וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואשינגטאן די סי ווס דאנעלד טראמפ, ווער איז מער באגלייבט?

וואשינגטאן די סי
76
26%
דאנעלד טראמפ
219
74%
 
סך הכל שטימען: 295

שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

קיינמאל אויפגעבן האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:
די גרעסטע חידוש ביי מיר איז אז וואשינגטאן די סי איז אזוי אומסוקסעספאל אין די געראנגל דערווייל
אלע היסטארישע היסטעריע ווערט צובלאזן ווי א זייפן בלאז אמאל האלט עס אן איין טאג אמאל 3 יאר אבער אין די ענדע האלטן זיי אין ערגעץ

ראשע קליזען ביי ביי
אימפיטשמענט ביי ביי
יאנואר 6 ביי ביי
נאך 15 אינוועסטיגעישנס במצולות ים

אין די זעלבע גייט זיין יעצט מיט די דאקומענטען
ווייס איך נישט ווי איר זעהט אז זיי זענען אומסוקסעספול, טראמפ איז נישט פרעזידענט. פינטל.
נישט דעס איז זייער מערכה ווייל ווען יא וואלטן זיי שוין אויפגעגעבן מיט אים פינטל

אבער מיט דעם ביסטו גערעכט זיי האבן סוקסעספול מאנעווירט די עלעקשאנס קייגען אים
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אושפיזין האט געשריבן:
דערבארומדיגער מאסיוו!
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

מטעמים קלאר ווי אלעמאל
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

צו וואס איז דאס נוגע. אויב האט באמת טראמפ געטון אומריכטיג, דאן גייט דאס עמיצן טוישן? עס קוקט אויס ווי סיי וואס ס'וועט געשען, וועט טראמפ בלייבן די נרדף פון די מאכטפולע די סי.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ס’איז אביסעל א סטופיד קשיא און איך וועל מסביר זיין פארוואס, טראמפ איז א אינדערווידואל וואס יעדער קען זעהן א דעי מענטש איז נישט מבחין צווישן אמתאון שקר, ער איז א קריגערישע מענטש באבלאזן אויף די האלבע שטאט.

די פעדעראלע גאווערמענט איז נישט קיין אינדערווידואל, און ווערט אויך נישט געפירט ביי קיין אינדערווידועל, עס איז א צוזאמשטעל פון צענדליגער אגענטורן און אינסטיטוציעס, צוצוגלייכן דעי צוויי איז נישט יושר, בעת וואס די FBI איז פארפוילט אפשר איז די CIA נישט פארפוילט, בעת וואס די יוסטיץ דעפ. איז פארפוילט אפשר איז די פענטעגאן נישט פארפוילט וכו’ וכו’ איך כאפ אן דעי נעמען נאר אלס משל.

טראמפ ווס. גארלענד, טראמפ ווס. רעי, וכו’ וכו’ א אינדערווידואל ווס. אינדערווידואל.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

צו וואשיגטאן די סי אדער מער קלארער די דזשאסטעס דעפארטמענט איז באגלייבט איז דבעיטבעל. ווענד זיך אויף וועלעכע זייט אין פאליטיק איר שטייט און וועלעכע ספעציפישע מעשה מ'רעדט.

אבער מעריק גארלעד'ס דזשאסטעס דעפארטמענט איז נאכנישט געכאפט געווארן ביי ליגנט.

וואדעראום טראמפ לאגער איז געכאפט געווארן דאס מאל ביי א גרויסן ליגנט. נעמליך זיי האבן געזאגט אז זיי האבן נישט באקומען דעם 'סירטש ווארענט' וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט וואר.

האלט מיר יעצט ביי 1 אקעגן ס ליגנטס פון מעריק גארלעד'ס דזשאסטעס דעפארטמענט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
, אה דאס וועט דורהעם קלאר מאכן, סזיכער אז די גאנצע FBI איז פארפולט פון קאפ ביז פיס, און טראמפ איז א ריינע שעפעלע, והא ראיה רוסישע אינוועסטיגאציע, אונז ווארט מיר נאר אז דורהעם זאל געהעריג מסביר זיין פארוואס עס איז געווען פארפוילט.

אדער קען זיין אז נישט, יתכן אז די FBI האט טאקע ווירקליך געעפנט די אויספארשונג אזוי ווי ברייט באריכטעט דורעך פילע אויספארשונגן איבער די FBI אויספארשונג, אריינגערכנט די נונעז מעמא און די האראוויץ אויספארשונג וואס פארציילן אז די אינוועסטיגאציע האט זיך אנגעפאנגן ווען די FBI האט באקומען א טיפ פון איינעם וואס האט גערעדט מיט א טראמפ קאמפיין באאמטער און יענער האט פארציילט אז רוסלאנד האט זיך פארגעשאלגן ארויסצוהעלפן די טראמפ קאמפיין דורעך שאפן שמוץ אויף הילערי, און שפעטער ווען וויקי ליעקס האט ארויסגעלייגט שמוץ אויף הילערי און זיי האבן עס באקומען פון רוסישע סאורסעס האט די FBI געעפנט די אויספארשונג צו דערגיין אויב די צוויי זאכן האבן געהאט א שייכות, נאכן אויספארשונג שטעלט זיך ארויס אז נישט, אבער די פאקט איז נאך אלץ אמת אז די רוסן האבן אנגעבאטן צו העלפן.

