2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז נאר דא צוויי דאטע פונקטן פארוואס מען האלט בכלל אז די רעפאבליקאנער וועלן געינען זיצן.

ביידן'ס עפראוול, וואס זעהט אויס ווייניגער און ווייניגער רעלעוואנט לענינינו, און גייט גראדע עטוואס אויף ארויף.

דאס אז ביידן איז בכלל פרעזידענט, און דאס איז לעת עתה די איינציגסטע לעגיטימע אינדיקעיטער אז די רעפאבליקאנער וועלן געווינען.

--------

גערעכטע פוינט פון דעם עלעקשן טוויטער רעפאבליקאנער.
Republicans shouldn't be in a good mood with the #MN01 results from last night but I'd say they don't quite have to hit that panic button unless Molinario loses the special in #NY19
איך קוק אויך אויף ניו יארק 19 צי זעהן ריעליטי, און דערווייל עסום איך נאך אלץ אז מאלינארא געווינט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטיוו קארנאקי:
The hope for the GOP is that '22 is like '14 - a late-forming wave. One difference between the two is that in '14, the GOP basically didn't lead the generic ballot until Labor Day. In this cycle, they led steadily since last fall, only for Dems to draw even in the last few weeks: https://t.co/kvXRQHGzFY
אטעטשמענטס
20220810_112451.jpg
20220810_112451.jpg (139.26 KiB) געזען 927 מאל
20220810_112421.jpg
20220810_112421.jpg (174.73 KiB) געזען 927 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טים מייקעלס, וואס מיר האבן שוין נעכטן געברענגט אז ער איז גאר לכאורה ווייניגער פארטראמפט ווי קליפיש, לויפט שוין אוועק פון טראמפ'ן תיקף נאכן געווינען די פריימערי...

ניטאמאל האט ער געטוישט דעם גאנצן נוסח, אז עס זאל נישט אויסזעהן אזוי בלעיטענט.
אטעטשמענטס
IMG_20220810_130004.jpg
IMG_20220810_130004.jpg (249.59 KiB) געזען 887 מאל
IMG_20220810_125958.jpg
IMG_20220810_125958.jpg (256.43 KiB) געזען 887 מאל
אוועטאר
יונער
שר האלפיים
תגובות: 2244
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2022 10:25 pm
לאקאציע: שיך

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונער »

צל עובר האט געשריבן:
טים מייקעלס, וואס מיר האבן שוין נעכטן געברענגט אז ער איז גאר לכאורה ווייניגער פארטראמפט ווי קליפיש, לויפט שוין אוועק פון טראמפ'ן תיקף נאכן געווינען די פריימערי...

ניטאמאל האט ער געטוישט דעם גאנצן נוסח, אז עס זאל נישט אויסזעהן אזוי בלעיטענט.
לויפט נישט אינערגעץ.. נישט מער ווי נארמאל אז ווען מלויפט אין א סווינג סטעיט נאכדערצי אקעגן א אינקאמבענט זאל די קאמפיין זיך נישט בלויז קאנצערטירן אויף טראמפ..
האב נישט פיינט א צווייטע איד ווייל ער זינדיגט אנדערש ווי דיר
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יונער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טים מייקעלס, וואס מיר האבן שוין נעכטן געברענגט אז ער איז גאר לכאורה ווייניגער פארטראמפט ווי קליפיש, לויפט שוין אוועק פון טראמפ'ן תיקף נאכן געווינען די פריימערי...

ניטאמאל האט ער געטוישט דעם גאנצן נוסח, אז עס זאל נישט אויסזעהן אזוי בלעיטענט.
לויפט נישט אינערגעץ.. נישט מער ווי נארמאל אז ווען מלויפט אין א סווינג סטעיט נאכדערצי אקעגן א אינקאמבענט זאל די קאמפיין זיך נישט בלויז קאנצערטירן אויף טראמפ..
דברים פשוטים, נאר די מידיא האט ליב זיך ארויפצוכאפן אויף דעם יעדע מאל מיט א פרישקייט היות ס'האט עפעס שייכות מיט די ווארט טראמפ.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@קוק, דאס איז פאר דיר...

