איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז עריק עדעמס א ניו יארקער בירגער?

יא א היימישער בירגער
16
22%
ניין, א פעסטע סקעם
58
78%
 
סך הכל שטימען: 74

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טוצעך הימל און ערד מיטן מעיאר קאנדידאט עריק עדעמס וואינארט, איז ער טאקע אן אונזעריגער בירגער ווי ער קלעימט, אדער איז ער חלילה פון די פרעמדע ניו זשערזיענס מעבר לים און זיין גאנצע קלעים איז א פשוטע פראוד צו געווינען אן עלעקשאן?!

לאמיר עס צולייגן, וואס טענהט ער אפיציעל איז זיין וואינארט, פון ווי שטאמט די חששות, און וואס האט געהויבן די אויגן ברעמען פונעם ציבור.

טענהן טענה'ט מר. עדעמס אז ער וואינט אין ברוקלין אלס אן ערליכער פול טיים רעזידענט, זיין אנגעגעבענע אדרעסע איז גלייך נעבן אונזער וויליאמסבורג המעטירה, 936 לאפאיעט עוועניו, אפארטמענט #1, ברוקלין ניו יארק, ווי ער טענהט ער וואינט געהעריג שוין די לעצטע דעקעיד.

יעצט צו די חששות וואס האט אריינגעפירט דעם פאטראיאטישער ניו יארקער ציבור אין אזא היסטעריע.. לאמיר גיין איינס ביי איינס, איז אזוי:

1 - עדעמס מיט זיין לעבנס שותף האבן שוין יארן צוריק זיך איינגעהאנדעלט בשותפות א שיינע גרויסע קאנדא אין פארט לי, ניו זשערזי.

2 - דאס איז קלאר לכו"ע אז זיין שותף איז דארט געהעריג אלס פול טיים תושב.

3 - עדעמס האט ערשיינט אויף פילצאליגע זאאם קאאולס מיט דער פארט לי הינטערגרונד אונטער זיך.

4 - זיין קאמפיין באשטעטיגט אז עדעמס וויילט אסאך אינעם פארט לי אפארטמענט.

5 - דער לאפאיעט אדרעס'ס יוטיליטי רעקארדס צייגט א פרעמדע מענטש'ס נאמען, אלס טענענט, די לעצטע יארן. עדעמס טענהט יענער האט געמאכט א טעות מיטן הויז נומער.

6 - עדעמס האט א האבי דורכאויס די יארן צו צייגן זיין פרידזש אויף סאשעל מידיע. ער איז א שטאלצער וויגען און זיין פרידזש צייגט שטענדיג אנגעפילט מיט פרוכט גרינצייג וכדו'. אבער ביי א באזוך די וואך מיט די מידיע אין זיין געקלעימטע ברוקלין דירה האט דער פרידזש געצייגט פילע פרעמדע ארטיקלען, ווי פיש וכו'

7 - דער אויסשטעל פון די לעדלעך אינערהאלבן פרידזש איז גאר אנדערש פון די באקאנטע פרידזש בילדער זיינע פונעם עבר, סיי אין קאליר און סיי אין אויסשטעל.

8 - עס איז אנגענימען אז זיין 26 יעריגער זוהן לעבט פאר זיך אינדעפענדענט, אבער ביים באזוך איז געזעהן געווארן שארף צייגענדע רויטע סניעקערס, די זעלבע וועלעכע זיין זוהן ווערט געזעהן אויף פארעפענטליכטע בילדער.

9 - עדעמס פארמאגט אויך אויף זיין נאמען אן אנדערע אפארטמענט אין ברוקלין, אין פראספעקט פארק, וועלעכער ער האט געקלעימט אלס זיין אדרעס ביים פיילן די פאפירן צו לויפן פאר בארא פרעזידענט אין 2017, צו פיילן די פאפירן צו לויפן פאר מעיאר אין 2017, און אין א פיילינג פאר א פאליטישע דאנעישאן דעם פארגאנגענעם זוממער.

