טראמפ האט בעצם מיט די רעפובליקאנע פארטיי געהאט דאס וואס איך האב מיט די טמנ'א מרצ פארטיי. ער פלעגט זיין א דעמעקראט רוב פון זיין לעבן, און ער האט נאר געטוישט פארטייען צוליב דעם וואס ער האט געהאלטן אז די עלעפאנט העט אים ענדערש פירן צום ווייסן הויז ווי די אייזל.
למעשה גערעדט ווי גערעכט א פארטיי זאל בכללות זיין, איז אלץ דא געוויסע זאכן וואס די אנדערע פארטיי שטייט בעסער. על כל פנים עס קען זיך מאכן אז דאס זאל זיין די פאקט. דאנעלד האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו נעמען א שטעלע אויף געוויסע אישוס אפילו עס איז געווען מורה'דיג אימפאפולער ביי די רעפאבליקאנע. ווי למשל צו זיין אנטי מלחמות אין אנדערע לענדער, אנטי פרי סטופיד טרעיד מיט אנדערע פיינטליכע לענדער און נאך. ער האט גענימען פאפעליסטישע פראקטישע פאלעסיס וואס ער האט געטראכט אז דאס גייט קענעקטן מיט די וויילער אפילו דאס פלעגט אמאל זיין אפגעפרעגט ביי די רעפובליקאנע.
די וועג וואס א געווענטליכע 'נארמאלע' פאליטישען פארקויפט זיין פאלעסיס צו די מאסן, איז בדרך כלל מיט הסברה און פראפאגאנדע. מען פראבירט איבערצורעדן די וויילער אז מיין מהלך ארבעט און איך קען עס אויספירען ווייל עס איז קאמען סענס.
דאנעלד זיך פארמעסטנדיג מיט א גאנצע סטאדע נארמאלע עלעפאנטן, האט גענימען א צווייטער צוגאנג, די מהלך וואס ער קען דאס בעסטע, וואס דאס איז רעדן דירעקט צו די געפילן פון די מאסן, ער האט זייער קלאר דערקלערט אז די מצב איז א דיזעסטער זאכן טויגן נישט עס איז צופראסקעט אינגאנצן, די עקאנעמי הינקעט, די גרעניץ איז א מעס, אנדערע לענדער ניצן אינז אויס, און מען פארטאכליוועט אינזערע אייגענע געלט פאר זאכן וואס האט גארנישט מיט אינז, און נישט אויפגעהערט צו זאגן קלאר און דייטלעך אז 'עס איז נישט גוט' פינטל. און וואויטס פאר מיר ווייל איך גיי ''מאכן אמעריקע גוט נאכאמאל''. איי וויאזוי? גוטע קשיא, ער האט אביסל געזאגט און רוב נישט. לדוגמה די וואנט, דאס איז דאך געווען די פאליסי פון רוב אנדערע קאנדידאטן אויך, און ער אליינס האט נישט מסביר געווען פארוואס ער קען בעסער, און וויאזוי ער גייט עס טיען. אבער עס האט ממש נישט אויסגעפעלט, די מאסן האבן געזעהן א מענטש וואס פארשטייט זיי און זאגט צו מאכן בעסער, געגאנגען. איי קרוז איז מסביר אז עס איז נישט פשוט און גאנצעטע סברות פארוואס עס פעלט אויס אן אינסיידער, דאס אלעס איז גערעדט צום מח און היות רוב מענטשן זיגט די געפילן איבער די מח, האט דאנעלדס סטראטעגיע טאקע בעסער געארבעט.
און זיך אנצוגרייטן פארן מעגליכן פארלוסט, האט ער אנגעפאנגען גלייך פון אנפאנג מיט א פעסטע מערכה קעגן די מידיע, די גאנצע מושג פעיק ניוז איז דאן באשאפן געווארען, און אלץ א געניטע ברענדער איז עס געווארן פארשפרייט און געציילטע וואכן. וואס דאס וואלט אים אויסגעטרעטן די וועג בנוגע זיין מידיע קאמפעני און פאל ער פארלירט (דאנעלד פארלירט? ח''ו, איך מיין אויב מען גנבעט די וואלן.)
און ער'ט ממש נישט געפלאנט צו אריבער באקומען די אוידיענץ פון CNN MSNBC אא''וו, זיינע חברה זענען פאקס ניוז חברה, און טאקע ביי די פריימעריס האט ער אנגעפאנגען א פעסטע מערכה מיט פאקס, ער'ט אפען געהאקט אויף זיי און אפי' איין מאל נישט געקומען צו א דעבאטע וואס פאקס האט געפירט, און דערלאנגט פאר פאקס די מערסט לאנגווייליגע דעבאטע אין היסטאריע פון די 2016 רעפראבליקאנע פריימעריס.
דאס אלץ איז געווען אנצוגרייטן די באדען אויף זיינע פלענער טאמער ער גרייכט נישט זיין עיקר ציל פון ווערן פרעזידענט.
צו איבערעדן זיינע שטיצער אז די פעיק ניוז איז למעשה פאלשע נייעס, האט דאנעלד נישט שווער געדארפט ארבעטן, ער האט גוט געוואסט ווען וואס צו זאגן, און וויאזוי די מידיע גייט עס ארויפשפילן מיט אפאר אקטאוועס העכער, און דערנאך שרייט ער פעיק ניוז.
און זיין עולם האט עס למעשה געקויפט, און דאס האט אים געהאלפן סיי אלץ פרעזידענט אז ער האט למעשה גארנישט מורה געהאט פון די מידיע ווייל זיינע שטיצער גלייבן שוין גארנישט, און עס וואלט אים פי כמה געהאלפן ווען ער דארף ווען ניצן די פלען בי.
למעשה האט ער געוואנען די פריימעריס וואס דאס איז געווען א פעסטע קלאפ פאר די אלגעמיינע מידיע, נאכדעם וואס עס איז געווען אנגענימען אז דאס קען נישט פאסירן. זעהט אויס אז דאנעלד האט עפעס געמאכט א דיעל מיט פאקס און מען האט זיך אויסערליך אנגעהויבן בעסער צו לעבן, אבער עס מיז נישט זיין. עס קען זיין אז ווען ער פארלירט ווען וואלט פאקס געווארן פעיק פארן נישט מודה זיין זיינע באשילדיגונגען עד הסוף (אזוי איז טאקע געווען נאך די 2020 וואלן ביי געוויסע פאקס ענקער.)
טראמפ איז אדורך די קאנווענטשן אביסל מער נארמאל פשוט כדי צו ארויפשרויפן זיין שטיצע ביי די רעפאבליקאנע פארטיי פון בערך פיפציג פראצענט צו ארום פינף און ניינציג פראצענט, און עס האט געארבעט, ער האט באקומען די פארטיי אין א גאלדענעם שיסל, טעד קרוז איז ארויס מיט א גרויסע באאאאאא און די רעפאבליקאנע האבן אין די וואך בעיסיקלי אריבער צו זיין זייט.
איך געדענק אויך נישט די צייט. זיין סטייל פון רעדן און אנקומען צו זיין ציל איז אייביג געווען די זעלבע, ער פלעגט אלץ זיין אינטרעסאנטלעך, אבער ווייט פון די קלאון וואס מען האט געהאט ביי די פריימעריס.