מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

@פארווייטאגט, זייער קלאר!
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פארווייטאגט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:טראמפ גייט אים אריינפירן אין זיין דיטש.

פאר וועלכע אינטערעס?
טראמפ האט א ציל, און ווילאנג דיסענטיס וועט אים נישט שטערן דאס צו דערגרייכן, פארוואס זאל ער טשעפענען מיט אים?

און קוק נאר צו פון די זייט. אויב וועט די מידיע האמערן און זעצן איבער אזא טיקעט, ווי מער זיי וועלן חוזק מאכן דערפון, וועסטו וויסן ווי שטארק זיי ציטערן דערפון. און זיי האבן פארוואס.

לאמיר צום ערשט קלאהר מאכן צוויי פונקטן
א. זיי זענען ביידע שטארקע מענטשען, דעשרעקען זיך נישט מיט זייערע שטארקע דיעות, זענען גרייט אויסצופיהרן זייערע שיטות בחרב וחנית.
ב. זיי זענען קאנדידאטן פאר פרעזידענט, און נישט פאר הויפט רב, דהיינו, זייערע מידות טובות זענען נישט עכט קיין מכריע, הגם עס געבט צו, משא"כ א רב דארף זיך חאטש אהער שטעלן אלס איינער וואס ארבייט אויף זיין אייגענער מידות.

ממילא, אויב ארבייטן זיי יד ביד, איז נישט מעגליך אז זיי וועלן זיך נישט צופליקן און צורייסן ביום מן הימים, משך דער יאהר פון קאמפיינען, און דער 4 יאהר אין אמט.

אויב וועט טראמפ טאקע אויפטוהן מער ווי ביז יעצט, און וועט זיך טויט צוקריגן מיט דיסאנטיס, האט דיסאנטיס נישט קיין טשאנס איבער צו נעמען דאס כסא מלוכה.

כן הוא פשוט, הגם עס איז נישט מוכרח, דאך איז עס לכאורה אזוי.

איך פארשטיי דעם קאנצעפט אין א געווענליכע פרעזידענטשאפט. אבער ביי אונזער פאל זעענדיג ווי דיסאנטיס האט גאנץ גוט מיטגעשפילט מיט טראמפ דורכאויס די צייט, איז דער מציאות אנדערש.
רייבערייען געשעט געווענליך ווען מען האט נישט דעם זעלבן מהלך המחשבה, און יעדער ציט אויף אן אנדערן ריכטונג. אבער ווען ביידע האבן דעם זעלבן מהלך המחשבה דארף געווענליך נישט זיין קיין רייבערייען.
דיסאנטיס איז דער איינציגסטער וואס דארף דא מורא האבן טאמער מעסט ער אן, ווייל ער וועט דערלייגן דערפון, וועט ער דארפן זיין דער וואס מאכט נישט קיין בובו'ס. און דעסאנטיס איז דאך נישט טראמפ, קען ער זיך נאך באהערשן וויסנדיג אז אלעס וואס ער טוט, לייגט ער אויף זיין וואגשאל. נאכדערצו, אויב באווייזט ער פאכמאניש דורכצושוויצן פיר יאר פון טראמפ, וועט דאס אים צוגעבן נאך פוינטס.
יא, דער מידיע גייט פארציילן פון סורסעס איבער רייבערייען נאך פאר זיי ווערן איינגעשוואוירן, דאס קען איך שוין פאראויס זאגן, אבער טראמפ מיט זיינע טרוט'ס קען זיי אזוי צופראסקענען, אז עס וועט זיך זיי נישט איינגעבן.
סא, זע איך נישט אז עס זאל זיין מער אויף די זייט פון רייבערייען ווי נישט. ס' איז ווייטער א 50-50 שאנס.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אונז מגושם'דיגע מענטשען, קענען נישט בשום אופן, לעבן אין א מצב, וואס מ'דארף געפעלן 24 שעה א טאג, פאר א משוגענער.

אנטשולדיגט, איך בין א טראמפיסט, אבער ער ווערט נישט יעצט אן אויסגעארבייטער מענטש.
ער בלייבט טראמפ, מיט די מעלות, און אוודאי מיט די חסרונות.

