היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כ'עפען דעם אשכול ווייל לויט ווי מ'שמועסט שוין הויעך אין וואשינגטאן טוצעך אצינד פיבערהאפטיגע הכנות און לעצט מינוטיגע פארהאנדלונגען צו א שטארק מעגליכע נאציאנאלע פאליציי רעפארעם ביל צום ערשטן מאל אין אמעריקאנע היסטאריע.

די פארהאנדלונגען זענען לויט באריכטן אין די פיינעל שטאפלען און גייט אן ערענסט ארום דעם זייגער צווישן קאנגרעס, סענאט, און דער ווייסן הויז מיט פארשטייער פון ביידע פארטייען זיך אויסצוגלייכן אויף ממש לעצט פארבליבענע קלענערע דעטאלן אבער אויפן מערהייט ביל איז שוין דא א בייפארטיזען קאנצענסעס.

די דעטאלן איז נאך היבש פארנעפלט אבער די הויפט שטריכן טוען אנדייטן אויף פארבאטן טשאוקהאלדס, נאו נאק וואראנטס, רעישעל פראפיילינג, און וועט פארלאנגען נייע טרעינינג סטאנדארטס, באדי קאמאראס, און טוט עסטאביליזרן צום ערשטן מאל א נאציאנאלע דאטא באזע ווי אלע פאליציי אפיצירן אין לאנד ווערן אריינגעלייגט און געמאנעטערט אויף טריט און שריט, יעדע קאמפלעין, יעדע טראנספער פון איין דעפארטמענט צו א צווייטע, קאנסיסטענט בייעסן, אא"וו וואס דאס גייט מאכן אז אזוינע חברה ווי דערעק שאווין וואס האט געהאט א פעטערן פון שלעכטע ביהעוויער וועט ווערן שנעל דעטעקטעט דורכן סיסטעם און נישט קענען מאריך ימים זיין אלס אפיציר.

די הויפט פארהאנדלער זאגן זיי זענען נאענט צו פארטיגן א ביל אין די נעקסטע 2-3 וואכן אבער סאמהאו קען איך שווער גלייבן אז מיטש זאל ערלויבן אזא דערגרייכונג פארן דעמאקראטישן פרעזידענט, וכלשונו הקדוש "מיין מיסיע איז אך ורק צו שטערן די דאזיגע אדמיניסטראציעס אזשענדע" ודברי פי חכם חריין, וקבל את האמת ממי שאמרו. איז בלייבט נאר איבער צו זעהן און וואטשן פונקטליך "וועכע" מענאווערס דער טשעכופאכע גרייט שוין צו הינטערן טיש צו דירעילן די גאנצע באן פון די שינעס...

ונזכה ונראה..
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

און ווען קריימס וועלן שטייגן ווייל אפיצירן רעזיגנירן צוליב די געיאגטע צוימונגען אן קיין נארמאלע טרענינג פאר אלטערנאטיווע מיטלען, וועט שוין טראמפ זיין פרעזידענט און ער וועט שוין זיין שולדיג...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

נישט געזארגט, ס'וועט זיין ביידען'ס צווייטע טערמין, וועסט אים נאך רוהיג קענען בלעימען
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:און ווען קריימס וועלן שטייגן ווייל אפיצירן רעזיגנירן צוליב די געיאגטע צוימונגען אן קיין נארמאלע טרענינג פאר אלטערנאטיווע מיטלען, וועט שוין טראמפ זיין פרעזידענט און ער וועט שוין זיין שולדיג...

און ווען מענטשן זענען געשטארבן צוליב איבערוויגענדע פאליציי קראפט איז ביידען געווארן פרעזידענט און ער וועט ברענגען באלאנסירטע סטאנדארטן צווישן געזעץ אינפארסירער און די ברייטע פובליק.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:און ווען קריימס וועלן שטייגן ווייל אפיצירן רעזיגנירן צוליב די געיאגטע צוימונגען אן קיין נארמאלע טרענינג פאר אלטערנאטיווע מיטלען, וועט שוין טראמפ זיין פרעזידענט און ער וועט שוין זיין שולדיג...

איך בין א טראמפער א געזעץ טויש דארף קומען, אז עס וועט נישט זיין גיט קען עס טראמפ מאדיפייען אויב ער געווינט
מען מעג אביסל ענפארסירן די ענפארסירערס
לעצט פארראכטן דורך פרוכט בוים אום דינסטאג מאי 25, 2021 10:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די איינציגסטע זאך וואס מען דארף איז "אקאונטעביליטי". און דאס קען מען אנהויבן טון, שוין יעצט, אן ארויפלייגן נאך צענדליגער צוימונגען אויף פאליציי אפיצירן.

