אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

געווען איז דאס אין יארע 1896 ווען עס איז געווארן געגרינדעט אן ארגעניזאציע וואס האט זיך גערופן נעשינאל ביורא אויף קרימינאל איידענטיפיקעישאן.. די ציל דערפון איז געווען צו האלטן רעקארד'ס פון באקאנטע קרימינאל'ן, און האלטן אן אויג אויף די מטורפים.. און אלע פאליציי איינהייטן איבערן לאנד זאלן קענען האבן צוטריט איבער די כעוורע און וויסן ווי טראמפ שלאפט ביינאכט.. כ'מיין די קרימינאל'ן יו גאד די פוינט..

אין יארע 1901 האט א געוויסע טראמפ'יסט מיטן נאמען ליאן פרענק סזאלאקאז, געמאכט קאטשעניו מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט, און אפגעשיקט וויליאם מקינלי צו נאפאליען דער צווייטער זיך צו באגריסן און באקענען פון דער נאנט.. דאס איז געווען די דריטע אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן אפגעשיקט אויף פענסיע דורך אסעסינעישאן..

די אורזאך וואס האט געטריבן דעם ליאן צו אפליפערן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט מיט פעדעקס עקספרעס, איז געווען אנארכיע.. ליאן פלעגט ארבייטן אין א אייזן פאבריק, אבער האט פארלוירן זיין דשאב ביי די עקאנאמישע פאניק אין יארע 1893, ער האט דעמאלטס אנגעהויבן איינזעהן אז בערני סענדער'ס איז יא גערעכט, און האט זיך אנגעשלאסן אין אזא היימישע סאציעליסטישע באוועגונג, און געווארן אן אנארכיסט, געגלויבט אין די קארטעז שיטה פון פלינדערן די גאסן ווייל זיי זענען אונטערדרוקט דורך די כעוורע.. מען ברויך פטור ווערן פון די אונטערדרוקער'ס.. און דאס האט נאר איין וועג, און דאס איז אראגאן סטייל אנארכיע.. פלינדערן און הרגענען די אונטערדרוקער.. די ווייסע סופערמארקעט'ס.. די רייכע וואס צאלן נישט קיין טעקסעס..

רוזעוועלט וואס האט איבערגענומען דאס מליחה אינעם אמעריקאנעם אינזל זייענדיג די דעמאלטסדיגע וויצע פרעזידענט, האט אנגעהויבן זארגן איבער די פארשפרייטונג פון אנארכיע איבער'ן לאנד, און האט באשלאסן צו טוהן דערוועגן, אבער עס האט גענומען עטליכע יאר ביז 1908 ווען די אמעריקאנע רעגירונג האט געפענט אירע טויער'ן און געגרינדעט די יונייטעד סטעיטס אויף די עף בי איי.. מיט די האנט אויפן הארץ, האבן די כעווערע געמורמעלט איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי און.. פאר אלל! מיט הילכיגע אפלאדירן פון די ארומיגע, זענען זיי געווארן אריינגעשוואוירן.. איר אויפגאבע? ענדיגן אנארכיע וואס האט געפלאגט דאס לאנד..

יארן זענען דורכגעלאפן, און די פאראייניגטע שטאטן פון די עף בי איי איז אויסגעוואקסן אלץ איינע פון די גרעסטע און שטערקסטע און מערסט קארופטירטע מאפיע גענגסטער'ס פונעם גאנצן ערד פערפל.. דזשאסטעס פאר אלל! מאנכע קלערן אויב די רוסישע קעי דשי בי האט גענומען טרענירונגען און ראט ביי די יונייטעד סטעיטס אויף די עף בי איי.. נישט איינמאל האט ארויסגערינען איבער די אוממאראלישע אקטן פון די ארגעניזאציע אין פובליק, אבער די מאפיאנער'ן האבן גלייך געשיקט זייערע ארבייטער אין די קאנגרעס און סענאט רעדן צו די מידיע וועגן די וואילטעטיגע ארגענעזאציע, די מיטן שיינעם רעקל און שניפסל מיטן רינדעכיגן בייכל האבן גערעדט מיט באגייסטערונג פון די ארגעניזאציע וואס שטעלט ממש איין זייער לעבן פאר אונזער וואוילזיין.. די מאפיאנערן אין קאנגרעס בעיקר רעפובליקאנע וואס פלעגן רעדן מיט פיש זאפט איבער די געזעץ און סדר וואס מ'דארף ברענגען אין לאנד.. מיר קענען נישט צולאזן אנארכיע.. מיר זענען איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי און .. פאר אלל! קיינער איז נישט העכער די געזעץ! מ'קען ניטאמאל זיין העכער די געזעץ, דו ווייסט ווי הויעך די געזעץ איז?

איין נאציאן אונטער אנארכיע: און דאס איז די עף בי איי!
לאמיר אראפברענגען עטליכע ביישפילן פון די וועלט בארימטע קארופטירטע מאפיא גענג'ס גרופע גערופן די עף בי איי..

די עף ביי איי פיילס.

איינע פון די מערסט באקאנטע קרימינאלע אקטן פון די עף בי איי, איז די באקאנטע עף בי איי פיילס, ס'הייסט אז די עף בי איי האט געהאלטן פיילס אויף יעדע באקאנטע פיגור אין לאנד, צומאל צוליב זארגן, אבער מערסטנס צוליב שווארצע-פאסט.. מאפיא סטייל אקציעס א שטייגער ווי דו גיי צו די מידיע אונז פארטיידיגן, אויב נישט וועלמיר עפענען דיין פייל און טרעפן דארטן פארברעכנס.. די אלע וואס זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די וויאטנאם מלחמה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון פופציג טויזענט אמעריקאנע זעלנער, זענען געווארן בארעכטיגט לויט די עף בי איי קאנסטיטוציע צו האלטן א פייל אויף זיי.. איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי (קענסט אים?) און דזשאסטעס! פאר אלל! .. אלל איז א הויכע פיגור אין די עף בי איי, און נאר ער איז די אויסשליסליכע פארברעכער צו פארדינען ליבערטי מיט דזשאסטעס.. ס'איבעריגע איז אונטערן נאציאן.. העי לייג דאס האנט אויפן הארץ.. דאס פירט אונז אריין צו די באקאנטע קאוינטעלפראוי קארופציע..

