קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ניינער האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
אחד יחיד ומיוחד ...........

https://drive.google.com/file/d/1GGE6GU ... sp=sharing
איז דאס נישט די רוסישע פלאמען ווארפערס?
no
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

עולם האמת האט געשריבן:
ידיד כל חי האט געשריבן:
עולם האמת, אלערט!
אגב, יישר כח!!! פאר עולם, פאר אלעס, וואס דו טוסט, "עולם", אונזער וועלטעל וואלט נישט געווען די זעלבע, אן דיר!

א גרויסן שכח!

---

מזל טוב פארן ווערן שר האלף!
:grin:
יישר כח!
ביטול היש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 11:19 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביטול היש »

עולם האמת האט געשריבן:
אמעריקא פלאנירט נישט צו געבן פאר אוקריינע F-16 פליגער אין די נאנטע צוקומפט

-Deputy head of the US Department of Defense Colin Kohl
נוי פראבלעם אבער וואס ברויכסט עס אויסשרייען
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ביטול היש האט געשריבן:

זיי וואלטן בממילא נישט געקענט באקומען דעי פליגערס, סנעמט חדשים זיך צו טרעינען דערויף.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

תגובה דורך הער חנן »

די מלחמה נעמט אויכעט חדשים.....

הער חנן האט געשריבן:

פארשטייט זיך.

אבער צו לערנען א נייע זאך וואס נעמט חדשים און גלייך עס ניצן אין מלחמה מיין איך איז זעלבסטמארד, חוץ טרענען דארף מען גוטע עיקספעריענס, אמעריקע למשל טרעינט זייערע פיילעטס יעדע יאר פאר 200 שעה, איז וועגן דעם אפילו מגייט זיי עס אויסלערנען גייט עס נאך נעמען א לענגערע צייט, חוץ פון דעם דארף מען האבן נאך מענטשן צו מענטעינען די פליגער פאר און נאך יעדע מיסיע, דעס אליינס נעמט גאר לאנג.

גראדע אז מרעדט שוין פון פליגערס, דעי פליגערס וואס זיי האבן באקומען לעצטנס פון כגעדענק שוין נישט פון וועם, האט צוגעלייגט אזא קליינע קאנאן אין די פראנט אזויווי די עי טענס פליגערס נאר אין פיצי.

אז מרעדט שוין פון A10 פליגערס איז אינטערעסאנט צו אנמערקן אז די נייע F35 פליגערס האבן אויך אזא קאנאן באהאלטן און דעס איז איינע פון די סיבות צו סוספענדן די A10'ס.

און אז מרעדט שוין פון די F35'ס איז גוט צו וויסן אז סאיז דא יעצט 4 מינע ווערסיעס דערפון פלאס נאך 2 אויף וואס מען ארבעט,
סאיז דא וואס די עיר פארס ניצט F35 A.
סאיז דא וואס די מארינס ניצן F35 B הייבט זיך און לענד גראד ארויף און אראפ.
און סאיז דא וואס די נעיווי ניצט F35 C ספעציעל דיזיינט פאר עיר קעריערס.
ווי אויך איז דא וואס די איזרעיליס ניצן סקומט אויסגעשטאט מיט זייערע טעכנאלאגיע לגבי ריקאנעסענס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביטול היש האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
אמעריקא פלאנירט נישט צו געבן פאר אוקריינע F-16 פליגער אין די נאנטע צוקומפט

-Deputy head of the US Department of Defense Colin Kohl
נוי פראבלעם אבער וואס ברויכסט עס אויסשרייען
דאס איז א טייל פונעם שפיל פון נישט זאגן וואס מ'געט יא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

נארמאליזעם האט געשריבן:
גראדע אז מרעדט שוין פון פליגערס, דעי פליגערס וואס זיי האבן באקומען לעצטנס פון כגעדענק שוין נישט פון וועם, האט צוגעלייגט אזא קליינע קאנאן אין די פראנט אזויווי די עי טענס פליגערס נאר אין פיצי.