און עס איז נאך אלץ אמת אז פאול מענעפארט וואס איז געווען די אפעציעלע קאמפיין מענעזשער פון טראמפ'ס קאמפיין האט געהאט באקומען ביליאנען דאלארן פארן העלפן רוסלאנד אין זייער מיסיע אנצוהאלטן יאנעקאוויטש פאר פרעזידענט אין אוקריינע, א זאך וואס האט געשפילט א קריטישע ראלע אין די רוסישע אוקריינע באציאונגן און איז די אנפאנג פון די קריג וואס האט אפעציעל אויסגעבראכן אום 2014 מיט די אינוואזיע אויף קריימיע, מענעפארט האט געהאלפן דעם רוסישן יאנעקאוויטש, און עס האט געצויגן פארדאכטן ביי די FBI.

למעשה איז קלאר געווארן נאכן אויספארשונג אז טראץ די ווילן פון רוסלאנד צו העלפן טראמפ און טראץ די מאדנע אויפפירונג פון טראמפ צו רעדן שיין פון פוטין בכל עת מצא (ווייל פוטין האט געזאגט שיינע זאכן אויף מיר- כלשון טראמפ) איז למעשה נישט געווען קיין שום אפגעשמועסטע אקטן און טראמפ איז ריינגעוואשן פון סיי וועלכע אישוס.

אדער קען זיין אז נישט, די FBI האט זיך פלעין אזוי פארלייגט אויף טראמפ, ווייל די סי איז אין א געראנגל מיט טראמפ על לא דבר אים צו דערגיין די יארן, בלייבט איבער צו ווארטן ביז דורהעם וועט טאקע אזוי אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.

--

נישט קלאר פארוואס מען זאל נעמען די רוסישע אינוועסטיגאציע אלץ א סעמפל, עס איז א שאלה פארוואס איז דא פילע געראנגלן פון וואשינגטאן די סי אריינגערעכנט פון רעפאבליקאנער און מענטשן וואס טראמפ האט אויפגענומען, און מאיזה סיבה שהוא טרעפן זיך פילע פון זיין אין א געראנגל מיט טראמפ, ווער איז שולדיג? איז די כלל וואשינגטאן די סי שולדיג אדער אפשר איזטראמפ עפעס נישט אזוי איי איי איי און דעריבער טרעפט ער זיך כסדר אין פראבלעמען מיט זיי.
;l;p- ;l;p-
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שטארק זיך האט געשריבן:
האללאו האללאו.... מיסטער דערבארמדיגער...

פשוט׳ע זאכן ברויכן קיינע פארצויגענע דרשות.

אין איין ווארט וואס דו זאגסט: נישטא קיין סוואמפ; און טראמפ איז פראבלאמאטיש.

נו כהער
ניין, דאס קען מען נישט זאגן אין איין ווארט.

א יונגל איז געקומען צו די רבי אז מושי האט אים געשלאגן, מושי טענה'ט אבער אז יענקי האט אנגעהויבן, א שוואכע טענה, דער רבי גיט א פארציע פאר מושי.

מארגן האט יענקעלע צו טאן מיט געציל, און יענקי איז קאננווינסד אז ער איז אומשולדיג, און פילע יונגלעך פון חדר האלטן אויך אזוי, נו נו, דער רבי פארשטייט אז יענקי איז לכאורה אומשולדיג און געציל איז דער וואס האט געמאכט די פראבלעם, דער רבי האט זיך אנגענומען פאר יענקעלע און געגעבן געציל אנצוהערן אז ער וועט נישט טאלערירן די רדיפות.

גייט אריבער א וואך און דער רבי הערט אז חזקי האט געשלאגן געצי, חזקי טענה'ט גראדע אז יענקעלע האט אים צוגעכאפט זיין פענסיל קעיס מיט זיין ריסעס, אבער יענקעלע זאגט אז דאס איז שון געקומען נאכן פאטש פון חזקי, חזקי טענה'ט אז נישט, הקיצור ס'טוצעך א טענה ומענה פון אלע זייטן, ביז דער רבי גיט זיך א כאפ אז יענקעלע האט דא יעדן טאג צו טאן מיט א צווייטן, ער איז באמת מסופק ווער עס איז דא גערעכט, יענקעלע שרייט אז מען רודפ'ט אים, אבער יעדן טאג האט ער צוטאן מיט א צווייטן און ווי עס זעט אויס האט ער יעדע מאל צוריקדערלאנגט און מען זעט אז ער קען פיין שלאגן ווען ער וויל, מחמת זיין ספק באשלוסט דער רבי אויסצואווארטן און גארנישט זאגן איצטערט.

