פארקערט, סאיז א חידוש ואין לך בו אלא חידושו ,ורפא ירפא,ואספת דגניך וכו ( פאר ווער סווייסט די ראשונים מיטשענען זיך זייער מיט דעים חיוב,די רמב''ן כידוע איז עס זייער מצמצם דעים חיוב, און די חובות הלבבות איז מסביר גאנצע הבסרים פארוואס מאיז מחויב ),נאך א נקודה איז עפ''י תורה ''העלפט'' נישט השתדלות נאר מדארף "מאכן'' השתדלות, יעצט זיך זארגן פאר די וועלטס קלימאט,צו זאגן אז דאס גייט אריין און ונשמרתם אדער כדומה, איז א גרויסע חידוש, אין איך גלייב אז סדארף א מקור פון א עכטע אדם גדול, אז מדארף און דעים עוסק זיין.
לעבדה ולשמרה? (בראשית ב' ט''ו)
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
די אפעקט פון קלימאטן טויש איז זייער קאמפליצירט. איך פערזענליך האלט אז די סייענטיסטן טרייבן איבער ווייל זיי ווילן זיך שפירן וויכטיג אדער ווייל זיי קענען נישט זען גארנישט חוץ סייענס.
צי איך האב מורא אז די וועלט גייט אונטערגיין צוליב קלימאטן טויש? ח"ו. וויל איך זיך איבערקערן צו העלפן באקעמפפן קלימאט טויש? ווענדט זיך וואס דו בעטסט פון מיר.
די וועג ווי איך קוק עס אן איז די אפעקטן פון וואס די סייענטיסטן די וויכטיגסטע. צי עס איז טאקע צוליב קלימאט טויש אדער נישט, איז מיר נישט אזוי וויכטיג, אבער דאס איז זיכער אז די ענווייראמענט און קלימאט פון די וועלט האט זיך געטוישט זינט איך בין געבוירן געווארן.
עס זענען דא פיל מער האריקעינס, וויילד פייערס, טרוקענישן, קאלטע טעג אין פרילינג, הייסע טעג אין הערבסט, פלעצער וואס זענען אמאל געווען העכער'ן וואסער זענען יעצט אונטערן וואסער, און נאך וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט.
ביי מיר מיינט דאס אז עפעס א טויש קומט פאר אין די ענווייראמענט.
האבן עס די סייענטיסטן ארויס? לכאורה נישט. מער ווייניגער ווי זיי האבן ארויס אנדערע זאכן, אביסלע פאקטן, אביסעלע טעאריעס, און אביסלע פיל אין די בלענקס...
אבער יא איך וואלט זייער געוואלט אז די וועלט זאל זיך אביסעלע איינשטילן, זיין אביסעלע מער סטאביל. די קשיא איז נאר אויב פאלושאן וכו' איז די גורם, איך ווייס נישט די תירוץ דערצו. אבער טענה'ען אז די וועלט'ס ענווייראמענט איז אקוראט די זעלבע ווי אייביג איז אומ-ריכיטיג.
אין אלגעמיין בין איך סיי ווי פראו די זאכן וואס זיי שלאגן פאר, וואס זיי טענה'ן גייט העלפן קלימאט טויש. איך וויל עס אבער ווייל עס איז בעסער אזוי.
זיין ווייניגער אנגעוואנדן אין גאז איז דאך גוט פאר די לופט און די בערזל. אויב מ'לייגט אריין מער אין די טעכנאלאגיע פון ווינטמילן און סאלאר פענעלס אז איך זאל קענען האבן אזוינס אין מיין בעק יארד און מער נישט דארפן צאלן די עלעקטריק קאמפאני, נעוואדע.
און אזוי ווייטער. רוב זאכן וואס זיי שלאגן פאר גלייך איך. די קשיא איז נאר וואס דו פארלאנגסט פון מיר.
בילל געיטס שרייט אז מ'ברויך עסן פאלשע פלייש ווייל די קוען פארצן צופיל. מיט דעם בין איך שוין נישט מסכים. איך וויל עסן בהמה פלייש פון א קו און זאלן זיי פארצן וויפיל זיי ווילן.
ניצן ווייניגער וואסער. איך האלט נישט דערביי. חוץ די ניין טעג, וויל איך נעמען וויפיל שויערס ס'שמעקט מיר.
קיצור, פאר מיר פערזענליך איז ענווייראמענט/קלימאט טויש א זאך וואס עקזיסטירט אבער נישט א געפאר פאר די וועלט. די טעכנאלאגישע ערפינדונגען אדער טוישונגען וואס מ'טוט אין נאמען פון קלימאט טויש שמעקט מיר.
מ'וויל טון אפאר גוטע זאכן אין נאמען פון קלימאט טויש, פארוואס נישט. אויב דאס גייט איינשטילן די וועלט, ווייסעך נישט, וועט מען דארפן ווארטן צו זען.
וויאזוי האלטסו איז די בעסטע וועג צו מאכן א מח אפעראציע מיט שערל אדער א גאפל?
און וואס איז די בעסטע דיזיין פאר א ראבאטישע מאדם לאנדער?
תרוצים פון סתם המון עם אויף שאלות וואס דארף עקספערטיז צו וויסן דעם ענטפער, איז גארנישט ווערט (סטאטיסטיש, איז די צד קעגן דעם רוב אומבאהווענטע, די ריכטיגע )

נישט ממש. עס ווענדט זיך וואס מ'פארלאנגט פון אונז אין די נאמען פון די ספעציפישע סייענס און אויך ווי היסטעריש עס איז.
צו אומבאהאווענטע ענטפערס זענען ריכטיג צו נישט, ווענט זיך אין וואס מ'פארלאנגט? לא הבנתי
בד"וו קליימעטעלאגיע איז גאר א קאפלעצירט, עס נעמט אריין אין זיך אסאך תחומין אין סייענס פיזיקס פון גרינהויז גאז, גיאלאגיע, וועטער סיסטעמן ועוד. ועל כולם גאר קאפליצירטע דעטע ענעליטיקס.
99.9% פון סיינעטיסטן וואס טוהן אין דעם האלטן אז די מין האנשי איז גורם קלימטן טויש אין האט בידו עס צו פארעכטן
סאיז גאר א גרויסע חידוש אז מיר זאלן קענען חרוב לייגן די וועלט אלץ א כלל דורך פיזישע מעשים. איך קוק דאס אן ווי כאילו מיר נעמען בעלות אויף די כדור הארץ אנשטאט דער מלך מלכי המלכים. כזעה נישט וויאזוי דאס קען גיין מיט די אידישע אמונה, ווער רעדט נאך פון דעם אז די ימות המשיח ברויך ערגעצוואו קענען חל זיין און דריי מיר נישט דעם קאפ אז סוועט פארקומען אויף מאדים.
יעצט דאס אז א יחיד זאל קענען חרוב מאכן א בנין, הארגענען א מענטש, אדער אפילו אפמעקן א שטאט, האמיר געהערט אזאנס. אבער דאס אז מיר מענטשעלעך זאלן קענען נעמען קאנטראל פונעם אויבערשטנס וועלט? נאופ.. צו מיך שמעקט דאס כפירה’דיג
יעצט וואס איז די כלל? כווייס נישט, אבער אויף די וועלט אלץ א כלל זענען מיר זיכער נישט בעל הבית.
(אפילו די קליינליכע זאכן וואס מיר מיינען אז מיר טוען יא איז גארנישט קלאר ווי ווייט מיר טוען באמת)
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)