זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאל ביידן געבן א פארדאן פאר טראמפ

יא
55
51%
ניין
52
49%
 
סך הכל שטימען: 107

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מיר ווייסן אז די דעמאקראטישע אינסטיטוציע אין אמעריקע גייט אצינד אדורך א שווערע צייט.
די פאפולאציע איז צוטיילט און פאראלאזירט אויף גאר א שרעקליכן אופן וואס כמהו לא היה מאז היתה אמעריקא לגוי. דעמאקראטן האבן פיינט רעפובליקאנער, און ה"ה איפכא. קאנסערוואטיווע האסן די ליבעראלן וה"ה איפכא.
עס איז היינט נישט אויסגעשלאסן אז ח"ו א בירגער קריג קען אויסברעכן. איך זאג נישט אז דאס גייט פאסירן היינט מארגן, אבער עס איז שוין נישט רחוק הדבר, אינדערצייט וואס ביז נישט לאנג צוריק איז דאס געווען אומטראכטבאר.
דער טראמפ פאקטאר זיינע מעלות מיט זיינע חסרונות, בנוסף צו די הילערי & אבאמא פענאמעמאן, האט אנגעמאכט א מורא'דיגע ריס אינערהאלב דעם אמעריקאנער פאלק, און די סיטואציע ווערט נישט בעסער, נאר ליידער טאג נאך טאג געשעהט דאס פארקערטע. מער אויפברויז, מער רעאקציעס, מער פראפאגאנדע און מער עקסטרעמיזם אויף ביידע זייטן. די אימפיטשמענטס מיט די אינוועסטיגעשאנסס, די אזויגערופענע ג'גנב'טע וואלן מיט אירע נאכווייען יאנואר 6, מיט די יאנואר 6 קאמיטע, אלע האבן צוגעהאלפן צו דעם איצטיגן מצב.
טראמפ מיט "פעיק ניוז" מיט 'אלטעראנטיווע פאקטן', מיטן אטאקירן כמעט אלע גאוו"ט אינסטאנצן, אפילו נישט פאליטישע, דורך זיי באשולדיגן אז זיי זענען א חלק פון "דער וואשינגטאנער זומפ" האט גורם געווען אז די פאלק געטרויעט שוין נישט די גאווערמענט. איך גיי נישט אריין צו ער איז יא גערעכט צו נישט, אבער מיר דארפן פארשטיין אז די מציאות איז היינט אז קיינער ווערט נישט אנגעקוקט אז ער איז *איבער* פאליטיקס, ער מיינט לשם שמים אדער לשם אמעריקא, יעדער ווערט פארדעכטיגט אז ער מיינט דא פאליטיק און פארטייאישקייט. סיי די FBI סיי די CIA, סיי די סופרים קארט און סיי די אימיגראציע אפישעלס, אלע זענען אין דעם זעלבן גרויסן זומפ, און מ'קען קיינעם נישט געטרויען. אפילו די CDC וועלכע לכאורה האט קיין שייכות מיט פאליטיק, איז אויך נישט באגלייבט. איך דארף נישט מאריך זיין, ווייל איך נעם נישט קיין שטעלונגען, איך באצייכן נאר א מציאות, א ביטערע מציאות פון דעם מצב כהיום.
איך וויל נישט אריינגיין אין די געשעהנישן פון די לעצטע פאר טעג, האט די FBI אדער DOJ געהאנדלט ריכטיג צו נישט? אביסל צו אסאך? זענען די דאקומענטן דע-קלאסיציפירט געווארן? קען א פרעזידענט זאגן "בדיבורא בעלמא" אז די אלע זאכן וואס איך נעם זענען נישט קלאסיציפירט? און נאך און נאך לעגאלע פראגעס. ווייל אויף יעדע פראגע וועלן זיין לכה"פ צוויי תשובות, איינס פון די טראמפ שונאים און די צווייטע פון זיינע שטיצער.
איצט, צו טראמפ האט יא עובר געווען אויף שפיאנאזש געזעצן צו נישט, צו ער האט ג'לקח'נט פאפירן שלא ברשות ושלא על פי חוק, איז אויך א ויכוח וואו איך וויל נישט אריינגיין. אבער לאמיר נישט פארגעסן, זיינע קעגנער האלטן סייווי אז ער איז א פאררעטער און א פארברעכער, זיינע שטיצער וועלן נישט אננעמען וואס א קארט אדער א דזשורי וכ"ש די דעפ. אוו דזשאסטעס וועט זאגן. ממילא סיי וועלכע לעגאלע שריט וואס וועט גענומען ווערן קעגן אים גייט רעזאלטירן אין מער און מער פריקציע און קריגערייען, מאכנדיג מער און מער א רעאליטעט פון א ציווילע בירגער קריג ה' ירחם.
דא האט זיידי ביידן א געלעגנהייט צו ראטעווען דעם מצב, ארויסקומען א העלד, און ארויסנעמען די לופט פון די רעדער פון די רעפובליקאנער טראמפיסט.
גיב א פארדאן פאר טראמפ.
בתנאי אז עס איז נישט געווען קיין "גראבע" שפיאנאזש וכדומה, בלויז אביסל פארנאכלעזיקייט פון טראמפ און ר'האט "גענומען" אפאר דאקומענטן וואס איז געווען קעגן די געזעץ דאן איז דער פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס מוחל די עבירה פון טראמפ. עס מיינט נישט אז מ'מוז מוחל זיין פאר אלע עבירות פון טראמפ ומשפחתו און פון זיינע ביזנעסער. אפילו דא אליינס איז מען מוחל נאר בתנאי אז עס איז נישט געשען קיין גרויסע חטאים.
ביידן קומט ארויס א העלד.
מ'דארף נישט טראמפס הסכמה. דער גרויסער הויכער קלוגער טראמפ גייט זיך געפונען אויף די 'רעסיווינג ענד' און זיין דער מקבל מתנה פון דעם אלטער שמייכלדיגער האלב-אויסגעוועפטער גוט-הארציגער פאטריאטישער ביידן, דער וואס מיינט די טובה פון דאס לאנד, און איז איבער פאליטיקס.
די אינדעפענדענטס וועלן עס באגריסן. די מעסיגע פון ביידע פארטייען וועלן קומען נענטער. און די עקסטרעמיסטן וועלן האבן ווייניגער איבער וואס צו שרייען.
און דער עיקר, ער וועט באמת נידערן די ריזיקע פון א בירגער-קריג.

