דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך באקסער בוים »

וואל טאג האט געשריבן:עס איז מיר קאמיש ביז גאר, די הנחה דא אז עדעמס איז לכאורה מעיאר

סך הכל איז ער געווארן פראנט ראננער פאר א שטיק צייט, ווער עס האלט מיט פאליטיקס ווייסט אז דאס איז זייער ווייט פון אפילו א 50% שאנס, ווען זיין אויבערהאנט איז אין סינגל דידזשיטס

פראנט ראננער סטאטוס האלט אן רוב מאל פאר געציילטע וואכן, און עדעמס איז אביסל פרי ארויף אויפן שפיץ, און צו דעם קומט נאך צו זיין זיך אפזאגן פון די דעבאטע, וואס אין אסאך פעלער רופט זיך עס זייער שלעכט אפ ביי וויילער, איך וואלט יעצט געשטעלט די שאנסן פון די פארמעסט בערך אזוי

גארסיע/ווילי 50%
עדעמס 33%
יענג 17%

מ'קען נעקסטע וואך נאכאמאל טוישן די אינדארסירונג צו ווילי אדער גארסיע און געוויסע וועלן אפי' פארשטיין אז די עסקנים האבן געהאט טיפערע כוונות..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
עומד מן הצד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3393
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 2:18 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך עומד מן הצד »

היוצא לנו מכל הנ''ל,

ווען מ'זעהט א איד טוען אן עוולה אויף וואס מ'קען נישט זעהן אויף קיין שום וועג וויאזוי מ'קען עס פארשטיין, ברויךמען נאך אלץ געדענקען וואס חכז''ל האבן אונז געלערנט ''הוי דן את ''כל'' אדם לכף זכות''.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך באקסער בוים »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:דערמאנסט מיך פון די ראלי וואס סאטמאר האט געמאכט פאר גאווערנער קאומא (דער פאטער) ביי לי/ראדני אינמיטן טאג, מ'האט געטראגן אינמיטן טאג אלע טרופ אינגלעך פון חדר, ביינאכט איז אויף די זעלבע פלאץ אויף די זעלבע סטעידש פארגעקומען דורך פאפא א ראלי פאר פאטאקי וואס האט למעשה געווינען..

געוועהן זייער א שמאלע פארמעסט, רייט?

אויב געדענק איך גוט איז פאטאקי דעמאלסט גאר שטארק געשטיגן אין די פאולס איידער די ראלי, ס'איז אויך געווען א בחינה פון אינדארסירן דער וואס האט מאמענטום..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

באקסער בוים האט געשריבן:

יאפ
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פופציגער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:חבר טייערע, מ'גייט רעדן קלאר פאר א מינוט, אקעי?

די פארטיידיגסט ר' נ.מ.א'ס אינדארסמענט וועגן די באלאנגסט צו יענע פארטיי. איך ווייס נישט, די ווייסט נישט, קיינער ווייסט נישט, מ'רעדט נישט, מ'זאגט נישט אויף קיין מייק... גוטע תריצים. זיין מאוו יעצט איז אומפארשטענדלעך אפילו ביי די גרעסטע פרא עסקנים.
צירוק צום עצם הענין פונעם ענין.

מעגליך. א מענטש איז פארט א מענטש און עס איז מעגליך אז מיין נאטורליכע נגיעה האט מיר געטראגן גראד אהין. יעדער מענטש איז אזוי.

אבער דער טענה איז פארט א טענה וואס קיינער האט נישט געענטפערט צום ענין. עס איז פארט אמת אז דאס איז א בילד מיט דריי זייטן! - איך בין מודה אז יעדער קוקט אויף וועלכע זייט מען וויל. אבער זיי דו מודה אז דא איז דא נאך א זייט און נאך א מעגליכקייט.

(@סטאוו איך מעג אנהייבן א תגובה מיט די ווארט מעגליך?)

