רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

די לעצטע שטיק צייט האט די מאמע געמאכט שטארקע פארשריט אין אוקריינא, און איינגענומען לאנד נאך לאנד אינעם אוקריינא וועלט'ל.. און די צויושטע המון עם יובל'ט אין די גאסן פאר פרייד, און דאס אונטערדרוקט אוקריינא פאלק ווערט צוביסלעך באפרייעט פון די נאצי'ס.. איז אפשר געקומען די צייט צו אנאליזירן דעם איצטיגן מצב מיט א ניכטערן בליק, איידער די צולאזטע פויערן ענדיגן פארטרינקן זייערע לעצטע פלעשער וואדקא, און ווען די זון וועט אויפלייכטן, און די אלקאהאליקער וועלן ניכטער ווערן, און מען וועט זיך אנהויבן צו דערזעהן מיט די פארשטינקענע פיש וואס מ'האט געגעסן, דאן וועט מען זיך פרעגן מיט קלאציגע אויגן וויאזוי האט דאס פאסירט?

איז לאמיר גיין אויף א שטיקל שפאציר אין היסטאריע:

2010 איז געווען וואלן אין אוקריינא, עס זענען געלאפן צוויי קאנדידאטן. איינער מיטן נאמען וויקטאר יאניקאוויטש, א שטארקע איבערגעגעבענע חסיד פאר די מאמע רוסלאנד. און די צווייטע איז געווען א רביצין מיטן נאמען טימאשענקא, זי די רביצין איז נתקרב געווארן צו חסידי אייראפא און נאטא, און געלאפן אויף א פלאטפארמא פון ווערן גוטע כאוויירים מיט די מאמע'ס שונאים ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין.. למעשה האט דער יאניקאוויטש געווינען די וואלן צו ווערן די רב הצעיר פון מאמע רוסלאנד, און געווינען מיט א 3% אויבערהאנט! לאנג לעבן זאל די מאמע!

די רביצין האט אבער אנגעהויבן רידער'ן אז מ'האט געגנבעט דעם אפיקומן, און זי מיט איר פארטיי גייען נישט אנערקענען די וואלן אלץ לעגיטים, און יאניקאוויטש איז נישט אונזער פרעזידענט! קענטליך די נוסח? עס האט נישט לאנג גענומען, און מ'האט ארעסטירט די רביצין, און איינגעזעצט אלס קרימינאל כמנהג ביים רבי'ן אינדערהיים אין רוסלאנד..

די רעוואלוציע:
אין 2013 האבן אנגעהויבן אויסברעכן שטורעמישע הפגנות אין די גאסן נאכדעם וואס דער יאניקאוויטש האט אנגעהויבן אויספאלגן מיט אן ערליכקייט אלעס וואס די מוטער האט געוואלט. די הפגנות זענען געווארן מער און מער שטורעמיש ביז אנהויב 2014 ווען דער רב הצעיר האט פשוט געהויבן פיס און אנטלאפן פון לאנד. נו ווי גייט דאס קינד ווען מ'ווערט צוקלאפט? נו ודאי צו די מאמען.. די מאמע איז געקומען שרייען און זיך אנעמען פאר איר קינד, אבער די אויערן זענען געווען פארשטאפט.. ביז די מאמע איז אראפגעקומען און אנגעהויבן די מלחמה מיט אוקריינא..

איז לאמיר צוריקגיין צו 2010 ווען דער געצערטל'ט קינד האט געווינען די וואלן, ווי האט ער באקומען זיינע מערסטע שטיצער'ס? אויב קוקט מען אויף די ראיאינען, האט ער געווינען אין קריימיא, און אין די דאנבאס ראיאן מיט נאך עטליכע געגנטער ארום.. אבער די וואס זענען אין קיעב ראיאן און אראפציהר האבן די מערב וועלט געשטיצטע כאסידים געווינען..

אויב קוקט מען מער גרינטליך, האט לוהאנסק מיט דאנעטצק געהאט די מערסטע פייערדיגסטע כאסידים.. מיט די גרעסטע אויבערהאנט פאר די מאמע זאל זיין געזונט.. נאכער קומט אדעסא, כערסאן, מיקאלייעוו, קרקוב מיט גאנץ א שיינע אויבערהאנט פאר די מאמע רוסלאנד..

