א תורה'דיגע בעל הבית האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:כ'מעג פארשטיין פארוואס מען פארדרייט יעדן אשכול וואס דערמאנט די ווארט וואקסין צו א אנטי/פרא וואקסין אשכול? און נאכדעם טענה'ט מען אז מען מעקט, שרייב עס נישט ווי עס באלאנגט נישט וועט מען נישט מעקן...
די אשכול איז דעבאטעס איבער די מאנדאט און גארנישט מער.
אבער וועם שטערט אז איינער שרייבט פאקטן וואס ער האט געהערט וואס קען נוגע זיין אין ריעל לייף פאר מענטשן'ס געזונט
שוין.. זעהט אויס איך פארשטיי נישט אלעס
היות לפי מספר התגובות קוקט אויס זענט איר גאנץ ניי דא, וועל איך אייך ענטפערן.
די נושא איבער וואקסין בכלל האבן מיר עקספיריענסט אז דאס ברענגט מחלוקת און היץ און פערזענליכע קריגערייען, וואס די זאכן זענען די היפך פארוואס מיר זענען דא. חוץ דעם, האבן געוויסע צוגעלינקט צו זאכן וואס טויגן נישט [אזעלכעס וואס הכל מודים דערצו] דעריבער האבן מיר מחליט געווען אז דעם נושא קען נישט ארויפגעברענגט ווערן און די געהעריגע פארום, מיר האבן אן אקטועלע אפטיילונג ווי דארט קען מען יא שרייבן דערוועגן, די אויפטו פון יענעם אפטיילונג איז, אז יעדע תגובה דארף קודם אפראווד ווערן דורך אן אחראי.
די מהלך בערך ווי אזוי עס ארבעט, די אחראי ליינט איבער וואס שטייט אינעם תגובה, און אויב האט עס עפעס וואס מיר וואלטן פארמעקט אין די אנדערע אפטיילונגען, דאן אפראווד מען עס נישט [די אחראים קענען נאך אלץ זען דעם תגובה אפילו ס'איז נישט אפראווד]. ווי אויך, אויב האט עס א לינק, אויב וויל די אחראי עס אפראוון דארף ער דורכליינען/קוקן וואס די לינק איז, און אויב איז עס גוט, וועט ער עס אפראוון.
אלץ תוצאה דערפון, קומט אויס אז די אחראים דארפן האבן איבריג צייט דערצו, ממילא קען צומאל נעמען לענגער ביז עס ווערט אפראווד, אדער צומאל קען א שפעטערע תגובה אפראווד ווערן ערשט, ווייל די פריערדיגע האט א נישט דורכגעקוקטע לינק.