סא די גאנצע וואס די ווילסט איז געבן א דעקלעראציע אז ס'דא נאך א מעגליכקייט וואס קיינער דא ווייסט נישט?! קען זיין! ווייל אלעס קען זיין!
אבער אויב אזוי קען מען סטאפען אלע שמיעסן אנאליזען דאבאטעס פון גאנץ אייוועלט ווייל אפשר איז דא עפעס וואס קיינער ווייסט נישט,
למעשה קומט מען דא שמיעסען און רעדן לויט די מציאות וואס קוקט אויס פאר אינזערע פליישיגע אויגעלעך, אוון אוודאי איז אלעס אירעלעווענט אויב שטעלט זיך ארויס אז עפעס איז ביהיינד,
אבער ביז דאן לייג ארויף א רויטע דערמאנונג אנהייב אשכול אז ס'דא א מעגליכקייט אז ס'דא עפעס וואס מיר וויסן נישט, און נאכדעם לאז די אשכול נאטירלעך פארן,
וואס וויאזוי ס'קוקט אויס איז יעדער דא ביי די מיינונג אז (לפי ראות ענינו, מ'דארף נישט יעדע מאל די דעקלאראציע) האט ער געטוהן דא א טעות.

ריגעלע ריגעלע רוגז...

נישט אינגאנצן דאס. אבער איך גיי יזך נישט מיען צו מסביר זיין דעם שארפן חילוק. אויס מורא אז סטאוו וועט מיר פארווארפן פארן בהמה שטיק פון זיך טענה'ן אויף אזאנע סטופיד שורות

ווארט איך דא בכליון עינים צי ליינען וואס דו גייסט ענטפערן אויף דיע דברים של טעם נאר צי זעהן אז לא די דו דערהערסט נישט וואס כ'האב דיר אנגעמערקט, ווערט דאס גאר א פרישע דעבאטע טאקטיק און נאך א גוטע תגובה אפגעענטפערט מיט א תגובה ריק מכל? ביטע שיינע, ענטפער ווי א מענטש, ער האט דיר (לפי ראות עיני - #דיסקלעימער) גוט געזאגט און האסט נישט גוט געענטפערט. פליז ענטפער צים זאך אדער זיי מודה אז ער האט א פונקט און האסט זיך טועה געווען. יישר כח

מיר האןב שוין זייער קלאר ערקלערט.

דער ווארט איז נישט אז אויף יעדע זאך קען זיין אז ס'דא זאכן וואס מען ווייסט נישט, דער ווארט איז אז דא שרייט ארויס אז מיר זעען נישט דעם גאנצן בילד. דעריבער קען מען נישט ציען קיין מסקנות.

-אגב, כהאב עס געשריבן אין א תגובה צו דיר. קוקט אויס דו ליינסט ניטאמאל וואס איך שרייב, דו קוקסט נאר וואס דער טאקטיק איז און אויף דעם טענה'ט מען ווי א שופר.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פרישע קוגל »

הערשוינאויף
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פעיק ניוז »

עומד מן הצד האט געשריבן:היוצא לנו מכל הנ''ל,

ווען מ'זעהט א איד טוען אן עוולה אויף וואס מ'קען נישט זעהן אויף קיין שום וועג וויאזוי מ'קען עס פארשטיין, ברויךמען נאך אלץ געדענקען וואס חכז''ל האבן אונז געלערנט ''הוי דן את ''כל'' אדם לכף זכות''.

דאס איז נישט קיין פריוואטע עוולה. דן זיין לכף זכות קומט נישט דא אריין.

איך בין קיינמאל נישט אריין אבער קיין 'נעמען' איבער וועם די רעדע איז. איך רעד נאר פון דעם געדאנק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

OCD Alert
לעצט פארראכטן דורך ר' יהושיע בן גמלא אום מיטוואך יוני 09, 2021 6:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פופציגער האט געשריבן:-אגב, כהאב עס געשריבן אין א תגובה צו דיר. קוקט אויס דו ליינסט ניטאמאל וואס איך שרייב, דו קוקסט נאר וואס דער טאקטיק איז און אויף דעם טענה'ט מען ווי א שופר.

