רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6257
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

מאניש מיטן פעדער! אייזן!
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2357
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

יעקב פריינד האט געשריבן:
מאניש מיטן פעדער! אייזן!
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פיין געזאגט וואויל געזאגט!! זיסע שפראך.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
קאמעץ בארד
שר האלפיים
תגובות: 2777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 5:51 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמעץ בארד »

ביפ.. ביפ..

מאניש איז דא מיט א פרישע גוט'ס...

יויש לאכמיר דא צאם! ביסט מחי' נפשות רבות!!
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2683
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

לאכטי ונהנתי מאוד.
מאניש נאט אייך א גרינע..
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

מאניש, מאיז שוין פארטיג מיט די לעמאן יעצט קומט די מעלוינע

שכח פארן העלפען אויפדעקען די רוסישע קארופציע

יעצט דארף מען נאך געוואר ווערען וויאזוי די רוסישע טעקסי און ברוקלין אפסטעיט איז אזוי ביליג..
אוועטאר
א פארצייטישע איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2012 9:21 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פארצייטישע איד »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
און ווען די זון וועט אויפלייכטן, און די אלקאהאליקער וועלן ניכטער ווערן, און מען וועט זיך אנהויבן צו דערזעהן מיט די פארשטינקענע פיש וואס מ'האט געגעסן, דאן וועט מען זיך פרעגן מיט קלאציגע אויגן וויאזוי האט דאס פאסירט?
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
און דאן הייבט זיך אן די ווידערשטאנד מבית ומבחוץ.. און די מאמע גייט אט אט אנהויבן כאפן שלעק אזש ס'איז שטארק מעגליך די שלעק וועט אפקלינגען אזוי הילכיג ביי די מאמע אינדערהיים, אז דארטן וועט אויך אנהויבן ווערן פריילייך, און די גאר פייערדיגע כאסידים וועלן אנהויבן רעוואלטירן קעגן די מאמע און איר אונטערברענגען..

אלזא פאר די וואס זענען אין די הימל'ן פון די רוסישע זיגן, זייט וויסן, די אלקאהאל גייט אט אט אויסוועפן, און ס'גייט ווערן ישמחו..

היות די וואדקע האט שוין אנגעהויבן וועפן ביי טייל געוואשענע מוחות, און געוויסע הייבן שוין אן פרעגן מיט קלאציגע אויגן, וויאזוי האט דאס פאסירט?? די כעוורע ביים רידער הייבן שוין אן אויסלערנען די נייע הקפות ניגונים פארן ציבור.. מען הייבט שוין אן צוגרייטן די טישן און בענק פאר די הקפות.. און אט אט קומט די רבי שליט''א אריין צו די הקפות ווי מ'וועט דרייען מיט אים זה חליפתי.. מאנכע רעדן שוין ברמיזה דערוועגן, אבער מ'איז נאך ממש ביים אנהויב פאזע.. מיט געדולד..

אבער וויאזוי האט דאס טאקע פאסירט?

רוסלאנד איז א קאנטינענט ווי קארופציע איז די לאנד'ס שפראך.. שקר פרעכע ליגענטס איז די קאריקולעם פון די יוגנט חינוך.. גנב'ן באראבעווען, מאפיאנערישע רויבערייען איז די לאנדס הימנא.. ס'לאנד איז אזוי דורכגעפוילט פון אויבן ביז אונטן, אזש ס'האט נאר אויסגעפעלט איין מחוצף וואס זאל שטעלן א גוטן ווידערשטאנד און אויפדעקן די קארטן פאר יעדן.. דאס לאנד האט א מיליטערישע בודזשעט? כא כא כא האבן די...

דערמאנט מיר די מעשה, איוואן די שיכור טרעפט אמאל זיין כאווער וולאדימיר פון מאסקווא, און רופט אים צו א סעודת משתה היין ביי זיך אין פאלאץ.. וואלאדימיר קומט אריין, ער זעהט א הערליכן פאלאץ, ממש אויג פארכאפענדע פאנאראמעס.. ווערט פון מיליאנען.. דער ווייסט דאך יא אז איוואן האט קיין ירושה פון זיין טאטע נישט באקומען, פרעגט ער דעם איוואן, פון ווי האסטו דעס? זאגט אים איוואן, אה.. קוק ארויס דא פון פענסטער, זעהסט יענעם ריזיגן דרייסיג שטאקיגע בנין? דער וולאדימיר קוקט ארום פארווינדערהייט, און ער זאגט אים איך זעה נאר פינעף שטאק דארטן.. אה זאגט אים איוואן, די איבעריגע 25 שטאק ליגט דא ביי מיר אין פאלאץ..

