קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

אנגעהויבן האט זיך עס אינעם טאג Nov 3 2020 ווען 81 מיליאן אמעריקאנער זענען ארויסגעקומען און געמאכט דעם טעות וואס קען זיין אז עס וועט זיי עווענטועל קאסטן א טייערן פרייז און אריינגעוועלט עפעס א אלטע זיידע פון סקרענטאן וואס האט זיי צוגעזאגט קענדיס און לאלי פאפס, טאקע אמת אז 75 מיליאן אמעריקאנער האבן זיך נישט געלאזט פארפירן און געטון וואס איז ריכטיג, אבער אזוי ווי עס איז איינגעפירט און די פרייע וועלט אז מען גייט נאך רוב איז דער אלטער זיידע געווארן איינגעשוואוירן בערך 2 חדשים דערויף אינעם טאג Jan 20 2021 אין פארנט פון מיליאנען פענער און געציילטע מאסקעס

נישט לאנג האט גענומען ביז זיידי האט אגעהויבן איינהאלטן זיין צוזאג, און ער האט אנגעהויבן טיילן די צוקערליך וואס ער האט פארשפראכן, עס האט זיך אנגעהויבן גיסן געלטער פון אלע זייטן, טשעקלעך, אנעפלאוימענט, געהעכערטע פוד סטעפס, געלטער פאר סקולס, קינדער געלט, א שפע וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן

דער עולם איז געווען פרייליך, מען האט זיך געלאזט וואויל גיין, זיידי און באבי (פעלאוסי) זענען דא, כאפס אריין ווילאנג עס איז דא. אבער נישט יעדער איז פארבלענדט געווארן פון די גרויסע שפע, מענטשן מיטן קאפ אויפן פלאץ האבן פארשטאנען אז די אומאחריות'דיגע געלט ספענדעריי קען פירן צו א שרעקליכע חורבן, מען האט נישט געדארפט זיין קיין גרויסער עקספערט דאס פארצוזאגן

נישט קיין לאנגע צייט איז פאריבער און די תוצאות דערפון האבן זיך אנגעהויבן דערקענען, צו ערשט האט מען אנגעהויבן זען א אינפלאציע קריזיס וואס איז שוין נישט געווען פאר דרייסיג יאר, פרייזן פון האלץ און פון אנדערע וויכטיגע מאטריאלן האבן אנגעהויבן ארויפגיין מיט שרעקליכע נומערן, נישט לאנג האט גענומען ביז די עסן אינדעסטרי האט אנגעהויבן כאפן קלעפ, הויעכע פרייזן האבן זיך באווייזן אויף די גראסערי רעסיטס, גרויסע קאמפעניס האבן אנגעהויבן מעלדן פרייז העכערונגען אויף זייערע פראדוקטן

א קורצע צייט דערויף האט מען אנגעהויבן פילן ווי דאס בערזל ציפט יעדעס מאל מען קומט אן צום געז סטעישאן, די פרייזן האבן אנגעהויבן ארויפגיין דראמאטיש, און גייען נאכאלץ ארויף עס ווי ספיק

די קומענדיגע קריזיס האט נישט געשפעטיגט צו קומען, ווען מען האט זיך דערזעהן מיט א מאנגל פון ארבעטער, דער עולם איז פויל, טא פארוואדזשע גיין ארבעטן? זיידי שיקט דאך א וועכנטליכן געהאלט, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז ביידען האט געדארפט ארויסקומען און שריען נא נא! ווער עס האט א געלעגנהייט צו גיין ארבעטן טאר בשום אופן נישט נעמען אנעפלאוימענט..! יא יא.. איך גלייב דער עולם האט זיך שטארק דערשראקן..