קלאר אזוי, דאס איז די איינדרוק וואס כ'האב באקומען שוין פון דיין סאמע ערשטע תגובה אין דעם ויכוח. כמו שבארתי במקום אחר...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך גדל »

פון Yiddish 24
די ביזנעס גאס אין ניו יארק איז באזארגט איבער די מאמענטום וואס מען זעט ביי מעיאר קאנדידאט פרוי ווילי

ווילי איז נישט די איינציגסטע ליביראלע קאנדידאט צווישן די לאנגע ליסטע קאנדידאטן, אבער די לעצטע וואך צייט האט די ליביראלע לאגער זיך אנגעפאנגן פאראייניגן ארום איר אין צייט וואס די הויפט קאנדידאטן עריק עדעמס און ענדרו יענג זענען פון די מעסיגע לאגער. ביזנעס פירער זאגן אז אויב זיי ווילן זיין זיכער אז א ליביראלע קאנדידאט געוואונט נישט, דאן מוזן זיי זיך זען צו פאראייניגן ארום איינס פון די מעסיגע קאנדידאטן עדעמס, יענג אדער פרוי גארסיע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פעיק ניוז »

פופציגער האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:מעגליך. א מענטש איז פארט א מענטש און עס איז מעגליך אז מיין נאטורליכע נגיעה האט מיר געטראגן גראד אהין. יעדער מענטש איז אזוי.

אבער דער טענה איז פארט א טענה וואס קיינער האט נישט געענטפערט צום ענין. עס איז פארט אמת אז דאס איז א בילד מיט דריי זייטן! - איך בין מודה אז יעדער קוקט אויף וועלכע זייט מען וויל. אבער זיי דו מודה אז דא איז דא נאך א זייט און נאך א מעגליכקייט.

(@סטאוו איך מעג אנהייבן א תגובה מיט די ווארט מעגליך?)

סא די גאנצע וואס די ווילסט איז געבן א דעקלעראציע אז ס'דא נאך א מעגליכקייט וואס קיינער דא ווייסט נישט?! קען זיין! ווייל אלעס קען זיין!
אבער אויב אזוי קען מען סטאפען אלע שמיעסן אנאליזען דאבאטעס פון גאנץ אייוועלט ווייל אפשר איז דא עפעס וואס קיינער ווייסט נישט,
למעשה קומט מען דא שמיעסען און רעדן לויט די מציאות וואס קוקט אויס פאר אינזערע פליישיגע אויגעלעך, אוון אוודאי איז אלעס אירעלעווענט אויב שטעלט זיך ארויס אז עפעס איז ביהיינד,
אבער ביז דאן לייג ארויף א רויטע דערמאנונג אנהייב אשכול אז ס'דא א מעגליכקייט אז ס'דא עפעס וואס מיר וויסן נישט, און נאכדעם לאז די אשכול נאטירלעך פארן,
וואס וויאזוי ס'קוקט אויס איז יעדער דא ביי די מיינונג אז (לפי ראות ענינו, מ'דארף נישט יעדע מאל די דעקלאראציע) האט ער געטוהן דא א טעות.

ריגעלע ריגעלע רוגז...

נישט אינגאנצן דאס. אבער איך גיי יזך נישט מיען צו מסביר זיין דעם שארפן חילוק. אויס מורא אז סטאוו וועט מיר פארווארפן פארן בהמה שטיק פון זיך טענה'ן אויף אזאנע סטופיד שורות

ווארט איך דא בכליון עינים צי ליינען וואס דו גייסט ענטפערן אויף דיע דברים של טעם נאר צי זעהן אז לא די דו דערהערסט נישט וואס כ'האב דיר אנגעמערקט, ווערט דאס גאר א פרישע דעבאטע טאקטיק און נאך א גוטע תגובה אפגעענטפערט מיט א תגובה ריק מכל? ביטע שיינע, ענטפער ווי א מענטש, ער האט דיר (לפי ראות עיני - #דיסקלעימער) גוט געזאגט און האסט נישט גוט געענטפערט. פליז ענטפער צים זאך אדער זיי מודה אז ער האט א פונקט און האסט זיך טועה געווען. יישר כח

מיר האןב שוין זייער קלאר ערקלערט.

דער ווארט איז נישט אז אויף יעדע זאך קען זיין אז ס'דא זאכן וואס מען ווייסט נישט, דער ווארט איז אז דא שרייט ארויס אז מיר זעען נישט דעם גאנצן בילד. דעריבער קען מען נישט ציען קיין מסקנות.