דזשאן קאווילאן מיט א וויסקאנסין ריעליטי טשעק..
2018: 995K, 54% Dem
2022 so far: 1187K, 58% Rep
Proj turnout compared to 2018: Overall +19%, Dem -8%, Rep +52%
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אויב פארשטיי איך גוט איז דאס גוטע נומערן פאר די רעפאבליקענס, ריכטיג?
(--ווערטערלאז--)
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

בעסער אזוי האט געשריבן:
אויב פארשטיי איך גוט איז דאס גוטע נומערן פאר די רעפאבליקענס, ריכטיג?
מען קען אזוי זאגן, אויב וויל מען.

אויב וויל מען נישט, קען מען פשוט אנווייזן אז די רעפאבליקאנער האבן געהאט א סטעיטווייד פריימערי, און די דעמאקראטן נישט.

------
רעגענדיג האט געשריבן:
יונער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
טים מייקעלס, וואס מיר האבן שוין נעכטן געברענגט אז ער איז גאר לכאורה ווייניגער פארטראמפט ווי קליפיש, לויפט שוין אוועק פון טראמפ'ן תיקף נאכן געווינען די פריימערי...

ניטאמאל האט ער געטוישט דעם גאנצן נוסח, אז עס זאל נישט אויסזעהן אזוי בלעיטענט.
לויפט נישט אינערגעץ.. נישט מער ווי נארמאל אז ווען מלויפט אין א סווינג סטעיט נאכדערצי אקעגן א אינקאמבענט זאל די קאמפיין זיך נישט בלויז קאנצערטירן אויף טראמפ..
דברים פשוטים, נאר די מידיא האט ליב זיך ארויפצוכאפן אויף דעם יעדע מאל מיט א פרישקייט היות ס'האט עפעס שייכות מיט די ווארט טראמפ.
אין הכא נמי, אבער לעיק און מאסטריאנא ווייסן עפעס נישט פון דעם..
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7193
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צל עובר האט געשריבן:
אין הכא נמי, אבער לעיק און מאסטריאנא ווייסן עפעס נישט פון דעם..
יא יא, דאס איז שוין אבער א צווייטע נקודה אינגאנצן.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

צל עובר האט געשריבן:

קריסטאל באל רוקט מינעסאטע 1 פון די נעכטיגע פארמעסט פון סעיף צו לייקלי רעפאבליקאנער פאר נאוועמבער. (טראץ וואס עס קען זיך דארטן לויט די נעכטיגע ציפערן אז עס איז טאסאפ, איז אזא טוירנאוט דיסקרעפענסי צווישן רויטע און בלויע געגענטער איינפאך אוממעגליך אין נאוועמבער.)
.
נאך די נעכטיגע רעזולטאטן איז עס טאס-אפ? פארוואס נישט לין רעפובליקען ?
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וואסערמאן רוקט אלאסקע פון סעיף צו לייקלי רעפאבליקאנער. דארט איז דא די רענקעד טשויס וואויטינג, ווי פעלין פארמעסט זיך קעגן בעגיטש ווער זאל זיין דער רעפאבליקאנער צו גיין קעגן דעם דעמאקראט פעלאלטע אין די לעצטע רונדע. (אין די ערשטע רונדע ווייזן די ווייניג אנקעטעס בערך אזוי: ביידע רעפאבליקאנער ביי ארום 30%, 40% פארן דעמאקראט, אין די צווייטע רונדע געווינט בעגיטש מיט 10%, פעילין איז א טיי.)
the dem there is not even an candidate.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
גיי פארשטיי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וואסערמאן רוקט אלאסקע פון סעיף צו לייקלי רעפאבליקאנער. דארט איז דא די רענקעד טשויס וואויטינג, ווי פעלין פארמעסט זיך קעגן בעגיטש ווער זאל זיין דער רעפאבליקאנער צו גיין קעגן דעם דעמאקראט פעלאלטע אין די לעצטע רונדע. (אין די ערשטע רונדע ווייזן די ווייניג אנקעטעס בערך אזוי: ביידע רעפאבליקאנער ביי ארום 30%, 40% פארן דעמאקראט, אין די צווייטע רונדע געווינט בעגיטש מיט 10%, פעילין איז א טיי.)
the dem there is not even an candidate.
ער איז יא.

