קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.

קלאר קענען זיי נאר וויסען נאר אויב זיי האבען איינעם אין פוטינס צירקעל
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ליינענדיג אסאך איבער די צווייטע וועלט מלחמה, קען איך מיך נישט זעהן טראכטן אנדערשט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:זייער א קלארער אנאליז!!!

איך וועל גיין א טריט ווייטער. די סיבה פארוואס ביידן און ענגלאנד הערן נישט אויף צו מורמלען אז ס'קומט מעגליך א פול פלעדזש אינוואזיע איז טאקע נאר ווייל זיי ווייסן אז דאס איז נישט פוטין'ס פלאן.

זיי זאגן אים נו נו, גיי שוין, מיר ווארטן... ס'קוקט אויס אז זיי האבן אינפארמאציע אז פוטין פלאנט טאקע נישט קיין שום אינוואזיע נאר ענדערש ארויסקעשן אנדערע זאכן מיט זיין סטראשענען. קומט דער ביידען און ווארט מיט פארלייגטע הענט דו גיי נאר אריין. דאס איז פוטין'ס ערגסטע קאשמאר אזא צייט. זעלענסקי שפילט נאר מיט אדער כאפט ער נישט...

מאכט סענס?

יאפ.
קיינער האט נישט געהייסן פאר פוטין אויסשטאפירן די גרעניץ מיט טענק, פליגן און מיסלעך. דאס איז א געפערליכע, אומבארעכטיגטע, פראוואקאציע (האסטע געהערט אזאנס? מען גרייט אן א וועלט-קריג ווערד פון וואפן ווייל נאטא וויל זיך נישט פארפליכטן נישט אריינצונעמען אוקראינע אין די פאראיין אין די צוקונפט?) און די מערב וועלט איז 100% פראצענט בארעכטיגט ארויפצושפילן די רוסישע אגרעסיע און אזוי ארום אונטערמינעווען פרא-פוטין סענטימענטן אין אוקראינע און אין די באלטישע לענדער און אין די לענדער ארום אוקראינע.

איך שליס בכלל נישט אויס אז מעגליכע אקציע אדער אינערליכע פראוואקאציע פון פוטינ'ס זייט (למשל אין די סעפעראטיסטישע ראיאן אין דאנבאס) אבער א מיליטערישע אקופאציע איז כמעט 100% אויסגעשלאסן.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

ר' דן האט געשריבן:אפילו עס איז אמת, איז קלאר אז מען האלט ביי א מסוכנדיגער צייט, דאך האטער אלעס גרייט פאר א מלחמה.

פארשטייט זיך. ווען צוויי זייטן שטייען אויפגעריסטעט מיט געווער איז אייביג מעגליך אז אן עקסידענט אדער מיספארשטענדעניש פון איין זייט וועט צווינגען די צווייטע זייט צו רעאגירן און זאכן קענען שנעל זיך ארויסקוילערן פון קאנטראל.
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

איז פארוואס דען האלט ער אין איין ברענגען נאך מיליטערלייט ?
הצלחה
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אלי' ברענגסט ארויס די זייט אז די מערב וועלט ווייסט שפיאנאזש אז סגייט גארנישט זיין אין יעצט האבען זיי באשלאסען אויפצישפילען די צד אז סגייט יא זיין אן אינוואזיע,

מיין קשיא איז, וואס וואלט געווען לויט די גירסא אויב די מערב וועלט מאכט זיך נישט וויסענדיג (לדעתי קענען זיי ווען טון סאך סאך מער אויף אזויפיל פראנטען)
אין לאזט ווען רוסלאנד אנהויפענען ארום אוקריינע א ריזיגע מיליטער מיט אלע פיטשיוווקעס?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אין נישט פארגעסען אז זיי צאפען די בלוט ביי די אזאוו וואסער ברעג פון די אוקריינע שיפען ווי זיי האבען שוין געקידנעפט (א מלחמה אקט) אין די לעצטע פאר יאר בלאקירען זיי גענצליך אוקריינע שיפען פון צוקימען פון די פארטען,
סא פוטין וויל מזאל נאר רעדען פון וואס ער וויל אבער אונז קענען מיר יא וויסען דעם אמת
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

