אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
2021-05-27.jpg

וואףף
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

גלות איד האט געשריבן:איך זע אז דער ווייסט שוין קלאר ווער ס'איז שילדיג אין די גאנצע מעשה. נאר די משטרה. פינטל.

קען מיר איינער ערקלערן פונקטליך ווי אזוי קומט דא אריין די משטרה? וואס האבן זיי יא\נישט געטוהן?

די משטרה האט יא געטוהן:
געגעבן פערמיטס (אישורי בטיחות).
אראפגענומען אלע קעמערעס פון די הקדשות, און הכנסת אורחים.
געטיילט קלעפ.
געשפריצט גז פלפל.
געמאכט א מסלול נחש אין די עזרת נשים. דהיינו אז נשים האבן זיך געמוזט שטופען א שעה צוויי און די קעלט / אויף די זון, כדי צו זיין 5 מינוט אויף א "קאנוועיאר בעלט" אין די מערה.
אריינגעלאזט צו די מתחם ההדלקה טויזענטער מענטשען מער ווי דער מהנדסים האבן ערלויבט.
געלייגט באריקאדעס און פארמאכט רוב יציאות סיי ביי די הדלקה אין בויאן און סיי ביי די הדלקה אין תו"א.
ארויסגעלאזט א שמועה אז ס' האט געקראכט א פארענצא. וואס האט גורם געווען אז די חברי הצלה האבן זיך געפארעט מיט זכען די געקראכטע פארענצא, און פארלוירען טייערע מינוטען וואס האבן געקאסט נפשות. (דברי יו"ר הצלה במירון בראיון לאחר האירוע).
נאך די אומגליק האבן זיי אראפגעטריבען די גאנצע עולם צו די חניון פון די אוטובוסים, און זיי דארט געלאזט אין דער קעלט עלטערע אידן, פרויען מיט קליינע קינדער, פאר שעות ארוכות, ביז ס' איז געווען גענוג אוטובסים אלעמען צו אהיימנעמען.
געפאדערט זיהוי מדעי - דהיינו אז ס' איז נישט גענוג וואס מען דערקענט די הרוגים, נאר מען דארף זיי נעמן צו מכון לרפואה משפטית אין אבו כביר צו מאכן זיהוי מדעי, וואס דאס האט צוגעברענגט אז די משפחות זענען געשטאנען פאר שעות ארוכות אינדרויסן פון אבו כביר אויף די זון, נישט וויסענדיג צו זייערע טיירעסטע לעבט צו נישט, און דאס האט גורם געווען צו אפשטופען רוב לויות אויף מוצ"ש און זונטאג, און די לויות וואס זענען שוין יא געווען פרייטאג איז געווען מיט די נשמה אין די הענט צו אניאגען די קבורה פאר די שקיעה.

די משטרה האט נישט:
נישט געלאזט ברענגען פריוואטע סעקיוריטי קאמפעניס.
נישט אריינגעלאזט טראקס מיט עסן צו די הכנסות אורחים.
נישט געלאזט סערווירען געקאכטע עסן, צוליב קאראנא...
נישט געלאזט נאך הדלקות.
נישט געלאזט אוטובוסים פון פריוואטע קאמפניס אראפלאזן די עולם אין מירון, נאר ביי ווייטע פארקינג לאטס (חניונים). און דארט האבן זיי געדארפט ארויפגיין אויף שאטלים. כנ"ל אויפן וועג אהיים ווען זיי האבן פאטריבן דער עולם פון מירון, און נישט צוגעשטעלט קיין שאטלים צו קענען טראגן די עולם צו דער ווייטער פארקינג לאטס. וואס האט נאר פאגרעסערט די כאאס אויפן פלאץ.
נישט געלאזט אמבולאנסען ארויפקומען נעמען פארוואונדעטע אין שפיטאל. פאראמאדיקס האבן געמוזט טראגן די בעטלך פון די קראנקע צופוס אראפ די גאנצע בארג.
נישט געלאזט אמבולאנסען פארן די נארמאלער וועג צום שפיטאל אין צפת, נאר דורך בורמה וואס נעמט 50 מינוט.

אויב איינער ווייסט פון קאנקרעטע זאכן וואס האבן א שייכות צו דער אומגליק ווערט ער געבעטן צו מיטיילען דער עולם מיט וואס ער ווייסט.
אטעטשמענטס
4משטרים מגרשים כולם לחניונים.jpg
4משטרים מגרשים כולם לחניונים.jpg (69.92 KiB) געזען 2715 מאל
2משטרים מגרשים בכח כל השוהים בציון אחרי הטרגדיה (7).jpg
2משטרים מגרשים בכח כל השוהים בציון אחרי הטרגדיה (7).jpg (152.47 KiB) געזען 2715 מאל
גז פלפל במירון ערב לג בעומר (1).jpg
גז פלפל במירון ערב לג בעומר (1).jpg (744.73 KiB) געזען 2738 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נכד החתם סופר האט געשריבן:לו יצוייר אז ס' איז נישטא דא קיין מדינה, וואס וואלט מען געטוהן?
א. חוה"מ סוכות ביי שמחת בית השואבה און מוצאי שמחת תורה ביי הקפות שניות, נאך וואס ב"ה ס' איז דא א גרויסע עולם, האט מען די לעצטע פאר יאר אנגעהויבן צו פארמאכן די שוהל/עזרת נשים, און אריינלאזן נאר מיט כרטיסים אויף א מסודר'דיגע אופן.
ב. כנ"ל, ביי יעדער גרויסער מעמד, אזויווי די סיום הש"ס, די מעמד בעניני טעכנעלאגיע ע"י כ"ק אדמור מסקולען זצ"ל, די מחאה פוןסאטמר אויף גיוס און ברקלייס, וכו' וכו', וואס מען נוצט פריוואטע סעקיוריטי קאמפעניס און יעדער האט א קארטעל און אלעס פארט אויף א מסודר'דיגע אופן.
ג. פונקט אזוי יעצט וואלט מען צוגעלייגט נאך אפאר מתחמים אז נאך רביס משפיעים וכו' זאלן קענען פירען א הדלקה, און יעדער איינער זאל טיילען/פארקויפן כרטיסים צו זיין הדלקה. און יעדער זאל זיך ברענגען א סעקיוריטי קאמפעני, פונקט אזויווי יעדער טוט בא זיך אין בית מדרש ווען ס' איז דא א גרויסע מעמד. און פארשטייט זיך אליין אז יעדער וועט צופאסען די מספר פון די כרטיסים לויט די תנאי השטח.
ד. אין די מערה אליין, וועלן די הקדשות מסדר זיין אזא סארט סיסטעם פון שעות מיט כרטיסים.
ה. והעולה על כולנה. מען וואלט געשיקט די גורמים פון די הריגה צו תפיסה, בענינינו די משטרה.