פעלאלטע איז דער דעמאקראט.

על כל פנים אזוי זעה איך אין דעם יוני 7 טוויט פון יעקב רובאשקין.
Poll from Alaska Survey Research (7/2-5, 1,201 LVs, online, MoE 2.9%) of Alaska House special election finds:

Round 1
Peltola (D) 40
Begich (R) 31
Palin (R) 29

Round 2 (Peltola vs. Begich)
Begich (R) 57
Peltola (D) 43

Round 2 (Peltola vs. Palin)
Peltola (D) 51
Palin (R) 49
און דא האסטו נאכאמאל די זעלבע פירמע, נאכאמאל בערך די זעלבע בילד, יולי 29.

עס זעהט אויס אז וואסערמאן האט נישט קיין סאך טראסט אין יענע פירמע, ווייל אויב קויפט מען זייער אנקעטעס, איז דאס מער ליען/טאסאפ ווי לייקלי.

און זייערע אנקעטעס פאר נאוועמבער ווייזן אויך קאנסיסטענטלי די זעלבע זאך, טייט צווישן בעגיטש און פעילין, ברייט צווישן בעגיטש און פעלאלטע, א טיי צווישן פעילין און פעלאלטע.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220810-155029_Twitter.jpg
Screenshot_20220810-155029_Twitter.jpg (205.66 KiB) געזען 725 מאל
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

1.png
1.png (167.95 KiB) געזען 703 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

תמצית פון וואשינגטאן פריימערי.

אין רוב הויז פארמעסטן האבן די דעמאקראטן אן עוורידזש אנדערפערפארעמד ביידן מיט 1%, וואס איז אין ליין מיט די דעמאקראטן פאטענשעלי גאר שמאל אנהאלטן דעם הויז.

חוץ די צוויי דיסטריקטן פון די אימפיעטשמענט קאנגרעסלייט, וואס כנראה זענען ארום 40% פון זייערע וויילער געווען דעמאקראטן!
אטעטשמענטס
39% בויטלער וויילער געשטימט פאר מורעי! (און פאר ביידן לכאורה נאך מער ווי דעם.) דערווייל האב איך נאכנישט פאר נוהאז, אבער עס איז לכאורה נאך מער ווי דעם.
39% בויטלער וויילער געשטימט פאר מורעי! (און פאר ביידן לכאורה נאך מער ווי דעם.) דערווייל האב איך נאכנישט פאר נוהאז, אבער עס איז לכאורה נאך מער ווי דעם.
20220810_161517.jpg (133.65 KiB) געזען 686 מאל
אלע דיסטריקטן יעצט קעגן ביידן
אלע דיסטריקטן יעצט קעגן ביידן
20220810_160907.jpg (103.75 KiB) געזען 686 מאל
Garden
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2021 8:23 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Garden »

צל עובר האט געשריבן:
טים מייקעלס, וואס מיר האבן שוין נעכטן געברענגט אז ער איז גאר לכאורה ווייניגער פארטראמפט ווי קליפיש, לויפט שוין אוועק פון טראמפ'ן תיקף נאכן געווינען די פריימערי...

ניטאמאל האט ער געטוישט דעם גאנצן נוסח, אז עס זאל נישט אויסזעהן אזוי בלעיטענט.