מיין שטימע: ביידן, פארדאן טראמפ!
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג אוגוסט 15, 2022 8:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4255
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ער גייט ווערן אינדייטעט?
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פארד האט דאס געטון מיט ניקסאן און האט לכבוד דעם פארלוירן די וואלן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בלייב געזונט האט געשריבן:
ער גייט ווערן אינדייטעט?
מ'קען פארדאנירן פריער אויך.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מי חכם האט געשריבן:
פארד האט דאס געטון מיט ניקסאן און האט לכבוד דעם פארלוירן די וואלן
ווייל ער איז געווען "זיין" פרעזידענט, דהיינו ר'האט געטוהן א פארטייאישע שריט, שלא לטובת די געזעץ נאר לטובת זיין פריינד. דא איז פונקט פארקערט.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

וועט ער אים נאכדעם שולדיג זיין די גאנצע וועלט.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

גראדע זייער שיין געשריבן, אבער אויף די אנקעטע פלאן איך נישט צו שטימען חוץ אויב ס'גייט אריין אין פארברענגן.. כ'מיין, כ'דארף פאר קיינעם נישט מסביר זיין פון וואס מ'רעדט דא, דאס איז נישט רחוק מן המציאות נאר שלא במציאות כלל.

נאכמער, דו מיינסט אז דערוילעם וועט זיין צופרידן? אויב אזאנס פאסירט טאקע וועלן די טראמפ שטיצער שוימען פאר כעס, הלמאי ער דארף גאר א פארדאן? ער איז דאך ריין ווי א אתרוג, כ'רעד שוין נישט פון די לינקע, כ'ציטער אפילו נאר צו טראכטן פון זייער רעאקציע, בל"מ וועט זיין א קינדער שפיל קעגן וואס וועט זיך אפטון, אפגערעדט אז די אלע וואס צווייפלען אויב ביידען זאל לויפן אין 2024 וועלן שוין גארנישט זיין מסופק.

אבער עניוועי, איז דאס דאך אלעס מילא ניטאמאל ווערד לצור על פי צלוחית, פונקט גוט פאר א דעבאטע אויף אייוועלט..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יידישע קהילות האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
ער גייט ווערן אינדייטעט?
מ'קען פארדאנירן פריער אויך.
זיכער? מקור.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש

אויב טראמפ זאל גיין זיצן, און ביידען זאל אים פארדאנירן, וואלט טראמפ געבליבן זיצן מרצונו הטוב.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פארדאנירן? פארוואס?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מסתמא האט געשריבן:
פארדאנירן? פארוואס?
;l;p-
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פעיק ניוז האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
ער גייט ווערן אינדייטעט?
מ'קען פארדאנירן פריער אויך.
זיכער? מקור.
אויב נישט דאן וואס איז פשט פון די קלעים אז געוויסע קאנגרעסלייט און אנדערע האבן געבעטן א פארדאן פון טראמפ נאך יאנואר 6?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אויב טראמפ זאל גיין זיצן, און ביידען זאל אים פארדאנירן, וואלט טראמפ געבליבן זיצן מרצונו הטוב.
:lol:
חינוך האט געזיגט!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יידישע קהילות האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
ער גייט ווערן אינדייטעט?
מ'קען פארדאנירן פריער אויך.
עס גייט הייסן סתם א דזשאוק בלע"ז אויב ער געבט אים סתם אזוי א פארדאן אנע קלאגע..