אז מרעדט שוין פון A10 פליגערס איז אינטערעסאנט צו אנמערקן אז די נייע F35 פליגערס האבן אויך אזא קאנאן באהאלטן און דעס איז איינע פון די סיבות צו סוספענדן די A10'ס.

אלע אמעריקאנער פייטער דזשעטס און רוב אויסלענדישע האבן גאנס.
ווען מען האט אויסגעטראפן עיר טו עיר מיסילס זענען די מיליטערישע שפיץ-קעפ געווען אזוי עקסייטעד, אז זיי האבן דעזיינט די F-4 פענטאם אנע גאן. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאטאלע טעות אין וויעטנאם, ווען די דאגפייטס זענען געווען אזוי נאנט אז מען האט נישט געקענט נוצן די מיסילס. דאן האט מען צוגעלייגט גאנס צו די פענטאם, און יעדע פליגער זינט דאן האט עס.

די F-35 האט טאקע גאנץ א מאכטפולע קאנאן און פונ'ם זעלבן סארט (געטלינג ראטעיטינג קענאן) ווי די A-10, אבער 1) די F-35 קען נאר שלעפן 180 קוילן בעת וואס די A-10 טראגט דרייצן הונדערט פופציג, 2) די F-35 קען נישט פליען גענוג שטאט צו קענען שיסן אויפ'ן שונא הארט נעבן היימישע און נישט אנרירן די היימישע (הנכונה קלאוס עיר סופארט), און דריטנס, די קוילן וואס די F-35 שיסט ארויס זענען טאקע שטארק און מעכטיג קעגן פליגערס אבער זענען גאנץ ווייט פון אפעקטיוו קעגן טאנקען, ווי די קוילן פונ'ם A-10.

די רעכטע קויל איז פון די A-10, און די לינקע איז פון די F-35.
אטעטשמענטס
A10.jpg
A10.jpg (25.54 KiB) געזען 1464 מאל
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3284
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
באריכטן איבער א ערנסטע אויפרייס ביי א רוסישע מיליטערישע לופט באזע אין קריימיע.
די רוסן זאגן אז די אויפרייסן זענען אין רעזולטאט פון אן 'ארבעטס אינצידענט'.
אן אריינגיין צו די רוסן זאגן די אמת. די ווידאוס דערפון ווייזט קלאר יא, א אויפרייס, וואס זעהט אויס צו זיין פון א מיסיל. אדרבה, זאלן די מומחים אריינקומען...
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ידיד כל חי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
באריכטן איבער א ערנסטע אויפרייס ביי א רוסישע מיליטערישע לופט באזע אין קריימיע.
די רוסן זאגן אז די אויפרייסן זענען אין רעזולטאט פון אן 'ארבעטס אינצידענט'.
אן אריינגיין צו די רוסן זאגן די אמת. די ווידאוס דערפון ווייזט קלאר יא, א אויפרייס, וואס זעהט אויס צו זיין פון א מיסיל. אדרבה, זאלן די מומחים אריינקומען...
זיי זאגן נישט אז עס איז נישט געווען קיין אויפרייס.
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

קעפל: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**
ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
באריכטן איבער א ערנסטע אויפרייס ביי א רוסישע מיליטערישע לופט באזע אין קריימיע.
די רוסן זאגן אז די אויפרייסן זענען אין רעזולטאט פון אן 'ארבעטס אינצידענט'.
פערטילייזער בלע”ז
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

Annotation 2022-08-09 113020.jpg
Annotation 2022-08-09 113020.jpg (24.61 KiB) געזען 1149 מאל
לויט דעם שאצונג זע איך נישט ווי רוסלאנד קען גיין ווייטער פון דא. יעצט זומער דארף זיין פון זייערע בעסטע חדשים, אינמיטן סעפטעמבער דארף שוין אנפאנגען צו רעגענען, קאלט ווערן, נאך אביסל שנייט און פריזט, און אוקריינע גייט קריגן נאך ביליאן דאלער ווערט פון וואפן פון אמעריקע אליין, פלאס וואס אוקריינע וועט קריגן פון אנדערע לענדער, און זיי האבן זיך געריקט גאנצע זעקס זיבן מייל? און פאר א פרייז פון טויזענטער סאלדאטן? עפעס שטימט נישט דא אויף די רוסישע זייט.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
הער חנן
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2022 9:56 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער חנן »