-אגב, כהאב עס געשריבן אין א תגובה צו דיר. קוקט אויס דו ליינסט ניטאמאל וואס איך שרייב, דו קוקסט נאר וואס דער טאקטיק איז און אויף דעם טענה'ט מען ווי א שופר.

האסט דאך קלאר מוסר מודעה געועון אז טאקע פונקט דאס איז וואס דו האסט געטון דא אין די לעצטע פאר בלעטער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך באקסער בוים »

בד"וו, א גרויסן ישר כח פאר פופציג, סטאוו, עכט היימיש, אורח הכבוד און אלע אנדערע וואס האבן זיך דא משתתף געווען און צוגעשטעלט פארן ציבור א געשמאקע כשר'ע אינטעטעימענט אין אזא פארוואלקענדע נאכמיטאג!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך גדל »

פון Yiddish 24
מעיאר קאנדידאט גארסיע זאגט פאר דעוועלאפערס אז עס איז שוין געקומען די צייט פאר די סיטי גרינגער צו מאכן דאס בויען

גארסיע, וועלכע לויפט א נאנטע דריטער אינטער עריק עדעמס און ענדרו יענג, האט אויך פארשפראכן אז אלץ מעיאר וועט זיי נעמען שריט צו אדרעסירן גראפיטי און אנדערע פראבלעמען וועלכע ברענגן אראפ די לעבענס קוואליטעט און ווערד פון ניו יארקער גאסן.
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

באקסער בוים האט געשריבן:בד"וו, א גרויסן ישר כח פאר פופציג, סטאוו, עכט היימיש, אורח הכבוד און אלע אנדערע וואס האבן זיך דא משתתף געווען און צוגעשטעלט פארן ציבור א געשמאקע כשר'ע אינטעטעימענט אין אזא פארוואלקענדע נאכמיטאג!
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פופציגער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:-אגב, כהאב עס געשריבן אין א תגובה צו דיר. קוקט אויס דו ליינסט ניטאמאל וואס איך שרייב, דו קוקסט נאר וואס דער טאקטיק איז און אויף דעם טענה'ט מען ווי א שופר.

קלאר אזוי, דאס איז די איינדרוק וואס כ'האב באקומען שוין פון דיין סאמע ערשטע תגובה אין דעם ויכוח. כמו שבארתי במקום אחר...

בקיצור, איך שיס א פייל און דו שיסט צוריק און אזוי גייט עס ווייטער.

דו האסטיך דא אריינגערוקט בדחילו ורחימו אז דו גייסט ווייזן וואס דו קענסט, און בויען דיין פראופייל ביי די וואס זענען נאכנישט גענוג קלאר אז 'מיט סטאוו הייבט מען זיך נישט אן'.

כהער וואס דו זאגסט.

נאך מיין ערשטע מאל דיר ציטירן האט מיר א חבר געשריבן אין אישי אז איך זאל שטיין ווייט פון סטאוו ווייל ער גייט זיכערמאכן מיך צו נעמען אויף א ספין און אראפרייסן מיין מהות ביזווילאנג כוועל שוין אליינס פארגעסן וואס איך האב געוואלט דא.

אלענפאלס, דו ביסט א געלונגענער דרייווער. האסט גוט פארהויכט מיין טענה און עס געמאכט אויסקוקן ווי איך זוך סתם פראוואקאציעס בעת ווען איך בין אריינגעקומען אין אן אשכול מיט א קלארן זיכט.
פארפאלן, דו ביסט באמת געלונגען מיט דיינע מהלכים!
אי"ה ווען דו וועסטיך יערן צו נאך א העכערן שר וועל איך אויך גיין אינעם מזל טוב אשכול און דיר באוואסערן מיט קאמפלימענטן וואסערע געלונגענע שארפע שריפט דו האסט, און ווי יעדער איינער ציטערט פון דיינס א ווארט, און ווינטשן אריכות ימים ושנים. ביסט צופרידן?