איגאו, האט גארנישט מיט פאליסי.
און זאלן מיר בלייבן ביי דעם, כ'וויל נישט אז די דעמאקראטן זאלן נאך זעהן אז מיר טרעפן אויך חסרונות אויפ'ן יר"ה האמיתי. דא און דא

דיסאנטיס וועט נישט קענען אויסהאלטן 4 יאהר פון דעקן טראמפ'ס חסרונות, בעיקר דארט ווי טראמפ וועט עס פאדערן בפה מלא, און דיסאנטיס וועט זיך נישט וועלן שמוציג מאכן פאר יענעם. ער איז דאך נישט קיין מעקעלע, ממילא וועט ער שטיין אויף זיינע רעכטן, וואס דאס וועט איהם צוקריגן מיט'ן הויכגעשעצטער טראמפ יר"ה.

און ווער נאך ווי אונז טראמפיסטן ווייסען אז ווען די מידיא פארפיערט, און פארציילט אונז שקרים וכזבים, און פאברעציערט מעשיות, כאילו עס איז דא א ריס אינערהאלב דעם בית המלוכה, דאס אליין איז גענוג אויף צו פאברעצירן א צעמישעניש.

ממילא אנכי הקטן בים דא מציע פאר דער גאווערנאר פון פלארידא, כ'בעט דיר, טוה עס נישט, עס איז נישט דיין טובה, און נישט אונזערע.

און איך האפ, אז עס וועט זיין קולי נשמע פון דא, ביז קיין פלארידע, אולי וועט ער אויסהערן.

אגב, רעב עפעס הנכבד, איך ווארט פאר דיינע געשמאקע הוספות און הערות אין דער טעגליכע קורצע וכו' אשכול,
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פונקט ווי מען פארשטייט דעם חילוק 'אין טראמפ' פון 2016 ביז 2020, און פארוואס דאס האט אים געמאכט פארלירן אין 2020 כאטש ער האט געוואונען אין 2016? פונקט אזוי וועט זיין דער חילוק לגבי דיסענטיס יעצט און 2028, אויב ער זאל זיין טראמפ'ס וויצע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פעיק ניוז האט געשריבן:פונקט ווי מען פארשטייט דעם חילוק 'אין טראמפ' פון 2016 ביז 2020, און פארוואס דאס האט אים געמאכט פארלירן אין 2020 כאטש ער האט געוואונען אין 2016? פונקט אזוי וועט זיין דער חילוק לגבי דיסענטיס יעצט און 2028, אויב ער זאל זיין טראמפ'ס וויצע.

זאגסט גוט ;l;p-
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך בין שטארק מסופק אויב די גוטע נומערן פאר טראמפ ווס. ביידען וועט אנהאלטן. אבער אפילו אויב יא, וועט דאס בלויז זיין צוליב ביידענ'ס שוואכקייט און נישט צוליב טראמפ'ס שטארקייט. טראמפ, לדעתי, שטייט יעצט שוואכער ווי ער איז געשטאנען אין 2020 און אוודאי אין 2016, און ער וועט, לדעתי, שטיין נאך שוואכער אין 2028 נאכ'ן ארויסגיין פון אפיס. אלזא א צוזאמשטעל פון טראמפ און דיסענטיס יעצט, וואלט נאר געשאדט פאר דיסענטיס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פלעגט גיין שלאפן פרי
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 18, 2022 4:15 am

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעגט גיין שלאפן פרי »

פעיק ניוז האט געשריבן:איך בין שטארק מסופק אויב די גוטע נומערן פאר טראמפ ווס. ביידען וועט אנהאלטן. אבער אפילו אויב יא, וועט דאס בלויז זיין צוליב ביידענ'ס שוואכקייט און נישט צוליב טראמפ'ס שטארקייט. טראמפ, לדעתי, שטייט יעצט שוואכער ווי ער איז געשטאנען אין 2020 און אוודאי אין 2016, און ער וועט, לדעתי, שטיין נאך שוואכער אין 2028 נאכ'ן ארויסגיין פון אפיס. אלזא א צוזאמשטעל פון טראמפ און דיסענטיס יעצט, וואלט נאר געשאדט פאר דיסענטיס.

