לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

באמת איז די קעפל היבש פארפירעריש, ווייל מען קען דאס אויסטייטשן אז כאילו מען וויל דא ארויסברענגען אז בלויז די לינקע פאליטיקאנטן און פארטיי אנהענגער זענען אנטיסעמיטן אינדערצייט וואס הלכה היא בידוע שעשיו שונא ליעקב און מיר זענען לאו דווקא באליבט ביי קיין שום גוי אין דער וועלט.. נאך שיין געזאגט.
עס איז באקאנט די מעשה ווי איינער איז געווען אין א פראנצויזישער לופטפעלד (אזוי גייט די מעשה... מען דארף קענען די פראנצויזן צו פארשטיין..) און ער האט געדארפט ארויסגיין אין ביהכ"ס פאר אפאר מינוט, האט ער געזוכט איינעם וועם ער קען טראסטן צו היטן זיינע רענצלעך,
איז ער צוגעגאנגען צו גוי און ער פרעגט אים: זאג נאר, וואס זאגסטו צו די אידן?!
הייבט דער גוי אן אויסצולויבן די אידן וואספארא פיינע מענטשן זיי זענען וכו' וכו' עס גיסן זיך חנופה רייד...
נעעע ביסט נישט קיין טראסטבארער גוי... סתם א ליגנער..
גייט ער צו צו א צווייטן פראנצויז: זאג נאר, וואס זאגסטו צו די אידן?!
נעמט זיך יענער שעלטן און שרייען וואספארא פארדארבענע מענטשן זיי זענען וכו' כל מיני קללות...
אההההה געטראפן אן ערליכן גוי... קענסט מיר אפשר היטן מיינע רענצלעך אפאר מינוט? איך דארף ארויסגיין. יישר כח.

אלע גויים האבן אונז פיינט. מאנכע זאגן דעם אמת, און מאנכע שטעלן אן א פנים ווי א תם און שטויסן ווי א מועד... די שנאה נעמט דורך זייער הארץ קעגן יעדן איד נאר זיי שטעלן אן א פנים ווי גוטע פריינד.

אין יעדע מאוומענט וואס גויים זענען אינוואלווד וועלן זיך מעגליך געפונען אפענע אנטיסעמיטן וואס דרוקן אויס זייער האס צו אונז בשער בת רבים, און עס איז א חלק פון די איבערלעבעניש וואס אונז אידישע קינדער דארפן דורכמאכן אלץ דעם אייבערשטנ'ס עם סגולה כשה אחת בין שבעים זאבים.
איז ווען א אידיש קינד האלט אז יענע מאוומענט למשל איז אומריכטיג פאר סיי וואספארא סיבה און ער הייבט אן אפירברענגען ווי מענטשן פון יענע מאוומענט/פארטיי וכו' האבן אויסגעדרוקט העסליכע אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס מיינט עס נאכנישט אז די גאנצע פארטיי איז געבויעט אויף אנטיסעמיטיזם, נאר אז עס געפונען זיך צווישן די יעניגע אויך אפאר (ערליכע) גויים וואס זאגן דעם אמת וואס ליגט זיי אויפן הארץ קעגן אונז... נישט קיין חידוש, גויים ווי אלע גויים.

וואס עס האט אבער פאסירט אין די לעצטערע יארן איז א נייע פענאמען.
די לינקע פארטיי איז דאך אין די עלטערע היסטאריע געווען די פארטיי פאר מינאריטעטן און פארשטייט זיך אז בעל כרחם האבן זיי אויך געמוזט זיך ארויסשטעלן אלץ פארקערט ווי אנטיסעמיטן וואס נעמען זיך אן אויך פאר די אידן מינאריטעט ווי אלע מינאריטעטן צוגלייך. אבער די רעכטע האבן נישט געהאט דעם פראבלעם, זיי זענען אמת'דיג און זאגן וועם זיי האבן באמת ליב אדער נישט.
היינט צוטאגס איז דער מצב, אז די פאלשע נעראטיוו וואס די לינקע פארטיי און די מידיא בראשם שטופט, איז אז וועלכער ווייסער אמעריקאנער וואס האלט אנדערש ווי זיי - ליין: רעפובליקאנער וכדו' וואגט זיך צו הייבן זיין שטימע צו זאגן אנדערש ווי זיי ווילן יעצט, איז א ווייסער סופרעמעסיסט - א וויסטער אנטיסעמיט/ראסיסט. כ'מיין, הלמאי, ער האט דאך זיך קעגנגעשטעלט די מינאריטעטן פארטיי, וואן פלוס וואן איקוואלס טו! אנטיסעמיט! ראסיסט!

