קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:באריכטן אז אוקריינע שטייט אין די לעצטע שטאפלען פון זיך ארויסלאזן אויף א מאסיווער "קאנטער אפענסיווע אפעראציע" אינאיינעם מיט גאר אסאך נייע וואפן וואס זיי האבן באקומען די לעצטערע וואכן
צווישן די וואפן ציילט זיך היימארס, מולטי ראקעטן ארויסשיסער, העליקאפטער, אנטי שיף מיסילס, טאנקן, ארטילעריע, און נאך פילע שווערע וואפן

דאס איז פאר ליסישאנסק און כערסאן ווי אוקריינע זאגט לעצטנס?

אדער איז דאס שוין פאר גאנץ דאנבאס מיט קריימיע ווי זיי פלעגן זאגן אפאר חדשים צירוק?
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

הארמאניע האט געשריבן:

צים ערשט די אויבנדערמאנטע אין דערנאך די אנדערע
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5537
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:שטארקע אויפרייסן באריכטעט אין דעם כמעלניצקי ראיאן.

זעהט זיך אויס לויט די מאפע אז די רוסן צילן די סטראטעגישע סופליי רוט פון די אוקריינער וואס לויפט דארטן דורך. סדוכט זיך מיר מער און מער אז די אוקריינער גרייטן זיך טאקע אויף א חערסאנער קאנטער אפענסיווע און די רוסן פרובירן עס אפציהאלטן, בלייבט נאר איבער צו זעהן די רוסישע קעיפעביליטיס צו אידענטיפיצירן און עלימינירן די סטראטעגישע אוקריינער עקוויפמענט/קאמענד/סופליי. כמיין סאיז א שאלה פון טעג.
אגב, זעהט אויס אז די אוקריינער האבן געשיפט זייער קאנצעטראציע פון דאנבאס צו חערסאן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
טוה א טובה
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 08, 2022 2:47 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוה א טובה »

ישראל_הלוי האט געשריבן:ארדואן זאגט אז ער האפט אז זיינע פארהאנדלונגען מיט זעלענסקי און פוטין איבער די אוקריינער תבואה וועט נושא פירות זיין בקרוב.

פארהאנדלונגען גאר?! גננננננננב!!!!
אמעריקע איז טיף אינדערערד.

להתראות.
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:באריכטן אז אוקריינע שטייט אין די לעצטע שטאפלען פון זיך ארויסלאזן אויף א מאסיווער "קאנטער אפענסיווע אפעראציע" אינאיינעם מיט גאר אסאך נייע וואפן וואס זיי האבן באקומען די לעצטערע וואכן
צווישן די וואפן ציילט זיך היימארס, מולטי ראקעטן ארויסשיסער, העליקאפטער, אנטי שיף מיסילס, טאנקן, ארטילעריע, און נאך פילע שווערע וואפן
סוועט זיך ווארשיינליך אנהייבן אין חארסון

טאקע זייער שטארק
אבער איין פראבלעם,
די רוסן האבן די זעלבע זאכן אבער צען מאל מער פין אוקריינע.....
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6725
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

סוכנות פארבאטן אין רוסלאנד.
*The Russian government*, in a letter received by the Russian Ministry of Justice, has ordered the Jewish Agency to cease all operations in the country. The dramatic order comes at a time of rising tensions between Israel and Russia regarding Jerusalem’s stance on the ongoing war in Ukraine, in which Jerusalem has publicly acknowledged its siding with Kyiv and its leader, as well as Israeli strikes inside Russian-ally Syria.

*The order will also undermine* the ability of Russian Jews who wish to make aliyah to Israel. Thousands have finished their travel paperwork and have been waiting for flights to become available to Israel, but Russian sanctions have caused most international airlines to stop flying to the country and therefore, Israeli officials explained, future olim are "stuck" in Russia.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

הער חנן האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:באריכטן אז אוקריינע שטייט אין די לעצטע שטאפלען פון זיך ארויסלאזן אויף א מאסיווער "קאנטער אפענסיווע אפעראציע" אינאיינעם מיט גאר אסאך נייע וואפן וואס זיי האבן באקומען די לעצטערע וואכן
צווישן די וואפן ציילט זיך היימארס, מולטי ראקעטן ארויסשיסער, העליקאפטער, אנטי שיף מיסילס, טאנקן, ארטילעריע, און נאך פילע שווערע וואפן
סוועט זיך ווארשיינליך אנהייבן אין חארסון

טאקע זייער שטארק
אבער איין פראבלעם,
די רוסן האבן די זעלבע זאכן אבער צען מאל מער פין אוקריינע.....