נייע שטאט האט געשריבן:
Annotation 2022-08-09 113020.jpg
לויט דעם שאצונג זע איך נישט ווי רוסלאנד קען גיין ווייטער פון דא. יעצט זומער דארף זיין פון זייערע בעסטע חדשים, אינמיטן סעפטעמבער דארף שוין אנפאנגען צו רעגענען, קאלט ווערן, נאך אביסל שנייט און פריזט, און אוקריינע גייט קריגן נאך ביליאן דאלער ווערט פון וואפן פון אמעריקע אליין, פלאס וואס אוקריינע וועט קריגן פון אנדערע לענדער, און זיי האבן זיך געריקט גאנצע זעקס זיבן מייל? און פאר א פרייז פון טויזענטער סאלדאטן? עפעס שטימט נישט דא אויף די רוסישע זייט.
זענען די רוסן נישט געלערנט צי זיך פייטן אפילו אין די רוסישע קעלט?
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

הער חנן האט געשריבן:
נייע שטאט האט געשריבן:
Annotation 2022-08-09 113020.jpg
לויט דעם שאצונג זע איך נישט ווי רוסלאנד קען גיין ווייטער פון דא. יעצט זומער דארף זיין פון זייערע בעסטע חדשים, אינמיטן סעפטעמבער דארף שוין אנפאנגען צו רעגענען, קאלט ווערן, נאך אביסל שנייט און פריזט, און אוקריינע גייט קריגן נאך ביליאן דאלער ווערט פון וואפן פון אמעריקע אליין, פלאס וואס אוקריינע וועט קריגן פון אנדערע לענדער, און זיי האבן זיך געריקט גאנצע זעקס זיבן מייל? און פאר א פרייז פון טויזענטער סאלדאטן? עפעס שטימט נישט דא אויף די רוסישע זייט.
זענען די רוסן נישט געלערנט צי זיך פייטן אפילו אין די רוסישע קעלט?
געזאגט האט מען אז די עקוויפמענט אויף די אוקריינישע ראודס גייען נישט געהעריג און מאראסט, שניי וכו' אזוי האב איך געליינט דא אויף אייוועלט.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

farshlufen האט געשריבן:
ביטול היש האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
אמעריקא פלאנירט נישט צו געבן פאר אוקריינע F-16 פליגער אין די נאנטע צוקומפט

-Deputy head of the US Department of Defense Colin Kohl
נוי פראבלעם אבער וואס ברויכסט עס אויסשרייען
דאס איז א טייל פונעם שפיל פון נישט זאגן וואס מ'געט יא.
ברוך שכיוונתי, יעדעס מאל מ'רעדט פון נישט, מיינט עס יא. די שאלה איז נאר וואס וויפיל און ווען.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

Think and thank@
וואס דא טוטצאך אלטס נישט, עפעס א פלייץ פון אלטע ניקס האבען צירוק געלאנדעט די לעצטע פאר שעה
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

אושפיזין האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
קיינער ווייסט נישט וואס אוקריינע'ס פלאן איז, אבער מיר קוקט אויס אז מיט אייזערנע נערווען האלטען זיי זיך איין פון ווארפען אלעס וואס זיי האבען אויפן מזרח פראנט אין א וואר אף עטרישען.

