וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען?

זיכער, עס איז גאר וויכטיג!
111
39%
נע, סתם פאליטיק און געלט!
145
50%
וואס? מוסדות? קאנדידאטען? וואס איז די אשכול וועגען?
32
11%
 
סך הכל שטימען: 288

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

על ראשון ראשון.

@הר ההר, מאכסט א מעשה, און דו טשעקסט עס צי ס'שטימט מיט די היינטיגע מציאות, און דאס ברענגט דיר צום קאנקלוזשען אז סיז שוין היינט נישט אזוי...

קיינמאל אין היסטאריע האט א קאנדידאט נישט געזוכט צו העלפן א קליינטשיגע קאמיוניטי כדי צו האבן קאלירפולע שטיצע, זיי האבן געקוקט אויף וויפיל שטימען עס וועט זיי ברענגען.
אויב פארדינט מען דורכ'ן שטויסן דער איד וועט מען שטויסן, אויב איז מער פאליטיקלי קארעקט זיי צו שטיצן וועט מען זיי שטיצן.

נאכן קריג איז פאליטיקלי קארעקט געווען צוריק צו באצאלן פאר די אידישע ליידן, דעריבער האבן זיי זיך געקימערט מיטן 'נעבעכ'דיגער' איד, היינט צוטאג איז פאליטיקלי אינקאררעקט צו שטיצן די 'מאכטפולע, גייציגע, וויזויהייסטעסדיגע' חסידים, און די פאליטיקאנטן העלפן אונז נאר אין אויסטויש פאר שטימען.

וואס הייסט אונז העלפן? מיט דאס וואס זיי קענען העלפן.
זיי געבן גרויסע געלטער פאר די מוסדות התורה - אנע די געלטער טריפלט זיך דיין שכר לימוד ביל, און ביז מיר האבן נישט געהאט די געלטער - וואס מען האט נאר ארלעדיגט אדאנק אונזערע מאכטפולע בלאק-וואוט שטימען - צאלסטו טריפלט שכר לימוד, אויב נישט מער...
יא שאאר, די מוסדות זענען רויבערס, אבער פרעג דיר נאר נאך וויפיל די מאדערנע צאלן שכר לימוד.....

אונזערע פאליטיקאנטן העלפן אונז ווען עס קומט צו אידישקייט פראבלעמען, און יא, מיר לאזן די קשרים פאר אזעלכע פעלער.
ווען נישט די קשרים האבן מיר נישט קיין אוזן קושבת ביי מציצה בפה, גזירות החינוך, מיזעלס, כפרות שלאגן, ועוד ועוד רבים....
די פרייז צו באקעמפפן אזעלכע זאכן אין געריכט איז פיל טייערער, און האט שוואכערע אויסזיכטן פאר סוקסעס, ווי די פאר מינוט וואס מיר גייען ארויס שטימען.

וואס איז דיר וויכטיגער, אז ווען עס מאכט זיך א פראבלעם מיט דיין מוסד זאל עס מסודר ווערן, ווען א איד איז אויף צרות זאל ער געהאלפן ווערן, וכדומה. אדער צו וועלן פאר דער רעפובליקאנער וואס גייט פארלירן?

און אז דו רעדסט אזוי ברייט איבער די עסקנים, האסטו שוין אמאל גענומען די מי צוצוגיין צו איינע פון די עסקנים און פרעגן פראגן, אויסשמועסן זאכן, וכדומה? האסט זיי אמאל פראבירט צו פארשטיין אדער פרעגן פארוואס דאס און פארוואס יענץ?
(איך רעד נישט אין א קופקע מיט אזא בייזע טאן, איך רעד אין א רואיגע מינוט, מיטן ציל צו פארשטיין, נישט מיטן ציל צו טשעלענדשן)