אגב, וויאזוי קען די פעדעראלע רעגירונג מאכן פאליציי רעפארם? איז דאס נישט א סטעיט זאך?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פעיק ניוז האט געשריבן:די איינציגסטע זאך וואס מען דארף איז "אקאונטעביליטי". און דאס קען מען אנהויבן טון, שוין יעצט, אן ארויפלייגן נאך צענדליגער צוימונגען אויף פאליציי אפיצירן.

זיי דיך מסביר וואס לשיטתך ברויכט מען ווען טוהן, און וויאזוי מ’קען דאס סימפעל דורכפירן אן מעקאנעלס שטייפע האנט.

לגבי דיין שאלה, אויב ס’איז א פעדעראלע געזעץ מוז זיך יעדער צושטעלן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פעיק ניוז האט געשריבן:אגב, וויאזוי קען די פעדעראלע רעגירונג מאכן פאליציי רעפארם? איז דאס נישט א סטעיט זאך?
פונקט ווי זיי קענען מאכן עלעקשען געזעצן וואס איז אויך א סטעיט זאך און די פעדעראלע טאר זיך עמטליך נישט אריינמישן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די איינציגסטע זאך וואס מען דארף איז "אקאונטעביליטי". און דאס קען מען אנהויבן טון, שוין יעצט, אן ארויפלייגן נאך צענדליגער צוימונגען אויף פאליציי אפיצירן.

אגב, וויאזוי קען די פעדעראלע רעגירונג מאכן פאליציי רעפארם? איז דאס נישט א סטעיט זאך?

זיי דיך מסביר וואס לשיטתך ברויכט מען ווען טוהן, און וויאזוי מ’קען דאס סימפעל דורכפירן אן מעקאנעלס שטייפע האנט.

אויב אפיצירן וועלן אנהויבן ליידן קאנסעקווענצן אויף באגאנגענע עוולות, וועט זיך נישט אויספעלן קיין שום פרישע צוימונגען. איך ווייס נישט ווי מעקאנעל קומט דא אריין לגבי מיין פוינט.
לגבי דיין שאלה, אויב ס’איז א פעדעראלע געזעץ מוז זיך יעדער צושטעלן.

מיין שאלה איז, וויאזוי די פעדעראלע רעגירונג קען אריינרעדן אין עניני פאליציי, ווען פאליציי אגענטורן זענען אונטער דער סטעיט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:אגב, וויאזוי קען די פעדעראלע רעגירונג מאכן פאליציי רעפארם? איז דאס נישט א סטעיט זאך?
פונקט ווי זיי קענען מאכן עלעקשען געזעצן וואס איז אויך א סטעיט זאך און די פעדעראלע טאר זיך עמטליך נישט אריינמישן.

איך גלויב אז עס איז דא ביז וואו די פעדעראלע רעגירונג קען אריינרעדן בנוגע עלעקשאנס, וואס פון דארט און ווייטער איז די מאכט ביי די סטעיטס.

און טאקע, רוב עלעקשאן געזעצן ווערן געמאכט דורך די סטעיטס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די איינציגסטע זאך וואס מען דארף איז "אקאונטעביליטי". און דאס קען מען אנהויבן טון, שוין יעצט, אן ארויפלייגן נאך צענדליגער צוימונגען אויף פאליציי אפיצירן.

אגב, וויאזוי קען די פעדעראלע רעגירונג מאכן פאליציי רעפארם? איז דאס נישט א סטעיט זאך?

זיי דיך מסביר וואס לשיטתך ברויכט מען ווען טוהן, און וויאזוי מ’קען דאס סימפעל דורכפירן אן מעקאנעלס שטייפע האנט.

אויב אפיצירן וועלן אנהויבן ליידן קאנסעקווענצן אויף באגאנגענע עוולות, וועט זיך נישט אויספעלן קיין שום פרישע צוימונגען. איך ווייס נישט ווי מעקאנעל קומט דא אריין לגבי מיין פוינט.

וויאזוי פונקטליך פארלאנגסטו קאנסעקווענצן?