קריימיא מלחמה 2014:
אין 2014 איז די מאמע געקומען אפנעמען קריימיא מיט א גאר שנעלע מלחמה, וואס די אוקריינער האבן גאנץ שנעל פארלוירן.. דערנאך האבן זיי זיך גערוקט צו לאהאנסק און דאנעצק ראיאן ווי זיי האבן געהאט די מערהייט רוסישע כאסידים.. אבער אין די אנדערע ראיאנען האט אנגעהויבן בלאזן בייזע ווינטן קעגן די מאמע, זיי האבן אנגעהויבן באקומען שווערע געפילן אז די מאמע האט זיך צופירט די הענט.. אבער ס'איז נאכאלץ געבליבן א שיינע צאל כאסידים וואס האבן געגליכן די מאמע'ס ווירטשאפט.. איצטערט וועלמיר אנהויבן אפשאצן די מלחמה געווינסן פון די מאמע.

די איצטיגע מלחמה 2022:
נעמענדיג אין באטראכט אז די גאנצע דאנבאס ראיאן, איז אלץ געווען פריינטליך צו די מאמע, ברויך מען פארשטיין אז ווען ס'קומט צו א מלחמה, וועלן די הייסע כאסידים וואס וואוינען דארטן, געבן אינפארמאציע און צוהעלפן די מאמע מיט וואס נאר מעגליך.. און דאס מאכט אסאך שווערער צו געווינען א מלחמה.. אוקריינא איז געזיצן די לעצטע חדשים אין טעריטאריע ווי עס וואוינען א מערהייט פון הייסע רוסישע כאסידים, וואס האבן מיטן גאנצן פלייס פרובירט צו העלפן די מאמע מיט וואס מעגליך.. ס'איז פארגעקומען גאנץ אפט פארעטישע אקטן פון לאקאלע בירגער.. מ'האט כסדר געכאפט פרישע פארעטער וואס האט געקאסט שווערע פארלוסטן פאר אוקריינא, און מיט דעם אלעם האבן זיי אנגעהאלטן פאזיציעס און אראפגעהאלטן דעם רוס פון מאכן פארשריט מיט גאנצע פיר חדשים, די צווייט שטערקסטע לאנד אויפן פלאנעט! אין דער זעלבער צייט, האט דער רוס פארלוירן אן אומדערהערטער צאל פון טאנקן, עראפלאנען, העליקאפטער'ס און סאלדאטן..

איי פארוואס האט אוקריינא באשלאסן צו זיך קריגן אין די דאנבאס ראיאן ווען די איינוואוינער'ס דארטן זענען אין מערהייט שטיצער'ס פון די מאמע? איז די סיבה גאנץ פשוט, לאמיר זיך קריגן ביי דיינע כאסידים אין דארף, און זאל דארטן ווערן די גיהנם, און אלעס זאל חרוב גיין, און זאל זיי פארגיין די אפעטיט פון וועלן האבן די מאמע ביי זיך אין לאנד, ווי איידער זיי זאלן קומען צו מיר אין קיעוו חרוב לייגן דאס גאנצע שטאט.. וואס אגב האבן זיי פרובירט, און באצאלט טאקע א טייערע פרייז, און דאס איז איינע פון די סיבות, ווייל דארטן הערט מען ווייניגער די מאמע'ס שלש שידעס תורא'ס יעדן טאג..

אבער אז מ'רעדט שוין פון קיעוו, לאמיר נישט פארגעסן די הויפט סיבה פון די רוסישע פארלוסטן אין יענע ראיאן, און דאס איז געקומען פון לאגיסטיקס.. די רוסן האבן נישט געהאט געהעריג אנגעגרייט קיין שאבעס פעקלעך אין דעם ראיאן צו קענען האלטן א מלחמה לענגער פון אפשר א וואך, זיי זענען געווארן פאר'נער'ט אז זיי קענען עס מאכן אין צוויי טעג, במילא פארוואס אויפשטעלן זאפאסן ערטער וואס די אוקריינער וועלן זיכער חרוב לייגן.. משא''כ (מיטן ליטווישן הברה..) ביי די דאנבעס ראיאן, האבן זיי שוין אנגעגרייט פול מיט וואפן זאפאסן זייט 2014, און אוקריינא האט נישט געהאט די מעגליכקייט עס צו געהעריג באמבאדירן, איינס ווייל די שטרעקע איז צומאל געווען ווייטער ווי זיי האבן געקענט גרייכן מיט זייער ארטילערי, און צווייטענס די המון עם האט צוגעהאלפן פארן רוס צו קענען אויסבאהאלטן פון די אוקריינער.. וועגן דעם האבן זיי געהאט אסאאאאך מער הצלחה אין די דאנבאס ווי אין די אנדערע ראיאנען..