יאפ,
פון אלע טראמפּ אינדארסירטע קאנדידאטן איז דעיס די איינציגסטע וואס איך קען נישט כאפן וואס סהאט אים געכאפט מיט מייקעלס, נישט מער קאנסערוואטיוו ווי קליפיש און נישט מער טראמפי ווען מהאט אים געפרעגט וועגן טראמפּ 2024 האט ער נישט געוואלט זיך קאמיטן אים צו שטיצן שפעטער ביי א ראלי האט ער צוריקגעצויגן, ווען מהאט ארויפגעברענגט די 2020 עלעקשענס האט ער בלויז געדרייט מיטן צונג (קליעפיש האט יא געזאגט אז עס איז אומעגליך קאנסטעטושענעלי אז ביידן האט געוואונען)
און נישט אמאל איז ער עפעס א TV סטאר וואס קען אויך ציען א טראמפּ אינדארסמענט
די סיבות וואס טראמפּ האט אנגעגעבן זענען עפעס אויך נישט
1)אז ער קען געווינען, ביי וועלכע רעיס האט טראמפּ געפיקט די מאסט ווינערבל קאנידאט?
2)זי האט פארלוירן אין 2018, ווען מייקעלס האט פארלוירן מיט איבער 11% אין 2004 ווען בוש האט עס פארלירן מיט 0.4%
3)א פיקטשור ווי קליפישס טאכטער חברט זיך מיט א קינד פון א דזשאדזש וואס האט באשטעטיגט די 2020 וואלן, כמיין?

דאס אליין אז ער האט באקומען די געוועזענע גאווערנאר טאמפסאןס אינדארסמענט, איינעם וועם די קאנסערוואטיוון האבן העפטיג געקעפט קעגן אים אין 2012 ווען ער איז געלאפן צום סענאט, און געווען באקאנט אלס איינער וואס האט געארבעט מיט די דעמאקראטן אלס גאווערנאר, (געוויסע האבן אנגעגעבן אז טאמפסאןס אינדארסמענט איז עפעס וואס דארף צו אפיעלן צו ריפאבליקאנער וויילער וואס האבן נישט געוואוט פאר טראמפּ אין 2020)

קען זיין ער האט א חשבון מיט וויסקאנסען קאנסערוואטיוון וואס האבן געגעבן די סטעיט אין 2016 פאר קרוז?
אוועטאר
א מיירע
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2022 10:21 pm
לאקאציע: בעקעריי

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מיירע »

צל עובר האט געשריבן:
יא יא.

אבער דעמאלסט איז די וואשינגטאן פריימערי געווען א קאנטער פוינט, מיט א שוואכערע דעמאקראטישע געווינס ווי יעצט, וכו' וכו'..

און שטייצעך אז עס וועט נעמען א שטיק צייט ביז מענטשן וועלן אנהייבן פילן אז אינפלאציע איז באמת א פארגאנגענהייט בעזרת השם.
פארדעם האבן די דעמאקראטן אין שפיץ פון ביידען אריבער געשטיפט א ריזן ספענינג ביל כדי צו רעדאצירן אינפלאציע
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

צל עובר האט געשריבן:
תמצית פון וואשינגטאן פריימערי.

אין רוב הויז פארמעסטן האבן די דעמאקראטן אן עוורידזש אנדערפערפארעמד ביידן מיט 1%, וואס איז אין ליין מיט די דעמאקראטן פאטענשעלי גאר שמאל אנהאלטן דעם הויז.

חוץ די צוויי דיסטריקטן פון די אימפיעטשמענט קאנגרעסלייט, וואס כנראה זענען ארום 40% פון זייערע וויילער געווען דעמאקראטן!
זיי רעדן אין אקטועלע וואוטס נישט געעוינער מארדזשין, א שיינע וועג עס צו פעקעדזשען.

בעיסד אן די SOS ריזולטס שטימט נישט די נאמבערס דא אין דיסטריקט 8 (די אנדערע האב איך נישט געקוקט)
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6523
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

בעיסד אן די לעצטע צוויי ספעציעלע עלעקשאנס וואס נישט קיין חילוק וויאזוי מען זאל דאס אפטייטשען זעהט מען קלאהר דריי זאכן.

1. די רויטע כוואליע סימנים (רוב ספעציעלע עלעקשאנס ביז אהער) זענען אוועקגעלאפן.

2. דעמאקראטס זענען ארגאניזירט און עאנטוזיאסטיש ארויסצוגיין שטימען, רעפובליקענס קוקען נישט אויס צו זיין אזוי אדערווייל.

3. סובורבען געגענטער ריקען זיך ווייטער אין די לינקע דירעקציע.