קאוינטעלפראוי

אין יארע 1956 איז געגרינדעט געווארן די קאוינטעלפראוי אפעראציע אין די עף בי איי, די ציהל? אונטערברענגן די אמעריקאנע קאמיניסטישע פארטיי, און אירע באוועגונגען אינערהאלב אמעריקא, מיטן אויסרייד פון די ציל הייליגט די מיטל'ן, האט מען באשמירט באקאנטע פיגור'ן אלץ פארברעכער, אונטערגעשטעלט קרימינאלע פארברעכנס זיי אריין נאר'ן אינעם נעץ, מ'האט אונטערגעהערט אמעריקאנע בירגער ווייל אזוי וויל איך.. מ'האט איינגעזעצט פאליטישע כעוורע ווייל מיין גיסטע איז יעצט מער צו די פליישיגע זייט.. און אויב האט מען געברויכט מידיע שטיצע פאר די אקטן, האבן עטליכע סענאטארן זיך אויפגעשטעלט אויפן מייק, די מיט די רעכטע האנט אויפן הארץ.. און דערקלערט אז קיינער איז נישט העכער די געזעץ.. איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי (ווער ס'איז ליבערטי? עפעס א היפי פון בראנקס.. ער ארבייט מיט די עף בי איי ווען ס'פעלט אויס..) דשאסטעס מיט ליבערטי זיי זענען די העכסטע אין לאנד, קיינער איז נישט העכער ווי זיי.. אנשי מידות..

ווען מארטן לוטער קינג האט געגרינדעט די סיוויל רייטס מאוומענט, איז ער געווארן די מעין טארגעט דורך די עף בי איי, היתכן ער פארלאנגט גלייכע בירגער רעכטן פאר יעדן.. סארא חצוף דער.. געהעריג, ער וויל איינפירן דעמאקראטיע?! ביינונז אין ליבערטי.. א מאנסטער וואס מ'דארף שוין אונטערברענגן, מ'האט אפגעשטאט א באזוך ביי אים אין הויז יעדן שני וחמישי.. יעדע האטעל וואס ער האט אריינגעטשעקט, האט ליבערטי מיט דזשאסטעס ארויסגענומען א שטוב דערנעבן.. זיי האבן איינמאל אים געשיקט אן אנאנים בריוו אז ס'וואלט געווען ראטזאם אז ער זאל זיך נעמען דאס לעבן.. און דאס איז די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע וואס מיר האבן יארן געטרוימט אלץ די געזעץ היטער און ארדענונג ברענגער אין לאנד.. זיי ברענגען אונטער אנארכיע ביי אונז אין ליבערטי.. די עף בי איי האט געשיקט פאר קינג א פעקל דאקומענטן מיט רעקארדינג'ס פון עבירות וואס ער זאל האבן באגאנגען, און ער האט בלויז איין וועג ארויס, און דאס איז ער זאל באגיין זעלבסטמארד.. אויב באגייט ער נישט זעלבסטמארד גייען זיי עס ליעקן צו די מידיע..

די מידיע

איר ווייסט ווער ס'ברענגט אונז די נייעס און האלט אינפארמירט די פובליק? דא אין אמעריקא איז נישט ווי רוסלאנד, מיר האבן אן אומאפהענגיגע מידיע וואס געבט איבער ערשט האנטיגע באריכטן גלייך פון ליבערטי מיט דשאסטיס העדקווארטערס.. די מידיע איז שוין געווען גלייך ביים אנהויב די פונדאמענט און רוקן ביין פון די וואילטעטיגע ארגעניזאציע.. מאנכע צוליב זייער ראסיסטישע נויגינגען, און דאס איבעריגע צוליב די שווארצע-פאסט וואס די עף ביי איי האט געמאכט מיט זיי, ווילסט ארבייטן מיט מיר אונטערצוברענגען אנארכיע? אדער וועלמיר אריינקוקן אין דיין פייל.. די מאפיא גענגס האבן געוואוסט גלייך ביים אנהויב, אז כדי צו קענען אנגיין מיט זייער גענגסטער גרופע מוזן זיי צוקומען צו די מידיע, און פאלטישאן'ס, אז נישט ס'קומט וואלן און מ'טראגט ארויס ליבערטי מיט דזשאסטעס ביים קארג.. מ'מוז האבן די מידיע צו האלטן אינפארמירט די המון עם.. און די ערוועלטע פאליטישאן'ס צו שטימען פאר די קרוב צו צעהן ביליאן דאללער בודזשעט וואס זיי האבן.. אויב וואגסטו דיך צו שטימען קעגן די בודשעט, העי מיר האבן א פייל צו עפענען..

צו געבן א ביישפיל וויאזוי די מידיע ארבייט האנט ביי האנט מיט די באקאנטע ליבערטי און דזשאסטעס, וועלמיר ברענגן די משל וואס כ'האב געשריבן עטליכע יאר צוריק ווען ראבערט מולער איינע פון די ליבערטי כעוורע האט ארויסגעגעבן זיין אורטייל אויף טראמפ, געשריבן דא
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
בעריש קומט אריין אין חדר איין טאג, און ער זאגט פאר יעדן שטילערהייט, דו ווייסט? מאניש האט א ווארצל אויפן נאז!!!!