תן לחכם ויחכם עוד.

ווער לאזט נישט טון די אלע זאכן יעצט? די משטרה איז דערקעגן?

סתם מאלן וואסער האט נישט קיין פשט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נכד החתם סופר האט געשריבן:ארויסגעלאזט א שמועה אז ס' האט געקראכט א פארענצא. וואס האט גורם געווען אז די חברי הצלה האבן זיך געפארעט מיט זכען די געקראכטע פארענצא, און פארלוירען טייערע מינוטען וואס האבן געקאסט נפשות. (דברי יו"ר הצלה במירון בראיון לאחר האירוע).

מסתמא האבן זיי דאס געטון במזיד צו הרג'נען וואס מער נפשות, ניין???

רוב אנדערע זאכן האבן אויך נישט קיין שייכות מיט די טראגעדיע אדער מיט די אויספארשונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

נכד החתם סופר האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:איך זע אז דער ווייסט שוין קלאר ווער ס'איז שילדיג אין די גאנצע מעשה. נאר די משטרה. פינטל.

קען מיר איינער ערקלערן פונקטליך ווי אזוי קומט דא אריין די משטרה? וואס האבן זיי יא\נישט געטוהן?

די משטרה האט יא געטוהן:
געגעבן פערמיטס (אישורי בטיחות).
אראפגענומען אלע קעמערעס פון די הקדשות, און הכנסת אורחים.
געטיילט קלעפ.
געשפריצט גז פלפל.
געמאכט א מסלול נחש אין די עזרת נשים. דהיינו אז נשים האבן זיך געמוזט שטופען א שעה צוויי און די קעלט / אויף די זון, כדי צו זיין 5 מינוט אויף א "קאנוועיאר בעלט" אין די מערה.
אריינגעלאזט צו די מתחם ההדלקה טויזענטער מענטשען מער ווי דער מהנדסים האבן ערלויבט.
געלייגט באריקאדעס און פארמאכט רוב יציאות סיי ביי די הדלקה אין בויאן און סיי ביי די הדלקה אין תו"א.
ארויסגעלאזט א שמועה אז ס' האט געקראכט א פארענצא. וואס האט גורם געווען אז די חברי הצלה האבן זיך געפארעט מיט זכען די געקראכטע פארענצא, און פארלוירען טייערע מינוטען וואס האבן געקאסט נפשות. (דברי יו"ר הצלה במירון בראיון לאחר האירוע).
נאך די אומגליק האבן זיי אראפגעטריבען די גאנצע עולם צו די חניון פון די אוטובוסים, און זיי דארט געלאזט אין דער קעלט עלטערע אידן, פרויען מיט קליינע קינדער, פאר שעות ארוכות, ביז ס' איז געווען גענוג אוטובסים אלעמען צו אהיימנעמען.
געפאדערט זיהוי מדעי - דהיינו אז ס' איז נישט גענוג וואס מען דערקענט די הרוגים, נאר מען דארף זיי נעמן צו מכון לרפואה משפטית אין אבו כביר צו מאכן זיהוי מדעי, וואס דאס האט צוגעברענגט אז די משפחות זענען געשטאנען פאר שעות ארוכות אינדרויסן פון אבו כביר אויף די זון, נישט וויסענדיג צו זייערע טיירעסטע לעבט צו נישט, און דאס האט גורם געווען צו אפשטופען רוב לויות אויף מוצ"ש און זונטאג, און די לויות וואס זענען שוין יא געווען פרייטאג איז געווען מיט די נשמה אין די הענט צו אניאגען די קבורה פאר די שקיעה.

די משטרה האט נישט:
נישט געלאזט ברענגען פריוואטע סעקיוריטי קאמפעניס.
נישט אריינגעלאזט טראקס מיט עסן צו די הכנסות אורחים.
נישט געלאזט סערווירען געקאכטע עסן, צוליב קאראנא...
נישט געלאזט נאך הדלקות.
נישט געלאזט אוטובוסים פון פריוואטע קאמפניס אראפלאזן די עולם אין מירון, נאר ביי ווייטע פארקינג לאטס (חניונים). און דארט האבן זיי געדארפט ארויפגיין אויף שאטלים. כנ"ל אויפן וועג אהיים ווען זיי האבן פאטריבן דער עולם פון מירון, און נישט צוגעשטעלט קיין שאטלים צו קענען טראגן די עולם צו דער ווייטער פארקינג לאטס. וואס האט נאר פאגרעסערט די כאאס אויפן פלאץ.
נישט געלאזט אמבולאנסען ארויפקומען נעמען פארוואונדעטע אין שפיטאל. פאראמאדיקס האבן געמוזט טראגן די בעטלך פון די קראנקע צופוס אראפ די גאנצע בארג.
נישט געלאזט אמבולאנסען פארן די נארמאלער וועג צום שפיטאל אין צפת, נאר דורך בורמה וואס נעמט 50 מינוט.

אויב איינער ווייסט פון קאנקרעטע זאכן וואס האבן א שייכות צו דער אומגליק ווערט ער געבעטן צו מיטיילען דער עולם מיט וואס ער ווייסט.

זעט אויס אז איינער האט בטעות געטרינקן ח"י ראטל ערק...

מיט דיין לעצטע שורה ביסטו יא גערעכט "אויב איינער ווייסט פון קאנקרעטע זאכן וואס האבן א שייכות צו דער אומגליק ווערט ער געבעטן צו מיטיילען דער עולם מיט וואס ער ווייסט"
לעצט פארראכטן דורך גלות איד אום דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נכד החתם סופר האט געשריבן:געמאכט א מסלול נחש אין די עזרת נשים. דהיינו אז נשים האבן זיך געמוזט שטופען א שעה צוויי און די קעלט / אויף די זון, כדי צו זיין 5 מינוט אויף א "קאנוועיאר בעלט" אין די מערה.

אריינגעלאזט צו די מתחם ההדלקה טויזענטער מענטשען מער ווי דער מהנדסים האבן ערלויבט

דאס שרייבסטו ממש איין שורה נאכן צווייטן.

ווען די פאליציי מאכט סדר: מסלול נחש, צוויי שעה אין די קעלט/זון, קאנוועיאר בעלט.

ווען די פאליציי לאזט תו"א טון וואס זיי ווילן: אריינגעלאזט מער ווי די מהנדסים ערלויבן.

דו קענסט אפשר אליין אויספיגערן וואס דו וואלסט געשריבן אויב די פאליציי וואלט נישט אריינגעלאזט אין תו"א מער פון די ערלויבטע צאל מענטשן?...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:

ביסט גוט!
איך זעה אז דו האסט ארויס וויאזוי א ועדת חקירה ארבעט, כל הכבוד!