די מאנגל אין ארבעטער האט אנגעהויבן שטארק ווירקן אויף די סופליי טשעין, צענדליגע שיפן זענען געבליבן געשטראנדעט ביים פארט, שטא ווער עס זאל זיי אראפלאדענען, דאס האט געפירט צו שטארקע העכערונגען אין אימפארט פרייזן, מאנגל אין וויכטיגע סופליי, העכערע פרייזן אויף וויכטיגע פראדוקטן צוליב מאנגל, שרעקליכע אינפלאציע אויף א פארנעם וואס מען האט שוין נישט געזעהן דרייסיג יאר

אין די לעצטע דריי דזשאב רעפארטס זענען די נומערן אריינגעקומען היבש שוואכער ווי ערווארטעט, ווי עס קוקט אויס האבן זיך אסאך אמעריקאנער צוגעוואוינט און באקומען דעם טעם פון בלייבן זיצן אינדערהיים, ווי אויך האבן זיי נאך אוועקגעלייגט פון די חנוכה געלט וואס פעטער שמואל האט געטיילט בהרחבה גדולה

אין די לעצטערע טעג און וואכן הערט מען מער און מער פון עקאנאמיסטן און עקספערטן אז די עקאאמיע שטייט ביים שוועל פון צוזאמבראך, געוויסע גייען אזוי ווייט ווי זאגן אז די עקאנאמיע איז שוין יעצט אין רעסעסיע אןן אז דאס וועט זיין ערגער ווי די 08' קריזיס, פארשטייט זיך אז פון די מידיע הערט מען נישט קיין גרויסע געוואלדעס, פשוט ווייל דער טענענט וואס האט זיך לעצטנס אריינגעצויגן קיין 1600 פענסילוועניע עוועניו איז רעגיסטרירט אין די דעמאקראטישע פארטיי

שטעלט די פראגע:

קען מען ערווארטן א פרישע רעסעסיע?

אויב יא, וויזאוי וועט עס די יעצטיגע אדמיניסטראציע באהאנדלען?

וועלן זיי איינזעהן וואספארא טעותים זיי זענען באגאנגען?

נישט אומזיסט זענען אמעריקאנער אזוי אומצופרידן פונעם יעצטיגן פרעזידענט ווי איין אנקעטע נאכן צווייטן ווייזט, א לעצטיגע קווינעפיעק אנקעטע (וועם מען קען נישט חושד זיין אין זיין רעכט געשטימט) צייגט אז גאנצע 37% אמעריקאנער זענען צופרידן פונעם פרעזידענט'ס ווערטשאפט, דער יעצטיגער פרעזידענט'ס נומערן זענען נישט בעסער ווי זיין פארגייערס אין זיין צייט, לויט געוויסע אנקעטעס וואלט דער פארפיינטעטער דאנעלד טראמפ מעגליך באזיגט דזשאוי ביידען אויב די וואלן וואלטן היינט פארקומען, ווי א לעצטיגע סעלצער אנקעטע צייגט אז טראמפ און ביידען וואלטן אנגעצויגן אייניג, און ווי אויך צייגט די אנקעטע אז טראמפ געווינט די אינדעפענדעט וואויטערס מיט 17%, א גרופע וואס ביידען האט געווינען מיט 13%, דאס באדייט א 30% חילוק פון ווייניגער ווי א יאר צוריק, די סיבה דערצו איז זייער פשוט:

איטס די עקאנאמי סטופיד!

די גרויסע ווייטאג דא איז, אז די הויפט סיבה פארוואס אמעריקאנער האבן מיט פארשטאפטע נעזער און אויערן געשטימט פאר ביידען איז ווייל די מידיע האט אונז געברעין וואשד אז דאנעלד טראמפ איז שולדיג אין די קאוויד קאסטעסטראפע, ווי ביידען האט זיך אויסגעדרוקט געציילטע טעג פאר די וואלן אז 'דאנעלד טראמפ איז די וויירוס'. און אין די זעלבע צייט האט ביידען געהאלטן און איין שרייען אז ער האט א פלאן וויאזוי אויסצוראטן דעם וויירוס

למעשה האלטנדיג יעצט פונקטליך 10 חדשים אריין אינעם ביידען קאדענץ זעט מען אז ביידען האט גארנישט דעליווערד אויפן פראנט פון קאוויד חוץ פרישע 200 טויזנט טויטע און נאך מיליאנען אינפעקטירטע, און דאס איז שוין מיט די וואקסינען וואס ער האט באקומען אויף א גאלדענעם טאץ דורך זיין פארגייער דאנעלד טראמפ

