אין יארע 1901 האט א געוויסע טראמפ'יסט מיטן נאמען ליאן פרענק סזאלאקאז, געמאכט קאטשעניו מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט, און אפגעשיקט וויליאם מקינלי צו נאפאליען דער צווייטער זיך צו באגריסן און באקענען פון דער נאנט.. דאס איז געווען די דריטע אמעריקאנע פרעזידענט צו ווערן אפגעשיקט אויף פענסיע דורך אסעסינעישאן..
די אורזאך וואס האט געטריבן דעם ליאן צו אפליפערן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט מיט פעדעקס עקספרעס, איז געווען אנארכיע.. ליאן פלעגט ארבייטן אין א אייזן פאבריק, אבער האט פארלוירן זיין דשאב ביי די עקאנאמישע פאניק אין יארע 1893, ער האט דעמאלטס אנגעהויבן איינזעהן אז בערני סענדער'ס איז יא גערעכט, און האט זיך אנגעשלאסן אין אזא היימישע סאציעליסטישע באוועגונג, און געווארן אן אנארכיסט, געגלויבט אין די קארטעז שיטה פון פלינדערן די גאסן ווייל זיי זענען אונטערדרוקט דורך די כעוורע.. מען ברויך פטור ווערן פון די אונטערדרוקער'ס.. און דאס האט נאר איין וועג, און דאס איז אראגאן סטייל אנארכיע.. פלינדערן און הרגענען די אונטערדרוקער.. די ווייסע סופערמארקעט'ס.. די רייכע וואס צאלן נישט קיין טעקסעס..
רוזעוועלט וואס האט איבערגענומען דאס מליחה אינעם אמעריקאנעם אינזל זייענדיג די דעמאלטסדיגע וויצע פרעזידענט, האט אנגעהויבן זארגן איבער די פארשפרייטונג פון אנארכיע איבער'ן לאנד, און האט באשלאסן צו טוהן דערוועגן, אבער עס האט גענומען עטליכע יאר ביז 1908 ווען די אמעריקאנע רעגירונג האט געפענט אירע טויער'ן און געגרינדעט די יונייטעד סטעיטס אויף די עף בי איי.. מיט די האנט אויפן הארץ, האבן די כעווערע געמורמעלט איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי און.. פאר אלל! מיט הילכיגע אפלאדירן פון די ארומיגע, זענען זיי געווארן אריינגעשוואוירן.. איר אויפגאבע? ענדיגן אנארכיע וואס האט געפלאגט דאס לאנד..
יארן זענען דורכגעלאפן, און די פאראייניגטע שטאטן פון די עף בי איי איז אויסגעוואקסן אלץ איינע פון די גרעסטע און שטערקסטע און מערסט קארופטירטע מאפיע גענגסטער'ס פונעם גאנצן ערד פערפל.. דזשאסטעס פאר אלל! מאנכע קלערן אויב די רוסישע קעי דשי בי האט גענומען טרענירונגען און ראט ביי די יונייטעד סטעיטס אויף די עף בי איי.. נישט איינמאל האט ארויסגערינען איבער די אוממאראלישע אקטן פון די ארגעניזאציע אין פובליק, אבער די מאפיאנער'ן האבן גלייך געשיקט זייערע ארבייטער אין די קאנגרעס און סענאט רעדן צו די מידיע וועגן די וואילטעטיגע ארגענעזאציע, די מיטן שיינעם רעקל און שניפסל מיטן רינדעכיגן בייכל האבן גערעדט מיט באגייסטערונג פון די ארגעניזאציע וואס שטעלט ממש איין זייער לעבן פאר אונזער וואוילזיין.. די מאפיאנערן אין קאנגרעס בעיקר רעפובליקאנע וואס פלעגן רעדן מיט פיש זאפט איבער די געזעץ און סדר וואס מ'דארף ברענגען אין לאנד.. מיר קענען נישט צולאזן אנארכיע.. מיר זענען איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי און .. פאר אלל! קיינער איז נישט העכער די געזעץ! מ'קען ניטאמאל זיין העכער די געזעץ, דו ווייסט ווי הויעך די געזעץ איז?
איין נאציאן אונטער אנארכיע: און דאס איז די עף בי איי!