לגופו של ענין, נאך אזא געלונגענער סדר פון א מסלול נחש ענדיגט זיך עס טאקע מיט דעם אז דער נחש בייסט...

אויב די משטרה וואלט נישט געשפריצט גאז, און נישט געהאקט קלעפ, און נישט אריינגעלאזט מער מענטשען, און געהאלטן סדר אזויווי ביי דער סיום הש"ס, און יעדער אנדערע נארמאלער מעמד, וואס ס' איז דא פריוואטע סעקיוריטי קאמפעניס, וואלט מען געזאגט They are doing their job.

אבער וואס זאל מען טוהן אז די מעשה גייט פארקערט...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך וויל מיך נישט אריינלאזן אין דעם דעבאטע יעצט, וויל דער אשכול איז נישט געאייגנט פארדעם.

איך בין נאר נייגעריג אויב ביי די סיום הש"ס פראטעסטירט מען אויך קעגן די פרייוועט סעקיוריטי פארן מאכן סדר אדער איינטיילן וואס צו טון....

קענען זיי דען מאכן סדר אן טיילן פעטש?? איז דא א וועג מען זאל זיך לאזן פון די פאליציי און פאלגן וואס זיי הייסן? אדער זיי זענען נאציס און פארטיג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

eller האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:און איר גלויבט זיי?

לכאורה ארויס גענומען די ווערטער פון קאנטעקסט, כדרכם.

photo_2021-05-27_14-35-52.jpg

די בריוו פון ר' מרדכי שמעקט פאלטש דורך און דורך. נישט קיין מציאות בעולם אז ער האט עס אליינס געשריבן. און נישט קיין מציאות אז ער זאל עס לאזן שרייבן.
לגופו של ענין, אויב איז די מעשה אמת איז עס אן אומדערהערטע חוצפה אויפן העכסטן לעוועל אז די אלמנה און יתומים'לעך זענען געווארן אפגעזאגט א פערמיט צו פארן צו זייער פאטערס שלושים נאכדערצו נישט האבדנדיג די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן ביי די לויה.
דאס קען נישט און טאר נישט פארשוויגן ווערן.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קו הישר האט געשריבן:

ליין איבער, ס'קוקט אויס אז מ'האט יא געלאזט א חלק פון די משפחה (מסתמא אלמנה און יתומים) אבער נישט די גאנצע משפחה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

קו הישר האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:און איר גלויבט זיי?

לכאורה ארויס גענומען די ווערטער פון קאנטעקסט, כדרכם.

photo_2021-05-27_14-35-52.jpg

די בריוו פון ר' מרדכי שמעקט פאלטש דורך און דורך. נישט קיין מציאות בעולם אז ער האט עס אליינס געשריבן. און נישט קיין מציאות אז ער זאל עס לאזן שרייבן.
לגופו של ענין, אויב איז די מעשה אמת איז עס אן אומדערהערטע חוצפה אויפן העכסטן לעוועל אז די אלמנה און יתומים'לעך זענען געווארן אפגעזאגט א פערמיט צו פארן צו זייער פאטערס שלושים נאכדערצו נישט האבדנדיג די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן ביי די לויה.
דאס קען נישט און טאר נישט פארשוויגן ווערן.

די מעשה איז ליידער 100 פראצענט אמת און ’קיינער’ איז נישט געווען וויליג איהם צו העלפן
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער בדחן »

קו הישר האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:און איר גלויבט זיי?

לכאורה ארויס גענומען די ווערטער פון קאנטעקסט, כדרכם.

photo_2021-05-27_14-35-52.jpg

די בריוו פון ר' מרדכי שמעקט פאלטש דורך און דורך. נישט קיין מציאות בעולם אז ער האט עס אליינס געשריבן. און נישט קיין מציאות אז ער זאל עס לאזן שרייבן.
לגופו של ענין, אויב איז די מעשה אמת איז עס אן אומדערהערטע חוצפה אויפן העכסטן לעוועל אז די אלמנה און יתומים'לעך זענען געווארן אפגעזאגט א פערמיט צו פארן צו זייער פאטערס שלושים נאכדערצו נישט האבדנדיג די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן ביי די לויה.
דאס קען נישט און טאר נישט פארשוויגן ווערן.

וועלוועל שמעלצער זאגט ביים שמועס אז די קינדער זענען געפארן אויף די שלושים
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

דער בדחן האט געשריבן:וועלוועל שמעלצער זאגט ביים שמועס אז די קינדער זענען געפארן אויף די שלושים

זאג אים אז @פרעגער אויף אייוועלט האט פעסטגעשטעלט אז די מעשה איז 100% קראנט און די אלמנה און די קינדערלעך זענען נישט געפארן. (אפשר איין זון געפארן ותו לא.)
געהערט אז מען האט טאקע דערפאר אפגעשטופט די הקמת המצבה.
#אומדערהערטע חוצפה
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך וויל מיך נישט אריינלאזן אין דעם דעבאטע יעצט, וויל דער אשכול איז נישט געאייגנט פארדעם.

איך בין נאר נייגעריג אויב ביי די סיום הש"ס פראטעסטירט מען אויך קעגן די פרייוועט סעקיוריטי פארן מאכן סדר אדער איינטיילן וואס צו טון....

קענען זיי דען מאכן סדר אן טיילן פעטש?? איז דא א וועג מען זאל זיך לאזן פון די פאליציי און פאלגן וואס זיי הייסן? אדער זיי זענען נאציס און פארטיג.

