ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

מנהלים ביטע מאכן אן אפציע צו קענען מאכן נאך גרעסערע אותיות, מלױפט דא פשוט אױס פון אפציעס װיאזױ צו שרײען העכער... :grin:
בײדי װעי קען מען שױן אינאײנװעגס אױך אנצינדן הױך די עירקאנדישאן, ס׳זײער הײס דא......
:lol: :lol: :lol:
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אינטערסאנטע איד
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:30 am

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערסאנטע איד »

אנטשולדיגט אז געוויסע פירן אוועק די ענין אינגאנצן אנדערש ווי איך האב אנגעהויבן, איך וואלט זייער געוואלט אז עס זאל בלייבן פארן אין די גלייכע רעלסן! געוויסע פארדרייען צו אנדערע שמועסן פון פאליטיק אדער צו עסקנים טוען יא אדער נישט אויף, איך בין אינגאנצן נישט געפארן אין די דירעקציע,
ביטע זיך האלטן צו דעם, אין ציטירן מיין תגובה זאל מען נאר אויב די ציל איז די זעלבע נקודה!

מיין נקודה האלט זיך צו דעם,
עס דארף זיין עסקנים, מיר דארפן זיך צושטעלן צו די עסקנים און זיי שטיין צו די האנט, אבער עסקנים דארפן האבן דעת תורה איבער זיך, און יעדע קהלה און מוסד דארף האבן דעת תורה צו וועם זיי ווענדן זיך ביי יעדע טריט און שריט, און דאס איז ווי אזוי כלל ישראל האט זיך אלע יארן געהאלטן, די דעת תורה זאגט וואס צו טוהן און די עסקנים טוען, און די עולם שטעלט זיך צו,
ווען מען איז געגאנגען צו מוסדות און געטוהן א זאך וואס לענ"ד איז געווען צווייפלען דערין, האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי מנהלים אליין, און ביי געוויסע האב איך געזען אז עס איז נישט געווען מיט קיינעמ'ס הסכמה נאר עסקנים זענען געקומען צום אדמיניסטראטור און געזאגט אזוי טוט מען! און מען האט אהיים געשיקט האב איך מעורר געווען אז מען דארף שטיין דערויף אז מען דארף פרעגן אויף טריט און שריט, און דאס איז עס מער האב איך נישט וואס אריין צורעדן אין די גאנצע נושא!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

וואס האב איך פארפאסט די לעצטע 3 בלעטער?
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

זיסע פיש האט געשריבן:UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.

באקומט געלט פון די שטאט צו אויפהאלטן זייער אפיס.. איך גיי אויך ארויס שטימען אבער שקרים האב איך נישט ליב
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

masmid האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.

באקומט געלט פון די שטאט צו אויפהאלטן זייער אפיס.. איך גיי אויך ארויס שטימען אבער שקרים האב איך נישט ליב

איינער האט געזאגט אז זיי באקימען נישט קיין געלא פון די שטאט? טאקע וועגן דעם דארף מען שטימען אז זיי זאלן ווייטער באקימען.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

masmid האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.

באקומט געלט פון די שטאט צו אויפהאלטן זייער אפיס.. איך גיי אויך ארויס שטימען אבער שקרים האב איך נישט ליב

זיי האבן אויף זייער פעיראל מער איינגעשטעלטע ארבעטער ווי וויפל זענען איינגעגעבן צו באקומן פון די שטאט (איך דענק נישט אויף די מינוט די פינטליכע ציפער) און זייערע סערוויסעס זענען אויך אסאך ברייטער און טיפער ווי דאס וואס די שטאט שטעלט צו,
און בככל די מציאות אז עני פראבלעם וואס א איד האט לאקעל אדער פעדערעל געלט אדער געזעץ וכ''ו האבן זיי ארבעטערס ווואס לייגען זיי זיך אריין צו ערלעדיגען דעם ענין עד שידם מגעת (לויט אינזערע שטומען..) איז זיכער נישט באצאלט ביי די שטאט...
לעצט פארראכטן דורך אורח הכבוד אום דינסטאג יוני 01, 2021 3:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אורח הכבוד האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.