אזויפיל יא. ענטפערן צום ענין איז עפעס ואוס איז בכלל נישט דיין ספעשילטי. ס'גארנישט נישט יעדער קען אלעס.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
די ביזנעס גאס אין ניו יארק איז באזארגט איבער די מאמענטום וואס מען זעט ביי מעיאר קאנדידאט פרוי ווילי

ווילי איז נישט די איינציגסטע ליביראלע קאנדידאט צווישן די לאנגע ליסטע קאנדידאטן, אבער די לעצטע וואך צייט האט די ליביראלע לאגער זיך אנגעפאנגן פאראייניגן ארום איר אין צייט וואס די הויפט קאנדידאטן עריק עדעמס און ענדרו יענג זענען פון די מעסיגע לאגער. ביזנעס פירער זאגן אז אויב זיי ווילן זיין זיכער אז א ליביראלע קאנדידאט געוואונט נישט, דאן מוזן זיי זיך זען צו פאראייניגן ארום איינס פון די מעסיגע קאנדידאטן עדעמס, יענג אדער פרוי גארסיע.

דא קומט אריין די מעלה פון רענקד טשויס.

אויב אלע מעסיגע פאראייניגן זיך צו שטימען פאר די דריי קאנדידאטן אויף אפציע 1, 2, אדער 3, נישט קיין חילוק אויף וועלכן אויסשטעל, גייט דיין שטימע זיכער גיין פאר איינער פון זיי. ווייל איינער פון זיי וועט זיכער אנקומען צו די העכסטע צוויי.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פיפציגער, נישטא קיין סיבה זאלסט עס נעמען אזוי פערזענליך, און באמת א שאד אז האסט צוליב דעם געדארפט זיך אזוי ביליג מאכן. כ'האב געשריבן דעם רושם וואס האסט אויסגענימען ביי די ליינער דא פון די מינוט וואס האסט אריינגעטראטן דא און אנגעהויבן אנגרייפן (נישט פערזענליך) יעדן וואס האט געשריבן קעגן דיין (און מיין) פארטיי פארטרעטער. זהו זה, אין לנו אלא מה שעיננו רואות צי האסט געהאט אנדערע כוונות צו נישט, דאס איז וואס מיר האבן געזעהן, דיין טאן, דיין שפראך, דיין טעמפער, אלעס האט געטייטלט צי יענעם ריכטונג. ובכן איז דיין לעצטע אטאקע אויף מיר אומפארשטענדליך. אז דו ווילסט דוקא קענסטו אויסקלארן און פליעדן א קעיס וואס וועט טוישן דעם אימעדש וואס האסט זיך בידים איינגעקויפט. אולי יחוס.

----
יבא בעל הניק ויעיד אז כ'האב זיך געבעטן ביי איהם ער זאל מיר נישט אריינשלעפן אין דעם ענדלאזע ויכוח נאך מיין צווייטע תגובה אין דעם שמועס, אבער כ'האב זיך געבראכן ווען ער האט מיר גע'טענה'ט אז פופצי געט שוין דעם טאן אז כ'האב איהם מודה געווען און פארדעם בין איך שטיל. קום איך אריין מיט א הבהרה אז נישט און די רעסט איז היסטארי. אָז יעך האב נישט קיין שום ענין און דיר שטעלן אין פלאץ טרטץ וואס דאס האט זיך אויסגעשטעלט צי זיין דער מציאות.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

האמיר יעצט געמאכט אביסל ריסוירטש איבער די סומאטוכע דא, און עס שיילט זיך ארויס א שטיקל קלארערע בילד.

א שטיק צייט צוריק איז געווען אן אסיפה צווישן די עסקנים פון אלע וויליאמסבורגע קהילות, ווי מען האט דעבאטירט וועם פון די קאנדידאטן צו אינדארסירן, און דארט איז נפתלי משה אינדיג בכלל נישט געווען אזוי ענטוזיאסטיש פאר יענג צוליב כמה סיבות, ער האט גראדע מער געצויגן צו סטרינגער, אבער אזויווי אלע אנדערע קהילות האבן זיך פאראייניגט אינטער יענג'ן האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.

למעשה האט לעצטנס אברהם בראך - דער אומאפיציעלע בעה''ב פון קהילת מהר''א אין וומ''ס - באשלאסן צוליב פערזענליכע חשבונות, יא צו אינדארסירן עדעמס, וכל מה שאומר לך בעה''ב עשה, האט זיך נפתלי משה צוגעשטעלט.