10 - די פראספעקט אדרעס איז אלס געווען אקופירט דורך א טענענט. דאס טייטש ער האט שוין א היסטאריע מיטן פעיקן אדרעסן.

11 - היי יאר צום קאמפיין האט ער אמענדעד דעם מעיאר פיילינג צו רעפלעקטירן דעם לאפאיעט אדרעס אלס זיין היים.

12 - נאך פראגעס איבער די באנוץ פונעם פראספעקט אדרעס האט עדעמס געענטפערט אז ער האט פארקויפט די דירה.

13 - רעפארטער האבן אנגעפרעגט שכנים אויפן לאפאיעט גאס אויב זיי קענען עדעמס אויף וואס רוב האבן געענטפערט אז זיי האבן נישט געהאט קיין אנונג אז ער איז זייער שכן. איין שכן האט מען געטראפן וואס פלעגט אים זעהן אמאל אבער שוין לאנג נישט.

14 - עדעמס האט זיך דורכאויס קאראונע אריינגעצויגן וואינען אין זיין באראו האלל אפיס אין ברוקלין, לויט אים צוליב די הויפן ארבייט ארום דעם פאנדעמיק, און פארשפארן טראוול.

15- דער לאפיעט אדרעס איז 20 מינוט פון באראו האלל. דער פארט לי אדרעס איז א דרייפערטל שעה אוועק. בלייבן אין אפיס אנשטאט פארן אויף פארט לי מאכט סענס, אבער אנשטאט א היים אין ברוקלין גופא איז היבש מאדנע.

16 - עדעמס וואינארט אין באראו האלל האלט אן עד היום טיף אריין אין 2021, ווען פובליק רעקארדס צייגן א גאר לייכטע אפיס סקעדזשועל פאר מר. עדעמס.

17 - דורכאויסן קאמפיין האבן אלע קאנדידאטן אפגעהאלטן פילצאליגע זום קאמפיין איווענטס, יעדער מיט זייער מער ווייניגער דעזיגנירטע זום שטוב. עדעמס בעקגראונדס האט געצייגט 19 באזינדערע פלעצער, אינקלודינג אינמיטן דרייוון, און אין א פארמאכט אומאדענטיפיצירטע קיוביקל.

18 - די עדעמס קאמפיין טענהט אז די פארמאכטע קיוביקל זומס איז אינעם גאר טייערן מעטראטעק אפיס בנין הארט נעבן באראו האול געניצט פארן קאמפיין. פובליק פיילינגס צייגן בלויז עטליכע טויזענט דאלער אלס 'אפיס עקספענסעס' אין סך הכל פון עטליכע יאר.

ביז דא איז וואס איז אויפגעדעקט געווארן דורך די שווערע האראוואניע פון די סקאנדאל דורשטיגע רעפארטער בלויז אינעם לעצטן וואך, און שטייצעך מיט די צייט קען מען ערווארטן נאך סחורה צום פאזעל.

דאס איז אמאל זיכער אינטערסאנט די חילוק פונעם גוי לעבן און דער יוד. שטייט א גאנצע סיטי און ברעכט זיך קאפ ווי וואינט דער מענטש. אבער דער מענטש איז בלויז נאך א נומבער צו די 2 מיליאן סיטיער בירגער, קיינער ווייסט נישט ווי וואס ווען. טריי צו קאנפערמען אויב משפחת פריעדמאן וואינט אויף א געוויסע ספעציפישע אדרעס אויף פען סטריט..

באטאם ליין טענהן די חברה אז די גאנצע זאך זעהט אויס ווי א זשייענט סקעם, נישטא זיין דירה, נישטא גארנישט, אבל יש כאן מעיאר וואלן, וואוטס, און געבעקסן. ונזכה ונראה וואס וועט זיך אויסקאכן.