הייסט אז אויפן פעלד פון קאוויד האט ער גארנישט אויפגעטון, אויב עפעס ערגער געמאכט, די עקאנאמיע שטייט אויף הינער פוס, טא צו וואסדזשע דארף מען דיך האבן? סתם צו מאכן נאך חורבנות? אנצוזעצן אמעריקעס אויסזעהן איבער די וועלט מיט די שלאבערישע ארויסציאונג פון אפגאניסטאן? צו הרגענען 10 אומשולדיגע אפגאנער און ווייזן פאר די וועלט ווי נאריש די אמעריקאנע שפיאנאזש אגענטורן זענען? פאלן צו די פוס פאר איראן א לאנד וואס שטיצט אפיציעל טעראר? מען קען אזוי רעדן און רעדן א גאנצן טאג און נישט פערטיג ווערן

מיר אידן זענען מתפלל בשלומה של מלכות, און מיר בעטן אז דער באשעפער זאל חונן דעת דעם פרעזידענט און זיינע יועצים צו טון וואס איז ריכטיג, און לאמיר האפן אז דא זענען בלויזע שפעקולאציעס, עס זאל זיך ארויסשטעלן אז דאס איז נישט ריכטיג, אידישע פרנסות קענען שטארק ליידן פון א אפגעשוואכטע עקאנאמיע, עס איז נישט קיין ווערטל

אין אזא צייט איז וויכטיג זיך איינצוחזר'ן די ווערטער וואס איז מרגליה בפומיה ביי אונזער חבר סטיטשי:

Don't blame me, i voted trump
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- .
אייזן שטארק.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ר' זעקל האט געשריבן:;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- .
אייזן שטארק.


פארשטייט זיך אזא רעסעסיע וואלט געווען טראמפ קרעדיט.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

אבער ווי יוסי געשטעטנער זאגט א רעסעסיע קען נאר געשעהן ווען די מידיע זאגט אז עס גייט געשעהן א ריסעסיע

אבער אז זיי שווייגען גייט עס נישט פאסירן ווייל די עולם גייט נישט ווערן דערשראקן!!
חינוך האט געזיגט!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

בעזה״ש וועט עס נישט קומען.

אבער מיט דיינע נקודות ביסטו גערעכט. גאר שטארק געשריבן.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אידן רחמנים בני רחמנים!
העלפטס ארויס א היימישע מדינה וואס איז אריינגעפאלן אין גרויסע חובות.
די רעדע איז פון ממש א היימישע מדינה וואס דער אלטער פאטער האט שוין נישט קיין כח צו פירן די געלט זאכן, און א רייע אומאנגענעמע געשענישן האבן איהם אריינגעווארפן אין אומגעהוירע הויכע חובות, און ער קען זיך נישט באפארן מיט דעם.
די שווערע מצב האט געפירט דערצו אז דער עלטערער פאטער זאל ליידער ווידער כאפן א נערווען בראך און זינט דאן קען ער נעבען נישט נארמאל רעדן, אזוי אויך פארגעסט ער גאר אסאך וויכטיגע אינפארמאציע, אזוי ווייט אז די משפחה שעמט זיך מיט איהם.
צו דעם אלעם האט ער נאך ביי זיך אין שטוב אן עלטערע בחור וואס איז נעבעך אראפ פון וועג און זיך דערקייקלט ביזן אנקומען צו זיין א דראג אדיקט, א זאך וואס קאסט אויך אפ ממון ודמים.
צו מנדב זיין קליקט דא
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך פלעג אייביג האלטען אז די וואס זענען קעגן די גאווערמענט זאלען העלפען די מאסען קומט עס בלויז ווייל ווען זיי האבען זיך געמוטשעט איז נישט געוועהן קיין הילף פאר זיי און מיט דעם אלעס האבען זיי זיך געסעטעלט אלזא נעם נישט מיין סוקסעס און פאר טייל עס!

ווייל עס האט מיר אויסגעזעהן אלס שלעכטע מידות האב איך אלעמאל געהאלטען אז די גאווערמענט האט א באדייטענדע ראלע און יא העלפען שטעלן מענטשען אויף די פיס און זיי ברענגען פון יוגענט ארימקייט צו א עלטערע רייכקייט.

ווי עס שיינט יעצט ארויס איז די לעצטיגע מאסען געלט פארטיילעריי א עכטע שטער פאר א נארמאלע עקאנאמיע, איך פרוביר שטארק נישט צו ווערן איבערגענומען פון נעגאטיווע נייעסער אדער רעפארטס אדער סתם פאליטישע טעג ליינס, עס איז אויף די אייגענע הויט וואס איך שפיר די פארשלעפטקייט פון די פארט.