פאר די אינטערעסן פון אוקריינא לוינט זיך, אז די מאמע נעמט איבער די דאנבאס ראיאן פאר א שטיק צייט, אזוי גייט די שטאט אונטער צוזאמען מיט די כאסידים, און צוביסעלך פארגייט די אפעטיט פון די אנהענגער צו מאכן שאבעסדיגע סעודות אינאיינעם מיטן רוס, ווען יעדן טאג בא'גאנבעט מען זיי פון אלע האב און גוט'ס.. פרידזשידער'ס, וואש מאשינס, מכל הבא ליד, אלעס ווערט דינאציפייט.. און צוביסלעך הייבט אן ווערן א אינערליכע מאוומענט קעגן די מאמע.. און ווען די צייט וועט שוין זיין רייף, וועט די מאמע ווערן ארויסגעשטויסן פון דארטן אזש די בזיונות וועט גיין עד לב השמים.. רוסלאנד וועט אפיציעל ווערן די צווייטע שטערקסטע ארמיי אין אוקריינא.

יעצט א שטיקל סך הכל וואס די געווינסן פאר רוסלאנד האט שוין געקאסט דערווייל:

(חלק שוין געשריבן ביי אן אנדערע מקום, אבער מפני חיבת הקודש וואס כ'האב פאר די מאמע, וועלמיר אים איבערדרוקן..)
די מוטער זאל געזונט ווערן האט שוין מפיל געווען גאר אסאך פון די געטרייע קינדער אין אוקריינא, און א גאר שיינע פארציע פון די געלונגענע ספעציעלע טרופן וואס נעמט יארן צו מושטירן, א שטייגער ווי די אמעריקאנע נעיווי סיעלס וכו'.. די פראדוקציע פון די רוסישע קרעפטן ווערט נישט געמאכט איבער נאכט. די מאמע האט געש'נדר'ט א שיין ביסל טאנקן פאר אוקריינא אלץ א צייגונג פון גוטן ווילן.. נייע טאנקן ווערט נישט פאבריצירט איבער נאכט, עס וועט נעמען א דור מיט יארן צוריק אנצופילן די אינווענטארי מיט טאנקן אנצוקומען צום נומער ווי זיי האבן געהאלטן בעפאר דעם קריג.. דאס זעלביגע ברויך געזאגט ווערן ווען עס קומט צו פליגער'ס און העליקאפטער'ס, די מאמע האט דארטן אויך אוועקגעטיילט מיט א ברייטהארציגקייט ברוח נדיבה, און ס'ווערט נישט באשאפן נייע דעם אנדערן טאג.. און די נייע וואס ווערט יא געשאפן, ברויך א בעל עגלה וואס זאל דאס פירן, און דאס ווערט אויך נישט געשאפן איבער נאכט.. אמוניצע צו קענען פירן א גרויסע קריג נעמט יאאאאארן צו מאכן, און סטארידזשן.. עס גייט נישט איבער נאכט.. די מוטער זאל זיך מיה'ן אין לעכטיגן גיהנם האט גאר שטארקע באגרעניצונגען צו קענען פראדיצירן קלוגע מיסיל וואס גרייכן צום ציהל, יא זי האט נאך מן הסתם א שיין ביסל מיסיל'ס אין איהר באזיץ וואס קען גרייכן דעם אויווען ביים בעקער אינדערהיים, אדער דעם שכן'ס וויינגארטן, אבער דארטן שטעלט זיך עס אפ..

די מאמע'ס קינדער וואס זענען נאך איבערגעבליבן אינעם מוטער-לאנד ווילן דערווייל בלייבן אונטער'ן מאמע'ס פארטוך, און ווילן בשום אופן דערווייל זיך אנשליסן אין די מאמע'ס ארמיי, אויס זארג אז מ'וועט זיי שיקן קיין אוקריינא וואס איז די צווייט שוואכסטע ארמיי אין אוקריינא דערווייל.. די מסירת נפש פאר די מאמע איז היבש שוואך געווארן די לעצטע חדשים ווייזט די נומער'ן פון די וואס ווילן גיין דינען ביים מאמע'ן אין מיליטער, זינט מ'ווערט געוואויר צוביסלעך אין לאנד איבער די מאמע'ס פעיגקייטן זיך אן עצה צו געבן מיט איינס פון די גרעסטע קארופטירטע לענדער וואס האבן ביז לעצטנס פארמאגט א מיליטער וואס וואלט אפשר צוניץ געקומען פאר א קינדער בילדער העפט, אבער זה הוא.. די מאמע קען דערווייל נישט טרעפן גענוג מסירת נפש'דיגע עסקנים אין לאנד וואס זאלן זיין גרייט מ'זאל מאכן פון זיי איינגעמאכטס לקדש שמה זי'קאאלעכט..