לאמיר אראפברענגען עטליכע ביישפילן פון די וועלט בארימטע קארופטירטע מאפיא גענג'ס גרופע גערופן די עף בי איי..
די עף ביי איי פיילס.
איינע פון די מערסט באקאנטע קרימינאלע אקטן פון די עף בי איי, איז די באקאנטע עף בי איי פיילס, ס'הייסט אז די עף בי איי האט געהאלטן פיילס אויף יעדע באקאנטע פיגור אין לאנד, צומאל צוליב זארגן, אבער מערסטנס צוליב שווארצע-פאסט.. מאפיא סטייל אקציעס א שטייגער ווי דו גיי צו די מידיע אונז פארטיידיגן, אויב נישט וועלמיר עפענען דיין פייל און טרעפן דארטן פארברעכנס.. די אלע וואס זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן די וויאטנאם מלחמה וואס האט געקאסט דאס לעבן פון פופציג טויזענט אמעריקאנע זעלנער, זענען געווארן בארעכטיגט לויט די עף בי איי קאנסטיטוציע צו האלטן א פייל אויף זיי.. איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי (קענסט אים?) און דזשאסטעס! פאר אלל! .. אלל איז א הויכע פיגור אין די עף בי איי, און נאר ער איז די אויסשליסליכע פארברעכער צו פארדינען ליבערטי מיט דזשאסטעס.. ס'איבעריגע איז אונטערן נאציאן.. העי לייג דאס האנט אויפן הארץ.. דאס פירט אונז אריין צו די באקאנטע קאוינטעלפראוי קארופציע..
קאוינטעלפראוי
אין יארע 1956 איז געגרינדעט געווארן די קאוינטעלפראוי אפעראציע אין די עף בי איי, די ציהל? אונטערברענגן די אמעריקאנע קאמיניסטישע פארטיי, און אירע באוועגונגען אינערהאלב אמעריקא, מיטן אויסרייד פון די ציל הייליגט די מיטל'ן, האט מען באשמירט באקאנטע פיגור'ן אלץ פארברעכער, אונטערגעשטעלט קרימינאלע פארברעכנס זיי אריין נאר'ן אינעם נעץ, מ'האט אונטערגעהערט אמעריקאנע בירגער ווייל אזוי וויל איך.. מ'האט איינגעזעצט פאליטישע כעוורע ווייל מיין גיסטע איז יעצט מער צו די פליישיגע זייט.. און אויב האט מען געברויכט מידיע שטיצע פאר די אקטן, האבן עטליכע סענאטארן זיך אויפגעשטעלט אויפן מייק, די מיט די רעכטע האנט אויפן הארץ.. און דערקלערט אז קיינער איז נישט העכער די געזעץ.. איין נאציאן אונטער.. מיט ליבערטי (ווער ס'איז ליבערטי? עפעס א היפי פון בראנקס.. ער ארבייט מיט די עף בי איי ווען ס'פעלט אויס..) דשאסטעס מיט ליבערטי זיי זענען די העכסטע אין לאנד, קיינער איז נישט העכער ווי זיי.. אנשי מידות..
ווען מארטן לוטער קינג האט געגרינדעט די סיוויל רייטס מאוומענט, איז ער געווארן די מעין טארגעט דורך די עף בי איי, היתכן ער פארלאנגט גלייכע בירגער רעכטן פאר יעדן.. סארא חצוף דער.. געהעריג, ער וויל איינפירן דעמאקראטיע?! ביינונז אין ליבערטי.. א מאנסטער וואס מ'דארף שוין אונטערברענגן, מ'האט אפגעשטאט א באזוך ביי אים אין הויז יעדן שני וחמישי.. יעדע האטעל וואס ער האט אריינגעטשעקט, האט ליבערטי מיט דזשאסטעס ארויסגענומען א שטוב דערנעבן.. זיי האבן איינמאל אים געשיקט אן אנאנים בריוו אז ס'וואלט געווען ראטזאם אז ער זאל זיך נעמען דאס לעבן.. און דאס איז די וואוילטעטיגע ארגענעזאציע וואס מיר האבן יארן געטרוימט אלץ די געזעץ היטער און ארדענונג ברענגער אין לאנד.. זיי ברענגען אונטער אנארכיע ביי אונז אין ליבערטי.. די עף בי איי האט געשיקט פאר קינג א פעקל דאקומענטן מיט רעקארדינג'ס פון עבירות וואס ער זאל האבן באגאנגען, און ער האט בלויז איין וועג ארויס, און דאס איז ער זאל באגיין זעלבסטמארד.. אויב באגייט ער נישט זעלבסטמארד גייען זיי עס ליעקן צו די מידיע..