ווי איז געווען די אלע קאמפלעצירטע חשבונות בנוגע אפגאניסטאן?
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פאלעסיידס האט געשריבן:אלי' ברענגסט ארויס די זייט אז די מערב וועלט ווייסט שפיאנאזש אז סגייט גארנישט זיין אין יעצט האבען זיי באשלאסען אויפצישפילען די צד אז סגייט יא זיין אן אינוואזיע,

מיין קשיא איז, וואס וואלט געווען לויט די גירסא אויב די מערב וועלט מאכט זיך נישט וויסענדיג (לדעתי קענען זיי ווען טון סאך סאך מער אויף אזויפיל פראנטען)
אין לאזט ווען רוסלאנד אנהויפענען ארום אוקריינע א ריזיגע מיליטער מיט אלע פיטשיוווקעס?

זיי קענען אויף קיין פאל נישט איגנארירן אוקריינע אזא צייט.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פאלעסיידס האט געשריבן:אלי' ברענגסט ארויס די זייט אז די מערב וועלט ווייסט שפיאנאזש אז סגייט גארנישט זיין אין יעצט האבען זיי באשלאסען אויפצישפילען די צד אז סגייט יא זיין אן אינוואזיע,

מיין קשיא איז, וואס וואלט געווען לויט די גירסא אויב די מערב וועלט מאכט זיך נישט וויסענדיג (לדעתי קענען זיי ווען טון סאך סאך מער אויף אזויפיל פראנטען)
אין לאזט ווען רוסלאנד אנהויפענען ארום אוקריינע א ריזיגע מיליטער מיט אלע פיטשיוווקעס?

כ'האב נישט געזאגט אז זיי ווייסן אז ס' איז גארנישט, נאר וואס די פלענער זענען, און אויב אן אטאקע וועט פארקומען, דאן וויאזוי מיט וואסערע כוחות, און דער דאטום.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ר' אלי', ס'איז זייער נישט שטארק מסתבר אזא מהלך.

הגם אמעריקע הערט זיך טאקע רואיג און אנטשלאסן, מאכט עס נישט קיין סענס מיט פוטין.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

יצחק אייזיק האט געשריבן:זייער א קלארער אנאליז!!!

איך וועל גיין א טריט ווייטער. די סיבה פארוואס ביידן און ענגלאנד הערן נישט אויף צו מורמלען אז ס'קומט מעגליך א פול פלעדזש אינוואזיע איז טאקע נאר ווייל זיי ווייסן אז דאס איז נישט פוטין'ס פלאן.

זיי זאגן אים נו נו, גיי שוין, מיר ווארטן... ס'קוקט אויס אז זיי האבן אינפארמאציע אז פוטין פלאנט טאקע נישט קיין שום אינוואזיע נאר ענדערש ארויסקעשן אנדערע זאכן מיט זיין סטראשענען. קומט דער ביידען און ווארט מיט פארלייגטע הענט דו גיי נאר אריין. דאס איז פוטין'ס ערגסטע קאשמאר אזא צייט. זעלענסקי שפילט נאר מיט אדער כאפט ער נישט...

מאכט סענס?

פון די היינטיגע באריכטן פונעם פאון געשפרעך צווישען די צוויי קוקט נישט אויס אזוי
אגב, סקוקט אויס אז זעלענסקי וואס קומט פון די זעלבע קולטור ווי פוטין האלט אז ער קען בעסער זיין גידאנקען גאנג ווי די פארנאטישע אמעריקאנער
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

איך עגרי שטארק מיט @יצחק אייזיק
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כאפ עפעס נישט די פשעטל. מיר קוקט עס אויס ווי א געהעריגע אקציע
נישט קיין חילק ווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:34 am

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין חילק ווער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.

טרעף מיר א פאל ווי אמעריקע איז געווען אויסגערעכענן אין אין געוויסט וואס טוט זיך אויף דער וועלט אין די לעצטער 30 יאר?

שפענדען ביליאנען אין שטארקע אקוויפמינט מיינט נישט מיליטערישע פלענער.....