איז אויב עפעס איז נפתלי משה'ס טעות געווען, דאס זיך צושטעלן צו יענג אנעם אנפרעגן ביים בעה''ב....
לעצט פארראכטן דורך בן כלבא שבוע אום מיטוואך יוני 09, 2021 7:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פופציגער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פיפציגער, נישטא קיין סיבה זאלסט עס נעמען אזוי פערזענליך, און באמת א שאד אז האסט צוליב דעם געדארפט זיך אזוי ביליג מאכן. כ'האב געשריבן דעם רושם וואס האסט אויסגענימען ביי די ליינער דא פון די מינוט וואס האסט אריינגעטראטן דא און אנגעהויבן אנגרייפן (נישט פערזענליך) יעדן וואס האט געשריבן קעגן דיין (און מיין) פארטיי פארטרעטער. זהו זה, אין לנו אלא מה שעיננו רואות צי האסט געהאט אנדערע כוונות צו נישט, דאס איז וואס מיר האבן געזעהן, דיין טאן, דיין שפראך, דיין טעמפער, אלעס האט געטייטלט צי יענעם ריכטונג. ובכן איז דיין לעצטע אטאקע אויף מיר אומפארשטענדליך. אז דו ווילסט דוקא קענסטו אויסקלארן און פליעדן א קעיס וואס וועט טוישן דעם אימעדש וואס האסט זיך בידים איינגעקויפט. אולי יחוס.

אויב יאך וועל זיך בעטן וועסטו טוישן מיין אימעדזש? אולי יחוס? דו ביסט גוט....

כהאאב דיר שוין צוגעוויזן אז דו האסט בכלל נישט אפגעליינט מיינע תגובות נאר גלייך זיך גענומען שיסן אויפן מהלך פון שרייבן. קוק אונזער ערשטע אויסטויש, און ליין עס, זאג דו מיר, איז דאס אן אנגרייף?? קען דיין קאפ נישט פארנעמען עפעס אנדערש ווי א אנגרייף??? איך עפן א צווייטן פרעספעקטיוו, און מיטאמאל נעמציך פליען שארפע סטאווישע לשונות.

איז דאס א באנעמונג וואס דארף האלטן די לופט דא געשמאק??? ווילסטו טאקע האבן א פארוםם ווי קיינער וועט נישט אריינטרעטן אין א אשכול מיט דיינע אפדרוקן???

איך זאג איבער, דו האסט מיך גענומען אויף א רייד ווילאנג עס האט יזך ארויסגעשטעלט פון מיינע ווערטער אינגאנצן עפעס אנדערש ווי לכתחילה
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פופציגער »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:האמיר יעצט געמאכט אביסל ריסוירטש איבער די סומאטוכע דא, און עס שיילט זיך ארויס א שטיקל קלארערע בילד.

א שטיק צייט צוריק איז געווען אן אסיפה צווישן די עסקנים פון אלע וויליאמסבורגע קהילות, ווי מען האט דעבאטירט וועם פון די קאנדידאטן צו אינדארסירן, און דארט איז נפתלי משה אינדיג בכלל נישט געווען אזוי ענטוזיאסטיש פאר יענג צוליב כמה סיבות, ער האט גראדע מער געצויגן צו סטרינגער, אבער אזויווי אלע אנדערע קהילות האבן זיך פאראייניגט אינטער יענג'ן האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.

למעשה האט לעצטנס אברהם בראך - דער אומאפיציעלע בעה''ב פון קהילת מהר''א אין וומ''ס - באשלאסן צוליב פערזענליכע חשבונות, יא צו אינדארסירן עדעמס, וכל מה שאומר לך בעה''ב עשה, האט זיך נפתלי משה צוגעשטעלט.

איז אויב עפעס איז נפתלי משה'ס טעות געווען, דאס זיך צושטעלן צו יענג אנעם אנפרעגן ביים בעה''ב....

איך וואלט זיך זייער געפרייט צו א מקור
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פופציגער »

סטאוו. אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי. איך ווייס אז ס'נישט פאסיג אזוי צו רעדן. עס רעגט מיך פשוט אויף גאר שטארק ווען עמיצער נעמט מיך אויף אזא רייד, ובפרט ווען יענער ווייסט אז נישט דאס האב איך געזאגט.