...........
עז אף נאו שפילט זיך עס עקזעקטלי עס דעסקרייבט.
ס'קומט יעצט אפאר שווערע וואכען פאר די אוקריינער אבער איך שאץ נאך אלס אז סוף יולי אנפאנג אוגוסט גייען זיי אויף פול אפענס.
ימים ידברו
פאר אינטערסאנטקייט, די תגובה איז געשריבן געווארן שוין מער ווי א חודש צוריק. דינסטאג מאי 12 גאנץ קלאר און גאנץ אקוראט.
איין קשיא פארוואס האסטו געגעבן אזא לאנגע צייט פאר ווען זיי גייען אנהייבן אן ערענסטע אפענסיווע 3 גאנצע חדשים?
די בערך'דיגע טיים פרעים האב איך געהערט פון גענערעל מארק הערטלינג און בען האדזעס און אנדערע און עס איז געבויט אויף ווי לאנג עס דארף דארען צו טרעינען די פרישע מאבילעזירטע סאלדאטען און אויפבויען סאפלייס.

ווי איך קוק יעצט אויף די מאפע גייט די אפענס נישט קומען העד אן אין לוהאנסק נאר פון אינטען פון זעפראשיע אראפ טאוערדס מאריופעל און א לינקס אריין קיין דאנעצק און צוריק ארויף. מיט א דייווערזינערי אטאקע פון אויבן אריין ארפצוהאלטען די רוסישע כוחות. אבער דעס איז געבויט וויאזוי די פראנט קוקט אויס היינט.
ונזכה ונראה
למעשה האלט מען טאקע אנפאנג אויגעסט און זיי האבן טאקע אנגעהויבן א קאנטער אפענסיווע אבער ביי חערסאן געגענט און נישט אין זאפארעשע ווי די האסט געשריבן
שוין וועל איך מוזען צוריקגיין צו מיינע סורסעס אין די אוקריינער גענעראל שטאב פאר קלעריפיקעישן, לאל.

ערנסט גערעדט איך האב גערעדט פון א פול פלעדזש אפענסיוו און דעס איז נאך נישט געשען.

יעצט, איך האלט נאך אלץ אז אויב די אוקריינער גייען אויף א געהעריגע אפענסיוו וועט עס זיין אין זאפעראזשיע.

קודם כל לאדזשיסטיקס. פאר אן אפענסיוו דארף מען אנגרייטען ריזיגע זאפאסען נאנט צום פראנט וואס דאס קען מען נאר טון אין אן אוירבן צענטער, סיי צוליב די באן פארבינדונגען און אויך ווייל אויפן פעלד וועט דאס גאר שנעל אנדעקט און פארניכטעט ווערן.
אין די חערסאן ריכטונג איז די נענטסטע גרויסע שטאט מיקאלייעוו און דאס איז גאנץ ווייט פונעם פראנט אריבער דעם דינעפער מיט שוואכע ראודס צום פראנט. איך זעה נישט לאג'יסטקלי מ'זאל קענען סופארטן אן אפענסיוו פון דארט
משא"כ צום זאפעראזשיע ריכטונג איז דא די ריזיגע שטאט קריווי רי מיט פיינע הייוועיס אראפ דרום, ס'דארף נישט זיין לפי ערך אזוי שווער צו באהאלטען ריזיגע זאפאסן און עס שנעל אראפשיקן לפי דעם געברויך.

נאכדעם סטראטיגיקלי. איז דא מער אפשענס אין זאפעראזשיע דירעקשען, מ'קען אראפ אינגאנצען דרום ביזן אזאוו ים און צוטיילען די רוסן אין צוויי, אדער סווינגען רעכטס קיין חערסאן און בעסיקלי בלאקן די טויזענטער סאלדאטן וואס די רוסן האלטן אין איין אהינברענגן, אדער סווינגען לינקס אריין קיין דאנעצק.

איך זעה נישט קיין מעגליכקייט פאר א דיירעקט אטאקע אויף חערסאן, ווי געשמועסט די אוקריינער גייען נישט פלאך מאכן די שטאט ווי די רוסן טוען.

ספעציעל יעצט ווען די רוסן רוקן אריבער כוחות פון זאפעראזשיע קיין חערסאן איז אפילו לייכטער אן אפענסיוו און יענע דירעקשען.