____

@גיי, דו קענסט האבן זייער גערעכט טענות, אבער פליז, בי סמארט, דאונט בי רייט

דו וועלסט אריין א גוי 'וואס ווייסט אז דו האסט די שטימען אים ארויס צו וועלן' (להוציא די אלגעמיינע פאליטיקאנטן וואס מיר קענען זיי נישט ארויסוועלן, מיר קענען נאר האבן א ווארט אין א טייט רעיס) און ער שטעלט זיך צו צו דיינע באדערפענישן 90%

און ער קען טון זאכן אונטער א שוואכערע ספאטלייט, און כמובן קען מען געווענליך מער אויפטון, פארפאלן.
ווילסט מיר זאגן ס'קומט נישט אזוי? אלרייט, אבער פארוואס גיין קאפ אין וואנט?

____

@הר האקט

צו דיין לעצטע שורה, דאס אלעס צייגט אז דער עולם וויל 'נישט' פארשטיין די עסקנים, ודי בזה.

פארוואס זענען די טישלער וויילער עקסטרעם? ר' דוד איז דאך ביז יעצט געווען דער עסקנים קאנדידאט און טיפיקעל עסקן, ער איז די זעלבע חלק פון דעם א.ג. דיעפ סטעיט, ניין?
פארוואס טראסטו ר' דוד, און פאריגע מאל וואס ער איז געלאפן האסטו אויף אים געשפירט די זעלבע ווי דו שפירסט יעצט אויף אלע עסקנים?

איך מיין עס איז צייט פארן ציבור אויפצואוואקסן, זיי נישט אזוי איינגעטונקען אין דיין פאליטישע באבל, די עסקנים זענען נישט אזעלכע שלעכט גנבים שווינדלערס און רויבערס, און די גראסערי לייט נישט קיין מענטשן פרעסער, די בוטשער איז נישט קיין מאנסטער, און די בעקעריי נישט קיין משוגע'נער.
די זעלבע מענטשן שווערן זיך אז יענער שארט מיליאנען, און ווען זיי הערן א דריטן רעדן אז זיי שארן גאלד קענען זיי נישט פארשטיין ווי נאריש מענטשן קענען זיין...
שוין אפגערעדט אז ביים היימישן ציבור גילט נישט קיין קאפיטאליסטישע כללים, קיינער טאר נישט מאכן קיין גרויס געלט אויף 'מיין' חשבון, וכו' וכו' וכו' איך פארפאר דא קיין וויזויהייסטעס
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

מען דארף זיין בלינד נישט צו באמערקן די לעצטיגע מציאות אז עס זענען פארהאן צוויי סארט עסקנים, עס איז דא די אלט געזעצענע עסקנים וואס איז קלאר אז זיי זענען דא לשם אויפציטיען און ווען מען דארף א טובה זענען זיי אלץ דא צו העלפן, און נאך דעם איז דא די לעצטיגע מציאות אז עס איז געווארן ווי א לאביענג ביזנעס ווי די א. ג. עסקנים פראבירן צו כאפן ווי מער קנעגשאנס מיט ווי מער פאלעטישון'ס, און נאך דעם לויפן זיי ארום זיך צו אדווערטייזן צו ווייזן מיט וועם נאך זיי האבן פארבינדונגען...

איך וויל נאר פרעגן ווען איר האט געזען די לעצטע מאל א בילד פון ר' משה דוד נידערמאן מיט א פאלאטישון? נישט אז עס איז נישט דא נאר קיינער באצאלט נישט די עד...

די איינציגסטע פראבלעם איז נאר ווען דער א. ג. עסקן גייט ארום לויפן און זאגן אז ער פארטרעט די היימישע עולם, איך פריי מיך באמת אז ער מאכט געלט פארן זיין די אידישע פארשטייער פון זיין קאמפיין און איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם אז די גייסט באקומען א פאזיציע אויב ער גייט געווינען, אבער ביטע לאז מיך ארויס פון בילד און מאך נישט משוגע די אמתע עסקנים מיט מיך אז מען מיז שטימען פאר עם, און לאז מיך אליין אפמאכן פאר וועם צו שטימען.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:וואס הייסט אונז העלפן? מיט דאס וואס זיי קענען העלפן.
זיי געבן גרויסע געלטער פאר די מוסדות התורה - אנע די געלטער טריפלט זיך דיין שכר לימוד ביל, און ביז מיר האבן נישט געהאט די געלטער - וואס מען האט נאר ארלעדיגט אדאנק אונזערע מאכטפולע בלאק-וואוט שטימען - צאלסטו טריפלט שכר לימוד, אויב נישט מער...
יא שאאר, די מוסדות זענען רויבערס, אבער פרעג דיר נאר נאך וויפיל די מאדערנע צאלן שכר לימוד.....