האב איך ארויסגעלייגט מיינע נייע רעיטינגס אויף די האוז.
Screenshot 2022-08-11 035303.jpg
Screenshot 2022-08-11 035303.jpg (136.31 KiB) געזען 535 מאל
https://www.270towin.com/2022-house-election/8M44DeM
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Garden האט געשריבן:
א פיקטשור ווי קליפישס טאכטער חברט זיך מיט א קינד פון א דזשאדזש וואס האט באשטעטיגט די 2020 וואלן, כמיין?
דערווייל הייסט למעשה אז דאס איז די סיבה, זינט מען טרעפט נישט קיין אנדערע.

אבער עס קען טאקע זיין אז דאס וואס דער מאשין האט געגעבן דעם סטעיט פאר קרוז, האט אויך צוגעהאלפן.


מער ווייניגער איז עס געווען א פייט צווישן טאמפסאן'ס מענטשן און וואלקער & קאו, און טראמפ האט זיך אריינגעמישט פאר טאמפסאן און אין געברענגט דעם דאבליו.

-------

@גיי, לויט חברה לאקאל און מבינים און אינטערנעלס, שטייען די דעמאקראטן דערווייל היפש שוואך אין דעם דריטן ניו מעקסיקא זיץ. (ומכלל לאו, אתה שומע הן, הגם איך וואלט היפש פון די גרויע רויט געמאכט.)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

לצים.. @גיי איז שוין אויך געפאלן פאר די מייסטער דורכפעלער זילבער,וואסערמאן, רוקח, וכת דיליהם... (עקטשולי ער האט שוין געהאלטן פון אנהייב אז די רעפאבליקאנער'ס שאנסן אין קאנגרעס איז נישט עפעס אזוי שטארק, און לויט זיין מאפע איז ער נאך פויפסטליכער פון די וואסערמאן זילבער קרא).

איך נעם נישט אוועק פון די פאקט אז די מיניסאטע ספעשיל עלעקשאן איז נישט געווען קיין גוטע נייעס פאר רעפאבליקאנער, און אויב גייט זיין ביטערע רעזאלטאטן אין די ניו יארק ספעשל עלעקשאן דארף עס יא געבן א שטיקל שאקל די רעפאבליקאנער.

איך האב אבער ליעב ווי יעדע צווייטע יאר הייבט זיך אן נאכאמאל די מעכטיגע אינדיקיטערס ווי גוט ס'גייט זיין פאר די דעמאקראטן און נאך די דורכפאל קומט א באנטש מיט תירוצים פארוואס יענסמאל איז געווען אנדערש ווייל בלא בלא בלא אבער דאס מאל האבן עס די קארפן קעפ גוט ארויס, איך ערווארט פולי אז די מאפעס פון זיי זאל זיך רוקען אין די נעקסטע צוויי חדשים נאך מער צו די דעמאקראטישע זייט און מ'וועט טאנצן פאר פרייד, איך העל נישט זיין שאקד אז איין טאג גייען זיי אריבעררוקן די קאנגרעס אויך מער ווי 50% פאר די דעמאקראטן.

אז דו גלייבסט מיר נישט וואלט ווערט געווען זאלסט כאפן א בליק אויף די אשכולות פון די 2020 עלעקשאן אזא צייט אין יאר כאפטע בזיונות, מ'איז געטאנצן ביזן דאך אז זילבער'ס אנקעטע ווייזט טראמפ פארלירן מיט 14% און אין די סווינג סטעיטס אויך א שלאכט הויז, און זילבער מיט וואסערמאן האבן געהאט תורות אויף תורות פארוואס דאסמאל זענען זיי גוט מיט אלע זייערע אינדיקעיטערס.

זיי האבן אסאך מער עקספיריענס צו טרעפן תירוצים פארוואס זיי האבן נישט גוט צוגעטראפן ווי עקשולי צוטרעפן עלעקשאנס.

יעצט לאמיר אריבערגיין א מינוט צו ספעשיל עלעקשאנס פון וואס מען רעדט דאך דא, איך האב געהאט געברענגט אביסל ארויפציר די רעזאלטס פון די ספעשיל עלעקשאן אין 2020 פון די ניו יארק 27'טע דיסטריקט קעגן די גענעראל עלעקשאן אין 2020 און די חילוק איז געווען מיט גאנצע 15% שטערקער פאר די רעפאבליקאנער אין די גענערעל ווי אין די ספעשיל.