ס’וועט אינז גארנישט העלפן אם ה לא ישמר עיר שב שקד שומרים....!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

נישט קיין חילק ווער האט געשריבן:

דיין פוינט איז אם ה' לא ישמר עיר? אדער ווייל אמעריקא האט נאך גארנישט באוויזן אין די לעצטע דרייסיג יאר?

גראדע מיינעך אז אסאמא בין לאדין, על באגדאדי, סולימאני, האט מען געקניידעלט טאקע דורך אינטעלידזשענס...

און בד"וו איך וואלט געוואלט זעהן א פונקטליכע פי די עף וויאזוי און פארוואס אמעריקא צוטיילט זייער מיליטערישע ספענדונג... אישי איז אויך גוט.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יש לו מנה האט געשריבן:איך עגרי שטארק מיט @יצחק אייזיק

גא"מ

יצחק אייזיק האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:איך עגרי שטארק מיט @יצחק אייזיק

גא"מ

מזל טוב צום דרייערל, איך ווייס אז דא איז נישט די פלאץ, אבער למעשה קומסטו אריין אויסטערליש קלאר אין אסאך עניני פאליטיק, ממילא איז דא די פלאץ ווי איך וויל דיר וואונטש...

לאקינג פארווערד פאר נאך אסאך דרייערלעך...

איך ווייס אז ס'איז נאך נישט ממש 3000 נאר 2999, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן...
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

צודרייטע איידיע און פוד פאאר טאוט; היות רוסלאנד רוקט ימים פון זייערע קרעפטן קיין מערבית צפונית פון לאנד, זאל אמעריקע שיקן מאסיווע אפענסיווע מיליטערישע עקוויפמענט און פערסענאל קיין אלאסקע וואס איז בערך פופציג מייל פון רוסלאנד’ס מזרחית דרומית.

דאס וועט בלי ספק שטארק אנהייצן דעם מצב אבער וועט בפשטות ערענסט צומישן דעם רוסישן טייוול פוטין.

געהאט א פיינע שטילע הייסע מקוה היינט אינדערפרי, הא?
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

יאנאש האט געשריבן:צודרייטע איידיע און פוד פאאר טאוט; היות רוסלאנד רוקט ימים פון זייערע קרעפטן קיין מערבית צפונית פון לאנד, זאל אמעריקע שיקן מאסיווע אפענסיווע מיליטערישע עקוויפמענט און פערסענאל קיין אלאסקע וואס איז בערך פופציג מייל פון רוסלאנד’ס מזרחית דרומית.

דאס וועט בלי ספק שטארק אנהייצן דעם מצב אבער וועט בפשטות ערענסט צומישן דעם רוסישן טייוול פוטין.

געהאט א פיינע שטילע הייסע מקוה היינט אינדערפרי, הא?

א געניאלע סטראטעגיע.... אבער שטארק ריזיקאליש, הייסטעס אז ווען פוטין וועט קומען צופליען מיט אלע זיינע קרעפטן אהין וועט אמעריקא שויניש קענען אפפוצן און איבערלאזן אלעסקע אנטבלויזט צו א ריזיגע רוסישע ארמיי.

און אפילו אמעריקא וועט יא אפפוצן זייענדיג זיכער אז רוסלאנד וועט זיך נשט דערוואגן צו אטאקירן אמעריקא, וועט פוטין'ס כבוד זיין אין די אדמה און ער וועט זוכן פאר נקמה.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

יאנאש האט געשריבן:צודרייטע איידיע און פוד פאאר טאוט; היות רוסלאנד רוקט ימים פון זייערע קרעפטן קיין מערבית צפונית פון לאנד, זאל אמעריקע שיקן מאסיווע אפענסיווע מיליטערישע עקוויפמענט און פערסענאל קיין אלאסקע וואס איז בערך פופציג מייל פון רוסלאנד’ס מזרחית דרומית.

דאס וועט בלי ספק שטארק אנהייצן דעם מצב אבער וועט בפשטות ערענסט צומישן דעם רוסישן טייוול פוטין.

געהאט א פיינע שטילע הייסע מקוה היינט אינדערפרי, הא?

:lol: :lol: אן איידיע!!