א קליינע הערה, ווען אונז האמיר ווען רעפובליקאנע פאליטיקאנטן וואלטן אונז געקענט האבן סקול טשויס וואס איז סאך מער געלט ווי די אלע פראגראמען צוזאמען.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

לעניות דעתי איז דאס ביסעל פראגראמען וואס זיי געבן גארנישט אנקעגען דער עקינאמישע חורבן וואס זיי מאכען.
נישט וואטשערס און נישט סקול טשויס.
נישט מעדיקעיד און נישט פוד סטעמפס.
נישט סעקשען עיט און נישט וויק.
וכו' וכו' וכו'...
לאז דעם עולם מאכען געלט. כמאמר העלף נישט און שטער נישט.

איך און אסאך אנדערע זענען נישט גרייט צו שטיצען קיין אגענדע וואס האט נישט קיין שום צוקונפט אחוץ חרוב מאכן דעם שטאט דאס לאנד אין דער גאנצער וועלט.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:על ראשון ראשון.

;l;p-

זיסע פיש האט געשריבן:מען דארף זיין בלינד נישט צו באמערקן די לעצטיגע מציאות אז עס זענען פארהאן צוויי סארט עסקנים, עס איז דא די אלט געזעצענע עסקנים וואס איז קלאר אז זיי זענען דא לשם אויפציטיען און ווען מען דארף א טובה זענען זיי אלץ דא צו העלפן, און נאך דעם איז דא די לעצטיגע מציאות אז עס איז געווארן ווי א לאביענג ביזנעס ווי די א. ג. עסקנים פראבירן צו כאפן ווי מער קנעגשאנס מיט ווי מער פאלעטישון'ס, און נאך דעם לויפן זיי ארום זיך צו אדווערטייזן צו ווייזן מיט וועם נאך זיי האבן פארבינדונגען...

איך וויל נאר פרעגן ווען איר האט געזען די לעצטע מאל א בילד פון ר' משה דוד נידערמאן מיט א פאלאטישון? נישט אז עס איז נישט דא נאר קיינער באצאלט נישט די עד...

די איינציגסטע פראבלעם איז נאר ווען דער א. ג. עסקן גייט ארום לויפן און זאגן אז ער פארטרעט די היימישע עולם, איך פריי מיך באמת אז ער מאכט געלט פארן זיין די אידישע פארשטייער פון זיין קאמפיין און איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם אז די גייסט באקומען א פאזיציע אויב ער גייט געווינען, אבער ביטע לאז מיך ארויס פון בילד און מאך נישט משוגע די אמתע עסקנים מיט מיך אז מען מיז שטימען פאר עם, און לאז מיך אליין אפמאכן פאר וועם צו שטימען.

בדרך כלל איז די חילוק צו מ'איז א עסקן עמטליך מצד פון א קהילה אדער סתם איינער וואס גלייכט צו זיין א מאכער, פארשטייט זיך אז פון די צווייטע סארט איז אויך דא אזאלכע וואס העלפן אידן איך רעדט אבער בדרך כלל.
הר ההר
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 26, 2022 12:31 am

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר ההר »