גייט דורך עטליכע חדשים, און וולאדימיר רופט דעם איוואן פאר א סעודה ביי זיך אין סמעדרעש.. איוואן קומט אריבער, ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעהן.. גאלדענע ווענט, דיימאנטן גיסט זיך אויף דער ערד.. עפעס אן אומבאשרייבליכע פאלאץ וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געזעהן.. דרייט ער זיך אויס צו וולאדימיר און פרעגט אים, זאג מיר מהיכן וואשמאשין זה? כ'מיין קיין ירושה איז עס זיכער נישט!

זאגט אים וולאדימיר, קוק ארויס פון פענסטער, זעהסט די אלע בריקן, טונעלן, בנינים און די גאנצע שטאט דא ארום? איוואן קוקט פארוואונדערט, ער זעהט נישט קיין בריקן, קיין טונעלן, קיין שטאט, שטא גארנישט.. ער זאגט פאר וולאדימיר איך זעה נישט גארנישט דא, אה זאגט אים וולאדימיר, דאס איז אלעס דא אין מיין פאלאץ..

דאס איז רוסלאנד! א מיליטערישע בודזשעט וואס בויעט פינעף שטאקיגע בנינים און ס'איבעריגע שטאקן קענט איר געפינען ביים גענעראל אין פאלאץ.. מ'בויעט מאסיווע מיליטערישע פראיעקטן, קענסט עס גיין אפנעמען ביים קאמאנדיר אין זיין היים.. ס'איז רוסישע איינגעבאקענע חינוך וואס האט גענומען יארן צו אויפבויען.. און דערצו מוז מען האבן די רוסישע שפראך, אן ליגענט גייט עס נישט.. און יעדער פאפט דעם צווייטן, מ'קומט אויף מיט דרושים ופלפולים ממש הפלא.. א ברירה האט ער, אז נישט קען אים די פענסטער באטרעפן.. מען קען מאכן חשבונות און מיליטערישע סטראטעגיעס, אבער אויב איז עס געבויעט אויף שקרים ןכזבים ווייל מ'דארף רעדן ס'לאנדס שפראך, דאן וואס קען מען ערווארטן? ס'איז פארפוילט דאס גאנצע פאלק דארטן.. ס'נישט נאר געוויסע עלעמענטן.. ס'איז די גאנצע אתרוגים.. שטא קיין בנינים, קיין בריקן, קיין טונעלן.. ס'דא אויל-גראכן.. קענסט עס גיין דארטן אפנעמען.. ש'טא קיין ציהל'ן, קיין סטראטעגיעס.. סדא וואש מאשין'ס..

די לאנד האלט ביים אונטערגיין.. וואס מיר לעבן יעצט מיט איז ריכטיגע היסטאריע וואס גייט געשריבן ווערן אין די ביכער, און מ'גייט אלעמאל רעדן דערוועגן.. דאס איז א היסטארישע קאפיטל אינעם רוסישן צוזאמפאל.. בדרך הטבע גייט רוסלאנד צופאלן.. ס'איז פשוט א פראגע פון צייט, אבער דאס קינד ליגט שוין ביים קוואטיר אין די האנט, און מ'פירט דאס שוין.. דאס עקענאמיע טראסקעט דארטן אין תהום אריין.. די אלע מענטשן וואס משיקט אריין אין מיליטער אסאך פון זיי האבן דזשאבס.. און דאס מיינט אז עס גייט האבן א מאסיווע אפעקט אויפן לעבער מארקעט, אויף פראדוקציע, און אויף גאר אסאך אינדוסטריעס.. דאס איז חוץ די אלע סאנקציעס וואס געבט א פיינעם זעץ..

בלייבט איבער צו ווינטשן, א גמר חסימה טובה, און א גוט געבענטש יאר..
אבער ווען אונז און ארץ ישראל האבן געפרעגט דעם רוסישע איד ראש השנה האט ער געזאגט אז א חוץ א פאר קלייניקייטען פילט ער גארנישט און מאסקאווא וועגן די מלחמה

א זייטיגע נקודה האט יענער געזאגט אז ביז יעצט זענען מיר געווען בעקבתא דמשיחא יעצט מיט פוטין האלט מען שוין ביי די ingrown toe nail :smile:
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מאניש כ'מעג קריטיקירן?
(במקום שאין איש איז געפילטע קרויט אויך נישט קיין פיש...)
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

איל משולש האט געשריבן:
מאניש כ'מעג קריטיקירן?
(במקום שאין איש איז געפילטע קרויט אויך נישט קיין פיש...)
כל הכבוד.. איך האלט אבער פריי מיינע רעכטן פאר א צוריק-שטויס..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל

זיכער אזוי..

