פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

ס'איז יא דא, נאר די מידיא רעדט נישט דערפון.
16
15%
ס'נישטא, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט באקומען מידיא שטיצע.
7
6%
פאר דעמאקראטן גייט נישט אן די טובה פונעם לאנד נאר פון די פארטיי.
43
40%
ס'הערשט א פחד ביי די פאליטישאנס פון די העכערע פענסטער אין די פארטיי.
20
19%
די דעמאקראט איז נישט צוגעוואוינט צו ניצן אליינס זיין קאפ.
10
9%
עפעס אנדערש. (לאמיר הערן)
12
11%
 
סך הכל שטימען: 108

אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

צלאכע
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

צל עובר האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:צום פותח:

אוי ביסטו אין דעם רעפאבליקאנער באבל.

רוב לינקע פון צענטער אקאונטס אויף טוויטער, האקן כסדר אויפן פרעזידענט.

-----
ער רעדט פון פאלעטישן'ס

אה, פאליטישענס?

פארוואס זאל א פאליטיקאנט באגיין פאליטישע סוסייד און ארויסקומען אין פאבליק קעגן דעם פרעזידענט?

(נישט אז עס איז נישט דא, אבער עס איז טאקע ווייניג.)

שכח צל פאר דיין שטימע.... הייסט די דעמאקראט קומט נישט ארויס קעגן די פארטיי ווייל ער ווייסט אז ס'איז זיכערע סוסייד. אינטרעסאנט אז אנדערע פאליטישאנס אין אנדערע לענדער האבן נאך א שאנס צו בלייבן אויפן פאזיציע אויך נאכן ארויסטרעטן קעגן דעם פירער.

די קשי' איז נאר פון וועם ער האט מורא? צו פון די מידיא וואס וועט פון מאכן א גל של עצמות? אדער די פארטיי פירערשאפט וועט מאכן פון אים א צווייטע בוטעדעזש?

דו האלטסט אז אמעריקע איז נישט אין א סכנה מיט אזא פארטיי?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

האסט שוין אמאל געהערט פון גדעון סער?

ער איז ארויסגעקומען קעגן ביבי...

ער האט מורא פון די פריימערי עלעקטאראט, קיינער האט נישט ליב א פאליטיקאנט וואס גראבט אונטער א פרעזידענט. די פארטיי פירערשאפט האט נישט אריינגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער קעגן דעם מעיאר, די קאלירטע וויילער האבן פשוט נישט געהאלטן ביים שטימען פאר אים. בעיקר פאר צוויי סיבות, איינס פאר די זעלבע סיבה פארוואס דו ווילסט נישט שטימען פאר אים. צווייטנס, ווייל זיי שטימען נאר פאר א ווייסן פאליטיקאנט וואס האט שוין באקומען זייער טראסט נאך יארן לאנגע פארבינדונגען. א שטייגער ווי ביידן 2020, קלינטאן 2016. און די צווייטע זאך איז טאקע איינס פון די סיבות פארוואס בערני קען נישט געווינען.

אמעריקע איז מער אין סכנה פון א אנדערע פארטיי ווי מען ווערט אויס נארמאל ווען מען זאגט עדות קעגן זייער פירער, און ווי די ווארט פון איינעמס גרעסטע קאבינעט מיניסטארן און קאמפיין אנפירער איז פשוט בטול קעגן די ווארט פון דעם פירער.

פרעזידענט ביידן קען נישט גיין קעגן דעם רצון פון רוב דעמאקראטישע וויילער, דער אנדערער קען מאכן דעם רצון פון רוב פון זיינע וויילער, און ער האט שוין רעוואלטירט קעגן די שטימען פון רוב פאלק.

איך וואלט זיך גשעמט צו זאגן אז יענעם'ס פארטיי איז א דיקטאטור, ווען ביי מיר איז די קאנסערוואטיווע טשעיני א פשוט'ע ריינא, אינאיינעם מיט באר, טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער, וכו'.
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

צל עובר האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:צל, א גוגל סערטש ווי דו האסט געבעטן האט געברענגט גאר שוואכע רעזולטאטן. די טריקענע מציאות פאר איינער וואס בליקט אין די נייעס איז ווי די פוה״א האט אראפגעמאלן. אין כאן באבל כלל וכלל.

זעהט אויס אז זיי נוצן שוין היינט אנדערע אויסדרוקן.