צען טאטעס קעגן 100 יונגלעך, זענען נאך אלץ די טאטעס שטערקער...
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ישראל_הלוי האט געשריבן:מאסקווע זאגט אז די רוסישע מלחמה קארספאדענטן אין אוקריינע וועלן מעגליך באקומען די סטאטוס פון וועטעראנען צוליב זייער גאר גוטע ארבעט צו 'באריכטן' די נייעס פונעם פראנט פארן פאלק אינדערהיים...

אזוי וועלן זיי כאטש קענען צייגן פארן פאלק לעבעדיגע וועטעראנען...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

עטליכע סטאסטיקס און קרישקעלעך בנוגע די וואפן וואס מען האט געשיקט פאר אוקריינע.

אמעריקע האט א פאליסי אלעמאל צו מאכן אינספעקשענס אומעטום ווי זיי שיקן וואפן, אמעריקע האט אבער נישט קיין אינספעקטארס דערווייל אין אוקריינע, אבער זיי האבן יא אראפגעלייגט היבש אביסל תנאים בעפארן שיקן סיי וועלכע וואפן צו פארזיכערן אז די וואפן ווערט נאר באנוצט פאר די קריג און וועט נישט אוועקגלייגט ווערן פאר שפעטערע יארן אדער אפשר נאך ערגער גאר אז עס וועט גענוצט ווערן פאר ביזנעס, אמעריקע פראבירט צו האלטן חשבון אויף די וואפן זאפאסן פון דערווייטענס, אבער כמובן קען מען נישט געהעריג, ארבעט עס דערווייל מיט טראסט.
-------

לויט די BBC האט די מערב וועלט בכלליות געשיקט 300,000 רונדעס פון שעלס ביז יולי 1, דאס קומט אין א צייט ווען רוסלאנד פארנוצט אפטמאל פופציג טויזענט רונדעס אין איין טאג (לויט איין אוקריינישע וואפן עקספערט נוצט רוסלאנד אזויפיל ווי זעכציג טויזנט שעלס אין א געווענטליכע טאג) דאס מיינט אז די רוסן וואלטן אויסגענוצט די מערב וועלט וואפן אין א קארגע 6-7 טאג.
-----------

דער רעדנער וואס חוט המשולש ברענגט דא אראפ כסדר אונטערן קעפל War in Ukraine זאגט נאך עפעס א סטאטיסטיק אז די רוסן שיסן בערך 38 שעלס פאר יעדע ציהל וואס זיי ציהלן, דאס מיינט אז אויב ווילן זיי ציהלן א טאנק וואלט טאקע גענוג געווען צו שיסן איין באמבע אויב עס טרעפט ווען אין ציהל, אבער אין אלגעמיין וועלן די רוסן נישט צוטרעפן, און בדרך כלל פראבירן זיי אפילו נישט צוצוטרעפן צום פינטל, אנטשטאט וועלן זיי שיסן אזויפיל שעלס אז זיי וועלן זיין זיכער אז כאטש אייס דערפון איז געלונגן אין פינטל, אין אז מען מאכט אן עווריזש קומט אויס אז זיי דארפן שיסן 38 שעלס פאר יעדע ציהל.

דאס איז אלעס די מהלך ווען זיי האבן למשל באמבאדירט אין ליסיטשאנסק אדער סווערידאנעטסק, זיי האבן געשאסן אין די גאנצע שטח ווי זיי האבן געוויסט אז אוקריינער זענען מעגליך דארטן, און זיי פלעגן שיסן פאר פיר פינעף שעה נאן סטאפ, און דערנאך געמאכט א הפסקה אויסצושפיאנירן די מצב אויפן שטח, אבער ווען זיי ווילן אנטרעפן די האוויצערס האבן זיי דעם ארלאן 10 דראון, און דאס שפיאנירט פון אויבן, די ארלאן 10 איז קאנעקטעד צו די האוויצערס פון רוסלאנד און ווי באלד עס דערשפירט א אוקריינישע האוויצער וועט עס תיכף געבן דעם דירעקציע פאר די רוסן און זיי וועלן ציהלן דעם סיסטעם, די דראון וועט זיי אינפארמירן צו די אטאקע איז געלונגן און אויב נישט וועט עס צייגן גענוי וויאזוי צו פארבעסערן דעם ציהל פונקט, דאס אלעס גייט אין קורצע מינוטן, אויב א ארלאן האט געפאקט א אוקריינישע סיסטעם איז שוין געווענליך נישט מעגליך דאס צו ראטעווען.
------------