די מידיע
איר ווייסט ווער ס'ברענגט אונז די נייעס און האלט אינפארמירט די פובליק? דא אין אמעריקא איז נישט ווי רוסלאנד, מיר האבן אן אומאפהענגיגע מידיע וואס געבט איבער ערשט האנטיגע באריכטן גלייך פון ליבערטי מיט דשאסטיס העדקווארטערס.. די מידיע איז שוין געווען גלייך ביים אנהויב די פונדאמענט און רוקן ביין פון די וואילטעטיגע ארגעניזאציע.. מאנכע צוליב זייער ראסיסטישע נויגינגען, און דאס איבעריגע צוליב די שווארצע-פאסט וואס די עף ביי איי האט געמאכט מיט זיי, ווילסט ארבייטן מיט מיר אונטערצוברענגען אנארכיע? אדער וועלמיר אריינקוקן אין דיין פייל.. די מאפיא גענגס האבן געוואוסט גלייך ביים אנהויב, אז כדי צו קענען אנגיין מיט זייער גענגסטער גרופע מוזן זיי צוקומען צו די מידיע, און פאלטישאן'ס, אז נישט ס'קומט וואלן און מ'טראגט ארויס ליבערטי מיט דזשאסטעס ביים קארג.. מ'מוז האבן די מידיע צו האלטן אינפארמירט די המון עם.. און די ערוועלטע פאליטישאן'ס צו שטימען פאר די קרוב צו צעהן ביליאן דאללער בודזשעט וואס זיי האבן.. אויב וואגסטו דיך צו שטימען קעגן די בודשעט, העי מיר האבן א פייל צו עפענען..
צו געבן א ביישפיל וויאזוי די מידיע ארבייט האנט ביי האנט מיט די באקאנטע ליבערטי און דזשאסטעס, וועלמיר ברענגן די משל וואס כ'האב געשריבן עטליכע יאר צוריק ווען ראבערט מולער איינע פון די ליבערטי כעוורע האט ארויסגעגעבן זיין אורטייל אויף טראמפ, געשריבן דא
היוצא לנו מזה, דאס איז אזא וואש מאשין, עס דינט צו קענען אויסוואשן די קרימינאלע אקטן פון די וואוילטעטיגע ארגאנאזאציע, צו קענען נאכדעם נוצן אין געריכט אלץ פראבעבל קאויס, צו קענען נעמען א סוירטש ווארענט צו נאכקוקן אויב די אינפארמאציע וואס די באנדיטן האבן איינגעפלאנצט אין די מידיע איז אמת.. אבער געוואלד, קוק אפילו די ריכטער האט עס באשטעטיגט.. סע'נייעס.. די זעלבע וואס האלט די רעכטע האנט אויפן הארץ? אה, אויף אים איז אויך דא א פייל, נישט געזארגט.. ליבערטי מיט דזשאסטעס איז העכער פון אים אויך..מאניש בנבנשתי האט געשריבן:בעריש קומט אריין אין חדר איין טאג, און ער זאגט פאר יעדן שטילערהייט, דו ווייסט? מאניש האט א ווארצל אויפן נאז!!!!
שטילערהייט שישקעט מען זיך צווישן זיך, מאניש האט א ווארצל אויפן נאז.. און כדי עס צו באשטעטיגן פעלזן פעסט, גייט בעריש און ער זאגט פאר איינעם וואס האט ווירקליך א ווארצל אויף זיין נאז, ער זאל גיין רעדן צו מאניש.. די אנדערע טאג הייסט בעריש אז זרח זאל גיין פרעגן מאניש אויב ער האט שוין אמאל גערעדט מיט איינעם וואס האט א ווארצל אויפן גוף ל''ע, זרח גייט צו מאניש פירט אים אריין אין א שמועס, אינמיטן פרעגט ער אים, זאג נאר האסט שוין אמאל גערעדט מיט איינעם וואס האט א ווארצל אויף די נאז? ענטפערט מאניש זיכער, הערשט נעכטן גערעדט מיט אזא איינעם!!!