איז אזוי. פותחין בכבד אכסניא, הערליכע אנאליזן באצוקערט מיט כריין און קניידלעך פון שאלעשידעס..

און דא צום איך צו די קריטיק. קודם לגבי דיינע חשבונות. איך גלייך גראדע יא דעם פארגלייך צום וויעטנאם קריג. אבער איך וועל נישט זיין סורפרייזד אויב ווען די קריג וועט זיך איינשטילן וועט מען זען אז אפילו די אוקריינער ציפערן איבער רוסישע פארלוסטן זענען היבש איבערגעטריבן. הגם אז אויב זעט מען אז דו ביסט יא גערעכט מיט דיינע שאצונגען וועל איך אויך נישט זיין איבערראשט.
אבער נישט דאס איז דער עיקר וואס מאכט מיר שרייבן, נאר אז כ'האלט שוין דעם שטעקן אין האנט כיון שניתן רשות ל... עכ"פ, קום איך צום ענין. דאס איז דיין שאצונג איבער א רעוואלוציע אין רוסלאנד זעלבסט. לאמיר נישט פארגעסן אז די רוסישע האלטן נאך לאנגע יארן פון מוח שווענקונגען... פוטין איז נישט היינט ארויס אויפן טראן. ער פירט שוין די מאמע ביים נאז א לענגערע וויילע... איז טראץ וואס מיט דעם פרט אז אין רוסלאנד האלט מען יעצט נענטער צו א רעוואלוציע ווי סיי ווען אין די לעצטערע יארן, איז עס אבער פארט נאך אלס גאנץ ווייט פון די ווירקליכקייט. עס וועט ווארשיינליך נישט אזוי שנעל פאסירן.

נאכאמאל ש'כח פארן צושטעלן די אנאליזן.

יעצט קענסטו צוריק שטויסן, כ'בין מער נישט דא...

די חילוק צווישן א נייעס ריפארטער מיט אן אנאלעזירער, איז דער נייעס באריכטער רעדט פון וואס מ'זעהט יעצט און וואס עס האט פאסירט היינט אדער נעכטן.. ער רעדט נישט קיין ווארט איבער מארגן אדער שפעטער, ער באריכט די פאקטישע מעשים וואס ווערט יעצט געטוהן..

משא''כ דער אנאליזירער, ער באריכט בכלל נישט קיין נייעס, נאר ער נעמט די אלטע נייעס, און מאכט א קרעפל דערפון, עפ''י רוב געבויעט אויף היסטארישע פאקטן און נומער'ן.. ער נעמט צוזאם ס'גאנצע בילד, אלע נייעס באריכטן און מאכט דערפון א ירושלימער קוגל.. און אויף דעם קען ער פאראויס אפשאצן וואס גייט אדער קען זיך אויסשטעלן אין די קומענדיגע טעג, וואכן, אדער חדשים.. אין אנדערע ווערטער ער קען צוטרעפן צו די נייעס וואס וועט ווערן באריכטעט אין די צוקונפט..

איצטערט לאמיר גיין צום אנאליז, קוק אויפן דאטום פון מיין ערשטע תגובה אויף דעם פאדעם, און קוק וויאזוי האט אויסגעזעהן די פראנט דעמאלטס, און קוק וויפיל זאכן האבן שוין אנגעהויבן גיין אין שפאן צו וואס כ'האב געשריבן דעמאלטס.. ניין מ'האט נאכנישט אראפגעווארפן פוטין פון בענקל, אבער מ'זינגט שוין דארטן אתקינו סעודתא.. די מידיע רעדט היינט זאכן וואס זיי האבן זיך נישט געוואגט צו טוהן עטליכע חדשים צוריק.. א רעוואלוציע גייט נישט איבער נאכט, ס'נעמט צייט.. די שאלעש שידעס האט זיך הערשט אנגעהויבן.. לאז אריינברענגען די פיש מיט די גאלא, און צוביסעלעך וועט די זמירות ווערן העכער און שטורעמישער..