@פאליטישע עקספערט
נישט קיין שום נפקה מינה וואס דער סיבה פארוואס פאליטיקאנטען זוכען דיין שטימע למעשה זוכט ער דאס נאכאלץ.
(אגב איך האלט נאכאלץ אז קיין איין קאנדידאט וויל נישט געוואונען מצומצום, נאר יעדער וויל זיין אינדארסירט דורך יעדן איינעם, נאר אין פאל ער באקומט נישט קיין אינדארסירונג פון יעדן וועט ער זיך באגנוגען מיט א שמאלע געווינס)
ממילא וואס ברענג איך ארויס? איז אזוי, אודאי זענען דא געוויסע וואס לויפען בבחינת כל המיצר לישראל נעשה ראש, אבער דאך איז נאך שנאת ישראל ''אין ניו יורק סיטי'' ''אין פאבליק'' נאכנישט אזוי אויפגעפיקט אז עס זאל זיך זיי לוינען, נאר וואס דען? ווען מען זעהט אז אידן קומען נישט ארויס שטימען רעכענט מען זיך מיט א צווייטענס אגענדע ענדערש ווי מיט אונזער, און דאס קען גרינג ווערן איבערגעדרייט דורך דעם וואס מיר שטימען יא, (דהיינו מען רעדט נישט פון קיין אנטיסמיטען וואס אינטערעסירט זיי נישט בכלל פאר וועמען די שטימסט).
און בכלל זענען מיר נישט קיין קליינטשיגע קאמיוניטי, מיר פארמאגען ארום הונדערט טויזענט שטימען אין די סיטי (קען זיין אז איך האב אונטער געשאצט !) וואס דאס איז באלד א צעהנטעל פון די שטימען פון די פאריגע מעיאר עלעקשענס, און עס איז נישטא קיינער וואס וואלט געזאגט ניין פאר אזא אינדארסירונג.
אויב ווילסטו זאגען אז דער סיבה פארוואס נאכען קריג האט מען זיך גערעכענט מיט אונז איז ווייל עס איז געווען פאליטיקלי קארעקט, נאדער עס, קיין פראבלעם, אבער לגופא של ענין איז דער סיבה פארוואס עס איז דא אן עסקן אדער אן עסקן אידארסירטער קאנדידאט, דער זעלבער, דהיינו זאגען פארן פאליטיקאנט אוזערע צרכים, און להשיב לנו דבר אונז איבער געבן וואס דער פאליטיקאנט האט געזאגט.

בנוגע דער חילוק פון שכר לימוד צעווישען אונז מיט דער מאדערנער עולם איז א צווייטע עסק אינגאנצען.

און דאכט זיך מיר אז די אלע גזירות זענען נאר פון די לינקע און קיין איינער פון זיי פון די רעכטע, און ווי אויך אלע אנטי ביזנעס און אקאנעמי געזעצען קומען אויך פון זיי.
וויפיל נאך מאל וועל איך הערן דער זעלבער אויסגעדראשענע ''מציצה בפה'' איך ווייס אז מיר האבען געהאט פון דעבלאזיא אויף דעם אסאך מיטארבעט, אבער גענוג איז גענוג מיר זענען שוין צעהן יאר נאכדעם עפעס חדשות פליז?
לגבי גזירות החינוך ווייס איך נישט פינקלעך פארוואס די טראכסט אז מיר שטייען אזוי גוט?.

און בנוגע די עסקנים, מיין איך אז די זאלסט איבער גיין מיינע פריערדיגע ווערטער, איך מיין אז איך בין מוראדיג פאזאטיוו וועגן זיי, איך האב פשוט אנאלאזירט דאס ביטערע מציאות און גערופען פאר א טויש, און נישט אונטערצורייסען קיינעם. (עסקנים רוף איך עסקנים און נישט די אנדערע.... יו געט מיי פוינט)
און דער ארבעט צוריקצובויען קשר און טראסט ליגט אויף די עסקנים און נישט אויף אונז, און ווי אויך דארפען זיי פון אונז הערן ''וואס מיר ווילן''
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הר ההר האט געשריבן:.
וויפיל נאך מאל וועל איך הערן דער זעלבער אויסגעדראשענע ''מציצה בפה'' איך ווייס אז מיר האבען געהאט פון דעבלאזיא אויף דעם אסאך מיטארבעט, אבער גענוג איז גענוג מיר זענען שוין צעהן יאר נאכדעם עפעס חדשות פליז?
לגבי גזירות החינוך ווייס איך נישט פינקלעך פארוואס די טראכסט אז מיר שטייען אזוי גוט?.