באקומט געלט פון די שטאט צו אויפהאלטן זייער אפיס.. איך גיי אויך ארויס שטימען אבער שקרים האב איך נישט ליב

זיי האבן אויף זייער פעיראל מער איינגעשטעלטע ארבעטער ווי וויפל זענען איינגעגעבן צו באקומן פון די שטאט (איך דענק נישט אויף די מינוט די פינטליכע ציפער) און זייערע סערוויסעס זענען אויך אסאך ברייטער און טיפער ווי דאס וואס די שטאט שטעלט צו

נישט געוואוסט דאס.. אבער אויב ביסטו גערעכט דעמאלטס געב איך אויף
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אז מ'רעדט שוין, ס'האט נישט מיט ברוקלין, אין אלע אידישע געגענטער ברויך מען ארויסגיין שטומען.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

דממה דקה האט געשריבן:גראדע איז ברוקלין באחדות א שרעקליך שלעכטע סטראטגיע, ברוקלין בהתפרדות האט ארויסגעברענגט מער שטימען...

:grin: :grin: און נאך אמת אויך..
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

masmid האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.

באקומט געלט פון די שטאט צו אויפהאלטן זייער אפיס.. איך גיי אויך ארויס שטימען אבער שקרים האב איך נישט ליב

זיי האבן אויף זייער פעיראל מער איינגעשטעלטע ארבעטער ווי וויפל זענען איינגעגעבן צו באקומן פון די שטאט (איך דענק נישט אויף די מינוט די פינטליכע ציפער) און זייערע סערוויסעס זענען אויך אסאך ברייטער און טיפער ווי דאס וואס די שטאט שטעלט צו

נישט געוואוסט דאס.. אבער אויב ביסטו גערעכט דעמאלטס געב איך אויף

אויך נישט געוויסט ביז לעצטענס, א ארבעטאר דארט האט מיר לעצטענס געזאגט די ציפערן וואס ארבעטן דארט פארן כלל און פארן פרט אן קיין שום פאנדינג דערפאר
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

אורח הכבוד האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:UJO שטעלט צו בחינם סערוויס פאר יעדע איינציגע יחיד, איך מיין פשוט אלס הכרות הטוב פאר דאס דארף מען גיין שטימען.

באקומט געלט פון די שטאט צו אויפהאלטן זייער אפיס.. איך גיי אויך ארויס שטימען אבער שקרים האב איך נישט ליב

זיי האבן אויף זייער פעיראל מער איינגעשטעלטע ארבעטער ווי וויפל זענען איינגעגעבן צו באקומן פון די שטאט (איך דענק נישט אויף די מינוט די פינטליכע ציפער) און זייערע סערוויסעס זענען אויך אסאך ברייטער און טיפער ווי דאס וואס די שטאט שטעלט צו

נישט געוואוסט דאס.. אבער אויב ביסטו גערעכט דעמאלטס געב איך אויף

אויך נישט געוויסט ביז לעצטענס, א ארבעטאר דארט האט מיר לעצטענס געזאגט די ציפערן וואס ארבעטן דארט פארן כלל און פארן פרט אן קיין שום פאנדינג דערפאר

אבער וויאזוי האלטן זיי עס טאקע אויף? נאכקיינמאל נישט געזען אז זיי זאלן פאנדרעיזען געלט
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שמואל בארג האט געשריבן:וואס האב איך פארפאסט די לעצטע 3 בלעטער?


דריטע חברים...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

אנאנימע נדבנים האלטן עס אויף. די אלע סערוויסעס איז ריין לשם מצוה.

אנבעליוובל ווי מ'חושט ארום מיט מענטשן.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

זינט איך האב מיטגעהאלטן פערזענליך וואס ר' נפתלי משה אינדיג מיט ר' יוסי געשטעטנער האבן געטון צו עפענען די שפיטעלער אין די ביטערע צייטן פון די קאראנא מגיפה פרעג איך מער נישט "וואו זענען די עסקנים?" איך גיי נאר שטימען מיט א בלינדע אמונה אין די עסקנים.