ווי ס'האלט יעצט האבן די אוקריינער שוין דערגרייכט אז די רוסן ריעקטען צו זיי ווי איידער זיי צו די רוסן, מיט זייער נאכנאנדע אטאקעס אויף חערסאן האבען זיי געצווינגען די רוסן צו בעסעקלי סטאפן זייער אפענסיוו אויף מזרח ווייל זיי דארפן פארטיידיגן דעם דרום פראנט.

לויט'ן היינטיגן מצב אויפן פראנט זעה איך דריי מעגליכקייטן.

1 אז די אוקריינער פלאן ארבעט ווי געשמירט, זיי האבען געצווינגען די רוסן אריבערצוריקען ריזיגע כוחות פון לוהאנסק און זאפעראזשיע קיין חערסאן, דערנאך האבען זיי פארניכטעט די בריקן און זיי זענען בעיסיקלי סטאק דארט. און יעצט קענען זיי אטאקירן אן אפגעשוואכטע זאפעראזשיע פראנט אן א זארג אז די רוסן וועלן שנעל צוריקברענגן די כוחות אהין.

2 כנ"ל ווי 1 נאר אז ס'האט געטוישט די פלאן אז אנשטאט גיין אראפ אדער סווינגען לינקס קיין דאנעצק, וועלן זיי סווינגען רעכטס צו קאמפליטלי טרעעפן די רוסן אין חערסאן.

3 אז זיי זענען סורפרייזד אז די רוסן האבן אזוי אפגעשוואכט זייערע אנדערע פראנטן און אריבערגעברענגט אזויפיל כוחות קיין חערסאן, און די אוקריינער האבען אפגעשטופט די אפענסיוו און אנשטאט וועלן זיי זיך קאנצעטרירן צו אפהאקען די סופליי ליינס און שטייטליך צאפן די בלוט פון די רוסן און חערסאן.

טא סאמערייז, די אוועראל פיקטשער האט זיך דראמאטיש פארבעסערט פאר די אוקריינער.

די רוסן זענען סטאק און בעסיקלי אויפגעגעבן אין צפון מזרח.
זיי פרובירן נאך טעגליך אין דרום מזרח ביי באקמוט מיט נישט קיין גרויסע סוקסעס מיט ריזיגע פארלוסטן.
די אוקריינער מאכן שטייטע באט סטעדי פארשריט מערב אין דרום פון איזיום.

אויבן ביי חארקוב איז סטאביל.

די רוסישע לאדזשיסטיקס האט זיך שטארק פארערגערט יעצט ווען זיי קענען נישט האלטן קיין גרויסע דעפאוס נאנט צום פראנט און דארפן אלעס ברענגן פון ווייטער.

דעס האט דיירעקטלי צוגעברענגט אז די רוסישע ארטילעריע באראדזשען זענען פארמינערט געווארען דראמאטיש. און נישט פארגעסן דעס איז די גרעסטע געפאר צו די אוקריינער נישט רוסישע אינפאטרי, ווי מ'האט געזעהן אין סיווערדיאנצק אז די אוקריינער האבן זיך נישט געקענט קיין עצה געבען מיט די מאסיווע רוסישע ארטילעריע.

זיי האבען איבערצייגט די רוסן אריבערצוברענגן ריזיגע כוחות קיין חערסאן ווי זיי הענגן אויף א האר מיט סופלייס.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

Think and Thank האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
גראדע אז מרעדט שוין פון פליגערס, דעי פליגערס וואס זיי האבן באקומען לעצטנס פון כגעדענק שוין נישט פון וועם, האט צוגעלייגט אזא קליינע קאנאן אין די פראנט אזויווי די עי טענס פליגערס נאר אין פיצי.

אז מרעדט שוין פון A10 פליגערס איז אינטערעסאנט צו אנמערקן אז די נייע F35 פליגערס האבן אויך אזא קאנאן באהאלטן און דעס איז איינע פון די סיבות צו סוספענדן די A10'ס.