ס' זענען דא זאכן וואס אויב מען לעבט דאס נישט מיט קען מען דאס נישט פארשטיין,
יוסי דייטש סגן ראש עיריית ירושלים, האט מסביר געווען נאך די אומגליק אין א אינטערוויו וויפיל ער האט זיך געבעטן ביי די משטרה צו אוועקנעמען די באריקאדעס ווייל ס' איז פיקוח נפש ממש, און ער האט גערעדט צו די דופן עקומה.
און ער אליין מיט דעם וואס ער איז א א איש מכובד אין זיינע מיטליעריגע יארן מיט א ווייסע בארד, האט אים די משטרה פשוט אראפגעווארפן, דא האט איר די ווידעא: משטרה ווארפט אראפ סגן ראש עיריית ירושלים יוסי דייטש
פארשטייט זיך אליין אז א פריוואטע סעקיוריטי קאמפעני, וואלט זיך נישט דערוואגט צו טוהן אזעלכע שריט, און אלעס געוואן מסודר ביז אפאר מינוט. אזויווי ביי יעדער אנדערע נארמאלער מעמד וואס די משטרה שטעקט נישט אריין די נאז.
איך אישי, האב שוין אפאר מאל מיטגעהאלטען אין מירון ל"ג בעומר (ב"ה וואס איך פאר שוין קיין מירון יארן, די אייבישטע זאל ווייטער העלפען געזונטערהייט), אז בשעת'ן ווארטען אויף די אוטובוסים אהיימצוגיין, קומען אריין פאליצייאישער פערד אינמיטן דער עולם פון אנשים נשים וטף, אן קיין פארוואס און אן קיין פארווען.
לסיום וויל איך נאר דערמאנען, אז יעדער ארץ ישראל'דיגער איד האט מיטגעהאלטען לפחות איינער פון די קומענדיגער מעשיות דער לעצטע יאר צייט אליין, פרשיית פליישמן/ הילד יענקי רוזנברג / הילדה גטר / אומן תשפ"א / שושן פורים / סגרים על שכונות חרדיות / רמוני הלם בבני ברק / גז פלפל / התזת בואש בשכונות חרדיות צפופות בהכשר הבג"ץ וכו' וכו'.
אטעטשמענטס
5משאירים אלפים בחניונים ללא אוטובסים (3).jpg
5משאירים אלפים בחניונים ללא אוטובסים (3).jpg (128.43 KiB) געזען 2116 מאל
5משאירים אלפים בחניונים ללא אוטובסים (2).jpg
5משאירים אלפים בחניונים ללא אוטובסים (2).jpg (137.86 KiB) געזען 2116 מאל
5משאירים אלפים בחניונים ללא אוטובסים (1).jpg
5משאירים אלפים בחניונים ללא אוטובסים (1).jpg (48.89 KiB) געזען 2116 מאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך בין מודה איז די משטרה זענען גרויסע רשעים (א גרויס חלק פון זיי), קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם. כאמאס טעראריסטן זענען אויך גרויסע רשעים, אבער אויף די מירון טראגעדיע וואלט קיינער נישט באשולדיגט כאמאס...

צו באשולדיגן די משטרה פארן אריינלאזן צופיל מענטשן אין תולדות אהרן איז רירינדע טיפשות. זיי וואלטן געדארפט קומען מיט טאנקן אז דאס זאל קענען פאסירן. דער איד וואלט געהאט שרייענדע העדליינס מיט רויטע אותיות איבער די נאצישע סעלעקציעס נישט אריינצולאזן אידן ביים הדלקה מיטן ציל אויסצורייסן יעדע פונק פון אידישקייט...

די איינציגסטע זאך מיט וואס מ'קען באמת באשולדיגן די משטרה איז אויב זיי האבן דארט געלייגט א געיט און בלאקירט דעם דורכגאנג נאר אונטן ווי מ'האט מתחילה געמיינט. אבער דאס איז שוין נישט קיין צד לכאורה.

צו ברענגען רשעות פון די משטרה איז זייער וויכטיג, אבער נישט אין דעם אשכול ביטע. דא רעדט מען פון די אסון מירון אויספארשונג.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך בין מודה איז די משטרה זענען גרויסע רשעים (א גרויס חלק פון זיי), קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם. כאמאס טעראריסטן זענען אויך גרויסע רשעים, אבער אויף די מירון טראגעדיע וואלט קיינער נישט באשולדיגט כאמאס...

דו שאלה איז ווער איז אחראי צו קאנטראלירן דעם ציבור

איז עס דו פאליציי, זענען זיי דו עיקר שולדיגע
איז עס תולדות אהרן, זענען זיי שולדיג

איז עס קיינער נישט, איז דער וואס דארף טיילן דו פערמיטן שולדיג.

דו טענה אז מוואלט זיי פארשריגן איז לפענ”ד קיין טענה, וואו קען מען מפקיר זיין טויזענטער נפשות, וויייל איינער גייט שרײען נאצי? אתמהה
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך בין מודה איז די משטרה זענען גרויסע רשעים (א גרויס חלק פון זיי), קיינער דינגט זיך נישט מיט דעם. כאמאס טעראריסטן זענען אויך גרויסע רשעים, אבער אויף די מירון טראגעדיע וואלט קיינער נישט באשולדיגט כאמאס...

צו באשולדיגן די משטרה פארן אריינלאזן צופיל מענטשן אין תולדות אהרן איז רירינדע טיפשות. זיי וואלטן געדארפט קומען מיט טאנקן אז דאס זאל קענען פאסירן. דער איד וואלט געהאט שרייענדע העדליינס מיט רויטע אותיות איבער די נאצישע סעלעקציעס נישט אריינצולאזן אידן ביים הדלקה מיטן ציל אויסצורייסן יעדע פונק פון אידישקייט...

די איינציגסטע זאך מיט וואס מ'קען באמת באשולדיגן די משטרה איז אויב זיי האבן דארט געלייגט א געיט און בלאקירט דעם דורכגאנג נאר אונטן ווי מ'האט מתחילה געמיינט. אבער דאס איז שוין נישט קיין צד לכאורה.

צו ברענגען רשעות פון די משטרה איז זייער וויכטיג, אבער נישט אין דעם אשכול ביטע. דא רעדט מען פון די אסון מירון אויספארשונג.

הייבט אז פון יוסי דייטש איש אגודת ישראל וואס האט געשריגען אז ס' איז פיקוח נפש און מען דארף ארויסלאזן דער עולם, און ער גייט האבן א העדליין אין המבשר / המודיע, האבן זיי זיך נישט דעשראקען,
אבער אז די איד גייט האבן א העדליין איבער די נאצישער סעלקציע, זענען זיי ממש אריין אין א היסטעריא...
איך קלער אז אויף דעם אליין קען מען עפענען אן אינוועסטיגעישען...
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:דו טענה אז מוואלט זיי פארשריגן איז לפענ”ד קיין טענה, וואו קען מען מפקיר זיין טויזענטער נפשות, וויייל איינער גייט שרײען נאצי? אתמהה

גערעכט. די געריכט גייט לכאורה דאס טענה'ן און טאקע באשולדיגן די פאליציי, און מיט רעכט.

אבער ס'פאסט נישט אז דער וואס קעמפט קעגן די פאליציי פארן מאכן סדר זאל גאר באשולדיגן די פאליציי אויף נישט מאכן סדר... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:דו טענה אז מוואלט זיי פארשריגן איז לפענ”ד קיין טענה, וואו קען מען מפקיר זיין טויזענטער נפשות, וויייל איינער גייט שרײען נאצי? אתמהה

גערעכט. די געריכט גייט לכאורה דאס טענה'ן און טאקע באשולדיגן די פאליציי, און מיט רעכט.