---
צו פארשפארן ארבעט פאר @אורח: יא, איך ווייס אז ר' משה דוד האט אויך צוגעלךייגט א פלייצע, אבער מיין 'פערזענליכע' ערפארונג איז געווען מיט די צוויי אויבן דערמאנטע עסקנים.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

מקץ האט געשריבן:אנאנימע נדבנים האלטן עס אויף. די אלע סערוויסעס איז ריין לשם מצוה.

אנבעליוובל ווי מ'חושט ארום מיט מענטשן.


מ'האט נישט גערעדט צו אייך, חכם מכל אדם וואס קיינער קען נישט איינרעדן קיין באבקעס,
ס''ה שמיעסט מען די פאר תמומי לב וואס זענען גרייד צו קויפן די לאקשן.
גענוג קלאר?
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

עכט היימיש האט געשריבן: צו פארשפארן ארבעט פאר @אורח: יא, איך ווייס אז ר' משה דוד האט אויך צוגעלךייגט א פלייצע, אבער מיין 'פערזענליכע' ערפארונג איז געווען מיט די צוויי אויבן דערמאנטע עסקנים.


:lol: :lol: :lol:
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיין שמועס »

מקץ האט געשריבן:מגייט דא אין סירקלס ארום און ארום.

איין שאלה האט נאך קיינער נישט געענטפערט:

ווער קען אויסרעכענען "איין" טובה וואס דער יחיד האט דערפון אז ער גייט ארויס שטימען ?

א סימפל שאלה דארף א סימפל תשובה. נישט קיין אטאקעס און השמצות, פשוט א תירוץ. וואס האב איך יחיד פון די אלע פאליטישן'ס ?

viewtopic.php?f=110&t=47837
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קואמא האט געלאכט פון אונז בימי קאראנע פאר איין סיבה: ווייל אונז זעמיר א פאפירנע טיגער

די לאקאלע פאליטישאנס בייגן זיך פאר יעדע שיגעון וואס פאלט ביי פאר א פראגרעסיוו יונגאטש פאר איין סיבה: ווייל זיי האבן גרעס רוטס קאמפיין ביי די שטום בודקעס

אמת די עסקנים זענען פארפוילט דורך און אדורך
אמת נאר די דעוועלאפערס האבן ביז היינט פארדינט פון פאליטישאנס

אבער די גייסט ליידן פון נישט גיין שטומען
יא דו! דיין מוסד! דער דעוועלאפער וועט זיך אנייעצע געבן אבער דו וועסט בלייבן שטעקן מיטן פראבלעם

דיינע קינדער האבן נישט געהאט קיין קעמפס און פארקס

אין שפיטאל איז מען נישט מבחין צו דו ביזט א דעוועלאפער אדער נישט

אבער ווען קאומא באקומט א רוף פון אן עסקן וואס פארטרעט דרייסיג טויזענט שטומעס רוקן זיך זאכן זייער שנעל
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מקץ
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 5:18 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקץ »

אורח הכבוד האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:אנאנימע נדבנים האלטן עס אויף. די אלע סערוויסעס איז ריין לשם מצוה.

אנבעליוובל ווי מ'חושט ארום מיט מענטשן.


מ'האט נישט גערעדט צו אייך, חכם מכל אדם וואס קיינער קען נישט איינרעדן קיין באבקעס,
ס''ה שמיעסט מען די פאר תמומי לב וואס זענען גרייד צו קויפן די לאקשן.
גענוג קלאר?


די גוטע נייעס איז אז ס'איז שוין נישט די נ' ס' יארן...

מ'קען שוין נישט פארקויפן די לאקשען פון וואס איר רעדט...

דאס איז טאקע קענטיג אויף די גרויסע טורן אוט ביי די וואלן... דער ציבור שטימט מיט די פיס...


מענטשן וויל פארשטיין פארוואס נאר די גרויסע דעוועלאפערס און מוסדות קאסעס געניסן פון אונזערע פאליטישאנס.

היות דער תירוץ איז אזעלכע סארט אטאקעס, זעהט זיך עס טאקע אן ביי די וואלן.

דער עולם איז פשוט קראנק און מיד פון די סארט פארצייטישע עדיטוט. "מקען נישט ארויסגעבן"... "מחוצף פאר'ן פרעגן"... "די עסקנים זענען דיר נישט שולדיג קיין דין וחשבון"...