בינעך נייגעריג וואס דער עולם האלט, איז ער טאקע א פלעינער לץ וואס טרייבט לצנות פון אונז קעלבלעך, אדער איז יש דברים בגוי און די סתירות איז פארענטפערבאר.
אטעטשמענטס
IMG_20210611_014541.jpg
IMG_20210611_014541.jpg (349.43 KiB) געזען 2071 מאל
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

זייער שיין אראפגעלייגט, איין הערה נאר, ניו דזשערסי איז גארנישט אזוי פרעמד, און א ברוקלינער איז נישט א 'אונזעריגער'.....
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ייש"כ כאפצעם פארן עס שיין מסביר זיין

וואס ווייזן די איזיפעסס רעקארדס? עפעס האט עס א דזורנאליסט פארשאפט און עדעמס האט אויסגעכאפט און אליינס ארויסגעגעבן?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

און וואס טיצוך מיט זיין דרייווערס לייסענס, האט ער ניו יארק אדער ניו. דזשערזי. ווי איז זיין קאר(אויב ער האט) רעגיסטרירט. עס איז דא אזויפיל וועגן אויסצוגעפונען פארשטיי איך נישט פארוואס מען דארף צו קומען צו א פרידזש און סניקערס.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

בוידעם האט געשריבן:זייער שיין אראפגעלייגט, איין הערה נאר, ניו דזשערסי איז גארנישט אזוי פרעמד, און א ברוקלינער איז נישט א 'אונזעריגער'.....

שלום עליכם
-----
כאפצעם ביסט פיינע נייעס
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שנאפס האט געשריבן:ייש"כ כאפצעם פארן עס שיין מסביר זיין

וואס ווייזן די איזיפעסס רעקארדס? עפעס האט עס א דזורנאליסט פארשאפט און עדעמס האט אויסגעכאפט און אליינס ארויסגעגעבן?

ער האט ארויסגעגעבן רעקארדס פון די ביזנעס קאר נישט פון זיין פערסאנעל, ס'צייגט כמעט נישט קיין טריפס ארויס פון סיטי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א גוטן האט געשריבן:און וואס טיצוך מיט זיין דרייווערס לייסענס, האט ער ניו יארק אדער ניו. דזשערזי. ווי איז זיין קאר(אויב ער האט) רעגיסטרירט. עס איז דא אזויפיל וועגן אויסצוגעפונען פארשטיי איך נישט פארוואס מען דארף צו קומען צו א פרידזש און סניקערס.

זיין אדרעס אויף זיין לייסענס איז לאפיעט. אבער פונקט ווי די אנדערע זאכן קען מען דאך אנגעבן וואס מוויל
אוועטאר
פאסט טרעגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאסט טרעגער »

;l;p-שכוח כאפצעם, איך האב מיר באלעקט מיט דיין אנאליז!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

בוידעם האט געשריבן:זייער שיין אראפגעלייגט, איין הערה נאר, ניו דזשערסי איז גארנישט אזוי פרעמד, און א ברוקלינער איז נישט א 'אונזעריגער'.....


וואלסט געווען גערעכט ווען ער וואוינט ווען כאטש אין זשערסי סיטי...
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ניו יארק סטעיט גייט נאך מיליאנערן וועלכע געבן אן אז זיי האבן אוועק געמופט פון דא קיין פלארידא - דורך טשעקן זייער סעלפאן דאטא (פון וואנעט רוב קאללס גייען און קומען, וועלכע טאוערס עס נוצט.

דארף מען שאפן עדעמס סעל רעקארדס. נישט קיין סניקערס.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אז מ'רעדט שוין פון עדעמס' קאר, דאס זענען זיינע טיקעטס

Screen-Shot-2021-06-10-at-11.16.28-PM.png
Screen-Shot-2021-06-10-at-11.16.28-PM.png (15.61 KiB) געזען 1761 מאל
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שנאפס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון עדעמס' קאר, דאס זענען זיינע טיקעטס