כ'דארף נישט צופיל מאריך זיין, יצחק קלאר קען די מלאכה בעסער ווי מיר און מיט אלע מראי מקומות אויסעווייניג מתובל מיט זיינע מליצות לרחצה און שפראך פונקטלישקייטן. סארא נחת אים אויסצוהערן, כ'וואונדער זיך וואס די אידישע לינק גענויגטע פאליטיקאנטן האבן צו ענטפערן אויף זיינע שארף געצילטע פיילן וואס קומען אן צום פינטל.

אבער אזויפיל איז זיכער אז די פאנאטיש לינקע מידיא ברענגט שוין גענוג ארויס ווי ווייט די רעכטע סופרעמעסיסטן זענען וויסטע ראסיסטן און אנטיסעמיטן און עס פעהלט כמעט נישט אויס צו עפענען אן אשכול דערוועגן, און אויב איינער האלט אז דער עולם ווייסט נישט גענוג ווי ווייט די רעפובליקאנער האבן אונז פיינט איז מכובד צו גיין אליין עפענען אן אשכול דערוועגן.
אבער ווי ווייט די לינקע זענען אונזערע גרעסטע שונאים וואס עקזיסטירן נאר איבערן כדור הארץ דאס רעדט מען כמעט נישט. און דאס איז די סיבה פון דעם פתיחת האשכול און נישט ווייל מיר ווילן דרוקן אז זיי זענען אונזערע איינציגסטע שונאים.

בקיצור המעשה, פונקטליך אויף למעשה וויאזוי עס צו נוצן האב איך נישט ארויס דעם נושא אינגאנצן, סך הכל ווייס איך אז יאסי געשטעטנער האט ביז נישט צו לאנג צוריק גע'טענה'עט אז לאקאל זענען די דעמאקראטן בעסער פאר אונז, אבער פעדעראל זענען די רעפובליקאנער בעסער פאר אידן. גיי טו עס דורך... כ'האב נישט קיין צייט.

אבער למעשה צ/ק
איז דא אן הוראה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז ווען מען וויל וויסן אויף א גוי אויב ער איז אן אוהב ישראל אדער נישט דארף מען קוקן ווי ווייט ער האט ליב מדינת ישראל, ווייל זיי פארשטייען דאך נישט קיין חילוק פון איין איד ביזן צווייטן.
אלזא עס איז נישט קיין סוד אז די לינקע דעמאקראטן ליבעראלן זענען פאר די לעצטע פאר צענדליג יארן זיכער אויסגעשפראכענע שונאים פאר מדינת ישראל. אפילו די לינקע ישראלים אין לאנד האבן בעסער ליב דעם אראבער ווי דעם איד....
אט איז #1 פאר די לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

;l;p-
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

ר' זעקל האט געשריבן:;l;p-

סארא האנער...
שקויעך
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

ר' זעקל האט געשריבן:; ;l;p- -
לעצט פארראכטן דורך גיי פארשטיי אום דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 9:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן

וויפיל איך האב געליינט איז עס געווען ווען א געוויסע פאליטיקאנט האט אנגעהויבן רעדן ביים רבי'ן וויאזוי ער איז אן איזרעאל שטיצער, און מען האט אים געוואלט אופקלערן אדער עפעס ענליך, האט דער רבי זי"ע געזאגט אז ער וויל ווייזן אז ער איז אן אוהב ישראל און ער פארשטייט נישט די חילוק.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די מעשה ווערט דערציילט אין אסאך אנדערע ווערסיעס אן קיין עכט קראנטער מקור, איינער זאגט אזויווי דיר, א צווייטער דערציילט אז ער האט געזאגט אז ער איז אנטי איזראעל.
יעדנספאל איז עס אבער קלאר נישט קיין הוראה, און נישט דאס איז די מעסטער צו מעסטן אנטיסעמיטיזם
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן

א גוי וואס האט פיינט די מדינה צוליב וואס ער האט געליינט נטרונה קען מען דן זיין אבער זארג דיר נישט זיי האבן נישט געליינט נטרונה.
טראכט און חלוםט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:59 pm

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט און חלוםט »

Goodmorning האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן

וויפיל איך האב געליינט איז עס געווען ווען א געוויסע פאליטיקאנט האט אנגעהויבן רעדן ביים רבי'ן וויאזוי ער איז אן איזרעאל שטיצער, און מען האט אים געוואלט אופקלערן אדער עפעס ענליך, האט דער רבי זי"ע געזאגט אז ער וויל ווייזן אז ער איז אן אוהב ישראל און ער פארשטייט נישט די חילוק.

מקור ,נאמען,
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן

יישר כח פאר די שטארקע קאמפלימענט, נאכדערצו פון דיר.
כ'הייב אן צו טראכטן אז דו האסט בעסער ליב א גוט געשריבן ווארט ווי איידער דער אינהאלט דערפון דהיינו הגם עס איז בכלל נישט לויט דיינע אנשויאונגען...