שטילערהייט שישקעט מען זיך צווישן זיך, מאניש האט א ווארצל אויפן נאז.. און כדי עס צו באשטעטיגן פעלזן פעסט, גייט בעריש און ער זאגט פאר איינעם וואס האט ווירקליך א ווארצל אויף זיין נאז, ער זאל גיין רעדן צו מאניש.. די אנדערע טאג הייסט בעריש אז זרח זאל גיין פרעגן מאניש אויב ער האט שוין אמאל גערעדט מיט איינעם וואס האט א ווארצל אויפן גוף ל''ע, זרח גייט צו מאניש פירט אים אריין אין א שמועס, אינמיטן פרעגט ער אים, זאג נאר האסט שוין אמאל גערעדט מיט איינעם וואס האט א ווארצל אויף די נאז? ענטפערט מאניש זיכער, הערשט נעכטן גערעדט מיט אזא איינעם!!!
זרח ברענגט צוריק די גוטע נייעס פאר בעריש, און בעריש ליעקט עס אריין צו די מידיא, און אט זענען די באריכטן וואס ווערט געליפטערט..ערשט האנטיג שטייצעך..

קול מבשר:
ברעכעדיגע נייעס, מיר האבן זיך דערוויסט פון א געהיימע קוואל אז מאניש דרייט זיך מיט מענטשן וואס האבן ווארצלעך אויף די נאז! קען אנדייטן אז ער האט אויך א ווארצל אויף די נאז.

דער איד:
מאניש געכאפט רעדן מיט מענטשן וואס האבן א ווארצל אויף די נאז! קען מעגליך אליין האבן א ווארצל! לינקט אריין צום קול מבשר..

דער בלאט:
באריכטן איבער א מעגליכקייט פון א ווארצל אויף מאניש. לינקט אריין צו דער איד..

די צייטונג:
באריכט:מאניש מיט די ווארצל אויפן נאז. לינקט אריין צו דער בלאט..


בעריש ברענגט די צייטונגען אין חדר די נעקסטע טאג, ליפטערט עס ארום פאר יעדן, נא, איך האב דיר געזאגט, מאניש האט א ווארצל אויפן נאז, ס'שוין באשטעטיגט געווארן דורך די צייטונגען.. דו האלטסט די צייטונגען זאגן ליגענט?

מער פעלט שוין נישט אויס, דער עולם באשרייט מאניש דו האסט א ווארצל אויפן נאז! און מאניש שרייט געוואלד, ס'הייבט זיך נישט אן! אבער בעריש האלט זיך ביי זיינס, קוק אפילו די צייטונגען באריכטן עס.
מאניש אבער זאגט די צייטונגען זאגן ליגענט! אזוי ווערט א מהומה אין חדר ביז בעריש זאגט ווייסטו וואס, איך גיי דיר אויפווייזן אז דו האסט א ווארצל אויף די נאז! זאגט מאניש, נו ווייז אויף!

נאך עטליכע חדשים, בעריש האט אנגעבראכן די ביינער פון מאניש'ס גוטע פריינט כדי זיי זאלן אים געבן סחורה וואס זאל כאטש זאגן אז ער דרייט זיך ''כסדר'' מיט מענטשן וואס האבן א ווארצל אויף די נאז, קומט בעריש צוריק מיט די פאלגענדע!

מיר קענען נישט ריינוואשן מאניש אז ער האט נישט א ווארצל אויף די נאז, אבער מיר האבן נישט גענוג באווייז צו קענען אויפווייזן אז ער האט יא!!


מר' מוללער, איך קען דיר בכלל נישט ריינוואשן אז די האסט נישט א ווארצל אויף דיין נאז, ווי אויך קען איך דיר נישט אינגאנצן ריינוואשן אז דו האסט נישט א וויידל מיט הערנער, אבער איך האב נישט גענוג קלארע באווייזן אז דו האסט יא, במילא וואלט איך געראטן מען זאל עס לאזן פאר די אייוועלט שרייבערס ווייטער צו דעבאטירן אויב דו האסט יא א וויידל אדער נישט.


נ.ב.
איך האב מיר נישט געקענט פשוט איינהאלטן צוקוקענדיג די רשעות וואס קומט פאר לעיני השמש, און מענטשן טאנצן מיט דערמיט.
#פארמאךדידזשאסטיסדעפארטמענט
היוצא לנו מזה, דאס איז אזא וואש מאשין, עס דינט צו קענען אויסוואשן די קרימינאלע אקטן פון די וואוילטעטיגע ארגאנאזאציע, צו קענען נאכדעם נוצן אין געריכט אלץ פראבעבל קאויס, צו קענען נעמען א סוירטש ווארענט צו נאכקוקן אויב די אינפארמאציע וואס די באנדיטן האבן איינגעפלאנצט אין די מידיע איז אמת.. אבער געוואלד, קוק אפילו די ריכטער האט עס באשטעטיגט.. סע'נייעס.. די זעלבע וואס האלט די רעכטע האנט אויפן הארץ? אה, אויף אים איז אויך דא א פייל, נישט געזארגט.. ליבערטי מיט דזשאסטעס איז העכער פון אים אויך..

אין 1965 איז געווען א ווייסע פרוי מיטן נאמען ווייאלע ליאוזאוי, זי האט זיך אנגענומען פאר די שווארצע.. און איינע פון KKK כעוורע האבן געזעהן אז זי פיהרט אין איר קאר א שווארצן.. האט דער בחור איר דערשאסן.. האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז דער KKK בחור האט געארבייט פאר ליבערטי מיט דזשאסטעס.. נישט פארגעסן, די רעכטע האנט אויפן הארץ, איא?! און די עף בי איי האט איינגעשפאנט די מידיע צו באריכטן, אז די פרוי איז געווען א דראג עדיקט, א קאמיניסט.. זי האט איבערגעלאזט אירע קינדער פראנק און פריי.. הקיצור א גאנצע טוץ מיט גארביטש איז געווארן געליפטערט דורך די מידיע, אזוי אז די המון עם זאל בארעטיגן ליבערטי מיט דזשאסטעס, און מיר זאלן קענען אפרוימען אנארכיע מיט א רואיגקייט..