דאס איז בעסער?
Screenshot_20220704-140548_Twitter_copy_675x528.jpg

דעי אלע גוגל ריזרלטאטן איז פון מידיא אנאליזן, וואס די ברעגעס דא איז אויך א מידיא אנאליסט, אבער עס איז נישטא צופיל דעמאקראטיע פאליטישאנס, די איינציגסטע וואס דעמאקראטישע פאליטישאנס טוהען איז נישט ענטפערן ווען מען פרעגט אויב ביידן זאל לויפן פאר ווידערוויילונג, אדער אויס ער וויל אז ביידן זאל קומען קאמפיינען פאר אים .

אבער דעיס ווייזט אז יא, אז די מידיא איז דא עס צו דעקן און אויפבלאזן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב נישט געשריבן אנדערש בנוגע דעמאקראטישע פאליטיקער.

איך האב געשריבן אז דעמאקראטן אויף טוויטער (מיינענדיג גאנץ סאושעל מידיע) האקן כסדר אויף ביידן.

און אז פונקט פארקערט ווי מען שרייבט דא, בלאזט די מידיע אויף יעדע קלייניקייט ווע פאליטיקאנטן רעדן קעגן ביידן אדער די פארטיי, אריינגערעכנט טאקע די וואס ווייסן נישט אויב זיי שטיצן אים פאר 2024..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

צ/ק

איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין פאליטיק בפרטיות און איך נישט ברענגען אנעקדאטן פון וואס דער פאליטיקאנט און וואס נישט וכו'. אבער איך האלט פארשטייט זיך יא מיט בכלליות, דעריבער וועליך אפגעבן מיין מיינונג באזירט אויף אבזערוואציע.

איך וועל גיין קודם צו דיין לעצטע שורה. אמעריקע איז אין א סכנה צוליב די צוטיילונג און די שטארקע קעגנזייטיגע מיינונגען פון בירגער וואס בײדע האלטן אז די צד שכנגד איז א סכנה פאר דעמאקראטיע, און זיי מוזן עס ראטעווען מיט סיי וועלכע מיטלען. א בירגער קריג איז נישט ממש אויסגעשלאסן.

יא יא, איינע פון די גרעסטע סכנות צו דעמאקראטיע איז איינע פון די יסודות פון דעמאקראטיע, דהיינו די רעכט זיך נישט אויסצוקומען און די מהלך אז די רוב געווינט (51%+), און דאס פירט אז 49% פונעם לאנד איז אייביג אומצופרידן. דאס א באקאנטע פראבלעם, אבער אין נארמאלע צייטן וועלן ביידע זייטן נאכגעבן פאר'ן צווייטן.

אבער אין שווערע צייטן וויל קיינער געבן קיין אינטש, די בירגער אליינס ווערן מער און מער פארביטערט איינע אויף די צווייטע, נישט נאר פאליטיקאנטן. די פאלק ווערט אויטאמאטיש מער פארוויקלט אין פאליטיק, כמעט יעדע מיינונגס פארשידנהייט ווערט פאליטיש, עס ווערט פערזענליך, בירגער הייבן אן האסן איינע די צווייטע און עס פעלט א פינק.

די ציווילע קריג האט אויך פאסירט צוליב איין גרויסע פאליטישע שפאלט אין געדאנק, וואס האט געפירט אז ביידע זייטן זאלן זען די אנדערע אלס א געפאר.

דאס לאנד איז נישט אין א סכנה צוליב איינע פון די צווי פארטייען נאר צוליב וואס די בירגער אליינס האבן טיפע שפאלטן (מ'קען נישט שפילן "ער האט אנגעהויבן", עס קריכט פיל טיפער ווי פאליטישע שפילן).

צו דיין פראגע לגבי די דעמאקראטישע פארטיי אין קעגנזאץ צו די רעפובליקאנע פארטיי. איך מיין אז דאס האט צוטון אביסל מיט דעם.

אויבערפלעכליך קוקט אויס ווי דאס לאנד איז צוטיילט אין פיר, די צוויי פארטייען איינע אנטקעגן די צווייטע, און אויך אינערהאלב ביידע פארטייען איז שתי מחנות, די מעסיגע און די מער עקסטרעמע. אבער באמת איז דאס לאנד נאר צוטיילט אין דריי, ווייל די מעסיגע פון ביידע זייטן וואלטן זיך געקענט אויסקומען און די מעסיגע פון ביידע זייטן גלייכן נישט די מער עקסטרעמע אינערהאלב זייער פארטיי.