מען קען מחולק זיין אויף די נקודה וואס דו שרייבסט אין א שפעטערדיגע תגובה אז עס איז אויסדרוקליך נישט דער מעסטער
און כ'האב נישט געוואוסט אז מאנכע פארלייקענען די מעשה מיט רביה"ק זי"ע.

און נאכדעם וואס א גוי ליינט נטרונא'ס זייטל מוז ער נאכאלץ נישט זיין א קעגנער צו מדינת ישראל, סך הכל מאכט עס אים פארשטיין אז ער טוט נישט א טובה פאר גאנץ כלל ישראל מיטן זיי שטיצן ווייל מיר האבן דערפון גארנישט נאר אדרבה שאדן, אבער אויב איז ער אן אויסגעשפראכענער קעגנער צום עקזיסטענץ פון מדינה נאך פארן ליינען זייער זייטל איז ער אויסדרוקליך אן אנטיסעמיט, אויב איז עס געשען נאכן ליינען זייער זייטל דארף מען דן זיין...
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

אייגנטליך איז דער עולם אויך מכובד אריינצוקומען מיט אנעקדאטן און אגענדא'ס וואס זענען פארבינדן מיט לינקע אנטיסעמיטיזם.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צייט פארטרייבונג האט געשריבן:האסט בעסער ליב א גוט געשריבן ווארט ווי איידער דער אינהאלט דערפון

;l;p- ;l;p- ;l;p-
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

ר' זעקל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן

א גוי וואס האט פיינט די מדינה צוליב וואס ער האט געליינט נטרונה קען מען דן זיין אבער זארג דיר נישט זיי האבן נישט געליינט נטרונה.

וואס איז די חילוק צו זיי האבן געליינט נטרונה אדער אילהאן אמאר?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

לשם, ראנג אשכול פר דעם נושא
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6520
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

לשם ייחוד האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:גוט געשריבן, אבער די 'הוראה' פון סאטמאר רבי איז זייער פארפירעריש און איבערגעטריבן.
נעמען א קאמענטאר וואס מ'קריגט זיך נאך ווי אמת ס'איז און עס אויסבויען אלץ הוראה?! ער האט דאך קלאר יא געוואלט מודיע זיין פאר די גוים אז מיר האבן גארנישט מיט די מדינה, א גוי וואס ליינט נטרונה'ס מעסידשעס ווערט אטאמאטיש אן אנטיסעמיט?

אבער א שאד אז די ביסל קריטיק וואס כ'האב שוואכט אפ די קאמפלימענטן, ווייל ס'איז באמת גוט געשריבן

א גוי וואס האט פיינט די מדינה צוליב וואס ער האט געליינט נטרונה קען מען דן זיין אבער זארג דיר נישט זיי האבן נישט געליינט נטרונה.

וואס איז די חילוק צו זיי האבן געליינט נטרונה אדער אילהאן אמאר?

אויס נטרונה מיט אילהען אומאר זאגן טאקע די זעלבע זאך. מיינט אז נטרונה האלט שוין היינט אויך אז רבינו סר מן הדרך!
הייליגער אידן מיר ווילן אלע אז דו הייליגער רבי ר' אלימלך זאל אונז אינזינען האבן אין זיין גרויסן יאהרצייט.

לאמיר זיך איינקויפן זכותים און פועל'טס אויס אלעס גוטס.
אוועטאר
צייט פארטרייבונג
שר האלף
תגובות: 1993
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:42 pm
לאקאציע: אויפן זייגער

Re: לינקע אנטיסעמיטיזם סעריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט פארטרייבונג »

אין א נאטשעל: די לינקע FBI און מידיא האבן געהאט א פראבלעם פאר א וואך צייט צו אנערקענען און באשטעטיגן די משכונות קריזיס אלץ אן אנטיסעמיטישע אטאקע איבער אידן ביז ענדליך דעם פארגאנגענעם פרייטאג האט די FBI און די נאכפאלגנדיגע מידיא דאס אנערקענט און עקנאלעדזשט באין ברירה אלץ אן אנטיסעמיטישע אטאקע.

#לינקע אנטיסעמיטיזם

יצחק קלאר איז דאס מער מסביר אויף קליין טעלערלעך דעם מוצ"ש און ווי אויך אין איין אנאליז בעפאר.
ער הייבט אן רעדן דערפון אין דעם אויבנדערמאנטן אנאליז ביי 1:17 אריין אינעם שמועס.
אמר רבי אלעזר בר אבינא: אם ראית מלכיות מתגרות אלו באלו צפה לרגלו של משיח (בראשית רבה מב, ד).
וואס זאגט דאס פאר אונז?! מען זאל זיך גרייטן, און זיכער מאכן אים נישט מעכב זיין חלילה פון קומען.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיט די פינגער...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”