אבער איר מיינט אודאי אז די עף בי איי ארבייט נאר פאר די רעפובליקאנער? כא כא כא.. באראק כוסעין אסאמא ווען ער איז געווען פרעזידענט, האט זיכער געמאכט אז די וואוילטעטיגע ארגעניזאציע ווערט א עולם הפוך.. נעמענדיג די איי אר עס צו די האנט, האט מען אנגעהויבן צו נאכשפיאנירן רעפובליקאנער אין די מאסן.. ס'האט אנגעהויבן ווערן ישמחו.. פלוצלינג האבן די מיט די רעכטע האנט אויפן הארץ זיך דערזעהן מיט ליבערטי און דזשאסטעס קלאפן אויף זייער טיר.. מ'האט אנגעהויבן רודערן.. אבער יע, ווער ס'רודערט איז דא א פייל.. ביני לביני איז געקומען די 2016 עלעקשאנס, און פיטער סטראק מיט קאומי און די אלע אנדערע כעוורע פון שושן האבן געארבייט אויף א אינשורענס פאליסי.. און קיינער איז נישט העכער דזשאסטעס!

אז מ'רעדט שוין פון 2016 איז ווערט צו דערמאנען די נאכאנאנדע רדיפות וואס איז פארגעקומען א דאנק די רוסישע קאלוזשען.. ס'איז שוין היינט באקאנט פאר יעדן אז דאס איז געווען א פיינע קוגל אפגעבאקן דורך ליבערטי מיט דזשאסטעס האבענדיג די מידיע צו הילף.. אבער דעמאלטס זענען די באווייזן געווען הימל שרייענד, און די אלע קלינטאן געצן דיננער האבן געשריגן אז ער ארבייט פאר רוסלאנד און מ'ברויך אים אפרוימען.. מ'האט בארעכטיגעט אלע געמיינע אקטן וואס מ'האט געטוהן מיט טראמפ אדער זיינע ארומיגע, ווייל די מידיע האט אליינס געזאגט אז..

לאמיר נעמען א ביישפיל, פאול מענעפארט..
זיין איינציגע חטא איז געווען, ער האט געארבייט פאר טראמפ.. און צוליב דעם חטא, האט מען אים חרוב געלייגט דאס לעבן, און איינגעזעצט.. מ'האט גענוצט די מידיע אים אראפצומאלן ווי ער איז א מיליאנער וואס האט געהאקט א לעבן אויף אונזער חשבון, אלעס כדי צו אויפהייטערן דעם המון עם, און אזוי אים קענען הענגן אינמיטן שטאט.. אלע מכלומרשטע עבירות זענען שוין געווען אנגעגרייט אין זיין פייל יארן פריערט.. פשוט נאכנישט געווען פארוואס עס צו באזוכן.. דאס האב איך געשריבן דעמאלטס.
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
ברעקינג!

עס קומט יעצט אריין די נייעס אז אין דייטשלאנד האט מען געכאפט אן עושר מיט געלט וואס לאזט זיך וואוילגיין, אינדערצייט וואס די אלגעמיינער פאלק זיצט אין ארעמקייט, די פרעזידענט פונעם לאנד דער הויעכגעשעצטער אדאלף היטלער האט געהייסן מען זאל אים זאפארט ארעסטירן פאר זיינע נידעריגע פארברעכנס פון לעבן אין רייכטום, מען האט זאפארט קאנפיסקירט זיין פארמעגן, און פארארדענט די מידיע אזויווי די באקאנטער שטורמער צו באאיינפלוסן די מאסן איבער זיינע געלט שווענדערייען, אינדערצייט וואס די פשוטע המון עם בלוטיגט אוועק.

די שטורמער רופט די מאסן צו פראטעסטירן קעגן די רייכע און פארלאנגען גערעכטיגקייט קעגן די אומווערדיגע עשירים וואס ווערן רייך אויף אונזער חשבון, אונזער הויעכגעשעצטער פרעזידענט היטלער איז אויך איינשטימיג דערויף.

דער נידעריגער פארברעכער שטייט יעצט אויס לעבנסלענגליכע טורמע פאר זיינע רייכע פארברעכעריי, און געוויסע הייבן שוין אן צו פארלאנגען טויט שטראף.


קלינגט אייך די ניגון פון ערגעץ?
לאנג לעבן זאל היטלער!

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז מען האט איינגעזעצט אין רוסלאנד איינער וואס האט זיך דערוואגט צו זיין א קאמפיין טשערמאן פאר פוטיןס קעגנער, ער זיצט אין סאליטערי קאנפיינמענט אלס אנגעבליכע סיבה פון געלט שווינדלערייען, די רוסישע מידיע נעצן זענען פארארדענט געווארן צו באשמיצן דעם נידעריגן פאררעטער וואס האט זיך געוואגט צו העלפן איינעם געוואונען אנטקעגן פוטין, אמעריקע האט ארויסגעלייגט א שארפע פארדאמונג זאגענדיג אז איינשפארן פאליטשע קעגנער איז קעגן די מענטשליכע ווירדן, אלע פארזאמלטע האבן געקלאטשט מיט די הענט אין די הייעך אפלאדירענדיג בשעת די אמעריקאנער אמבאסאדער צו די יו ען האט דעליווערט דעם סטעיטמענט.

קענטליך די פראזן פון ערגעץ?
לאנג לעבן זאל סטאלין!


ניין נישט נאר אין דייטשלאנד טוט דאס היטלער, און נישט נאר אין רוסלאנד טוט דאס סטאלין, מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר קיין שום דיקטאטור אין די וועלט, אמת ביי אונז טוט דאס נישט דער פרעזידענט אליין, ביי אונז טוט דאס דער דזשאסטיס דעפארטמענט סאיז פשוט מער פאליטיש אזוי.