די מאמע'ס סדרנים האבן א שיין ביסל איבערגעגעבן זייער לעבן אלץ א דרשה געשאנק פאר די מאמע, די אנדערע ביסל וואס זענען נאך איבערגעבליבן, האט די מאמע א גרויס חלק פון זיי אפגעשיקט אויף אפרוה אין א קור-ארט אלץ אנערקענונג און אויסצייכענונג פון זייער געלונגענע ארבייט אין אוקריינא.. מ'האט אויפגענומען א שיין ביסל נייע סדרנים וואס זאלן מסדר זיין די מעמדים אויפן פראנט, ס'האט גענומען א זעלטן געמאכטן ליפערונג פליגער צו קענען ברענגען פון די מאמע'ס סטאריטדזש, א סדרן אזוי גרויס ווי האלב אוקריינע וואס מ'ברויך דריי רעסטוראנטן וואס זאלן ארבייטן ארום דעם זייגער צו קענען צושטעלן בלויז איין פרישטאג פאר דעם סדרן, קלערסטו מ'וועט אים קענען ליפערען אזוי שמיר נישט דוכן נישט אויף עטליכע פראנטן מיט אזא דריי מיטן קאפל? עס נעמט יאאאאאארן צו מושטירן א סדרן, ספעציעל די העכערע סארט סדרנים וואס שטייען ביים אויבן אן לעבן דעם רעבין.. און ס'טוישט זיך נישט אזוי סדרנים פון איין טאג אויפן צווייטן, און אויב יא, דאן ווערט עס די צווייט גרעסטע ארמיי וואס קען צוניץ קומען פאר א קינדער בילדער העפט..

פירן א מלחמה אמאל, האט געמיינט יארן צוגרייטונגען דערפאר, מושטירונגען אויפן בעסטן פארנעם, מיט סדרנים פונעם העכסטן קוואליטעיט וואס האבן האבן געקענט אויפקומען מיט געדאנקן צו אויסשפילן דעם צד שכנגד, היינט האט די טעכנילאגיע געגעבן דעם צד שכנגד זאל האבן צוטריט צו די אלע סדרנים און מיטהאלטן די פלענער ערשט-האנטיג.. אמאל האט מען געקענט אנגרייטן אן אנפאל בסוד סודות אנדעם וואס די שונא זאל אנמערקן פארדעם, גערופן די עלעמענט אויף סורפרייז, היינט איז דא סאטעלייט מיט דראונס און פיל נאך וואס זענען אייניגע שותפים און די סודות'פולע אנגרייטונגען.. מיר לעבן אין א נייע עפאכע, וואס האט אמאל געמיינט די צווייט שטערקסטע לאנד מיט די מערסטע טאנקן איז היינט די שטערקסטע לאנד מיט די מערסטע צאל טויטע סאלדאטן זינט די צווייטע וועלט קריג..

די געווינסן פון רוסלאנד אויף אוקריינא שטחים דערווייל, איז געווען בעיקר פון ווארפן אומגעהויערע נומער'ן פון ראקעטן, מיסיל'ס ארטילערי יעדן איינציגן טאג.. דאס אלעס האט זי געקענט טוהן ווייל די מאמע האט אנגעגרייט יאאאאאן לאנג סטאריזשעס פון די פיינע מאכלים צו ווארפן ביי די יארצייט סעודה ווען מ'וועט ברויכן, אבער צוריק אנצופילן די אלע שאבעס פעקלעך גייט נישט איבער נאכט.. פארדעם האט די מאמע זיך איינגעבעטן ביים עלטסטן זוהן וואס וואוינט אין בעלערוס, צו מנדב זיין סכוירע פון זיין קהל'ישע שטיבל.. איצטערט קומט די מכה בפטיש ווען די אוקריינא האבן באקומען פיינע מתנות ווייל זיי האבן געזינגען שיין ביים שאבעס טיש, און די מערב וועלט האט געזעהן אז דאס קינד זיצט שיין ביים טיש, האט מען אנגעהויבן טיילן בר מצווה מתנות, דאס בחור'ל האט אנגעהויבן צו האבן די מעגליכקייט צו בודק חמץ זיין אין יעדע מקום שמכניסים בו חמץ.. און די לעצטע תקופה האט אנגעהויבן גיין מדורות ביי יעדע געגנט ווי ס'איז דא די גע'אסר'טע סכוירע, און מ'מאכט שריפת חמץ ביז אזוי טיעף אריין ווי 80 קילאמעטער אריין וואס איז א גאר שטארקע דערגרייכונג.. און אט אט גייט אנהויבן צו ווערן א מאנגל אין חמץ, און די לאגיסטיקס גייט גיין אזוי ווי ביים אנהויב קריג, און דאן הייבט זיך אן די ווידערשטאנד מבית ומבחוץ.. און די מאמע גייט אט אט אנהויבן כאפן שלעק אזש ס'איז שטארק מעגליך די שלעק וועט אפקלינגען אזוי הילכיג ביי די מאמע אינדערהיים, אז דארטן וועט אויך אנהויבן ווערן פריילייך, און די גאר פייערדיגע כאסידים וועלן אנהויבן רעוואלטירן קעגן די מאמע און איר אונטערברענגען..