זרח ברענגט צוריק די גוטע נייעס פאר בעריש, און בעריש ליעקט עס אריין צו די מידיא, און אט זענען די באריכטן וואס ווערט געליפטערט..ערשט האנטיג שטייצעך..
קול מבשר:
ברעכעדיגע נייעס, מיר האבן זיך דערוויסט פון א געהיימע קוואל אז מאניש דרייט זיך מיט מענטשן וואס האבן ווארצלעך אויף די נאז! קען אנדייטן אז ער האט אויך א ווארצל אויף די נאז.
דער איד:
מאניש געכאפט רעדן מיט מענטשן וואס האבן א ווארצל אויף די נאז! קען מעגליך אליין האבן א ווארצל! לינקט אריין צום קול מבשר..
דער בלאט:
באריכטן איבער א מעגליכקייט פון א ווארצל אויף מאניש. לינקט אריין צו דער איד..
די צייטונג:
באריכט:מאניש מיט די ווארצל אויפן נאז. לינקט אריין צו דער בלאט..
בעריש ברענגט די צייטונגען אין חדר די נעקסטע טאג, ליפטערט עס ארום פאר יעדן, נא, איך האב דיר געזאגט, מאניש האט א ווארצל אויפן נאז, ס'שוין באשטעטיגט געווארן דורך די צייטונגען.. דו האלטסט די צייטונגען זאגן ליגענט?
מער פעלט שוין נישט אויס, דער עולם באשרייט מאניש דו האסט א ווארצל אויפן נאז! און מאניש שרייט געוואלד, ס'הייבט זיך נישט אן! אבער בעריש האלט זיך ביי זיינס, קוק אפילו די צייטונגען באריכטן עס.
מאניש אבער זאגט די צייטונגען זאגן ליגענט! אזוי ווערט א מהומה אין חדר ביז בעריש זאגט ווייסטו וואס, איך גיי דיר אויפווייזן אז דו האסט א ווארצל אויף די נאז! זאגט מאניש, נו ווייז אויף!
נאך עטליכע חדשים, בעריש האט אנגעבראכן די ביינער פון מאניש'ס גוטע פריינט כדי זיי זאלן אים געבן סחורה וואס זאל כאטש זאגן אז ער דרייט זיך ''כסדר'' מיט מענטשן וואס האבן א ווארצל אויף די נאז, קומט בעריש צוריק מיט די פאלגענדע!
מיר קענען נישט ריינוואשן מאניש אז ער האט נישט א ווארצל אויף די נאז, אבער מיר האבן נישט גענוג באווייז צו קענען אויפווייזן אז ער האט יא!!
מר' מוללער, איך קען דיר בכלל נישט ריינוואשן אז די האסט נישט א ווארצל אויף דיין נאז, ווי אויך קען איך דיר נישט אינגאנצן ריינוואשן אז דו האסט נישט א וויידל מיט הערנער, אבער איך האב נישט גענוג קלארע באווייזן אז דו האסט יא, במילא וואלט איך געראטן מען זאל עס לאזן פאר די אייוועלט שרייבערס ווייטער צו דעבאטירן אויב דו האסט יא א וויידל אדער נישט.
נ.ב.
איך האב מיר נישט געקענט פשוט איינהאלטן צוקוקענדיג די רשעות וואס קומט פאר לעיני השמש, און מענטשן טאנצן מיט דערמיט.
