שטארק זיך האט געשריבן:האללאו האללאו.... מיסטער דערבארמדיגער...
פשוט׳ע זאכן ברויכן קיינע פארצויגענע דרשות.
אין איין ווארט וואס דו זאגסט: נישטא קיין סוואמפ; און טראמפ איז פראבלאמאטיש.
נו כהער
ניין, דאס קען מען נישט זאגן אין איין ווארט.
א יונגל איז געקומען צו די רבי אז מושי האט אים געשלאגן, מושי טענה'ט אבער אז יענקי האט אנגעהויבן, א שוואכע טענה, דער רבי גיט א פארציע פאר מושי.
מארגן האט יענקעלע צו טאן מיט געציל, און יענקי איז קאננווינסד אז ער איז אומשולדיג, און פילע יונגלעך פון חדר האלטן אויך אזוי, נו נו, דער רבי פארשטייט אז יענקי איז לכאורה אומשולדיג און געציל איז דער וואס האט געמאכט די פראבלעם, דער רבי האט זיך אנגענומען פאר יענקעלע און געגעבן געציל אנצוהערן אז ער וועט נישט טאלערירן די רדיפות.
גייט אריבער א וואך און דער רבי הערט אז חזקי האט געשלאגן געצי, חזקי טענה'ט גראדע אז יענקעלע האט אים צוגעכאפט זיין פענסיל קעיס מיט זיין ריסעס, אבער יענקעלע זאגט אז דאס איז שון געקומען נאכן פאטש פון חזקי, חזקי טענה'ט אז נישט, הקיצור ס'טוצעך א טענה ומענה פון אלע זייטן, ביז דער רבי גיט זיך א כאפ אז יענקעלע האט דא יעדן טאג צו טאן מיט א צווייטן, ער איז באמת מסופק ווער עס איז דא גערעכט, יענקעלע שרייט אז מען רודפ'ט אים, אבער יעדן טאג האט ער צוטאן מיט א צווייטן און ווי עס זעט אויס האט ער יעדע מאל צוריקדערלאנגט און מען זעט אז ער קען פיין שלאגן ווען ער וויל, מחמת זיין ספק באשלוסט דער רבי אויסצואווארטן און גארנישט זאגן איצטערט.
פארן אהיימגיין רופט דער רבי צו אונזער נרדף, דער צדיק וועם יעדעם רודפ'ט על לא עול בכפו און הייבט אים אן אביסל אויסצופרעגן, אונז וועלן ניטש אריינגיין איצט אין די חקירות ודרישות ווייל די בעל קלינגט שוין און מען דארף שוין גיין, אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן אז צומארגענס איז די ניגון פון יענקעלע געווען אז דער רבי רודפט אים, ס'נישט קיין יושר, דער רבי האט זיך זיינע מיוחסים, חזקי איז פון זיינע ניוחסים און וועגן דע רודפט אים דער רבי.
--
טראמפ האט אין זיינע ערשטע וואכן אלץ פרעזידענט געזאגט אז מען רופט אים, וויטש האנט כלשונו, זינט דאן האט מען אים געהאלטן אין איין רודפ'ן, צוריק צום משל, עס זענען דא בוליס אין חדר, עס זענען דא רבי'ס וואס זענען נישט אזוי הונדרעט פראצענט יושר'דיג אלעמאל, אבער אויב יענקי איז דער וואס האט אלע יארן געהאט צו טאן מיט רודפים אין אלע כיתות, און ער פאר זיך איז גאנץ א פיינע בולי, וועל איך אננעמען אז "ער איז נישט אומשולדיג".
דאס מיינט נישט אז ס'איז מער נישטא קיין רודפים, דאס מיינט נישט אז יעדער וואס האט געשטעפעט יענקעלע איז גענצליך ריין, אבער דער יענקעלע איז נישט אומשולדיג.
אלזא, איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישטא קיין סוואמפ, אבער טראמפ האט געהאט צו טאן מיט די FBI "נאך פאר ער האט אויפגעדעקט אז די FBI איז א שטיק שקר" טראמפ איז דוקא געווען דער מענטש פון LAW AND ORDER, ער האט אויפגענומען סעשאנס און סעשאנס איז געווארן פסול, פארוואס? ווייל סעשאנס איז קאראפטירט? פארוואס איז קאומי געווארן פסול צוויי וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט אים געהאלזט און שטארק באדאנקט ? און פארוואס האט טראמפ געבעטן אז קאומי זאל זיין לויאל? און פארוואס איז קריסטאפער רעי אויפגעברויזט אויף טראמפ? ווייל טראמפ האט אויפגעדעקט אז די FBI איז קאראפטירט? נו פארוואס טאקע האט נישט טראמפ געזען דערצו אז מען זאל מאכן די FBI אויס קאראפטירט? איז נישט רעי געווען דער פערזאן?
אה, איין מינוט, פארוואס איז עפעס יעדער אין די FBI קאראפטירט ? איז די אימיגראציע אפיצירן אפטיילונג די איינציגסטע וואס זענען נישט געווען קאראפטירט? אלע FBI דירעקטארס פון די פריערדיגע צוואנציג יאר זענען פארדארבן? אוי וויי! דאס האט טראמפ אויפגעדעקט?
איין מינוט, פונקט טראמפ דער קרוק איז דער פערשוין וואס האט באוויזן דאס אויפצודעקן? וואס איז טראמפ'ס סקילס? פארוואס פונקט ער האט דאס באוויזן איינמאל פאר אלעמאל דורעכצוברעכן? וואס איז זיינע טאלאנטן?
דוכט זיך מיר אז טראמפ שרייבט גענוג און נאך מאל אין זיינע ביכער און אין זיינע אונטערוויוס וואס זיינע טאלאנטן זענען: צו פארטושן די מענטשהייט, ער שרייבט זייער אפן און קלאר אז צומאל פעלט זיך אויס מגזם צו זיין מיט קריטיק, ער זאגט זייער אפן און קלאר אז ער וועט צוריקענטפערן און צוריקדערלאנגן פאר יעדעם וואס רעדט אנטקעגן אים, ער פירט אן מיט נעגאטיווע פאבליק רילעישענס צו אלע זיינע קריטיקירער, ווען ער לויפט קעגן טעד קרוז פארציילט ער לעכערליכע לגיונות אז טעד קרוז'ס טאטע האט גע'הרג'ט מענטשן, ער האט באשאפן מעשיות קעגן אלע זיינע קעגנער און זיי אויפגעבלאזן איינהאלטענדיג די ארט אוו די דיעל, און ווען די FBI האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים האט ער נישט געהאנדלט אנדערש ווי ווען טעד קרוז האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים, און אזוי ארום האט ער אנטדעקט אז די FBI איז קאראפטירט.
און אז מען קוקט בלויז אויף איין שורה קען מען דאס פארזען, אבער אז מען קוקט אויף די גאנצע מעשה זעט מען גענוג צו ערלויבן זיך ספיקות האבן אז אפשר איז דער טראמפ סתם א מח וועשער, א ליגנער און אזא איינער וואס ווייסט גוט וויאזוי איינצורעדן די מענטשהייט אז ער איז דער נעבעך און די FBI זענען די שקצים.
זקן מלא רחמים.