כלפי חשבונות איז נישט מעגליך יעצט צו וויסן פונקטליך וויפיל דאס איז, מ'האנדעלט דא מיט געבורט שקרנים, פראפעסיונאלע ליגענער'ס וואס האבן נאך קיין אמתדיג ווארט אין זייער לעבן נישט געזאגט ניטאמאל בטעות.. אבער לויט היסטארישע פאקטן און ציפערן פון פארגאנגענע קריג יארן, איז פשוט נישט מעגליך אז רוסלאנד זאל האבן אזוי ווייניג פארלוירן נעמענדיג אין באטראכט די שטח וואס זיי האבן איינגענומען, און וואס זיי האבן נאכדעם פארלוירן.. די פאקטישע מיליטערישע געצייג וואס איז דא באווייז אז מ'האט עס צו'מזיק'ט.. דאס מאכט מיר זייער קאנווינסד אז אין די צוקונפט ביים ענדע קריג וועלן די נומער'ן זיך ארויסשטעלן צו זיין היבש אונטערגעשאצט..

איצטערט נאכאמאל, איך האב נישט געשריבן דא קיין פאקטישע נייעס, ס'איז אן אנאליז און אפשאצונג אויף די צוקונפט געבויעט אויף פאקטישע נומערן און היסטאריע פון קריג'ס געשיכטעס פון אמאל, און די מציאות וואס מ'ווייסט היינט איבער רוסלאנד און אוקריינא.. מוז נישט זיין כ'וועל צוטרעפן הונדערט פראצענט צו אלעם, אבער ס'וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן מיט וויפיל כ'האב יא צוגעטראפן.. אין א צייט וואס די רוסן האבן גע'יובל'ט אין די גאסן, און מענטשן זענען געווען פארלוירן און געהאלטן אז רוסלאנד געווינט, האב איך געשריבן אז דאס רעדל גייט זיך דרייען, און מ'גייט אנהויבן ווערן ניכטער צוביסלעך, און אט דאס האט פאסירט.. טאקע גענומען עטליכע חדשים, אבער איצטערט עפענט מען זיך שוין די אויגן אביסל..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4828
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

גאטשיע.

נאכאמאל געלאכט יעצט פון דיין אתקינו סעודתא...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

@מאניש,
די מאמע ווערט שוין באלד א שר המאה,
אפשר שרייבט מען א פרישע לאנגס און א ברייטס לכבוד די דערגרייכונג?
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שלייקעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 12:21 am

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלייקעס »

טוט זיך א שטיקל שערוריא אין אוקרײנע צי מ׳זאל אױסלעשן די לעקטער בײ שאלעשידיס צי נישט די מאמעס חסידים טענה׳ן אז מ׳האצעך אלץ אזױ געפירט בײם רבי׳ן...
ס׳דערנאך האסט שױן ארײנגעטרעטן
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

די טויזענטער חסידים פונעם אייוועלטער פורים רב הרה”צ בנבנשתי דער פיפטער שליט”א ווארטן אויפן פלפול לכבוד חנוכה.

בפרט יעצט ווען מיר אלע זענען עוסק אין פארלענדן פאנקען און מורמלען זיך דערביי אונטער סלאווא אוקריינע בערעמוישע.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

פופציגער האט געשריבן:
די טויזענטער חסידים פונעם אייוועלטער פורים רב הרה”צ בנבנשתי דער פיפטער שליט”א ווארטן אויפן פלפול לכבוד חנוכה.

בפרט יעצט ווען מיר אלע זענען עוסק אין פארלענדן פאנקען און מורמלען זיך דערביי אונטער סלאווא אוקריינע בערעמוישע.
ס'עפעס דער פיפטער?

כאניש עכט וואס מער צוצוגעבן איצטערט, בסך הכל נאך פלייש געמאלן און וחוזר חלילה.. אבער אז די ציבור בעהט, וועלמיר שרייבן איבער אן אנדערע טעמע..

וועלמיר נעמען דעם פעדער, און בעטן דעם פון אויבן ער זאל מיר געבן די ריכטיגע דיבורים, ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים..

אריין אין די ארבייט.. גיימיר אין קרעטשמע דאסמאל..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
די טויזענטער חסידים פונעם אייוועלטער פורים רב הרה”צ בנבנשתי דער פיפטער שליט”א ווארטן אויפן פלפול לכבוד חנוכה.

בפרט יעצט ווען מיר אלע זענען עוסק אין פארלענדן פאנקען און מורמלען זיך דערביי אונטער סלאווא אוקריינע בערעמוישע.
ס'עפעס דער פיפטער?