#פארמאךדידזשאסטיסדעפארטמענט
אין 1965 איז געווען א ווייסע פרוי מיטן נאמען ווייאלע ליאוזאוי, זי האט זיך אנגענומען פאר די שווארצע.. און איינע פון KKK כעוורע האבן געזעהן אז זי פיהרט אין איר קאר א שווארצן.. האט דער בחור איר דערשאסן.. האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז דער KKK בחור האט געארבייט פאר ליבערטי מיט דזשאסטעס.. נישט פארגעסן, די רעכטע האנט אויפן הארץ, איא?! און די עף בי איי האט איינגעשפאנט די מידיע צו באריכטן, אז די פרוי איז געווען א דראג עדיקט, א קאמיניסט.. זי האט איבערגעלאזט אירע קינדער פראנק און פריי.. הקיצור א גאנצע טוץ מיט גארביטש איז געווארן געליפטערט דורך די מידיע, אזוי אז די המון עם זאל בארעטיגן ליבערטי מיט דזשאסטעס, און מיר זאלן קענען אפרוימען אנארכיע מיט א רואיגקייט..
אבער איר מיינט אודאי אז די עף בי איי ארבייט נאר פאר די רעפובליקאנער? כא כא כא.. באראק כוסעין אסאמא ווען ער איז געווען פרעזידענט, האט זיכער געמאכט אז די וואוילטעטיגע ארגעניזאציע ווערט א עולם הפוך.. נעמענדיג די איי אר עס צו די האנט, האט מען אנגעהויבן צו נאכשפיאנירן רעפובליקאנער אין די מאסן.. ס'האט אנגעהויבן ווערן ישמחו.. פלוצלינג האבן די מיט די רעכטע האנט אויפן הארץ זיך דערזעהן מיט ליבערטי און דזשאסטעס קלאפן אויף זייער טיר.. מ'האט אנגעהויבן רודערן.. אבער יע, ווער ס'רודערט איז דא א פייל.. ביני לביני איז געקומען די 2016 עלעקשאנס, און פיטער סטראק מיט קאומי און די אלע אנדערע כעוורע פון שושן האבן געארבייט אויף א אינשורענס פאליסי.. און קיינער איז נישט העכער דזשאסטעס!
אז מ'רעדט שוין פון 2016 איז ווערט צו דערמאנען די נאכאנאנדע רדיפות וואס איז פארגעקומען א דאנק די רוסישע קאלוזשען.. ס'איז שוין היינט באקאנט פאר יעדן אז דאס איז געווען א פיינע קוגל אפגעבאקן דורך ליבערטי מיט דזשאסטעס האבענדיג די מידיע צו הילף.. אבער דעמאלטס זענען די באווייזן געווען הימל שרייענד, און די אלע קלינטאן געצן דיננער האבן געשריגן אז ער ארבייט פאר רוסלאנד און מ'ברויך אים אפרוימען.. מ'האט בארעכטיגעט אלע געמיינע אקטן וואס מ'האט געטוהן מיט טראמפ אדער זיינע ארומיגע, ווייל די מידיע האט אליינס געזאגט אז..
לאמיר נעמען א ביישפיל, פאול מענעפארט..
זיין איינציגע חטא איז געווען, ער האט געארבייט פאר טראמפ.. און צוליב דעם חטא, האט מען אים חרוב געלייגט דאס לעבן, און איינגעזעצט.. מ'האט גענוצט די מידיע אים אראפצומאלן ווי ער איז א מיליאנער וואס האט געהאקט א לעבן אויף אונזער חשבון, אלעס כדי צו אויפהייטערן דעם המון עם, און אזוי אים קענען הענגן אינמיטן שטאט.. אלע מכלומרשטע עבירות זענען שוין געווען אנגעגרייט אין זיין פייל יארן פריערט.. פשוט נאכנישט געווען פארוואס עס צו באזוכן.. דאס האב איך געשריבן דעמאלטס.
דאס איז ליבערטי, און דאס איז דזשאסטעס.. איין נאציאן.. פאר אלל! הוי עווער דעיט אלל איז, ער מאכט א לעבן..מאניש בנבנשתי האט געשריבן:ברעקינג!
עס קומט יעצט אריין די נייעס אז אין דייטשלאנד האט מען געכאפט אן עושר מיט געלט וואס לאזט זיך וואוילגיין, אינדערצייט וואס די אלגעמיינער פאלק זיצט אין ארעמקייט, די פרעזידענט פונעם לאנד דער הויעכגעשעצטער אדאלף היטלער האט געהייסן מען זאל אים זאפארט ארעסטירן פאר זיינע נידעריגע פארברעכנס פון לעבן אין רייכטום, מען האט זאפארט קאנפיסקירט זיין פארמעגן, און פארארדענט די מידיע אזויווי די באקאנטער שטורמער צו באאיינפלוסן די מאסן איבער זיינע געלט שווענדערייען, אינדערצייט וואס די פשוטע המון עם בלוטיגט אוועק.
