נישט אינגאנצען אזוי, ווייל א גנב, וואס זאגט אפאר טעג פאר ער וויל קומען גנב'נן, פאר די בעה"ב, אז זאלסט וויסן, מען גייט איינברעכן ביי דיר אין אפאר טעג, איז א שוטה, ווייל גיי ווייס אפשר וועט דער בעל הבית דיר אפווארטן דארט.היכי תמצא האט געשריבן:אין מיין מיינונג שטימט דאס גוט מיט די טעאריע אז אמעריקע האט דורכגעפירט די אקציע. קודם גרייט מען אן די דייטשן דורכ'ן זיי געבן 'שפיאנאזש' אינפארמאציע אז די רוסן פרובירן אזוינס צו טון. דערנאך קלויבט מען אויס א צייט ווען די רוסן זענען אין געגנט און עס וועט גוט קלעבן, און דערנאך שרייט מען אויף די דייטשן 'שוטים, כ'האב ענק געווארנט'...היכי תמצא האט געשריבן:די מעשה מיט נארד סטריעם ווערט מער פארצווייגט. לויט די דייטשע צייטונג 'דער שפיגל' האט דייטשלאנד באקומען ווארענונגען פון די CIA דורכאויס דעם זוממער איבער מעגליכע רוסישע סאבאטאזש אקציעס אויף די נארד סטריעם פייפליינס.
לענינננו, אויב אמעריקע האט געזאגט פאר דייטשלאנד, היט דיר! וואס וואלט אמעריקע געטוהן, ווען דייטשלאנד, שטעלט טאקע דארט באהאלטענע קעמערעס? און ווארט אפ, צו זעהן ווער עס דרייט זיך אין די געגנט, און וואס ער טוט דארט, און יעצט וועט מען כאפן אז אמעריקע טוט עס.