אבער ס'פאסט נישט אז דער וואס קעמפט קעגן די פאליציי פארן מאכן סדר זאל גאר באשולדיגן די פאליציי אויף נישט מאכן סדר... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס.

היפאקריטיע איז אן אלטע טענה וואס יעדער נעמט ארויס פון ביזעם ווען סאיז איהם ניחא.

איך זוך נאך דעם פארטיי וואס זענען נישט קיין היפאקריטן.

וואס איז היפאקריטיש צו מיר איז ווען אן היפאקריט שרייט אויף איינעם אז דער איז אן היפאקריט
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נכד החתם סופר האט געשריבן:הייסט אז פון יוסי דייטש איש אגודת ישראל וואס האט געשריגען אז ס' איז פיקוח נפש און מען דארף ארויסלאזן דער עולם, און ער גייט האבן א העדליין אין המבשר / המודיע, האבן זיי זיך נישט דעשראקען,
אבער אז די איד גייט האבן א העדליין איבער די נאצישער סעלקציע, זענען זיי ממש אריין אין א היסטעריא...
איך קלער אז אויף דעם אליין קען מען עפענען אן אינוועסטיגעישען...

א. יאסי דייטש איז נישט געווען אין תולדות אהרן בכלל. ער איז אוועקגעגאנגען פון מירון 10:00. ער איז געווען אין באיאן און נישט אויף שביל ר' דוב בכלל.

ב. ס'איז גאר מעגליך אז די זעלבע מחסום וואס די פאליציי האט געלייגט אין באיאן וואלט פארמיטן א טראגעדיע אין תולדות אהרן. די טראגעדיע האט פאסירט (לכאורה - ווי ס'קוקט אויס) ווייל מענשטן זענען געגאנגען ארויף און אראפ פון די זעלבע שמאלע וועג. אויב די פאליציי וואלט פארמאכט אז מ'זאל נאר קענען אראפ נישט ארויף, וואלט עס גאנץ מעגליך נישט פאסירט.

נאכאמאל. ס'איז מעגליך די פאליציי איז שולדיג דא בכמה אופנים. אבער צו זאגן אז אויף יעדן פאל זענען זיי שולדיג, סיי אויב זיי זענען יא דארט געווען און סיי אויב נישט, סיי אויב זיי מאכן סדר סיי אויב נישט, און סיי וואס זיי טוען נאר זענען זיי שולדיג, קען מען טרעפן שולדיגע אויף פארקערט.

לויט דיר קען מען פונקט אזוי באשולדיגן תולדות אהרן. זיי האבן זיך נישט געלאזט טוישן זייער מקום הדלקה, זיי לאזן נישט פאליציי קאנטראלירן זייער הדלקה, זיי שיקן ארויס פאליציאנטן פון זייער מתחם... קענסט אויך באשולדיגן די עלטערן פארן לאזן די קינדער אהינגיין וואוסנדיג אז די פאליציי מאכט א "מסלול נחש", אויך די נפטרים אליינס...

איך באשולדיג נישט קיינעם לע"ע, ווייל אן קיין געהעריגע אויספארשונג ווייסט מען גארנישט, ניטאמאל די מציאות הדברים פאר אייגענע החלטות. אבער אז דו ווייסט שוין קלאר אז די פאליציי איז שולדיג אין יעדן פאל, קענסטו מסתמא אויך טרעפן נאך שולדיגע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:דו טענה אז מוואלט זיי פארשריגן איז לפענ”ד קיין טענה, וואו קען מען מפקיר זיין טויזענטער נפשות, וויייל איינער גייט שרײען נאצי? אתמהה

גערעכט. די געריכט גייט לכאורה דאס טענה'ן און טאקע באשולדיגן די פאליציי, און מיט רעכט.

אבער ס'פאסט נישט אז דער וואס קעמפט קעגן די פאליציי פארן מאכן סדר זאל גאר באשולדיגן די פאליציי אויף נישט מאכן סדר... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס.

היפאקריטיע איז אן אלטע טענה וואס יעדער נעמט ארויס פון ביזעם ווען סאיז איהם ניחא.

איך זוך נאך דעם פארטיי וואס זענען נישט קיין היפאקריטן.

וואס איז היפאקריטיש צו מיר איז ווען אן היפאקריט שרייט אויף איינעם אז דער איז אן היפאקריט

נישט קלאר וואס דו מיינסט.

נכד שרייבט אז די פאליציי זענען שולדיג ווייל זיי האבן נישט געמאכט סדר, און ברענגט אגב'דיג נאך משלים פון פאליציי רשעות, ווי למשל מאכן סדר אין מירון... איך האב מיך באצויגן צו אים אז די צווויי זענען זיך סותר. ס'אלעס.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לפי עניות דעתי האט געשריבן:דו טענה אז מוואלט זיי פארשריגן איז לפענ”ד קיין טענה, וואו קען מען מפקיר זיין טויזענטער נפשות, וויייל איינער גייט שרײען נאצי? אתמהה

גערעכט. די געריכט גייט לכאורה דאס טענה'ן און טאקע באשולדיגן די פאליציי, און מיט רעכט.

אבער ס'פאסט נישט אז דער וואס קעמפט קעגן די פאליציי פארן מאכן סדר זאל גאר באשולדיגן די פאליציי אויף נישט מאכן סדר... ס'מאכט פשוט נישט קיין סענס.

היפאקריטיע איז אן אלטע טענה וואס יעדער נעמט ארויס פון ביזעם ווען סאיז איהם ניחא.

איך זוך נאך דעם פארטיי וואס זענען נישט קיין היפאקריטן.

וואס איז היפאקריטיש צו מיר איז ווען אן היפאקריט שרייט אויף איינעם אז דער איז אן היפאקריט

נישט קלאר וואס דו מיינסט.

נכד שרייבט אז די פאליציי זענען שולדיג ווייל זיי האבן נישט געמאכט סדר, און ברענגט אגב'דיג נאך משלים פון פאליציי רשעות, ווי למשל מאכן סדר אין מירון... איך האב מיך באצויגן צו אים אז די צווויי זענען זיך סותר. ס'אלעס.