אלעס ביז 2024 פארשטיי איך ווא די זאגסט אבער אויב אין 2024 בויעטער צירוק אויף די עקאנאמיע קען ער נאך שטייען סאך בעסער ווי 2020
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמת. די זאל איז אז איך בין שטארק מסופק אויב ער וועט עס טון. ונראה..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

נאך א דוגמא פון א קאפ אין וואנט קאנסערוואטיוו, קענט איר זען אין ניו יארק, ווי גאווערנאר קאנדידאט העררי ווילסאן שיקט ארום מעילערס פאר די לעצטע פאר וואכן, אראפצורייסן רעפאבליקען גאווערנאר קאנדידאט לי זעלדין אלס נישט גענוג קאנסערוואטיוו. יעדן טאג מיט א פרישע מעילער.

וואס אין די וועלט טראכט ער? איז ער אויפן קאפ געפאלן? פארוואס ניצט ער נישט אביסל קאממאן סענס צו פארשטיין אז די בלויע ניו יארק גייט נישט אריינוועלן קיין קאנסערוואטיווע גאווערנאר אין די ניער פיוטשער. און מיטן אראפרייסן לי זעלדין טוט ער נאר אויף איין זאך, צו מאכן די שאנסן פון א רעפאבליקאנער גאווערנאר אין ניו יארק נאך שוואכער.

וואס פארא גיהנום גייט פאר מיט די בהמות?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

און זעלדינ'ס אראפרייסן ווילסאן פאר'ן נישט זיין גענוג פרא טראמפ, פארשטייסטו יא?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פעיק ניוז האט געשריבן:און זעלדינ'ס אראפרייסן ווילסאן פאר'ן נישט זיין גענוג פרא טראמפ, פארשטייסטו יא?

די זעלבע טפשות, ווייל טראמפ איז בכלל נישט קיין פלאס אין ניו יארק. אבער עטליסט שאדט עס קיינעם נישט, ווייל ווילסאן האט סייווי נישט קיין שאנס אנצוקומען ערגעץ.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קאנסערוואטיוון, איך קען באשטיין צו האבן א שטארקע קאנסערוואטיוו אלס פרעזידענט, איך ווייס אבער אז עס דא גאר שוואכע שאנסן אז דאס זאל פאסירן אין די נאנטע צוקונפט.
איך האב נאר א פראבלעם מיט די אלע וואס נעמען דאס נישט אין באטראכט, און גייען קאפ אין וואנט, און זענען גורם אז אנשטאט צו האבן כאטשיג א בוש, באקומט מען א קלינטאן. און אנשטאט צו האבן כאטשיג א טראמפ, באקומט מען א ביידן אדער א העריס.
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7192
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:און זעלדינ'ס אראפרייסן ווילסאן פאר'ן נישט זיין גענוג פרא טראמפ, פארשטייסטו יא?

די זעלבע טפשות, ווייל טראמפ איז בכלל נישט קיין פלאס אין ניו יארק. אבער עטליסט שאדט עס קיינעם נישט, ווייל ווילסאן האט סייווי נישט קיין שאנס אנצוקומען ערגעץ.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קאנסערוואטיוון, איך קען באשטיין צו האבן א שטארקע קאנסערוואטיוו אלס פרעזידענט, איך ווייס אבער אז עס דא גאר שוואכע שאנסן אז דאס זאל פאסירן אין די נאנטע צוקונפט.
איך האב נאר א פראבלעם מיט די אלע וואס נעמען דאס נישט אין באטראכט, און גייען קאפ אין וואנט, און זענען גורם אז אנשטאט צו האבן כאטשיג א בוש, באקומט מען א קלינטאן. און אנשטאט צו האבן כאטשיג א טראמפ, באקומט מען א ביידן אדער א העריס.

וואס הייסט ס'שאדט קיינעם נישט? פאר זעלדין קען עס נישט שאטן?
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
מייק פענס 2024
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

גאר אסאך נייעס געווען וואס איז נוגע צו די אשכול הן פון די נעכטיגע ראנאף'ס און הן פון אפאר אנקעטעס היינט וועלן מיר באלד אי"ה אריין קומען מיט מער אפדעיטס.