Screen-Shot-2021-06-10-at-11.16.28-PM.png

דאס איז בלויז א קליין חלק פון די ווייעלעשינס ווייל אלץ אפישל באקומט ער כמעט נישט קיין פארקינג טיקעטס ווייל ער האט מן הסתם א גאר טאפ היי רעקינג ווינדאו בעטש(דעי ביסל וואס יא איז מן הסתם פון גאר אוממענטשליכע פארקינג לדוגמא ביי א העווי טערניג לעין) , און סטם טיקעסט פון פאליציי קריגט ער אויך נישט ווייל נאכן אפשטעלן און די פאליציי זעט אז סאיז ברוקלין בארא פרעזידענט עדימס קען ער ווייטער פארן ונפרדו בשלום בלייבט איבער בלויז די גאר עקסטרעמע הויכע צאל אטעמאטישע רעד לייט טיקעטס וואס אגב לויט א נייע פארגעשלאגענע געזעץ דארף מען פאר בלויז 3 אזיינע ספידינג טיקעטס אין 18 חדשים קענען אוועקנעמען די קאר רעגיסטראציע
ואגב קיקט אויס אז זייט ער האט גערילייזט אז ער גייט לויפן פאר מעיאר האט ער אנגעהויבן אויפצופאסן נישט צו ספידן כדי די ליסט זאל נישט זיין לענגער

וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען יענגס טיקעטס רעקארדס(יענג האט מן הסתם נישט געהאט קיין אפישל בעטש)
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

כאפצעם האט געמאכט זייער א שטארקע קעיס קעגן עדעמס, אין קעיס ער געווינט בינעך אין פולע שטיצע פאר א אימפיטשמענט פראדעצור
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

כאפץ, קראתי ונהניתי. פיינע נייעס

די עיקר האט מיר אבוויעסלי געפאלן דער ד"ה 'דאס איז אמאל', ודפח"ח
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

כאפצעם האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:און וואס טיצוך מיט זיין דרייווערס לייסענס, האט ער ניו יארק אדער ניו. דזשערזי. ווי איז זיין קאר(אויב ער האט) רעגיסטרירט. עס איז דא אזויפיל וועגן אויסצוגעפונען פארשטיי איך נישט פארוואס מען דארף צו קומען צו א פרידזש און סניקערס.

זיין אדרעס אויף זיין לייסענס איז לאפיעט. אבער פונקט ווי די אנדערע זאכן קען מען דאך אנגעבן וואס מוויל


מקען דאך זען ווען סאיז לעצט געטוישט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם עז יוזשעל! ווען כאפצעם נעמט א קעיס אין דער האנט אריין, איז עס מיט אלע פיטשעווקעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

געוואלדיג כאפצעם!!!

געזעצליך קען א תושב ניו דזשערסיע זיין מעיר אין ניו יארק?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פיינע אינפארמאציע גוט אראפגעלייגט. דאס איז לכאורה די ערשטע כאפצעם ווערק קעגן א ליגעל דעמאקראט... נישט קיין וואונדער אזויפיל קאמפלימענטן...

אבער פארוואס די אנקעטע? קוים וואס איינער ווייסט פון די סקאנדאל, דארפן מיר שוין זיין די דזשורי אין די קעיס....
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

א שיינעם דאנק כאפצעם!

זייער הנאה געהאט.
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

כאפצעם האט געשריבן:, אדער איז יש דברים בגוי און די סתירות איז פארענטפערבאר.

;l;p- לייק.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

פארוואס קען עס נישט זיין פשוט, ער וואוינט אין פארט לי, און איז רעדזשיזטערט און ברוקלין, מה כל הרעש?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ישר כח כאפצעם פאר די ארטיקל שטארק הנאה ווי די לייגסט עס אראפ מיט אלע קליפערליך, טיפיקל כאפצעם.

צום ענין ער איז נישט קיין לץ וואס וויל טרייבן לצנות פון איינעם, ער איז א טיפיקל פאלעטישן וואס קען זיך עפארדען א שיינע הייזקעלע, וואס גראדע איז דאס נישט אין ניו יארק, זיין קאריער האט ער אנגעהויבן אין ניו יארק, זיין ארבעט איז אין ניו יארק, וואס סתם אזוי וואלט עס נישט געוען קיין גרויסע סקאנדאל, נאר וואס דען ער טרייט זיך אהערצושטעלן אלס א בלוי קאלער ווארקער, וואס פארשטייט צו די עמך שווערע ארבייטער, וואס מיטשענען זיך צו קאווערן די חודש, אין ביזדערווייל האט ער אפאר דירות, נאכדערצו אזא שיינע אין ניו זשערסי.