די מציצה בפה האט דעבלאזיא נישט בלויז מיטגעארבעט, און דא איז גילטיג דער כלל אז ווער ס'ווייסט רעדט נישט, אבער מיט אביסל זיך נאכפרעגן וועט איר ארויסהאבן דעם בילד.

די גזירת החינוך אין די סיטי איז בטל געווארן. איינמאל דאס איז אראפ פון טיש זענען די מופקרים געגאנגען צו די סטעיט און דא האלט מען יעצט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

ר' זעקל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:על ראשון ראשון.

;l;p-

שפתים יושק משיב דברים נכוחים.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:.
וויפיל נאך מאל וועל איך הערן דער זעלבער אויסגעדראשענע ''מציצה בפה'' איך ווייס אז מיר האבען געהאט פון דעבלאזיא אויף דעם אסאך מיטארבעט, אבער גענוג איז גענוג מיר זענען שוין צעהן יאר נאכדעם עפעס חדשות פליז?
לגבי גזירות החינוך ווייס איך נישט פינקלעך פארוואס די טראכסט אז מיר שטייען אזוי גוט?.

די מציצה בפה האט דעבלאזיא נישט בלויז מיטגעארבעט, און דא איז גילטיג דער כלל אז ווער ס'ווייסט רעדט נישט, אבער מיט אביסל זיך נאכפרעגן וועט איר ארויסהאבן דעם בילד.

די גזירת החינוך אין די סיטי איז בטל געווארן. איינמאל דאס איז אראפ פון טיש זענען די מופקרים געגאנגען צו די סטעיט און דא האלט מען יעצט.

בלייבט נאכאלץ די פוינט אז אונטער רעכטע וואלטן זיך די אלע אנטי אידישקייט געזעצן בכלל נישט אנגעהויבן, און מ'וואלט נישט געדארפט האבן קיין גוטהארציגע פאליטיקאנטן וואס זאלן עס מבטל זיין.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

רעגענדיג האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
הר ההר האט געשריבן:.
וויפיל נאך מאל וועל איך הערן דער זעלבער אויסגעדראשענע ''מציצה בפה'' איך ווייס אז מיר האבען געהאט פון דעבלאזיא אויף דעם אסאך מיטארבעט, אבער גענוג איז גענוג מיר זענען שוין צעהן יאר נאכדעם עפעס חדשות פליז?
לגבי גזירות החינוך ווייס איך נישט פינקלעך פארוואס די טראכסט אז מיר שטייען אזוי גוט?.

די מציצה בפה האט דעבלאזיא נישט בלויז מיטגעארבעט, און דא איז גילטיג דער כלל אז ווער ס'ווייסט רעדט נישט, אבער מיט אביסל זיך נאכפרעגן וועט איר ארויסהאבן דעם בילד.

די גזירת החינוך אין די סיטי איז בטל געווארן. איינמאל דאס איז אראפ פון טיש זענען די מופקרים געגאנגען צו די סטעיט און דא האלט מען יעצט.

בלייבט נאכאלץ די פוינט אז אונטער רעכטע וואלטן זיך די אלע אנטי אידישקייט געזעצן בכלל נישט אנגעהויבן, און מ'וואלט נישט געדארפט האבן קיין גוטהארציגע פאליטיקאנטן וואס זאלן עס מבטל זיין.

די גאנצע מציצה גזירה שטאמט פון א סופרים קאורט אורטייל וואס האט געטוישט וויפיל רעליגיע באשיצט ווען ס'קומט צו געזונטהייט. טריי צו געסן וועלכע פארטיי האט עס געשטיצט....