אויב וועט מען ווארטן ביז א אפיציר באגייט א פארברעך, דאן וועט זיך גארנישט טוישן.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מ'ממישט דא צוויי זאכן, ס'דא "פרעצעדענט" און דאן איז דא די פאקטישע געזעצליכע מעגליכקייטן

פרעצעדענטווייז איז נאכנישט געווען קיין פעדעראלע דעטאלירטע געזעצן איבער עלעקשאנס און פאליציי, אבער קאנסטעטוציווייז קען די פעדעראל גאווערמעט איינפירן ככל העולה על רוחם (ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיטן קאנסטעטוציע שטייצעך)
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג מאי 25, 2021 10:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:די איינציגסטע זאך וואס מען דארף איז "אקאונטעביליטי". און דאס קען מען אנהויבן טון, שוין יעצט, אן ארויפלייגן נאך צענדליגער צוימונגען אויף פאליציי אפיצירן.

אגב, וויאזוי קען די פעדעראלע רעגירונג מאכן פאליציי רעפארם? איז דאס נישט א סטעיט זאך?

זיי דיך מסביר וואס לשיטתך ברויכט מען ווען טוהן, און וויאזוי מ’קען דאס סימפעל דורכפירן אן מעקאנעלס שטייפע האנט.

אויב אפיצירן וועלן אנהויבן ליידן קאנסעקווענצן אויף באגאנגענע עוולות, וועט זיך נישט אויספעלן קיין שום פרישע צוימונגען. איך ווייס נישט ווי מעקאנעל קומט דא אריין לגבי מיין פוינט.

וויאזוי פונקטליך פארלאנגסטו קאנסעקווענצן?

אויב וועט מען ווארטן ביז א אפיציר באגייט א פארברעך, דאן וועט זיך גארנישט טוישן.

איך זע נישט וואס נאך איך קען מסביר זיין דא. קאנסעקווענצן מיינט קאנסעקווענצן.

לאמיר פרובירן אביסל מער מסביר זיין:

כהיום איז אין אמעריקע נישט ערלויבט צו ניצן טויטליכע מאכט ווען עס פעלט נישט אויס. פאקט איז, אז מען ניצט יא ווען עס פעלט נישט אויס. צום ביישפיל, ניצן דעם טשאוקהאלד מעטאד, איז נישט ערלויבט צו ניצן נאר אויף ספעציפישן אופן, און נאר ווען עס פעלט אויס, דהיינו אראפצוהאלטן א מענטש וואס קען זיין מסוכן אדער ווייעלענט. דער מציאות איז אבער, אז אפיצירן באניצן זיך איבריג דערמיט. קאנסעקווענצן ליידן זיי אבער נישט. וויבאלד דער סיסטעם איז קארופטירט. וואלט ווען געווען א סיסטעם פון פעסטע אקאונטעביליטי, וואלטן אפיצירן אכטונג געגעבן אויף זייערע מעשים.

אין קורצן: דער איבריגע מאכט ניצעריי פראבלעם, ליגט נישט אין די גיידליינס וואס פאליציי אגענטורן. עס ליגט אין דעם סיסטעם וואס האלט נישט אקאונטעבל אפיצירן וואס באגייען עוולות.

נאך א נקודה: יעדער מעטאד וואס מען פאליציי ניצט, איז דא פאר א ציל. עס זענען דא פעלער ווען זיי זענען וויכטיג און פעלן אויס. א מעטאד ווי טשאוקהאלד, פעלט אמאל אויס. פארבאטן אינגאנצן צו ניצן מאכט אן קיין פשרות, איז נער'יש און דיסטראקטעוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

כאפצעם האט געשריבן:מ'ממישט דא צוויי זאכן, ס'דא "פרעצעדענט" און דאן איז דא די פאקטישע געזעצליכע מעגליכקייטן

פרעצעדענטווייז איז נאכנישט געווען קיין פעדעראלע דעטאלירטע געזעצן איבער עלעקשאנס און פאליציי, אבער קאנסטעטוציווייז קען די פעדעראל גאווערמעט איינפירן ככל העולה על רוחם (ווילאנג ס'איז אין איינקלאנג מיטן קאנסטעטוציע שטייצעך)

ביזסטו זיכער אין דעם?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

אדרבה זאג אויב ווייסטו עפעס אנדערש
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: היסטאריע: נאציאנאלע פאליציי רעפארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

געזעצגעבער פון ביידע פארטייען האבן זיך פאראייניגט אויף א בייפארטיזען פאליציי רעפארעם ביל.

די פונקטליכע דעטאלן ווארט מען נאך צו ווערן פארעפענטליכט, אבער דאס איז אן קיין פראגע א גאר היסטארישע זאך און די פאקטישע טעקסט און דער פיינעל ביל וועט ווערן לויטן פלאן ארויסגעלייגט און געפעסד אין די קומענדע וואכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”