אלזא פאר די וואס זענען אין די הימל'ן פון די רוסישע זיגן, זייט וויסן, די אלקאהאל גייט אט אט אויסוועפן, און ס'גייט ווערן ישמחו.. לאגיסטיק'ס איז וואס האט געמאכט די רוסן פארלירן אין קיעוו, און לאגיסטיקס איז וואס גייט מאכן די רוסן פארלירן די דאנבאס, די איינוואוינער פון קיעוו איז געווען וואס האבן צוגעהאלפן צו פארטרייבן די רוסן אין קיעוו, און די איינוואוינער אין דאנבאס גייען צוהעלפן פארטרייבן די רוסן פון דאנבאס. די אוקריינישע וואפן איז וואס האט געהאלפן אוקריינא פארטרייבן די רוס פון קיעוו, מיט א חלק פון מערב וועלט וואפן. און די מערב וועלט וואפן איז וואס גייט פארטרייבן די רוס פון קריימיא..

איצטערט לאמיר צוריקגיין צום קעפל, רוסלאנד געווינט? כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

כא כא כא ;l;p- ;l;p- ;l;p-


דיסקלעימער, איך בין (נאכ)נישט קיין רויבער....
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

מאניש שטורעמט לעצטענס אריין שטארק

מאניש האסט אונז מחזק געווען
א געשמאקע אנאליז פול מיט הומאר
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

א שטארקע שאלעשידעס תורה, געוואלדיג קלאר


כא כא כא, האבן זיך די ליינער צולאכט.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

שמו האט געשריבן:א שטארקע שאלעשידעס תורה, געוואלדיג קלאר


[align=center]כא כא כא, האבן זיך די ליינער צולאכט.[/align]
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

געשמאקע אנאליז...
אבער רוסלאנד ווערט נישט ציבלאזן פון אזאנע ארטיקלען...
ואני בתומי אלך.
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3644
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p- ;l;p-
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

סוחי קומט אריין קריסטעל קלאר מיט א הערליכע פורימדיגע פרק שיעור
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
קלאנג
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

אה, ענדליך אן אנאליז פון א ניכטערן פערספעקטיוו

זייער קלאר
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

Ctrl + P
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

אפשר זאל מען לינקן אהער אין די זיראנץ בלויז נייעס אשכול
אנעליז פון א עקספערט
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6157
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

יויש ביזטו זיס...

איינער האט נאך אפאר חאגעס פאר ר' מאניש'ן?

ביי דע וועי וואו איז סוחי שוין לאנג נישט געהערט זיינע חכמות?...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

פיינע נייעס, גאר גוט געשריבן!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5529
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אוי ר' מאניש.. :lol: :lol:

איר זענט גוט!!
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

[quote="מאניש בנבנשתי"]
דעס איז נישט נארמאל גוט שכח
לעצט פארראכטן דורך נאר אויף שימחות אום דינסטאג יולי 05, 2022 5:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

צוקאש. אזוי גוט צולייגט, אזוי זיס, אזוי הומאריסטיש. ממש א געשמאק. א גרויסן שכ'ח.
העלאו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 11:30 am

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאו »

כל הכבוד אזא פיסקעל איינס אין די וועלט קיפ איט קאמינג
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6603
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

טענק יו הערליך און געשמאק צולייגט...

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

מורא'דיג מאניש!
כאבעכנאעגעהאט!
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

וואט אן אנאליז...

דער איז עפעס אויסערגעווענליך.

ישר כח
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זעיער שעין מאנעיס..

נאדיר א בר מצווה מתנה..

;l;p-
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

זאפטיג און זאלציג אזוינס וואס נאר מאניש קען,
כ'האב שטארק הנאה געהאט, יישר כח!!!!!!!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וימיש המאניש :lol: ;l;p-

דארף מען יעצט זאלס איינמאל באשרייבן די כאסידשיע שלשידעס מיט באגריפן פון מיליטער און טאנקען...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”