בקיצור זעהט מען קלאר אז טראמפ איז די איינציגסטער שטער פאר א רעפובליקאנער צונאמי אין 2022 און אויך א גרויסע פראבלעם פאר די רעפובליקאנער אין 2024.

סי יו לעיטער.
די לעצטע שאנס צו ראטעווען די רעפובליקאנער פארטיי פון א טאטאלע צוזאמבראך:

ניקי העילי פאר פרעזידענט!
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

פענס רעדט קיינמאל קעגן טראמפ...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס איז נישט ריכטיג צו קוקן אין א פריימערי בלויז אויף ווער עס האט די מערסטע שאנסן אין דזשענעראל עלעקשאנס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טוה א טובה האט געשריבן:פענס רעדט קיינמאל קעגן טראמפ...

אשר על כן?

פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו קוקן אין א פריימערי בלויז אויף ווער עס האט די מערסטע שאנסן אין דזשענעראל עלעקשאנס.

פארשטייט זיך.

אבער אויב איינער האט זערא שאנס צו געווינען, און די איינציגסטע זאך וואס ער טוט, איז צו שעדיגן דער וואס האט יא א שאנס, פאר אזא איינעם דארף מען זאגן: שתיקותיך יפה מדיבוריך.
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:פענס רעדט קיינמאל קעגן טראמפ...

אשר על כן?

איז דער ניק @פענס זיכער נישט וועריפייד...
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
טוה א טובה האט געשריבן:פענס רעדט קיינמאל קעגן טראמפ...

אשר על כן?

איז ער לדעתי נאך א פאטענציאלע וויצע קאנדידאט מיט טראמפ...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו קוקן אין א פריימערי בלויז אויף ווער עס האט די מערסטע שאנסן אין דזשענעראל עלעקשאנס.

פארשטייט זיך.

אבער אויב איינער האט זערא שאנס צו געווינען, און די איינציגסטע זאך וואס ער טוט, איז צו שעדיגן דער וואס האט יא א שאנס, פאר אזא איינעם דארף מען זאגן: שתיקותיך יפה מדיבוריך.

איך באצי זיך צו דאס וואס @פענס זאגט אז טראמפ האט די קלענסטע שאנסן צו באזיגן ביידען אין די דזשענעראל עלעקשאנס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

רעגענדיג האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:און זעלדינ'ס אראפרייסן ווילסאן פאר'ן נישט זיין גענוג פרא טראמפ, פארשטייסטו יא?

די זעלבע טפשות, ווייל טראמפ איז בכלל נישט קיין פלאס אין ניו יארק. אבער עטליסט שאדט עס קיינעם נישט, ווייל ווילסאן האט סייווי נישט קיין שאנס אנצוקומען ערגעץ.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קאנסערוואטיוון, איך קען באשטיין צו האבן א שטארקע קאנסערוואטיוו אלס פרעזידענט, איך ווייס אבער אז עס דא גאר שוואכע שאנסן אז דאס זאל פאסירן אין די נאנטע צוקונפט.
איך האב נאר א פראבלעם מיט די אלע וואס נעמען דאס נישט אין באטראכט, און גייען קאפ אין וואנט, און זענען גורם אז אנשטאט צו האבן כאטשיג א בוש, באקומט מען א קלינטאן. און אנשטאט צו האבן כאטשיג א טראמפ, באקומט מען א ביידן אדער א העריס.

וואס הייסט ס'שאדט קיינעם נישט? פאר זעלדין קען עס נישט שאטן?

פארוואס זאל עס אים שאטן? די רעפאבליקאנער פון ניו יארק, האבן נישט קיין פראבלעם מיט טראמפ. עס מאכט זיי פשוט נישט אויס. נישט מעלה און נישט מוריד. לעומת זה, ווען ווילסאן איז ביזי אראפרייסן זעלדין אלס א דעמאקראט פריינט, קען דאס אפשוואכן די ענטויזיאיזם פון די ניו יארק רעפאבליקענס ארויסצוגיין ביי די דזשענעראל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו קוקן אין א פריימערי בלויז אויף ווער עס האט די מערסטע שאנסן אין דזשענעראל עלעקשאנס.