די שטורמער רופט די מאסן צו פראטעסטירן קעגן די רייכע און פארלאנגען גערעכטיגקייט קעגן די אומווערדיגע עשירים וואס ווערן רייך אויף אונזער חשבון, אונזער הויעכגעשעצטער פרעזידענט היטלער איז אויך איינשטימיג דערויף.
דער נידעריגער פארברעכער שטייט יעצט אויס לעבנסלענגליכע טורמע פאר זיינע רייכע פארברעכעריי, און געוויסע הייבן שוין אן צו פארלאנגען טויט שטראף.
קלינגט אייך די ניגון פון ערגעץ?
לאנג לעבן זאל היטלער!
אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז מען האט איינגעזעצט אין רוסלאנד איינער וואס האט זיך דערוואגט צו זיין א קאמפיין טשערמאן פאר פוטיןס קעגנער, ער זיצט אין סאליטערי קאנפיינמענט אלס אנגעבליכע סיבה פון געלט שווינדלערייען, די רוסישע מידיע נעצן זענען פארארדענט געווארן צו באשמיצן דעם נידעריגן פאררעטער וואס האט זיך געוואגט צו העלפן איינעם געוואונען אנטקעגן פוטין, אמעריקע האט ארויסגעלייגט א שארפע פארדאמונג זאגענדיג אז איינשפארן פאליטשע קעגנער איז קעגן די מענטשליכע ווירדן, אלע פארזאמלטע האבן געקלאטשט מיט די הענט אין די הייעך אפלאדירענדיג בשעת די אמעריקאנער אמבאסאדער צו די יו ען האט דעליווערט דעם סטעיטמענט.
קענטליך די פראזן פון ערגעץ?
לאנג לעבן זאל סטאלין!
ניין נישט נאר אין דייטשלאנד טוט דאס היטלער, און נישט נאר אין רוסלאנד טוט דאס סטאלין, מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר קיין שום דיקטאטור אין די וועלט, אמת ביי אונז טוט דאס נישט דער פרעזידענט אליין, ביי אונז טוט דאס דער דזשאסטיס דעפארטמענט סאיז פשוט מער פאליטיש אזוי.
לאנג לעבן זאל די אמעריקנער דזשסטיס דעפארטמענט!
און די הונגעריגע אידישע קיה'ן וואס זענען דורשטיג נאך די רייכע פאררעטער וואס לאזן זיך וואוילגיין אויף אונזער חשבון, קענען קוים דערווארטן מען זאל דעם פארעטער דערהרגענען פאר זיינע אומדערהערטע חטאים פון געלט אויסברענגעריי און דער זעלבער צייט וואס מיר הונגערן.
א טאג נאך וואס ער וועט ווערן הינגריכטעט, וועלן מיר זיך נעמען צו די אומווערדיגער איד וואס ווערט אויך רייך אויף אונזער חשבון, די מידיע וועט ווייזן אונזערע רעקלעך מיט וואס מיר גייען און וויפיל מען באצאלט דערפאר, די הוטן וואס מיר קויפן, די פרייזן פאר די אלע זאכן, ווי אויך וויפיל עס קאסט אונזער שטריימל, דערנאך וועט מען זיך א לאז טאן אויף די גאסן שרייען טויט צו די אידן.
לאנג לעבן זאל דער דזשאסטיס דעפארטמענט, און לאנג לעבן זאלן די הונגעריגע בלוט דארשטיגע אידן וואס פארטיידיגן די ווירטשאפט.
טפוי!