אויב די מעסיגע פון ביידע זייטן קומען זיך צוזאם און ארבעטן עפעס אויס, און שטעלן זיך קעגן די מער עקסטרעמע אין זייער פארטיי, וועט זיך די לאנד היפש איינשטילן. געוויסע פון ביידע זייטן פרובירן דאס צו טון און זיך דורכצוקומען (איך קען נישט ברענגען נעמען ווייל איך האב נישט קלארע באווייזן אויף ספעציפישע פאליטיקאנטן, אבער איך זע אזוינע פעלער אין די נייעס), און אויב דאס פארמערט זיך קענען זיי ראטעווען דאס לאנד.

עס פעלט מעגליך נישט אויס פאר די מעסיגע זיך קעגנצושטעלן אנטקעגן די עקסטרעמע אינערהאלב זייער אייגענע פארטיי, עס איז מעגליך אז זיי ברויכן ברויכן פשוט אויסשטרעקן א האנט איינע צו די צווייטע און זיי וועלן אויטאמאטיש ווערן די מערהייט אנטקעגן די צוויי עקסטרעמע זייטן באזונדער. אוי ווי איך האף אז דאס זאל פאסירן.

חוץ פון די שפאלט אינערהאלב די פארטייען וואס איז באזירט אויף מעסיג ווס עקסטרעם, איז אויך דא די שפאלט פון פרא און אנטי עסטאבלישמענט. דאס איז נישט גענצליך צוזאמען מיט מעסיג ווס עקסטרעם, דאס מיינט, איינער וואס איז מעסיג איז לאו דווקא פרא עסטעבלישמענט און די זעלבע פארקערט.

באזירט אויף דעם בליק, לאמיר זען וועלכע פארטיי עס האט שוין געהאט מער סוקסעס אין אנטי עסטאבלישמענט. די רעפובליקאנע פארטיי. טראמפ איז גענצליך נישט פון די עסטאבלישמענט און דאך האט ער באוויזן צו געווינען די נאמינאציע און די פרעזידענטשאפט.

אבער, זיינע נאכפאלגער באשטייען לאו דווקא פון מעסיגע און לאו דווקא פון אנטי עסטאבלישמענט, נאר א געמיש פון ביידע. געוויסע האבן אים ערוועלט צוליב זיינע פאליסיס וואס זענען בעצם נישט אזוי עקסטרעם (מ'קען זיך דינגען אויף געוויסע, אבער בכלליות איז ער נישט אן עקסטרעמיסט), געוויסע האבן אים ערוועלט ווייל זיי האבן געגליכן זיין וועג פון רעדן וכדו' און ווייל ער איז אנטי עסטאבלישמענט.

די רעפאבליקאנער האבן זיך געלערנט אז איינער וואס איז נישט פון די עסטאבלישמענט קען איבערנעמען, דאס שמעקט פאר יעדעם. אבער די שפאלט צווישן די מעסיגע און עקסטרעמע איז נאכנישט באהאנדלט געווארן, פארקערט, עס איז מער צופארן.

קען זיין אז אויבנאויף קוקט אויס ווי די רעפאבליקאנער פארטיי איז צוטיילט צווישן אנטי טראמפ און פרא טראמפ, אבער עס איז נישט אזוי. עס זענען דא מעסיגע אנטי טראמפ און עקסטרעמע אנטי טראמפ, און די צוויי קומען זיך לאו דווקא אויס. דאס זעלבע איז אויך דא ביי פרא טראמפ, מעסיגע און עקסטרעמע. דאס שאפט א שטארקע צופארנקייט.

די דעמאקראטישע פארטיי האט נאך דערווייל נישט באוויזן צו ערוויילן אן אנטי עסטאבלישמענט. די סיבה פארוואס ווייס איך נישט, אבער איך גלייב נישט אז זיי זענען אזוי ווייט אוועק דערפון. אבער דערווייל הערשט נאך א שטיקל אחדות צווישן די עקסטרעמע און די מעסיגע, צווישן די אנטי און פרא עסטעבלישמענט. ווייל דערווייל מוזן זיי צוקומען איינע צום צווייטן.

פארוואס זיך קעגנשטעלן פונקט אנטקעגן ביידען? וועם רעפרעזענטירט ער?

אויף די רעפאליקאנער זייט האמיר מעקארטי, מעקאנעל, און טראמפ וואס אלע דריי זענען נישט (אייביג) אויפ'ן זעלבן בלאט. ווידעראום ביידען, פעלאוסי, און שומער ארבעטן פעסט ביינאזאם.