און כ@רעגי, טראמפ שטיצער וועלן זיך רעגן אז מען פארדאנירט בכלל איינעם וואס זײ זאגן איז ריין ווי אן אתרוג.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

יאפ דאס איז א גוטע וועג ארויס פאר ביידן און ס'וועט אים זיכער הייבן אין די פאולס, און צו די זייט פיין מסדר זיין טראמפ

אבער ווי איינער שרייבט אין די יעצטיגע אטמאספערע גייט עס קיינמאל פאסירן די ארכי לינקענגייען שעלטן אויף כוחות
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אושפיזין האט געשריבן:
יאפ דאס איז א גוטע וועג ארויס פאר ביידן און ס'וועט אים זיכער הייבן אין די פאולס, און צו די זייט פיין מסדר זיין טראמפ

אבער ווי איינער שרייבט אין די יעצטיגע אטמאספערע גייט עס קיינמאל פאסירן די ארכי לינקענגייען שעלטן אויף כוחות
דיין צווייטע זאץ איז ריכטיג אבער די ערשטע כלל לא, אין די היינטיגע צוטיילטע פאליטישע קלימאט וועט קיינער נישט זיין צופרידן און בכלל גארנישט וועט נישט צוזאמברענגן דעם פאלק.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מ'וואלט ג'דארפט עפענען נאך א אשכול/וואלן צו דער עולם האט בכלל נישט מורא פון א בירגער-קריג.
איך - יא!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

רעגענדיג האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
פארדאנירן? פארוואס?
;l;p-
נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p-

און בכלל ווי קען ביידען פארדאנען ר'ז דאך נישט קיין לעגיטימער פרעזידענט?
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

אויב ביידען וויל בארוהיגען די מצב קען ער פלעין פשוט אנקאלן זיינע דעמאקרטישע פריינט און בעטן צו אויפהערן צאפן די בלוט פון יעדעם וואס איז געווען נאנט צו טראמפ פאר עבירות פון ווען ביידען האט נאך נישט געקאלעכט.

די נייע נארמע אין אמעריקע די לעצטע 6 יאר איז פאר יעדע דעמאקראטישע אטוירני דזשענעראל צו ריפן טראמפ צו זיינע קינדער צו זיין ארגענעזעישאן צו זיינע לויערס צו זיינע אדווייזערס צו זיינע גוטע פריינט אין קארט פאר עבירות פון יארן צוריק

געב נישט קיין פארדאן, הער אויף צו רודפן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וואס עפעס, נאבאדי איז עבאוו די לאו

הויעך האט געשריבן:
אויב ביידען וויל בארוהיגען די מצב קען ער פלעין פשוט אנקאלן זיינע דעמאקרטישע פריינט און בעטן צו אויפהערן צאפן די בלוט פון יעדעם וואס איז געווען נאנט צו טראמפ
מעדלען אינעם זשאסטעץ דעפארטמענט איז א טראמפ אייטעם. מיר האבן ערוויילט ביידען טאקע צו טוהן דאס פארקערטע, און דאס האט ער צוגעזאגט און דאס איז ער מקיים.
SPXUP
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 10:35 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPXUP »

אויב קען ער פארזיכערן א דיעל מיט טראמפ אז ער גייט נישט לויפן אין ער גייט אויפהערן אריינרעדן אין פאליטיקס בין איך נישט דערקעגן. אויב קען מען דאס נישט ערלעדיגן מיז בלייבן אלע אפציעס אויפן טיש.
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

SPXUP האט געשריבן:
אויב קען ער פארזיכערן א דיעל מיט טראמפ אז ער גייט נישט לויפן אין ער גייט אויפהערן אריינרעדן אין פאליטיקס בין איך נישט דערקעגן. אויב קען מען דאס נישט ערלעדיגן מיז בלייבן אלע אפציעס אויפן טיש.
אה.
איך פאשטיי שוין אביסל וואס דא קומט פאר...
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

צ\ק
קען זיין אז יא
אבער איך ווייס נישט אויב אויף א סטעיט קריים קען א פרעזידענט פארדענען א מענטש
און איך מיין אז הארגנען א מענטש איז א סטעיט קריים
טראמפ האט דאך אנגעפירט מיט די טעראר אטאקע יאנוואר 6' סאו ער איז שולדיג אויף הארגנען א מענטש
ווייסעך טאקע נישט
-----------
גראדע האלט איך אז טראמפ האט זיך אליינס געפארדענט פארן פארלאזן אפיס און ער וועט עס ניצן אלץ לעצטע טול
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: זאל ביידן פארדאנירן טראמפ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כאפצעם האט געשריבן:
וואס עפעס, נאבאדי איז עבאוו די לאו
די לאו איז אז א פרעזידענט קען פארדאנירן...
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”