כמעט זיכער אז דאס איז די פסק וואס ניו יארק האט ציטירט אין געריכט, אויפווייזנדיג אז ווען א געזעץ צילט נישט א רעליגיע ספעציפיש אפי' ס'איז בעיקר נאר נוגע אידן איז עס נישט קיין פארלעצונג קעגן רעליגיע רעכטן https://en.m.wikipedia.org/wiki/Employm ... n_v._Smith
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

דו און איך ווייסן זייער גוט ווער ס'זוכט צו מאכן די סארט געזעצן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

צ"ק: נישט אינדארסירן.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אין די אנקעטע האבעך נישט געשטימט ווייל כ'וויל עס נישט געבן לעגעטימיטעט

דא ווערן אויפגעברענגט זייער אסאך פוינטס און כ'גיי נישט קענען זיך אפגעבן מיט יעדע באזונדער כ'וועל נאר פרובירן אויסצושמועסן אפאר פוינטס לויט וויפיל צייט און געדולד כ'וועל האבן

קודם אפאר הקדמות

1) א הענדי אינגערמאן וואס באשליסט אפיציעל זיך דערקלערן אלץ הענדימען (נד"נ שטייצעך) ווערט נאכנישט קיין מארקעטינג עקספערט אפילו ער איז מצליח

א אינגערמאן וואס איז פאר סיי וועלכע סיבה אריין אין עסקנות און אנגעקניפט קשרים מיט פאליטישענס װערט אויך נאכנישט קיין מארקעטינג עקספערט. ער ווייסט וויאזוי צו האלטן דעם קשר, בעטן און באקומען וואס מ'ברויך, אבער מארקעטן צום היימישן עולם איז לאו דוקא זיין ליין

היוצא לנו מזה, עסקנים פארשטייען נישט אייביג וויאזוי צו "איבערצייגן" דעם ציבור

2) די לעצטע פאר יאר זינט סאושעל מידיא האט איינגענומען די וועלט איז געווארן א "מוז" זיך צו ווארפן אין די אויגן ווי מער און אויב נישט ווערט מען אומרעלעוואנט

אבער אויב וויל מען באמת קענען אויפטוהן איז געווענליך די בעסטע מהלך צו גיין שטיל. ספעציעל ווען ס'זענען דא אזעלכע וואס ווילן דוקא פארקערט

היוצא לנו מזה, די עסקנים קענען נישט אייביג פארציילן וואס זיי טוהען און דאס מאכט געוויסע מענטשן טראכטן אז מ'טוט גארנישט

3) רוב פאליטישענס מאכן זייער אידיאלאגיע לויט וויאזוי זיי האלטן אז ס'לוינט זיך זיי (חוץ געציילטע אויסנאמען) און האבן נישט עכט קיין פראבלעם אוועקצוגיין פון זייער אידיאלאגיע אויב לוינט זיך אנדערש אבער ס'דארף זיך לוינען

אויב גייען זיי באקומען ערנסטע קאפוויי וועט זיי נישט אינטערעסירן וואס ס'איז ריכטיג און גערעכט און פאר א נויט וועלן זיי נאך אויפקומען מיט א פשעטל פארוואס די פארקערטע איז גערעכט

היוצא לנו מזה, ס'לוינט נישט אז די פאליטישענס זאלן דארפן פארענטפערן זייערע שריט ווען זיי העלפן אונז

4) ווען א נושא ווערט פאליטיזירט וועט זיין פיל פיל שווערער (אויב בכלל מעגליך) צו ארבעטן אויף איינעם וואס איז אפיציעל אויף די אנדערע זייט פונעם פאליטישן ספעקטרום ער זאל דיך שטיצן