די אוקריינער האבן געוויס פארלוירן צוליב א מערערע סיבות, עולם האמת האט פריער אנגעצייגט א נקודה אז זיי האבן אויפגעהערט צו פירן שלאכטן דירעקט אויף די שטעט און אנטשטאט פראבירט צו קומען פון די זייטן, אין אמת אריין איז די וואגנער גרופע געווען די ערשטע דאס צו טאן ביי פאפאסנע, די אוקריינער זענען געכאפט געווארן אין איבערראשונג ווען זיי האבן זיך דערזען "אונטער" די רוסן אנע קאמפן פון פארנט, די וואגנער גרופע האט דאס געטאן אן קיין טאנקן, זיי האבן זיך פשוט אריבעגעכאפט פון די זייט, מיט טאנקן וואלט עס זייער שווער געווען צו טון ווייל די אוקריינער וואלטן געקענט ציהלן די טאנקן פון זייערע טרענטשעס, אבער די וואגנער גרופע האט אויסגעקרויזט די גרויסע וועגן און זיך אריבערגעכאפט דארט ווי די אוקריינער האבן אפילו נישט געהעריג באוואכט, ווען די אוקריינער האבן זיך געכאפט איז שוין געווען צו שפעט.

-----

א אנדערע פשוט'ע סיבה איז די אומאויפהערליכע באראזשן פון די רוסישע ארטילעריע, די אוקריינער האבן זיך ממש נישט געקענט כאפן דעם אטעם, די אוקריינע סטראטעגיע האט זיך שפעטער געטוישט צו ציהלן די רוסישע אמנוציע זאפאסן, זיי האבן עס שוין אנגעפאנגן צו טון בעפאר די היימארס איז אנגעקומען אין לאנד, מיט גאנץ שיין סוקסעס רעאליטיוו לויט די אומשטענדן, אבער איינמאל די היימארס איז אנגעקומען אין אוקריינע האט זיך די אטאקעס פילפאאכיג פארמערט.

די מערב וועלט האט נישט די מעגליכקייט צו קאמפיטן מיט די גרויסע צאל שעלס וואס די רוסן האבן, די איינציגסטע עצה איז געבליבן אז מען דארף באארבעטן די רוסישע זאפאסן.

ווי ס'שוין געשטאנען דא א אנדערע מאל האט אמעריקע ארום 400 היימארס סיסטעמען אוועילעבל, דערווייל האבן זיי געשיקט בלויז 1 פראצענט פון זייער סטאריזש, פיר אזוינע סיסטעמען, עס זענען געווען וואס האבן קריטיקירט די מאגערע נדבה, אבער איך האב געזען איינער וואס איז עס שיין מסביר, יענער צייגט אן אויף די אפעציעלע באזשעט דאקומענטן פון די פענטאגן אז איין M31 מיסל וואס מען שיסט ארויס פון די היימארס קאסט ארום $180000 ! דאס איז גאר א הויכע פרייז, כמובן האט מען נישט געשיקט קיין טויזענטער פון די מיסלס, (מיין פערזענליכע השערה איז אז די אוקריינער האבן שוין פארנוצט די גרעסערע חלק פון די מיסילס וואס זיי האבן באקומען, אבער אמעריקע האט שוין געמאלדן פון שיקן נאך מיסלס - אויסער די היימארס סיסטעמען) אין די ציהל איז דאך אוודאי אז מען זאל עס נוצן מיט גרויס אויסגערעכנטקייט, יעצט וואס וואלט געווען די אויפטי אויב אוקריינע וואלט באקומען נאך 100 היימארס סיסטעמען אבער זיי באקומען נאר 1000 אזוינע M31 מיסלס? אלא מאי? זאל מען געבן פאר אוקריינע טויזענטער מיסיסל וואס יעדע איינע קאסט הונדרעט אכציג אלפים?

