פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
מען ריקט זיך נענטער און נענטער צום פארמעסט, אין ווייניגער ווי א חודש ארום קומט פאר די פריימערי וואלן אינערהאלב די דעמאקרטישע פארטיי אויסצווועלן א קאנדידאט וואס זאל לויפן פאר ניו יארק סיטי מעיאר
אנגענומען איז אז דער וואס געווינט די פריימערי איז ווי פארזיכערט ערוועלט צו ווערן ביי די אלגעמיינע וואלן, ווארום די רעפאבליקאנע פארטיי איז זייער אפגעשוואכט אין די סיטי
אנהייב פון די פארמעסט האט אויסגעקוקט ווי דער ביזנעסמאן ענדרו יענג קומט אריין זייער שטארק, אלע אנקעטעס האבן אים געגעבן א קלארע אויבערהאנט, אין די לעצטע פאר וואכן האט זיך די פארמעסט א שאקל געטון אזוי ווי ערווארטעט, יענג האט היבש פארלוירן אין די אנקעטעס אין די צייט ווואס בארא פרעזידענט עריק עדעמס האט געמאכט שיין פארשריט
אין די לעצטע פאר טעג ריקט זיך ארויף א פרישע שטערן, סאניטאציע קאמישינער פרוי גארסיע
זי איז נישט אזוי באקאנט ווי די אנדערע צוויי, נאכן באקומען די אינדארסירונג פון די ניו יארק טיימס האט זי אנגעהויבן זען בעסערע נאמבערס אין די אנקעטעס
אחב"י האלטן א נאנטע אויג אויף דעם פארמעסט, ווארום עס קען האבן א היבשע אימפעקט אויף די לעבן פון היימישע אידן וואס וואוינען אין ניו יארק סיטי
אלזא מיינע פריינט, קומט אריין מיט א פרעדיקציע אפגעזעהן וואס אייער מיינונג איז אויף די קאנדידאטן זעלבסט, ווער פון די פיר הויפט קאנדידאטן האלט איר וועט געווינען די פארמעסט?

(--ווערטערלאז--)
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 791
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
די זעלבע געפיל וואס האט געזאגט אז ביידען גייט עס מאכן זאגט יעצט אז עדעמס גייט עס מאכן
אבער רבות מחשבות בלב איש....
אבער רבות מחשבות בלב איש....
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
און וואס זאגט טורנהיים?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
כסליו האט געשריבן:און וואס זאגט טורנהיים?
וועלכע ווילסטו וויסן דער פעטער צו דער נעפיו?
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
אויב קען יענג נישט געווינען די פריימערי דאן ווייס איך אים נישט וואס צוזאגן
(--ווערטערלאז--)
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
צ/ק
ליבי אומר לי אז עדעמס גייט געווינען, טאקע שמאל
ס'קוקט אויס ווי די דעמאקרעטס האבן ליב א אוטסיידער נאר ביז ס'קומט צו די שטים בודקעס
עיין ערך סענדערס 2020
פערזענליך (גראדע וואוין איך נישט אין די סיטי, באט וואטעווער) וואלט איך געקענט באשטיין אז יענג זאל געווינען, אבער איך האב מורא אז דאס גייט נישט פאסירן
הא קנאוס, לעטס וועיט ענד סי