פארן אהיימגיין רופט דער רבי צו אונזער נרדף, דער צדיק וועם יעדעם רודפ'ט על לא עול בכפו און הייבט אים אן אביסל אויסצופרעגן, אונז וועלן ניטש אריינגיין איצט אין די חקירות ודרישות ווייל די בעל קלינגט שוין און מען דארף שוין גיין, אבער אזויפיל קען איך דיר יא זאגן אז צומארגענס איז די ניגון פון יענקעלע געווען אז דער רבי רודפט אים, ס'נישט קיין יושר, דער רבי האט זיך זיינע מיוחסים, חזקי איז פון זיינע ניוחסים און וועגן דע רודפט אים דער רבי.

--
טראמפ האט אין זיינע ערשטע וואכן אלץ פרעזידענט געזאגט אז מען רופט אים, וויטש האנט כלשונו, זינט דאן האט מען אים געהאלטן אין איין רודפ'ן, צוריק צום משל, עס זענען דא בוליס אין חדר, עס זענען דא רבי'ס וואס זענען נישט אזוי הונדרעט פראצענט יושר'דיג אלעמאל, אבער אויב יענקי איז דער וואס האט אלע יארן געהאט צו טאן מיט רודפים אין אלע כיתות, און ער פאר זיך איז גאנץ א פיינע בולי, וועל איך אננעמען אז "ער איז נישט אומשולדיג".

דאס מיינט נישט אז ס'איז מער נישטא קיין רודפים, דאס מיינט נישט אז יעדער וואס האט געשטעפעט יענקעלע איז גענצליך ריין, אבער דער יענקעלע איז נישט אומשולדיג.

אלזא, איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישטא קיין סוואמפ, אבער טראמפ האט געהאט צו טאן מיט די FBI "נאך פאר ער האט אויפגעדעקט אז די FBI איז א שטיק שקר" טראמפ איז דוקא געווען דער מענטש פון LAW AND ORDER, ער האט אויפגענומען סעשאנס און סעשאנס איז געווארן פסול, פארוואס? ווייל סעשאנס איז קאראפטירט? פארוואס איז קאומי געווארן פסול צוויי וואכן נאכדעם וואס טראמפ האט אים געהאלזט און שטארק באדאנקט ? און פארוואס האט טראמפ געבעטן אז קאומי זאל זיין לויאל? און פארוואס איז קריסטאפער רעי אויפגעברויזט אויף טראמפ? ווייל טראמפ האט אויפגעדעקט אז די FBI איז קאראפטירט? נו פארוואס טאקע האט נישט טראמפ געזען דערצו אז מען זאל מאכן די FBI אויס קאראפטירט? איז נישט רעי געווען דער פערזאן?

אה, איין מינוט, פארוואס איז עפעס יעדער אין די FBI קאראפטירט ? איז די אימיגראציע אפיצירן אפטיילונג די איינציגסטע וואס זענען נישט געווען קאראפטירט? אלע FBI דירעקטארס פון די פריערדיגע צוואנציג יאר זענען פארדארבן? אוי וויי! דאס האט טראמפ אויפגעדעקט?

איין מינוט, פונקט טראמפ דער קרוק איז דער פערשוין וואס האט באוויזן דאס אויפצודעקן? וואס איז טראמפ'ס סקילס? פארוואס פונקט ער האט דאס באוויזן איינמאל פאר אלעמאל דורעכצוברעכן? וואס איז זיינע טאלאנטן?

דוכט זיך מיר אז טראמפ שרייבט גענוג און נאך מאל אין זיינע ביכער און אין זיינע אונטערוויוס וואס זיינע טאלאנטן זענען: צו פארטושן די מענטשהייט, ער שרייבט זייער אפן און קלאר אז צומאל פעלט זיך אויס מגזם צו זיין מיט קריטיק, ער זאגט זייער אפן און קלאר אז ער וועט צוריקענטפערן און צוריקדערלאנגן פאר יעדעם וואס רעדט אנטקעגן אים, ער פירט אן מיט נעגאטיווע פאבליק רילעישענס צו אלע זיינע קריטיקירער, ווען ער לויפט קעגן טעד קרוז פארציילט ער לעכערליכע לגיונות אז טעד קרוז'ס טאטע האט גע'הרג'ט מענטשן, ער האט באשאפן מעשיות קעגן אלע זיינע קעגנער און זיי אויפגעבלאזן איינהאלטענדיג די ארט אוו די דיעל, און ווען די FBI האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים האט ער נישט געהאנדלט אנדערש ווי ווען טעד קרוז האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים, און אזוי ארום האט ער אנטדעקט אז די FBI איז קאראפטירט.

און אז מען קוקט בלויז אויף איין שורה קען מען דאס פארזען, אבער אז מען קוקט אויף די גאנצע מעשה זעט מען גענוג צו ערלויבן זיך ספיקות האבן אז אפשר איז דער טראמפ סתם א מח וועשער, א ליגנער און אזא איינער וואס ווייסט גוט וויאזוי איינצורעדן די מענטשהייט אז ער איז דער נעבעך און די FBI זענען די שקצים.
זקן מלא רחמים.
ס׳וועט זיין בעסער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט זיין בעסער »

מי חכם האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:
דעפיניר "גלייב"

פון איין זייט האבן מיר א טראמפַ לויער וועלכער האט געשריבן א בריוו אין יוני - לכאורה אין נאמען פון זיין קליענט - צו די יוסטיץ דעפארטמענט אז טראמפ האט מער נישט קיינע קלאסיפייד דאקומענטן אין מאר א לאגא, און פון די אנדערע זייט האבן מיר די עףַ בי איי רעסיטס וואס צייגן זייער קלאר אז דארט האט זיך געפונען די געהיימסטע סארט דאקומענטן וואס זענען נאר שייך.