כאניש עכט וואס מער צוצוגעבן איצטערט, בסך הכל נאך פלייש געמאלן און וחוזר חלילה.. אבער אז די ציבור בעהט, וועלמיר שרייבן איבער אן אנדערע טעמע..

וועלמיר נעמען דעם פעדער, און בעטן דעם פון אויבן ער זאל מיר געבן די ריכטיגע דיבורים, ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים..

אריין אין די ארבייט.. גיימיר אין קרעטשמע דאסמאל..
;l;p-

מיר ווארטן!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שכח פופציגער
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
די טויזענטער חסידים פונעם אייוועלטער פורים רב הרה”צ בנבנשתי דער פיפטער שליט”א ווארטן אויפן פלפול לכבוד חנוכה.

בפרט יעצט ווען מיר אלע זענען עוסק אין פארלענדן פאנקען און מורמלען זיך דערביי אונטער סלאווא אוקריינע בערעמוישע.
ס'עפעס דער פיפטער?

כאניש עכט וואס מער צוצוגעבן איצטערט, בסך הכל נאך פלייש געמאלן און וחוזר חלילה.. אבער אז די ציבור בעהט, וועלמיר שרייבן איבער אן אנדערע טעמע..

וועלמיר נעמען דעם פעדער, און בעטן דעם פון אויבן ער זאל מיר געבן די ריכטיגע דיבורים, ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים..

אריין אין די ארבייט.. גיימיר אין קרעטשמע דאסמאל..
מוז זיין אן אנדערע טעמע.
חנוכה עסט מען מיליכיגס, קען מען דאך נישט צאממישן מיט די געבראטענע פלייש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

פיינע דזשאב געמאכט...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

מאניש

סטאפ!!!!!

די עולם וויל וויסן פארוואס כלאך כקען זיי ניטאמאל זאגן כקען נישט צום ווארט קומען
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4246
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

רעגענדיג האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
טאקע א חכם האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
יא
יא
יא
יא
יא
ניי.. עה.. יא!.. עה... פון וואס רעדט מען דא?
דער מאניש אידאך צירידערט אויף כחות!
אתקינו סעודתא ביי שאלעשידעס זאגט מען מיט א נוסח, מ'זינגטעסניש!
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!

אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

הערשט לעצטנס אנגעקומען אהער.

היינט געענדיגט.

פון איין זייט באדערט מיר אז איך האב עס פארפאסט בשעתו, פון די אנדערע זייט האב איך הנאה אז איך האב עס יעצט געהאט..

איך מיין אז וואס איך ווער בעיקר שוואך פאר דעם מאניש איז, אז פון איין זייט שרייבט ער עכטע אקטועלע רעלעוואנטע ענינים, אבער פון די אנדערע זייט שרייבט ער מיט דעם עכטן פארצייטישן זאפטיגן געשמאקן קרעטשמע נוסח.

געווענליך, אדער שרייבט מען א קוה א ווייסע א שעפסעלע א רויטע קיינד אף זאכן מיט מאסיווע לשונות וואס מאכט וויי טאן די מילצן, אדער שרייבט מען רעלעוואנטע ענינים.

דער יונגערמאן דא, סאמהאו, טוט ביידע אינאיינעם אויף אנבעליוועבל שטאפלן.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: רוסלאנד געווינט: כא כא כא האבן די גלויבער'ס זיך צולאכט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צל עובר האט געשריבן:
הערשט לעצטנס אנגעקומען אהער.

היינט געענדיגט.

פון איין זייט באדערט מיר אז איך האב עס פארפאסט בשעתו, פון די אנדערע זייט האב איך הנאה אז איך האב עס יעצט געהאט..

איך מיין אז וואס איך ווער בעיקר שוואך פאר דעם מאניש איז, אז פון איין זייט שרייבט ער עכטע אקטועלע רעלעוואנטע ענינים, אבער פון די אנדערע זייט שרייבט ער מיט דעם עכטן פארצייטישן זאפטיגן געשמאקן קרעטשמע נוסח.

געווענליך, אדער שרייבט מען א קוה א ווייסע א שעפסעלע א רויטע קיינד אף זאכן מיט מאסיווע לשונות וואס מאכט וויי טאן די מילצן, אדער שרייבט מען רעלעוואנטע ענינים.

דער יונגערמאן דא, סאמהאו, טוט ביידע אינאיינעם אויף אנבעליוועבל שטאפלן.
צל, בי אנעסט, וועכע זייט וועגט איבער?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”