פארשטייט זיך.

אבער אויב איינער האט זערא שאנס צו געווינען, און די איינציגסטע זאך וואס ער טוט, איז צו שעדיגן דער וואס האט יא א שאנס, פאר אזא איינעם דארף מען זאגן: שתיקותיך יפה מדיבוריך.

יעדער האט א רעכט צו לויפן און פראבירן צו געוואונען אפילו ווען די שאנסן זענען שוואך און דאס איז אריינגערעכנט אראפרייסן די אפאונענט.
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:און זעלדינ'ס אראפרייסן ווילסאן פאר'ן נישט זיין גענוג פרא טראמפ, פארשטייסטו יא?

די זעלבע טפשות, ווייל טראמפ איז בכלל נישט קיין פלאס אין ניו יארק. אבער עטליסט שאדט עס קיינעם נישט, ווייל ווילסאן האט סייווי נישט קיין שאנס אנצוקומען ערגעץ.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט קאנסערוואטיוון, איך קען באשטיין צו האבן א שטארקע קאנסערוואטיוו אלס פרעזידענט, איך ווייס אבער אז עס דא גאר שוואכע שאנסן אז דאס זאל פאסירן אין די נאנטע צוקונפט.
איך האב נאר א פראבלעם מיט די אלע וואס נעמען דאס נישט אין באטראכט, און גייען קאפ אין וואנט, און זענען גורם אז אנשטאט צו האבן כאטשיג א בוש, באקומט מען א קלינטאן. און אנשטאט צו האבן כאטשיג א טראמפ, באקומט מען א ביידן אדער א העריס.

וואס הייסט ס'שאדט קיינעם נישט? פאר זעלדין קען עס נישט שאטן?

פארוואס זאל עס אים שאטן? די רעפאבליקאנער פון ניו יארק, האבן נישט קיין פראבלעם מיט טראמפ. עס מאכט זיי פשוט נישט אויס. נישט מעלה און נישט מוריד. לעומת זה, ווען ווילסאן איז ביזי אראפרייסן זעלדין אלס א דעמאקראט פריינט, קען דאס אפשוואכן די ענטויזיאיזם פון די ניו יארק רעפאבליקענס ארויסצוגיין ביי די דזשענעראל.

יעדע איינציגסטע פריימערי גייט אזוי צי
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יונער האט געשריבן:

און פארדעם? ווער זאגט אז עס מוז זיין אזוי?

און די זעלבע זאך לעניננו, איך פארשטיי אז דו האסט נישט ליב טראמפ אלס דער קאנדידאט, און דו ווילסט פענס זאל עס זיין, אבער אויב וועט דאס זיין די גורם צו האבן ביידן אדער העריס, וואטס די פוינט?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: מייק פענס: איך בין גרייט צו לויפן קעגן טראמפ אין 2024!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ר' זעקל האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז נישט ריכטיג צו קוקן אין א פריימערי בלויז אויף ווער עס האט די מערסטע שאנסן אין דזשענעראל עלעקשאנס.

פארשטייט זיך.

אבער אויב איינער האט זערא שאנס צו געווינען, און די איינציגסטע זאך וואס ער טוט, איז צו שעדיגן דער וואס האט יא א שאנס, פאר אזא איינעם דארף מען זאגן: שתיקותיך יפה מדיבוריך.

יעדער האט א רעכט צו לויפן און פראבירן צו געוואונען אפילו ווען די שאנסן זענען שוואך און דאס איז אריינגערעכנט אראפרייסן די אפאונענט.

עפעס אנדערש האט געשריבן:איך רעד נישט פון קיין טענות, איך רעד נישט פון בארעכטיגן, איך רעד נישט פון קיין פאלעסיס, איך רעד נישט פון אימעדזש.
איך רעד פון איין זאך: ענד ריזאלטס.

ענד ריזאלטס ביי בוש ווס פערו איז געווען א קלינטאן?
ענד ריזאלטס פון טראמפ ווס פענס אדער סיי ווער, וועט זיין א ביידן.

איז עס ווערד? דעטס מיי אנלי פוינט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”