סאו דיין שאלה איז צי דו זאלסט גלייבן די רעסיטס?
וואס אויף זיי שרייבט טראמפ אז זיי זענען שוין געווארן דיקלעסיפייד
דאס איז גוט פאר א ספין. נוקלעארע דאקומענטן קענען נישט ווערן דיקלאסיפייד סתם באזירט אויפן פרעזידענט'ס גיסטע
און ווער זאגט אז ס׳געוועהן נוקליער דאקס, ווער זאגט אז מ׳האט ג׳חתמ׳ט אין יוני, די זעלבע וואס האבן געשריגן ראשע קאלוזשען?
פון איין זייט האסטו אן אגענטאר וואס האט זיך אויסגעשטעלט אלס שקרנים ווען ס׳קומט צו טראמפ. סא וועם צו גלייבן? זיכער נישט די ווערעפייד פבא שקרנים.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
דיין פעדער איז ציקער זיס, מיט א שיינע משל און נמשל, נאדיר קודם וואס קומט זיך: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך האלט נישט אז דאס איז ממש די מציאות דא, ס’איז נישט אז יעדן טאג איז ער פארנימען מיט א צווייטן, ער האט צו טון מיט איין עלעמענט, דעם דעמאקראט! זיי האבן הענט אין פיס אינעם גאנצן לאנד, מיט א מעכטיגע פאווער, זיי וועלן ניצן יעדע טאל (tool) אין זייער באקס אים צו באגראבן, פשוט ווייל ער רעדט זייער שפראך, און איז נישט דעשראקן ווי א מייזל ביים באקומען אביסל היץ אין די מידיע,
ממילא יעדן אגענטור אין וואשינגטאן די סי וועט ניצן זייער כוח אנקעגן אים
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3749
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

צק
ווען קלינטאן וואלט ווען געווארן פראסעקיוטעד פאר איר אימעיל סקאנדאל וואלט איך ווען יעצט געהאלטן אז זיי זענען דא פאר גערעכטיגקייט. וכן להיפך
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

דעת בעל הבית האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
דיין פעדער איז ציקער זיס, מיט א שיינע משל און נמשל, נאדיר קודם וואס קומט זיך: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך האלט נישט אז דאס איז ממש די מציאות דא, ס’איז נישט אז יעדן טאג איז ער פארנימען מיט א צווייטן, ער האט צו טון מיט איין עלעמענט, דעם דעמאקראט! זיי האבן הענט אין פיס אינעם גאנצן לאנד, מיט א מעכטיגע פאווער, זיי וועלן ניצן יעדע טאל (tool) אין זייער באקס אים צו באגראבן, פשוט ווייל ער רעדט זייער שפראך, און איז נישט דעשראקן ווי א מייזל ביים באקומען אביסל היץ אין די מידיע,
ממילא יעדן אגענטור אין וואשינגטאן די סי וועט ניצן זייער כוח אנקעגן אים
קוקט נישט אויס ווי די האסט דורכגעליינט זיין תגובה.

דזשף סעשאנס פון טראמפ'ס ערשטע אינדארסמענטס

רעי וואס גייט אויפקלינען די פבא

וויליאם באר טראמפ'ס פיק

מיק פענס

מיק מילוועיני

מיטש מעקאנעל די שיין פון די רעפאבליקענס

לינדזי גרעם

זיי זענען אלע דעמעקראטען....? סיריעס?
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
ס׳וועט אריבערגיין
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 31, 2021 4:19 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס׳וועט אריבערגיין »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
, אה דאס וועט דורהעם קלאר מאכן, סזיכער אז די גאנצע FBI איז פארפולט פון קאפ ביז פיס, און טראמפ איז א ריינע שעפעלע, והא ראיה רוסישע אינוועסטיגאציע, אונז ווארט מיר נאר אז דורהעם זאל געהעריג מסביר זיין פארוואס עס איז געווען פארפוילט.

אדער קען זיין אז נישט, יתכן אז די FBI האט טאקע ווירקליך געעפנט די אויספארשונג אזוי ווי ברייט באריכטעט דורעך פילע אויספארשונגן איבער די FBI אויספארשונג, אריינגערכנט די נונעז מעמא און די האראוויץ אויספארשונג וואס פארציילן אז די אינוועסטיגאציע האט זיך אנגעפאנגן ווען די FBI האט באקומען א טיפ פון איינעם וואס האט גערעדט מיט א טראמפ קאמפיין באאמטער און יענער האט פארציילט אז רוסלאנד האט זיך פארגעשאלגן ארויסצוהעלפן די טראמפ קאמפיין דורעך שאפן שמוץ אויף הילערי, און שפעטער ווען וויקי ליעקס האט ארויסגעלייגט שמוץ אויף הילערי און זיי האבן עס באקומען פון רוסישע סאורסעס האט די FBI געעפנט די אויספארשונג צו דערגיין אויב די צוויי זאכן האבן געהאט א שייכות, נאכן אויספארשונג שטעלט זיך ארויס אז נישט, אבער די פאקט איז נאך אלץ אמת אז די רוסן האבן אנגעבאטן צו העלפן.