איש חמודות האט געשריבן:וועלכע ווילסטו וויסן דער פעטער צו דער נעפיו?
די קאזין וואלט גוט געווען
(--ווערטערלאז--)
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
איך וואלט פרעדיקטעט אז עדעמס גייט עס מאכן, וויבאלד אפי' לאמיר זאגן אז ער גייט אריינקומען אויפן ערשטן פלאץ, גייט ער לכאו' נישט האבן קיין 51% פון די שטימען, וואס פעלט אויס צו זיין א זיכערע געווינער, און די צווייטע אפציע שטימען אינעם רענקד וואויטינג סיסטעם, גייט לכאו' גיין מער צו עדעמס, ווייל דאס זענען דאך שטימען אוועקגענומען פון די אלע אנדערע ליבעראלע קאנדידאטן, כ'האף אז איך בין נישט גערעכט.
!Vox Populi, Vox Dei
- ר' יהושיע בן גמלא
- שר האלף
- תגובות: 1726
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט...
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
קלמן יאסעלע האט געשריבן:איך וואלט פרעדיקטעט אז עדעמס גייט עס מאכן, וויבאלד אפי' לאמיר זאגן אז ער גייט אריינקומען אויפן ערשטן פלאץ, גייט ער לכאו' נישט האבן קיין 51% פון די שטימען, וואס פעלט אויס צו זיין א זיכערע געווינער, און די צווייטע אפציע שטימען אינעם רענקד וואויטינג סיסטעם, גייט לכאו' גיין מער צו עדעמס, ווייל דאס זענען דאך שטימען אוועקגענומען פון די אלע אנדערע ליבעראלע קאנדידאטן, כ'האף אז איך בין נישט גערעכט.
RT
- לפי עניות דעתי
- שר האלף
- תגובות: 1080
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
- לאקאציע: במקום שאין איש
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
מיין געפיל זאגט אז גארסיע וועט עס מאכן
איך ווייס נישט פארוואס, אבער סיבה איך לייג געוויכט דערויף, איז ווייל דעבלאזיא האט זיך אויך אזוי געגעבן א ריק אריין דו לעצטע מינוט

כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
והחולק יחלוק
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
קיין נביא בין איך נישט
אבער דערווייל לויט ווי די ווינט פארט קוקט שטארק אויס אז מיר גייען האבן מעיאר יענג.
אבער דערווייל לויט ווי די ווינט פארט קוקט שטארק אויס אז מיר גייען האבן מעיאר יענג.
- ר' יהושיע בן גמלא
- שר האלף
- תגובות: 1726
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט...
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
איש חמודות האט געשריבן:קיין נביא בין איך נישט
אבער דערווייל לויט ווי די ווינט פארט קוקט שטארק אויס אז מיר גייען האבן מעיאר יענג.
וואסערע ווינט רעדט איר?
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
פרעג אין וועטער אשכול
- ר' יהושיע בן גמלא
- שר האלף
- תגובות: 1726
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
- לאקאציע: מזרח וואנט...
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
איש חמודות האט געשריבן:פרעג אין וועטער אשכול
דארט העט איר ענטפערן?
- איש חמודות
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3996
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:דארט העט איר ענטפערן?
דאס פרעג אין זאכן וואס איך וויל וויסן אשכול
-----
צוריק צום נושא
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
די דעמאקראטן האבן סתם אזוי מער ליב אן אינסיידער, אודאי נאך 2016, וועל מיר זעהן אויב יענג איז גענוג גוט דאס איבערצוקומען, האפענטליך יא.
-------
עדעמס לויפט אלס מעסיגער קאנדידאט, נישט אלץ ליבעראל, יענג אויך שטייצעך.
(גארסיע אויך גראדע..)
-------
עדעמס לויפט אלס מעסיגער קאנדידאט, נישט אלץ ליבעראל, יענג אויך שטייצעך.
(גארסיע אויך גראדע..)
- בעסער אזוי
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4625
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
- לאקאציע: אין מיין באקס
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
@צל קום אריין מיט א געשמאקע פרעדיקציע, צולייגט מיט ראדזשינקעס און האניג מאנדלען אזוי ווי נאר @צל קען
(--ווערטערלאז--)
Re: פרעדיקציע: מעיאר פריימערי פארמעסט, 2021
איך ווייס באמת נישט.
איך פלעג האלטן אז יענג וועט אלעס דורכשוויצן אלס פראנטראנער, מעגליך א גאנצן צייט שטארק אויבן נוסח טראמפ 2016, מעגליך מיט עליות וירידות, נוסח ראמני 12 ביידן 20, אבער עס איז נישט אזוי, און עס איז יעצט א צוויי א האלב שפיציגע פארמעסט, מיט עדעמס אן טאפ. דאס מיינט אז איך האב דערווייל נישט גוט פרידיקטעד דעם פארמעסט.
עס איז דא א פאר סברות אַז יענג וועט עס יא מאכן, אבער דאס איז אלעס מעגליך סתם ווישפול טינקינג מצידי.
איך ווארט צו זעהן אויב עס וועט זיך אביסל אויסקלארן אין די נעקסטע וואך למשל.