לאנג לעבן זאל די אמעריקנער דזשסטיס דעפארטמענט!
און די הונגעריגע אידישע קיה'ן וואס זענען דורשטיג נאך די רייכע פאררעטער וואס לאזן זיך וואוילגיין אויף אונזער חשבון, קענען קוים דערווארטן מען זאל דעם פארעטער דערהרגענען פאר זיינע אומדערהערטע חטאים פון געלט אויסברענגעריי און דער זעלבער צייט וואס מיר הונגערן.
א טאג נאך וואס ער וועט ווערן הינגריכטעט, וועלן מיר זיך נעמען צו די אומווערדיגער איד וואס ווערט אויך רייך אויף אונזער חשבון, די מידיע וועט ווייזן אונזערע רעקלעך מיט וואס מיר גייען און וויפיל מען באצאלט דערפאר, די הוטן וואס מיר קויפן, די פרייזן פאר די אלע זאכן, ווי אויך וויפיל עס קאסט אונזער שטריימל, דערנאך וועט מען זיך א לאז טאן אויף די גאסן שרייען טויט צו די אידן.

לאנג לעבן זאל דער דזשאסטיס דעפארטמענט, און לאנג לעבן זאלן די הונגעריגע בלוט דארשטיגע אידן וואס פארטיידיגן די ווירטשאפט.


טפוי!
דאס איז ליבערטי, און דאס איז דזשאסטעס.. איין נאציאן.. פאר אלל! הוי עווער דעיט אלל איז, ער מאכט א לעבן..

אבער זיי זענען רעפוליקאנער.. זיי האבן אנגעהויבן.. בלא בלא בלא.. הוי קעיר'ס.. צוריק דרייענדיג די זייגער אין 2015 ווען ס'האט אנגעהויבן ארויסקומען די געמיינע זאכן וואס מ'האט געטוהן פאר טראמפ אין זיין טווין טאויער, און געוויסע האבן דעמאלטס געוואלט בארעכטיגן די אומרעכט וואס מ'האט געטוהן מיט אים.. פרעצעדענטלאזע אקטן וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געטוהן.. און מ'האט עפעס אנגעקוקט ווי איך בין א רעפובליקאנער וואס געפעלט נישט יעצט זייערע אקטן, בו בזמן ווען די גרעסטע רשעים זענען געווען די רעפובליקאנע דזשאזשעס און פראסיקיוטער.. און איך האב דעמאלטס געשריבן דאס פאלגענדע
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:

רבונו דעלמא כולא, וואס ענטפערסטו מיר יעצט? אז די רעפובליקאנער פראסעקיוטערס זענען אויך פארפוילט? און וואס האב איך געזאגט? איך בין א רעפובליקאנער מיינסטו? א נעכטיגן טאג, איך בין אן עבד השם, א קינד פון אייבערשטן, וואס טוט וויי דאס הארץ ווען מען זעצט איין א איד אין תפיסה, און כל שכן ווען מען טוט דאס שלא ביושר, און במישרין אדער בעקיפין נעמט מען אים צו זיינע רעכטן זיך צו קענען פארטיידיגן, קיין חילוק ווער דער פראסיקיוטער איז אדער ווער דער -זשאדזש איז, סאינטערסירט מיר נישט ווער סאיז בדרך כלל גוט פאר די שווארצע, זיי זענען הצד השוה ווען עס קומט צו א איד.

און אפילו סזאל זיין די מציאות אז דעמאקראטן זאלן אין פאקט ארויסגעבן בעסערע אורטיילן פארן איד, און עס זאל נאר זיין א מינדעסטע ספק אז מען גייט אמאל נוצן די טראמפ טאקטיקן אנטקעגן אפילו נאר איין איד, אזאך וואס מען האט נאך ביזן היינטיגן טאג נישט געטוהן פאר קיינעם, און מען וועט ניצן טראמפ אלץ תירוץ פארוואס מען מעג עס טוהן, אזוי ווי דאס מציאות ווייזט אין די דזשאסטיסט סיסטעם, איינמאל געטוהן מיינט פשוט די דאטום וואס מען דארף אנצייכענען ווען מען האט דאס די ערשטע מאל פראקטיצירט.

עס וואלט געדארפט ווען יעצט זיין א ויצעקו אין די גאסן, געוואלד ווי טוט מען זאכן דא שלא ביושר, פארוואס באקריוועדעט מען איינעם'ס גערעכטיגקייט? מיר גייען דאך אלע שפעטער ליידן פון די קאנסעקווענצן! געוואלד קען טאקע גויאישע פאליטיק אוועקפירן דעם מענטש ממש אקעגן זיינע אייגענע אינטערעסן?

נאכאמאל איך בין נישט קיין רעפאבליקן, קאנסערוועטיוו, דעמאקראט, ליבעראל וכל שום חניכא דאית ליה, איך בין אבער יא איינער וואס איז שוין געווארן באקריוועדעט דורך דיינע ליבליכע דעמאקראטישע דזשאסטיס דעפארטמענט, ברוך השם נאר אין א טרעפיק קאורט, מען האט מיר צוגענומען רעכטן פשוט ווייל איך בין א איד, איך וויל נישט אריינגיין אין דעטאלן מפני חשש גילוי, אבער קלאר איך האב נאכגעקוקט אנדערע זעלביגע קעיסעס ווי מיר האט מען עס נישט געטוהן ווייל דארטן האט זיך געהאנדעלט איבער א גוי, און ווען די דערבארעמדיגע הארציגע דעמאקראטישע דזשאסטיס דעפארטמענט וועט לייגן די לאפעס אויף דיינע ביינער, און זיי וועלן דיר צונעמען דיינע רעכטן, און זיי וועלן זיך איינברעכן ביי דיין לויער אין אפיס, וועל איך אי''ה מאכן א גאר גרויסן קידוש אין ביהמ''ד לכבודך, און מיר וועלן דיר באעהרן פאר די גרויסארטיגע קוראדזש וואס איר האט געהאט צו פארטיידיגן מעשים אשר לא יעשו אלעס כדי אין דער ערד צו לייגן טראמפ, אה אין אויכעט ווייל רעפאבליקאנער זענען אסאך שטרענגער קעגן קריים.

