דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועם וואלט איר געשטיצט און פאל די צוויי פארמעסטן זיך פאר גאווענער.

קאומא
24
46%
דעבלאזיא
28
54%
 
סך הכל שטימען: 52

אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

דעבלאזיא האט שוין געלאזט הערן א שטיק צייט ציריק איבער א מעגליכע געלויף צום גאווענער’שאפט, בון איך נייגעריג וועם די עולם וואלט געשטיצט און פאל די צוויי גאר אומפאפעלערע קאנדידאטן ביים היימישע עולם, וואלטן זיך פארמאסטן און א דעמעקראטישע פריימערי פארמעסט.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
בעסער אזוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסער אזוי »

קאומא איז א רשע

דיבלאזיא איז א שוטה

דארף מען אפמאכן וואס מען וויל ענדרעש
(--ווערטערלאז--)
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

און אזא צייט זאגט מען שב ועל תעשה עדיף
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2639
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

קאומא איז א גרויליגע בעל גאוה, ער האט קיינעם נישט ליב, און האט קיינעם נישט פיינט, ער איז דא פאר זיך, כידוע.

דיבלאזיא, איז א לעבנסלענגליכע אוהב ישראל, וואס איז ארויס פון זיין וועג צו העלפן אידן אפי' ווען ס'האט אים גארנישט געברענגט.

בנוגע זיין אי חכמה זע איך נישט ווי ס'זאל מיר נוגע זיין...
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:קאומא איז א גרויליגע בעל גאוה, ער האט קיינעם נישט ליב, און האט קיינעם נישט פיינט, ער איז דא פאר זיך, כידוע.
עגרי

דיבלאזיא, איז א לעבנסלענגליכע אוהב ישראל, וואס איז ארויס פון זיין וועג צו העלפן אידן אפי' ווען ס'האט אים גארנישט געברענגט.
אוהב ישראל?? גאנישט געברענגט?? זאג אנדערש קארופטירט

בנוגע זיין אי חכמה זע איך נישט ווי ס'זאל מיר נוגע זיין...
וואס עפעס אי חכמה? זוכט אטענטשען אויף יעדעם אופן, א שטיקל פראבלעם.
חוץ פון דעם אויב וואוט מען פאר איהם, ווייזט מען פאר אלע פאליטיקאנטען קענסט טוהן וואס דו ווילסט (אזוי דיבלאזיא ביי קאוויד), אהן קיין שום קאנסיקווענצען.

העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
שאבעלע
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאבעלע »

גאווה שטינקט. אין אני והוא יכולים וכו'
טיפשות נערווירט.

איך גיי מיט דיבלאזיא
אוועטאר
ר' יהושיע בן גמלא
שר האלף
תגובות: 1726
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 15, 2021 4:44 pm
לאקאציע: מזרח וואנט...

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יהושיע בן גמלא »

איך וויל פארשטיין פארוואס געוויסע דא זאגן אז דעבלאזיא איז א טיפוש?
העבר אין והעתיד עדיין והוה כהרף אין, דאגה מנין.
#קיפעראפ
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ווי האט יענער געזאגט האסט צוויי אפציעס די ערשטע איז קאומא, שרייט די צווייטער אריין איך נעם די צווייטע אפציע.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

ר' זעקל האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט האסט צוויי אפציעס די ערשטע איז קאומא, שרייט די צווייטער אריין איך נעם די צווייטע אפציע.

וכן להפך
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2639
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס געוויסע דא זאגן אז דעבלאזיא איז א טיפוש?

איך וואלט געזאגט אז ער האט פון דעם אויך (עיין ערך עסן סענדוויטש אויף לייו טיווי) אבער איך וואלט אים טאקע ענדערש אנגערופן שלימזל ווי טיפש.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גדל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט האסט צוויי אפציעס די ערשטע איז קאומא, שרייט די צווייטער אריין איך נעם די צווייטע אפציע.

וכן להפך

יא יא, איך וואלט נישט געוואוט פאר קיין איין פון די צוויי.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ר' יהושיע בן גמלא האט געשריבן:איך וויל פארשטיין פארוואס געוויסע דא זאגן אז דעבלאזיא איז א טיפוש?

איך וואלט געזאגט אז ער האט פון דעם אויך (עיין ערך עסן סענדוויטש אויף לייו טיווי) אבער איך וואלט אים טאקע ענדערש אנגערופן שלימזל ווי טיפש.

צו זיין אזא שלימזל ברויך מען אסאך טיפשות.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

קודם זאל ער [נישט] לויפן און נאכדעם וועל איך זאגן מיין דעה.
דערווייל פריי איך זיך אז די ניו יארקע אידנטום וועט אין ווינציגער פון א יאר ארום אויפנעמען א נייעם בירגערמייסטער, און אין ווינציגער פון צוויי יאר ארום א נייעם גובערנאטאר.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער וואס האט גערודפ'ט בארא פארק בימי קאראנע איז געווען דעבלאזיא.

קואמא קען מען נאך דן זיין אז ער האט געדארפט ווייזן פאר די מידיע אז ער נעמט קעיר פון אונז, אבער דער רשע דעבלאזיא האט געשיקט זיינע בילדינג אינספעקטערס יעדן טאג אונז צו רודפ'ן און זיך געפרייט מיט קואמא'ס גרין לייט.

מאנסי און קר"י זענען אויך געווען רויטע זאנעס, אבער קואמא האט נישט געשיקט קיין סטעיט פאליציי צו זיי. זיי האבן נישט געהאט קיין דעבלאזיא וואס זאל רודפ'ן די קליינע קינדער טאג טעגליך און פארמאכן קליינע געשעפטן.