באמת, אמעריקע האט נענטערע באזעס ווי אלאסקע זיך צו באזעצן. גענוג לענדער נעמען גערן אריין אמעריקאנער פלאטעס.... אבער אמעריקע זוכט נישט קיין נוקלעארע מלחמה אויב רוסלאנד וועט זיך שפירן "באדראעט" ווי ס'מאכט זיך אפט.

אגב, איז אלאסקע נישט קיין גוטע פאזיציע פאר אמעריקע, אבער אזויפיל יא, ס'האט געלוינט דאס אפצוקויפן פון רוסלאנד אז זיי זאלן עס נישט קענען נוצן. פאר זיי וואלט עס געווען אסאך מער נוצבאר.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

נישט קיין חילק ווער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.

אוי האב איך יעצט געלאכט......... :grin: :grin:
אזאנע שטותים האב איך שוין לאנג נישט געליינט

טרעף מיר א פאל ווי אמעריקע איז געווען אויסגערעכענן אין אין געוויסט וואס טוט זיך אויף דער וועלט אין די לעצטער 30 יאר?

שפענדען ביליאנען אין שטארקע אקוויפמינט מיינט נישט מיליטערישע פלענער.....

ס’וועט אינז גארנישט העלפן אם ה לא ישמר עיר שב שקד שומרים....!!

וואו זיצט דער שומר?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
נישט קיין חילק ווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 26, 2021 11:34 am

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין חילק ווער »

יש לו מנה האט געשריבן:
נישט קיין חילק ווער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איין זאך איז לכאורה ברור, אז די מערב וועלט אינטעלידשענס האט לכאורה קלאר די מיליטערישע פלענער און דאטומס ביזן לעצטן דעטאל, אונז דרייט מען נאר א קאפ.

טרעף מיר א פאל ווי אמעריקע איז געווען אויסגערעכענן אין אין געוויסט וואס טוט זיך אויף דער וועלט אין די לעצטער 30 יאר?

שפענדען ביליאנען אין שטארקע אקוויפמינט מיינט נישט מיליטערישע פלענער.....

ס’וועט אינז גארנישט העלפן אם ה לא ישמר עיר שב שקד שומרים....!!

דיין פוינט איז אם ה' לא ישמר עיר? אדער ווייל אמעריקא האט נאך גארנישט באוויזן אין די לעצטע דרייסיג יאר?

גראדע מיינעך אז אסאמא בין לאדין, על באגדאדי, סולימאני, האט מען געקניידעלט טאקע דורך אינטעלידזשענס...

און בד"וו איך וואלט געוואלט זעהן א פונקטליכע פי די עף וויאזוי און פארוואס אמעריקא צוטיילט זייער מיליטערישע ספענדונג... אישי איז אויך גוט.

אפשר ווייסט איינער ווילאנג בין לאדין האט ארום געשפילט מיט אמירעטשקע? 10 חדשים אדער 10 יאר???? סאדאם האט למעשה געהאט קעמישע וואפין אדער נישט?? אפשר ווייסט איינער ווילאנג די פלאן איז געווען אויף די מלחמה קעגען טעאראר? גיי דע ווייטער
איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.

קניידלען איינעם איז איין זאך אין מסדר זיין א לאנד - מלחמות קענען זיי ווי די פאריעריגע שניי איך בין אינטער די אינפלאינץ פין שניי....
פעיפער ספרעי
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2020 5:14 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיפער ספרעי »

אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: קריג שפאנונג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - דעבאטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

יאנאש האט געשריבן:צודרייטע איידיע און פוד פאאר טאוט; היות רוסלאנד רוקט ימים פון זייערע קרעפטן קיין מערבית צפונית פון לאנד, זאל אמעריקע שיקן מאסיווע אפענסיווע מיליטערישע עקוויפמענט און פערסענאל קיין אלאסקע וואס איז בערך פופציג מייל פון רוסלאנד’ס מזרחית דרומית.
---

האסט פארמישט דרום און צפון
---
איך רעד נישט אריין אין די שמועס דא ווייל איך ווייס נישט (און איך מיין אז אלעס דא איז בלויז שפעקולאציעס און סברות) אבער איך ליין אלע אנאליזן דא און אין די פאריגע אשכול,
יישר כח ענק אלע (איך גלייב אז נאך אסאך ליינען און האבן הנאה, נאר שרייבן נישט)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”