איך זאג אז דער איד איז היפאקריטיש (מסתמא מיט א גוטע כונה)
דו פאליציי זענען היפאקריטן (זיכער מיט בייזע כונות)

וועגן פערזענליכע שרייבער אויף אייוועלט וויל איך נישט שרייבן
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

די פאליציי זאגט אז זיי האבן שוין ביזדערווייל אויסגעפארשט 17 מענטשען און פארבינדונג מיטן טראגעדיע.
אוועטאר
נכד החתם סופר
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 9:16 pm

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד החתם סופר »

ווען איינער פארט העכער די ספיד לימיט און איגנארירט יעדער רעד לייט וואס ער פארט דורך, און בי דער צענטע רעד לייט מאכט זיך אן עקסידענט, גייט קיינער נישט זאגן אז ווייל ביי די ערשטע 9 רעד לייטס וואס ער איז אריבערגעפארן איז גארנישט געשען, איז עס א סימן אז ביי די צענטע רעד לייט וואס ס' איז יא עפעס געשען איז ער נישט שולדיג...
די זעלבע זאך אין מירון, די משטרה האט פארלעצט יעדער רול אין די בוק וואס ס' איז נוגע צו העלט און סעיפטי, אויף א סיסטעמאטישע פארנעם. און ליידער ליידער בעוונה"ר ביי איינער פון די פולער פארלעצונגען וואס די משטרה האט געמאכט האט עס אפגעקאסט א ביטערע פרייז פון 45 נפשות. און מען רעדט דא נישט פון סתם עפעס אן אומבאליפערישקייט ביי תו"א, וואס מען וואלט אפשר געקענט טראכטן אז אפשר איז עס געשעהן בטעות, נאר מען רעדט דא פשוט פון א משטרה וואס האט פשוט פארלעצט יעדער רעגאלאציע און יעדער פארשריפט פון העלט און סעיפטי אויף א סיסטעמאטישער פארנעם.

פארלעצונג נומער 1
צוגרייטן דער ל"ג בעומר
ביי יעדער נארמאלער מעמד פון אזויפיל מענטשען גרייט מען צו די עמערדזנסי סערוויסעס, וויאזוי צו באהאנדלען אן עמערדזענסי סיטואציע, דא אין מירון האט דער משטרה איינגעלאדנט זק"א זיי צו ווייזען די עמערדזנסי רוטס, אבער הצלה האבן זיי נישט געזעהן פאר וויכטיג צו אפדעיטן מיט דער אינפארמאציע. ס' איז בערך אזויווי אז אין אמעריקא ביי דער סיום הש"ס וועט מען ווייזען די עמערדזענסי עקסיטס פאר מתעסקים אנשטאט פאר הצלה...
דאס איז א פשוט'ער פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 2
צאמפושען אלעמען אין איין גאס
די משטרה האט פארמאכט די דרך מהדרין, דהיינו, אז אויב למשל במשך פון א האלבע שעה גייען 10.000 מענטשען ארויף דורך צוויי וועגן (די פשוט'ער וועג, און דרך מהדרין), און ס' גייען 5.000 מענטשען אויף יעדער גאס. איז יעצט נאכן פארמאכן די דרך מהדרין, דארפן אלע 10.000 מענטשען זיך צאמפושען אין איין גאס. דאס איז ווייטער א פשוט'ער פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 3
פארקלענערען די איינער גאס
די משטרה האט געלאזט לייגען ריזיגע ווידעא סקרינס וואס זאלן בראודקאסטען די אלע הדלקות, דהיינו אז נאכדעם וואס די גאס איז שוין צאמגעשופט מיט 10.000 מענטשען איז ביי יעדער סקרין האבן זיך צענדליגער /הונדערטער מענטשען אפגעשטעלט, וואס דאס האט פאגרעסערט די שטופעניש אויף די וועג ארויף צו די מערה. דאס איז ווייטער א פשוט'ער פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 4
נישט קעיר נעמען אז מענטשען זאלן זיך נישט אויסגליטשען
די משטרה האט נישט געלאזט טיילען עסען ביי די עמטליכער דעזיגנירטער הכנסות אורחים צענטערן, וואס דארט גייט עס צו אויף א מסודר'דיגער אופן מיט קלינערס וואס רוימען א גאנצער צייט אויף וכדו', איז יעצט האבן זיי נאר געלאזט טיילען באטלעך וואסער און גרייטער סנעקס, נאש, וכדו', וואס זייט אן די גאנצער בארג מיט ליידיגער באטלעך וואסער, און די ליידיגער זעקלעך פון די נאש / סנעקס. הייסט אז אפילו די איינער גאס וואס די העלפט פון דעם איז אנגעפולט מיט מענטשען וואס וואטשען די הדלקות, איז עס נאך געווארן אנגעפולט מיט ליידיגע באטלעך אז מענטשען זאלן האבן וויאזוי זיך צו אויסגליטשען. דאס איז ווייטער א פשוט'ער פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס. און דאס איז שוין אויך אן דן זיין וועגן די זשאנק פוד.

פארלעצונג נומער 5
פארמאכן א גרויס חלק פון די הדלקות
אלע יארן זענען דא די צענטראלע הדלקה ביי כניסת היום ע"י כ"ק אדמו"ר מבויאן שליט"א, און די צענטראלער הדלקה ביי נעילה דורך כ"ק אדמור מתולדות אהרן שליט"א, און אינצווישען זענען דא פארשידענער גרעסערער און קלענערע הדלקות דורך קלענערע חסידות'ער און משפיעים, דאס יאר האט די משטרה נישט צוגעלאזט א גרויס חלק פון די קביעות'דיגע הדלקות, וואס דאס האט אטאמאטיש פאגרעסערט די עולם, ביי די אזוי אויך צושטופטע צענטראלער הדלקות פון בויאן און תו"א. דאס איז פיקוח נפש ממש, אפגערעדט פון דאס פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 6
נישט גורס זיין דער חרדי'שער עסקנים וואס האבן עקספיריענס אין מירון
אלע יארן פלעגען זיין דער חרדי'שער עסקנים וואס פלעגן זיצען מיט די משטרה און אויסשטעלן די וועגן וויאזוי מען גייט אריין און ארויס, אז ס' זאל נישט צוקומען צו קיין סכנה, אנגעפירט דורך די לאנג יעריגע מירונ'ער עסקן ר' בן ציון קופערשטאק ז"ל פון 'הילולא דרשב"י', ואס איז נעבעך אוועק פאראיאר ביי די קאראנער. איז אנשטאט צו זיין גרייט צו הערן פון די אנדערער עסקנים וואס האבן שוין לאנגע יארן פון עקספריענס וויאזוי מען דארף אויסשטעלן מירון, האט די משטרה זיך פשוט געפריידט אז ר' בן ציון איז אוועק, און ער שטייט זיי שוין נישט אין וועג. און פשוט פארמאכט דארט ווי ס' דארף זיין אפען, און געעפנט ווי ס' דארף זיין פארמאכט (זעהט אין א באזינדערער תגובה בעז"ה בלי"נ א לענגערער באריכט באגלייט מיט בילדער און מאפעס). דאס איז פיקוח נפש ממש, צוליב דער אפגעריסענער עגאאיסטישער שטאלץ פון די משטרה אז זיי פארשטייען בעסער ווי אלע לאנג יעריגער עסקנים אויפן פלאץ. ווי אויך איז דאס קעגן די פארשריפטן.