אונטערעסאנט איז, אמעריקע האט א ריזיגע זאפאס פון פונקטליכע מיסל'ס וואס איז שוין לאנג צוריק געמאכט געווארן און איז גאר פאסיג פאר די היימארס סיסטעמען, אבער יענע מיסלס זענען קלאסטער באמבעס, און אמעריקע האט זיי אלע געלייגט אין גניזה צוליב זייער פאליסי מער נישט צו נוצן קיין קלאסטער באמבעס.

יעצט וועט זיין אונטערעסאנט צוצולייגן א קאונטער ארגומענט פארוואס אמעריקע זאל יא שיקן מער היימארס סיסטעמען, די היימארס ארויסשיס פלאטפארמע האט אריינגעבויט אין זאך ראדארן וואס וועלן אויפכאפן פון ווי מען שיסט, זיי וועלן באטראכטן די באמבעס און אליינס מאכן די קאלקיולאציעס פון ווי די באמבעס פליען ארויס, און זיי וועלן ארויסשיסן מיסלס אויפן שונא'ס ארטילריע סיסטעם, מיט בלויז פיר היימארס סיסטעמען קען געוויס אוקריינע נישט נוצן די מהלך פון אראפשטעלן דעם היימארס אויפן פראנט כדאי צוריקצושיסן אויף די רוסישע האוויצערס/מלר''ס, בלייבט עס איבער צו נוצן בלויז אלץ א לאנג שטרעקיגע (רעלאטיוו) און פונקטליכע מיסל, און דאס איז זייער ווערטפול, אבער כמובן קען מען עס נישט נוצן צו דערשפירן די באלדיגע מאוומענט פון די רוסישע האוויצערס, מען קען עס בלויז נוצן פאר פון פריער אויסגערעכנטע לאקאציעס.

אזוי צו אזוי, די פראגע איז געווען צו די אוקריינער וועלן קענען ארויסנעמען א בענעפיט פון די היימארס, זינט זיי האבן גאר א קליינע צאל דערפון און די איינסציגסטע בענעפיט וועט זיין נאר אויב זיי נוצן דאס זייער אויסגערעכנט אין סטראטעגיש, און אויב דאס איז די פראגע דאן איז די ענטפער געוויס א גרויסע יא, זיי האבן ארויסגענומען א ערענסטע בענעפיט דערפון, דערווייל האבן זיי דאס גאר גוט אויסגענוצט! זיי האבן געשאסן אין ציהל דארט ווי זיי קענען מאכן די מערסטע שאדן פאר די רוסן.

א סאך שפעקאלירן אז דאס וואס פוטין האט פארארדענט אז די סאלדאטן אין דאנעטסק זאלן קריגן א שטיקל וואקאציע איז פשוט ווייל די רוסישע אמנוציע זאפאסן אויפן ארט איז אויסגעליידיגט געווארן! און הגם עס וועט דויערן א קארגע וואך אז די רוסן זאלן זיך קענען רעארגאניזירן, איז עס אבער דערווייל א גרויסע געווינס.

די רוסישע ענטפער וועט געוויס זיין צו האלטן די וואפן אין קלענערע סטאריזשעס, דאס וועט עס מאכן שווערע אויפצורייסן ריזגע זאפאסן מיט איין ציהל, געוויס וועלן זיי האלטן די גרעסערע וואפן זאפאסן 80 קילאמעטער ווייט, הרחק כמטחוי היימארס, דאס איז נישט עק וועלט פאר זיי, אבער עס וועט פארט מאכן די לאגיסטיקס שווערער, אויב זוכט מען צו ווארפן טויזענטער שעלס פאר פינעף שעה און איין ציה איז לכתחילה די מהלך אז די שעלס ליגן אין גרעסערע סטראיזשעס און זיי ליגן נאנט צום פראנט, אבער זיי וועלן זיך נאך קענען אן עצה געבן אזוי אויך, און די אוקריינער וועלן געוויס נאך אלץ קענען ציהלן די וואפענעס אבער עס וועט זיי אויך זיין שווערער.
זקן מלא רחמים.
ביטול היש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 11:19 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטול היש »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:עטליכע סטאסטיקס און קרישקעלעך בנוגע די וואפן וואס מען האט געשיקט פאר אוקריינע.