און יא, איך וואלט געוואויט פאר טראמפ פשוט ארויסצווייזן מיין פראטעסט קעגן די אלע מעשים שלא יעשו, ווייל איך קען זיין מארגן דער פארלירער דערפון, נישט סי ען ען אדער אלע אנדערע מידיע נעצן וואס טאנצן יעצט צוזאמען מיט דיר און ווייסן פשוט נישט וואס צו טוהן פאר פרייד.
מיינע טייערע ברודער!
די אמעריקאנע דזשאסטיס סיסטעם איז פארפוילט! ליבערטי מיט דזשאסטעס איז נאר געמאכט פאר אלל! נישט פאר אונז.. אידן האבן געליטן פון די זעלביגע באנדיטן אין די עף בי איי, און מיט די שטיצע פון די מידיע וואס האט אלץ אינזין צו שרייבן אז ס'איז געווען א האסידיק.. מיט א בילד אויפן העדליין פון א חסידיש בחור וואקענדיג אויפן גאס, דזשאסט אין קעיס דער גוי ווייסט נישט וואס ס'מיינט האסידיק.. ביי די שווארצע לייגן זיי נישט א בילד פון שווארצע כעוורע.. ס'איז צייט צו אנערקענען און פארשטיין, אז די מידיע צוזאמען מיט ליבערטי און דזשאסטעס זענען בכלל נישט אונזערע פריינד.. און יא ס'איז צייט צו פארמאכן די קארופטירטע אנארכיע.. די זעלביגע אגענטור וואס האט זיך געפענט צו אונטערברענגן אנארכיע, זיי זענען גאר די וואס ברענגן אנארכיע.. ווען מ'האט געפלינדערט געשעפטן אין מאנהעטן און ווי נישט?! זענען זיי נישט געווען צום האבן.. ליבערטי מיט דזשאסטעס האט מער געבאדערט טראמפס געשעפטן.. איז פארוואס דארפן מיר די עדזשענסי פונקטליך? אראפ דערמיט.. ברענגט אונטער אנארכיע? וויפיל שיסערייען איז געווען אין ניו יארק די לעצטע אכט יאר, הא? פארטלענד ארעגאן איז איין שטיק אנארכיע, איך זעה נאכנישט קיין אבלאוועס דארטן..

נוצן די עף בי איי קעגן א געוועזענעם פרעזידענט איז נאכנישט געווען אין היסטאריע.. אבער דאס מיינט נישט אז דאס גייט מער נישט פאסירן.. פונקט קאפויער.. ווען ס'קומט צו דזאסטעס איז דא אזא זאך וואס רופט זיך פרעצעדענט.. אין געריכט וועט דער דזשאזש אלץ וועלן וויסן וואס איז די פרעצעדענט אויף דעם.. אויב איז שוין אמאל געווען אזא זאך, וועלן זיי באקומען שטויס קראפט צו אדורכלאזן אזוינע אקטן, אויב איז עס נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אין די פארגאנגענהייט, דאן וועט א דזשאזש זייער שווער דורכלאזן אזא זאך.. יעדע איינציגע זאך וואס מ'טוט פאר טראמפ גייט אמאל ווערן גענוצט אויף אנדערע, מיטן תירוץ מ'האט עס שוין אמאל געטוהן.. די וואס שטיצן אנ'פרעצעדענט מאוו'ס זאלן וויסן, דאס האט מיט גערעכטיגקייט קיין שייכות, בסך הכל געבט מען נאך וואפן פאר די אומערוועלטע מאפיאנערן וואס נוצן יעדע איינציגע טול וואס זיי קענען אויף אומשולדיגע מענטשן..

יא, די עף בי איי האט אסאך געהאלפן צו אפרוימען שעדליכע עלעמענטן, און דאס קענען די געווענליכע פאליציי דעפארטמענט אויך טוהן.. זיי זענען היינט א ריזן מיליטער..
דערווייל זענען מיר איין נאציאן, אונטער אנארכיע, מיט ליבערטי און דזשאסטעס פאר אלל!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

דער קומט אריין שטארק. מאניש איז פיינע נייעס.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

פאר דעם ארטיקל אליינס האט זיך געלוינט די גאנצע טראמפ איבערפאל!!

ביסט אייזן פיין און קלאר!!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

די חברה קענען אויך זייער גוט פלאנען קידנעפינגס אויף א גאווערנער אויפבלאזן בריקן העלפן טעראריסטן דורכפירן שיסערייען וכו'.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יויש, מאניש!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-
רב פון ????, וואס איז געבליבן פיינעל?
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
ויקשב וישמע
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

אלטרא האט געשריבן:
די חברה קענען אויך זייער גוט פלאנען קידנעפינגס אויף א גאווערנער אויפבלאזן בריקן העלפן טעראריסטן דורכפירן שיסערייען וכו'.
די חברה קענען אויך זייער גוט פלאנען קידנעפינגס אויף א גאווערנער אויפבלאזן בריקן העלפן טעראריסטן דורכפירן שיסערייען וכו'.[/quote]
דא קען מען גאר גוט פארשטיין דאס הייליג ווארט פינעם רבין זי"ע (מסאטמאר) פרעגט ער אז די בעל הגדה וואלט געדארפט שרייבן אחד חכם והשנו רשע והשלישי תם וכ"ו... פאוואזשע שרייבט ער אחד חכם אחד ר... אלא מאי זאגט די רבי אז מען רעדט דא אלס פינעם זעלבן פארשוין איינמאל שפילט ער חכם איינמאל איז ער א רשע אין איינמאל גאר א תם... ווען עס קומט צי האנטער זענען זיי גרבע תמים ווען עס קומט צי הילערי זענען זיי שאינו יודע לשאול ווען עס קומט צי אימברענגען א גאווענער זענען זיי געזינטע חכמים ווען עס קומט צי טראמפ יר"ה זענען זיי גראבע רשעים וד"ל...
#דיפאנד דע עפ בי איי
איך בין ציגעבינדען צי דער תורה וועגן דעם בין איך פארנימען!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טויזענט מאל wow

הומאר, פאקטן, מילציגע לשונות געמישט מיט געפיהל. דעם רעסעפי פון דעם ארטיקל אז דו קענסט מיטטיילן וואלט איך אפפרישיעטעד...