היוצא לנו מזה, ס'לוינט אונז נישט ווען אונז צו העלפן ווערט א פאליטישע זאך

5) אסאך זאכן וואס עסקנים טוהען זענען נאר מעגליך ווייל ס'איז שטיל

כ'האב נישט קיין צייט מער וועלעך ענדיגן דא און מאכן דעם סך הכל

די וועג אנצוקומען וואס ס'פעלט אויס איז נאר דורך שטילע השתדלות. אמת, אמאל שטעלט מען זיך כאפן בילדער מיט דעם אדער יענעם פאליטישען אבער יעדער בעל דעת פארשטייט אז דאס איז נאר א קליינע פארמאליטעט

דעבלאזיא מיט זיין גאנצע פערדישקייט האט זיך איינגעשטעלט פאר אונז ביז ער האט באקומען ערנסטע היץ

און היות די עסקנים (די ערנסטע) זענען נישט אין די מארקעטינג אינדוסטרי קעמעניש פארלאנגען פון זיי צו אויפקומען מיט קריעיטיוו וועגן וויאזוי צו איבערצייגן נארישע מענטשן אז ס'איז פאר זייער טובה יא צו וועלן

וואלט געווען א טובה ווען זיי טוהען ווען יא? מעגליך אבער כ'בין נישט זיכער. ווייל רוב העצע קעגן עסקנים קומט פון אזעלכע וואס וואלטן סייווי געהעצט

כ'בין נישט אנגעקומען אריינצוגיין אין די נושא פון שטימען רעפאבליקאנער אבער אז מ'לייגט צו קאפ קעמען אליינס פארשטיין

די אנדערע נושאים האבעך ניטאמאל אנגערירט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מיליטאנט
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2022 9:23 am

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטאנט »

הענדימען זאגסט אמתע און שטארקע נקודות
את חטאי אני מזכיר איך האב געהאלטן אז סאיז נאר געלט און כבוד ביז מיינס א משפחה מיטגליד האט זיך פארפלאנטערט מיט א קלייניקייט און עטליכע עסקנים זענען געקומען צו לויפן כאטש סאיז נישט געווען קיין גרויסע מעשיות און כמעט קיינער ווייסט נישט דערפון

נאר וואס די מארקיטינג איז אין די אדמה
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

נאכאמאל דערמאנען, אז די וואלן דא רעפלעקטירט "נישט" די דעת הקהל, וויבאלד דא קען מען שטימען מיט יעדע דאפלטע ספעיר ניק.
סאיז דא א סוב פארים דא אין אייוועלט ווי מען קען שטימען נאר מיט איין ניק, קוקט די ריזן חילוק אין % ביי די מיטלסטע אפציע
וויאזוי קוקט איר אן קהילות און עסקנים אינדארסירונגען

ירא הקהל וישפוט
אטעטשמענטס
Screenshot_20220706-121959_Chrome.jpg
Screenshot_20220706-121959_Chrome.jpg (148.88 KiB) געזען 652 מאל
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

לייטער האט געשריבן:
נאכאמאל דערמאנען, אז די וואלן דא רעפלעקטירט "נישט" די דעת הקהל, וויבאלד דא קען מען שטימען מיט יעדע דאפלטע ספעיר ניק.
סאיז דא א סוב פארים דא אין אייוועלט ווי מען קען שטימען נאר מיט איין ניק, קוקט די ריזן חילוק אין % ביי די מיטלסטע אפציע
וויאזוי קוקט איר אן קהילות און עסקנים אינדארסירונגען

ירא הקהל וישפוט

נאכאמאל דערמאנען אז די וואלן דארט רעפלעקטירט "נישט" דעם דעת הקהל וויבאלד גאר אסאך איינצעלנע ניקים קענען נישט שטימען דארט .
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

רעגענדיג האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
נאכאמאל דערמאנען, אז די וואלן דא רעפלעקטירט "נישט" די דעת הקהל, וויבאלד דא קען מען שטימען מיט יעדע דאפלטע ספעיר ניק.
סאיז דא א סוב פארים דא אין אייוועלט ווי מען קען שטימען נאר מיט איין ניק, קוקט די ריזן חילוק אין % ביי די מיטלסטע אפציע
וויאזוי קוקט איר אן קהילות און עסקנים אינדארסירונגען

ירא הקהל וישפוט

נאכאמאל דערמאנען אז די וואלן דארט רעפלעקטירט "נישט" דעם דעת הקהל וויבאלד גאר אסאך איינצעלנע ניקים קענען נישט שטימען דארט .