כ'האב געגעבן א בליק דורך אלע ספעשיל עלעקשאנס פון 2019-20 קעגן די רעזאלטאטן פון די גענעראל און אלע חוץ ביי איינס האט דער רעפאבליקאנער אנדערפערפארעמד זיין אייגענע נאמבערס פון די נעקסטע גענעראל.

וויסקאנסאן 7'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 15% אין נאוועמבער האט ער עס געווינען מיט 21%
פענסילוועניע 12'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 37% אין נאוועמבער מיט 41%
נארט קאראליינע 9'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 2% אין נאוועמבער מיט 11%
נארט קאראליינע 3'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 24% אין נאוועמבער מיט 27%
ניו יארק 27'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 5% אין נאוועמבער מיט 20%
מערילענד 7'טע דיסטריקט דער דעמאקראט געווינען די ספעשיל מיט 48% אין נאוועמבער מיט 43%

די איינציגסטע ספעשיל וואס איז געווען פארקערט איז געווען קאליפארניע 25'טע דיסטריקט ווי ביי די ספעשיל האט די רעפאבליקאנער געווינען מיט 10% און אין נאוועמבער קוים מיט א צענטל פון א פראצענט.

יעצט פארשטייט זיך אז די יעצטיגע ספעשיל'ס זענען נענטער צו די עלעקשאנס און מ'האלט שוין ביי די צווייטע אזא ספעשיל, ס'איז נישט קיין גוטע נייעס פאר די רעפאבליקאנער די יעצטיגע רעזאלטאטן אבער ביז די שמחה וואס האט זיי אלע באנומען און געוויסע ווילן שוין רעדן פון אריינלייגן קאנגרעס אין פלעי איז טאטע זיסער, לויט די ספעשיל עלעקשאנס פון 2020 ווי די רעפאבליקאנער זענען געווען מיט א מינימעם פון 5% שוואכער ווי ביי די נאוועמבער און ביי געוויסע נאך אסאך מער ווי 5% מיינט אז אין א גענעראל וואלט פיינסטעד געווינען אין נאוועמבער מיט כאטש 9% וואס דאס איז מיט איבער 6% פראצענט מער ווי די רעפאבליקאנער האט באקומען אין 2020, און דאס איז לויט די קלענסטע חשבון פון 5%, און דאס קומט שוין נאך וואס עטינגער האט שטערקערע טייס אין די דיסטריקט ווי פיינסטעד.

איך בין נישט אין לעלא לענד איך פארשטיי אז די רעפאבליקאנער קענען פאטענטשעלי האבן פראבלעמען און איך גיי קוקן אויף די ניו יארק ספעשיל עלעקשאן, און איך זעה אפשר אויך א שטיקל שוואכקייט לויט די לעצטערע פאר זאכן אבער שוין צייט ארויסצוהאקן פון קאפ אז די דעמאקראטן האבן סיי וועלכע שאנסן אין קאנגרעס און אז סענאט איז סיי וואס אווער פאר רעפאבליקאנער, און נישט נעמען אזוי מורא'דיג די ספעשיל עלעקשאן פון מיניסאטע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זעקי, סארי, אבער די רעדסט שטותים בנוגע וועם גיי פאלט פאר.

די אלע אידן וועם דו רעכנסט אויס, האלטן אז עס איז היילי לייקלי אז די רעפאבליקאנער געווינען דעם הויז.

מה שאין כן ידידינו @גיי פארשטיי האט אלעמאל געהאלטן אז די רעפאבליקאנער דארפן אסאך גוד לאק עס צו געווינען.


----

אני כשלעצמי גיי שטארק קוקן אויף ניו יארק 19.

און די סיבה איז, ווייל עס איז דא - לויט ווי עס זעהט מיר אויס - ארום 225 זיצן וואס די דעמאקראטן זענען בכלל אין ביזנעס פון געווינען אין נאוועמבער, און ניו יארק 19 - אויך די נייע עטוואס לינקערע - איז ממש פון די צוויי דריי לעצטע אויף די ליסטע.