און עס איז נאך אלץ אמת אז פאול מענעפארט וואס איז געווען די אפעציעלע קאמפיין מענעזשער פון טראמפ'ס קאמפיין האט געהאט באקומען ביליאנען דאלארן פארן העלפן רוסלאנד אין זייער מיסיע אנצוהאלטן יאנעקאוויטש פאר פרעזידענט אין אוקריינע, א זאך וואס האט געשפילט א קריטישע ראלע אין די רוסישע אוקריינע באציאונגן און איז די אנפאנג פון די קריג וואס האט אפעציעל אויסגעבראכן אום 2014 מיט די אינוואזיע אויף קריימיע, מענעפארט האט געהאלפן דעם רוסישן יאנעקאוויטש, און עס האט געצויגן פארדאכטן ביי די FBI.

למעשה איז קלאר געווארן נאכן אויספארשונג אז טראץ די ווילן פון רוסלאנד צו העלפן טראמפ און טראץ די מאדנע אויפפירונג פון טראמפ צו רעדן שיין פון פוטין בכל עת מצא (ווייל פוטין האט געזאגט שיינע זאכן אויף מיר- כלשון טראמפ) איז למעשה נישט געווען קיין שום אפגעשמועסטע אקטן און טראמפ איז ריינגעוואשן פון סיי וועלכע אישוס.

אדער קען זיין אז נישט, די FBI האט זיך פלעין אזוי פארלייגט אויף טראמפ, ווייל די סי איז אין א געראנגל מיט טראמפ על לא דבר אים צו דערגיין די יארן, בלייבט איבער צו ווארטן ביז דורהעם וועט טאקע אזוי אויפווייזן שווארץ אויף ווייס.

--
נישט קלאר פארוואס מען זאל נעמען די רוסישע אינוועסטיגאציע אלץ א סעמפל, עס איז א שאלה פארוואס איז דא פילע געראנגלן פון וואשינגטאן די סי אריינגערעכנט פון רעפאבליקאנער און מענטשן וואס טראמפ האט אויפגענומען, און מאיזה סיבה שהוא טרעפן זיך פילע פון זיין אין א געראנגל מיט טראמפ, ווער איז שולדיג? איז די כלל וואשינגטאן די סי שולדיג אדער אפשר איזטראמפ עפעס נישט אזוי איי איי איי און דעריבער טרעפט ער זיך כסדר אין פראבלעמען מיט זיי.
קוקט נישט אויס ווי דו האלטסט מיט די אלע מיסברויכן וואס איז פאר געקומען אינערהאלב דעם אגענטור אין די לעצטע 9 יאר. נישט צום גלויבן!

איך גיי נישט אויסרעכענען יעצט די אלע סקאנדאלן ווייל הזמן יכלו. און זאלסטו נאר וויסן אז די דעמאקראטן האבן א שיינע פאר מאל געשריגן אז די אגענטור איז קאראפטעד. ווען ס׳איז געקומען צו זייערע מענטשן. יעצט ווי געווענטליך דרייען זיי דעם היטל. ווי כאילו די עף בי איי איז ציכטיג ריין. גאנץ אן א פעלער. הייליג. צדיקים!

א גוי איז א גוי. און קיין נאמנות האבן זיי נישט. טראמפ אויך נישט. גיין שרייען אז אלעס פירט זיך בצדק ויושר איז לעכערליך און אבסורד.

ביסטו מודה אז גוים זענען געשלאגן מיט די אנטעסעמיטיזם סינדראם, איא? ביסטו מודה אז די יוסטיץ אגענטור אין אמעריקא קען צומאל זיך באגיין מיט א איד מיט ציפידיגע שטרענגקייט און צוטיילן אפאר יאר תפיסה מער פאר אים ווי פאר זיין גויאישן שותף, איא?

השתא דאתית להכי, אז זיי האבן פיינט טראמפ נאך מער פונעם איד, וועלן זיי נישט פרובירן אים צו דערקוטשן די יארן?!

ודו״ק
ס'וועט אריבערגיין. טראסט מיך. האלט אן.
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
צק
ווען קלינטאן וואלט ווען געווארן פראסעקיוטעד פאר איר אימעיל סקאנדאל וואלט איך ווען יעצט געהאלטן אז זיי זענען דא פאר גערעכטיגקייט. וכן להיפך
;l;p-
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
צו וואשיגטאן די סי אדער מער קלארער די דזשאסטעס דעפארטמענט איז באגלייבט איז דבעיטבעל. ווענד זיך אויף וועלעכע זייט אין פאליטיק איר שטייט און וועלעכע ספעציפישע מעשה מ'רעדט.

אבער מעריק גארלעד'ס דזשאסטעס דעפארטמענט איז נאכנישט געכאפט געווארן ביי ליגנט.