אלע אמעריקאנער פייטער דזשעטס און רוב אויסלענדישע האבן גאנס.
ווען מען האט אויסגעטראפן עיר טו עיר מיסילס זענען די מיליטערישע שפיץ-קעפ געווען אזוי עקסייטעד, אז זיי האבן דעזיינט די F-4 פענטאם אנע גאן. דאס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאטאלע טעות אין וויעטנאם, ווען די דאגפייטס זענען געווען אזוי נאנט אז מען האט נישט געקענט נוצן די מיסילס. דאן האט מען צוגעלייגט גאנס צו די פענטאם, און יעדע פליגער זינט דאן האט עס.

די F-35 האט טאקע גאנץ א מאכטפולע קאנאן און פונ'ם זעלבן סארט (געטלינג ראטעיטינג קענאן) ווי די A-10, אבער 1) די F-35 קען נאר שלעפן 180 קוילן בעת וואס די A-10 טראגט דרייצן הונדערט פופציג, 2) די F-35 קען נישט פליען גענוג שטאט צו קענען שיסן אויפ'ן שונא הארט נעבן היימישע און נישט אנרירן די היימישע (הנכונה קלאוס עיר סופארט), און דריטנס, די קוילן וואס די F-35 שיסט ארויס זענען טאקע שטארק און מעכטיג קעגן פליגערס אבער זענען גאנץ ווייט פון אפעקטיוו קעגן טאנקען, ווי די קוילן פונ'ם A-10.

די רעכטע קויל איז פון די A-10, און די לינקע איז פון די F-35.
יא און דעס איז טאקע געווען די סיבה פארן עס לאזן ווייטער אנגיין.

שכח פארן אריינטשעקן
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הבוחר בטוב האט געשריבן:
שוין וועל איך מוזען צוריקגיין צו מיינע סורסעס אין די אוקריינער גענעראל שטאב פאר קלעריפיקעישן, לאל.
זייער קלאר און אינפארמאטיוו, יישר כח!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

כהאלט שוין לאנג אז זיי באקומען וואפן וואס ווערט נישט געמאלדן אין פאבליק.

אייערנעכטן איז עס געווען מיסילס
נעכטן טערקישע ספעציעלע טראקס
....
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אין די אפיציעלע אנטווארט פון אוקריינע איבער די אויפרייס אין קרימיע, פארשטיי איך נישט אפאר קאוד ווערטער...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3735756

וואס רעדן זיי פון בגדי פשתן? א רמז צו תכריכים?
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

לכאורה האט געשריבן:
אין די אפיציעלע אנטווארט פון אוקריינע איבער די אויפרייס אין קרימיע, פארשטיי איך נישט אפאר קאוד ווערטער...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3735756

וואס רעדן זיי פון בגדי פשתן? א רמז צו תכריכים?
א רמז פון שוואכע טראנסלאציע...
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

הבוחר בטוב האט געשריבן:
שוין וועל איך מוזען צוריקגיין צו מיינע סורסעס אין די אוקריינער גענעראל שטאב פאר קלעריפיקעישן, לאל.

.............

שכח. זייער קלאר.
זייער אינטערסאנט וואס די שרייבסט. אויך די חלק אז די רוסן ריעקטן יעצט צו די אוקריינאר און פאלן אריין און זייער פאסטקע.
חינוך האט געזיגט!
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

לכאורה האט געשריבן:
אין די אפיציעלע אנטווארט פון אוקריינע איבער די אויפרייס אין קרימיע, פארשטיי איך נישט אפאר קאוד ווערטער...
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3735756

וואס רעדן זיי פון בגדי פשתן? א רמז צו תכריכים?
אויך רעדט מען עפעס פון חברון
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: קריג צווישן רוסלאנד און אוקריינע - שמועסן און קאמענטארן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עולם האמת האט געשריבן:
לאקאציע פונעם אויפרייס דאס איז די סאקי עירבעיס איןNovooleksiivka ואס די רוסן האבן געניצט צו טרענירן פילאטן פארן קריג, יעצט ביים קריג האבן עס די רוסן געניצט צו דורכפירן אטאקעס
Novofedorivka
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”