ממילא אויב קענען זיי עס געווינען, זענען זיי גאנץ שטארק.

הגם מען וועט נאך אלץ דארפן געדענקן אז די סארט טוירנאוט דיסקרעפענסי - אויב עס וועט זיך איבער'חזר'ן אין ניו יארק אויך, אזוי ווי טייל רעפאבליקאנער האבן שוין מורא - איז איינפאך נישט סוסטעינעבל אין נאוועמבער.

ועוד, פעט רייען לויפט אין נאוועמבער אין 18טן דיסטריקט, דאס מיינט אז אפילו אויב רייען געווינט עס יעצט, וועלן די דעמאקראטן נישט האבן דארט קיין אינקאמבענט קעגן מאלינארא אין נאוועמבער.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 12:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אמת דאס שרייב איך אז @גיי האט שוין געהאלטן פון בעפאר אזוי, איך רעדט אבער בכלל פון די ווינט וואס די מבינים מאכן איבער די ספעשיל עלעקשאן און בכלל די דעמאקראטישע טוויטעריסטן טאנצן פאר שמחה, און ווי געזאגט גלייב איך אז זיי גייען נאך רוקן די מאפע נאך בעסער פאר די דעמאקראטן.
ר' זעקל האט געשריבן:
(עקטשולי ער האט שוין געהאלטן פון אנהייב אז די רעפאבליקאנער'ס שאנסן אין קאנגרעס איז נישט עפעס אזוי שטארק, און לויט זיין מאפע איז ער נאך פויפסטליכער פון די וואסערמאן זילבער קרא).
לעצט פארראכטן דורך ר' זעקל אום דאנערשטאג אוגוסט 11, 2022 12:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די מאפעס פון די מבינים ווייזט נאך ווי דו זאגסט היילי לייקלי פאר די רעפאבליקאנער, אבער זייערע טוויטס די לעצטע פאר טעג פאמפען זיי אויף די גוטע אינדיקעיטערס פאר די דעמאקראטן, פארשטייט זיך זיי פארגעסן נישט אריינציווארפן אז די רעפאבליקאנער זענען נאך אלס היילי לייקלי פאר קאנגרעס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29175
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

[quote="ר' זעקל"]די מאפעס פון די מבינים ווייזט נאך ווי דו זאגסט היילי לייקלי פאר די רעפאבליקאנער, אבער זייערע טוויטס די לעצטע פאר טעג פאמפען זיי אויף די גוטע אינדיקעיטערס פאר די דעמאקראטן, פארשטייט זיך זיי פארגעסן נישט אריינציווארפן אז די רעפאבליקאנער זענען נאך אלס היילי לייקלי פאר קאנגרעס.[/quote]

די מבינים האבן א גאנצן צייט זיך געהערט ווי די רעפאבליקאנער געווינען זיכער כמעט 100%, דרייען זײ אביסל צוריק ווען דער מצב האט זיך קלאר כאטש עטוואס געטוישט.

(רוקח האלט נאך אלץ מיינעך אז די רעפאבליקאנער געווינען זיכער, וואסערמאן האלט כמעט זיכער, זילבער האלט ווי זיין מאדל שטייצעך..)

--------

די סיבה פארוואס איך האלט נאך אלץ אז די דעמאקראטן זענען די וואס דארפן גרויס רחמים צו געווינען איז בעיקר - חוץ דער געפאר פון א קאנווערדזשן צווישן דעם עפראוול מיט דעם דזשענעריק - דער פשוט'ער מציאות אז דער דעמאקראטישער מאיאריטעט איז טייני, און אן אינקאמבענט פארטיי פארלירט כמעט אלעמאל כאטש עטליכע זיצן. פלאס וואס דער פלעיאינג פיעלד פון פאטענציאלע דעמאקראטישע פיקאפס איז פיצי, און פארקערט איז גאנץ גרויס, ממילא איז דער מארדזשין פאר עראר זייער קליין.