איך כאפ נישט פונקטליך וואס עס גייט אויסמאכן אז עס וועט ווערן אויפגעוויזן אז ער איז געשלאפען אין די ניו יארק'ער דירה.

#טיפיקל פאלעטישן
אוועטאר
בױמװאלשפינער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 25, 2021 11:17 am

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בױמװאלשפינער »

די זאך איז אז ער האט שטארק אראפגעריסן יענג אז ער איז נישט געװען אין די סיטי בײ קאראנע שטעלט זיך ארױס אז ער איז א גרױסע היפעקריט אין װאונט אױך נישט אין די סיטי
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח כאפצעם פאר די ארטיקל שטארק הנאה ווי די לייגסט עס אראפ מיט אלע קליפערליך, טיפיקל כאפצעם.

צום ענין ער איז נישט קיין לץ וואס וויל טרייבן לצנות פון איינעם, ער איז א טיפיקל פאלעטישן וואס קען זיך עפארדען א שיינע הייזקעלע, וואס גראדע איז דאס נישט אין ניו יארק, זיין קאריער האט ער אנגעהויבן אין ניו יארק, זיין ארבעט איז אין ניו יארק, וואס סתם אזוי וואלט עס נישט געוען קיין גרויסע סקאנדאל, נאר וואס דען ער טרייט זיך אהערצושטעלן אלס א בלוי קאלער ווארקער, וואס פארשטייט צו די עמך שווערע ארבייטער, וואס מיטשענען זיך צו קאווערן די חודש, אין ביזדערווייל האט ער אפאר דירות, נאכדערצו אזא שיינע אין ניו זשערסי.

איך כאפ נישט פונקטליך וואס עס גייט אויסמאכן אז עס וועט ווערן אויפגעוויזן אז ער איז געשלאפען אין די ניו יארק'ער דירה.

#טיפיקל פאלעטישן

מיטן טרייבן לצנות מיינעך דאס ארומווייזן פאר די מידיע זיין ברוקלין דירה מיטן גאנצן פאמפע. אויב אין פאקט וואינט ער טאקע נישט דארט איז עס די דזשאוק אוו די סענטרי
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: איז עדעמ'ס וואינארט א פשוטע סקעם?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

כאפצעם האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:ישר כח כאפצעם פאר די ארטיקל שטארק הנאה ווי די לייגסט עס אראפ מיט אלע קליפערליך, טיפיקל כאפצעם.

צום ענין ער איז נישט קיין לץ וואס וויל טרייבן לצנות פון איינעם, ער איז א טיפיקל פאלעטישן וואס קען זיך עפארדען א שיינע הייזקעלע, וואס גראדע איז דאס נישט אין ניו יארק, זיין קאריער האט ער אנגעהויבן אין ניו יארק, זיין ארבעט איז אין ניו יארק, וואס סתם אזוי וואלט עס נישט געוען קיין גרויסע סקאנדאל, נאר וואס דען ער טרייט זיך אהערצושטעלן אלס א בלוי קאלער ווארקער, וואס פארשטייט צו די עמך שווערע ארבייטער, וואס מיטשענען זיך צו קאווערן די חודש, אין ביזדערווייל האט ער אפאר דירות, נאכדערצו אזא שיינע אין ניו זשערסי.

איך כאפ נישט פונקטליך וואס עס גייט אויסמאכן אז עס וועט ווערן אויפגעוויזן אז ער איז געשלאפען אין די ניו יארק'ער דירה.

#טיפיקל פאלעטישן

מיטן טרייבן לצנות מיינעך דאס ארומווייזן פאר די מידיע זיין ברוקלין דירה מיטן גאנצן פאמפע. אויב אין פאקט וואינט ער טאקע נישט דארט איז עס די דזשאוק אוו די סענטרי

אה נישט געכאפט וואס די מיינסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”