טראק דרייווער האט געשריבן:פון אמעריקע האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:פון אמעריקע האט געשריבן:פאליטישע עקספערט האט געשריבן:די האלאקאוסט לייקענער שרייען פונקט ווי דיר מיט זודיגע טרערן אז ס'נישטא באווייז און אנשטאט זיי ענטפערן מעקט מען זיי! לאנגיעריגע עקספערטן וואס דרוקן אויס צווייפלען צי בוש האט אפשר אראפ געווארפן די צווילינג טומעמעס פליען פון זייערע פאזיציעס
@טראק דרייווער, האסט שוין דיין תשובה?
דער איז דא מסביר אז די קאוויד וואקסין איז פונקט אזא פאקט ווי די האלאקאוסט....
נאו פורדער קוועסטשינס מיי האנער!
שוין פריער געבעטן נישט צו פארדרייען ווערטער, ער האט געזאגט אז ווען מ'מעקט מאכט עס טראכטן אז ס'אמת, האב איך געברענגט א ראי' אז מעקן מיינט געווענליך אז ס'איז שקרים, און שעדליך, און מעקן איז זיכער נישט א סיבה צו מאכן טראכטן אז יש דברים בגוי 'פונקט ווי ביים מעקן האלאקאוסט לייקענער מאכט דיר עס נישט טראכטן אז יש דברים בגוי' יעצט פארדריי מיינע ווערטער ווי דו ווילסט......
ניין, די געדאנק פון האלאקאוסט דינייאינג איז אזוי קוקו אז יעדער פארשטייט אז עס האט נישט קיין שום גרונד, די סיבה וואס מען מעקט עס איז צוליב די זעלבע סיבה פארוואס די חברה דינייען עס, און יעדער פארשטייט דאס, דאס מעקן מאכט טאקע קיינען נישט טראכטן אז עס איז אמת.
אבער זאלסט מיר מוחל זיין, די זאלסט דאס בכלל אהערברענגען איז אויך קוקו, חוץ אויב די גלייבסט טאקע אז וואס מען פארקויפט אונז וועגען די וואקסין איז פונקט אזא פאקט ווי די האלאקאוסט, און עס לייקענען איז פונק אזוי מסוכן, סאו איך פארדריי גארנישט דיינע ווערטער.
איך האב שוין בעצם דא געשריבן עטליכע נקודות פארוואס די האלאקאוסט האט נישט דא אהער קיין שייכות
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 6#p3016542 אבער היות א וויכטיגע נקודה האט איינער פארפעלט צו זעהן וואס לויט דעם איז דאס סתם אזוי א ונוהפך'דיגע צושטעל, ממילא וועל איך איבערשרייבן בקיצור די נקודה.
דא רעדט מען נישט פון א וואקסין וואס איז שוין אויספרובירט געווארן שוין צענדליגער יארן, און יעצט קומט איינער פרעגן קשיות אויף אן אנגענומענע זאך. נאר מען רעדט דא פון א זאך וואס "מען האלט יעצט אינמיטן מברר זיין".
מען האט קוים אנגעפאנגען די טרייעלס, און עס איז דא אסאך קשיות, און אסאך גרויסע דאקטוירים וואס קוקן נאך טיפער, האלטן אז דאס איז גאר שעדליך, אדער מעגליך שעדליך, אדער על כל פנים מידי ספיקא לא נפקו, און די אלע אזעלכע - אפילו געוועזענע רעספעקטירטע - וואס זאגן די סארט ווערטער, ווערן פארשריגן אויפ'ן העכסטן פארנעם, און זייערע זאכן נעמט מען אראפ פון די אינטערנעט און אנדערע פליען פון זייער לאנג יעריגע פאזיציעס, פאר'ן זיך דערוואגן צו זאגן זייער מיינונג.
און דא רעדט זיך פון די זעלבע גרויסע פראפעסארן וואס ווען זיי וואלטן געזאגט די זעלבע זאך ווי פאוטשי וואלט מען געהויבן און גערימט די זעלבע דאקטאר מיט זיין לאנג יעריגע עקספערטיז, און יעצט וויבאלד ער זאגט אנדערש, איז ער אטאמאטיש אויס.
און דאס איז שוין יא א ראי', אז עפעס טויג נישט דא, הלמאי די גאנצע וואקסין און די סארט וואקסין איז דאך א נייע זאך, און דאס אז יעדער זאל פלוצלינג מיזן אננעמען די מיינונג פון עטליכע גרויסע עקספערטן [וואס אויף זיי אליינס איז דא קשיות איבער זייער צווייפלהאפטיגע קאננעקשאנס מיט די וואהאן לאבראטאריע און געלט אינטערעסן דורך זייערע קאננעקשאנס מיט די וואקסין קאמפעניס] און אפילו גרויסע דאקטוירים זאלן נישט האבן קיין רעכט צו זאגן זייער מיינונג אז זיי האלטן אדער זענען שטארק חושש אז דאס איז שעדליך, דאס אליינס הייבט די אויגן ברעמען.
דאס אז יעדער זאל דאס "מיזן" אננעמען, און מען טאר זיך נישט דערוואגן צו ארויפברענגען צווייפלען אויף א זאך וואס איז בכלל נאך נישט אדורך די גאנצע פראצעדור פון אויספרובירן דאס ריכטיג אויף די פארנעם ווי אנדערע וואקסין. עס איז נאך זייער א נייע זאך, דאס אליין איז א קשיא פאר זיך, און עס מאכט טראכטן אז אולי ליגט דא אנדערע אגענדעס מיט'ן ארויפצווינגען אז יעדער איינער זאל דאס "מיזן" נעמען, און מען זאל זיך נישט טארן דערוואגן צו טראכטן אפילו אנדערש.
און דאס אליינס אז עס איז נאך דא אויף דעם גרויסע קשיות, איז ווי איך האב שוין געשריבן דא
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p3016604, גענוג א סיבה אז מען זאל דאס נישט טארן צווינגן צו נעמען.