זכור את אשר עשה לנו דעבלאזיא. קיינמאל וועט ער נישט באקומען מיין שטימע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

איך קען נישט זאגן אז דעבלאזיא האט גארנישט געטון פאר אונז אידן, מציצה בפה, חינוך האט ער אויסגעקעמפט אין די סיטי.

אבער זיינע רשעות'דיגע טאקטיקן קעגן תושבי בארא פארק וועלן מיר קיינמאל נישט פארגעסן. קיין אוהב ישראל וואלט נישט אזאנס געטון.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

נישט פארגעסן, דעבלאזיא ווערט געשטיצט דורך די ארכי לינקע דעמאקראטן, א שטייגער ווי AOC וכל כת דילהון. ער איז פון די סאציאליסטישע דעמאקראטן וואס איז דא אין לאנד. לינקער פון לינק.

קואמא איז פונקט פארקערט. זיינע פאליסיס זענען רעכטער פון רוב דעמאקראטישע פאליטיקאנטן. די ניו יארק סטעיט סענאט קעמפט קעגן אים אויף לינקע פאליסי, ער איז רעכטער פון זיי אלע.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאיר גאלד »

ה' ישמרנו, מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע באשלוסן רח"ל. דער דל גאה איז מיין אויסוואל קעגן דעם כלב רע.

דעבלאזיאו וועט נאר באקומען מיין שטימע אויב ער לויפט קעגן איינס פון די סקוואד מכשיפות.
אוועטאר
גיי פארשטיי
שר ששת אלפים
תגובות: 6753
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2021 12:20 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיי פארשטיי »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער וואס האט גערודפ'ט בארא פארק בימי קאראנע איז געווען דעבלאזיא.

קואמא קען מען נאך דן זיין אז ער האט געדארפט ווייזן פאר די מידיע אז ער נעמט קעיר פון אונז, אבער דער רשע דעבלאזיא האט געשיקט זיינע בילדינג אינספעקטערס יעדן טאג אונז צו רודפ'ן און זיך געפרייט מיט קואמא'ס גרין לייט.

מאנסי און קר"י זענען אויך געווען רויטע זאנעס, אבער קואמא האט נישט געשיקט קיין סטעיט פאליציי צו זיי. זיי האבן נישט געהאט קיין דעבלאזיא וואס זאל רודפ'ן די קליינע קינדער טאג טעגליך און פארמאכן קליינע געשעפטן.

זכור את אשר עשה לנו דעבלאזיא. קיינמאל וועט ער נישט באקומען מיין שטימע.


דאכט זיך מיר אז סטעיט אגענטורן זענען אויך געווען אפטע וויזיטארס אין ב. פ.
ווי מיינסטו גייסטו
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 12:57 am

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי מיינסטו גייסטו »

דעבלאזיא איז סתם א נעבעך וואס איז אייביג געפאלן א קרבן אבער פאר יודן איז ער נישט שלעכט
משא"כ דער קאומו האט פיינט א יוד
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

ווי זאגט נאר יענער, די ווילסט א פראסק אדער יא... אזוי זעהן מיר אויס. לעצם הענין האלט איך אז מיט קאומו איז מען בוחר הרע במיעוטו ווייל ער ווייסט וויאזוי צו גיין צווישן די טראפן משא״כ דיבלאזיא. ווער געדענקט דען נישט די סעמאטאכע מיט די קעמפס פאראיאר. קאומא האט פארמאכט די קעמפס אבער למעשה איז אלעס געווען אפן למחצה לשליש ולרביע, ער האט פינקטליך געוויסט וואס עס גייט פאר, אבער מעלים עין געווען. משא״כ דער טיפוש דעבלאזיא איז געקומען צו לויפן אויף אלע פיר ווען ער האט געהערט אז עס איז דא א לוי׳ אין וומ״ס, ער איז א גראדער לאנגער נער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו גיין צעווישן די טראפן.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

אפגעזען וואס זיי ביידע האבן געטיען, האט אבער דעבלאזיא זיך אנדשילדיגט און מודה געווען אז ער האט נישט גוט געהאנדלט מיט אינז, אבער און די זעלבע צייט האט דער בעל גאווה קאומא בכלל נישט געפילט פארוויכטיג איבער צובעטן, און זיך געהאלטן ביי זיינס אז ער האט ריכטיג געהאנדלט ווען ער האט באצייכנט קראונע אלס א אידישע פראבלעם.

איז דער קאומא וועט קיינמאל מער באקימען מיין שטומע, און אלס הבוחר הרע במיעוטו וועל איך שטיצן דעבלאזיא.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פעלט אן אפציע: איך בלייב אינדערהיים
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א גוטן האט געשריבן:ווי זאגט נאר יענער, די ווילסט א פראסק אדער יא... אזוי זעהן מיר אויס. לעצם הענין האלט איך אז מיט קאומו איז מען בוחר הרע במיעוטו ווייל ער ווייסט וויאזוי צו גיין צווישן די טראפן משא״כ דיבלאזיא. ווער געדענקט דען נישט די סעמאטאכע מיט די קעמפס פאראיאר. קאומא האט פארמאכט די קעמפס אבער למעשה איז אלעס געווען אפן למחצה לשליש ולרביע, ער האט פינקטליך געוויסט וואס עס גייט פאר, אבער מעלים עין געווען. משא״כ דער טיפוש דעבלאזיא איז געקומען צו לויפן אויף אלע פיר ווען ער האט געהערט אז עס איז דא א לוי׳ אין וומ״ס, ער איז א גראדער לאנגער נער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו גיין צעווישן די טראפן.

זייער קלאר!! איך זע בכלל נישט קיין אנדערע צד.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דעבלאזיא .vs קאומא אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מחליף פרה בחמור
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”