ע"פ דרך הטבע קיקט אויס פין דיין הערליכע אנעליז אז די אקריינע פארשטאטערען בסך הכל די רוסישע געווינס, אבער צים סוף מיט די סטראטעגיע אין מיט די געדילד איז ווי כמעט זיכער אז ראסלאנד גייט מאכען גאנץ אקריינע, א פשיטע חשבון מנעמעט ארים די אקריינע דאן פיצען די אקריינע אפ אין יעדע מאל וואס די רוסען ענדיגע איינעמען א געגענט נעמט מען וויקעשען א וואך צוויי מבאפעסטיגט זיך מארבעט אויס די פרישע סאפליי ליניעס מסטאקט זיך אן אין מגייט וויטער, סזאגט זיך גרינגער ווי געטון אבער מיט ראסלאנדס אנשלאסענקייט אין געדילד קענען זיי עס מאכען. מאכטסענס?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ישראל_הלוי האט געשריבן:די ליטא וועט צוריק איינשטעלן די מיליטערישע דרעפט זיך צו קענען ספראווען מיט די סכנה פון רוסלאנד.בילד

ליטע אדער לאטוויע?
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:די ליטא וועט צוריק איינשטעלן די מיליטערישע דרעפט זיך צו קענען ספראווען מיט די סכנה פון רוסלאנד.בילד

ליטע אדער לאטוויע?

יאפ לאטוויע. גיימער פאררעכטן.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

@יבטול היש, אין קורצן, רוסלאנד קען נישט אנהאלטן סנעיק איילענד צוזאמען מיט א אינוואזיע אויף דאנעטסק, זיי קענען נישט אנהאלטן כארקיוו צוזאמען מיט א אינוואזיע אויף סווערידאנעטסק, זייער מיליטער איז סימפלי געווען צו שוואך פאר אזא ברייטע אפעראציע, איז ווי זעסטו אז זיי קענען מיט די צייט און געדולד איינעמען נאך פופצן אזוינע כארקיוו'ס?

כלומר, פון די ריזיגע שלאכטן אין די קליינע ליסיטשאנסק/סוועירדאנעטסק איז נישטא קיין ראיה אויף ווייטער.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

זיי האלטן אין איין איינעמען נאך שטחים, זיי האבן א נעט געין פון שטחים די לעצטערע וואכן, די אוקריינע מיליטער ווערט אויך שוואכער כמובן נאר מען פארציילט נישט די גענויע ציפערן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21067
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שאינו יודע האט געשריבן:זיי האלטן אין איין איינעמען נאך שטחים, זיי האבן א נעט געין פון שטחים די לעצטערע וואכן, די אוקריינע מיליטער ווערט אויך שוואכער כמובן נאר מען פארציילט נישט די גענויע ציפערן

מיט וויפיל טויטע סאלדאטן האבן זיי איינגענומען געגענטער ווי מפייט שוין זייט 2014?
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:א סאך שפעקאלירן אז דאס וואס פוטין האט פארארדענט אז די סאלדאטן אין דאנעטסק זאלן קריגן א שטיקל וואקאציע איז פשוט ווייל די רוסישע אמנוציע זאפאסן אויפן ארט איז אויסגעליידיגט געווארן! און הגם עס וועט דויערן א קארגע וואך אז די רוסן זאלן זיך קענען רעארגאניזירן, איז עס אבער דערווייל א גרויסע געווינס.

אינטערסאנטע נייעס, איך האב דאס נישט געזעהן באריכטעט דא אויף אייועלט..

-------
שכח פאר די אנאליז זייער שיין אין קלאר! קיפ איט אפ אבער מער אפט
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

דערבארימדיגער איז געוואלדיג!
____

פון ווי נעמסטו אז א שעלל קאסט 180k ס’איז זייער איבערגעטריבן
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די רוסן האבן א מאסיווע נעט פארלוסט אין די לעצטע 3.5 חדשים קעגן וואס זיי האבן געהאט פאר 4.5 חדשים צוריק, זיי האבן א נעט געין אין די לעצטע 2 חדשים, די נעט געין קומט בלויז ווייל זיי האבן אויפגעהערט צו פייטן אויף ריזיגע שטחים, זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו פייטן אויף ריזיגע שטחים, איינמאל זיי האבן אויפגעהערט צו פייטן אויף אזוינע ריזיגע שטחים האבן זיי טאקע באוויזן צו מאכן די רעלאטיוו קליינע געינס אין די לעצטע 5-7 וואכן.