פארלעצונג נומער 7
נישט קאנטראלירן אז א שטח זאל נישט ווערן צו צושטיפט
מאנטיג פאר ל"ג בעומר נאכדעם וואס די מדינה האט "נאכגעגעבן" די חרדים, אז ל"ג בעומר גייט נישט זיין מער פארמאכט ווי יעדער אנדערער פרייער צערעמאניע להבדיל, האט די משטרה מודיע געווען בזה"ל 'למרות שאין הגבלה על מספר המשתתפים בהילולת הרשב"י, כמות האנשים שיורשו להיכנס לכל הדלקה תוגבל למספר של עד 10,000 איש. לדברי לביא, המשטרה עושה כל מה שניתן על מנת לקבל החלטות משותפות עם החסידויות השונות במטרה למצות עד תום את ההדלקות שנוכל לאשר תחת המגבלה הבטיחותית. בין היתר, כל מעמד הדלקה תערוך מקסימום שעתיים. דהיינו נישט אז מען גייט מאכן מער עקסיטס, זעהן אויב מען דארף מאכן קארטעס כדי ס' זאלן נישט אריינגיין מער פון 10.000 צו א הדלקה, וכדו', זעהן אז ס' זאלן זיין סדרנים אז ס' זאל נישט ווערן צו אנגעשטאפט, נאר פונקט פארקערט, אז אויב ס' זענען אפשר דא מענטשען וואס נארמאל קומען זיי שפעט, אדער אזעלכער וואס גייען אוועק פריערט, גייט די משטרה מאכן זיכער אז קיין שום הדלקה זאל נישט נעמען מער פון צוויי שעה... אז די צוויי שעה גייט זיין נאכמער אנגעשטאפט. און טאקע, אזויווי זיי האבן געזאגט המשטרה עושה האבן זיי טאקע געטוהן. זיי האבן נישט געלאזט פאר קיין שום היימישע עסקן גארנישט טוהן, ווייל ווי ערווענט 'המשטרה עושה', און פארשטייט זיך, אז סיי אין בויאן און סיי אין תו"א האבן זיי געלאזט אריינגיין אסאך מער מענטשען ווי דער פלאץ קען אויפנעמען, און צו דעם אלעם האבן זיי פארמאכט [א חלק פון] די עקסיטיס. און סיי אין בויאן (יוסי דייטש) און סיי אין תולדות אהרן (עסקני מירון) האבן זיך עסקנים געבעטן ביי זיי אז ס' איז סכנת נפשות, און זיי זאלן עפענען די (ערמעדזענסי) עקסיטס אז מענטשען זאלן קענען ארויסגיין, און זיי האבן דאס פשוט איגנארירט. דאס איז רציחה ממש, אפגערעדט פון דאס פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 8
ארויסגעבן א שמועה פאר די הצלה אז ס' האט געקראכט א פארענצא
די גאנצע מידיע אין די מדינה האט באקומען אזא הודעה:
01:00 – בשעה 00:50 התקבל דיווח במוקד 101 של מד"א על קריסת טריבונה בנקודה 40 תחתונה בהר מירון. (די אומגליק האט למעשה פאסירט ביי שביל ר' דוב וואס איז נקודה 41-42), די הויפט פון הצלה וואס ער איז געווען ממונה אויף די הדלקה אין תו"א [א חסיד'ישער אינגערמאן פון בני ברק וואס איך קען אים זעהר גוט], האט מעיד געווען אז ער האט געזוכט דער פארענצא וואס האט געקראכט און עס נישט געטראפן, ביז ווען ער האט צוטיילט אפאר הצלה מענטשן וואס זאלן זיך דורכשטופען צווישען די עולם, און ארומגיין אויפן גאנצן ריזיגער שטח פון תו"א, און נאר דורכדעם האט ער עס געטראפן [און דאס האט געקאסט טייערע מינוטן וואס האבן אפגעקאסט נפשות]. דאס איז בשעת ווען משטרה איז דארטן געשטאנען אויפן פלאץ און פונקטליך מיטגעהאלטן וואס טוט זיך, אזויווי מען זעהט אויפן קליפ וואס די משטרה אליין האט ארויסגעגעבן 00:47 – עוד דקה עוברת והלחץ רק גובר. ההמון תקוע, דחוס, ושלושה שוטרים מגיעים ומנסים באיטיות לחלץ את אלו שקרסו ושוכבים בקצה המסדרון. כמה בעלי תושייה מתחילים לפרק את יריעות הפח שחסמו את המעבר ויצרו להם דרך מילוט שהצילה כמה מהם. כל העת מלמעלה משקיפים מתפללים אחרים, מנסים לסייע מרחוק אבל דבר לא עוזר. דהיינו אז 00:47 ווייסט שוין די משטרה וואס האט פאסירט, און 00:50 גייט ארויס א הודעה צו די מוקד הצלה פון מד"א אז א פארענצא האט געקראכט אין מתחם 40. זיי האבן נישט געקענט רופן די הצלה אויפן ריכטיגן פלאץ ביי מתחם 41, אן דעם וואס די הצלה זאלן עס דארפן אויפזוכען אזויווי ביי בדיקת חמץ?[/b] חוץ מזה וואס מען האט געדארפט רופען אויכעט די הצלה מעמבערס וואס זענען סטאנציאנירט אין די סטאנציע לעבן די חצר המערה, אז זיי זאלן קומען ראטעווען פון די אנדערע זייט פון די שביל (מתחם 42). דאס איז ווייטער גובל מיט רציחה ממש, אפגערעדט פון דאס פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 9
פארגרעסערען די כאאס דורך ארויסגעבן א שמועה אז ס' האט געקראכט א פארענצא
נאך וואס גאנצע עלעוו טייערע מינוטען זענען אריבער. האט די גאנצע מידיע אין די מדינה האט באקומען אזא הודעה, 00:58 – מירון: התקבל דיווח ראשוני על טריבונה שקרסה בהדלקה. מתנדבי מד"א 'צוות הצלה' הוזנקו לאירוע של קריסת טריבונה במתחם הדלקה. מדיווח ראשוני במקום, מטופלים מספר נפגעים במצבים שונים, יתכן וישנם לכודים. דהיינו אז 00:58 באריכטערט די גאנצע מידיע אז א פארענצא האט געקראכט. גאנצע וו מינוט נאכדעם וואס די משטרה האט קלאר געוואוסט אז לא היה ולא נברא, און קיין שום פארענצא האט נישט געקראכט. לאזט די משטרה ארויסגעבן אזא פאלשע באריכט אויף די גאנצע מידיע, אז ס' האט געקראכט די פארענצא פון מתחם 40.
וויאזוי לאזט מען מודיע זיין אזא זאך, אז א פארענצא האט געקראכט, האט מען יעצט געדארפט אז מענטשען זאלן אנהייבן צו אראפלויפן פון די פארענצאס, ווייל ס' איז שוואך און גייט אט אט קראכן, און דאפלען און טריפלען די הרוגים רח"ל? ווי איז די מינדעסטע אחריות?
ב"ה אז די חרדי'שער עולם האט נישט קיין סמארטפונס און אוודאי נישט ביי אזא הייליגער מעמד, און ממילא האט קיינער נישט מיטגעהאלטן די נייעס אז מען דארף אראפלויפן פון די פארענצאס. אבער געוואלד און געשריגען, רחמנא יצילנו וואס וואלט פאסירט אויב די עולם וואלט געזעהן אויף די סמארטפון אז די פארענצא קראכט, און די עולם וואלט אנגעהויבן צו אראפלויפן פון די פארענצא, און ס' וואלט געגאנגען קעפ אויף קעפ פונקט צו די שביל ר' דוב, רח"ל. דאס איז ווייטער גובל מיט רציחה ממש, אפגערעדט פון דאס פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