ביידען איז בעצם מער מעסיג הגם ער שטעלט זיך אפט צו צו די עקסטרעמע, שומער שטעלט זיך גאר אסאך צו צו די עקסטרעמע, און פעלאוסי טוט ביידע צומאל א גלעט פאר קארטעז און צומאל א פראסק איר צו שטעלן אין פלאץ, אבער זיי ארבעטן נאך אלע צוזאמען און אלע דריי זענען לאנג יעריגע דורכגעווייקטע עסטאבלישמענט פאליטיקאנטן. ווי לאנג גייען זיי אנהאלטן?

בערני און ווארען האבן נישט פארלוירן ווייל זיי זענען אנטי עסטאבלישמענט, נאר ווייל זיי זענען צו עקסטרעם. די פראגרעסיוון האבן נישט גענוג שטימען צו געווינען די נאמינאציע.

אויב א דעמאקראטישע אנטי עסטאבלישמענט קאנדידאט וויל זיך אריינרוקן וועט ברויכן זיין נישט צו עקסטרעם און נישט צו מעסיג, און ער וועט זיך דארפן קעגנשטעלן אנטקעגן ביידען, פעלאוסי, און שומער.

ס'איז מעגליך אז איינער זאל דאס באווייזן פונקט ווי טראמפ האט באוויזן זיינס, אבער עס פעלט לכאורה אויס אן אייגנארטיגע קאנדידאט דערפאר. ימים ידברו.

-------

כ'האב פארגעסן צוצולייגן. איך האלט אבער נישט אז די דעמאקראטישע פארטיי איז א סכנה פאר'ן לאנד. עכ"פ, נישט ווי זיי שטייען יעצט, און נישט מער ווי די רעפובליקאנער.
לעצט פארראכטן דורך היכי תמצא אום מאנטאג יולי 04, 2022 7:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

C5EB2627-1657-415B-8DBA-FE6AB80BE9BD.jpeg
C5EB2627-1657-415B-8DBA-FE6AB80BE9BD.jpeg (177.16 KiB) געזען 290 מאל
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

סאיז דא א ריזיגע קעגנערשאפט, אבער פריאריטעט איז ערשט, קודם דארף מען דערהאלטן דעם לאנד ביים לעבן, ארויס מיט די בלוטיגע רעפובליקאנע געזעצן

(אגב, דער ארטיקל איז געפאוסט געווארן א wראנג טאג)
#בשיטה נישט
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

היכי, סופער דופער! ;l;p-
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:געשטימט עפעס אנדערש

צ/ק
ווייל זיי זענען צופרידן

ני פארוואס זעהט מען אזאנע נידריגע אנקעטע ציפערן?
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יונער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:געשטימט עפעס אנדערש

צ/ק
ווייל זיי זענען צופרידן

ני פארוואס זעהט מען אזאנע נידריגע אנקעטע ציפערן?

ס'הייסט?

די מידיע מאניפולירט עס!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:געשטימט עפעס אנדערש

צ/ק
ווייל זיי זענען צופרידן

ני פארוואס זעהט מען אזאנע נידריגע אנקעטע ציפערן?

ס'הייסט?

די מידיע מאניפולירט עס!

אויך די 85% וואס האלטן אז די לאנד פארט אין א ראנג דירעקשאן?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:געשטימט עפעס אנדערש

צ/ק
ווייל זיי זענען צופרידן

דיין תירוץ פארענטפערט נישט די פראגע.

וויאזוי קען זיין אז די דעמאקראטישע פארטיי איז די איינציגסטע אין די מערב וועלט ווי יעדער איינער איז צופרידן?

די עצם זאך אז יעדער איז צופרידן איז נישט קיין חידוש, דאס זעט מען אין צענדליגע לענדער ווי צפון קארעא, כינע אא''וו.

האלטסטו נישט אז ס'איז דא א סיבה - חוץ דאס אז יעדער איז עפעס זעלטן אויסטערליש צופרידן וויאזוי די פארטיי פארט - פארוואס קיין איין איינציגע דעמאקראטישע פאליטישאן זאגט נישט אפיציעל אז ער גייט קעגן די פארטיי אזויווי אין אנדערע לענדער און פארטייען?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

די גלעד גרינוואלדס און די מעקס בלומענטאהלס פון די לינקע חדר ווערט דא כמעט קיינמאל נישט דיסקוסירט, סאיז דא א ריזיגע קעגנערשאפט, אייוועלט זעהט זיי נישט.
#בשיטה נישט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

נו שוין האט געשריבן:די גלעד גרינוואלדס און די מעקס בלומענטאהלס פון די לינקע חדר ווערט דא כמעט קיינמאל נישט דיסקוסירט, סאיז דא א ריזיגע קעגנערשאפט, אייוועלט זעהט זיי נישט.