וואדעראום טראמפ לאגער איז געכאפט געווארן דאס מאל ביי א גרויסן ליגנט. נעמליך זיי האבן געזאגט אז זיי האבן נישט באקומען דעם 'סירטש ווארענט' וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין נישט וואר.

האלט מיר יעצט ביי 1 אקעגן ס ליגנטס פון מעריק גארלעד'ס דזשאסטעס דעפארטמענט.
ערשטע ליגנט:

מעריק גארלענד האט געזאגט אין סענאט, אונטער שבועה אז זיי טוען נישט טארגעטן קיין עלטערן פון קינדער אין סקולס.

https://www.thecentersquare.com/nationa ... ccf0b.html
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

SPXUP האט געשריבן:
יעדע פרעזידענט גייט דורך אינוועסטיגעישענס, קיינער האט נישט געמאכט די בהלה ווי טראמפ.
וואס?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מטעמים האט געשריבן:
וואשינגטאן די סי באשטייט פון קאנגרעס און דערנאך גאווערמענט אינסטיטוציעס ווי למשל:

פענטאגאן
עף בי איי
סי איי עי
פאסט אפיס
סטעיט דעפארטמענט
איי אר עס

וכל שום וחניכא דאית איז אלעס אינטער די פעדעראלע גאווערמענט וואס ניינציג פראצענט פון די מענטשהייט דארט ארבייטען שוין אויף זייערע פאזיציעס לאנגע יארען און זיי פראטעקטען זייערע אינסטיטוציעס און ביוראקרעסיס פאר א יעדע פרייז אין די וועלט.

זיי זענען נישט קיין דעמאקראטען אדער רעפובליקאנע מענטשען זיי זענען ארבייטארער פארען סיסטעם וואס טראמפ און האלב אמעריקע האלט אז עס איז א קעראפטירטע אין ערגסטען פאל אדער א צודרייט ביוראקראטישע סיסטעם אין בעסטען פאל.
;l;p-
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p-
וידגו לרב בקרב הארץ.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פאר ווער עס וויל...
(כזעה אז יעדער געבט עס פאר זיינע פרעינדס דא... איך לאז יעדעם)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

Jhon האט געשריבן:
ס'איז נישט רעלעוואנט ווער ס'איז מער באגלייבט, ווייל אפילו טראמפ איז שולדיג וואלט מען דאס נישט געטוען פאר א צווייטע געוועזענער פרעזידענט. זיי זוכן נאר אים צו אויסמעקן
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די קעפל, די אנקעטע, און די גאנצע טענה'ריי ווייסט אן אויף אן אינטערסאנטע אין אמעריקאנע פאליטיקס און מעגליך אפילו די שורש פון אמעריקאנער דעמאקראטיע.

דאס איז די 'מעגליכע' פאקט אז אין איין וועג אדער א צווייטע איז די אמעריקאנער רעגירונג סטרוקטור, די לאנד'ס פאליטישע ווינט, און די בירגער זעלבסט גענצליך צעפאלן און מעגליך די ענדע פון אמעריקאנער דעמאקראטיע.

פאר איר שרייט מיר אן, טראכט א מינוט.

ביידע זייטן אינעם וויכוח זענען מודה אז עס קומט פאר טיפע קארופציע, דיקטאטורישע אקטן, און באוועגונגען וואס ארבעט מיט'ן ציל אונטערצוברענגען דעמאקראטיע אין אמעריקע.

די איינציגסטע זאך איבער וואס די צוויי זייטן קריגן זיך איז 'ווער זענען די פאררערטער און ווער זענען אנטי דעמאקראטיע'.

דאס פירט צום מסקנא אז אלס אן אינדעפענדענט/מאדערעט/צענטריסט אדער סתם אויב מ'טרעט ארויס פונעם אייגענעם מיינונג פאר א מינוט, איז עס אביסעלע שרעקעדיג. נישט קיין חילוק וועלכע זייט איך גלייב, קיין חילוק וועלכע זייט איז שולדיג, ווערן יעצט געטאן אינערהאלב די אמעריקאנער פאליטיקאנטן און ביי פראקסי אויך אמעריקאנער בירגער אקטן וואס טאר נישט געטון ווערן. נישט סתם אקטן וואס טאר נישט געטון ווערן, אבער אקטן וואס ווען מ'טוט דאס איז עס אנטקעגן די שורש פון פרייהיייט.

אלזא, אנשטאט צו טראכטן וועם איך זאל גלייבן, ברויך איך אנהייבן טראכטן 'געוואלד מיר פאלן אין תהום אריין', און מיר קענען גארנישט טון! ווייל איינע פון די צוויי זייטן זענען שוין טיף פארמישט אין אונטערברענגען אמעריקאנער פרייהייט.

לאמיר אנהייבן מיט די דעמאקראטן.

די דעמאקראטן טענה'ן אז טראמפ האט מעגליך קאלאבארירט מיט רוסלאנד, געפירט אן אויפשטאנד, אומלעגאלע אפמאכן מיט אוקריינא (עפעס אזוי), באהאלטן קלאסיפיצירטע דאקומענטן וואס ווערט גערעכנט אלס א פארראט. ער איז א דיקטאטור וואס אויב פירט ער אויס וועט ער קאנטראלירן אמעריקע אומ-דעמאקראטיש. ער איז א דעמאגאג וואס האט די מעגליכקייט צו אויפהייטערן מאסן וואס וועלן גלייבן אין אלע סארט 'קאנספיראציעס' און גיין פאר פייער און פאר וואסער צו טון וואס ער זאגט, קיין חילוק ווי נישט נארמאל דאס איז.