אבער זיי זענען רעפוליקאנער.. זיי האבן אנגעהויבן.. בלא בלא בלא.. הוי קעיר'ס.. צוריק דרייענדיג די זייגער אין 2015 ווען ס'האט אנגעהויבן ארויסקומען די געמיינע זאכן וואס מ'האט געטוהן פאר טראמפ אין זיין טווין טאויער, און געוויסע האבן דעמאלטס געוואלט בארעכטיגן די אומרעכט וואס מ'האט געטוהן מיט אים.. פרעצעדענטלאזע אקטן וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געטוהן.. און מ'האט עפעס אנגעקוקט ווי איך בין א רעפובליקאנער וואס געפעלט נישט יעצט זייערע אקטן, בו בזמן ווען די גרעסטע רשעים זענען געווען די רעפובליקאנע דזשאזשעס און פראסיקיוטער.. און איך האב דעמאלטס געשריבן דאס פאלגענדע
מיינע טייערע ברודער!מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
רבונו דעלמא כולא, וואס ענטפערסטו מיר יעצט? אז די רעפובליקאנער פראסעקיוטערס זענען אויך פארפוילט? און וואס האב איך געזאגט? איך בין א רעפובליקאנער מיינסטו? א נעכטיגן טאג, איך בין אן עבד השם, א קינד פון אייבערשטן, וואס טוט וויי דאס הארץ ווען מען זעצט איין א איד אין תפיסה, און כל שכן ווען מען טוט דאס שלא ביושר, און במישרין אדער בעקיפין נעמט מען אים צו זיינע רעכטן זיך צו קענען פארטיידיגן, קיין חילוק ווער דער פראסיקיוטער איז אדער ווער דער -זשאדזש איז, סאינטערסירט מיר נישט ווער סאיז בדרך כלל גוט פאר די שווארצע, זיי זענען הצד השוה ווען עס קומט צו א איד.
און אפילו סזאל זיין די מציאות אז דעמאקראטן זאלן אין פאקט ארויסגעבן בעסערע אורטיילן פארן איד, און עס זאל נאר זיין א מינדעסטע ספק אז מען גייט אמאל נוצן די טראמפ טאקטיקן אנטקעגן אפילו נאר איין איד, אזאך וואס מען האט נאך ביזן היינטיגן טאג נישט געטוהן פאר קיינעם, און מען וועט ניצן טראמפ אלץ תירוץ פארוואס מען מעג עס טוהן, אזוי ווי דאס מציאות ווייזט אין די דזשאסטיסט סיסטעם, איינמאל געטוהן מיינט פשוט די דאטום וואס מען דארף אנצייכענען ווען מען האט דאס די ערשטע מאל פראקטיצירט.
עס וואלט געדארפט ווען יעצט זיין א ויצעקו אין די גאסן, געוואלד ווי טוט מען זאכן דא שלא ביושר, פארוואס באקריוועדעט מען איינעם'ס גערעכטיגקייט? מיר גייען דאך אלע שפעטער ליידן פון די קאנסעקווענצן! געוואלד קען טאקע גויאישע פאליטיק אוועקפירן דעם מענטש ממש אקעגן זיינע אייגענע אינטערעסן?
נאכאמאל איך בין נישט קיין רעפאבליקן, קאנסערוועטיוו, דעמאקראט, ליבעראל וכל שום חניכא דאית ליה, איך בין אבער יא איינער וואס איז שוין געווארן באקריוועדעט דורך דיינע ליבליכע דעמאקראטישע דזשאסטיס דעפארטמענט, ברוך השם נאר אין א טרעפיק קאורט, מען האט מיר צוגענומען רעכטן פשוט ווייל איך בין א איד, איך וויל נישט אריינגיין אין דעטאלן מפני חשש גילוי, אבער קלאר איך האב נאכגעקוקט אנדערע זעלביגע קעיסעס ווי מיר האט מען עס נישט געטוהן ווייל דארטן האט זיך געהאנדעלט איבער א גוי, און ווען די דערבארעמדיגע הארציגע דעמאקראטישע דזשאסטיס דעפארטמענט וועט לייגן די לאפעס אויף דיינע ביינער, און זיי וועלן דיר צונעמען דיינע רעכטן, און זיי וועלן זיך איינברעכן ביי דיין לויער אין אפיס, וועל איך אי''ה מאכן א גאר גרויסן קידוש אין ביהמ''ד לכבודך, און מיר וועלן דיר באעהרן פאר די גרויסארטיגע קוראדזש וואס איר האט געהאט צו פארטיידיגן מעשים אשר לא יעשו אלעס כדי אין דער ערד צו לייגן טראמפ, אה אין אויכעט ווייל רעפאבליקאנער זענען אסאך שטרענגער קעגן קריים.