די צייטן זענען געענדיגט. אנפארטשענלי.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אנפארטענעטלי קען מען נאך פיין רייטן אויפן ציבור
פאריגע וואלן איז געווען אסאך א קלענערע טייל שטח פון וויליאמסבורג פון געווענליכע וואלן און ס'איז ארויסגעקומען א מאסן טורנאוט כאטש ס'שוין 10 יאר נישט געווען קיין רעגעסטראציע דריוו
אסאך הצלחה
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

אויב עפעס האט זיך דערעוילעם שוין ב''ה פארעקלט פון די גרופע וואס פירען שוין 2 יאר א גרוליגע קאמף קעגען אינזערע עסקנים און מ'זעהט שוין פינקטלעך וואס זיי באדערט.
(הלוואי ווען איך קען דא לייגען אלע פריוואטע אישי'ס פון די לעצטע שעה...)
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

מקץ האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
מקץ האט געשריבן:אנאנימע נדבנים האלטן עס אויף. די אלע סערוויסעס איז ריין לשם מצוה.

אנבעליוובל ווי מ'חושט ארום מיט מענטשן.


מ'האט נישט גערעדט צו אייך, חכם מכל אדם וואס קיינער קען נישט איינרעדן קיין באבקעס,
ס''ה שמיעסט מען די פאר תמומי לב וואס זענען גרייד צו קויפן די לאקשן.
גענוג קלאר?


די גוטע נייעס איז אז ס'איז שוין נישט די נ' ס' יארן...

מ'קען שוין נישט פארקויפן די לאקשען פון וואס איר רעדט...

דאס איז טאקע קענטיג אויף די גרויסע טורן אוט ביי די וואלן... דער ציבור שטימט מיט די פיס...


מענטשן וויל פארשטיין פארוואס נאר די גרויסע דעוועלאפערס און מוסדות קאסעס געניסן פון אונזערע פאליטישאנס.

היות דער תירוץ איז אזעלכע סארט אטאקעס, זעהט זיך עס טאקע אן ביי די וואלן.

דער עולם איז פשוט קראנק און מיד פון די סארט פארצייטישע עדיטוט. "מקען נישט ארויסגעבן"... "מחוצף פאר'ן פרעגן"... "די עסקנים זענען דיר נישט שולדיג קיין דין וחשבון"...

די צייטן זענען געענדיגט. אנפארטשענלי.

ברוך השם אז די עולם איז שוין אויך פארטיג מיט די אנטי עסקנים ניגון און ס׳ בלייבט איבער @מקץ און נאך אפאר אויבער... און די פועל יוצא איז אז מער מענטשן ווערן ווארים נאכן ליינען זיין נאנסענס
אוועטאר
קאפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5640
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 11:59 pm
לאקאציע: בעדפארד סטייוועסענט נ.י.

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפעלע »

.
אטעטשמענטס
20210602_111834.jpg
20210602_111834.jpg (120.06 KiB) געזען 370 מאל
לינק?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: ר’ מענדל, זיי נישט קיין היפאקריט - ברוקלין באחדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

עכט היימיש האט געשריבן:זינט איך האב מיטגעהאלטן פערזענליך וואס ר' נפתלי משה אינדיג מיט ר' יוסי געשטעטנער האבן געטון צו עפענען די שפיטעלער אין די ביטערע צייטן פון די קאראנא מגיפה פרעג איך מער נישט "וואו זענען די עסקנים?" איך גיי נאר שטימען מיט א בלינדע אמונה אין די עסקנים.

---
צו פארשפארן ארבעט פאר @אורח: יא, איך ווייס אז ר' משה דוד האט אויך צוגעלךייגט א פלייצע, אבער מיין 'פערזענליכע' ערפארונג איז געווען מיט די צוויי אויבן דערמאנטע עסקנים.


די דערמאנטע זענען אויך "עסקנים", און דארפן אויך צוקומען צו די ערוועלטע באאמטע, און זיי אלע בעטן מ'זאל ארויסקומען שטמען, מר אמר חדא ומר אמר חדא..

# אנטשולדיגט פאר אריינהאקן מענין פון די נושא האשכול..
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”