לויט די דעמאקראטן איז ער מעגליך באגאנגען צענדליגע פארברעכנס, פון טעקס פראוד, עמבעזלמענט, אויסנארן אנדערע פינאנציעל, אטאקירן פרויען, באשמירן געוויסע פערזאנען (דעפעמיעשאן), אויסנארן אינוועסטארס, מיסבאנוץ פון אינאגורעשאן פאנדס, אקטן אנטקעגן די ציוויל רייטס וואטינג אקט, געלט פראוד אין סקאטלאנד, אינשורענס פראוד, עלעקשאן אינטערפערענס, אריינשליידערן פאליטישע שונאים און תפיסה (מייקל קאהען), און איך בין זיכער אז די אנטי טראמפ דא קענען צולייגן מער טענות.

אין צוגאב טענה'ן אסאך אז ער אליינס איז פשוט א געפאר פאר דעמאקראטיע, א מענטש וואס אונטער קיין שום פאל זאל האבן סיי וועלכע פאליטישע כוח.

אוודאי גלייבן נישט אלע דעמאקראטן/אנטי טראמפ (אפשר עקסטרעמע) אין יעדע איינציגע פון די אויבנדערמאנטע באשולדיגונגען, אבער אפילו אויב נאר א חלק דערפון איז אמת, איז שוידערליך און שרעקעדיג אז אזא איינער האט באקומען אזויפיל מאכט און געמאכט אזויפיל דעמעדזש צו אמעריקע.

רבותי, באשייגעצט מיר נישט אלס אן אנטי טראמפ, ביטע. איך פרוביר נאר ארויסצוברענגען א נקודה.

טענות פון טראמפ שטיצער, רעפובליקאנער, און קאנסערוואטיווע אדער אלט-רייט גרופעס.

דעמאקראטן אדער סיי וועלכע טראמפ קעגנער באגייען שרעקליך אומ-דעמאקראטישע אקטן אבי אריינצושליידערן טראמפ אינעם תהום, נישט נאר טראמפ, אבער זיי פירן דאס לאנד דיקטאטוריש און צוימען אמעריקאנער בירגער רעכטן.

זיי טוען סיי וואס וואס צו בלייבן אין מאכט, קיין חילוק ווי אומ-מענטשליך אדער אומ-קאנסטיטוציאנאל עס איז.

הילערי אימעילס, הילערי/עפשטיין, דיעפ סטעיט, פוטין סטייל פאליטישע רדיפות, האנטער ביידען, פעלשן וואלן, מידיא קאנטראל, צונעמען פרייהייט פון אויסדרוק, אבאמא קאנטראלירט נאכאלס וואשינגטאן, ביידען קאלעכט און איז א סכנה צו זיין פרעזידענט, סאשעליסטס, בל"מ טעראריסטן, מולער פאליטיקעל וויטשהאנט, ניצן קאראנע צו קאנטראלירן אמעריקאנער, צווינגען וואקסינס, צונעמען גאן רעכטן, קארפארעט אמעריקע, פרישע וואלן רעגולאציעס צו באקומען מער שטימען, אימיגראנטן צו באקומען מער שטימען, שעדליכע פראפאגאנדע.

די פרא טראמפ קענען פארלענגערן די ליסטע.

ווידעראמאל שרייט מיר נישט אן, דאס איז נאר צו מאכן א פוינט.

וואס מיינט דאס פאר מיר?

די בעסטע 'מציאות' וואלט געווען אז ביידע זייטן זענען בעצם גוט, נאר ביידע זייטן מאכן אויף שטותים צו באשמיצן די אנדערע. דאס איז נישט געוואלדיג, אבער עטליסט זענען זיי נישט גענצליך קארופטירט.

אבער די אפציע איז די שווערסטע צו גלייבן.

זענען ביידע זייטן קארופטירט? מעגליך. דאס איז די ערגסטע אפציע. די קשיא איז אויך אויף ווי ווייט. אויב זענען ביידע זייטן קארופטירט צו די פוינט אז זיי זענען ביידע א געפאר צו דעמאקראטיע, דאן זעמיר ממש הילפלאז. אפי' אויב מ'וויל עפעס טון דערוועגן, ווי אזוי איבערצייגט מען די חסידים פון ביידע זייטן זיך צו פאראייניגן אנטקעגן ברייטע קארופטירטע זייטן?

די יעצטיגע מצב אין וואס כמעט יעדער נעמט א זייט, און פרובירט צו טון דאס בעסטע צו באשיצן דאס לאנד פון די אנדערע זייט.

דאס איז אבער פונקט אזוי שלעכט.