נאטינג לעסס דען עי פוליצער
אוועטאר
באבע מעשה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:11 pm
לאקאציע: ווי די טראבעל געשעט

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבע מעשה »

אומגלויבליך ווי דער בחור האט אזא זאפטיגע ארטיקעל גרייט אויפן פלאץ!
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

די ארטיקל איז זיכער פאר אלל!!

מאניש איז פיינע נייעס, א צונג אויפן קאפ, א פעדער אויפן אויער, און א קיבארד אויפן שויס.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p- :roll:
דער מאניש האט געוואוסט פון דעם איבערפאל נאך פאר ביידענען!
איי מיען, אזא ארטיקל נעמט דאך צו שרייבן צווישן איינס און צוויי יאר!
אוועטאר
איך בין זייער סיריעס
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:51 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך בין זייער סיריעס »

מיר געכאפט דאס מערקסטע;
מערסט קארופטירטע מאפיע גענגסטער'ס פונעם גאנצן ערד פערפל..
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

מ'האמיר נישט קיין ווערטער, אן ארטיקל איינס אין די וועלט, און אזוי צום פינטל, ווי נאר מאניש קען.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

יאנאש האט געשריבן:

דעם רעסעפי פון דעם ארטיקל אז דו קענסט מיטטיילן וואלט איך אפפרישיעטעד...
זייער גערן, אין יארע 2006 האט א איד מיטן נאמען ר' שמעון ראלניצקי וואס האט געהאט אן אויסגאבע גערופן "דער שטערן" באשריבן אן עלילת דם גערופן דעמאלטס פרשת דרייליך.. זייענדיג באקאנט מיט ר' שמעון, האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן דעמאלטס האר אויפשטעלנדע עפיזאדן, וואס האט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט ליבערטי און דזשאסטעס פון די נאנט.. אן אריינגיין אין די עצם מעשה לכאן או לכאן, איך ווייס נישט וואס ס'איז אמת אדער נישט.. אבער דאס איז אמאל זיכער, עס איז געווארן אדורכגעפירט אן א שיעור רשעות אין די קעיס.. אידן וואס געדענקן נאך די קעיס די בני ששים ושבעים, האבן געהאלטן אז ער איז זיכער נישט גערעכט, קיין שאלה אפילו.. איי פארוואס? ווייל די מידיע!

איך האב דעמאלטס געהערט אן א שיעור עפיזאדן וויאזוי די ליבערטי כעוורע ארבייטן מיט די מידיע האנט ביי האנט אין יעדע גוטע קעיס.. אדער וואס דזשאסטעס וויל מאכן אלץ א גוטע קעיס.. און זינט דאן בין איך פאר ליבערטי מיט דזשאסטעס פאר אנעמפלוימענט.. זיי קענען האלטן די רעכטע האנט ווי זיי ווילן, אבער קיין צוטריט צו די אמעריקאנע גאווערמענט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:

דעם רעסעפי פון דעם ארטיקל אז דו קענסט מיטטיילן וואלט איך אפפרישיעטעד...
זייער גערן, אין יארע 2006 האט א איד מיטן נאמען ר' שמעון ראלניצקי וואס האט געהאט אן אויסגאבע גערופן "דער שטערן" באשריבן אן עלילת דם גערופן דעמאלטס פרשת דרייליך.. זייענדיג באקאנט מיט ר' שמעון, האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן דעמאלטס האר אויפשטעלנדע עפיזאדן, וואס האט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט ליבערטי און דזשאסטעס פון די נאנט.. אן אריינגיין אין די עצם מעשה לכאן או לכאן, איך ווייס נישט וואס ס'איז אמת אדער נישט.. אבער דאס איז אמאל זיכער, עס איז געווארן אדורכגעפירט אן א שיעור רשעות אין די קעיס.. אידן וואס געדענקן נאך די קעיס די בני ששים ושבעים, האבן געהאלטן אז ער איז זיכער נישט גערעכט, קיין שאלה אפילו.. איי פארוואס? ווייל די מידיע!

איך האב דעמאלטס געהערט אן א שיעור עפיזאדן וויאזוי די ליבערטי כעוורע ארבייטן מיט די מידיע האנט ביי האנט אין יעדע גוטע קעיס.. אדער וואס דזשאסטעס וויל מאכן אלץ א גוטע קעיס.. און זינט דאן בין איך פאר ליבערטי מיט דזשאסטעס פאר אנעמפלוימענט.. זיי קענען האלטן די רעכטע האנט ווי זיי ווילן, אבער קיין צוטריט צו די אמעריקאנע גאווערמענט..
@מאניש טייערער קודם כל אדאנק פאר די דברי כבושין ווי איינגעזאלצן מיר זענען. סהאט זיך אלעס געלוינט פאר דיינע דברים כילורין

אגב דא האבעך פרובירט באריכות צו מסבירן די נקודה פון די FBI מידיע ציזאמענארבעט. אבער אן דיין פעדער..
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מסתמא האט געשריבן:

אגב דא האבעך פרובירט באריכות צו מסבירן די נקודה פון די FBI מידיע ציזאמענארבעט. אבער אן דיין פעדער..
זייער פיין געשריבן, פעלט נאר איין וויכטיגע אינגרידיענט, און דאס איז די טולס און מעדטהאדס וואס דזשאן האוולער האט אריינגעברענגט אין די עף בי איי, צו מאכן פיילס אויף יעדן פאליטישאן, און אויף יעדע מידיע פערסענאל, און זיי בלעקמעיל'ן..

האוולער האט געוואוסט ס'איז דא צוויי אינסטיטוציעס וואס זענען שטערקער פון אים, און קענען אים אונטערברענגען יעדע ליאדע מינוט. און דאס זענען
1) די מידיע
2) פאליטישאנס

אויב זאל די מידיע זיך נעמען איבער זייערע ביינער, קענען זיי געוואונען די פובליק אפיניען, און דאן קענען זיי גיין קלויבן מאראנצן אויפן גארטן אין טעקסעס צוזאמען מיט די אימגיראנטן.. פון דארטן ביז פענסיע איז נישט מער ווי א קאצן שפרינג.. די מידיע איז דער וואס מאכט פובליק פאליסי..