אן עקאונטענט וואס האט פאראויסגעזאגט יעדע זאך וואס גייט געשעהן פינאנציעל אין 2021 נאכדעם וואס ביידען האט געוואונען און איך האב מיר מיט אים נאך געטענהט און איך בין געגאנגען אזוי ווייט ווי באשולדיגען אלס א א געברעינוואשטע טראמפיסט האט מיר פעסט מסדר געוועהן לעצטע וואך ווען ער האט מיר געזאגט אזוי זעהט אויס א גאווערמענט וואס טיילט געלט אין די וועלט אריין.

איך האלט אז זאכען וועלן זיך עווענטועל שטעלן אין פלאץ אבער די שווערע צייטען גייט מען דארפען פיין דורעך שווימען און דער אויבערשטער זאל העלפען עס זאל נישט שאטען קיין טראפ פאר קיין שום איד.

פיין געשריבען דער פותח האשכול, הגם טראמפ האט אויך געטיילט האט ער אויך פארשטאנען וואס נאך צו טוהן חוץ פון זיין א סטופיד פאליטישען וואס טיילט געלט, אינטער טראמפ וואלט אזא בעקלאג נישט געגאנגען וואכען אן קיין ענטפער, ער וואלט נישט אויסגעלויבט אז די מענטשען טוהן א גוטע ארבייט ווען אין פאקט טוהען זיי א שרעקליך שלאבערישע ארבייט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

גוט געשריבן.

איך ווייס נישט אויב דאס עצם טיילן געלט איז אפגעפרעגט, אבער די וועג ווי אזוי ער (און טראמפ אויך) האבן געטיילט דאס געלט האט נישט געמאכט קיין שום סענס. און "דאס" איז דער גורם פאר וואס ס'איז געשעהן.

הגם, מ'קען נישט אנלייגן די "גאנצע" שולד אויף די געלטער, סיי ווי וואלט געווען א פראבלעם מיט סופליי טשעין, און אנדערע פראבלעמען. אבער ס'האט זיכער צוגעגעבן דערצו.

די מערסטע רעגט מיר אויף פארוואס טוט ער גארנישט צו לינדערן די סופליי טשעין קריזיס? האט ער נישט קיין שום מיטלן צו זיין דעספאזיציע?
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1464
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

בעסער אזוי האט געשריבן: אבער אזוי ווי עס איז איינגעפירט און די פרייע וועלט אז מען גייט נאך רוב איז דער אלטער זיידע געווארן איינגעשוואוירן בערך 2 חדשים דערויף אינעם טאג Jan 20 2021

נישט ממש נאך רוב.. 2016 יוכח.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6474
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ממוצע האט געשריבן:גוט געשריבן.

איך ווייס נישט אויב דאס עצם טיילן געלט איז אפגעפרעגט, אבער די וועג ווי אזוי ער (און טראמפ אויך) האבן געטיילט דאס געלט האט נישט געמאכט קיין שום סענס. און "דאס" איז דער גורם פאר וואס ס'איז געשעהן.

הגם, מ'קען נישט אנלייגן די "גאנצע" שולד אויף די געלטער, סיי ווי וואלט געווען א פראבלעם מיט סופליי טשעין, און אנדערע פראבלעמען. אבער ס'האט זיכער צוגעגעבן דערצו.

די מערסטע רעגט מיר אויף פארוואס טוט ער גארנישט צו לינדערן די סופליי טשעין קריזיס? האט ער נישט קיין שום מיטלן צו זיין דעספאזיציע?

וואס הייסט ער טוט גארנישט?

די פארטן גייען ארבטן 24/6...

די ווייסע הויז האט דאך אליינס געזאגט אז יו.פי.עס. און פעדעקס וועלן ארבעטן 24/6...
הנם ימים מבורכים

אָה... ס'קומען שוין די געבענטשטע טעג!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וואס הייסט ער טוט גארנישט?

די פארטן גייען ארבטן 24/6...

די ווייסע הויז האט דאך אליינס געזאגט אז יו.פי.עס. און פעדעקס וועלן ארבעטן 24/6...

יא, די לייט אין מיין הויז ארבעט אויך 24 שעה א טאג, און ס'ברענגט גארנישט קיין געלט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- פאר דיין שפראך בעסי
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ממוצע האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:וואס הייסט ער טוט גארנישט?