;l;p-
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

ביז א וואך 2 גייט יענע רעגעסטריטע וויילער ליסטע ווערן געאפדעיט און אלע אקטיווע(גערעכנט ביז June 19) ניקים עלטער פון 3 חדשים וועלן ווערן אטעמאטיש אריינגעלייגט,
אויב איינער האט געהאט אמאל איין אקטיווע ניק און יעצט האטער א 2טע וועט די ערשטע ארויספאלן.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

מיין אבזערוואציע נאכן רעדן לעצטענס מיט אפאר אינסייד מענטשן איז: אז די עסקנים ווילן מער די יעצטיגע מהלך פון שטיצען די דעמאקראטישע געווינער מיט גאר ווייניג טוירנאוט, ווי איידער שטימען אין די מאסן פאר א רעפובליקאנער וואס אזא מאוו גייט באמת גיבן א שאקל די ריכטיגע אישוס אפילו די דעמאקראט געווינט, זיי האבן אביסל אנדערע אישוס ווי אונז, זיי זענען גאנץ באקוועם אז דערולם קומט ארויס שוואך, ודוק כי קצרתי.
לעצט פארראכטן דורך טוה א טובה אום מיטוואך יולי 06, 2022 5:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

איך רעדט בעיקר פון די עדעמס עסקנים, די אנדערע זענען לדעתי סתם אביסל דיסקאנעקטעד ווען עס קומט צו עניני כלל הגם ביי פרטיות'דיגע מענטשן וואס האבן פראבלעמען זענען זיי גאר שטארק.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@הענדי ;l;p-

@ודוק, איך האב פראבירט

אפשר ביזטו מער מאריך?
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:@הענדי ;l;p-

@ודוק, איך האב פראבירט

אפשר ביזטו מער מאריך?

לאמיר גיין צוביסלעך... ובזה החלי.
קודם צווייי שאלות...

1) איז ביי דיר קלאר אז אויב אינדארסירן די עסקנים זעלדין גייט זיין מאסיווע חרדישע טויראונט אסאך שטערקער ווי פאר טראמפ 2020 און עס גייט אויפשאקלען די שטאט?

2) איז ביי דיר קלאר אז אויב אינדארסירן די עסקנים האוקעל גייט די טוירנאוט סאקן?

נישט קיין חילוק ווער עס איז גערעכט.
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: וואס האלטסטו וועגען מוסדות אינדארסירן קאנדידאטען? אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

טוה א טובה האט געשריבן:לאמיר גיין צוביסלעך... ובזה החלי.
קודם צווייי שאלות...

1) איז ביי דיר קלאר אז אויב אינדארסירן די עסקנים זעלדין גייט זיין מאסיווע חרדישע טויראונט אסאך שטערקער ווי פאר טראמפ 2020 און עס גייט אויפשאקלען די שטאט?

חרדיש'ע טוירנאויט איז קיינמאל נישט עכט שטארק געווען אין די לעצטע 10-15 יאר, עס האט נישט מיט וועמען מען אינדארסירט.
ביי טראמפ איז געווען די טוירנאויט עטוואס שטערקער ווי געווענליך, סיי ווייל ס'איז א פרעזידענט וואל יאר, און אויך ווייל ס'איז דאך געווען "טראמפ".

סאו די תירוץ אויף דיין פראגע איז, אז עס גייט זיין אביסל שטערקערע טוירנאויט, ווייל די זעלדין שטיצער גייען זיין מער אויפגעהייטערט. אנשטאט 2000 וויליאמסבורג וויילער גייען ארויסקומען 2500. אבער די איבריגע 30,000 אידן גייען בלייבן אינדעהיים. ועל זה אנו צועקים.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”