ווען יד רעדע איז איבער השכלה קענסטו נוצן דיינע שארפע לשונות. דא באלאנגט עס נישט
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פעיק ניוז »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:האמיר יעצט געמאכט אביסל ריסוירטש איבער די סומאטוכע דא, און עס שיילט זיך ארויס א שטיקל קלארערע בילד.

א שטיק צייט צוריק איז געווען אן אסיפה צווישן די עסקנים פון אלע וויליאמסבורגע קהילות, ווי מען האט דעבאטירט וועם פון די קאנדידאטן צו אינדארסירן, און דארט איז נפתלי משה אינדיג בכלל נישט געווען אזוי ענטוזיאסטיש פאר יענג צוליב כמה סיבות, ער האט גראדע מער געצויגן צו סטרינגער, אבער אזויווי אלע אנדערע קהילות האבן זיך פאראייניגט אינטער יענג'ן האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.

למעשה האט לעצטנס אברהם בראך - דער אומאפיציעלע בעה''ב פון קהילת מהר''א אין וומ''ס - באשלאסן צוליב פערזענליכע חשבונות, יא צו אינדארסירן עדעמס, וכל מה שאומר לך בעה''ב עשה, האט זיך נפתלי משה צוגעשטעלט.

איז אויב עפעס איז נפתלי משה'ס טעות געווען, דאס זיך צושטעלן צו יענג אנעם אנפרעגן ביים בעה''ב....

וואס איז סטרינגערס שטעלונג בנוגע חינוך?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך וואל טאג »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פון Yiddish 24
די ביזנעס גאס אין ניו יארק איז באזארגט איבער די מאמענטום וואס מען זעט ביי מעיאר קאנדידאט פרוי ווילי

ווילי איז נישט די איינציגסטע ליביראלע קאנדידאט צווישן די לאנגע ליסטע קאנדידאטן, אבער די לעצטע וואך צייט האט די ליביראלע לאגער זיך אנגעפאנגן פאראייניגן ארום איר אין צייט וואס די הויפט קאנדידאטן עריק עדעמס און ענדרו יענג זענען פון די מעסיגע לאגער. ביזנעס פירער זאגן אז אויב זיי ווילן זיין זיכער אז א ליביראלע קאנדידאט געוואונט נישט, דאן מוזן זיי זיך זען צו פאראייניגן ארום איינס פון די מעסיגע קאנדידאטן עדעמס, יענג אדער פרוי גארסיע.

דא קומט אריין די מעלה פון רענקד טשויס.

אויב אלע מעסיגע פאראייניגן זיך צו שטימען פאר די דריי קאנדידאטן אויף אפציע 1, 2, אדער 3, נישט קיין חילוק אויף וועלכן אויסשטעל, גייט דיין שטימע זיכער גיין פאר איינער פון זיי. ווייל איינער פון זיי וועט זיכער אנקומען צו די העכסטע צוויי.

עס איז מיר לעצטנס אפירגעקומען ערגעץ א סברא, אז אסאך וויילער וועלן נאר שטימען אויפן ערשטן טשויס, איבערהויפט נאך וואס אסאך זענען צומישט איבער די גאנצע סיסטעם
סא לאמיר זאגן ווילי האט 40% און די מעסיגע 60% אבער אויב 50%+ פון די מעסיגע וויילער פילן נישט אויס קיין צווייטער טשויס קען ווילי נאך אלס ארויסקוועטשן א געווינס
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך פעיק ניוז »

פופציגער האט געשריבן:סטאוו. אנטשולדיגט פארן רעדן אזוי. איך ווייס אז ס'נישט פאסיג אזוי צו רעדן. עס רעגט מיך פשוט אויף גאר שטארק ווען עמיצער נעמט מיך אויף אזא רייד, ובפרט ווען יענער ווייסט אז נישט דאס האב איך געזאגט.

ווען יד רעדע איז איבער השכלה קענסטו נוצן דיינע שארפע לשונות. דא באלאנגט עס נישט

האסט געלעבט אין א טעות, מיינענדיג אז סטאוו'ס שארפע לשונות האט סיי וועלכע שייכות מיט השכלה..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דעבאטעס איבער ניו יארק סיטי מעיאר וואלן 2021

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

פעיק, סארקאסטיש, איא?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
פארשפארט

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”