זאת אמרת אז די רוסן דערווייל קענען נאר מצליח זיין אויב זיי פייטן נישט אויף ריזיגע שטחים, כארקיוו + סווערידאנעטסק איז שוין צופיל פאר זייער מאגן, זיי קענען דאס שוין נישט פארדייען.

פאר אביסעלע קאנטעסט, פון מזרח סווערידאנעסק ביז די מערב זייט פון ליסיטאשנסק איז ארום 5 מייל, אין סווערידאנעטסק האבן די אוקריינער געכאפט די גרעסטע מכות, דארט האבן זיי געהאט די שווערסטע טעג פון די גאנצע קריג, און עס האט אנגעהאלטן פאר ארום פינעף וואכן, די מצב איז באמת געווען ביטער, דאס איז געווען די איינציגסטע מאל וואס עס זענען ארומגעפארן ווידעאוס וויאזוי זעלנער ענטזאגן זיך פון גיין צום פראנט, נקדימון האט דא געהאט אן אנאליז וואס האט אויסגעשמועסט די חילוק פון נידריגע מאראל צו פארלוירענקייט און מסביר געווען אז די אוקריינער זענען פארלוירן, אנדערע האבן געזאגט אז די אוקריינער האבן פארלוירן זייער מאראל.

ווי ווייט זענען די רוסן געגאנגן ? פינעף מייל! און דאס איז שוין אין די ערגסטע צייטן פאר אוקריינע ווען אוקריינע איז געווען אובד עצות.

פון דארטן ביז קיעוו איז דא ארום 365 מייל.

כדאי איינצונעמען די פינעף מייל האט רוסלאנד געמוזט אפטרעטן פון ארום כארקיוו, עטליכע קליינע שטעטלעך אין כערסאן, סנעיק איילענד, יעצט זאל מיר איינער מסביר זיין פארוואס די 365 מייל פון ליסיטאשנסק ביז קיעוו איז נעקסט אויף די ליסט.

אין די צווישן האבן די אוקריינער צובאקומען מיסלס וואס שיסט מיט גרויס פרעציזקייט און שטעלט זיך ארויס צו זיין ספעציעל עפעקטיוו, און אין די זעלבע צייט שטעלט זיך אוריס אז רוסלאנד האט שוין אויפגענוצט זייער ארסענאל פון קאליבער און ענליכע פארגעשריטענע מיסל'ס.

אין די צווישן איז די מאראל ביי די אוקריינער פארבעסערט געווארן, מען הערט נישט קיין פארביטערטע שטימעס מער פון אוקריינע, אנדערש ווי פינעף וואכן צוריק הערט מען לעצטענס יעדן טאג א מאסיווע דורעכפאל אויף די רוסישע זייט וואס דערמאנט צוריק צו די ערשטע צייטן פון די קריג ווען די קליפס האבן געוויזן מאסיווע רוסישע דורעכפעלער, דאס איז עפעס וואס מען האט נישט געזען פאר א היבשע צייט אפשניט, און אין יענע צייט אפשניט האבן די רוסן געמאכט פארשריט אין פאפאסנע אין סווערידאנעטסק.

און אנדערש פון פאפסנע און סווערידאנעטסק איז די אוקריינע מיליטער נישט ארומגענומען ערגעץ אנדערש אזוי ווי זיי זענען געווען אין די דאנעטסק צירקל, די רוסן זענען שוין היבש אפגעשוואכט און יעצט אנצופאנגן א נייע צירקל זעט אויס ביטער שווער, איצטערט רייטן זיי נאך אויף זייערע געווינסן אין דאנעטסק וואס גייט צוריק ביז מארטש, אויב ווילן זיי עס איבערשפילן מוזן זיי מאכן א נייע צירקל, גארנישט קיין קלייניגקייט!

יעצט נאכמאל, די סוקסעס וואס איז געקומען נאר א דאנק א קאנצענטראציע פון די גאנצע קראפט פון די רוסישע מיליטער אויף 2 שטחים (פאפאסנע/סווערידאנעטסק) ביידע פון זיי ארום 5-7 סקווער מייל, דארף זיין א הוכחה אז זיי וועלן געוויס קענען טון דאס זעלביגע פאר נאך 365 מייל.