עני פאליטישאן?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:די גלעד גרינוואלדס און די מעקס בלומענטאהלס פון די לינקע חדר ווערט דא כמעט קיינמאל נישט דיסקוסירט, סאיז דא א ריזיגע קעגנערשאפט, אייוועלט זעהט זיי נישט.

עני פאליטישאן?

וואס איז מיט די סקוואד?
#בשיטה נישט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעגענדיג האט געשריבן:אויך די 85% וואס האלטן אז די לאנד פארט אין א ראנג דירעקשאן?

א ריזן חלק פון די 78% בערך וואס האלט אזוי האלט אז דאס לאנד איז אויף געהאקטע צרות ווען האלב גרייט איז גרייט צו שטימען פאר די טאליבאנער אינסורעקשניסטן.

וגם אני הקטן בתוכם.

-------

בן כלבא שבוע האט געשריבן:עני פאליטישאן?

ברענג מיר איין פאליטיקאנט - לכתחילה עטליכע - אין דער גארער וועלט וואס האט מצליח געווען צו גיין בנוסח טשעיני/גדעון סער.

נאכדעם וועסטו בכלל האבן א פוינט דא.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:אויך די 85% וואס האלטן אז די לאנד פארט אין א ראנג דירעקשאן?

א ריזן חלק פון די 78% בערך וואס האלט אזוי האלט אז דאס לאנד איז אויף געהאקטע צרות ווען האלב גרייט איז גרייט צו שטימען פאר די טאליבאנער אינסורעקשניסטן.

וגם אני הקטן בתוכם.

לא זכיתי להבין
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אמעריקע גייט אין א שרעקליכן ריכטונג לויט רוב דעמאקראטן.

וואס איז שווער צו פארשטיין?

מען ריקט זיך אין דעם ריכטונג פון א פאשיסטיש קריסטליך לאנד.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:אמעריקע גייט אין א שרעקליכן ריכטונג לויט רוב דעמאקראטן.

וואס איז שווער צו פארשטיין?

מען ריקט זיך אין דעם ריכטונג פון א פאשיסטיש קריסטליך לאנד.

:lol:
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רעגענדיג האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אמעריקע גייט אין א שרעקליכן ריכטונג לויט רוב דעמאקראטן.

וואס איז שווער צו פארשטיין?

מען ריקט זיך אין דעם ריכטונג פון א פאשיסטיש קריסטליך לאנד.

:lol:

דו מיינסט אפשר אז דאס איז א וויץ.

דאס איז מער ווייניגער די סיבה פארוואס די דעמאקראטן זענען כמעט איווען מיט די רעפאבליקאנער אין דעם דזשענעריק בעלאט, א זאך וואס איז כמעט אנהערד אף אין די לעצטע צענדליגער יארן א מידטערם אפילו מיט א גוטע עקאנאמיע אנע אינפלאציע מיט די גאז ביי 3.00$, און אפגאניסטאן נאך צוגעדעקט מיט א גראבן באנדאדזש, און א דער פרעזידענט מיט אן עפראוול פון איבער 50%. (עז לאנג דער פרעזידענט איז נישט טיף אין די זעכציגער.)

בקיצור, דער דורכשניטליכער אמעריקאנער סטראגלט צו אנפילן זיין קאר מיט געז און באצאלן זיין גראסערי ביל, אבער דאס מאכט אים נאכנישט האלטן אז זאכן טויגן נישט.

נאר דאס וואס די מידיא פארקויפט אים אז עפעס א פארטיי וואס איז ניטאמאל יעצט אין מאכט וויל פארוואנדלען אמעריקע אין א פאשיסטיש לאנד, דאס מאכט אים נישט קענען שלאפן ביינאכט.

כ'הער...
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

צום קעפל.

עטוואס ריעליטי.

עס איז דא, מען רעדט, די מידיא פאמפט פול פורס.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220705-203429_Twitter_copy_688x508.jpg
Screenshot_20220705-203429_Twitter_copy_688x508.jpg (245.71 KiB) געזען 140 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: פארוואס הערט מען נישט קיין אפיציעלע קעגנערשאפט אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

בן כלבא אנערקענט אז מ'רעדט דערפון, ער זאגט אבער אז עס ווערט שנעל פארשטילט אדער פארשלאפן, נישט עפעס אן ערנסטע מערכה.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”