פארלעצונג נומער 10
אראפשיקען דער גאנצע עולם, אז אמבולנסים זאלן זיך מוטשענען צו אריבערגיין.
די סיסטעם אין מירון גייט אזוי; ס' זענען דא אפאר אמבולנסים אויבן אויפן בארג, און נאכדעם זענען דא א פלאטע פון אמבולנסים אונטען אלס קאווער אפ, על כל צרה שלא תבוא. איז אנשטאט צו מאכן זיכער אז די אמבולנסים זאלן האבן א ליידיגע ראוד צו קענען וואס שנעלער אנקומען אין שפיטאל, האט די משטרה עוואקאאירט די גאנצע עולם אויפן בארג, וואס דאס האט גורם געווען אז אמבולנסים דארפן זיך דורכשטופען דורך די ריזיגער עולם וואס גייט אראפ

פארלעצונג נומער 11
נישט ארויפלאזן דער קאווער אפ אמבולנסים פון אונטען אויפן הייוועי.
נאך דעם וואס דער עולם איז שוין אראפגעשיקט געווארן פון בארג מיט מכות וכו', האט די משטרה נישט געלאזט די קאווער אפ אמבולנסים פון אונטען אויפן הייוועי ארויפגיין צו אויפפיקען די פארוואונדעטע, זעהט בייגעלייגטע קליפ ווי אמבולנסים שטייען און ווארטען און מידיע רעדט מיט זיי פארוואס זיי גייען נישט ארויף נעמען פארוואונדעטע, דאס איז ממש א הימעל געשריי, וואס ווייזט אז מען רעדט דא פון פשוט'ער סאדיסטישער רוצחים וואס אידיש בלוט איז פשוט הפקר ביי זיי.

פארלעצונג נומער 12
אראפשיקען דער גאנצע עולם, אנע דעם אז זיי זאלען האבן וויאזוי אהיים צוגיין, אן עסן, און אן די מינדעסטע שעלטער.
יעדער וואס גרייט אן א גרעסערע מעמד ווייסט אז ס' דארף זיין אן עוויקשען פלאן גרייט על כל צרה שלא תבוא. דאס הייסט א פלאן וויאזוי מען עוויקט א שטח, די ערשטע די פארוואונדעטע וואס דארפן אנקומען אין שפיטאל. נאכהער, ווייבער אין ספציעלע אומשטענדן, קליינע קינדער, עלטערע מענטשן, זעהן ווי ס' איז דא צוגעשטעלט שעלטערס, ביה"כ, עסן, טרינקען וכו'. דא האט די משטרה פשוט אויסגערופען אז אלע דארפן אהיימגיין, און עס מקיים געווען למעשה באגלייט מיט קלעפ און מכות כדרכם שלא בקודש, ווען דא אוטובוסים וואס געפונען זיך אויפן פלאץ קענען נאר אהיימנעמען גארא קליינער פראצענט פון די עולם. איז ווער איז די ערשטע אהיימגעגאנגען? פארשטייט זיך אליין, ווער ס' קען זיך די בעסטע שטופען. קליינע קינדער, ווייבער אין ספציעלע אומשטענדען וכו' זענען געבליבען נעכטיגען אויפן פעלד צוזאמען מיט די קעצעלעך...
דאס איז ווייטער א שאלה פון פיקוח נפש ממש (סימן, פרשיית יוסל פליישמאן), אפגערעדט פון דאס פארלעצונג פון העלט און סעיפטי רעגולאציעס.

צום שלוס, די משטרה האט צוגעשטעלט א רייכער מעניו, פון פאלעצונגן, מכות, גאז, אומבאליפערישקייט, מיט אלע חומרות און הידורים, מיט א געוואלדיגע ברייטקייט ווי ס' פאסט פאר משטרת ישראל.
די מטרה פון יעדער חרדי'שער איד איז אז קומענדיגע יאר זאל זיין א בעסערע און געזונטערע קעיטערינג...

אזאנס וואס ווייסט וויאזוי קוקט אויס א כינוס כלל ישראל, וויאזוי קוקט אויס א סיום הש"ס, און אפי' וויאזוי קוקט אויס א פשוט'ער רבי'שער חתונה אדער ל"ע א גרויסע לויה רח"ל. און מיט דעם וועט זיין א געוואלדיגע תיקון הן ברוחניות והן בגשמיות, ובזכות התנא האלקי רשב"י נוושע בדבר ישועה ורחמים.
אטעטשמענטס
אמבולנסים ווארטען אויף די הייוועי אינדרויסן מירון (8).jpg
אמבולנסים ווארטען אויף די הייוועי אינדרויסן מירון (8).jpg (37.61 KiB) געזען 1468 מאל
סקרינס וואס האלטן אפ די פארקער.jpg
סקרינס וואס האלטן אפ די פארקער.jpg (33.45 KiB) געזען 1468 מאל
ליידיגע באטלעך און זעקלעך וואס האבן לכאורה גורם געווען אז מענטשען זאלן זיך אויסגליטשען
ליידיגע באטלעך און זעקלעך וואס האבן לכאורה גורם געווען אז מענטשען זאלן זיך אויסגליטשען
unnamed (2).jpg (65.42 KiB) געזען 1468 מאל
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: אויספארשונג קאמיסיע - אסון מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יעצט האסטו עס אראפגענאגעלט
די פוינט איז אז אויב די משטרה האט נישט קיין אינטערעס אינעם סוקסעס פונעם מעמד וועלן זיין באגיין נערישע שריט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”