דאס זעלביגע איז מיט די פאליטישאנס, אויב זאלן די פאליטישענס באשליסן אז מיר גייען פארמאכן די עף בי איי, איז עס אין זייער האנט.. ס'איז א 10 ביליאן דאלערדיגע ביל וואס דארף ווערן אפראווד דורך קאנגרעס, און זיי קענען דאס פארשליסן אויב זיי ווילן..

דא קומט אריין די גאונות פון האוולער, ער האט געמאכט פיילס אויף יעדן איינעם, און ווען מען זוכט טרעפט מען.. און אז נישט, מאכט מען.. נאכער, עניוואן וואס גייט נישט אין שפאן, שיקט מען א בלעקמעיל ווארענונג.. אויב דאס העלפט נישט, דאן איז אפעראציע שיק-מיר-קרעפלעך געלאזט אין גאנג, און דער יעניגער דארף יעצט דיעלן דערמיט אין די מידיע..
די זשורנאליסטן זענען בלעיקמעילד, און זיי האבן אלע מורא צו זאגן א ווארט.. און זיי ארבייטן מיט ווי שעפעלעך, און אונז צוקוקער קויפן אפ די געבעקסן און שרייען מיט פאטאס קעגן סיי וועמען וואס וויל טשעלענדשן די מידיע.. זיי זענען די ברייט מח'דיגע כעוורע, כאפסט? מיר זענען פשוט טראמפ פאנאטיקער..
שיין זעהן מיר אויס..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
@מאניש אייזן! שכח פארן אזוי גוט צולייגן.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

enjoy האט געשריבן:
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
@מאניש אייזן! שכח פארן אזוי גוט צולייגן.
gam
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

א גרויסע שכח @מאניש הערליכע שטיקעל עז יוזשעל,

הגם איך פלעג אמאל דיסאגריען מיט די פוינטס (איבער די טעמע וויאזוי די אמעריקאנע יוסטיץ דעפארטמענט ארבעט)

אבער דא האסטו ליידער רעכט איבער א שיינע פאר טעמעס, ובעיקר וואס איז נוגע אונז אידען און בפרט די סיסטעם אז זיי האבען באקומען צי א שטארקע יד אחת מיט די מידיא און אויך איבער די אזויגערופענע פערפ וואלק וואס ברויך א שטארקע תיקון (כהאף כספעל עס גוט)

און דעס איז לאו דוקא בנוגע אידען נאר די פאקט אז גבר אליםס נעמען עס ציביסלעך איבער און מדארף כסדר שטיין אויף די וואך בפרט ווען סאיז א וועלט פון סאושעל מידיא ווי פארברעכער פארגיפטען די עירוועיווס זייער שנעל און זיי דרייען אן א מאב מענטאלעטי וואס ברויך זיך אפשטעלען זאפארט,



כהאב נאכנישט געליינט וואס @מסתמא האט געשריבען אבער די האסט געעפענט די דרייליך פרשה, אוי איז דאס א ווייטאגליכע פרשה ווי מיסברויכען זענען געטון געווארען דארט ווי סהאט געהעריג נישט אויסגעפעלט, און לכאורה האבען פארברעכערס גאר אויסגענוצט די יוסטיץ סיסטעם צי פארדעקען זייערע שווערע פארברעכענס,

א שכח נאכמאל
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אמעריקא איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל.pdf
א גרויסע שכח מאניש הערליכע שטיקעל עז יוזשעל
(172.42 KiB) געווארן דאונלאודעד 29 מאל
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער הנאה פון דיין ארטיקל @מאניש!

פיין געשמייכלט! :grin:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

Wow wow wow
דיס איז סאמטינג מעדזיער! די שפראך. די תוכן. אלל ענד אלל!!!
מיין חלק אינעם שמועס...
pop
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:

דעם רעסעפי פון דעם ארטיקל אז דו קענסט מיטטיילן וואלט איך אפפרישיעטעד...
זייער גערן, אין יארע 2006 האט א איד מיטן נאמען ר' שמעון ראלניצקי וואס האט געהאט אן אויסגאבע גערופן "דער שטערן" באשריבן אן עלילת דם גערופן דעמאלטס פרשת דרייליך.. זייענדיג באקאנט מיט ר' שמעון, האב איך פערזענליך מיטגעהאלטן דעמאלטס האר אויפשטעלנדע עפיזאדן, וואס האט מיר געגעבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט ליבערטי און דזשאסטעס פון די נאנט.. אן אריינגיין אין די עצם מעשה לכאן או לכאן, איך ווייס נישט וואס ס'איז אמת אדער נישט.. אבער דאס איז אמאל זיכער, עס איז געווארן אדורכגעפירט אן א שיעור רשעות אין די קעיס.. אידן וואס געדענקן נאך די קעיס די בני ששים ושבעים, האבן געהאלטן אז ער איז זיכער נישט גערעכט, קיין שאלה אפילו.. איי פארוואס? ווייל די מידיע!

איך האב דעמאלטס געהערט אן א שיעור עפיזאדן וויאזוי די ליבערטי כעוורע ארבייטן מיט די מידיע האנט ביי האנט אין יעדע גוטע קעיס.. אדער וואס דזשאסטעס וויל מאכן אלץ א גוטע קעיס.. און זינט דאן בין איך פאר ליבערטי מיט דזשאסטעס פאר אנעמפלוימענט.. זיי קענען האלטן די רעכטע האנט ווי זיי ווילן, אבער קיין צוטריט צו די אמעריקאנע גאווערמענט..
אינטראסט אז דער שרייבער האט עס בכלל נישט אויפגעכאפט
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: אמעריקא: איין נאציאן אונטער אנארכיע מיט ליבערטי און אנארכיע פאר אלל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הפלא ופלא!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”