די פארטן גייען ארבטן 24/6...

די ווייסע הויז האט דאך אליינס געזאגט אז יו.פי.עס. און פעדעקס וועלן ארבעטן 24/6...

יא, די לייט אין מיין הויז ארבעט אויך 24 שעה א טאג, און ס'ברענגט גארנישט קיין געלט.

:lol: :lol:

ערנסט גערעדט, פארוואס זאל עס טאקע נישט העלפן?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

פעיק ניוז האט געשריבן: :lol: :lol:

ערנסט גערעדט, פארוואס זאל עס טאקע נישט העלפן?

נאו איידיע. סאו פאר העלפט עס אבוויוסלי נישט גענוג. (איך האב גראדע נישט געוויסט אז ער האט עס געטוען. מיין מיסטעיק.)

גראדע די פארטן ארבעטן 24/7 איז אמעריקא געווען שפעט איינצופירן אין פארגלייך צו אנדערע לענדער.
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

נייע פאקס ניוז אנקעטע

1thumbnail_image001.png
1thumbnail_image001.png (424.28 KiB) געזען 1252 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

1thumbnail_image002.png
1thumbnail_image002.png (492.82 KiB) געזען 1248 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

1thumbnail_image003.png
1thumbnail_image003.png (459.99 KiB) געזען 1243 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

1thumbnail_image004.png
1thumbnail_image004.png (495.2 KiB) געזען 1238 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

1thumbnail_image005.png
1thumbnail_image005.png (463.34 KiB) געזען 1233 מאל
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

1thumbnail_image006.png
1thumbnail_image006.png (460.19 KiB) געזען 1228 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

איך עגרי מיט ממוצע אז טראמפ האט געספענדט די זעלבע אומ'אחריות'דיג ווי ביידען. (פארשטייט זיך אן ארייננעמען אין חשבון די ריזיגע ספענדינג און אינפראסטרוקטור בילס וואס דעמס ווילן דורכפירן). מען דארף דאס טאקע פארשרייען, דאס איז קרעיזי.

דער חילוק איז אבער, אז אין דער צייט וואס טראמפ האט געטון פילע אנדערע זאכן 'לטובת' די עקאנאמיע. טוט ביידען כמעט זערא לטובת די עקאנאמיע, נאר ענדערש זאכן וואס ארבעטן קעגן א בומינג עקאנאמיע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אידישע געדאנקען
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע געדאנקען »

גוטע נייעס. מיט א רעסעסיע וועט זיך די אינפלאציע בעז"ה אינגאנצן אפשטעלן.
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

אין א געוויסע זין זענען מיר אזוי פארזיכערט אז ביידן וועט נאר דינען 4 יאר
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ממוצע האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן: :lol: :lol:

ערנסט גערעדט, פארוואס זאל עס טאקע נישט העלפן?

נאו איידיע. סאו פאר העלפט עס אבוויוסלי נישט גענוג. (איך האב גראדע נישט געוויסט אז ער האט עס געטוען. מיין מיסטעיק.)

גראדע די פארטן ארבעטן 24/7 איז אמעריקא געווען שפעט איינצופירן אין פארגלייך צו אנדערע לענדער.

פאר קאנטעקסט זעהט דא:

https://www.linkedin.com/posts/activity ... 42816-6UaQ

אין קורצן: די פארטס זענען ממילא אפן כמעט 24/7, ס'איז נישטא קיין ארבעטערס... ועוד והוא העיקר, נישטא קיין טראק דרייווערס צו אויפפיקן די סחורה.

אויב איך טייטש אפ די נייעס ריכטיג, איז די טראקינג אינדוסטריע געווען פון די שווערסטע צו באטראפן ווערן ביי די לאקדאונס, און צוליב וואס עס איז געווען א פעני פראפיט ביזנעס איז די סעלערי געווען גאר נידריג בעפאר, וואס האט אויטאמאטיש אוועקגעטריבן פאטענציאלע דרייווערס.

כ'בין נישט קלאר וואס מר. ביידן קען טוהן, אפשר דעפלאיען די נעשאנאל גארד צו דרייוון טרעילערס?! כ'ווייס באמת נישט. אבער דער מצב איז נישט פשוט
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: קען מען ערווארטן א ביידען רעסעסיע אין די קומענדיגע חדשים?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כ'הער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”