אויב די צוקונפט פונעם לאנד, די פערזענליכע פרייהייט, בעיסיק דעמאקראטיע איז אן די ליין, דאן ווי אזוי קען מען זיך פארלאזן גענוג שטארק אז איין זייט איז גערעכט? וואס איז אויב מ'מאכט א טעות און מ'געפינט אויס אז מ'האט גאר געהאלפן די קארופטירטע?

ווייס איך, דער פשוט'ער בירגער, גענוג צו קענען דערגיין וועלכע זייט איז די אמת'ע געפאר? אויב איין זייט איז גענוג קארופטירט צו קענען ארייננארן האלב פון די פאפולאציע, דאן ווי אזוי איז מעגליך פאר א פשוט'ע בירגער צו דערגיין דעם אמת אין אזא עולם השקר?

איך זע אפאר אפציעס. איינס, מ'נעמט אן אז ביידע זענען קארופטירט און מ'באקוקט ביידע סקעפטיש ביז מ'קען אביסעלע דערשנאפן מער וואס עס גייט פאר, אבער דער עיקר איז זיך נישט צו לאזן פארקויפן פאר קיין איין זייט.

די צווייטע אפציע איז צו אננעמען אז ביידע זייטן זענען טאקע קארופטירט אבער די יסודות פון אמעריקאנער דעמאקראטיע זענען שטערקער און מיר וועלן עס איבערלעבן. די אמת פון ביידע זייטן וועט ארויפשווימען, ביידע וועלן קראכן, און די אמעריקאנע בירגער וועלן זיין גענוג שטארק זיך צוזאמענקומען און צוריקשטעלן די רעגירונג על תילה.

די דריטע אפציע איז אנצונעמען אז ביידע זייטן זענען מילד קארופטירט און ביידע זייטן אינפלעיטן די אנדערע זייט'ס קארופציע. דאס איז טאקע נישט גוט , אבער למעשה וועלן ביידע אויסלויפן פון שטאף. עס וועט אנגיין הין און צוריק ביז די אמעריקאנער וועלן כאפן וואס עס קומט פאר און די פאליטיקאנטן וועלן זיך מוזן אנהייבן רעכענען מיט די בירגער, אדער וועלן זיי ביידע פארלירן דאס פאלק'ס קאנפידענץ.

לכאורה דא נאך אפציעס וואס מ'דארף דורכטראכטן.

פאר מיר פערזענליך, איז קלויבן איין זייט און נאר איין זייט, נישט קיין קיין אפציע. איך זע נישט, עט דאס פוינט, אז עס איז א קלוגע שריט זיך צו לייגן נאר אונטער איין זייט און נעמען די ריזיקע פון בטעות העלפן די שלעכטע זייט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בפשטות האבן אלע שטימערס פאר די צווייטע אפציע געשטימט אויף ליגענט.

דער מציאות איז גאנץ קלאר אז קיינער פון ענק גלייבט נישט טראמפ מער ווי דעם פענטאגאן אדער די סי איי עי.

איז דא איינער דא וואס גלייבט נישט וויפיל היימארס מען האט שוין געשיקט אויף אוקריינע? סיריעסלי.

חוץ שטייצעך ווען מען רעדט לגבי טראמפ פערזענליך, וואס מעג אלעס, און קיינער טאר אים גארנישט, און אלע זיינע ספינס איז א חיוב צו גלייבן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פינאנץ מיניסטער האט געשריבן:
צק
ווען קלינטאן וואלט ווען געווארן פראסעקיוטעד פאר איר אימעיל סקאנדאל וואלט איך ווען יעצט געהאלטן אז זיי זענען דא פאר גערעכטיגקייט. וכן להיפך
טראמפ איז געווארן פראסעקיוטעד?
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

בפשטות האבן אלע שטימערס פאר די ערשטע אפציע געשטימט אויף ליגענט.

דער מציאות איז גאנץ קלאר אז קיינער פון ענק גלייבט נישט דעם פענטאגאן אדער די סי איי עי מער ווי טראמפ.

איז דא איינער דא וואס גלייבט נישט וויפיל קינדער טראמפ האט? סיריעסלי.

חוץ שטייצעך ווען מען רעדט לגבי די עף בי איי פערזענליך, וואס מעג אלעס, און קיינער טאר זיי גארנישט, און אלע זייערע ספינס איז א חיוב צו גלייבן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וואשינגטאן די סי אין א מאכטפוהלע געראנגעל מיט דאנעלד טראמפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' דן האט געשריבן:
.

איז דא איינער דא וואס גלייבט נישט וויפיל קינדער טראמפ האט? סיריעסלי.
קודם כל, דו האסט אנגעכאפט זייער א שוואכן משל, עין ערך הערשל וואלקער...

צווייטנס, קיינער האלט נישט אז טראמפ האט פינעף קינדער, ווייל טראמפ האט אזוי געזאגט.

דריטענס, נישט דא קיין שום אנדערע מקור פאר דעם ציפער געשיקטע היימארס, ווי דעם פענטאגאן.

פערטענס, ממילא איז אינו דומה היימארס צו קינדער.

פיפטענס, דאס וואס דו טוסט דא קען אריינגיין בגדר געטראולט. (דאס איז די ערשטע מאל אויף אייוועלט וואס איך שרייב אז איינער איז א טראול.)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”