און אויב וויל מען רעכענען פון איזיום איז מען געוויס נענטער צו קיעוו, לאמיר זאגן ארום 330 מייל ביז קיעוו, אבער מען דארף קודם מסביר זיין וויאזוי עס קען זיין אז די רוסן זענען איצט סטאק דארט, אן קיין פארשריט פאר א היבשע שטיק צייט, און וויאזוי גייען זיי פלוצלינג מארגן באווייזן איבערצוקומען די שוועריגקייטן וואס זיי האבן דארט פאר די לעצטע 3 חדשים און מארשירן 330 מייל ביז קיעוו.

צום באטאנען אז די געווינסן אין פאפסנע וועלן ווארשיינליך צופירן אז די רוסן זאלן קענען איינעמען די גאנצע שטח דארטן, פון פאפסנע ביז ליסיטאשנסק איז ארום 20 מייל, מען רעדט דא לכאורה פון א גרעסערע געווינס איבער די קומענדיגע פאר וואכן ווייל די אוקריינער זענען ווי ארומגענומען פון דריי זייטן, און די רינג איז גאנץ שמאל, און די רוסן האלטן שוין זייער ווייט איצטערט דארטן, אבער די עצם שטח פון ליסיטאשנסק און סווערידאנעטסק זענען ארום 5-7 סקווער מייל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:זעלענסקי צי אוקריינע דזשענעראל סטעף: פון היינט און ווייטער זאלט עטס נישט מאכן קיין באשלוס פארן דורכרעדן מיט מיר

א שטארקע טויש אין סטראטעגיע

ס'וואונדערט מיר פארוואס

ניק באישי האט געשריבן:קעפל: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:זעלענסקי צי אוקריינע דזשענעראל סטעף: פון היינט און ווייטער זאלט עטס נישט מאכן קיין באשלוס פארן דורכרעדן מיט מיר

א שטארקע טויש אין סטראטעגיע

ס'וואונדערט מיר פארוואס

ר'איז ברוגז אויף זיי פאר'ן איינשטעלן צוימונגען אויף אלע אין מיליטערישע יארגאנג נישט צו קענען ארויספארן פון זייער וואוינארט אן ערלויבעניש פון די מיליטער.
ס'קוקט אויס דאס לאנד איז געווארן אויפגערעגט אויף די באשלוס, און ער שאקלט עס כאילו אפ פון זיך און גייט "פארלאנגען ענטפערס" מארגן

https://www.newsweek.com/volodymyr-zele ... nt-1721947
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:זעלענסקי צי אוקריינע דזשענעראל סטעף: פון היינט און ווייטער זאלט עטס נישט מאכן קיין באשלוס פארן דורכרעדן מיט מיר

א שטארקע טויש אין סטראטעגיע

ס'וואונדערט מיר פארוואס

איז געווען לעצטענס עפעס ספעציעל אז ער האט ארויסגעגעבן אזא ארדער?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ניינער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נאר אויף שימחות האט געשריבן:זעלענסקי צי אוקריינע דזשענעראל סטעף: פון היינט און ווייטער זאלט עטס נישט מאכן קיין באשלוס פארן דורכרעדן מיט מיר

א שטארקע טויש אין סטראטעגיע

ס'וואונדערט מיר פארוואס

איז געווען לעצטענס עפעס ספעציעל אז ער האט ארויסגעגעבן אזא ארדער?

זע א תגובה פאר דיינער, בשם א ניק באישי
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נארמאליזעם האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:זיי האלטן אין איין איינעמען נאך שטחים, זיי האבן א נעט געין פון שטחים די לעצטערע וואכן, די אוקריינע מיליטער ווערט אויך שוואכער כמובן נאר מען פארציילט נישט די גענויע ציפערן

מיט וויפיל טויטע סאלדאטן האבן זיי איינגענומען געגענטער ווי מפייט שוין זייט 2014?

למאי נפקא מינה.

אוקריינא האט לכאורה פארלוירן ענליכע צאל טויטע און אפגעטרעטן און זיי זענען געגאנגען ווייטער, רוסלאנד האט מער פלייש און געדולד
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6815
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:.

ווער רעדט פון קיעוו? אויב קענען זיי אנהאלטן די פעיז פון קליינע געווינסן מיט גענוג שאדן פאר אוקריינא אינדערצווישן וועלן די געווינסן גרעסער און שנעלער ווערן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”