--------

ווי געשריבן פריער, אויב רייען געווינט יעצט, וועט מאלינארא האבן א שאנס נאכאמאל אין אן אפענע זיץ, קעגן נישט אזא גוטן דעמאקראטישן קאנדידאט, פלאס וואס טוירנאוט אין נאוועמבער וועט נישט קענען זיין אזוי לאפסיידעד.

דאס זענען די פאזיטיוון פאר מאלינארא.

די נעגאטיוון זענען אבער, אז יעצט האט ער רוב פון דאטשעס קאונטי ווי ער איז דער קאונטי עקזעקיוטיוו אין דעם דיסטריקט, און אין די נייע דיסטריקט פארלירט ער די גאנצע קאונטי, דאס הייסט זיין היים באזע, פלאס וואס דער דיסטריקט רוקט זיך 3.2% לינקס לויט די 2020 ציפערן, און נאך מער ווי דעם לויט די 2016 ציפערן. (איך האב נישט יעצט די 2016 ציפערן צו די האנט פאר די נייע.)

פעט רייען, דער אלסטער קאונטי עקזעקיוטיוו, וואלט פארדינט פיל ווייניגער פון א געווינס פאר נאוועמבער, ווען ער מופט אריין אינאיינעם מיט זייערע ביידנס קאונטיס - רוב דאטשעס און ארום האלב אלסטער- אין 18טן דיסטריקט, ווי מאלינארא וואס בלײבט אין על פי רוב דעם זעלבן דיסטריקט.

ניו יארק 19 אין נאוועמבער איז מער ווייניגער א מאסט ווין פאר די רעפאבליקאנער, און אויב וואלט פעט רייען דארט געלאפן אלס אינקאמבענט, וואלט עס געווען זייער שלעכט פאר די רעפאבליקאנער, סוי דאס ארגסטע האבן זיי זיכער אויסגעמיטן.

מען עסומט אז ביידע וועלן האבן א האומפיעלד עדווענטעדזש אין זייערע קאונטיס.
אטעטשמענטס
די אלטע מאפע פון ניו יארק 19 אויף וואס מען לויפט יעצט, דאטשעס איז היפש גרעסער ווי אלסטער, אבער נישט די גאנצע קאונטי איז דערינען.
די אלטע מאפע פון ניו יארק 19 אויף וואס מען לויפט יעצט, דאטשעס איז היפש גרעסער ווי אלסטער, אבער נישט די גאנצע קאונטי איז דערינען.
IMG_20220811_122213.jpg (247.52 KiB) געזען 343 מאל
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: 2022 מידטוירם וואלן - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

ר' זעקל האט געשריבן:

וויסקאנסאן 7'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 15% אין נאוועמבער האט ער עס געווינען מיט 21%
פענסילוועניע 12'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 37% אין נאוועמבער מיט 41%
נארט קאראליינע 9'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 2% אין נאוועמבער מיט 11%
נארט קאראליינע 3'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 24% אין נאוועמבער מיט 27%
ניו יארק 27'טע דיסטריקט דער רעפאבליקאנער געווינען די ספעשיל מיט 5% אין נאוועמבער מיט 20%
מערילענד 7'טע דיסטריקט דער דעמאקראט געווינען די ספעשיל מיט 48% אין נאוועמבער מיט 43%

די איינציגסטע ספעשיל וואס איז געווען פארקערט איז געווען קאליפארניע 25'טע דיסטריקט ווי ביי די ספעשיל האט די רעפאבליקאנער געווינען מיט 10% און אין נאוועמבער קוים מיט א צענטל פון א פראצענט.
דאס איז זייער ביטערע נייעס פאר די רעפובליקאנער, עס קוקט אויס ווי די עוורידזש סווינג איז נאר 5% לטובת די רעפובליקאנער, קוים קוים גרייכנדיג טראמפ נאמבערס

@Redistrict: My best guess: Brad Finstad (R) ends up winning #MN01 (Trump +10) by just 51%-47% or so when the final four counties finish reporting. That would be remarkably consistent with the June 28 #NE01 special, when Mike Flood (R) won a Trump +11 seat by just 53%-47%. via http://twitter.com/Redistrict https://twitter.com/Redistrict/status/1 ... 7279079425
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”