און יא, איך וואלט געוואויט פאר טראמפ פשוט ארויסצווייזן מיין פראטעסט קעגן די אלע מעשים שלא יעשו, ווייל איך קען זיין מארגן דער פארלירער דערפון, נישט סי ען ען אדער אלע אנדערע מידיע נעצן וואס טאנצן יעצט צוזאמען מיט דיר און ווייסן פשוט נישט וואס צו טוהן פאר פרייד.
די אמעריקאנע דזשאסטיס סיסטעם איז פארפוילט! ליבערטי מיט דזשאסטעס איז נאר געמאכט פאר אלל! נישט פאר אונז.. אידן האבן געליטן פון די זעלביגע באנדיטן אין די עף בי איי, און מיט די שטיצע פון די מידיע וואס האט אלץ אינזין צו שרייבן אז ס'איז געווען א האסידיק.. מיט א בילד אויפן העדליין פון א חסידיש בחור וואקענדיג אויפן גאס, דזשאסט אין קעיס דער גוי ווייסט נישט וואס ס'מיינט האסידיק.. ביי די שווארצע לייגן זיי נישט א בילד פון שווארצע כעוורע.. ס'איז צייט צו אנערקענען און פארשטיין, אז די מידיע צוזאמען מיט ליבערטי און דזשאסטעס זענען בכלל נישט אונזערע פריינד.. און יא ס'איז צייט צו פארמאכן די קארופטירטע אנארכיע.. די זעלביגע אגענטור וואס האט זיך געפענט צו אונטערברענגן אנארכיע, זיי זענען גאר די וואס ברענגן אנארכיע.. ווען מ'האט געפלינדערט געשעפטן אין מאנהעטן און ווי נישט?! זענען זיי נישט געווען צום האבן.. ליבערטי מיט דזשאסטעס האט מער געבאדערט טראמפס געשעפטן.. איז פארוואס דארפן מיר די עדזשענסי פונקטליך? אראפ דערמיט.. ברענגט אונטער אנארכיע? וויפיל שיסערייען איז געווען אין ניו יארק די לעצטע אכט יאר, הא? פארטלענד ארעגאן איז איין שטיק אנארכיע, איך זעה נאכנישט קיין אבלאוועס דארטן..
נוצן די עף בי איי קעגן א געוועזענעם פרעזידענט איז נאכנישט געווען אין היסטאריע.. אבער דאס מיינט נישט אז דאס גייט מער נישט פאסירן.. פונקט קאפויער.. ווען ס'קומט צו דזאסטעס איז דא אזא זאך וואס רופט זיך פרעצעדענט.. אין געריכט וועט דער דזשאזש אלץ וועלן וויסן וואס איז די פרעצעדענט אויף דעם.. אויב איז שוין אמאל געווען אזא זאך, וועלן זיי באקומען שטויס קראפט צו אדורכלאזן אזוינע אקטן, אויב איז עס נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אין די פארגאנגענהייט, דאן וועט א דזשאזש זייער שווער דורכלאזן אזא זאך.. יעדע איינציגע זאך וואס מ'טוט פאר טראמפ גייט אמאל ווערן גענוצט אויף אנדערע, מיטן תירוץ מ'האט עס שוין אמאל געטוהן.. די וואס שטיצן אנ'פרעצעדענט מאוו'ס זאלן וויסן, דאס האט מיט גערעכטיגקייט קיין שייכות, בסך הכל געבט מען נאך וואפן פאר די אומערוועלטע מאפיאנערן וואס נוצן יעדע איינציגע טול וואס זיי קענען אויף אומשולדיגע מענטשן..
יא, די עף בי איי האט אסאך געהאלפן צו אפרוימען שעדליכע עלעמענטן, און דאס קענען די געווענליכע פאליציי דעפארטמענט אויך טוהן.. זיי זענען היינט א ריזן מיליטער..
דערווייל זענען מיר איין נאציאן, אונטער אנארכיע, מיט ליבערטי און דזשאסטעס פאר אלל!